איך קאפיר דא אן אשכול פון "בחדרי חרדים משפחה אידיש", א פארום אויף היידפארק וואו איך פלעג אמאל שרייבן און העלפן מיט די הנהלה, ביז עס איז איינגעשלאפן:
בענעדיקט16 כתב:
אויסגעציפטע פיס (דא דארפט איר כאפן פון וואס איך רעד, ואבאר: איך האב פיינט צו זיצן אויף א פלאסטישן בענקל צוליב די איינע סיבה, עס רייבט מיר געפערליך אויס אזש איך קען נישט נארמאל שפאצירן נאכן זיצן א לענגערע צייט אויף א בענקל וואס איז איבערגעצויגן מיט פלעסטיק. ביי מיר אין שטוב האב איך שוין לאנג א לעדערנעם בענקל כמנהג 'אפיס'. ביי מיינע עלטערן און שוויגער-עלטערן ווייסט מען שוין אז ווען איך קום, איז 'כל הכבוד', מען שטעלט מיר צו דעם פאטעל... אבער אסאך מאל מאכט זיך - אזוי ווי יעצט בהאי שעתא - אז טראצדעם וואס איך זיץ אויף לעדער, און אין ביהמ"ד זיץ איך נאר אויף א באנק, דאך דאך דאך... ברויך איך א ערנסטע ישועה צו קענען גיין כאחד האדם.. עס רייסט שטיקער [איינער וואס האט דאס נישט מיטגעמאכט, וועט אפשר נישט כאפן מה כל הרעש, איך גלייב אבער אז צווישן פופציג מעמבער'ס וועל איך האבן אן אח לצרה).
יישר כח למפרע
-----
דזשיד-613 כתב
נוצט וואזעלין, ביז א טאג אדער צוויי איז עס דערנאך.
-----
ישפה11213 כתב:
קארן סטארטש איז מחולל פלאים.
ראטזאם צו לייגן רעגלמעסיג אין די הייסע זומער טעג, (שמירן די רעדער..) פאחר און נאטך א שפאציר וכדו'.
------
בענעדיקט16 כתב:
יישר כח פאר ביידע יועצים.
ווי עס שיינט מיר איז די עצה פון וואזאלין גוט לאחר המעשה, ווען עס איז שוין דערנאך.. און קארן סטארטש איז גוט כדי עס זאל נישט צוקומען דערצו.
יישר כח נאכאמאל, מען זאל נישט וויסען מער פון קיין צרות...
-------
באאטשי כתב:
טאמער רעדסטו פון א רעש RASH
וועט וואזעלין אדער A & D OINTMENT
נישט בעסער מאכען, אין א געוויסע מאס וועט עס נאך ערגער מאכן, דאס איז א פונגוס (צמח) וואס מדארף אוועק הארגענען
TINACTIN אדער אנדערע אנטי פונגאל שפריצעכצער העלפן שטארק
שפריץ אהן נאך די מקווה און פארן לייגן, אויפן גאנצן שכנות
נוץ עס א צוויי וואכן בבוקר ובערב ויעזור ויגן בעזהשי"ת, דו וועסט פטור ווערן פון דעם.
נחוץ מאוד אין די צוויי וואכן צו טוישן די ר"ת'ס טעגליך
און טאמער דו ביזט עלול אויף דעהם, טויש זיי אויך אויס אויף כולו קוטון נישט פאליעסטער
ויתקיים בך אי"ה רגלי עמדה במישור במקהלות אברך ה'
--------
דזשיד-613 כתב:
אויב די פראבלעם ווערט נישט געסאלווט מיט באטשי'ס רעקאמענדעישענס, דעמאלטס קוק דא:
http://my.webmd.com/content/article/8/1680_54300
--------
בענעדיקט16 כתב:
באאטשי! געוואלדיג!
אבער איך קען נאר פרובירן איין עצה אויפאמאל, אז נישט וועל איך אויסקוקען ווי יענעם וואס איז געגאנגען אויף אלע סארט דיעטעס בינעזאם, געגעסן אלע סארט פליישן און פיש צוליב דר. עטקין. אלע סארט פרוכט און וועדזשטעיבל צוליב דר. לידער, און אלע סארט ברויטן צוליב דר. ווייסעכוואס. און ער וואונדערט זיך נאך יעצט פארוואס ער האט נישט פארלוירן קיין איין פונט...
ביזדערווייל פרוביר איך 'קארן סטארטש' און עס העלפט ב"ה.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות...
---------
באטשי כתב:
קארן סטארטש העלפט אויס צוטרוקענן דאס פלאץ, ווייל סזאםט איין פייכטקייט
אבער סהראגעט נישט דעם פונגוס FUNGUS
דער איז ווי א שור המועד אין לו תקנה אלא שחיטה.
TINACTIN איז דער סכין
אגוטן שבת,
--------