בלאט 1 פון 1

געזונט: ברוינע פלעקן אויפן קערפער

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 02, 2008 12:00 pm
דורך שוועמל
איך האב אמאל געהערט אז די סארט ברוינע פלעקן וואס אסך אירע פארמאגן אויפן קערפער קען פאראורזאכן אומגעזונטע באצילן זיך איינגלידערן דערינען און עווענטועל ברענגען פארשידענע קרענק ל"ע ולא עליכם. עס איז גוט צו לאזן אראפנעמען אדער אויסברענען ביי א דאקטאר.

איך רעד נישט פון די 'בירט פלעק' וואס איז א בלויזער פלעק אן קיין ממשות. איך רעד פון די סארט וואס שטארן ארויס און עס שפירט זיך ווי א ווארצל אזוי ווי.

אויב איינער ווייסט אינפארמאציע דערוועגן ביטע קאמענטירן.

וויזוי הייסט עס אין ענגליש?

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:27 pm
דורך משה קארנפעלד
נא שוועמעל די ווייסט שוין וויאזוי ס'הייסט אין ענגליש?

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:33 pm
דורך למעלה משבעים
עס הייסט Beauty mark א דאקטער האט מיר אראפגענומען איינס אלס גאר יונג קינד, ווייל ס'איז געווארן אויס רינדיג, חוץ דעם האט ער געזאגט דעמאלט'ס אז אויב ווערט עס גרעסער פון א ?ניקל? (גיי געדענק פון אזויפיל יארן צוריק) דארף מען עס אויסטשעקן.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:56 pm
דורך אבי ווער
איך האב געהערט אז מ'דארפ עס בודק זיין ביים דאקטער וויי נאר עס זעהט אויס ווי (עס פלאנט איינצינעמען נאך א חלק פינעם קערפער) עס פארגרעסערט זיך אביסעל!!

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:59 pm
דורך מאנ-יימער
דעמאלטס איז א ניקל ווערד געווען אסאך מער, לכאורה היינט צוטאגס נעמט מען עס אראפ ווען ס'איז הערשט גרויס ווי א דיים

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 2:21 pm
דורך אבי ווער
הערשט?

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 2:23 pm
דורך למעלה משבעים
איך ווייס נישט וואס איר האט געהערט, איך זאג אייך איבער וואס די דאקטער האט מיר קלאר געזאגט, אז ווילאנג עס וואקסט אין א רינג און עס שטעקט נישט ארויס, און עס איז קלענער פון א ? (מיר ליגט אין קאפ א ניקל) דארף מען גארנישט טון, אויב טוישט זיך איינע פון די צוויי, דארף מען עס גיין אויסטשעקן.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 2:24 pm
דורך יהיה כן
א דבר בעתו פון די וואכעדיגע סדרה...
פשיון איז א סימן טומאה....

אדער עס איז עמוק מראיה מן העור.....

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 3:10 pm
דורך לכתחילה אריבער
וויפיל איך ווייס אז עס איז נאר א פראבלעם, אויב עס איז דא א "שינו מראה", נישט דוקא אין סייז, נאר בעיקר אין קאליר.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 4:01 pm
דורך מומחה עצום
אין ענגליש הייסט עס א Mole

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 4:31 pm
דורך קרעמער
יא, עס הייסט א 'מאול', און עס איז ראטזאם צו זעהן א הויט דאקטער איינמאל א פאר יאר כדי מברר צו זיין אז זיי האלטן זיך אין די ראמען און נעמען זיך נישט וואקסן אדער משנה צורה זיין, וואס דאן שניידט מען דאס געווענליך ארויס ווייל עס קען זיין שעדליך רח"ל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 7:51 am
דורך קראק-פאט
איך וויל בלויז קלאר שטעלן, מען רעדט דא פון עפעס גרעסער ווי געווענליכע טונקעלע בוירט-מארקס (לויט שוועמל), אדער דאס קען אויך זיין פראבלעמאטיש?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 10:25 am
דורך קרעמער
געבורט-צייכנס קומען אין אלע מאסן, וואס מיינט ביי דיר 'געווענליך'?

דער דאקטער האט אונז געזאגט אז אויב עס וואקסט אין גרויסקייט אדער בייט פארבן [צב"ש עס פלעגט זיין אלעס ברוין, און מען באמערקט דארט אויך שווארצע פינטעלעך, וכדומה], זאל מען באזוכן א דאקטער דערוועגן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:26 am
דורך קראק-פאט
מיט 'געווענליך' מיין איך די וואס זענען ממש פלאך מיט די רעשט הויט אויף דער האנט. פון שוועמל (ערשטע תגובה) איז משמע אז ער רעדט פון עפעס וואס איז אביסל העכער, עפעס וואס גייט שוין אריין בגדר ווארצל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 12:07 pm
דורך קרעמער
אפילו אויב עס איז ממש פלאך און גלאט מיט די הויט, קען עס אנהייבן טוישן פארבן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 12:54 pm
דורך משה קארנפעלד
מאנ-יימער האט געשריבן:דעמאלטס איז א ניקל ווערד געווען אסאך מער, לכאורה היינט צוטאגס נעמט מען עס אראפ ווען ס'איז הערשט גרויס ווי א דיים


;l;p- דער עולם איז צו אריין געטון אין די נושא צו באמערקן וואס דו שרייבסט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 1:01 pm
דורך מאנ-יימער
משה קארנפעלד האט געשריבן:
מאנ-יימער האט געשריבן:דעמאלטס איז א ניקל ווערד געווען אסאך מער, לכאורה היינט צוטאגס נעמט מען עס אראפ ווען ס'איז הערשט גרויס ווי א דיים


;l;p- דער עולם איז צו אריין געטון אין די נושא צו באמערקן וואס דו שרייבסט.

ענדליך האט זיך איינער מרחם געווען

דיפאזיטעט די גרינע

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 1:19 pm
דורך יקוםפרקן
מיר עטליכע יאר האט דאס א הויט דאקטאר אין ODA מיר דאס אראפגענומען מיט א לעיזער ברען, וואס האט געדויערט אפאר סעקונדן,
ער האט געזאגט אז מען שיקט דאס אין לאבאראטריע און רוב מאל איז דאס ב"ה גארנישט, בלויז א געוויקסט צוליב א קלאפ וכדומה.