נייעס איבער דיזיזעס וויירוסעס און וואקסינען "נישט קיין דעבאטעס"

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מיטוואך יולי 24, 2019 5:32 pm

כ'כאפ מיר יעצט, איך לייען שוין דעם אשכול זינט מאי 19 און גארנישט.... זיך נאך קיינמאל דערמאנט צו אפגעבן א דאנק פאר דממה דקה פארן ברענגען כסדר'דיגע אינפארמאטיווע נייעס... און אלעס אויף א שטילע באשיידענע פארנעם ממש ווי א... דממה דקה...
דממה! איך טו עס באמת עפרישיעיטן! זייער אינטערעסאנט און קלאר! קיפ איט אפ! און א גרויסן יישר כח!
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך יולי 24, 2019 5:37 pm

HelpMe האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:צאל מאמפס קעיסעס דאס יאר האלט ביי 1799.

https://www.cdc.gov/mumps/outbreaks.html

אסאך אדער ווייניג כלפי דעם עבר?


דאס איז די אפיציעלע טשארט, אין יאר 16 און 17 איז געווען פיל גרעסער אויסברוכן.

(די יאר איז נאכנישט קיין צוויי דריטל אדורך, לויט וויפיל קעיסעס עס איז דא יעצט וועט מן הסתם זיין מער פון פאריאר)
צוגעלייגטע
outbreaks-graph.png
outbreaks-graph.png (13.19 KiB) געזעהן 1849 מאל

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג יולי 25, 2019 11:19 am

די העלט מיניסטער אין קאנגא רעזיגנירט פון זיין אמט, נאכן ווערן אראפגעווארפן פון די איבאלע ריספאנס.

השתשלות הדברים

ווי באקאנט בוזשעוועט יעצט א איבאלע אויסברוך אין קאנגא, און פיל געזינטהייט ארבעטער פראבירן צו אפשטעלן די אויסברוך, און עס איז דא פארשיעדנע סעיף און ווירקזאמע מעדיצינען און וואקסינען וואס ווערן דארט באנוצט צו אפשטעלן די אויסברוך, די שטורעם איז איבער א נייע וואקסין וואס די Johnson & Johnson קאמפעני האט פראדוצירט, די וואקסין איז נאכנישט באשטעטיגט אלץ סעיף און עפעקטיוו, און די העלט מיניסטער האט נישט געלאזט ניצן ווייל עס איז נישט סעיף. (עס איז אזוי אויך דא דארט יעצט 4 מעדיצינען וואס ווערן געניצט, מעדיצינען וואס זענען נאך נישט באשטעטיגט אלץ סעיף, און ווערן דארט געניצט צום ערשטן מאל אלץ א קליניקל טרייעל)

די העלט מיניסטער האט געטענה'ט אז די וואקסין איז נישט סעיף, און היות עס איז דא אן אנדערע וואקסין וואס די Merck פירמע האט פראדוצירט וואס איז שוין פון לאנג גע'טעסט אין איז באשטעטיגט אז עס איז סעיף און ווערט רעקאמענדירט דורך די World Health Organization ממילא וויל ער נישט מען זאל אויספראבירן א נייע נישט סעיף וואקסין אויף די בירגער פון קאנגא, וואס אויסער די נישט סעיפטי איז עס גורם א צומישעניש פאר די קאנגא בירגער.

פון די אנדערע זייט האבן געטענה'ט די שטיצער פון די נייע אומבאשטעטיגטע וואקסין אז די ערשטע און באשטעטיגטע וואקסין פון 'מערק' איז דא ווייניג סופליי, און אויב די אויסברוך וועט ציען נאך א יאר וועט נישט זיין געניג, ממילא מוז מען שוין פראבירן די נייע וואקסין, און די נייע אומבאשטעטיגטע וואקסין וועט מען געבן אין געגנטער ווי די אויסברוך איז נאכנישט אנגעקומען און אזוי אפהאלטן די אויסברויך פון אנקומען, און אויך אז מען האט די נייע וואקסין יא פראבירט אויף 6 טויזנט וואלונטירן, און נאך טענה'ן זיי אז עס איז נישט עטיש צו ניצן וואלונטירן צו טעסטן די וואקסין, ווען מען קען עס נוצן אויף פאציענטן וואס קענען אויסשטיין איבאלע זעלבסט.

די העלט מיניסטעריום טענה'ט אז עס איז דא די והותר פון די סעיף און באשטעטיגעט מערק וואקסין, זיי האבן 440 טויזנט שוין פראדוצירט, און נאך 900 טויזנט אין פראדוקציע פאר די קומענדיגע 6-18 חדשים, און עס איז נישט דא קיין שום סיבה צו טעסטן א נייע אומבאשטעטיגטע וואקסין אויף די בירגער פון קאנגא, די (געוועזענער) העלט מיניסטער אין זיין רעזיגנאציע בריוו שרייבט אז די שטיצער פון די נייע וואקסין באהאלטן אינפארמאציע און פירן ארום די לאקאלע דאקטוירים מיט ליגענטס. ווי אויך דערמאנט ער אז אמעריקאנער פארמאסוטיקעל קאמפעניס האבן בעבר געניצט פלאסיבאס אין אפריקע פאר HIV פאציענטן, א זאך וואס איז נישט ערלויבט אין אמעריקע און איז נישט עטיש, דער נייער פירער פון די איבאלע ריספאנס זאגט אויך אז די פריערדיגע איבאלע אויסברוך האט מען אפגעשטעלט אן קיין וואקסין בכלל, ממילא איז נישט אזוי קלאר אז די וואקסין וועט בכלל אויסמאכן אין די אפשטעל פון די אויסברוך.

יעצט איז געגאנגען די פרעזידענט פון קאנגא, און פארמירט א נייע בארד צו קעיר נעמען פון איבאלע, און ארויסגעשניטן די העלט מיניסטעריום פון נעמען א טייל אין די איבאלע אויסראטונג, און אזוי גע'עפנט די וועג צו קענען ניצען די נייע אומבאשטעטיגטע וואקסין פון Johnson & Johnson, און צוליב דעם האט דער העלט מיניסטער גענצליך רעזיגנירט פון זיין אמט אלץ געזינטהייט מיניסטאר.

https://www.channelnewsasia.com/news/wo ... n-11753802

https://www.nytimes.com/2019/07/22/worl ... lunga.html

https://thehill.com/policy/healthcare/p ... a-response

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » פרייטאג יולי 26, 2019 12:24 am

דממה דקה האט געשריבן:די קאונטי עקזעקעטיוו עד דעי וועט מארגען אדרעסירן די מידיע צו ערקלערן זיין יעצטיגע באשלוס.


היינט האט ערקלערט פאר די מידיע אז אין די לעצטע חודש איז נאר געווען 7 קעיסעס, און אז די קריזיס איז מער ווייניגער פאריבער, הגם די אוטברעיק גייט נאך אן און ווערט ווייטער אבזערווירט דורך די העלט דעפארטמענט.

https://newyork.cbslocal.com/2019/07/25 ... nd-county/

---

(עס קען זיין אז צוליב די קלאגע פון די גוישע קעמפס האט ער מחליט געווען צו ענדיגן די עמערדשנסי)

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג יולי 28, 2019 10:46 am

דממה דקה האט געשריבן:Legionnaires דיזיז אויסברוך אין יוניאן קאונטי נוא דשערזי האט שוין אינפעקטירט 22 מענטשן 5 דערפון פאטאל

https://www.nj.com/union/2019/05/nj-leg ... ounty.html

א שעראטאן האטעל אין אטלאנטא ווערט פארמאכט פאר א צוויי וואכן נאך וואס 11 פאציענטן זענען דארט געווארן אנגעשטעקט מיט די Legionnaires דיזיז (נישט פאטאל)

https://foxsanantonio.com/news/nation-w ... e-outbreak

Legionnaires דיזיז גייט נישט אריבער פון מענטש צו מענטש, נאר אלע ווערן אנגעשטעקט פון די מקור, צומאל איז עס א וואסער טאנק, אדער א עיר קאנדישען טאוער וואס איז אינפעקטירט.

---

אין ווירזשיניע איז אויך יעצט באריכטעט 10 קעיסעס, דארט אינוועסטיגעיט מען נאך דערווייל פון ווי עס שטאמט.
https://www.foxnews.com/health/virginia ... estigation

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג יולי 28, 2019 12:39 pm

מוסקיטאוס אנגעשטעקט מיט Eastern equine encephalitis ווערט אויך גערופן טריפל אי ווירוס, די ווירוס איז גאר שעדליך און טויטליך, און קען אויך ברענגן גאר שווערע מענטל פראבלעמען, זענען געפינען געווארן אין אסוועגא קאונטי נ.י., די לאקאלע אינסטאנצן זאגן אן אז מען זאל גיין מיט לאנגע ערמל, און אנהאבן מאסקיטא באשיצער, און זיך פארמיידן פון זיך דרייען אינדרויסן פון פארנאכטס.

די קאונטי וועט שפריצן פון די לופטצו פארניכטן די מאסקיטאס, ווען די פלענער וועלן זיין גרייט.

עס איז נישט באריכטעט קיין פאל פון מענטש וואס איז געווארן אנגעשטעקט

https://www.syracuse.com/health/2019/07 ... virus.html

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג יולי 29, 2019 12:13 pm

די צאל מיזעלס קעיסעס אין די פאראייניגטע שטאטן האלט ביי 1164, ארויף מיט 16 מיזעלס קעיסעס פון א וואך צוריק.

https://www.cdc.gov/measles/cases-outbreaks.html

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מאנטאג יולי 29, 2019 12:19 pm

.
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג יולי 29, 2019 12:24 pm

א שטיקל שטורעם אין ענגלאנד ווען די דעילי טעלעגראף האט באריכט אז די מוסלמענער קאנסול פון בריטאניע האט פארבאטן צו נעמען די פלו וואקסין ווייל עס האט אין זיך חזיר פעטנס, די מוסלמענער קאנסול האט ערקלערט אז זיי האבן נישט געפסקנט אויף למעשה, זיי האבן נאר אינפארמירט די מוסלימענער איבער די פראבלעם, און יעדער מוסלמענער זאל זיך פרעגן זיין פוסק ווי אזוי זיך צו פירן למעשה, ביז מען וועט פראדוצירן פלו וואקסינען וואס זענען האלאל.

https://www.huffingtonpost.co.uk/entry/ ... 8c977e6398?

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג יולי 30, 2019 10:57 am

צאל מיזעלס קעיסעס אין נוא יארק סיטי האלט ביי 642, ארויף מיט 5 קעיסעס פון פאריגע וואך, מיט 3 קעיסעס אין וויליאמסבורג, און 2 אין בארא פארק.

פאר די חודש האלט די צאל מיזעלס קעיסעס ביי 6, ארויף פון 4 פון פאריגע וואך.

https://www1.nyc.gov/site/doh/health/he ... asles.page


---

די צאל מיזעלס אין ראקלענד קאונטי האלט ביי 284

http://rocklandgov.com/departments/heal ... formation/

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג יולי 30, 2019 1:47 pm

סטאקס פון די מערק קאמפעני איז שטארק געשטיגן היינט, נאכן איבערשטייגן די ערווארטונגען, בעיקר דורך שטארקע קינדער וואקסין סעילס, די סעילס פון די MMR און varicella וואקסין זענען געשטיגן 58% אין די קווארטער (פערטל יאר) צו 675 מיליאן טאלער.

https://www.cnbc.com/2019/07/30/nasty-u ... in-q2.html

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג יולי 30, 2019 4:58 pm

דממה דקה האט געשריבן:א שטיקל שטורעם אין ענגלאנד ווען די דעילי טעלעגראף האט באריכט אז די מוסלמענער קאנסול פון בריטאניע האט פארבאטן צו נעמען די פלו וואקסין ווייל עס האט אין זיך חזיר פעטנס, די מוסלמענער קאנסול האט ערקלערט אז זיי האבן נישט געפסקנט אויף למעשה, זיי האבן נאר אינפארמירט די מוסלימענער איבער די פראבלעם, און יעדער מוסלמענער זאל זיך פרעגן זיין פוסק ווי אזוי זיך צו פירן למעשה, ביז מען וועט פראדוצירן פלו וואקסינען וואס זענען האלאל.

https://www.huffingtonpost.co.uk/entry/ ... 8c977e6398?

ווייל פונקט ווי עס איז דא חסידים, מתנגדים, modern orthodox מיט אלע מיני אינדערמיט... טויזענט שיטות, וכו', להבדיל, ביי זיי איז דא איין מיליאן מער צומישעניש.

Jewish joke:
Two Jews, three opinions

Muslim joke:
Two Muslims, a thousand opinions
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 10:53 am

דממה דקה האט געשריבן:ראקלענד קאונטי וועט "נישט" באנייען די סטעיט אוו עמערדשענסי, די סטעיט אוו עמערדשענסי איז געווארן איינגעמאלדן אין מארטש, און איז באנייט געווארן 3 מאל, און וועט עקספייערען היינט נאכט 12:00.

די קאונטי עקזעקעטיוו עד דעי וועט מארגען אדרעסירן די מידיע צו ערקלערן זיין יעצטיגע באשלוס.

https://www.lohud.com/story/news/local/ ... 812940001/


די קאונטי עקזעקוטיוו עד דעי האט היינט געשריבן א לענגערע אפשאצונג איבער די מיזעלס עמערדשענסי דעקלעראציע, און די אויפלעזונג דערפון.

ער ענדיגט צו מיט די פאלגענדע:

Let me direct and clear, we will not allow this disease to again take root in our county whether it be due to administrative failures, an attitude that the law does not apply to all, or some misguided sense that the world revolves around you to the direct detriment of all.

We will back up this compliance effort with fines in the tens of thousands of dollars and court action as necessary. We will not let up on any front until we can say what we said 19 years ago; that measles has been eliminated. And we will grant no quarter to anyone who by action, deed, obstinacy or apathy looks to put the health of our County at risk again.



https://www.rocklandtimes.com/2019/08/0 ... ot-let-up/

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 4:34 pm

נאך וואס די מיזעלס אויסברוך אין ברוקלין האט זיך לעצטנס אריבערגעכאפט צו די לאטינא אדאלט קאמיוניטי, מיט שוין אריבער א דאזען אינפעקטירט, האט די סיטי אנגעהויבן גיבן פרייע מיזעלס וואקסין ביי די Soccer פעלד ווי די לאטינא'ס שפילן.

https://www.washingtonpost.com/video/na ... 79ed58885d

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » פרייטאג אוגוסט 02, 2019 8:42 am

דממה דקה האט געשריבן:א טויטליכע וויירוס ווערט פארשפרייט דורך טיקס, אויסער די באקאנטע ליים דיזיז, עס ווערט גערופן Powassan virus, אין נוא דשערזי איז שוין באריכטעט איין טויטפאל, און א צווייטע איז נאכנישט פעסטגעשטעלט, עס איז כדאי אז קעמפס און קאנטריס זאלן עקסטערמינעיטן די גראונדס


https://www.njherald.com/20190609/death ... rus-probed

די ערשטע טויטפאל פון די שעדליכע פאוואסאן וויירוס איז באריכטעט אין שטעטל גארדינער אין אלסטער קאונטי נוא יארק.

די אלסטער קאונטי העלט קאמישענער זאגט אן אז די איינוואוינער זאלן אבאכט געבן פון טיקס, און באקיקן זיך מיט די קינדער און די שטוב באשעפענישן פון טיקס.

https://www.cnn.com/2019/08/02/health/p ... index.html

איך שרייב נאכאמאל, עס איז כדאי אז קעמפס און קאנטריס זאלן עקסטערמינעיטן די גראונדס.

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 10:34 am

די צאל מיזעלס קעיסעס אין די פאראייניגטע שטאטן האלט ביי 1172, ארויף מיט 8 פון א וואך צוריק.

https://www.cdc.gov/measles/cases-outbreaks.html

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 2:51 pm

די צאל מיזעלס אין נוא יארק סיטי האלט די זעלבע ווי פאריגע וואך ביי 642, מיט 1 נייע קעיס אין בארא פארק, (האיך יתקיימו שניהם? ווייס איך נישט)

https://www1.nyc.gov/site/doh/health/he ... asles.page

----

די צאל מיזעלס אין ראקלענד קאונטי האלט ביי 290, פאריגע וואך ווען אונז האב מיר עס באריכטעט האט עס געהאלטן ביי 284.
(די CDC און נוא יארק סיטי באריכטן איין מאל יעדע וואך, ראקלענד ריפארט נישט מיט א סדר, עס איז נישט שייך צו שרייבן וויפיל איז צגעקומען פאר די וואך)

http://rocklandgov.com/departments/heal ... formation/

Waukesha
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Wisconsin

תגובהדורך Waukesha » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 4:22 pm

דממה דקה האט געשריבן:די צאל מיזעלס אין נוא יארק סיטי האלט די זעלבע ווי פאריגע וואך ביי 642, מיט 1 נייע קעיס אין בארא פארק, (האיך יתקיימו שניהם? ווייס איך נישט)

https://www1.nyc.gov/site/doh/health/he ... asles.page


זיי האבן אראפ גענומען 1 קעיס פון וויליאמסבורג, און 1 קעיס פון October, ווי ס'קוקט אויס האבן זיי צוריקגעצויגען אדער צוזאמגעשטעלט אן אלטע קעיס,

אינטרעסאנט איז אז july געבליבען ביי 6 און august האלט נאך ביי 0, ווען פונקיליך איז געוועהן די נייע קעיס? זעה איך אז April איז ארויף מיט איינס.

ווי עס שיינט זענען די numbers בלויז perlimnary און טוישען זיך כסדר.

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 12:03 am

אין א פריערדיגע תגובה האב מיר אויסגעשמועסט די סומאטוכע ארום די איבאלע וואקסין אין קאנגא.

דערווייל האט אוגאנדא מסכים געווען צו פראבירן די איבאלע וואקסין אין זייער מדינה, הגם עס איז בפועל נישט דא קיין איבאלע אוטברעיק דארט.
https://time.com/5642833/uganda-ebola-vaccine-trial/

די קאמפעני GSK GlaxoSmithKline אן ענגלישע וואקסין פירמע האט אויך געהאלטן אינמיטן ארויסגעבן א וואקסין קעגן איבאלע, אבער היות זיי זענען ווייט אינטערשטעליג פון מערק און דשאנסאן ענד דשאנסאן, האבן זיי איבערגעגעבן אלע זייער ריסערטש און ארבעט פון די וואקסין פאר די Sabin Vaccine Institute אין וואשינגטאן, דאס איז א ארגעניזאציע וואס ארבעט אויף פארשידענע וואקסינען (די ערפינדער פון די פאליא וואקסין האט געהייסן אלבערט סעבין)

https://www.reuters.com/article/us-heal ... SKCN1UW15S

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 12:24 am

די CDC האט פארשפארט א מיליטערישע לאבאראטאריע וואס ארבעט אויף א וואקסין קעגן איבאלע צוליב פארלעצונגען.

https://www.armytimes.com/news/your-arm ... a-vaccine/

https://www.the-scientist.com/news-opin ... arch-66235
לעצט פאראכטן דורך דממה דקה אום פרייטאג אוגוסט 09, 2019 12:48 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 12:29 am

די נוא יארק סטעיט העלט דעפארטמענט גיבט איבער אז איז פארהאן 5 מיזעלס קעיסעס אין Wyoming county אין אפסטעיט נוא יארק. די קעיסעס זענען פון איין רעליגיעזע סעקטע וואס וואינט דארט.

https://wcbs880.radio.com/articles/new- ... sles-cases

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 9:00 am

דממה דקה האט געשריבן:מוסקיטאוס אנגעשטעקט מיט Eastern equine encephalitis ווערט אויך גערופן טריפל אי ווירוס, די ווירוס איז גאר שעדליך און טויטליך, און קען אויך ברענגן גאר שווערע מענטל פראבלעמען, זענען געפינען געווארן אין אסוועגא קאונטי נ.י., די לאקאלע אינסטאנצן זאגן אן אז מען זאל גיין מיט לאנגע ערמל, און אנהאבן מאסקיטא באשיצער, און זיך פארמיידן פון זיך דרייען אינדרויסן פון פארנאכטס.

די קאונטי וועט שפריצן פון די לופטצו פארניכטן די מאסקיטאס, ווען די פלענער וועלן זיין גרייט.

עס איז נישט באריכטעט קיין פאל פון מענטש וואס איז געווארן אנגעשטעקט

https://www.syracuse.com/health/2019/07 ... virus.html

אין מעסעטשוסעטס איז א מענטש דייאנאזד מיט די וויירוס.

https://www.foxnews.com/health/massachu ... -virus-eee

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 12:51 pm

מיזעלס אין די פאראייניגטע שטאטן האלט 1182, מיט 10 נייע קעיסעס די וואך

https://www.cdc.gov/measles/cases-outbreaks.html

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 8:04 am

נאך א טויטפאל אין ארץ ישראל צוליב מיזעלס
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 9:59 am

א פלייט אטענדענט פון על אל איז געשטארבן פון מיזעלס נאכן ווערן אנגעשטעקט אויף א פלייט פון ניו יארק קיין ארץ ישראל פארלאפענעם חודש ניסן.
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט