בלאט 1 פון 12

נייעס איבער דיזיזעס וויירוסעס און וואקסינען "נישט קיין דעבאטעס"

געשריבן: זונטאג מאי 19, 2019 10:53 pm
דורך דממה דקה
בהסכמת האחראים עפן איך דעם אשכול "נאר פאר נייעס" איבער דיזיזעס און וויירוסעס און אלערליי מחלות ה"י און רפואות מיט וואקסינען, צוליב די אנגעצויגענע אטמוספער אין אנדערע אשכולות ווערן פיל אינטערסאנטע און אינפארמאטיווע נייעס נישט ווערן באריכטעט.

ע"כ בבקשה גמורה, די אשכול איז מיוחד פאר נייעס.

אויב ווילט איר דעבאטירן די נושא איז דא 6 אשכולות מיט ענדלאזע טענה'רייען. דא לאזט איבער נאר פאר נייעס.

געשריבן: זונטאג מאי 19, 2019 10:55 pm
דורך דממה דקה
מיזעלס קעיסעס אין אמעריקא האלט ביי 839 - דערפון זענען 231 קעיסעס אין ראקלענד קאונטי, און 442 קעיסעס אין נוא יארק סיטי

אין איראפע איז דאס יאר געווען 34,000 מיזעלס קעיסעס, 13 טויטפעלער, מיט די מערסטע צאל מיזעלס קעיסעס אין אוקריינע, ווי עס איז באריכטעט 25,000 קעיסעס. - פאריגעס איז געווען 83,540 קעיסעס אין אייראפע.

אין די פיליפינען איז דא די ערגסטע אויסברוך פון מיזעלס פון לאנגע יארן, און דאס יאר דערווייל די ערגסטע אין די וועלט, עס האלט ביי 33,000 קעיסעס.

געשריבן: זונטאג מאי 19, 2019 11:03 pm
דורך דממה דקה
אין סטעיט פון ארעגאן, האט מען געהאלטן אינמיטן דארכפירן א געזעץ צו עלימינירן די עקזעמפשאנס פאר וואקסינען, לויט די יעצטיגע געזעץ איז ערלויבט צו איינגעבן עקזעמפשאן צוליב פיליזאפישע אדער רעליגיעזע סיבות, נאך אנדערע אמפערייען און קריגערייען איבער טעקס העכערונגען איז די געזעץ אראפגענומען געווארן פון סדר היום.

אין וואשינגטאן סטעיט איז אדורך א געזעץ צו עלימינירן די פיליזאפישע עקזעמפשאן פאר וואקסינען, מעדיצינישע און רעליגיעזע עקזעמפשאן'ס זענען יא ווייטער אין קראפט.

אין סטעיט "מעין" האלט ביים דארכגיין א געזעץ צו עלימינירן גענצליך די רעליגעזע עקזעמפשאן'ס, אויב די גארווערנאר שרייבט אינטער די ביל ווען מעין זיין די 4טע סטעיט אין אמעריקא וואס ערלויבט נישט קיין רעליגעזע עקזעמפשאן, נאכפאלגענדיג קאליפארניע מיסיסיפי און וועסט ווירדשיניע.

אין קאליפארניע האט מען פארגעשלאגן א ביל צו צוימען אויך די מעדיקעל עקזעמפשאן, אז יעדער וואס האט א מעדיקעל עקזעמפשאן פון א דאקטאר וועט אויך מוזן באקומען די באשטעטיגונג פון די סטעיט.

געשריבן: זונטאג מאי 19, 2019 11:16 pm
דורך דממה דקה
די CDC גיבט איבער אז פערטוסיס Whooping cough וואקסין איז ווייניגער עפעקטיוו אין די לעצטערע יארן, ווייל די דיזיז האט זיך געשטארקט און רעפארמירט גענעטיש, און די ביז יעצטיגע וואקסין איז נישט געניג עפעקטיוו צו די נייערע ווערסיע פון די דיזיז, מען ארבעט עס צו פארבעסערן.

געשריבן: זונטאג מאי 19, 2019 11:25 pm
דורך ישוב הדעת
יש״כ דממה, זייער אינפארמאטיוו!

געשריבן: זונטאג מאי 19, 2019 11:27 pm
דורך הענדימען
ישוב הדעת האט געשריבן:יש״כ דממה, זייער אינפארמאטיוו!

געשריבן: זונטאג מאי 19, 2019 11:49 pm
דורך ישוב הדעת
דממה דקה האט געשריבן:אין איראפע איז דאס יאר געווען 34,000 מיזעלס קעיסעס, 13 טויטפעלער, מיט די מערסטע צאל מיזעלס קעיסעס אין אוקריינע, ווי עס איז באריכטעט 25,000 קעיסעס. - פאריגעס איז געווען 83,540 קעיסעס אין אייראפע.
.

אין וועלכע לענדער זענען געווען די פאטאליטעטן?

געשריבן: זונטאג מאי 19, 2019 11:54 pm
דורך דממה דקה
ישוב הדעת האט געשריבן:

Albania, Romania and Ukraine

https://www.who.int/csr/don/06-may-2019 ... s-euro/en/

געשריבן: זונטאג מאי 19, 2019 11:54 pm
דורך דממה דקה
אין סטעיט "מיזורי" ווערט יעצט דעבאטירט צוויי געזעצן

HB1164 א געזעץ אז דאקטורים זאלן מוזן אינפארמירן דעם פאציענט אדער גארדיען (עלטערן וכדו') איבער די בענעפיט און די ריסק פון וואקסינען, ווי אויך די וואקסין אינסערט, ווי אויך וויאזוי מען ריפארט א שלעכטע רעאקציע פון א וואקסין.

HB711 איז א געזעץ וואס פארבאט שולעס און דאקטורים צו דיסקרימינירן פאציענטן וואס האבן א מעדיקעל אדער רעליגעזע עקזעמפשאן.

געשריבן: זונטאג מאי 19, 2019 11:56 pm
דורך ישוב הדעת
דממה דקה האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:אין איראפע איז דאס יאר געווען 34,000 מיזעלס קעיסעס, 13 טויטפעלער, מיט די מערסטע צאל מיזעלס קעיסעס אין אוקריינע, ווי עס איז באריכטעט 25,000 קעיסעס. - פאריגעס איז געווען 83,540 קעיסעס אין אייראפע.
.

אין וועלכע לענדער זענען געווען די פאטאליטעטן?

Albania, Romania and Ukraine

https://www.who.int/csr/don/06-may-2019 ... s-euro/en/

דאנקע

געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2019 12:08 am
דורך דממה דקה
פאבליק העלט באאמטע אין ענגלאנד האבן געשיקט ווארנונגען צו עלטערן איבער די וויכטיגקייט צו וואקסינירן די קינדער, נאך מיזעלס אויסברוכן אין צוויי קאונטיס.
לויט UNICEF זענען איבער א האלב מיליאן קינדער אין ענגלאנד נישט וואקסינירט געווארען צווישן די 2010 און 2017. און דאס העכערט די ריזיקע פון אן אויסברוך.

געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2019 12:12 am
דורך יש בו
וויפיל פראצענט פון די מיזעלס אגעשטעקטע זענען געווען פאטאל?
אויב שייך ביטע ברענגען פון יעדע לאנד באזונדער

געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2019 1:31 am
דורך תוספות
בעזהשי"ת.

כמעט הונדערט און זיבעציג מיליאן קינדער איבער די וועלט אונטער צען יאר, אריינגערעכנט א האלב מיליאן אין ענגלאנד און צוויי און א האלב מיליאן אין אמעריקע. זענען נישט וואקציאנירט אנטקעגן מיזעלס.

מער ווי איין און צוואנציג מיליאן קינדער א יאר, וואקסינירן זיך נישט אנטקעגן מיזעלס, לויט די יו ען.

https://www.theguardian.com/society/201 ... -worldwide

געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2019 2:49 am
דורך תוספות
בעזהשי"ת.

פון אנהייב יארע 19' ביז אפריל 26, איז געווען אין אמעריקע 736 רעפארטעד מאמפס קעיסעס.

פון אנהייב יארע 19' ביז מאי 10, איז געווען אין אמעריקע 839 רעפארטעד מיזעלס קעיסעס.

געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2019 10:43 am
דורך Gevald Geshrigen
אין די סטעיט אף אריזאנע דאכט זיך איז אויך געווען עפעס ויכוחים וועגן טוישונגען צו די רעלידזשעס עקזעמפאן
איך האב נישט געזען אויפן ליסטע פון דממה
beggars cant be choosy

געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2019 12:44 pm
דורך דממה דקה
איך האף אונז רעד מיר פון די זעלבע געזעץ, איך האב עס דארמאנט אין א לענגערע תגובה אין איינע פון די דיבאטע אשכולות, און אז די ווייסט נייעס באריכט עס ביטע.

סטעיט "אריזאנע", די יעצטיגע געזעץ ערלויבט אן עקזעמפשאן, און דער גאווערנאר וויל נישט טוישן דעם געזעץ, נאר ענדערש עדשוקעיטן דעם ציבור איבער די וויכטיגקייט פון וואקסינען.

איין ביל ארויפגעברענגט דורך א דעמאקראטישע קאנגרעספרוי צו עלימינירן די עקזעמפשאן'ס איז דורכגעפאלן.

פון די אנדערע זייט איז דא דריי בילס וואס ווערן דעבאטירט
איינס טוט פארשטארקען די רעכט פאר רעליגעזע עקזעמפשאן, און עלימינירט דאס פארלאנג אויסציפילן א פארם פאר די עקזעמפשאן.
צווייטע טוט פארלאנגען דאקטורים מוזן אינפארמירן דעם פאציענט איבער די בענעפיט און די ריסק פון וואקסינען, ווי אויך איבערגעבן די וואקסין אינסערט.
דריטע גיבט די עלטערן די ברירה צו מאכן א טייטער טעסט צו זעהן אויב עס פעלט אויס די וואקסין.

אן אפ-עד פון די קאנגרעספרוי נענסי בארטא וואס שטיפט פאר די געזעצן
https://www.azcentral.com/story/opinion ... 227240002/

געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2019 1:02 pm
דורך דממה דקה
אן אינטערסאנטער אפיניען ארטיקל אין בלומבערג ניוז ברענגט ארויס אינטערסאנטע פאקטן אויף די מיזעלס וואקסין

דער שרייבער איז מסביר אז אנדערש פון פאליא און סמאלפאקס ה"י וואס זענען נישט אזוי שטארק קאנטעידשעס, און די עווערידש וועט איינער וואס איז אינפעקטירט מיט פאליא אדער סמאל-פאקס אינפעקטן צווישן 4 ביז 6 אנדערע, איז מיזעלס פיל מער אנשטעקיג, און א יעדער מיזעלס פאציענט טוט אנשטעקן בערך 20 אנדערע, און דאס איז די סיבה פארוואס פאליא איז געניג אז 85% פראצענט איז וואקסינירט, משא"כ מיזעלס מוז זיין 90%-95% פראצענט וואקסינירט כדי צו קענען אויסראטן מיזעלס פון אמעריקא.

דער שרייבער ברענגט ארויס אז היות מיזעלס בוזשעוועט אין פילע לענדער מיט שווערע טויזענטער אנגעשטעקטע, וועט נישט זיין מעגליך אויסצוראטן מיזעלס אין אמעריקע אליינס אן אינטערנעמען א גלאבאלע אינטערנעמונג אויסצורייסן מיזעלס פון די אלע צוריקגעשטאנענע מדינות.

https://finance.yahoo.com/news/forget-a ... 13875.html

געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2019 2:57 pm
דורך מצפים לישועה
דממה דקה האט געשריבן:מיזעלס קעיסעס אין אמעריקא האלט ביי 839 - דערפון זענען 231 קעיסעס אין ראקלענד קאונטי, און 442 קעיסעס אין נוא יארק סיטי

אין איראפע איז דאס יאר געווען 34,000 מיזעלס קעיסעס, 13 טויטפעלער, מיט די מערסטע צאל מיזעלס קעיסעס אין אוקריינע, ווי עס איז באריכטעט 25,000 קעיסעס. - פאריגעס איז געווען 83,540 קעיסעס אין אייראפע.

אין די פיליפינען איז דא די ערגסטע אויסברוך פון מיזעלס פון לאנגע יארן, און דאס יאר דערווייל די ערגסטע אין די וועלט, עס האלט ביי 33,000 קעיסעס.

עפעס שטימט נישט, מען זאגט דאך אז ציווישן איינס און צוויי פון טןיזענט שטארבן?

געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2019 3:28 pm
דורך דממה דקה
יעדע מדינה און יעדע אויסברוך איז עטוואס אנדערש,
אין יוראפ פאריאר איז געווען 83,540 מיזעלס קעיסעס, און עס איז געווען 74 טויטפעלער, דאס קומט אויס איינס פון 1150 בערך
אין יאר 2017 איז געווען 25,869 קעיסעס, און 42 טויטפעלער, דאס קימט אויס 1 פון 600 קעיסעס.
אין די פיליפינען איז די יעצטיגע אויסברוך שוין דא 33,000 קעיסעס מיט 450 טויטפעלער, דאס קומט אויס צו א שרעקעדיג 1 פון בערך 75 קעיסעס.

געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2019 3:41 pm
דורך פאטאקי08
אין די נייעס היינט איז אז ראקלענד קאונטי עקזעקוטיוו עד דעי האט געבעטן פרעזידענט טראמפ ער זאל ארויסגעבן אן עקזעקוטיוו ארדער צו פייטן די מיזעלס אויסברוך וואס האלט שוין צו קרוב 900 פעלער אין אמעריקע ה"י
אינטערסאנט וואס ער וועט ענטפערען, ווי באקאנט איז ביי די 2016 וואל קאמפיין האט טראמפ געהאקט קעגן וואקסינען

געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2019 6:39 pm
דורך מצפים לישועה
דממה דקה האט געשריבן:יעדע מדינה און יעדע אויסברוך איז עטוואס אנדערש,
אין יוראפ פאריאר איז געווען 83,540 מיזעלס קעיסעס, און עס איז געווען 74 טויטפעלער, דאס קומט אויס איינס פון 1150 בערך
אין יאר 2017 איז געווען 25,869 קעיסעס, און 42 טויטפעלער, דאס קימט אויס 1 פון 600 קעיסעס.
אין די פיליפינען איז די יעצטיגע אויסברוך שוין דא 33,000 קעיסעס מיט 450 טויטפעלער, דאס קומט אויס צו א שרעקעדיג 1 פון בערך 75 קעיסעס.

סהאט צוטון צו די אויסברוך איז אין א צריקגבליבענע ארימע לאנד אדער א פארגעשריטענע רייעכערן לאנד, אדער אנדערע סיבות?

געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2019 6:44 pm
דורך שרייזשע
מצפים לישועה האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:מיזעלס קעיסעס אין אמעריקא האלט ביי 839 - דערפון זענען 231 קעיסעס אין ראקלענד קאונטי, און 442 קעיסעס אין נוא יארק סיטי

אין איראפע איז דאס יאר געווען 34,000 מיזעלס קעיסעס, 13 טויטפעלער, מיט די מערסטע צאל מיזעלס קעיסעס אין אוקריינע, ווי עס איז באריכטעט 25,000 קעיסעס. - פאריגעס איז געווען 83,540 קעיסעס אין אייראפע.

אין די פיליפינען איז דא די ערגסטע אויסברוך פון מיזעלס פון לאנגע יארן, און דאס יאר דערווייל די ערגסטע אין די וועלט, עס האלט ביי 33,000 קעיסעס.

עפעס שטימט נישט, מען זאגט דאך אז ציווישן איינס און צוויי פון טןיזענט שטארבן?

13 טויט פעלער פון 34,000 קומט אויס צו בערך 1 פון 2000 (איינס 2000 וואלט געווען 17, דא איז דא 13)

געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2019 6:58 pm
דורך שרייזשע
שרייזשע האט געשריבן:
מצפים לישועה האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:מיזעלס קעיסעס אין אמעריקא האלט ביי 839 - דערפון זענען 231 קעיסעס אין ראקלענד קאונטי, און 442 קעיסעס אין נוא יארק סיטי

אין איראפע איז דאס יאר געווען 34,000 מיזעלס קעיסעס, 13 טויטפעלער, מיט די מערסטע צאל מיזעלס קעיסעס אין אוקריינע, ווי עס איז באריכטעט 25,000 קעיסעס. - פאריגעס איז געווען 83,540 קעיסעס אין אייראפע.

אין די פיליפינען איז דא די ערגסטע אויסברוך פון מיזעלס פון לאנגע יארן, און דאס יאר דערווייל די ערגסטע אין די וועלט, עס האלט ביי 33,000 קעיסעס.

עפעס שטימט נישט, מען זאגט דאך אז ציווישן איינס און צוויי פון טןיזענט שטארבן?

13 טויט פעלער פון 34,000 קומט אויס צו בערך 1 פון 2000 (איינס 2000 וואלט געווען 17, דא איז דא 13)

צו זיין פינקטלעך, עס איז איינס פון 2600

געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2019 4:03 am
דורך man
ביטע צוצייכענען די מקור פון יעדע נייעס, שכוח.

געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2019 9:49 am
דורך דממה דקה
אוקריינא מיזעלס קעיסעס דאס יאר האלט שוין גאר נאנט צו 50,000,

http://outbreaknewstoday.com/ukraine-me ... ose-50000/