בלאט 1 פון 1

שרעקליכע וויירוס 'שיגעלע' ווען עס גייט ארום

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 28, 2008 1:03 pm
דורך עמך איד
מיינע צוויי קינדערלעך וואלגערן זיך פאר יסורים. שוין איבער א וואך.
לויט ווי איך הער איז האלב ווילי פארסאמט דערמיט.

דו נאמען דערפון איז "סגעלע"
דו סימטמס זענען

געפערליכע שילשול. נאן סטאפ אגאנצן טאג
וואס מ'עסט גייט גלייך ארויס
בויך וויי

דו נאכווייען

אונטן פון קינד ווערט זייער אויפגעגעסן און דאס קינד קען נישט זיצן און זיך בייגן

ווער עס האט עפעס באבע עצות אדער סגולות זאל זיך אנרופען אלעס איז עקסעפטעד

טענקס












סגעלע

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 28, 2008 1:11 pm
דורך 3x0
איך בין אריינגעקומען דא, און געזען אז ס'דא א איד וואס בעט אן עצה פאר צוויי פון זיינע קינדער וואס ליידן נעבעך, קען איך נשיט ארויסגיין אן גארנשיט צו שרייבן, אבער איך האב דאך נישט מיט וואס אים צו העלפן, וועל איך כאטש געבן מיין ברכת הדיוט, אז זיי זאלן בקרוב אויסגעהיילט ווערן מיט אלע אנדערע קראנקע אידישע קינדער.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 28, 2008 1:37 pm
דורך יאנאש
3x0 האט געשריבן:איך בין אריינגעקומען דא, און געזען אז ס'דא א איד וואס בעט אן עצה פאר צוויי פון זיינע קינדער וואס ליידן נעבעך, קען איך נשיט ארויסגיין אן גארנשיט צו שרייבן, אבער איך האב דאך נישט מיט וואס אים צו העלפן, וועל איך כאטש געבן מיין ברכת הדיוט, אז זיי זאלן בקרוב אויסגעהיילט ווערן מיט אלע אנדערע קראנקע אידישע קינדער.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 28, 2008 1:45 pm
דורך farshlufen
הרב עמך דו רעדסט פון דעם?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 28, 2008 9:57 pm
דורך מאשקע
און וואס זאגט דער דאקטאר?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 29, 2008 12:18 pm
דורך קרעמער
די ריכטיגע ווארט איז "שיגעלע", ווי 'פארשלאפן' לינקט.

איך האב נישט געהערט אז האלב וומ"ס ליידט דערויף, ה' ישלח רפואה שלימה לכל חולי עמו.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 29, 2008 12:26 pm
דורך סאכדעס
השם יחוס וירחם, וישלח בקרוב רפו"ש.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 01, 2008 6:04 pm
דורך שוועמל
סאכדעס,

דו שרייבסט פון מאנטריאל און 'הערסט' אז האלב ווילי איז פארסמ'ט. (ס'גארנישט, ס'נישט קיין קשיא.)



איך ווייס נישט קעגן שיגעלע, אבער קעגן שלשול איז דא אן אויסגעפרואווטער מיטל וואס איז ווירקזאם אין רוב פעלער.

קאך אויף רייז אין א קליין טאפ מיט וואסער, גיס אראפ דאס וואסער און טרינק עס אויס. עס העלפט ממש ביז מינוטן.

רפו"ש בתוך שח"י.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 01, 2008 6:31 pm
דורך למדן
עמך איד, קודם א רפו"ש וואונטשן פאר דיינע צוויי קינדערלעך,
עס איז מיר אביסל אינטערסאנט וואס דו זאגסט אז עס האלט שוין אן כמעט א וואך, ביי מיר אין שטוב האבן עס דריי קינדערלעך געהאט פאר עטליכע וואכן צוריק, און עס האט אנגעהאלטן צווישן 24 און 48 שעה, און זיי האבן עס געהאט ממש איינס נאכ'ן צווייטן, ווען איינע[ר] איז פארטיג געוארן דערמיט, האט דער צווייטער אנגעפאנגען, אזוי אז א וואך צייט איז מיין בני בית ביזי געווען מיט די וויירוס-דיגע קינדער.
קודם האט מיין פרוי געמיינט אז ס'איז א נארמאלע בויך-ווייטאג/דייעריע/פיבער, און גענוצט אלע היימישע און אווער די קאונטער רעצעפטן, [דשינדזשער-עיל און טאוסט, רייס-קעיק, און ווייסעך-וואס] אבער נאכדעם וואס ס'דריטע קינד האט עס באקומען, האט זי שוין געפרעגט דעם דאקטאר, וועלכער האט איר שוין אויסגעזאגט דעם סוד אז דאס איז "שיגעלע", (יעצט אז זי האט שוין געוואוסט גענוי וואס דאס דריטע קינד האט, און וואס די ערשטע צוויי האבן געהאט בעפאר, איז זי שוין געווען רואיגער..) און דער דאקטאר האט איר געהייסן טאהן גענוי דאס וואס איר היימישע מאמע-געפילן האבן פון זיך אליינס געעצה'ט במשך די וואך בעפאר.
איך ווייס נישט ווי אלט דיינע קינדער זענען, אבער לאמיך דיר אויסזאגן א שטיקל סוד, ווען ס'צווייטע קינד ביי מיר האט עס אנגעפאנגען, איז פונקט געווען א מיטוואך אויפדערנאכט, און איך אלס כיטרער טאטע [און געוועזענער חדר-אינגל] האב באלד חושד געווען אז עס איז בלויז דער א.ג. "דאנערשטאג-פארהער סינדראם", און כ'האב'ן געזאגט אז ביז מארגן אינדערפרי וועט זיך זיין בויך-ווייטאג אויסהיילן, אבער מיין פרוי האט יא באלד דערקענט אז ס'איז ממש די זעלבע סימפטאמען ווי דער קלענערער האט געהאט צוויי טאג פריער, און לויט ווי זי זאגט איז ער (און זי!) א גאנצע נאכט אויפגעווען צוליב דעם שטארקן דייעריע, איך אליינס האב אבער ווי געווענליך "גארנישט געהערט"...

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 11, 2008 12:14 am
דורך שוועמל
אין אידישע וועלט איז יעצט געווען א מעלדונג איבער פארסמ'טע טאמעיטאס וואס פאראורזאכן סאלמאנעלע.

לויט די FDA זענען א טייל אנגעוויירוסט געווארן און דארפן באזייטיגט ווערן פון דיר מארקעט.

רפואה שלמה בקרוב!

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 15, 2008 3:23 pm
דורך עמך איד
אה.. פארגעסן איינצומעלדן דעם ציבור זיי פילן שוין ב"ה גוט

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 15, 2008 3:33 pm
דורך יאהאן וואלפגאנג
אה, א דאנק פארן מבשר זיין בשורות טובות. ווייסט דאך וויפיל וועלטן זענען צוריסן און צופליקט געווארן דורך מיר פאר דיינע צוויי בנים.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2008 5:03 pm
דורך Good
וואס טוציך מיט די טאמעטע וויירוס ? טאר מען נאכאלץ נישט עסן טאמעטעס ? און וואסערע סארט טאמעטעס מעג מען יא עסן ?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2008 12:01 pm
דורך ברוך
וועלכע טאמעטאס מען פארקויפט און די גראסערי און אין די רעסטאראנט מעג מען עסן, זיי רואיג,
די שטאט טאטעס לאזן נישט פארקויפן פאר די גראסערייען די נישט גוטע.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2008 1:54 pm
דורך 3x0
יאהן,

דו זאלסט אויפהערן צו פארדרייען אשכולות.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2008 2:43 pm
דורך Good
ברוך די עפ די עי האט ארויסגעגעבן א ווארענונג אז מזאל נישט עסן טאמעטעס אויב מפארקויפט עס נישט וויזוי קען מען עס עסן ?
ווי אויך איז אין די נייעס אז מענטשן ווערן נאך אלץ קראנק פון דעם

בויך ווייטאג און דיאייעריע ביי קינדער

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 07, 2013 2:32 pm
דורך שויתי'ניק
ארום נעמען דעם קינדס בויך מיט א שאל אביסל שטייף, עס האלט ווארעם און בארואיגט.

פון די עיקר זאכן וואס מ'דארף אכט געבן איז אז דאס קינד זאל חלילה נישט ווערן דיהיידערעיטעד, (נישט אייביג קען מען זען, די סימנים איז נישט נאר אויף די אויגן און די הויט) דעריבער איז זייער גוט צו געבן פידי-לייט (עס איז דא אין א טרינק און אין אייסעס)

טיי, קעמאמיל וואס בארואיגט, שווארצע ליפטאן וואס האלט איין דעם מאגן, און פעפערמינט.

באטיס פון מטרנה, ס'זאל נישט פארלירן די נוטריענטס, און פאר די הונגער. מאלן האלט זיך דאס בעסער אינעם קינד.

טשיקן זופ - דאס בעסטע אויב מ'קען עס גוט איינקאכן, עס זאל זיין שטארק קאנצענטרירט.

קאכן א האלבע גלאז רייז אין א ליטער וואסער, פאר א האלבע שעה און געבן די וואסער צו טרינקען. (ווי אויבן דערמאנט, אבער עס מוז נישט זיין אין א קליין טאפ)

רייז קעיק\קאלע\דזשינדזשער עיל...

צעריבענע עפל, אויב מ'קען עס עסן.

געבאקענע ווארעמע פאטעיטע מיט אביסל זאלץ דערויף (אן אויל וואס איז שווער פארן מאגן).

טאוסט ווי מער פארברענט, איז גוט פארן מאגן.

אסידאפילעס איז אויך זייער וויכטיג.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 07, 2013 2:51 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
יו האב איך מיך דערשראקן ביים זען די קעפל פון אשכול.

ביטע טוישן קעפל!

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 07, 2013 2:55 pm
דורך שויתי'ניק
להוי ידוע אז ס'גייט טאקע ארום (ביידיוועי כ'האב נישט געמאכט דעם קעפל, כ'האב נאר מגיב געווען דא) און דעריבער האב איך אפגעשריבן די עצות וואס כ'האב מיך באניצט דערמיט אין די לעצטע וואך.

אז דו ביזט דערשראקן זאג ביטע א תפילה פאר עמך בני ישראל ובפרט פאר תשב"ר שלא טעמו טעם חטא, אז זיי זאלן זיין געזינט און שטארק און נישט וויסן פון קיינע פראבלעמען.
ייש"כ