געזונטהייט: הרב הערשל מייזליש

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

געזונטהייט: הרב הערשל מייזליש

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג אפריל 06, 2008 6:00 pm

איך האב מיר נישט געפוילט און כ'שלעפ ארובער פון זיין זייטל עפעס א הערליכע ארבעט פון בלעטעטלך אויף פסח נאכן הערן זיינע שעורים אויף קול מבשר


http://www.friendswithdiabetes.org/guides.html" onclick="window.open(this.href);return false;

די אנדערע לינקס גייט מיר עפעס נישט

אבער כאפסט א בלינק עס איז סאמטינג ספעשאל

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג אפריל 06, 2008 6:13 pm

http://www.friendswithdiabetes.org/File ... orWarD.pdf
http://www.friendswithdiabetes.org/File ... nglish.pdf
http://www.friendswithdiabetes.org/File ... adimah.pdf
http://www.friendswithdiabetes.org/File ... -Sweet.pdf

Picture of actual K'Zayis for Matzah
http://www.friendswithdiabetes.org/File ... Hebrew.pdf
http://www.friendswithdiabetes.org/File ... nglish.pdf
Print ONLY on legal paper (8.5 by 14), set to landscape. Also make sure to UNCHECK the following settings in the print dialog box: "Shrink oversized pages to paper size" and "Expand small pages to paper size" and "Auto rotate and center pages". If you leave them checked Adobe will change the dimensions of the graph, which will give you false amounts for the Shiurim.

Page 1 Thin Matzah (9 Matzahs per pound)

Page 2 Thick Matzah (6 Matzahs per pound)

http://www.friendswithdiabetes.org/File ... ch5764.pdf

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18095
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מאי 11, 2008 12:46 pm

איך האב אויסגעהערט זיין דרשה וואס ער האט געזאגט אין מאנסי ביים דינער פון פאפא מוסדות, ער זאגט זייער גוט,

איצט פארשטיי איך שוין פארוואס "הני בבלאי טפשאי דאכלי נהמא בנהמא",
איך טראכט אז פשט איז, ווייל זיי עסן נהמי בנהמי, וואס דאס איז צופיל קארבס אן קיין פראטיען, איז עס גורם אז דער קאפ ארבייט נישט ווי געהעריג.
לעצט פאראכטן דורך farshlufen אום זונטאג מאי 11, 2008 12:52 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » זונטאג מאי 11, 2008 12:52 pm

farshlufen האט געשריבן:איך האב אויס געהערט זיין דרשה וואס ער האט געזאגט אין מאנסי ביים דינער פון פאפא מוסדות, ער זאגט זייער גוט,

איצט פארשטיי איך שוין פארוואס הני בבלאי טפשאי דאכלי נהמא בנהמא, איך טראכט אז פשט איז, ווייל זיי עסן נהמי בנהמי, וואס דאס איז צופיל קארבס אן קיין פראטיען, איז עס גורם אז דער קאפ ארבייט נישט ווי געהעריג.


עס איז א זיס ווארט, און מאנכע דאקטוירים האלטען אז עס איז אן אמת'ע ווארט.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
געפילטע פיש
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2008 12:59 pm
לאקאציע: אין טאפ

תגובהדורך געפילטע פיש » זונטאג מאי 11, 2008 12:54 pm

איך האב אויך געקויפט דעם טעיפ, נאר נאכנישט אויסגעהערט, מען זאגט אז איז ממש מורא'דיג

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » זונטאג מאי 11, 2008 12:58 pm

איך בין געווען דארט ביים דיננער און די רעאקציע פון די עולם איז געווען צוויי פאכיג.

1)ער זאגט דאך נישט קיין חידושים, אלעס האבן מיר דאך שוין געהערט אויף קול מבשר.

2)ווי אזוי שעמט זיך נישט א מוסד אויף צושטעלען אזא רעדנער רעדן וועגען די שעדליכקייט פון די לאנטשעס אין די ישיבה'ס ווען זיי פלאנען עס נישט צו טוישען?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20160
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג מאי 11, 2008 1:11 pm

אנדי, נומער 2 איז א וויכטיגע פונקט.
איך בין א גרויסער מייזליש פען, - אגב, איך האב שוין לאנג בדעה איהם צו באזינגען דא מיט אן ארטיקל, אזש די גלידער זאלן זיך צוגיסן פון פעטנ'ס. (נישט פון צוקער/קארבס חס וחלילה) וויזוי זאגט מאשקע? יבוא יונה, כעל נאך מערצעשעם עס מאכן איין טאג, יאכער וועט מיך שוין זיכער דערמאנען. - איך הער איהם אויף קול פון וואסער, און ליין איהם אין המספיק. איך קויף נישט ביי מיר אין שטוב קיין טרענספעטס מיט קיין הייפרוקטאז קארן סירופ. און אלעס פאר מיינע זיסע קינדערליך. און דא קומען זיי פון חדר אנגעפולט מיט סם המות, נו, וואס האב איך פון מיין זיך מוטשען?
כ'גלויב אז דער מוסד וואס האט איהם געברענגט רעדן וועט אוודאי טוישן זייער מהלך אין עסן, ווייל כ'שטעל זיך פאר אז הרב מייזליש וואלט זיך נישט סתם אזוי געלאזט קומען האלטן א דרשה, אויב דער מוסד האלט נישט ביים טוישן זייער מהלך. הרב מייזליש קוקט מיר אויס צו זיין פון די וואס האבן שרעקליך פיינט היפאקריטעסי, שטעל איך זיך פאר אז נאר בתנאי זה איז ער געקומען דרש'ענען. בעסער געזאגט: לאמיר האפן.

אבער רבותי ס'איז לא עת לחשות, מ'דארף טרעפן אנייצע וויאזוי צו באוועגן די מוסדות אז זיי זאלן דראסטיש טוישן זייער וועגן פון קאכן. אם לא עכשיו, אימתי? משיח שטייט שוין ביים שוועל, אינדערצווישן דארף מען היטן אויפ'ן געזונט, פון אונז און פון אונזערע קינדערלעך.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » זונטאג מאי 11, 2008 1:19 pm

די תנאי קודם למעשה פון הרב מייזליש איז געווען אז ביים דיננער טאר זיך נישט געפונען קיין פראדוקטען מיט הייפרוקטאז קארן סיראפ, וכך הוה אבער ער האט זיך גארנישט אונטער גענומען לגבי די לאנטשעס אין די מוסד.

אגב אז מ'רעדט שוין דערפון האב איך באמערקט אז די קאקע קאלע וואס איז כשר לפסח פארמאגט נישט קיין הייפרוקטאז קארן סיראפ, אנדערש ווי די קאקע קאלע פון א גאנץ יאר, א סימן אז עס איז כשר לפסח איז אז עס פארמאגט א געלע דעקל.

לגבי מיין מיינונג איבער דער נושא וועל איך זאגן בקיצור נמרץ. עס איז קלאר אז אלע דזשאטנק עסענווארג דארף מען פארמינערען וואס מער און געבן פאר די קינדער וואס ווייניגער דערפון און וואס מער פרוכט און וועדזשטעבילס. לגבי זיין לאו קארב דייעט, אט מען עס ביי מיר אין שטוב אויספרובירט פאר א וואך און אונז האבן באמערקט אז אין די וואך האבן מיר געליטען אויף אסאך קאפ ווייטאג און ווי אויך האבן מיר אסאך פארגעסען, נאכדעם האב איך געהערט פון אסאך אנדערע די זעלבע. לגבי דער זאך וואס ער זאגט אז מ'מעג עסען וויפל פעטענס מען וויל ווילאנג עס איז נישט טרענפעט, האלט איך אז היות דערווייל האלטן רוב דאקטוירים אז פעטענס בכלל איז א סכנה, איז עס נישט א זאך וואס מען מעג זיך ארום שפילען דערמיט און מען דארף חושש זיין לחומרא, חמירא סכנתא מאיסורא.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20160
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג מאי 11, 2008 1:37 pm

אנדי, דו רעדסט און שרייבסט קלאפסט דא אן הלכה'דיגער ארטיקל, אבער עס איז נישט מציאות'דיג.

איך בין אויף דעם לאו קארב דיעטע, און נאך עטליכע פון מיינע חבירים, קאפ-וויי קען זיך מאכן איינמאל א וואך: זונטאג, נאך שבת וואס מיר עסן געהעריג די סעודות מיט קארבס, פארשטייט זיך מיט א מאס. א גאנצע וואך לעבן מיר און לאכן, מ'רוקט אסאך אסאך פראטין, אסאך פעטנס, און מ'זעמיר געזונט און 'שטארק' בכלל נישט הונגעריג, און מ'האמיר שוין ב''אגב'' אראפגעלאזט א שיינע פאר פונט פאר אנקעל סעם. איך בין נישט קיין צוקער ליידענדער מענטש, און אויך נישט קיין הויכע בלוט דרוק, און אויך נישט אנדערע מערעבאליק סינדראם סימנים, אויסער קען זיין ווען כ'וועל טשעקן די מעזשער וויזוי הייסט עס נאר, וועל איך האבן איין סימפטאם פון מערעבאליק סינדראם. אלזא, נאר וואס דען? איך בין שוין אויף אסאך דיעטעס געגאנען, פשוט א איד דארף דאך זיין דאר, איי וועסטו פרעגן פארוואס? ווייסעך אויך נישט, אזוי האמיר מקובל מאבות אבותינו ארויף ביז די AHA און די ADA וואס איז געגרינדעט געווארן ביי גרויסע כנסיה אין צרפת ביי די בעלי התוספות ושולחן ערוך, אין די זעלבע צייט וואס איז געגרינדעט געווארן דער 'וועד ארבע ארצות' וואס ווער עס געדענקט געדענקט און ווער נישט נישט, אז יעמאלט איז מען שארף ארויסגעקומען מיט'ן ונשמרתם מאוד לרייכערייכם אז מ'טאר נישט רייכערן, און אויך נישט זיין פעש, רח"ל. עס זענען יעמאלט אפילו געווען אזויכע וואס האבן עס געוואלט צושטעלן צו די מכת צפרדע, פרעש פעש גזירה רעה, אזוי ווי ביי די מצריים די עגיפטישע וואס זענען פעש געווארן אדאנק די פרעש אין זייערע בייכער, און יעמאלט האבן זיי צוגענומען (כ'ווייס נישט פון וועמען, אנקעל סעם האט נאך יעמאלט נישט געלעבט) די פונט וואס זיי האבן פארלוירן ביי מכת דם, נישט קענענדיג עסן.
פון יעמאלט אן האמיר שוין אזוי בקאבאלא, ומינה לא תזוע, פון דעם טאר מען זיך נישט שוויצן, אלע דארפן דאר ווערן. נישט אומזיסט זענען דא אזויפיל דיעטעס, סיי ביי די אידן און אויך להבדיל ביי די גוים, אזוי ווי דער פסוק זאגט: כי הוא חכמתכם ובינתכם, און ס'יז זיכער אז מ'רעדט פון דייעט. ממילא ביז הרב מייזליש האמיר געקייט שטרוי, ער רעדט צום דבר, ער צייגט אויף מיט ראיות ברורות זיינע שטודיעס, און אויב גלויבן מיר א טשייניז ווייל ער האט א שניפסל און ער רופט זיך דאקטאר, מעג מען און אפשר גאר איז מען מחויב צו גלויבן א היימישער חסיד'ישער איד, וואס מ'זעהט קלאר אז קיין אייגענע אינטערעסן האט ער נישט.

אלזא, איז נישט קיין שום שאלה להלכה צו מ'מעג צו מ'טאר. ווייל אויב ווייסטו פון וואנעט איז דער מקור פון זייער אפמאך, און דו ווייסט בבירור אז עס איז נישט רעוועלאנט, דארף מען בכלל נישט חושד זיין אויף זייערע מימרות.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » זונטאג מאי 11, 2008 1:45 pm

נאך א וואך וואס איך בין געגאנגען אויף זיין דייעט און איך האב מיך נישט גוט געפילט בין איך געגאנגען צו א פופליק לייברערי און איך האב געוואלט ארויס נעמען דאקטאר אטקינס בוכער און זעהן אפשר טו איך עפעס נישט ריכטיג. ווען איך הין אנגעקומען אין די לייברערי האב איך געטראפן א שעלף ווי עס זענען געווען 4 בוכער פון דאקטאר אטיקין און נאך צוויי בוכער ווי עס איז געשטאנען און מוסבר געווארן פארוואס זיין דייעט איז אזוי גוט און העלטי, און נאך 20 בוכער פארוואס זיין דייעט איז שעדליך.

גיי צו עני דאקטאר וועט ער דיר זאגן אז דאקטאר אטקין איז גערעכט מיט דעם וואס ער זאגט אז קארבס איז נישט געזונט אבער זיי וועלען דיר מסביר זיין פארוואס א דייעט מיט אזוי ווייניג קארבס (ובתוכם די באשעפער'ס פרוכט און וועדזשטעבילס) און אזוי פול פעטענס איז נאך מער אומגעזונט. דאקטאר אטקין און זיינע נאכפאלגער זענען די מיעוט אין דער פעלד און די רוב (איך בין זיכער אז זיי זענען נישט קיין כיידער אינגעלעך) האלטען נישט דערפון.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18095
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מאי 11, 2008 1:46 pm

אנדי:
הער נאך אמאל איבער די דרשה, ער זאגט קלאר די ווערטער: איך וויל נישט פראמאוטן א לאו קארב דייעט,

ער רעדט פון טוישן דעם פיראמיד אויף א באקס, דאס הייסט עסן פון אלעס אייניג.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » זונטאג מאי 11, 2008 1:47 pm

farshlufen האט געשריבן:אנדי:
הער נאך אמאל איבער די דרשה, ער זאגט קלאר די ווערטער: איך וויל נישט פראמאוטן א לאו קארב דייעט,

ער רעדט פון טוישן דעם פיראמיד אויף א באקס, דאס הייסט עסן פון אלעס אייניג.


אויף קול מבשר האט ער זיגער פראמאוטעד א לאו (אדער נאו ) קארב דייעט.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20160
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג מאי 11, 2008 1:54 pm

אנדי פארשלאפן האט דאך רעכט, ווען ביסטו געגאנען אויף זיין דייעט? כ'מיין צו פרעגן, ווען זאגט ער דען א דייעט וואס מ'זאל עסן? ער זאגט דאך בפירוש: אויב וויל מען גיין אויף א דייעט, זאל מען גיין שטודירן דעם דייעט. ער טוט נאר עדיוקעיטן דעם ציבור, מ'זאל וויסן ווי איין און ווי אויס.

איצט איז אזוי, דו האסט קלאר נישט אזוי געטוהן, פון וואנעט ווייסעך, ווייל דו רינגעלסט ארום פרוכט און וועדזשטעיבעלס אין זעלבן רינג, כ'מיין אויב וואלסטו גענומען עטקינס דיעטא, וואלסטו דאך געזעהן אז ער זאגט נישט אזוי, און הרב מייזליש, אדער דר. מייזליש ווי איך גלייך איהם צו רופן, זאגט דאך אויך נישט וואס יא און וואס נישט, איז פון וואנטע האסטו גענומען דאס נישט צו עסן קיין ירקות?

ביסטו שוין יא געגאנען אין לייברערי, האסטו זיך געשראקן פון די צוואנציג בוכער, פארוואס? נעם די 4 ביכער וואס דו האסט געפונען, (הגם ס'זענען פארהאן פיל מער) און שטודיר עס, לערן עס דורך, פרוביר עס אויס, און טעיק איט פרעם דער.
איצט פארוואס עס זענען דא אזויפיל וואס האקן אויף עטקינס, דר. מייזליש האט אויף דעם אן ענפער, און ער זאגט קלאר אז ער קען דאס נישט זאגן ברבים. ביזסט שטארק פאראינטערסירט, מאך מיט איהם א מיטונג, און ווער געוואויר דעם אמת.

דיין לעצטע פאראגראף איז מיר אינגאנצן אומפארענפערט, זאגסט אז דער דאקטאר איז מודה עס קארבס איז נישט געזונט, אבער ווייניג קארבס ובתוכם בלא בלא בלא און אסאך פעטנס איז זיכער אומגעזונט. איז וואס איז דא נישט געזונט? זענען טאקע נישט דא קיין געזונטע עסן? פארגעס נישט די פעטעס פון די בהמות זענען פון זעלבן באשעפער וואס האט באשאפן פרוכט.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » זונטאג מאי 11, 2008 1:58 pm

איך האב יא אדורך געליינט רוב פון דאקטאר אטקינס בוך און איך האב טאקע ארום גערינגעלט פרוכט און וועדזשטעבילס ווייל טאקע נישט אלע האבן אדער זענען היי אין קארבס און איךך האב געגעסן ירקות וואס מען טאר יא.

וואס איז געזונט? אלע נאטירליכע עסענס אבער אלעס מיט א מאס! קארבס מיט א מאס, פראטין מיט א מאס! פקרוכט און וועדזשטעבילס מיט א מאס! און אודאי פעטענס מיט א מאס! און אפילו וויטאמינען און סאפלעמענטס מיט א מאס!
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20160
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג מאי 11, 2008 2:02 pm

עוד חזון למוח

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18095
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מאי 11, 2008 2:09 pm

אנדי פעטיט האט געשריבן: און אפילו וויטאמינען און סאפלעמענטס מיט א מאס!

תיקון טעות:
הערשט מיט א מאס.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מאי 11, 2008 8:14 pm

ערעב אנדי, דו רעדטס אנגאנצן צייט פון די "לויא קארב" חלק, און נישט דאס איז די גאנצע חלק הדייעט, אדרבה שפיל לסיפה דקרא, "היי פעט" און דאס איז לויט מיין מארשטאנד וואס האט דיר געפעלט און דאס האט גורם געוועם דיין קאפ וויי,

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מאי 11, 2008 8:46 pm

סאכדעס האט געשריבן:אנדי, נומער 2 איז א וויכטיגע פונקט.
איך בין א גרויסער מייזליש פען, -


ידעתי גם ידעתי, אז ר' הערשל איז, ידע ביהודים אלץ איינער וואס איז פועל גדולות, בכל כלל ישראל, אבער אז איז געווארן אזא "סטאר" וואס האט שוין "פענס", את זו לא ידעתי עד הנה ,

אבער ווי עס שיינט האט קול מבשר, גורם געווען אז עס איז פקע שמיה בכל העולם, אין טאקע היינטיגע טאג האט ר' הערשל אויפגעטראטן, אויפן אנדערען זייט איקינוס ווי מען האט אים ספעציעל גערופן אז ער זאל אויפטרעטן ביי א געדאפעלטע דרשה איינס פאר מענער און איינס פאר פרויען, און ווי איך הער האט ער שבת נאכמיטאג פארגעלערנט פרק (יא דאס קען ער אויכעט, ער אידאך א מגיד שיעור אין א ישיבה) אין איינע פון די גרויסע שטאטס שולן, אין כפי ששמעתי אחרי כן האט קאלמע וואסער געהאט א האקאפס פון די היינטיגע רעדע און אי"ה מארגן האף איף איך עס מיטצוהאלטן לייוו,

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מאנטאג מאי 12, 2008 11:37 am

זיידעניו האט געשריבן:ערעב אנדי, דו רעדטס אנגאנצן צייט פון די "לויא קארב" חלק, און נישט דאס איז די גאנצע חלק הדייעט, אדרבה שפיל לסיפה דקרא, "היי פעט" און דאס איז לויט מיין מארשטאנד וואס האט דיר געפעלט און דאס האט גורם געוועם דיין קאפ וויי,


היי פעט האב איך געגעסן נאך לאנג פאר איך האב אנגעהויבן מיט די לאו קארב. :wink: :lol:
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מאנטאג מאי 12, 2008 12:28 pm

איך רוק דעם אשכול פון 'פארברענגן' צו 'ולאחיו יאמר חזק'.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג מאי 12, 2008 2:46 pm

היינט א פערטל צו פיר וועט מען קענען מיטהאלטן די צווייטע דרשה אויף קול מבשר לייוו האקאבי

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך מאי 14, 2008 11:28 pm

טייערע חברי הקרעטשמע איך האב פאר אייך א סורפרייז, זעצט אייך אראפ און כ'וועל אייך דערציילן וואס כ'האב געטוהן אינטער ענקער רוקן,

נאכן זעהן אז מען פארט דא אויף שינעס מיט גוטע ריעונות וואס דארפן אביסל אויסגעקלארט ווערן, האביך מחליט געווען אז די גאנצע סוגיא איז דאך א מלתא דעבידא לגלויה, ווייל הרב מייזליש לעבט דאך, און ער קען ענטפערן אויף אלע אינזערע אייערע קוועטשענישן, האביך אים געשיקט אן אימעיל, דער אימעיל וואס ער אדווערטייזט אויף קול מבשר, און ער האט מיר נישט אנטוישט און ער האט מיר געענטפערט, און כ'האב די זכיה צו זיין אזא חשובה פאסט טרעגער, אבער ווי איך פארשטיי איז הרב מייזליש'ס צייט נישט אזוי פריי פויגל'דיג, ער איז באמת גאר א פארנומענע פערזאן וואס ראטעוועט אידישע נפשות טעגליך, צוליב דעם האט ער געענטפערט אויף געציילטע איינצעלהייטן אין דעם שמועס,

און איך וועל אראפברענגען זיינע רייד אחת ואחת

אנדי פעטיט האט געשריבן:2)ווי אזוי שעמט זיך נישט א מוסד אויף צושטעלען אזא רעדנער רעדן וועגען די שעדליכקייט פון די לאנטשעס אין די ישיבה'ס ווען זיי פלאנען עס נישט צו טוישען?



הרב הערשל מייזליש האט געשריבן:מיר זענען געזעצט מיט זיי שוין מערערע שעות, און מיר האלטן אינמיטן פלאנירן וואס און וויאזוי צו טוישן. עס איז נישט מעגליך צו מאכן אזעלכע טוישינגן אין איין מינוט. ווי אויך איז עס א קאסבארע טויש. דערווייל זעהט אויס ווי זיי ווילן זיך שיין צושטעלן.

דערווייל קוקט מיר אויס אז די איינציגע ?? עצה וועט זיין אז מען זאל טוהן אזויווי אין אייראפע (אנטווערפן צב"ש), ווי מען עסט מיטאג אינדערהיים, אדער ברענגט מען זיך מיט פון שטוב צו עסן.


אנדי פעטיט האט געשריבן:גיי צו עני דאקטאר וועט ער דיר זאגן אז דאקטאר אטקין איז גערעכט מיט דעם וואס ער זאגט אז קארבס איז נישט געזונט אבער זיי וועלען דיר מסביר זיין פארוואס א דייעט מיט אזוי ווייניג קארבס (ובתוכם די באשעפער'ס פרוכט און וועדזשטעבילס) און אזוי פול פעטענס איז נאך מער אומגעזונט. דאקטאר אטקין און זיינע נאכפאלגער זענען די מיעוט אין דער פעלד און די רוב (איך בין זיכער אז זיי זענען נישט קיין כיידער אינגעלעך) האלטען נישט דערפון.



הרב הערשל מייזליש האט געשריבן:עס איז הפלא ופלא ווי מענטשן הערן נישט וואס מען רעדט צו זיי. די אמעריקאן הארץ אסאסיעישאן און די אמעריקאן דייעביטיס אסאסיעשיען האבן ביידע שוין מודה געווען ברבים (געדריקט אין הארטע דעקלעך אויך) אז די לאו קארב דייעט איז יא א געזונטע אפציע. נישט, אז זייערע ווערטער איז ביי מיר מעלה אדער מוריד, אבער דאס זענען דאך געווען די צוויי גרעסטע קעגנער, און אז דער צווייטער צד האט שוין צוריק געצויגן, וואס דערפן מיר מער?
סתם אזוי פאר אינטערסאנטקייט בין איך נייגעריג וויאזוי דער שרייבער וועט מסביר זיין דעם רמב"ם אז ס'איז "בכלל" נישט געזונט צו עסן קיין פירות האילן?


אנדי פעטיט האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:אנדי:
הער נאך אמאל איבער די דרשה, ער זאגט קלאר די ווערטער: איך וויל נישט פראמאוטן א לאו קארב דייעט,

ער רעדט פון טוישן דעם פיראמיד אויף א באקס, דאס הייסט עסן פון אלעס אייניג.


אויף קול מבשר האט ער זיגער פראמאוטעד א לאו (אדער נאו ) קארב דייעט.



הרב הערשל מייזליש האט געשריבן:"לאו קארב אדער באקס" צומישעניש
איך פראמאוט ביידע, ווענדט זיך פאר וועמען. נישט אזוי זאגט מען "ווענדט זיך ווי דער חמרא שטייט איין". פאר קינדער איז אוודאי גוט א באקס. פאר עלטערע אויב מען איז געזונט, איז אויך גוט די "באקס" דייעט. אויב נישט ח"ו, דאן איז נישטא קיין ברירה, דאן איז לאו[ער] קארב די אינצייגע אפציע.



עד כאן פון וויפיל איך האב דערווייל באקומען

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך מאי 14, 2008 11:41 pm

יישר כח זיידעניו פארן דינען אלס מוליך ומביא צווישן אונזער עולם און דעם חשוב'ן מגיד. ברענג אונז נאך ווארע, אפטער.

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » דאנארשטאג מאי 15, 2008 12:35 am

זיידע
די אלע תרוצים זיינען נישט פאר דיר אליין איינגעפאלן?
לויט דיין גרויסן מוח, ברויכסטו דאס אליינס אויך צו קענען.. אלענפאלס אזוי קוקט אינז אויס.


חברים טייערע.
איך בין אויך געגאנגען אויף דר. עטקינס דייעט, כ'קען אייך נישט מסביר זיין וואס פארא שווערע עפעקטן ס'האט געהאט אויף מיר..
יא, כ'האב נאר געגעסן 30 קארב'ס א טאג, אין פראטיןגעניג, אין פעטענ'ס וויפול ס'האט געפיט..
צו כ'בין דארער געווארן צו נישט, האט מיך שוין נישט אינטערעסירט, נאך די אלע אנדערע פראבלעמען וואס האט זיך אנגעריקט.

אין וואונדער איבער וואונדער, אזוי ווי כ'בין אראפ פון זיין דייעט, האט זיך אלעס ספאנטאן אויפגעהערט.

אגב,
ווען כ'האב געזען אז מר. עטקינס דייעטע איז מיר שווער, האב כ'עס ציזאם געשמאלצן מיט דר. דאדאמוי'ס דייעט,(Its Right For Your Type ) , אין ס'האט אויך נישט קיין סאך געהאלפן.

ביז כ'בין צוגעקומען אז די דייעטע וואס אינז עסן מיר טאג טעגליך, איז געמאכט פאר נארמאלע מענטשן. [אין קראנקע זאלן זיך באראטן מיט דאטוירים] (אדער מיט קול מבשר).
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » דאנארשטאג מאי 15, 2008 1:40 pm

זיידעניו און הרב הערשל א יישר כח פאר די מי.

איך מוז מודה זיין אז איך האב נישט פונקטלעך ארויס וואס 'באקס דייעט' מיינט, און אויב איר קענט עס בעסער מסביר זיין וואלט איך ארישיעיטיד.

לגבי די סייד עפעקטס פון קאפ וויי און מעמערי פארלוסט וואס איך (און אנדערע) האבן געליטען פון די לאו קארב דייעט האב איך נאך נישט געהערט קיין תירוץ.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Good eye, Haklal, מומחה יוחס, ציפקע און 7 געסט