בלאט 1 פון 1

אזבעסטוס

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 30, 2008 12:19 am
דורך salads
וואס דארף מען טיען אויב מ'געפונט עס, אין וויאזוי ווערט מען פטור דערפון?!

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 30, 2008 8:34 am
דורך farshlufen

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 01, 2008 12:21 am
דורך מרן אדמו"ר
אויב מען רירט עס נישט דאס הייסט אז מען בויט נישט איז נישט קיין פראבלעם נאר אויב מען וויל עס אראפ נעמען מיז מען רופען א לייסענט קאמפעני ווייל זיי (די שטאט) איז זייער שטענג אויף דעם

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 02, 2008 10:54 pm
דורך salads
כ'וועל בעסער מסביר זיין מיין שאלה

כ'האלט ביים מופן אין א נייע/גאר גאר אלטע בילדינג, כ'וועל זיכער דארפן איבערמאכן דעם דאך פון אינעווייניג, וואס לעת עתה איז עס א שטיק שימל שטויב אין אפגעוועלקטע דזשאוועריכע.

דארף איך איינעם אפגעבן דין וחשבון אז כ'גיי צורירן צו אלטע מאטריאל? דארף איך רופן איינעם עס צו טשעקן?
אין אויב געפונט מען יא, איז דאס א טייערע זאך אפציוואשן?

קען מיך איינער קלאגן פאר'ן קיינעם נישט פרעגן וואס די שטויב איז פאר כ'האב עס אראפ גענימען?!

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 03, 2008 12:28 am
דורך salads
פארשלופן

יישר כוח פאר די לינק, כ'האב עס ערשט יעצט באמערקט.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 03, 2008 12:52 pm
דורך מעכעלע
די תירוץ איז יא, מען ברויך מעלדן.

רוף אראפ א אינדיזשעניר אין ער וועט דיר מאכן א ריפארט וואס עס טוט זיך דארט.

איך מיין די פארם הייסט ACP-5

דער פארם וועט ער סיינען אין דאס ווערט אראפ געטראגן צו די בילדינג דיפארטמענט.

טשעק איט אייט...

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 03, 2008 6:07 pm
דורך salads
אין אויב איך "ווייס נישט אז מ'דארף" אין כ'וואש עס אפ אליינס.. וואס איז די הלכה?

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 03, 2008 7:03 pm
דורך זיידעניו
זאג קיינעם נישט אויס, און נעם אפאר אמיגאויס זיי זאלן טוהן די ארבעט און וויש עס אוועק מיט א טרעקל, און ואיננו.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 03, 2008 11:41 pm
דורך salads
זיידי
פארשטייט זיך אז נאר בא כוחי.

נאר צו איז עס א קרימינאלע אקט? אדער נאר די רול'ס פון קאנטראקטונג?

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 04, 2008 6:46 am
דורך farshlufen
ר' שאלאטן, ס'איז ביידע.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 04, 2008 7:47 am
דורך יאהאן וואלפגאנג
איך ווייס נישט פונקט ווי גרויס עס איז די ריזיקע מיט "אזבעסטוס" אבער לויט וויפיל איך האב געהערט לוינט זיך נישט צורירן די מאטריאל, און עס איז זייער שעדליך. נאכמאל, איך בין ווייט פון פארשטיין וואס דאס איז פונקט, אבער איך האב פארשטאנען אז עס קען צוברענגן צום ארגסטען.

איך בין נישט זיכער וואס איך וואלט געטון אין דעם פאל, זינט איך גלייב אז עס זענען דא פראצעדורן וואס דו ווייסט נישט דערפון און עס קען זיין אז נאכדעם וואס די שפאנישע ארבייטער וועלן אפרוימען דאס הויז וועט נאך ווייטער פארבלייבן אפר ואפר פארשפרייט און צוזייעט אין אלע ווינקלען, וואס דאס אליין קען זיין געפארפול.

אין אנדערע ווערטער, פרעג נישט מיך... פרעג א פראפעסיאנאלער בוי-אונטערנעמער וואס האט אין די פארגאנגענהייט שוין געהאנדלט מיט אזעלכע פעלער.