נייעס איבער דיזיזעס וויירוסעס און וואקסינען "נישט קיין דעבאטעס"

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 9:03 pm

דממה דקה האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:אין קאליפארניע האט מען פארגעשלאגן א ביל צו צוימען אויך די מעדיקעל עקזעמפשאן, אז יעדער וואס האט א מעדיקעל עקזעמפשאן פון א דאקטאר וועט אויך מוזן באקומען די באשטעטיגונג פון די סטעיט.

די קאליפארניע סענאט האט באשטעטיגט דאס געזעץ, יעצט גייט עס צו די אסעמבלי.

דער קאליפארניער גאווערנאר דריקט אויס אומצופרידנהייט מיט די געדאנק אז א ביוראקראט זאל קענען איינטיילן ווי צו האנדלען די אייגענע קינדער.

https://www.nbclosangeles.com/news/loca ... 16871.html


האט מען עמענדעד די ביל צו צופרידענשטעלן דעם גארווערנאר, אנשטאט די ביז יעצטיגע פלאן צו פארלאנגען אז יעדע עקזעמפשאן זאל מוזן באשטעטיגט ווערן ביי די סטעיט, וועט עס זיין נאר אויב די סקול האט ווייניגער פון 95% וואקסינאציע ראטע, אדער אויב דער דאקטאר האט געגעבן מער פון 5 עקזעמפשאן'ס דאס יאר, און די דאקטאר טאר נישט נעמען געלט צו שרייבן אזא עקזעמפשאן, און דער דאקטאר מוז באשטעטיגן בשבועה אדער כעין שבועה אז אלעס וואס ער האט געשריבן איז וואר און ריכטיג.

https://www.latimes.com/politics/la-pol ... story.html

דער גאווערנאר איז נאך אלץ נישט צופרידן פון די יעצטיגע ביל, ער וויל אז די ביל זאל הערשט אריין אין עפעקט אויף א שפעטערדיגע דאטום אפצוהאלטן די סטעיט פון אינוועסטיגעיטן דאקטורים למפרע, אויך וויל ער נישט שטיצען די שבועה'דיגע סארט חתימה, וכו'

https://sacramento.cbslocal.com/2019/09 ... l-changes/

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 9:50 pm

די CDC באריכט אז אין די לעצטע יאר זענען ארום 900 מיגראנטן אנגעשטעקט געווארן מיט מאמפס אין די אנשטאלטן וואס די רעגירונג האט אויפגעשטעלט ביי די גרעניצן.

https://www.cnbc.com/2019/08/30/nearly- ... -year.html

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 12:50 pm

ערשטע מיזעלס קעיס אין האווייאי, די פאציענט איז געווארן אנגעשטעקט זייענדיג צוגאסט אין אן אנדערע סטעיט, נישט געזעהן אנגעבן וועלכע סטעיט דאס איז געווען. דערווייל איז דאס אן איזאלירטע קעיס און האט נישט אנגעשטעקט אנדערע.
דאס ברענגט די צאל פון סטעיטס וואס זענען געווארן עפעקטירט פון די מיזעלס אויסברוך צו 31.

https://www.foxnews.com/health/measles- ... i-resident

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1054
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 2:05 pm

דממה דקה האט געשריבן:ערשטע מיזעלס קעיס אין האווייאי, די פאציענט איז געווארן אנגעשטעקט זייענדיג צוגאסט אין אן אנדערע סטעיט, נישט געזעהן אנגעבן וועלכע סטעיט דאס איז געווען. דערווייל איז דאס אן איזאלירטע קעיס און האט נישט אנגעשטעקט אנדערע.
דאס ברענגט די צאל פון סטעיטס וואס זענען געווארן עפעקטירט פון די מיזעלס אויסברוך צו 31.

https://www.foxnews.com/health/measles- ... i-resident

האווייאי איז אן אינזל וואס איז ווייט פון אמעריקאס מעין לאנד, מען קען דארט נאר אנקומען מיט אפאר שעה פליען אויף א פליגער, אויב דער פאציענט האט געכאפט די מיזעלס אין א אנדערע סטעיט וואלט מען געדארפט ארויסגעבן אן אלערט פאר אלע מיטרייזענדע.

א קשיא.

מקבל
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2014 6:26 pm

תגובהדורך מקבל » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 2:39 pm

פומפדותא האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:ערשטע מיזעלס קעיס אין האווייאי, די פאציענט איז געווארן אנגעשטעקט זייענדיג צוגאסט אין אן אנדערע סטעיט, נישט געזעהן אנגעבן וועלכע סטעיט דאס איז געווען. דערווייל איז דאס אן איזאלירטע קעיס און האט נישט אנגעשטעקט אנדערע.
דאס ברענגט די צאל פון סטעיטס וואס זענען געווארן עפעקטירט פון די מיזעלס אויסברוך צו 31.

https://www.foxnews.com/health/measles- ... i-resident

האווייאי איז אן אינזל וואס איז ווייט פון אמעריקאס מעין לאנד, מען קען דארט נאר אנקומען מיט אפאר שעה פליען אויף א פליגער, אויב דער פאציענט האט געכאפט די מיזעלס אין א אנדערע סטעיט וואלט מען געדארפט ארויסגעבן אן אלערט פאר אלע מיטרייזענדע.

א קשיא.

ס'איז לאורה נישט געווען קיין האסידים אויפן פליגער...

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:37 pm

פומפדותא האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:ערשטע מיזעלס קעיס אין האווייאי, די פאציענט איז געווארן אנגעשטעקט זייענדיג צוגאסט אין אן אנדערע סטעיט, נישט געזעהן אנגעבן וועלכע סטעיט דאס איז געווען. דערווייל איז דאס אן איזאלירטע קעיס און האט נישט אנגעשטעקט אנדערע.
דאס ברענגט די צאל פון סטעיטס וואס זענען געווארן עפעקטירט פון די מיזעלס אויסברוך צו 31.

https://www.foxnews.com/health/measles- ... i-resident

האווייאי איז אן אינזל וואס איז ווייט פון אמעריקאס מעין לאנד, מען קען דארט נאר אנקומען מיט אפאר שעה פליען אויף א פליגער, אויב דער פאציענט האט געכאפט די מיזעלס אין א אנדערע סטעיט וואלט מען געדארפט ארויסגעבן אן אלערט פאר אלע מיטרייזענדע.

א קשיא.

זאגן זיי יעצט אז ווען דער פאציענט האט זיך צוריקגעקערט קיין האווייאי איז ער שוין געווען אויסגעהיילט, אבער וויבאלד ער איז א בירגער פון האווייאי ווערט עס גערעכנט אויף זייער סטעיט.

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 12:39 pm

די צאל מיזעלס האלט ביי 1241, עס איז צוגעקומען 7 נייע קעיסעס די וואך, אבער די CDC זאגט אז נאר 2 דערפון זענען נייע קעיסעס, זיי האבן נישט אנגעגעבן ווי די צוויי נייע קעיסעס זענען און אויב דאס איז אין פלעצער ווי די אוטברעיק איז נאך אקטיוו.

https://www.cdc.gov/measles/cases-outbreaks.html

אוועטאר
לייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 3:45 pm

א גרויסע ראלי און פראטעסט קומט יעצט פאר אין אלבעני דורך עלטערן און קינדער( די קינדער וואס די סקולס נעמען נישט אן, זענען מיטגעקומען )פון פאבליק שילע, וואס געבן נישט קיין וואקסין און קענען נישט שיקן אין פאבליק סקול יעצט צום נייע לערנען יאר אין רוזאלט פון די נייע געזעץ
זיי זאגן אז 26,000 זענען עפעקטירט פונעם נייע געזעץ אין נוי יארק

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 8:38 pm

דממה דקה האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:אין קאליפארניע האט מען פארגעשלאגן א ביל צו צוימען אויך די מעדיקעל עקזעמפשאן, אז יעדער וואס האט א מעדיקעל עקזעמפשאן פון א דאקטאר וועט אויך מוזן באקומען די באשטעטיגונג פון די סטעיט.

די קאליפארניע סענאט האט באשטעטיגט דאס געזעץ, יעצט גייט עס צו די אסעמבלי.

דער קאליפארניער גאווערנאר דריקט אויס אומצופרידנהייט מיט די געדאנק אז א ביוראקראט זאל קענען איינטיילן ווי צו האנדלען די אייגענע קינדער.

https://www.nbclosangeles.com/news/loca ... 16871.html


האט מען עמענדעד די ביל צו צופרידענשטעלן דעם גארווערנאר, אנשטאט די ביז יעצטיגע פלאן צו פארלאנגען אז יעדע עקזעמפשאן זאל מוזן באשטעטיגט ווערן ביי די סטעיט, וועט עס זיין נאר אויב די סקול האט ווייניגער פון 95% וואקסינאציע ראטע, אדער אויב דער דאקטאר האט געגעבן מער פון 5 עקזעמפשאן'ס דאס יאר, און די דאקטאר טאר נישט נעמען געלט צו שרייבן אזא עקזעמפשאן, און דער דאקטאר מוז באשטעטיגן בשבועה אדער כעין שבועה אז אלעס וואס ער האט געשריבן איז וואר און ריכטיג.

https://www.latimes.com/politics/la-pol ... story.html

דער גאווערנאר איז נאך אלץ נישט צופרידן פון די יעצטיגע ביל, ער וויל אז די ביל זאל הערשט אריין אין עפעקט אויף א שפעטערדיגע דאטום אפצוהאלטן די סטעיט פון אינוועסטיגעיטן דאקטורים למפרע, אויך וויל ער נישט שטיצען די שבועה'דיגע סארט חתימה, וכו'

https://sacramento.cbslocal.com/2019/09 ... l-changes/

נאך נאכקומען די טוישונגען אין די ביל, האט די גאווערנאר אינטערגעשריבן די געזעץ, וואס גייט אריין אין קראפט דעם ערשטען טאג אין יאר 20' למספרם, דאס מאכט קאליפארניע איז די ערשטע סטעיט וואס טוט צוימען מעדיקעל עקזעמפשאן פון נעמען וואקסינען.
https://www.latimes.com/california/stor ... es-forward

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 10:24 pm

דממה דקה האט געשריבן:מוסקיטאוס אנגעשטעקט מיט Eastern equine encephalitis ווערט אויך גערופן טריפל אי ווירוס, די ווירוס איז גאר שעדליך און טויטליך, און קען אויך ברענגן גאר שווערע מענטל פראבלעמען, זענען געפינען געווארן אין אסוועגא קאונטי נ.י., די לאקאלע אינסטאנצן זאגן אן אז מען זאל גיין מיט לאנגע ערמל, און אנהאבן מאסקיטא באשיצער, און זיך פארמיידן פון זיך דרייען אינדרויסן פון פארנאכטס.

די קאונטי וועט שפריצן פון די לופטצו פארניכטן די מאסקיטאס, ווען די פלענער וועלן זיין גרייט.

עס איז נישט באריכטעט קיין פאל פון מענטש וואס איז געווארן אנגעשטעקט.

https://www.syracuse.com/health/2019/07 ... virus.html

שוין געווען עטליכע טויטפעלער, און נאך עטליכע אנגעשטעקטע פון די טריפל אי וויירוס, 7 באשטעטיגטע פעלער אין מעסעטשוסעטס, האבן די סענטארען פון מעסעטשוסעטס עד מערקי און (פרעזידענט קאנדידאט) עליזעבעט ווארען, ארויס מיט א רוף צו פאדערן די די פעדעראלע העלט דיפארטמענט איבער וואס מען קען טוהן צו העלפן פארמיידן די שרעקליכע וויירוס.

ttps://www.boston.com/news/health/2019/ ... e-research

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 8:10 am

דממה דקה האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:אין סטעיט "מעין" האלט ביים דארכגיין א געזעץ צו עלימינירן גענצליך די רעליגעזע עקזעמפשאן'ס, אויב די גארווערנאר שרייבט אינטער די ביל ווען מעין זיין די 4טע סטעיט אין אמעריקא וואס ערלויבט נישט קיין רעליגעזע עקזעמפשאן, נאכפאלגענדיג קאליפארניע מיסיסיפי און וועסט ווירדשיניע.

די גאווערנאר האט אונטערגעשריבן דאס געזעץ, אויך ליגט אין די ביל אז די "מעין" דיזיז קאנטראל זאל האלטן חשבון און ריפארטען אלע עפעקטס פון וואקסינען.


אקטיוויסטן וואס זענען קעגן צוויי נייע געזעצן אין מעין, איינס פון זיי איז די געזעץ וואס האט אוועקגענומען די רעלידשעס עקזעמפשאן פאר די וואקסינען, ארבעטן צו מאכן א בירגער וועטא אויף די געזעץ און עס ברענגען צו א רעפערענדום אויפן נאוועמבער בעלאט, אויב האבן זיי 63000 חתימות ביז סעפטעמבער 16 גייט די געזעץ אויף האלד ביז די וואלן אין נאוועמבער וואס וועט אנטשיידן די ווילן פון פאלק.

https://www.timesrecord.com/articles/ma ... tion-laws/

די אקטיוויסטן אין מעין וואס ווילן ארויפלייגען די רעלידשעס עקזעמפשאן פראגע אויף די בעלאט פאר א וואוט, זאגען אז זיי שאצן זיי וועלן האבן געניג אינטערשיפטן דערפאר, נאך פאר די דעדליין פון סעפטעמבער 16
https://www.mainepublic.org/post/oppone ... 020-ballot

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 8:10 pm

דממה דקה האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:Legionnaires דיזיז אויסברוך אין יוניאן קאונטי נוא דשערזי האט שוין אינפעקטירט 22 מענטשן 5 דערפון פאטאל

https://www.nj.com/union/2019/05/nj-leg ... ounty.html

א שעראטאן האטעל אין אטלאנטא ווערט פארמאכט פאר א צוויי וואכן נאך וואס 11 פאציענטן זענען דארט געווארן אנגעשטעקט מיט די Legionnaires דיזיז (נישט פאטאל)

https://foxsanantonio.com/news/nation-w ... e-outbreak

Legionnaires דיזיז גייט נישט אריבער פון מענטש צו מענטש, נאר אלע ווערן אנגעשטעקט פון די מקור, צומאל איז עס א וואסער טאנק, אדער א עיר קאנדישען טאוער וואס איז אינפעקטירט.

---

אין ווירזשיניע איז אויך יעצט באריכטעט 10 קעיסעס, דארט אינוועסטיגעיט מען נאך דערווייל פון ווי עס שטאמט.
https://www.foxnews.com/health/virginia ... estigation

איינוואינער אין א הויכשטאקיגער געביידע אויף מאשלוי פארקוועי אין די בראנקס זענען אנגעזאגט געווארן דורך די סיטי העלט דיפארטמענט איבער די ריזיקע פון לעגיאנעירס דיזיז, דאס קימט נאך צוויי איינוואינער אין דעם בנין זענען געווארן דייעגנאוזט מיט די דיזיז, די סיטי פירט יעצט דורך טעסטס צו דערגיין די שורש פון די דיזיז, דערווייל זענען די איינוואינער אנגעזאגט געווארן נישט צו נעמען קיין שויערס, טרינקן און באדן איז נישט קיין פראבלעם.

https://newyork.cbslocal.com/2019/09/11 ... ase-bronx/

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 8:58 pm

און יעצט האט די העלט דיפארטמענט פון על פעסא טעקסאס געמאלדן אז די דארטיגע אוטברעיק האט זיך גע'ענדיגט

https://www.kvia.com/lifestyle/health/e ... 1120241229

די צוויי פלעצער פארבליבן, ווייאמינג קאונטי נ.י. איז געווען אוגוסט 8, און ראקלענד קאונטי לכאורה אוגוסט 15, אויב קומט שוין נישט צו קיין קעיסעס וועט די אוטברעיק זיך ענדיגן אונטער א יאר, און די פאראייניגטע שטאטן וועט נישט פארלירן די עלימינירט סטאטוס.

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 11:54 am

די CDC זאגט אז די וואך (פון סעפטעמבער 6 ביז 12) איז נישט באריכטעט געווארן קיין שום נייע קעיס פון מיזעלס, און די צאל מיזעלס קעיסעס איז געבליבן שטיין ביי 1241.

https://www.cdc.gov/measles/cases-outbreaks.html

---

עס איז געווען באריכטעט איבער א מיזעלס קעיס אין יארק קאונטי פעסילוועניא, אבער דאס איז הערשט באריכטעט געווארן סעפטעמבער 14, און וועט לכאורה ווערן גערעכנט נעקסטע וואך, אויך דארף עס נישט טוישן די מיזעלס עלימינאציע סטאטוס וויבאלד עס איז נאר די צווייטע קעיס דארט.

http://www.cysd.k12.pa.us/

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 7:13 pm

די גאווערנאר פון קאנעטיקוט זאגט אז ער וועט ארבעטן צוזאמען מיט די לעגיסלאטורן פון די סטעיט צו אוועקנעמען די רעלידשעס עקזעמפשאן אין זיין סטעיט.

https://www.wsj.com/articles/connecticu ... 1568670685


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט