נייעס איבער דיזיזעס וויירוסעס און וואקסינען "נישט קיין דעבאטעס"

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 9:03 pm

דממה דקה האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:אין קאליפארניע האט מען פארגעשלאגן א ביל צו צוימען אויך די מעדיקעל עקזעמפשאן, אז יעדער וואס האט א מעדיקעל עקזעמפשאן פון א דאקטאר וועט אויך מוזן באקומען די באשטעטיגונג פון די סטעיט.

די קאליפארניע סענאט האט באשטעטיגט דאס געזעץ, יעצט גייט עס צו די אסעמבלי.

דער קאליפארניער גאווערנאר דריקט אויס אומצופרידנהייט מיט די געדאנק אז א ביוראקראט זאל קענען איינטיילן ווי צו האנדלען די אייגענע קינדער.

https://www.nbclosangeles.com/news/loca ... 16871.html


האט מען עמענדעד די ביל צו צופרידענשטעלן דעם גארווערנאר, אנשטאט די ביז יעצטיגע פלאן צו פארלאנגען אז יעדע עקזעמפשאן זאל מוזן באשטעטיגט ווערן ביי די סטעיט, וועט עס זיין נאר אויב די סקול האט ווייניגער פון 95% וואקסינאציע ראטע, אדער אויב דער דאקטאר האט געגעבן מער פון 5 עקזעמפשאן'ס דאס יאר, און די דאקטאר טאר נישט נעמען געלט צו שרייבן אזא עקזעמפשאן, און דער דאקטאר מוז באשטעטיגן בשבועה אדער כעין שבועה אז אלעס וואס ער האט געשריבן איז וואר און ריכטיג.

https://www.latimes.com/politics/la-pol ... story.html

דער גאווערנאר איז נאך אלץ נישט צופרידן פון די יעצטיגע ביל, ער וויל אז די ביל זאל הערשט אריין אין עפעקט אויף א שפעטערדיגע דאטום אפצוהאלטן די סטעיט פון אינוועסטיגעיטן דאקטורים למפרע, אויך וויל ער נישט שטיצען די שבועה'דיגע סארט חתימה, וכו'

https://sacramento.cbslocal.com/2019/09 ... l-changes/

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 9:50 pm

די CDC באריכט אז אין די לעצטע יאר זענען ארום 900 מיגראנטן אנגעשטעקט געווארן מיט מאמפס אין די אנשטאלטן וואס די רעגירונג האט אויפגעשטעלט ביי די גרעניצן.

https://www.cnbc.com/2019/08/30/nearly- ... -year.html

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 12:50 pm

ערשטע מיזעלס קעיס אין האווייאי, די פאציענט איז געווארן אנגעשטעקט זייענדיג צוגאסט אין אן אנדערע סטעיט, נישט געזעהן אנגעבן וועלכע סטעיט דאס איז געווען. דערווייל איז דאס אן איזאלירטע קעיס און האט נישט אנגעשטעקט אנדערע.
דאס ברענגט די צאל פון סטעיטס וואס זענען געווארן עפעקטירט פון די מיזעלס אויסברוך צו 31.

https://www.foxnews.com/health/measles- ... i-resident

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 2:05 pm

דממה דקה האט געשריבן:ערשטע מיזעלס קעיס אין האווייאי, די פאציענט איז געווארן אנגעשטעקט זייענדיג צוגאסט אין אן אנדערע סטעיט, נישט געזעהן אנגעבן וועלכע סטעיט דאס איז געווען. דערווייל איז דאס אן איזאלירטע קעיס און האט נישט אנגעשטעקט אנדערע.
דאס ברענגט די צאל פון סטעיטס וואס זענען געווארן עפעקטירט פון די מיזעלס אויסברוך צו 31.

https://www.foxnews.com/health/measles- ... i-resident

האווייאי איז אן אינזל וואס איז ווייט פון אמעריקאס מעין לאנד, מען קען דארט נאר אנקומען מיט אפאר שעה פליען אויף א פליגער, אויב דער פאציענט האט געכאפט די מיזעלס אין א אנדערע סטעיט וואלט מען געדארפט ארויסגעבן אן אלערט פאר אלע מיטרייזענדע.

א קשיא.

מקבל
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2014 6:26 pm

תגובהדורך מקבל » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 2:39 pm

פומפדותא האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:ערשטע מיזעלס קעיס אין האווייאי, די פאציענט איז געווארן אנגעשטעקט זייענדיג צוגאסט אין אן אנדערע סטעיט, נישט געזעהן אנגעבן וועלכע סטעיט דאס איז געווען. דערווייל איז דאס אן איזאלירטע קעיס און האט נישט אנגעשטעקט אנדערע.
דאס ברענגט די צאל פון סטעיטס וואס זענען געווארן עפעקטירט פון די מיזעלס אויסברוך צו 31.

https://www.foxnews.com/health/measles- ... i-resident

האווייאי איז אן אינזל וואס איז ווייט פון אמעריקאס מעין לאנד, מען קען דארט נאר אנקומען מיט אפאר שעה פליען אויף א פליגער, אויב דער פאציענט האט געכאפט די מיזעלס אין א אנדערע סטעיט וואלט מען געדארפט ארויסגעבן אן אלערט פאר אלע מיטרייזענדע.

א קשיא.

ס'איז לאורה נישט געווען קיין האסידים אויפן פליגער...

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:37 pm

פומפדותא האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:ערשטע מיזעלס קעיס אין האווייאי, די פאציענט איז געווארן אנגעשטעקט זייענדיג צוגאסט אין אן אנדערע סטעיט, נישט געזעהן אנגעבן וועלכע סטעיט דאס איז געווען. דערווייל איז דאס אן איזאלירטע קעיס און האט נישט אנגעשטעקט אנדערע.
דאס ברענגט די צאל פון סטעיטס וואס זענען געווארן עפעקטירט פון די מיזעלס אויסברוך צו 31.

https://www.foxnews.com/health/measles- ... i-resident

האווייאי איז אן אינזל וואס איז ווייט פון אמעריקאס מעין לאנד, מען קען דארט נאר אנקומען מיט אפאר שעה פליען אויף א פליגער, אויב דער פאציענט האט געכאפט די מיזעלס אין א אנדערע סטעיט וואלט מען געדארפט ארויסגעבן אן אלערט פאר אלע מיטרייזענדע.

א קשיא.

זאגן זיי יעצט אז ווען דער פאציענט האט זיך צוריקגעקערט קיין האווייאי איז ער שוין געווען אויסגעהיילט, אבער וויבאלד ער איז א בירגער פון האווייאי ווערט עס גערעכנט אויף זייער סטעיט.

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 12:39 pm

די צאל מיזעלס האלט ביי 1241, עס איז צוגעקומען 7 נייע קעיסעס די וואך, אבער די CDC זאגט אז נאר 2 דערפון זענען נייע קעיסעס, זיי האבן נישט אנגעגעבן ווי די צוויי נייע קעיסעס זענען און אויב דאס איז אין פלעצער ווי די אוטברעיק איז נאך אקטיוו.

https://www.cdc.gov/measles/cases-outbreaks.html

אוועטאר
לייטער
שר חמש מאות
תגובות: 692
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 3:45 pm

א גרויסע ראלי און פראטעסט קומט יעצט פאר אין אלבעני דורך עלטערן און קינדער( די קינדער וואס די סקולס נעמען נישט אן, זענען מיטגעקומען )פון פאבליק שילע, וואס געבן נישט קיין וואקסין און קענען נישט שיקן אין פאבליק סקול יעצט צום נייע לערנען יאר אין רוזאלט פון די נייע געזעץ
זיי זאגן אז 26,000 זענען עפעקטירט פונעם נייע געזעץ אין נוי יארק

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 8:38 pm

דממה דקה האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:אין קאליפארניע האט מען פארגעשלאגן א ביל צו צוימען אויך די מעדיקעל עקזעמפשאן, אז יעדער וואס האט א מעדיקעל עקזעמפשאן פון א דאקטאר וועט אויך מוזן באקומען די באשטעטיגונג פון די סטעיט.

די קאליפארניע סענאט האט באשטעטיגט דאס געזעץ, יעצט גייט עס צו די אסעמבלי.

דער קאליפארניער גאווערנאר דריקט אויס אומצופרידנהייט מיט די געדאנק אז א ביוראקראט זאל קענען איינטיילן ווי צו האנדלען די אייגענע קינדער.

https://www.nbclosangeles.com/news/loca ... 16871.html


האט מען עמענדעד די ביל צו צופרידענשטעלן דעם גארווערנאר, אנשטאט די ביז יעצטיגע פלאן צו פארלאנגען אז יעדע עקזעמפשאן זאל מוזן באשטעטיגט ווערן ביי די סטעיט, וועט עס זיין נאר אויב די סקול האט ווייניגער פון 95% וואקסינאציע ראטע, אדער אויב דער דאקטאר האט געגעבן מער פון 5 עקזעמפשאן'ס דאס יאר, און די דאקטאר טאר נישט נעמען געלט צו שרייבן אזא עקזעמפשאן, און דער דאקטאר מוז באשטעטיגן בשבועה אדער כעין שבועה אז אלעס וואס ער האט געשריבן איז וואר און ריכטיג.

https://www.latimes.com/politics/la-pol ... story.html

דער גאווערנאר איז נאך אלץ נישט צופרידן פון די יעצטיגע ביל, ער וויל אז די ביל זאל הערשט אריין אין עפעקט אויף א שפעטערדיגע דאטום אפצוהאלטן די סטעיט פון אינוועסטיגעיטן דאקטורים למפרע, אויך וויל ער נישט שטיצען די שבועה'דיגע סארט חתימה, וכו'

https://sacramento.cbslocal.com/2019/09 ... l-changes/

נאך נאכקומען די טוישונגען אין די ביל, האט די גאווערנאר אינטערגעשריבן די געזעץ, וואס גייט אריין אין קראפט דעם ערשטען טאג אין יאר 20' למספרם, דאס מאכט קאליפארניע איז די ערשטע סטעיט וואס טוט צוימען מעדיקעל עקזעמפשאן פון נעמען וואקסינען.
https://www.latimes.com/california/stor ... es-forward

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 10:24 pm

דממה דקה האט געשריבן:מוסקיטאוס אנגעשטעקט מיט Eastern equine encephalitis ווערט אויך גערופן טריפל אי ווירוס, די ווירוס איז גאר שעדליך און טויטליך, און קען אויך ברענגן גאר שווערע מענטל פראבלעמען, זענען געפינען געווארן אין אסוועגא קאונטי נ.י., די לאקאלע אינסטאנצן זאגן אן אז מען זאל גיין מיט לאנגע ערמל, און אנהאבן מאסקיטא באשיצער, און זיך פארמיידן פון זיך דרייען אינדרויסן פון פארנאכטס.

די קאונטי וועט שפריצן פון די לופטצו פארניכטן די מאסקיטאס, ווען די פלענער וועלן זיין גרייט.

עס איז נישט באריכטעט קיין פאל פון מענטש וואס איז געווארן אנגעשטעקט.

https://www.syracuse.com/health/2019/07 ... virus.html

שוין געווען עטליכע טויטפעלער, און נאך עטליכע אנגעשטעקטע פון די טריפל אי וויירוס, 7 באשטעטיגטע פעלער אין מעסעטשוסעטס, האבן די סענטארען פון מעסעטשוסעטס עד מערקי און (פרעזידענט קאנדידאט) עליזעבעט ווארען, ארויס מיט א רוף צו פאדערן די די פעדעראלע העלט דיפארטמענט איבער וואס מען קען טוהן צו העלפן פארמיידן די שרעקליכע וויירוס.

ttps://www.boston.com/news/health/2019/ ... e-research

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 8:10 am

דממה דקה האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:אין סטעיט "מעין" האלט ביים דארכגיין א געזעץ צו עלימינירן גענצליך די רעליגעזע עקזעמפשאן'ס, אויב די גארווערנאר שרייבט אינטער די ביל ווען מעין זיין די 4טע סטעיט אין אמעריקא וואס ערלויבט נישט קיין רעליגעזע עקזעמפשאן, נאכפאלגענדיג קאליפארניע מיסיסיפי און וועסט ווירדשיניע.

די גאווערנאר האט אונטערגעשריבן דאס געזעץ, אויך ליגט אין די ביל אז די "מעין" דיזיז קאנטראל זאל האלטן חשבון און ריפארטען אלע עפעקטס פון וואקסינען.


אקטיוויסטן וואס זענען קעגן צוויי נייע געזעצן אין מעין, איינס פון זיי איז די געזעץ וואס האט אוועקגענומען די רעלידשעס עקזעמפשאן פאר די וואקסינען, ארבעטן צו מאכן א בירגער וועטא אויף די געזעץ און עס ברענגען צו א רעפערענדום אויפן נאוועמבער בעלאט, אויב האבן זיי 63000 חתימות ביז סעפטעמבער 16 גייט די געזעץ אויף האלד ביז די וואלן אין נאוועמבער וואס וועט אנטשיידן די ווילן פון פאלק.

https://www.timesrecord.com/articles/ma ... tion-laws/

די אקטיוויסטן אין מעין וואס ווילן ארויפלייגען די רעלידשעס עקזעמפשאן פראגע אויף די בעלאט פאר א וואוט, זאגען אז זיי שאצן זיי וועלן האבן געניג אינטערשיפטן דערפאר, נאך פאר די דעדליין פון סעפטעמבער 16
https://www.mainepublic.org/post/oppone ... 020-ballot

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 8:10 pm

דממה דקה האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:Legionnaires דיזיז אויסברוך אין יוניאן קאונטי נוא דשערזי האט שוין אינפעקטירט 22 מענטשן 5 דערפון פאטאל

https://www.nj.com/union/2019/05/nj-leg ... ounty.html

א שעראטאן האטעל אין אטלאנטא ווערט פארמאכט פאר א צוויי וואכן נאך וואס 11 פאציענטן זענען דארט געווארן אנגעשטעקט מיט די Legionnaires דיזיז (נישט פאטאל)

https://foxsanantonio.com/news/nation-w ... e-outbreak

Legionnaires דיזיז גייט נישט אריבער פון מענטש צו מענטש, נאר אלע ווערן אנגעשטעקט פון די מקור, צומאל איז עס א וואסער טאנק, אדער א עיר קאנדישען טאוער וואס איז אינפעקטירט.

---

אין ווירזשיניע איז אויך יעצט באריכטעט 10 קעיסעס, דארט אינוועסטיגעיט מען נאך דערווייל פון ווי עס שטאמט.
https://www.foxnews.com/health/virginia ... estigation

איינוואינער אין א הויכשטאקיגער געביידע אויף מאשלוי פארקוועי אין די בראנקס זענען אנגעזאגט געווארן דורך די סיטי העלט דיפארטמענט איבער די ריזיקע פון לעגיאנעירס דיזיז, דאס קימט נאך צוויי איינוואינער אין דעם בנין זענען געווארן דייעגנאוזט מיט די דיזיז, די סיטי פירט יעצט דורך טעסטס צו דערגיין די שורש פון די דיזיז, דערווייל זענען די איינוואינער אנגעזאגט געווארן נישט צו נעמען קיין שויערס, טרינקן און באדן איז נישט קיין פראבלעם.

https://newyork.cbslocal.com/2019/09/11 ... ase-bronx/

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 8:58 pm

און יעצט האט די העלט דיפארטמענט פון על פעסא טעקסאס געמאלדן אז די דארטיגע אוטברעיק האט זיך גע'ענדיגט

https://www.kvia.com/lifestyle/health/e ... 1120241229

די צוויי פלעצער פארבליבן, ווייאמינג קאונטי נ.י. איז געווען אוגוסט 8, און ראקלענד קאונטי לכאורה אוגוסט 15, אויב קומט שוין נישט צו קיין קעיסעס וועט די אוטברעיק זיך ענדיגן אונטער א יאר, און די פאראייניגטע שטאטן וועט נישט פארלירן די עלימינירט סטאטוס.

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 11:54 am

די CDC זאגט אז די וואך (פון סעפטעמבער 6 ביז 12) איז נישט באריכטעט געווארן קיין שום נייע קעיס פון מיזעלס, און די צאל מיזעלס קעיסעס איז געבליבן שטיין ביי 1241.

https://www.cdc.gov/measles/cases-outbreaks.html

---

עס איז געווען באריכטעט איבער א מיזעלס קעיס אין יארק קאונטי פעסילוועניא, אבער דאס איז הערשט באריכטעט געווארן סעפטעמבער 14, און וועט לכאורה ווערן גערעכנט נעקסטע וואך, אויך דארף עס נישט טוישן די מיזעלס עלימינאציע סטאטוס וויבאלד עס איז נאר די צווייטע קעיס דארט.

http://www.cysd.k12.pa.us/

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 7:13 pm

די גאווערנאר פון קאנעטיקוט זאגט אז ער וועט ארבעטן צוזאמען מיט די לעגיסלאטורן פון די סטעיט צו אוועקנעמען די רעלידשעס עקזעמפשאן אין זיין סטעיט.

https://www.wsj.com/articles/connecticu ... 1568670685

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 1:39 pm

די Nassau county העלט דיפארטמענט, האט ארויסגעגען אן עלערט איבער די צווייטע מיזעלס קעיס אין לאנג איילענד, די פאציענט איז פאריגע וואך געקומען מיט די LIRR קיין מאנהעטן עטליכע מאל.

http://longisland.news12.com/story/4107 ... rmed-on-li

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 12:17 am

דממה דקה האט געשריבן:דער פרעזידענט איז ערווארטעד צו איטערשרייבן אן עקזעקוטיוו ארדער צו פארבעסערן די פלו וואקסין, און פארמערן די באנוץ דערפון.

https://news.yahoo.com/exclusive-trump- ... 31218.html

היינט האט פרעזידענט טראמפ אינטערגעשריבן די עקזעקיוטיוו ארדער, געצילט צו מאדערנעזירן און רעפארמען די פלו וואקסין

https://www.whitehouse.gov/briefings-st ... -vaccines/

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 11:25 am

דממה דקה האט געשריבן:די העלט מיניסטער אין קאנגא רעזיגנירט פון זיין אמט, נאכן ווערן אראפגעווארפן פון די איבאלע ריספאנס.

השתשלות הדברים

ווי באקאנט בוזשעוועט יעצט א איבאלע אויסברוך אין קאנגא, און פיל געזינטהייט ארבעטער פראבירן צו אפשטעלן די אויסברוך, און עס איז דא פארשיעדנע סעיף און ווירקזאמע מעדיצינען און וואקסינען וואס ווערן דארט באנוצט צו אפשטעלן די אויסברוך, די שטורעם איז איבער א נייע וואקסין וואס די Johnson & Johnson קאמפעני האט פראדוצירט, די וואקסין איז נאכנישט באשטעטיגט אלץ סעיף און עפעקטיוו, און די העלט מיניסטער האט נישט געלאזט ניצן ווייל עס איז נישט סעיף. (עס איז אזוי אויך דא דארט יעצט 4 מעדיצינען וואס ווערן געניצט, מעדיצינען וואס זענען נאך נישט באשטעטיגט אלץ סעיף, און ווערן דארט געניצט צום ערשטן מאל אלץ א קליניקל טרייעל)

די העלט מיניסטער האט געטענה'ט אז די וואקסין איז נישט סעיף, און היות עס איז דא אן אנדערע וואקסין וואס די Merck פירמע האט פראדוצירט וואס איז שוין פון לאנג גע'טעסט אין איז באשטעטיגט אז עס איז סעיף און ווערט רעקאמענדירט דורך די World Health Organization ממילא וויל ער נישט מען זאל אויספראבירן א נייע נישט סעיף וואקסין אויף די בירגער פון קאנגא, וואס אויסער די נישט סעיפטי איז עס גורם א צומישעניש פאר די קאנגא בירגער.

פון די אנדערע זייט האבן געטענה'ט די שטיצער פון די נייע אומבאשטעטיגטע וואקסין אז די ערשטע און באשטעטיגטע וואקסין פון 'מערק' איז דא ווייניג סופליי, און אויב די אויסברוך וועט ציען נאך א יאר וועט נישט זיין געניג, ממילא מוז מען שוין פראבירן די נייע וואקסין, און די נייע אומבאשטעטיגטע וואקסין וועט מען געבן אין געגנטער ווי די אויסברוך איז נאכנישט אנגעקומען און אזוי אפהאלטן די אויסברויך פון אנקומען, און אויך אז מען האט די נייע וואקסין יא פראבירט אויף 6 טויזנט וואלונטירן, און נאך טענה'ן זיי אז עס איז נישט עטיש צו ניצן וואלונטירן צו טעסטן די וואקסין, ווען מען קען עס נוצן אויף פאציענטן וואס קענען אויסשטיין איבאלע זעלבסט.

די העלט מיניסטעריום טענה'ט אז עס איז דא די והותר פון די סעיף און באשטעטיגעט מערק וואקסין, זיי האבן 440 טויזנט שוין פראדוצירט, און נאך 900 טויזנט אין פראדוקציע פאר די קומענדיגע 6-18 חדשים, און עס איז נישט דא קיין שום סיבה צו טעסטן א נייע אומבאשטעטיגטע וואקסין אויף די בירגער פון קאנגא, די (געוועזענער) העלט מיניסטער אין זיין רעזיגנאציע בריוו שרייבט אז די שטיצער פון די נייע וואקסין באהאלטן אינפארמאציע און פירן ארום די לאקאלע דאקטוירים מיט ליגענטס. ווי אויך דערמאנט ער אז אמעריקאנער פארמאסוטיקעל קאמפעניס האבן בעבר געניצט פלאסיבאס אין אפריקע פאר HIV פאציענטן, א זאך וואס איז נישט ערלויבט אין אמעריקע און איז נישט עטיש, דער נייער פירער פון די איבאלע ריספאנס זאגט אויך אז די פריערדיגע איבאלע אויסברוך האט מען אפגעשטעלט אן קיין וואקסין בכלל, ממילא איז נישט אזוי קלאר אז די וואקסין וועט בכלל אויסמאכן אין די אפשטעל פון די אויסברוך.

יעצט איז געגאנגען די פרעזידענט פון קאנגא, און פארמירט א נייע בארד צו קעיר נעמען פון איבאלע, און ארויסגעשניטן די העלט מיניסטעריום פון נעמען א טייל אין די איבאלע אויסראטונג, און אזוי גע'עפנט די וועג צו קענען ניצען די נייע אומבאשטעטיגטע וואקסין פון Johnson & Johnson, און צוליב דעם האט דער העלט מיניסטער גענצליך רעזיגנירט פון זיין אמט אלץ געזינטהייט מיניסטאר.

https://www.channelnewsasia.com/news/wo ... n-11753802

https://www.nytimes.com/2019/07/22/worl ... lunga.html

https://thehill.com/policy/healthcare/p ... a-response

Jonson & johnson האט אויסגעפירט און קאנגא וועט געבן די נייע ערפינדענע וואקסין, אויף די פראגע פון די סעיפטי זאגן די קאנגא איבאלע ריספאנס טיעם אז וויבאלד אוגאנדא האט שוין אויך געגעבן די דשאנסאן וואקסין, זענען זיי נישט די ערשטע. (למעשה איז דאס נישט ממש אזוי, ווייל די דשאנסאן וואקסין מוז מען נעמען צוויי דאזעס, אפגעטיילט 8 וואכן איינס פון די אנדערע, און עס איז נאכנישט דא קיין 8 וואכן פון ווען אוגאנדע האט אנגעהויבן געבן די וואקסין, אויך איז נישטא דארט קיין אקטיווע איבאלע אויסבראך)

https://www.bbc.com/news/world-africa-49782070

---
אין אנדערע נייעס איז די מערק איבאלע וואקסין געווארן באשטעטיקט פאר א שנעלערע ריוויא ביי די אמעריקאנער FDA נאך עס איז סוקסעספול געניצט געווארן אין די איבאלע אויסבראך אין קאנגא, מיט 225 טויזענט דאזעס, און א שטארקע סוקסעס רעיט, (די מערק וואקסין איז א סינגל דאוז)

https://www.mrknewsroom.com/news-releas ... y-review-v

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 10:53 am

מיזעלס אין די פאראייניגטע שטאטן האלט ווייטער ביי 1241, אבער עס זענען יא געווען צוויי נייע קעיסעס באריכטעט, נאר צוויי עלטערע קעיסעס האט מען אראפגענומען פון די ליסט, נאך עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס איז נישט געווען קיין מיזעלס. (די נייע קעיסעס זענען לכאורה אין יארק פעסילוועניא, און לאנג איילענד)

די אויסברוך אין ווייאמינג קאונטי נ.י. האט מען שוין דעקלערט אז עס איז פארריבער, און עס איז נאר דא די אויסברוך אין ראקלענד קאונטי, וואס וועט לכאורה ווערן דיקלערט פארריבער דאנערשטאג.

https://www.cdc.gov/measles/cases-outbreaks.html

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 10:15 pm

מארגען וועט עד דעי דעקלערן די מיזעלס אויסברוך אין ראקלענד קאונטי פארריבער, דאס טוט ענדיגן די מיזעלס אויסברוך אין די פאראייניגטע שטאטן, (און לכאורה וועט די עלימינאציע סטאטוס נישט פארלוירן גיין)

https://www.lohud.com/story/news/local/ ... 432154001/
לעצט פאראכטן דורך דממה דקה אום דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 10:19 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 10:19 pm

די משרד הבריאות אין ארץ ישראל טוט אויפפאדערן די וואס פארן קיין אומאן זיך צו וואקסינירן קעגן מיזעלס וואס בוזשעוועט געפערליך אין אוקריינא.

https://www.health.gov.il/NewsAndEvents ... 019_3.aspx

KMW
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

תגובהדורך KMW » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 10:21 pm

דממה דקה האט געשריבן:מארגען וועט עד דעי דעקלערן די מיזעלס אויסברוך פארריבער, דאס טוט ענדיגן די מיזעלס אויסברוך אין די פאראייניגטע שטאטן, (און לכאורה וועט די עלימינאציע סטאטוס נישט פארלוירן גיין)

https://www.lohud.com/story/news/local/ ... 432154001/


האסט דאך נעכטן געשריבן
אבער עס זענען יא געווען צוויי נייע קעיסעס באריכטעט

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 11:44 pm

KMW האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:מארגען וועט עד דעי דעקלערן די מיזעלס אויסברוך פארריבער, דאס טוט ענדיגן די מיזעלס אויסברוך אין די פאראייניגטע שטאטן, (און לכאורה וועט די עלימינאציע סטאטוס נישט פארלוירן גיין)

https://www.lohud.com/story/news/local/ ... 432154001/


האסט דאך נעכטן געשריבן
אבער עס זענען יא געווען צוויי נייע קעיסעס באריכטעט

ווי איך האב דארט געשריבן זענען די צוויי קעיסעס, איינס אין יארק קאונטי פענסילוועניע, און איינס אין נעססאו קאונטי לאנג איילענד נ.י., אין ביידע פלעצער האלט מען יעצט ביי די צווייטע קעיס אויף יענע פלאץ, ממילא אויב איז נישטא דארט א דריטע קעיס הייסט עס נישט א אוטברעיק.

(די עיקר לחץ איז געווען אויף ראקלענד קאונטי, ווייל דארט האט זיך עס אנגעהויבן סוף סעפטעמבער)

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 10:18 am

דממה דקה האט געשריבן:צאל מאמפס קעיסעס דאס יאר האלט ביי 1799.

https://www.cdc.gov/mumps/outbreaks.html

די צאל מאמפס דאס יאר האלט ביי 2363

https://www.cdc.gov/mumps/outbreaks.html

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 12:03 pm

דממה דקה האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:די העלט מיניסטער אין קאנגא רעזיגנירט פון זיין אמט, נאכן ווערן אראפגעווארפן פון די איבאלע ריספאנס.

השתשלות הדברים

ווי באקאנט בוזשעוועט יעצט א איבאלע אויסברוך אין קאנגא, און פיל געזינטהייט ארבעטער פראבירן צו אפשטעלן די אויסברוך, און עס איז דא פארשיעדנע סעיף און ווירקזאמע מעדיצינען און וואקסינען וואס ווערן דארט באנוצט צו אפשטעלן די אויסברוך, די שטורעם איז איבער א נייע וואקסין וואס די Johnson & Johnson קאמפעני האט פראדוצירט, די וואקסין איז נאכנישט באשטעטיגט אלץ סעיף און עפעקטיוו, און די העלט מיניסטער האט נישט געלאזט ניצן ווייל עס איז נישט סעיף. (עס איז אזוי אויך דא דארט יעצט 4 מעדיצינען וואס ווערן געניצט, מעדיצינען וואס זענען נאך נישט באשטעטיגט אלץ סעיף, און ווערן דארט געניצט צום ערשטן מאל אלץ א קליניקל טרייעל)

די העלט מיניסטער האט געטענה'ט אז די וואקסין איז נישט סעיף, און היות עס איז דא אן אנדערע וואקסין וואס די Merck פירמע האט פראדוצירט וואס איז שוין פון לאנג גע'טעסט אין איז באשטעטיגט אז עס איז סעיף און ווערט רעקאמענדירט דורך די World Health Organization ממילא וויל ער נישט מען זאל אויספראבירן א נייע נישט סעיף וואקסין אויף די בירגער פון קאנגא, וואס אויסער די נישט סעיפטי איז עס גורם א צומישעניש פאר די קאנגא בירגער.

פון די אנדערע זייט האבן געטענה'ט די שטיצער פון די נייע אומבאשטעטיגטע וואקסין אז די ערשטע און באשטעטיגטע וואקסין פון 'מערק' איז דא ווייניג סופליי, און אויב די אויסברוך וועט ציען נאך א יאר וועט נישט זיין געניג, ממילא מוז מען שוין פראבירן די נייע וואקסין, און די נייע אומבאשטעטיגטע וואקסין וועט מען געבן אין געגנטער ווי די אויסברוך איז נאכנישט אנגעקומען און אזוי אפהאלטן די אויסברויך פון אנקומען, און אויך אז מען האט די נייע וואקסין יא פראבירט אויף 6 טויזנט וואלונטירן, און נאך טענה'ן זיי אז עס איז נישט עטיש צו ניצן וואלונטירן צו טעסטן די וואקסין, ווען מען קען עס נוצן אויף פאציענטן וואס קענען אויסשטיין איבאלע זעלבסט.

די העלט מיניסטעריום טענה'ט אז עס איז דא די והותר פון די סעיף און באשטעטיגעט מערק וואקסין, זיי האבן 440 טויזנט שוין פראדוצירט, און נאך 900 טויזנט אין פראדוקציע פאר די קומענדיגע 6-18 חדשים, און עס איז נישט דא קיין שום סיבה צו טעסטן א נייע אומבאשטעטיגטע וואקסין אויף די בירגער פון קאנגא, די (געוועזענער) העלט מיניסטער אין זיין רעזיגנאציע בריוו שרייבט אז די שטיצער פון די נייע וואקסין באהאלטן אינפארמאציע און פירן ארום די לאקאלע דאקטוירים מיט ליגענטס. ווי אויך דערמאנט ער אז אמעריקאנער פארמאסוטיקעל קאמפעניס האבן בעבר געניצט פלאסיבאס אין אפריקע פאר HIV פאציענטן, א זאך וואס איז נישט ערלויבט אין אמעריקע און איז נישט עטיש, דער נייער פירער פון די איבאלע ריספאנס זאגט אויך אז די פריערדיגע איבאלע אויסברוך האט מען אפגעשטעלט אן קיין וואקסין בכלל, ממילא איז נישט אזוי קלאר אז די וואקסין וועט בכלל אויסמאכן אין די אפשטעל פון די אויסברוך.

יעצט איז געגאנגען די פרעזידענט פון קאנגא, און פארמירט א נייע בארד צו קעיר נעמען פון איבאלע, און ארויסגעשניטן די העלט מיניסטעריום פון נעמען א טייל אין די איבאלע אויסראטונג, און אזוי גע'עפנט די וועג צו קענען ניצען די נייע אומבאשטעטיגטע וואקסין פון Johnson & Johnson, און צוליב דעם האט דער העלט מיניסטער גענצליך רעזיגנירט פון זיין אמט אלץ געזינטהייט מיניסטאר.

https://www.channelnewsasia.com/news/wo ... n-11753802

https://www.nytimes.com/2019/07/22/worl ... lunga.html

https://thehill.com/policy/healthcare/p ... a-response

Jonson & johnson האט אויסגעפירט און קאנגא וועט געבן די נייע ערפינדענע וואקסין, אויף די פראגע פון די סעיפטי זאגן די קאנגא איבאלע ריספאנס טיעם אז וויבאלד אוגאנדא האט שוין אויך געגעבן די דשאנסאן וואקסין, זענען זיי נישט די ערשטע. (למעשה איז דאס נישט ממש אזוי, ווייל די דשאנסאן וואקסין מוז מען נעמען צוויי דאזעס, אפגעטיילט 8 וואכן איינס פון די אנדערע, און עס איז נאכנישט דא קיין 8 וואכן פון ווען אוגאנדע האט אנגעהויבן געבן די וואקסין, אויך איז נישטא דארט קיין אקטיווע איבאלע אויסבראך)

https://www.bbc.com/news/world-africa-49782070

---
אין אנדערע נייעס איז די מערק איבאלע וואקסין געווארן באשטעטיקט פאר א שנעלערע ריוויא ביי די אמעריקאנער FDA נאך עס איז סוקסעספול געניצט געווארן אין די איבאלע אויסבראך אין קאנגא, מיט 225 טויזענט דאזעס, און א שטארקע סוקסעס רעיט, (די מערק וואקסין איז א סינגל דאוז)

https://www.mrknewsroom.com/news-releas ... y-review-v


doctors without borders דאס איז א וואילטעטיגע ארגעניזאציע וואס אסאך דאקטורים שליסן זיך אן צו וואלונטירן און היילן קראנקע אין דריטע וועלט לענדער, באשולדיגן די WHO אז די וועלט געזינט ארגעניזאציע טיט באגרעניצן און איינצוימען די איבאלע וואקסין סופליי, (פון די מערק וואקסין), אפילו עס איז דא א גרויסע שפע דערפון.

https://www.france24.com/en/20190923-dr ... la-vaccine


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט