בלאט 1 פון 5
Gochi ?!?!?!?!
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2008 7:42 pm
דורך זיידעניו
יענע שטינק צייט קומט די וועלט אויף מיט נייע אנלימעטעד היילונגען וואס היילט ממש אלעס פון מאקיטא בייטס ביז רעפארעטארס, ברוך השם שלא השבית לנו גרויל, א פרישע אנשיקעניש האט ארומגענומען די גאנצע תשקה קבין פאלק, הלמאי עס איז דא א נייע סארט געטראנק וואס איז נישט מער אין נישט ווייניגער א מקום מקלט וואס ממש יענער חולה קען דארט געהיילט ווערן און ניין עס איז נישט ווי יענע חינעזער האניג, עס איז עכט ממש מיין חבר'טע דערציילט אז איר באבע האט געהינקעט און ווינאר זי האט גענומען א לעפל דערפון הינקעט זי מער נישט, וכו' וכו' איך שעם מיר אפילו איבער צורייבן יעדעס ווארט וואס ס'קומט ארויס מתוך פיהם, אבער איך (נישט איך, נישט נאר מיין טאש בעה"ב), בין איינע פון די וואס האבן זיך געלאזט איבעררעדן פון די געלונגענע פארקויפער'ס אז זי מיז עס קויפן ווייל דער פארקויפער גייט מאכן אויף מיין חשבון צען טאלער...
כשם שמברך ווען ס'נישט אינדערהיים כך מברך על היעצט.
ער איז שוין ביי מיר, הייב איך אן דרייען מיט די נאז אז די גאנצע מעשה געפעלט מיר נישט, קודם אויף די לעבל שטייט אז עס איז א פראדוקט פון יו עס עי און מיט א הכשר פון איינעם אין ארץ ישראל וואס כ'האב קיינמאל נישט געהערט פריער פון זיין נאמען, און געקויפט האט מען עס דא, די פרוכט קומט גאר פון אזיע, אין די אינגרידיענס שטייט אז עס האט צוויי מיני גרעיפ דזשוס, געוואלד וואס טוט זיך מיט יין נסך?,
דאס איז דערווייל וואס דערקיטשעט מיר, איינער ווייסט מער דעטאלן איבער די פראדוקט ביטע לאזט אייך הערן ווי פריער, נאך איידער עס עקספייערט....
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2008 7:43 pm
דורך זיידעניו
www.SellGojiJuice.com
גאגעל שיקט מיר אהין.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2008 9:38 pm
דורך קרעמער
די נאמען פונעם וועבזייטל זאגט מיר אלעס: פארקויף עס שנעל ווייטער..
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 17, 2008 9:47 am
דורך וואס וויסטע
יא איך בין באקאנט מיט אט דעם געטראנק איך האב געהערט פארשידענע מעשיות אויפן טעלעפאן (זיי מאכן קאנפרענס קאלס צוויי מאל א וואך) און אויך האביך באזוכט פארשידענע וועב זייטלעך פון די רעגירונג! און פון אנדערע - למעשה עס קוקט עס מיר אויס זייער קאמיש - אבער מענטשן פארציילן וואונדער איבער וואונדער און אזוי אויך זאגט די סטאדי אויף די גאווערמענט וועב סייט אז עס קען מעגליך זיין זייער געזונט.
מיין שוועל האט עס נאך נישט איבערגטראטן סוף כל סוף קאסט דאס דארט איבער הונטערט טאלער פאר א שאכטל פון פיר באטלעך פון דעם מאדנעם געטראנק. אבער נאכדעם וואס דו וועסט מברר זיין דאס כשרות פראבלעם לאז אונז וויסן צו מען זעהט רעזולטאטן דערפון צו נישט.
הגם איך האלט אז ווער עס באצאלט פארדעם די געשוואלנע פרייז איז שוין פסול לעדות אויף דעם ווייל למשל ווען איך צאל צוויי טויזענט דאלער פאר א טעלעפאן בין איך איבערצייגט אז דאס ארבעט די בעסטע אויף די וועלט פרובירן זאלסטו צו זאגן אנדערש...
אבער אעפ"כ אז די האסט גוטע עקספיריענס דערמיט לאז דאס וויסן דעם עולם.
יישר כח
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 17, 2008 5:16 pm
דורך זיידעניו
עס גייט ארום שמועות (יענע מיסיס האט בפירוש געזאגט) אז ר' בנימין גרובער איז מאשר אז דער הכשר איז גוט,
האב איך געשיקט א שליח, און ער האט דאס טאטאל געלייקנט, ער האט געזאגט אז מען האט אים געבעטן אז ער זאל זיך אריינלייגן דעראין אבער ער האלט נישט דערביי.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2008 10:18 am
דורך סאכדעס
זיידי יישר כוח פאר אלע אינפארמאציע, בפרט אויף די לעצטע, יראו ויוכיחו למי החותמת ולמי הפסילים, מ'זאל זיך נישט לאזן איינרעדן אזוי שנעל אויף שמועעס
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2008 12:05 pm
דורך יאהאן וואלפגאנג
איך ווייס נישט וואס דאס איז, אבער מיין פערזענליכע ערפארונג זאגט מיר: שטיי ווייט דערפון.
די אלע נארישע "סקעמס" זענען געמאכט צו אריינדרייען מענטשן אין זאק. יעדן טאג האט עס א צווייטן נאמען, היינט איז עס לייפסטיילס און מארגן איז עס גאטשי. לאז עס פאר אנדערע, און דו וועסט נישט חרטה האבן.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2008 12:18 pm
דורך אבאמא09
אדרבה געב ארויס דיין פערזענליכע ערפאראנג, וירא הקהל וישפוט.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2008 12:36 pm
דורך יאהאן וואלפגאנג
אין די בראשית יארן, נאכן חתונה, בין איך פארדרייט געווארן אין אזא סקעם און זיך איינגערעדט אז איך גיי מאכן געלט. די נאמען פון יענעם סקעם איז נישט קיין נפקא מינה, ווייל איך מיין אז עס לעבט שוין מער נישט. די נעמען טוישן זיך, אבער די טריקס בלייבן די זעלבע. רוף עס MLM און אנדערע שמות נרדפים, אבער אלץ איז דאס זעלביגע: עס זיצט איינער אין שפיץ פון די קופה של שרצים וואס ער האט באוויזן אריינצודרייען אין זאק, און ער שארט גאלד. ער פרובירט דיר צו ווייזן ווי גוט עס איז, און ער ברענגט דיר גאנצע ראיות מיט מענטשן וואס האבן פארדינט טויזענטער דאלארן א וואך בלויז פון זיצן אינדערהיים און פארשפרייטן זייער פראדוקט. אלעס קלאפט גוט און וואויל, אבער נאר אין קאפ.
די אלע חברה וועלן דיר אויך נישט צורעדן גלייך צו אינוועסטירן געלט. די ערשטע זאך וועלן זיי דיר רופן צו א גרופע שמועס, אדער א קאנפערענץ רוף. דארט ווען מען דיך איבערצייגן מיט כלערליי באווייזן אז עס לוינט זיך. די מענטשן כאפן נישט, אבער זיי ווערן פסיכאלאגיש מאנעוורירט אריינצופאלן אין גרוב.
ווילסט וויסן אז איך בין גערעכט? פרובירט עס, וועסטו זעהן אז איך בין געווען גערעכט.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2008 12:47 pm
דורך איזאק
יאהאן, האסט נישט געקענט בעסער שרייבן, הונדערט פראצענט גערעכט.
ווער געדענקט נישט די JEWLWAY סקעם,
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2008 1:38 pm
דורך וואס וויסטע
עס קען טאקע זיין אז די מארקעטיג פון דעם איז א סקעם אבער די ווירקזאמקייט פון דעם בערי ווערט געברענגט אויף א גאווערמענט סייט
באזוכט דא צו ליינען די סטאדי הגם זיי פירן אויס אז מען דארף נאך מאכן סטאדיס דעראויף אבער אונגאנצן אוועק מאכן איז שוין שווער...
לגבי די הכשר דערפון: דו פארקויפערקעס פארקויפן מיט דעם בערי אויך גאנצע הסברים פון ווי זיי ווייסן אז עס איז כשר, אויב איר האט דאס געקויפט פון א איד גייט צוריק צו יענעם גאנץ מעגליך אז זיי האט הוכחות אז עס איז כשר.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2008 2:24 pm
דורך יאהאן וואלפגאנג
וואס אנבאלאגט כשרות קען איך דאך נישט זאגן, כאטש וואס איך בין 99 פראצענט זיכער אז ס'איז נישט אזוי גלאט. אבער שוין, נישט אלעס וואס דער היימישער עולם נעמט אריין אין מויל איז אזוי גלאט ווי מען פרובירט זיי נעבעך איינרעדן, עי' ערך פינקל פלייש ועוד אלפי דוגמאות.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2008 2:44 pm
דורך זיידעניו
פרישע אפדעיט:
נעכטן נאכט האט מיינס א ידיד נאמן אנגערופן די אנדערע צוויי אנגעבליכע מסכימים מיטן אומבאקאנטן בעל מכשיר, אז עס איז כשר וישר און מען מעג עס עסן,
ר' יודל גרובער און מכון להוראה.
ביידע האבן קאטאגאריש געלייקנט.
און ביידע האבן צוגעלייגט אז עס איז נישט די ערשטע וואס פרעגט איבער דעם פראדוקט.
איין באלאן באסט נאכן צווייטן ,
בד"וו ווען איז די נעקסטע קאנפרענס קאל, און וואס איז די נומער?.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2008 3:08 pm
דורך 3x0
איך האב געהערט אז עפעס א שאצער רב פון א"י גיט א הכשר דערויף.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2008 3:17 pm
דורך אבאמא09
יאהאן וואלפגאנג האט געשריבן:ווילסט וויסן אז איך בין גערעכט? פרובירט עס, וועסטו זעהן אז איך בין געווען גערעכט.
באמת האב איך שוין כמעט פראבירט,
איינער האט מיך אנגעשדכנ'ט אין א געוויסע זאך, יענער איז געקומען צו מיר אהיים, מיך אנגעדראשענט איבער א שעה, קודם אריין געפירט אין עולם הביזנעס??? וויזוי ביזנעס ארבייט (מיט א גרטיסע טשארט), אין אז אלע סארט מהלכים אין ביזנעס איז שוין פארנומען, אין די איינציגסטע פלאץ וואס איז געבליבן פאר מיר איז דא, וכו' וכו' דער עיקר קום נעקסטע וואך צום קאנפרענץ....וכו'
אויך איבער געלאזט א זעקל מיט סידיס טעפס, וואס איך קען נאר האלטן פאר צוויי טעג, ווייל סיז דא א גאנצע ליין דערויף(גראדע איז עס געבליבן ביי מיר וואכן נאכן אפהאקן מיט אים ביז ער האט זיך דערמאנט פון די לאנגע ליין).
גענדיגט האט זיך עס, ווען כאב איבערגעדרייט דעם דאשעק, אין געזאגט צום ערשט לאמיך זען די פראדאקטן, פרייזן, אויפן טיש, נישט קיינע שיינע טשארטס, דערנאך העמיר גיין ווייטער, דא האט זיך אנגעהויבן די בלאבעכצער נאההה!!, קום צו די קאנפ. כזאג דיר וועסט ווערן אויפגלעבט, ואני במשמרתי עומד... האט ער מיר אראפ געשיקט א העכערן באמטן, וואס יענער האט עכט נישט קיין צייט, ער האט א ריזיגע ביזנעס, ער טוט נאר אין דעם לטובת הציבור, אבער אזויווי ער זעט אין מיר א געוואלדיגע צוקונפט, העט יענער קומען צו מיר.
סוף הדברים איז יענער געזעצן ביי מיר א צוויי שעה זענדיג עס גייט נישט איז ער ארויס מיט טרערן אין די אויגן, קוקט אויס ער האט טאקע זייער רחמנות געהאט אויף מיר.
א סימן פון א כשר'ה איד!!!
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2008 3:55 pm
דורך יואלי
עס איז דא סקעמס אין עס איז דא עכטע מען קען נישט מאכן קיין גזירה שוה'ס לא ראו זו כראו זו ולא ראו זו כראו זו, געטס א קוק למשל שעקלי ווייטעמינען איז אויך א אמה על אמה MLM בלע"ז נו איז עס א גניבה שטיקל? עס איז דא זייער אסאך אמת'ע קאמפעניס וואס ארבעטן אויף אזא מהלך און מען מאכט באמת געלט.
דארף מען טאקע גוט נאכגיין די זאך פאר מען לייגט זיך אריין דעראין.
לעניננו הגם איך בין נישט אריין אין די געשעפט עס קוקט מיר אבער אויס ווי א גוטע זאך, פארשטייצעך קיינער זאל נישט בויען אויף מיינע ווערטער (איינער וויל דען בכלל) אבער דאס איז מיין מיינוג.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2008 5:22 pm
דורך שיכור
דארטן אויפן קאנפרענס הערט מען מעשיות. ממש אפענע ניסים
איך האב אבער א פארשלאג
איינער זאל עפענען א קאנפרענס פאר אלע מענטשן וועם ס'האט נישט געהאלפן
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2008 5:33 pm
דורך איך_הער
שיכור, מה נפשך אויב די מענטשן פארוועם ס'האט נישט געהאלפן זענען אויך אין די ביזנעס, וועלן זיי דיר סייווי נישט אויסזאגן אז ס'העלפט נישט, ווייל אפילו פאר זיך אליינס רעדטער זיך איין אז ס'העלפט.
ווידעראום די וואס זענען נישט אין ביזנעס דערמיט האטעכעס א סיבה, ווייל ער פילט אז ער טויג נישט אויף אזעלכע זאכן, צו רופן צו פארדרייען וכדומה, ממילא אזא מענטש וויל נישט הערן פון קיין קאנפרענצן.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2008 7:20 pm
דורך וואס וויסטע
נו פארדעם האט מען געמאכט א דאבעל בליינד סטאדי אזוי ווי איך האב שוין געשריבן פריער ליינטס דאס דורך.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2008 7:39 pm
דורך זיידעניו
שיכור גיב מיר ביטע די טעלפון נאמבער און די זמן פון די נעקסטע קאנפרענס.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2008 7:43 pm
דורך זיידעניו
3x0 האט געשריבן:איך האב געהערט אז עפעס א שאצער רב פון א"י גיט א הכשר דערויף.
זיידעניו האט געשריבן:הייב איך אן דרייען מיט די נאז אז די גאנצע מעשה געפעלט מיר נישט, קודם אויף די לעבל שטייט אז עס איז א פראדוקט פון יו עס עי און מיט א הכשר פון איינעם אין ארץ ישראל וואס כ'האב קיינמאל נישט געהערט פריער פון זיין נאמען, און געקויפט האט מען עס דא, די פרוכט קומט גאר פון אזיע, אין די אינגרידיענס שטייט אז עס האט צוויי מיני גרעיפ דזשוס, געוואלד וואס טוט זיך מיט יין נסך?,
א בעל מכשיר וואס גיט נישט קיין שום הכשר אויף קיין שום פראדאקט, און פליצניג גיט ער א הכשר אויף גאר קאמפעצירטע אייטעם, דארף מען קוקן אויב ער האלט נישט יעצט ביים חתונה מאכן א קינד. וד"ל. ובפרט אז קיין שום אנדערע אפיציעלע אמעריקאנע הכשר אפראווד עס נישט ווי OU אדער STAR K וכו'
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2008 10:27 pm
דורך אבאמא09
שיכור האט געשריבן:דארטן אויפן קאנפרענס הערט מען מעשיות. ממש אפענע ניסים
איך האב אבער א פארשלאג
איינער זאל עפענען א קאנפרענס פאר אלע מענטשן וועם ס'האט נישט געהאלפן
נא.......... דאס טוט מען דאך דא!!!! א קאנפרענץ פון אלע מחותנים...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2008 1:06 am
דורך סאכדעס
אוקיי, איך האב זיך דיפ נאגעפרעגט, ביז איך בין אנגעקומען צו א איד א מדקדק בכשרות, וואס ער איז עס נאכגעגאנען ביז'ן סוף, און ער זאגט אז ס'איז גוט.
אויף די גרעיפדזשוס, זאגט ער אז זיי נוצן קדם.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2008 7:24 am
דורך יאהאן וואלפגאנג
סאכדעס האט געשריבן:אוקיי, איך האב זיך דיפ נאגעפרעגט, ביז איך בין אנגעקומען צו א איד א מדקדק בכשרות, וואס ער איז עס נאכגעגאנען ביז'ן סוף, און ער זאגט אז ס'איז גוט.
אויף די גרעיפדזשוס, זאגט ער אז זיי נוצן קדם.
ערשטנס, די ערשטע שורה דיינע מיט די צווייטע זענען א בפירוש'ע סתירה, וד"ל).
צווייטנס, ווער עס גייט עס טרונקען אויפן סמך פון דיינע ווערטער איז גאנץ א קליינע מדקדק בכשרות!
האסט דיך נאכגעפרעגט ביי א איד, א מדקדק בכשרות? מיר קענען הערן א נאמען פון א רב וואס זאגט אז עס איז כשר? איך פארלאז זיך נישט אויף אלע הכשרים, אפילו זיי האבן גרויסע בערד און זיי גייען יעדן טאג אין א קאכעדיגע מקוה. יא, ער קען זיין א גרויסע ענדע צדיק, און צומאל איז ער טאקע א וואוילע אינגערמאן, אבער צו כשרות דארף מען זיין אויך א קלוגער, ערפארן און טויגליך.
עס איז א גאנצע גאס אין בארא פארק, פול מיט צענדליגע רעסטאראנטן, וואס רוב דערפון האבן איין הכשר פון א געוויסער רב. עס איז טאקע זייער אינטערעסאנט אז אלע גייען צו אים, מן הסתם ווייל ער גיבט גוטע סערוויס... אסאך מאל זעה איך רעסטוראנטן וואס האבן פארלוירן זייער הכשר, און עס נעמט נישט לאנג ביז יענער רב שטעלט ארויף זיין צעטל. זעהט אויס אז ער דארף חתונה מאכן אסאך קינדער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2008 8:44 am
דורך שלעפער
די קאנפרענס ליין מיינעך אז זיי האבן אייביג א צווייטע
אבער זיי האבן א האטליין
212.990.7020