בלאט 1 פון 1

United healthcare community plan

געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2019 2:23 pm
דורך שמייכל תמיד
איינער מיט מער אינפא וואס איז די מעשה יעצט
איך אין מיין ב"ב האבן די אינשורענס
וואס דארף איך יעצט טון ?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 2:59 pm
דורך יואלפריעדמאן
ווער שטייט אינטער דעם? פארוואס זאל יונייטעד אינז נישט דארפן?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 3:42 pm
דורך ר' יום טוב
דאס איז נישט מער ווי א פשוטע אדווערטייזמענט, מילד גערעדט.

פון וויפיל מיר זענען נאכגעגאנגען:

יונייטעד האט לעצטנס געשיקט א בריוו פאר זייערע מעמבערס אז מחמת אנגעבליכע סיבות קאווערן זיי מער נישט NYU שפיטאל און זייערע אפיליאירטע אפיסעס. דאס אפעקטירט שטארק די וועלכע זענען אנגעוויזן דערויף.

פון די אנדערע זייט איז יונייטעד פיל בעסער אין קאווערידזש פאר דענטאל און פארמאסי.

פון דא און ווייטער זאל יעדער פרעגן זיינע דאקטוירים און באזירט אויף דעם מאכן א דיסישען.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 4:36 pm
דורך א גולם
ר' יום טוב האט געשריבן:דאס איז נישט מער ווי א פשוטע אדווערטייזמענט, מילד גערעדט.

מיר האבן באקומען א בריוו אז פין september קאווערן זיי שוין נישט NYU אלע לאקעשאנס

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 5:00 pm
דורך שמייכל תמיד
וועלכע עסקנים שטייען אינטער דעם ?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 5:13 pm
דורך יואלפריעדמאן
למעשה זענען דא אסאך דאקטורים אין וומסב''ג וואס נעמען שוין נישט יונייטעד

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 10:32 am
דורך אחד הרבנים
יואלפריעדמאן האט געשריבן:למעשה זענען דא אסאך דאקטורים אין וומסב''ג וואס נעמען שוין נישט יונייטעד

אדרבה, אפשר ליסט איר נעמען פון די דאקטורים לטובת הציבור

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2019 10:12 pm
דורך פיינעלי
.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 1:38 am
דורך Kollel
יונייטעד פיל בעסער אין קאווערידזש פאר פארמאסי.
That the KY pharmacies that charges for delivery don't charge if u have United

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 1:55 am
דורך נאו נעים
א גולם האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:דאס איז נישט מער ווי א פשוטע אדווערטייזמענט, מילד גערעדט.

פון וויפיל מיר זענען נאכגעגאנגען:

יונייטעד האט לעצטנס געשיקט א בריוו פאר זייערע מעמבערס אז מחמת אנגעבליכע סיבות קאווערן זיי מער נישט NYU שפיטאל און זייערע אפיליאירטע אפיסעס. דאס אפעקטירט שטארק די וועלכע זענען אנגעוויזן דערויף.

פון די אנדערע זייט איז יונייטעד פיל בעסער אין קאווערידזש פאר דענטאל און פארמאסי.

פון דא און ווייטער זאל יעדער פרעגן זיינע דאקטוירים און באזירט אויף דעם מאכן א דיסישען.

מיר האבן באקומען א בריוו אז פין september קאווערן זיי שוין נישט NYU אלע לאקעשאנס

איך האב באקומען פון United אפאר וואכן צוריק אזא בריוו. יעצט האב איך באקומען א בריוו פון NYU מיט א ליסטע פון אינשורענס וואס זיי עקסעפטן יא

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 7:26 am
דורך א גולם
יעצט באקומען פון United אז זיי קאווערן מער נישט The Brooklyn Hospital

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 8:11 am
דורך פראהביטש
א גולם האט געשריבן:יעצט באקומען פון United אז זיי קאווערן מער נישט The Brooklyn Hospital

גא"מ
וואס טיט מען? איז שווער צי טוישן צי אן אנדערן אינשארנס?
וואס קענען זיין די דיסעדווענטיזשעס? (אין וויליאמסבורג)

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 11:34 am
דורך אחד הרבנים
דא קען מען טוישן
https://www.nymedicaidchoice.com
אדער אויף אייער NY state of health account
עס איז גרינג צו טוישן אליין. מען קען אין די ערשטע 90 טעג פון די נייע אינשורנס טוישן צו א דריטע. איינמאל מען גייט דורך די 90 טעג, דארף מען בלייבן אויף די פלען פאר נאך 9 חדשים. ס״ה א יאר. נאכדעם קען מען נאכאמאל טוישן.
ווען איר טוישט נאכן 15טען פונעם חודש גייט איר באקומען די נייע ערשט א חודש דעראויף. למשל, אויב איר טוישט היינט גייט די נייע קאוועריטש זיך אנהייבן אקטאבער דעם ערשטען.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 12:20 pm
דורך מייזל
וואס איז jchmo.org אין וואס איז זייער ציל ?

from their services page it looks like they have only 1 service, remove people from united healthcare

http://jchmo.org/services.html

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 3:43 pm
דורך חנוך
זיי גיסן געלט אויף די קאמפיין. קען מעגליך זיין אז nyu שטייט אונטער דעם. זיי ווילן נישט פארלירן די היימישע עולם.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 4:04 pm
דורך ר' יום טוב
חנוך האט געשריבן:זיי גיסן געלט אויף די קאמפיין. קען מעגליך זיין אז nyu שטייט אונטער דעם. זיי ווילן נישט פארלירן די היימישע עולם.

נע. NYU דארף אונז נישט, זיי זענען די לעצטע וואס זאלן זיך קימערן פאר אונזער וואוילזיין... עס איז עפעס א "וועד העסקנים"....

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 4:16 pm
דורך ניס קראכער
איינער האט שוין עקספיריענס מיט די ארגענעזאציע?

געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2019 2:31 am
דורך so now what
עס זעט מיר אויס ווי א ביזנעס אזויווי המספיק

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 10:56 am
דורך פיינעלי
.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 11:45 am
דורך ב שולם
ווייסט איינער ווער עס שטייט אונטער די ארגענעזאציע?

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 11:50 am
דורך programmer
וואס זענען זיי אנדערש פון עני העלט אינשארענס בראוקער?