בלאט 1 פון 1

א פארקילעכטס ווי אזוי ווערט מען פטור?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 31, 2008 3:45 pm
דורך farshlufen
ווער ווייסט א גוטע עצה ווי אזוי מ'ווערט דערפון פטור?

מיט דאנק פון פראנאויס

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 31, 2008 3:48 pm
דורך אנדי פעטיט
די באבע זאגט:
האניג טיי מט לימענע,

די מאמע זאגט:
א שאליק ארום דיי האלדז

ס'ווייב זאגט:
וויטאמין סי, קייאליק מיט עקנעזיע

העשל מייזעלס זאגט:
קאלסיום מיט מאגניזיום.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 31, 2008 4:07 pm
דורך 3x0
המספיק געזעט זאגט:
קיווי

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 31, 2008 4:33 pm
דורך אלטעבחורל
איך איך זאג, א באקסל 'קלינעקס טישאטס'.

חלילה נישט א גאנץ באקסל, נאר פשוט עס זאל זיין גענוג וויפיל עס פעלט זיך אויס,
אבער איך מיין גראדע אז טיי איז בעסער דערפאר, ריכטיג אנדי? נישט אזוי זאגט די באבע?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 31, 2008 6:46 pm
דורך salads
מבינים זאגן, אז דורך נעמען 1000ml ווייטימין c איעדע שעה צוויי, ווערט מען די שנעלסטע פטור.

מ'ברויך עס נאר זעין צו נעמען מיט אסאך וואסער.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 01, 2008 12:07 am
דורך salads
אבער נאך בעסער איז צו נעמען ווייטימין C די טשועבל, אין עס לעקן א גאנצן טאג.
נישט קיין חילק ווי שטארק ס'איז, אפי' ס'איז היבש שוואך, זאל מען נעמען איינס נאכן צווייטן, אבער נישט בייסן נאר לעקן ווי א קענדי.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 01, 2008 8:25 am
דורך farshlufen
א דאנק איך וויל געבן פאר יעדער איינער
וואס זארגט זיך פאר מיינע ביינער

איך האב אויספראבירט א פאר פארשלאגן
וואס איר האט געטאן זאגן

ס'האט געהאלפן אבער נישט קיין סאך
אבער דאנקען דארף איך אייך

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 01, 2008 10:23 pm
דורך קרעמער
עמך אנכי בצינון

איך לייד אויך יעצט פון א שטיקל פארקילעכץ

ומרגלא בפי: געב עס 3 טעג און דו וועסט נישט געדענקן דערפון (אויסער די נאכווייען פון די אותיות מ"ן המתחלפות בב"ד וואס קען אנהאלטן א וויילע)

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 04, 2008 10:12 am
דורך שוועמל
איך זאג: נעמען עקהינעיזשיע טיי איבערן טאג, לפחות 5 6 קאפס אין אנהויב. ביי מיר ווען איך הייב אן שפירן אז עס 'קומט' דאן נעם איך שנעל, און ב"ה עס מאכט א יו טורן.

לכתחילה איז בעסער צו נעמען עקהינעזשיע צוזאמען מיט גאלדען רוט.

http://yogitea.elsstore.com/view/produc ... 69&cid=560
אין ווילי קען מען עס באקומען ביי 'מילעניום העלטה' אויף בעדפארד ביי גרענד עוו.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 06, 2008 1:10 am
דורך salads
שוועמל

יישר כוח פארן אראפברענגען זייער סייט. ווי ס'קוקט אויס האבן זיי זאכן וואס קיינער אין געגנט האט נישט.

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 18, 2008 4:35 pm
דורך חיים
אין המספיק איז דא יעדע חודש ממש בריוון אז קיווי איז געוואלדיג פאר פארקילעכטס איך בין לעצטנעס געווען פארקילט און איך האב עס געוואלט אויסטרייען אבער ביז איך האב געקויפט די קיוויס בין איך שוין געווען אויסגעהיילט...

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 22, 2008 7:26 pm
דורך ווארום
א איד א גר צדק פון אוסטראליע, האט מיר נאכגעזאגט בשם א דאקטאר, אז טרינקען יעדן טאג א האלבע גלאז לעמען דזוס [יא די ביטערע, מען ווערט צוגעוואינט], העלפט צו פריווענטן פארקילעכטס.

בדוק ומנוסה

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 23, 2008 11:52 am
דורך שאץ מאץ
בפשטות פאר פארקילעכטס איז נישטא קיין רפואה,

וואס יא? זיך אויסשוויצן איז דאס בעסטע,
דעריבער אז איינער קען טרינקען א גלאז וויין, אויסגעמישט מיט הייס וואסער,
ממש פארן אריין גיין אין בעט, וואס דאן וועט ער גוט שוויצן,
ווען ער ועקט זיך אויף נאכן גוט שוויצן, און זיין העמעד איז נאס,
מוז ער זיך זאפארט טוישן, ווייל אויב נישט כאפט ער צוריק די פארקילעכטס...
בדוק ומנוסה...
איך טו אזוי און איך ווער געהאלפן.

דרך אגב, ס'איז דא א גרויסע טייל מענטשן וואס ליידן זומער מער פון פארקילעכטס ווי ווינטער,
און ס'מאכט סענס, ווייל זומער לויפט מען פונעם פארשוויצטן גאס, אריין צום פריזער'דיגן עיר קאנדישאן,
משא"כ ווינטער, איז נישטא אזא גרויסע קאנטראסט, פון שוויצן ביזן קעלט, יא! אז מ'שוויצט ביי א חתונה, און מ'גייט ארויס אויף דער גאס ווערט מען פארקילט....
אבער די עיקר פראבלעם מאכט זיך ווען די וועטער'ס טוישן זיך...

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 25, 2008 11:57 pm
דורך הכל בכל מכל
סאיז דא א געוויסע פארקילעכטס מען רופט דאס אין ארץ ישראל אויף העברעאיש שפעת זיי זאגן אז דאס א געזינטע באציל (בעברית חידק) וואס גייט אריין אין דעם קערפער אין רייניגט דאס אויס און דאס שטארקט די מערכת החיסון פונעם מענטש
אויב אבער ען נעמט איין טיילינאל וכדומה אזעלכע וואס בארואיגן נאר די ווייטאג קריגט זיך די טיילענאל מיטן וויירוס און סהרגט עס אוועק אבער דער מענטש דערלייגט די ניצן וואס ער קען באקומען דערפון און סאיז א שאד

אשר ע"כ איז די בעסטע צו ליגן אין בעט זיך אויסרוהען און סוועט אריבערגיין בעזרת השם

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 26, 2008 10:02 am
דורך זיידעניו
ווי אזוי קען מען וויסן ווען עס איז יא די גוטע סארט, און זיך נעמען די אומגעווינטשענע "סיק דעיס" פון דער ארבעט (וואס מען באצאלט דערפאר מיט ריבית כידוע), און ווען עס איז די נישט גוטע, וואס מען דארף ארויסגיין דערקעגן אין מלחמה בטיילעאל ובמעדעצין?

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 26, 2008 10:43 am
דורך ראמני 08
סהאט מיר געזאגט אן אלטער איד אז אינדערהיים ווען מאיז געווען פארקילט האט מען געטרינקען וואדקע
אין ער האט מיר מסביר געווען באריכות וואסערע גוטע וואדקע סגעווען אין וויאזוי מען האט עס געמאכט מען האט עס עפעס געלאזט ליגן אין א גרוב כדענק שוין נישט פינקטלעך
עכ''פ אזוי האט מען זיך אנגעווארעמט אין סשנעל אוועק געגאנגען

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 26, 2008 11:08 am
דורך שוועמל
ראמ;
פרעג אים איבער, סיז אונז וויכטיג צו וויסן

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 26, 2008 12:37 pm
דורך יאנאש
שוועמל ;l;p-

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 26, 2008 1:15 pm
דורך bailout
Story #2: Zicam Saves Rush, Avoids a Cold for First time in NYC

RUSH: Snerdley reminded me of something earlier, and it's true. This time I went to New York and I did not get sick. Zicam, baby! Zicam! I used it on the way up. I've started using it as a preventive now. I've started using it to prevent colds. I mean, the instructions say that you should do it when you have the first sign of getting a cold, and I've started using it preventively. Not every day and so on, but when I'm going to be in an airplane or be in an environment with a lot of germs and people running around, I start using it to prevent a cold. Usually I do get some sort of disease up there. Zicam saves the day! It really does work. That's the greatest thing that you can say about any product in recommending it: it works. Z-i-c-a-m. It's zinc, but it's in a liquid form. It's on the end of little Q-Tip type things. You swab the inside of your nostrils. (pinching nose) You pinch your nose for five seconds and do it every four hours. Miraculous.
TAKENFROMRUSHLIMBAUGH.COM