געזונטהייט: הרב הערשל מייזליש

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 7:08 pm

eller האט געשריבן:
eller האט געשריבן:האט איינער די טשארט פון אלע פרוכט און וועדזטעבעלס וויפיל קארבס און פראטין ס'האט ???

????
א גרויסן דאנק

פרוכט און וועדזטעבעלס האבן בערך 0 פראטין.
צוגעלייגטע
CarbCounter.pdf
(62.62 KiB) דאונלאודעד 97 מאל

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4782
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:11 pm

פארשער האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
eller האט געשריבן:האט איינער די טשארט פון אלע פרוכט און וועדזטעבעלס וויפיל קארבס און פראטין ס'האט ???

????
א גרויסן דאנק

פרוכט און וועדזטעבעלס האבן בערך 0 פראטין.

א גרויסן דאנק
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » זונטאג דעצמבער 31, 2017 2:32 pm

eller האט געשריבן:
eller האט געשריבן:איך האב געהערט אויף איינע פון די ערשטע אינטערוויאס פון הרב מייזליש די גרויסע מעלות פון מילגרוים אבער איין זאך קען איך נישט פארשטיין עס איז דאך פון די מערסטע קארבס פרוכט פארוואס שטיפט ער עס . קען מיר איינער עס אויסקלארן ?
(איך בין אויף א לאו קארב דייעט כוויל וויסן צו איך קען עס עסן .)

???


איך האב אליין געהערט פון הרב מייזליש אויף איינס פון די שיעורים ווי ער ערווענט אז מילגרוים האט א גרויסע חסרון אז עס איז פיל מיט קארבס, דהיינו עס איז גיט מצד אחד און שלעכט מצד אחר.

געדענק אז לכולי עלמא איז אביסל קארבס א טאג נישט שלעכט און גאר וויכטיג, ממילא אויב די עסט למשל נאר אביסל מילגרוים, מיט נאך א רעפטל ברויט פאר שחרית, און די איבריגע עסן איז פעט און פראטין שטייסטו נאך אלס גיט לויט רב מייזעלס
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » זונטאג דעצמבער 31, 2017 2:56 pm

מצפים לישועה האט געשריבן:וועגן די שיטה פון הרב מייזליש פון אסאך פרוטין און וייניג קארבס, פארוואס גיין נאך א שיטה וואס רוב מומחים סיי פון די conventional זייט און סיי פון די alternative זייט האלטן אז סאיז נישט קיין געזונטע שיטה, און אפילו ד"ר אטקינס איז מודה אז vegan דייעט איז גאר גזונט און קען היילן מחלות, ער זאגט נאר אז סגרינגער צו האלטן זיין דייעט.


איך ווייס נישט פונקטליך וואס די vegan דייעט איז, אבער אויבנאויף מיינט דאס אז מען עסט נישט קיין שום זאך פון בעלי חיים, דאס איז שרעקליך אוימאויסגעהאלטן.

לאמיר דא אויסשמועסן עטליכע נקודות איבער די נושא, ובתוך זה יתבהר לך פארוואס בכלל איך האלט פון הערשל מייזעלס דייעט, און פארוואס עס מאכט סענס לויט דברי חז"ל.

א) אין פילע פלעצער אין דברי חז"ל טרעפט מען די מעלה פון פלייש, האי דלא אמרית לך באורתא דלא אכילנא בישרא דתורא... געדענקסט אזא חז"ל? אזוי איז דא נאך פילע פלעצער אין חז"ל ווי מען טרעפט די מעלה פון פלייש, אז עס פרישט אויף די קאפ, עס העלפט צום געזונט.

לויט די היינטיגע דאקטוירישע כופרישע מיינונג, איז פלייש פון די ערגסטע זאכן. אויף דעים האט שוין מיין זיידע ר' יענקלע כהן געשריגן אז די מיינונג פון די היינטיגע כופרים זענען כפירה בדברי חז"ל.

ב) בדברי הרמב"ם זעהט מען קלאר אז פירות איז נישט קיין געזונטע זאך!!!! יא, הערסט גיט? פירות איז נישט געזינט, דאס איז וואס דער רמב"ם שרייבט אין הלכות דעות ואל ירבה בפירות האילן, (איך האב נישט די לשון פאר מיר, קוק אליינס אריין).

אויף קיין שום אנדערע נערמאלע עסן שרייבט נישט דער רמב"ם ואל ירבה, עס לאזט זיך נאר זאגן, אז דער רמב"ם איז אן ענליכע שיטה ווי די שיטה פון רב מייזעלס, עטקין וכו', אז פרוכט האט צופיל קארבס, ממילא איז דאס נישט געזינט צופיל דערפון.

ג) אויף פלייש ווערט נישט דערמאנט כי הוא זה אין רמב"ם, אז דאס זאל נישט זיין געזינט, דער רמב"ם רעדט נאר, וואס מען זאל עסן קודם וואס מען זאל עסן נאכדעים, דהיינו קודם די גרינגערע עסן, און דערנאך די שווערערע עסן, אבער בכלל אויף פלייש, זאגט ער נישט קיין רמז ורמיזא אז דאס איז נישט געזינט, אויף פרוכט יא! שטימט דאס מיט הערשל מייזליש אדער נישט??? זאג אליינס די תירוץ.

ד) גראדע איז מיר נאך אלס נישט 100% קלאר מיט וועלכע שיטה דער רמב"ם גייט, ווייל אויף דריי פרוכט זאגט דער רמב"ם אז עס איז נישט קיין פראבלעים צו עסן, א) מאנדלעך ב) טרויבן ג) (האב איך פארגעסן....), מילא מאנדלעך פארשטיי איך, אבער לכאורה טרויבן איז דאך מלא קארב'ס, דאס איז מיר א שטיקל צריך עיון.

איינער האט געוואלט זאגן, אז לשיטת הרמב"ם איז פון די געזינסטע זאכן צו האבן א לויזע מאגן, און זיך רייניגן כסדר (וואס אגב איז דא פאר דעים היינט די קעלאניק), און ממילא איז גיט צו עסן טרויבן ווייל עס העלפט פאר א לויזע מאגן, וס"ל שיצא הפסדו בשכרו. ותירוץ זה לא נתקבל אל לבי ועדיין צריך עיון די קלארקייט פון די נושא.

אבער דאס איז קלאר אז באופן כללי האלט דער רמב"ם ווי אלע מימרות פון חז"ל אז פלייש איז פון די געזינטסע זאכן, און צופיל קארבס, צוקער, איז פון די ערגסטע זאכן.

ה) הרב מייזעלס האלט (אזוי האט מיר אויסגעזעהן עטליכע מאל פון זיין רעדן) אז מען קען נישט בעצם ברענגען צופיל א ראי' פון ספרי הרפואה פון טויזענט יאר צוריק, ונכלל בזה הרמב"ם, ווייל נשתנו הטבעים.
איבער דעים נעם איך מיך די רעכט צו קריגן מיט מורי רב מייזעלס, מען קען זיך יא פארלאזן אויפ'ן רמב"ם, נשתנו הטבעיים איז נישט קיין כלליות'דיגע ווארט, עס זאגט זיך נאר אויף א זאך וואס די מציאות שרייט אנדערש אין פנים, דעמאלסט זאגט מען אמאל נשתנו הטבעים, אבער מען קען נישט מכח דעים אפ'פסל'ן יעדע זאך פון אמאל ווייל נשתנו הטבעיים.

ו)פאר די וואס ווילן זאגן נשתנו הטבעיים, ממילא איז היינט פלייש שוין נישט געזינט, איז דאס שטותים והבלים מכח כמה סיבות, ואחד מהם, איז קודם כל, אז שווערע הונדערטער דאקטוירים און טויזענטער עקספערטן, זאגן ווייטער אז פלייש איז געזינט, איז פארוואס זאל איך זיי נישט גלייבן ווען עס שטימט זייער גיט מיט דברי חז"ל.

נאך א זאך, איז משמע אז דאס אז פלייש העלפט פאר'ן געזינט און פאר'ן מח, איז א זאך וואס איז א מציאות אין די בריאה, ביי דעים איז נישט אזוי ווייט שייך צו זאגן נשתנו הטבעיים, ויש לעיין בזה.

תמצית היוצא, אז די שיטת הרמב"ם באופן כללי, הלקוחה מדברי חז"ל איז גאר שטארק אין איינקלאנג מיט די שיטה פון רב מייזעלס, לאו קארב, אסאך פעט און פראטין, און די שיטה פון די אנדערע פאררוקטע דאקטוירים איז הויל לופט, (לעת עתה טראכט איך אז אפשר גאר די צעב"ח גרופעס האבן א יד דערין, אז מען זאל נישט עסן קיין בעלי חיים, אנטקעגן די רשות וואס השי"ת האט געגעבן פאר די מענטשן, תיפח רוחם, כי הקב"ה הוא הרחמן הגדול ויודע מה שנצרך ומותר לבריותיו, ואין מי שיש לו רחמנות יותר ממנו)
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1025
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » זונטאג דעצמבער 31, 2017 4:10 pm

סידיראם האסט געשריבן א לאנגע מגילה אבער מיין שאלה האסטו נישט געענטפערט, בשלמא איינער וואס האלט אז ער איז באמת א מומחה און האלט אז הערשל מייזלס דיאעט איז געזונט ניחא, אבער איינער וואס איז נישט קיין מומחה פארוואס זאל ער נישט מאכן א דייעט וואס לכו״ע איז געזונט, הייינט איז די רעגירונג העלט עידזשענסיס אויך מודה אז וויגען דייעט אויב מען מאכט דאס ריכטיג איז דאס זייער געזונט, אויך האב איך אליין געהערט פון דר אטקינס אז ער איז מודה אז וויגען דייעט איז א געזונטע דייעט, און מקען נישט לייקענען דעם פאקט אז רוב המכריע פון די מומחים האלטן אז היי ענימעל דייעט איז זייער נישט געזונט, און אויב די פראדוקטן זענען נישט ארגעניק איז כמעט כו״ע מודה אז סאיז נישט געזונט.

popo
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 02, 2017 11:38 am

תגובהדורך popo » זונטאג דעצמבער 31, 2017 4:23 pm

אין איינע פון די שיעורים האב איך געהערט ר' הערשל'ס שיעור אויף די ענין פון פת שחרית, ברענגט ער דריי "תירוצים" מסביר צו זיין די חז"ל. ערשטענס דערמאנט ער א שיטה יחידאה אז פת שחרית איז א סגולה אזוי ווי אלע סגולות וואס חז"ל האבן געשריבן וואס איז דוקא פון געוויסע חטים און נאך תנאים וואס די גמרא דערמאנט, אבער למעשה אלע פוסקים נעמען אן בפשטות אז פת שחרית מיינט "פשוט'ע ברויט".
די צווייטע טענה זאגט ער אז אמאליגע ווייץ איז געווען מער געזונט, - וואס כלפי די קארבס האט ער גארנישט פארענטפערט.
און דריטנס זאגט ער אז ברויט עסט מען נאר א רעפטל און עס איז נישט די עיקר סעודה, - ווי איז משמע אז מ'עסט מער פלייש אין די סעודה ווי ברויט? אין חז"ל שטייט אז די "ברויט" זעטיגט, חז"ל שרייבן איבער די תועלת פון ברויט, און אודאי פון פת שחרית, אפשר נאכמער ווי פון פלייש, אויף פלייש ווערט טאקע דערמאנט די ענין אז ס'גיט כוח, אבער די לשון "סעודה" גייט נאר אויף ברויט "ולחם לבב אנוש יסעד".

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » זונטאג דעצמבער 31, 2017 4:27 pm

איך געדענקט גיט די שיעור פון רב מייזעלס איבער פת שחרית.

לענ"ד איז די קשיא בכלל נישט שווער, דהיינו ווי אויבנדערמאנט אז לכולי עלמא איז עפעס קארבס וויכטיג, און אפילו לויט שיטת עטקין מעג מען עסן צוויי רעפטלעך ברויט וואס פארמאגט צוזאמען בערך 25-30 גראם קארבס. לויט עטקינס איז די צאל קארבס ערלויבט א טאג ביי בערך 70 אביסל ארויף אביסל אראפ.

אויב אזוי זעה איך נישט קיין שום קשיא, מען עסט זיך אן מיט א רעפטל אדער צוויי אינדערפרי, און מען איז יוצא דברי חז"ל איבער פת שחרית, ויוצא ג"כ (להבדיל...) שיטת עטקין.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » זונטאג דעצמבער 31, 2017 4:31 pm

מצפים לישועה איך פארשטיי נישט דיין קשיא? vegan דייעט אנטהאלט נישט קיין שום זאך פון א בעל חי, לויט חז"ל - און איבריג צו זאגן לויט די מציאות אויך - מיז א מענטש האבן כסדר דברים היוצא מן החי, אז נישט איז דאס א פשוט'ע סיגוף, עס פעלט אים פון די נויטיגע נערונג, ווי דערמאנט אין הלכות תשעה באב זיך צו מונע זיין פון דבר היוצא מן החי.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1025
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » מאנטאג ינואר 01, 2018 5:13 am

און יערות דבש און אין מדרש תלפיות פון בעל שבט מוסר שטייט , אז ווען א מענטשן ואלט נאר גגעסן ברויט ה, און נישט די אלע שווערע פעטע עסן אזוי ווי פלייש וכדומה, ואלט ער קיינמאל א נישט קראנק געווען, און אזוי שטייט און ילקוט מעם לועז אז די סיבה פארוואס די אמא ליגע דורות האבן געלעבט לאנג איז ווייל זיי האבן האבן נישט גגעסן דברים מן החי.

דאס וואס שטייט אז פלייש גיט כח דאס איז קיין שום ספק אז פלייש האט אסאך מעלות, נאר לאורך זמן שאט דאס און מדארף טאקע וויסן וועלכע זאכן צו עסן שאטס פלייש אז סזאל נישט פעלן די זאכן וואס מהאט פון פלייש.

סוף דבר עטקינס דיאטה איז נישט מומלץ פין רוב המכריע פון מומחים און אויך לויט אונזערע ספרים, און אויב סאיז נישט ארגעניק איז דאס קיינער נישט ממליץ, לעומת זאת האלטן רוב מומחים אז וויגען דייעט אויב מען מאט דאס ריכטיג איז דאס מורעדיג געזונט, און טויזענטער מענטשן האבן זיך אויסגהיילט פון די שווערסטע מחלות דורך דעם.

מושך חסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

תגובהדורך מושך חסד » מאנטאג ינואר 01, 2018 8:33 am

מצפים לישועה האט געשריבן:לעומת זאת האלטן רוב מומחים אז וויגען דייעט אויב מען מאט דאס ריכטיג איז דאס מורעדיג געזונט, און טויזענטער מענטשן האבן זיך אויסגהיילט פון די שווערסטע מחלות דורך דעם.

פון ווי קומט די אינפארמאציע?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9392
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג ינואר 01, 2018 8:46 am

מצפים לישועה האט געשריבן:און יערות דבש און אין מדרש תלפיות פון בעל שבט מוסר שטייט , אז ווען א מענטשן ואלט נאר גגעסן ברויט ה, און נישט די אלע שווערע פעטע עסן אזוי ווי פלייש וכדומה, ואלט ער קיינמאל א נישט קראנק געווען, און אזוי שטייט און ילקוט מעם לועז אז די סיבה פארוואס די אמא ליגע דורות האבן געלעבט לאנג איז ווייל זיי האבן האבן נישט גגעסן דברים מן החי.

דאס וואס שטייט אז פלייש גיט כח דאס איז קיין שום ספק אז פלייש האט אסאך מעלות, נאר לאורך זמן שאט דאס און מדארף טאקע וויסן וועלכע זאכן צו עסן שאטס פלייש אז סזאל נישט פעלן די זאכן וואס מהאט פון פלייש.

סוף דבר עטקינס דיאטה איז נישט מומלץ פין רוב המכריע פון מומחים און אויך לויט אונזערע ספרים, און אויב סאיז נישט ארגעניק איז דאס קיינער נישט ממליץ, לעומת זאת האלטן רוב מומחים אז וויגען דייעט אויב מען מאט דאס ריכטיג איז דאס מורעדיג געזונט, און טויזענטער מענטשן האבן זיך אויסגהיילט פון די שווערסטע מחלות דורך דעם.

א פינקטליכע מראי מקום ביטע?

popo
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 02, 2017 11:38 am

תגובהדורך popo » מאנטאג ינואר 01, 2018 11:15 am

סידיראם האט געשריבן:איך געדענקט גיט די שיעור פון רב מייזעלס איבער פת שחרית.

לענ"ד איז די קשיא בכלל נישט שווער, דהיינו ווי אויבנדערמאנט אז לכולי עלמא איז עפעס קארבס וויכטיג, און אפילו לויט שיטת עטקין מעג מען עסן צוויי רעפטלעך ברויט וואס פארמאגט צוזאמען בערך 25-30 גראם קארבס. לויט עטקינס איז די צאל קארבס ערלויבט א טאג ביי בערך 70 אביסל ארויף אביסל אראפ.

אויב אזוי זעה איך נישט קיין שום קשיא, מען עסט זיך אן מיט א רעפטל אדער צוויי אינדערפרי, און מען איז יוצא דברי חז"ל איבער פת שחרית, ויוצא ג"כ (להבדיל...) שיטת עטקין.


האסט נישט פארשטאנען די קשיא, וואס איז טייטש יסעד? ס'נישט א חלק פון די דייעט און די פראוטין איז דאס וואס זעטיגט, נאר לחם - זאגן חז"ל - לבב אנוש יסעד.

מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1025
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » מאנטאג ינואר 01, 2018 1:43 pm

מושך חסד האט געשריבן:
מצפים לישועה האט געשריבן:לעומת זאת האלטן רוב מומחים אז וויגען דייעט אויב מען מאט דאס ריכטיג איז דאס מורעדיג געזונט, און טויזענטער מענטשן האבן זיך אויסגהיילט פון די שווערסטע מחלות דורך דעם.

פון ווי קומט די אינפארמאציע?

סאיז דא אן א שיעור דוקטוירים וואס זענען מעיד אויף דעם, איך קען אפאר מענטשן וואס האבן זיך גהיילט פון קענסער פון אזעלעכע סארט דייעטס, א דאקטער וואס הייסט ערן אשחר האט מיר געגעבן א רשימה פון הונדרעט פון זיינע פאציענטן מיט נעמען און טעלעפואן נומערן וואס ער האט געהיילט פון הארץ קראנקהייטן, דייעביטיס, און נירן קראנקהייט, און קענסער און נאך אסאך מחלות.

מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1025
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » מאנטאג ינואר 01, 2018 1:45 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
מצפים לישועה האט געשריבן:און יערות דבש און אין מדרש תלפיות פון בעל שבט מוסר שטייט , אז ווען א מענטשן ואלט נאר גגעסן ברויט ה, און נישט די אלע שווערע פעטע עסן אזוי ווי פלייש וכדומה, ואלט ער קיינמאל א נישט קראנק געווען, און אזוי שטייט און ילקוט מעם לועז אז די סיבה פארוואס די אמא ליגע דורות האבן געלעבט לאנג איז ווייל זיי האבן האבן נישט גגעסן דברים מן החי.

דאס וואס שטייט אז פלייש גיט כח דאס איז קיין שום ספק אז פלייש האט אסאך מעלות, נאר לאורך זמן שאט דאס און מדארף טאקע וויסן וועלכע זאכן צו עסן שאטס פלייש אז סזאל נישט פעלן די זאכן וואס מהאט פון פלייש.

סוף דבר עטקינס דיאטה איז נישט מומלץ פין רוב המכריע פון מומחים און אויך לויט אונזערע ספרים, און אויב סאיז נישט ארגעניק איז דאס קיינער נישט ממליץ, לעומת זאת האלטן רוב מומחים אז וויגען דייעט אויב מען מאט דאס ריכטיג איז דאס מורעדיג געזונט, און טויזענטער מענטשן האבן זיך אויסגהיילט פון די שווערסטע מחלות דורך דעם.

א פינקטליכע מראי מקום ביטע?

וואס זאל איך טוהן אז איך געדענק נישט דעם מראה מקום, דער מעם לועז איז אדער סוף פרשת בראשית אדער סוף פרשת נח.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9392
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג ינואר 01, 2018 3:14 pm

מצפים לישועה האט געשריבן:
מושך חסד האט געשריבן:
מצפים לישועה האט געשריבן:לעומת זאת האלטן רוב מומחים אז וויגען דייעט אויב מען מאט דאס ריכטיג איז דאס מורעדיג געזונט, און טויזענטער מענטשן האבן זיך אויסגהיילט פון די שווערסטע מחלות דורך דעם.

פון ווי קומט די אינפארמאציע?

סאיז דא אן א שיעור דוקטוירים וואס זענען מעיד אויף דעם, איך קען אפאר מענטשן וואס האבן זיך גהיילט פון קענסער פון אזעלעכע סארט דייעטס, א דאקטער וואס הייסט ערן אשחר האט מיר געגעבן א רשימה פון הונדרעט פון זיינע פאציענטן מיט נעמען און טעלעפואן נומערן וואס ער האט געהיילט פון הארץ קראנקהייטן, דייעביטיס, און נירן קראנקהייט, און קענסער און נאך אסאך מחלות.

א דאקטער וואס גיבט ארויס נומערן און נעמען פון זיינע פאציענטן קען מען און מען טאר אים נישט טראסטן.

נאכן באקומען די ליסטע, האסטו אנגערופן די מענטשן?

די מענטשן וואס די קענסט וואס זענען געהיילט געווארן, קען איך אפשר האבן נעמען [ברשותם]?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9392
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג ינואר 01, 2018 3:16 pm

די יערות דבש לכאורה האב איך געטראפן, ח"א דרוש ו', וז"ל: כן ימים אלו עלולים לחולי נפש, והתשובה יותר מועילה מכל ימים, דהיינו בתיקון גדרים, והעיקר בתשובה להרחיק המותרות, כי כל גרם עונות הוא מותרות בתענוגים, מותרות וכו', מותרות בבגדים, וכאשר אמרתי כמה פעמים, פת של שחרית וקיתון של מים מציל מכל מחלה ומן מזיקין (ב"ק צב ע"ב ב"מ קי ע"ב), הכונה הסתפקות, שלא יבקש אדם מעדנים ותענוגות בני אדם, ברבורים ובשר שמן ויין רקח עסיס רמונים, כי זה מביא לידי מחלה וצער ודאגה ויגון ותוגה, ומזיקים שולטים בו, כי הוא מלא פשע וחבר לאיש משחית, אבל המרגיל עצמו לאכול לחם ומים, ובזה יהיה די סיפוקו, וזה יאכל בבקר בבקר לסעוד הלב ולחזק כחו, ואז יצא אדם לפעלו עבודת הקודש, ויהיה טוב לגופו, בריא אולם, לא ירגיש בשום חולי, ויהיה טוב לנשמתו:

דאס מיין פריינט מיינט פארדרייט ווערטער, ער רעדט דא מצד מותרות, אז מותרות בכלל איז גורם די אלע שלעכטס, צו עצם פעטע פלייש איז געזונט צו נישט האט נישט צו דעם.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3089
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג ינואר 01, 2018 5:01 pm

וואסי די מעשה מיט שמאלץ העררינג? געזונט? נישט?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג ינואר 01, 2018 8:48 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:די יערות דבש לכאורה האב איך געטראפן, ח"א דרוש ו', וז"ל: כן ימים אלו עלולים לחולי נפש, והתשובה יותר מועילה מכל ימים, דהיינו בתיקון גדרים, והעיקר בתשובה להרחיק המותרות, כי כל גרם עונות הוא מותרות בתענוגים, מותרות וכו', מותרות בבגדים, וכאשר אמרתי כמה פעמים, פת של שחרית וקיתון של מים מציל מכל מחלה ומן מזיקין (ב"ק צב ע"ב ב"מ קי ע"ב), הכונה הסתפקות, שלא יבקש אדם מעדנים ותענוגות בני אדם, ברבורים ובשר שמן ויין רקח עסיס רמונים, כי זה מביא לידי מחלה וצער ודאגה ויגון ותוגה, ומזיקים שולטים בו, כי הוא מלא פשע וחבר לאיש משחית, אבל המרגיל עצמו לאכול לחם ומים, ובזה יהיה די סיפוקו, וזה יאכל בבקר בבקר לסעוד הלב ולחזק כחו, ואז יצא אדם לפעלו עבודת הקודש, ויהיה טוב לגופו, בריא אולם, לא ירגיש בשום חולי, ויהיה טוב לנשמתו:

דאס מיין פריינט מיינט פארדרייט ווערטער, ער רעדט דא מצד מותרות, אז מותרות בכלל איז גורם די אלע שלעכטס, צו עצם פעטע פלייש איז געזונט צו נישט האט נישט צו דעם.


אט אזוי, דער יערות דבש רעדט נישט כי הוא זה אז פלייש איז א שלעכטע מאכל, ער רעדט נאר פון די געדאנק אז מען זאל עסן רק כדי חיותו כענין שאמרו חז"ל כך הוא דרכה של תורה פת במלח תאכל ומים במשורה תשתה וכו', ווי קענסטו פון דעים ארויסנעמען אז פלייש איז נישט געזינט? ממש פארדרייט די ווערטער.

פון אלע חז"ל'ן זעהט מען פונקט פארקערט אז פלייש איז שטארק געזינט, נאר מען טאר זיך נישט איבערעסן ווייל דאס איז גאר שלעכט זיך איבערצועסן, פון יעדע סארט עסן, ווי אויך זאל מען נאר עסן לשם שמים נישט לשם תאוות ומותרות, ווי דער יערות דבש איז טאקע דא מזהיר.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג ינואר 01, 2018 8:50 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:וואסי די מעשה מיט שמאלץ העררינג? געזונט? נישט?


דאכט זיך מיר אז דאס איז נכלל אין די דגים מלוחים וואס דער רמב"ם רעדט אז דאס איז נישט געזינט, אבער אפשר רעדט ער דארט נאר פון דגים גדולים מלוחים, וואס הערינג איז נישט נכלל אין דעים.

איך טראכט נאר הויך, איך האב נישט דעים רמב"ם דא פאר מיר.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג ינואר 01, 2018 8:52 pm

popo האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:איך געדענקט גיט די שיעור פון רב מייזעלס איבער פת שחרית.

לענ"ד איז די קשיא בכלל נישט שווער, דהיינו ווי אויבנדערמאנט אז לכולי עלמא איז עפעס קארבס וויכטיג, און אפילו לויט שיטת עטקין מעג מען עסן צוויי רעפטלעך ברויט וואס פארמאגט צוזאמען בערך 25-30 גראם קארבס. לויט עטקינס איז די צאל קארבס ערלויבט א טאג ביי בערך 70 אביסל ארויף אביסל אראפ.

אויב אזוי זעה איך נישט קיין שום קשיא, מען עסט זיך אן מיט א רעפטל אדער צוויי אינדערפרי, און מען איז יוצא דברי חז"ל איבער פת שחרית, ויוצא ג"כ (להבדיל...) שיטת עטקין.


האסט נישט פארשטאנען די קשיא, וואס איז טייטש יסעד? ס'נישט א חלק פון די דייעט און די פראוטין איז דאס וואס זעטיגט, נאר לחם - זאגן חז"ל - לבב אנוש יסעד.


נא, ווער זאגט דען נישט אז ברויט זעטיגט? עטקין האלט אויך אזוי, מען רעדט נאר וויפיל מען זאל עסן פון די ברויט לענין הבריאות.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3089
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג ינואר 01, 2018 11:51 pm

סידיראם האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:וואסי די מעשה מיט שמאלץ העררינג? געזונט? נישט?


דאכט זיך מיר אז דאס איז נכלל אין די דגים מלוחים וואס דער רמב"ם רעדט אז דאס איז נישט געזינט, אבער אפשר רעדט ער דארט נאר פון דגים גדולים מלוחים, וואס הערינג איז נישט נכלל אין דעים.

איך טראכט נאר הויך, איך האב נישט דעים רמב"ם דא פאר מיר.

זייטדזשע מיר מוחל אבער איך פיר זיך נישט מיט אלעם ווי דער רמב"ם מעדיצינישער פארשריפן. איך פרעג לויט רב מייזליש דייעטע.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1025
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » דינסטאג ינואר 02, 2018 5:30 am

מאריה דאברהם מקען נישט ליינען אפענע ווערט ער:

שלא יבקש אדם מעדנים ותענוגות בני אדם, ברבורים ובשר שמן ויין רקח עסיס רמונים, כי זה מביא לידי מחלה וצער ודאגה ויגון ותוגה,

אבל המרגיל עצמו לאכול לחם ומים, ובזה יהיה די סיפוקו, וזה יאכל בבקר בבקר לסעוד הלב ולחזק כחו, ואז יצא אדם לפעלו עבודת הקודש, ויהיה טוב לגופו, בריא אולם, לא ירגיש בשום חולי

מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1025
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » דינסטאג ינואר 02, 2018 5:51 am

למעלה משבעים האט געשריבן:די יערות דבש לכאורה האב איך געטראפן, ח"א דרוש ו', וז"ל: כן ימים אלו עלולים לחולי נפש, והתשובה יותר מועילה מכל ימים, דהיינו בתיקון גדרים, והעיקר בתשובה להרחיק המותרות, כי כל גרם עונות הוא מותרות בתענוגים, מותרות וכו', מותרות בבגדים, וכאשר אמרתי כמה פעמים, פת של שחרית וקיתון של מים מציל מכל מחלה ומן מזיקין (ב"ק צב ע"ב ב"מ קי ע"ב), הכונה הסתפקות, שלא יבקש אדם מעדנים ותענוגות בני אדם, ברבורים ובשר שמן ויין רקח עסיס רמונים, כי זה מביא לידי מחלה וצער ודאגה ויגון ותוגה, ומזיקים שולטים בו, כי הוא מלא פשע וחבר לאיש משחית, אבל המרגיל עצמו לאכול לחם ומים, ובזה יהיה די סיפוקו, וזה יאכל בבקר בבקר לסעוד הלב ולחזק כחו, ואז יצא אדם לפעלו עבודת הקודש, ויהיה טוב לגופו, בריא אולם, לא ירגיש בשום חולי, ויהיה טוב לנשמתו:

דאס מיין פריינט מיינט פארדרייט ווערטער, ער רעדט דא מצד מותרות, אז מותרות בכלל איז גורם די אלע שלעכטס, צו עצם פעטע פלייש איז געזונט צו נישט האט נישט צו דעם.

מיין פריינד אויב פלייש איז געזונט און ברויט איז אומגעזונט, ווי קען מען זאגן אז פלייש איז מותרות? צו עסן געזונט איז מותרות? דער יערות דבש פארלאנגט מען זאל עסן אויף א אופן וואס ברענגט קרענק רח"ל און איז נאך מבטיח אז דורך דעם וועלט מען נישט וויסן פון קיין חולי? לויט הערשל מייזליש ואלט מען געדארפט מאכן המוציא בשר מן הבהמה אויף די פלייש ה און מיט דעם פטרן די ברויט מיט די גאנצע סעודה. ,

מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1025
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » דינסטאג ינואר 02, 2018 5:52 am

ווער איז דער וואס פארדרייט די ווערטער?

מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1025
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » דינסטאג ינואר 02, 2018 6:09 am

למעלה משבעים האט געשריבן:
מצפים לישועה האט געשריבן:
מושך חסד האט געשריבן:
מצפים לישועה האט געשריבן:לעומת זאת האלטן רוב מומחים אז וויגען דייעט אויב מען מאט דאס ריכטיג איז דאס מורעדיג געזונט, און טויזענטער מענטשן האבן זיך אויסגהיילט פון די שווערסטע מחלות דורך דעם.

פון ווי קומט די אינפארמאציע?

סאיז דא אן א שיעור דוקטוירים וואס זענען מעיד אויף דעם, איך קען אפאר מענטשן וואס האבן זיך גהיילט פון קענסער פון אזעלעכע סארט דייעטס, א דאקטער וואס הייסט ערן אשחר האט מיר געגעבן א רשימה פון הונדרעט פון זיינע פאציענטן מיט נעמען און טעלעפואן נומערן וואס ער האט געהיילט פון הארץ קראנקהייטן, דייעביטיס, און נירן קראנקהייט, און קענסער און נאך אסאך מחלות.

א דאקטער וואס גיבט ארויס נומערן און נעמען פון זיינע פאציענטן קען מען און מען טאר אים נישט טראסטן.

נאכן באקומען די ליסטע, האסטו אנגערופן די מענטשן?

די מענטשן וואס די קענסט וואס זענען געהיילט געווארן, קען איך אפשר האבן נעמען [ברשותם]?

דער דאקטער האט זיי געפרעגט רשות.

איך האב נישט אנגערופן די מענטשן ווייל סאיז מיר נישט געווען נוגע ווייל איך האב געזען אסאך פילעמס פון מענטשן טייל פון זיי היימישע חסידישע מענטשן וואס זאגן אז ער האט זיי געהיילט פון צוקער און נירן פעלער און נאך, מקען זען די פילעמס אויף דער וועבסייט פון דעם דאקטער, מיין זוהן פלעגט בערכן אפאר מאל א ןןאך, נאך מאכן זיין דייעט האט ער אינגאנצן אויפגעהערט צו ברעכן, ווען ער האט נאכגעלאזט דעם דייעט האט ער נאך א שטיק צייט צוביסליך נאכאמאל אנגעהויבן צו ברעכן און ליידן פון עצירות און אויפזיין ביינאכט, לעצטנס האט ער צוריק אנגעהויבן די דייעט שטרענג און אלע פראבלעמען זענען אוועק געגאנגען.

די מענטשן וואס קען בין איך נישט היימיש מיט זיי צו בעיטן ארויס געבן זייער טעלעפאן נומער, פונדעסטוועגן אויב סאיז דיר באמת נוגע למעשה וועל איך בלי״נ זיי פרעגן.


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט