נאכווייען נאך א נסיעה קיין אויסלאנד

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

נאכווייען נאך א נסיעה קיין אויסלאנד

תגובהדורך פישל » זונטאג פאברואר 10, 2019 3:10 pm

ווער עס איז שוין אמאל געפארן מיט א פליגער פון איין קאנטינענט צום צווייטן און געטוישט זיין סדר היום פאר עטליכע טעג, האט שוין געוויס געשפירט די נאכווייען דערפון, א זאך וואס קלאפט ביי יעדן איינעם אויס אנדערש ביי איינעם מער און ביי איינעם ווייניגער, אבער אסאך ליידן דערפון אויף א שטארקן פארנעם.

עס איז דא ביי וועם עס קלאפט אויס דורך א מידקייט, איך ווייס איינער וואס האט זיך געפלאגט פאר א לענגערע צייט נאכ'ן צוריקקומען פון א רייזע קיין ארץ ישראל צו קענען אויפשטיין. ער האט געקענט שלאפן שעות ע"ג שעות און נישט ווערן אויסגערוהט, ער האט זיך פשוט געמוטשעט אויפצושטיין און אנהייבן מיט זיין סדר היום.

ביי א צווייטן קלאפט עס אויס מיט א טיפע און ווילדע שלאף פון עטליכע טעג, באגלייט מיט ווילדע חלומות, (ווילדע חלומות מוז נישט זיין דוקא שלעכטע חלומות, עס קען אויך זיין סתם דראמאטישע חלומות וואס נעמט איבער דעם גאנצן מענטש).

עד כדי כך אז כ'האב אמאל געהערט פון איינעם אז נאך א נסיעה קיין אויסלאנד לייגט ער זיך שפעט פשוט פון א פאביע וואס ער האט ווייל עס איז אים שווער דער דורכגאנג פון די שווערע נעכט פון אומרואיגע שלאף.

די סיבות דערצו קענען זיין פארשידנארטיג, אנגעהויבן פון דעם טויש אינעם זייגער אהין און צוריק, און עס קען אויך זיין אז א קערפער ווערט אפגעמוטשעט פון פליען (טראץ וואס דער מענטש פילט נישט בעשת מעשה אז ער פליעט, איז אבער דער מציאות אז זיין קערפער פליעט מיט א גאר שנעלן ספיד לאנגע שעות נאכאנאנד). די טוישונגען צווישן די קלימאטן פון די ביידע זייטן פון דעם ערד קוגל, און נאך סיבות.

עס איז מיר אינטערעסאנט צו הערן וואס איז אייער עקספיריענס מיט דעם, און צי עס איז פאראן עצות אויסצומיידן דעם פראבלעם אדער לכה"פ צו פארגרינגערן דעם פראבלעם.
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1648
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » זונטאג פאברואר 10, 2019 3:13 pm

גא''מ

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17090
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג פאברואר 10, 2019 3:16 pm

פישל האט געשריבן:לכה"פ צו פארגרינגערן דעם פראבלעם.

אפשר, טראכטן אז ס'גייט שוין כמעט אריבער גיין, די חברה זאגן אז אזויפיל שעה וויפיל מ'איז געריקט, אזויפיל טעג דויערט זיך אויסצוקורירן, גיב עס בערך א וואך און מ'איז געווענליך כאחד האדם בעז"ה (אפילו די וואס נעמען עס אויף זייער גרינג, קען מען זען אז די וואך זענען זיי דאך נישט זיך)

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » זונטאג פאברואר 10, 2019 4:16 pm

דו האסט זייער א גוטן פוינט אז מ'פליט פאר שעות לאנג. א אינטערעסאנטע זאך קען מען אויפפאסן אויפן פליגער אז יעדער איז מורא'דיג רואיג אנגעפאנגן פון בעביס געענדיגט ביי עלטערע מענטשן. קינדער מיט בעביס וויינען נישט. אחוץ ביי אן אויסנאם.

yoel2124441100
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

תגובהדורך yoel2124441100 » זונטאג פאברואר 10, 2019 4:56 pm

איך מײן ס׳איז די פליגער װאס מוטשעט בעיקר אױס,זײט איך פאהר אין Business class האב איך נישט קײן נאכװײען כמעט

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2105
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג פאברואר 10, 2019 8:43 pm

אלס א זייטיגע נאטיץ, האט מיר איינער אמאל מסביר געווען די סיבה פארוואס מ'קען זעהן ביי די גרויסע רבי'ס אז ווען זיי קומען אן צו אנדערע לאנד קענען זיי גלייך אריינקומען צום עולם און אפילו אויפטרעטן מיט א דרשה, און ס'דערקענט זיך נישט אזוי שטארק זייער אפמאטערניש.

די סיבה איז פשוט, ווען איך פשוט'ע מענטש פאר קיין א''י למשל, הייבט זיך אן די טירדת הנסיעה שוין פון עטליכע טעג פריער ווי איך דאגה שוין איינצופאקן אלעס און זיך באזארגן אלעס אנבאלאנגט די נסיעה, ביום הנסיעה ווערט די סטרעס לעוועל עטוואס העכער פון מינוט צו מינוט' ווען אלעס איז שוין ענדליך פארפאקט אינעם גרויסן שווערן רענצעל לאזט מען זיך ארויס צום עירפארט און טאמער וואוינסטו נישט אין ברוקלין קען די נסיעה נעמען איבער א שעה (און פארגעס נישט אז הא גופא איז שוין א מאטערניש...) קומסט ענדליך אן צום עירפארט נאכן ווארטן אין טרעפיק אויסגעמוטשעט, הייבט זיך אן יעצט א געראטשקע פון א גוטע 2-3 שעה מינימום וואס דו דרייעסט דיך צווישן טויזענטער מענטשן אין א בהלה'דיגע אטמעספערע וואס ציעט ארויס די לעצטע ביסל ישוב הדעת, פון איינגעבן די רענצל ביזן נאכן סעקיורעטי שטייעסטו רוב צייט אויף ליינס אין א ביוראקראטישע סיסטעם ווי מ'קוקט דיך נאך בשבעה עינים, אראפ מיט שיך/פאסיק/היט/וועסטעל/בערזעל וכו' און יעצט צוריק ארויף... און ווער רעדט נאך אויב די שחור פאלט ביי דיך צו שטעלן אין א זייט פאר עטליכע מינוט און צווארפן דיין האנט באגאדזש כאדם העושה בתוך שלו, און יעצט מוז ער אוועקנעמן דיין קען טאנע למען השם ווייל דו ביסט לכאורה די מערסט פארדעכטיגטע טעראריסט פונעם יאר הונדערט, און פון דארט ביז דו זעהסט דיך ארויף אויפן פליגער נאך די גאנצע געראטשקע פון ר' דוד פריד און זיינע ביליגע סיגארעס, דו דרייעסטעך ארום אין איין האנט די בארדינג פעס מיט די פאספארט, אויפן רוקן וועגט אראפ די האנט באגאדזש און דיין טלית ותפילין פארביסן אונטער די וואנצעס, און מיט איין אטעם לויפסטו ארום אויפזוכן דיין געיט נאכן בלאדזשענען ווי פרעה מיט די פידזשאמעס ווערענדיג געפירט פון איין געיט טשעינדזש צום צווייטן, בנוסף צו עטליכע דילעיס לרווחא דמילתא, דיינע קניען טוען שוין וויי דיין האלז פארטריקענט קוים וואס איך כאפ מיך מיין אטעם און אךךךךך פונקט יעצט דערמאן איך מיך אז איך האב פארגעסן מיין .... (דו פיל אריין וואס) יעצט נאכאמאל שטעק אויס דיין האנט מ'טשעקט שוין צום צענטן מאל דיין בארדינג פעס און ילא ארויף אויפן פליגער (אגב דא איז די פלאץ זיך צו באדאנקן פאר די געציילטע עירליינס וואס אין די וועג אריין אין יענע שמאלע האלוועי בלאזט א געשמקע קילע עיר קאנדישן...) בקיצור הדברים מ'איז זיך מסדר מיט די פעקלעך די זיצן וכו' פרויען מענער וכו' פליגער עסן וכו' שמאלע פארקוועטשטע זיץ 9 שעה אין א ציה אן קיין טראפ לופט וכו' פארשט....ע פליגער עסן וכו' צודרייעטע מאוויס אויפן ריזיגן סקרין וכו' שמירת עינים וכו' און ווער רעדט נאך אויב דו האסט א סטאפ וכו' עכ''פ איך קום אן אין ארץ הקודש ווי אויסגעקלאפטע זכר בונדעל קוים מיטן נשמה אין די נאז.

משא''כ א רבי ער פארט מיט לעלוס סטרעיט פון זיין הויז ביזן עירפארט אין עטליכע מינוט, די פעקלעך איז בכלל נישט זיין דאגה, ער קומט צו פארן מיט זיין קאר ביזן טיר פונעם עירפלען נישטא קיין סעקיורעטי גאאאאאארנישט סטרעיט ארויף אויפן פלעין, זיצט אין פורסט קלעס שלאפט זיך גוט אויס און קומט אן פרישער און געזונטער ווי פארן נסיעה, כאילו נאכן זיין א נאכט אין א האטעל...
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17090
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג פאברואר 10, 2019 8:46 pm

אויפן וועג אהין איז געווענדליך נישט קיין פראבלעם

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » זונטאג פאברואר 10, 2019 9:37 pm

#חושב. זייער שיין מסביר געווען. בד"וו זייט 9/11 פארן קיין רביס נישט צו סטרעיט פונעם הויז צום פליגער

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2043
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » זונטאג פאברואר 10, 2019 10:56 pm

חושב דו האסט פארגעסן אז ס'דא עיר ליינס וואס דו דארפסט נאכאמאל אראפנעמען די שיך וכו' הארט פארן ארויפגיין אויפן פליגער

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » זונטאג פאברואר 10, 2019 11:00 pm

נאך א זאך. ווען מ'פארט אויף מקומות הקדושים און מ'עסט נישט און מ'שלאפט נישט געהעריג פאר א וואך אין איין צוה ברויך עס א גוטע ריקאווערי

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מאנטאג פאברואר 11, 2019 1:11 pm

yoel2124441100 האט געשריבן:איך מײן ס׳איז די פליגער װאס מוטשעט בעיקר אױס,זײט איך פאהר אין Business class האב איך נישט קײן נאכװײען כמעט


זייט ווען פארט א official כולל אינגערמאן און ביזנעס ?


viewtopic.php?p=1865995#p1865995

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מאנטאג פאברואר 11, 2019 1:22 pm

אז מען רעדט שוין יא. וויל איך לתועלת הציבור מיטטיילן די גוגעל-פעספארט לינק וואס מען קען פון פאראויס אויפילן אלע אינפארמאציע פארן לאנדן צירוק אין נ"י, און איר זענט אינדרויסן פון עיר-פארט 1-2-3!

https://play.google.com/store/apps/deta ... lepassport

ממש א מחי'! ווען איר גרייט זיך צו לאנדן בשעה טובה, "סאבמיט" אייער אינפארמאציע, צוזאמען מיט די גאנצע משפחה, אזוי ווען איר גייט אראפ פון פליגער גייט איר דורך די עקספרעס פאספארט קאנטראל און איר זענט שנעל אינדרויסן. (איר קענט אויספילן אלע אינפארמאציע פארן זיך הייבן אבער "סאבמיטן" דארף אין די דריי שעה פון לאנדן).

קען פארשפארן א גוטע שעה ווארטן אין די ליין!

א גליקליכע רייזע!

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מאנטאג פאברואר 11, 2019 1:31 pm

טעם וריח האט געשריבן:אז מען רעדט שוין יא. וויל איך לתועלת הציבור מיטטיילן די גוגעל-פעספארט לינק וואס מען קען פון פאראויס אויפילן אלע אינפארמאציע פארן לאנדן צירוק אין נ"י, און איר זענט אינדרויסן פון עיר-פארט 1-2-3!

https://play.google.com/store/apps/deta ... lepassport

ממש א מחי'! ווען איר גרייט זיך צו לאנדן בשעה טובה, "סאבמיט" אייער אינפארמאציע, צוזאמען מיט די גאנצע משפחה, אזוי ווען איר גייט אראפ פון פליגער גייט איר דורך די עקספרעס פאספארט קאנטראל און איר זענט שנעל אינדרויסן. (איר קענט אויספילן אלע אינפארמאציע פארן זיך הייבן אבער "סאבמיטן" דארף אין די דריי שעה פון לאנדן).

קען פארשפארן א גוטע שעה ווארטן אין די ליין!

א גליקליכע רייזע!

מען קען דרך האבן סתם אזוי global entry וואס איז נאך שנעלער

חיים אלכסנדר
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:11 pm

תגובהדורך חיים אלכסנדר » מאנטאג פאברואר 11, 2019 2:13 pm

הרב מייזעלס, דאכט זיך אויף קול בריאים, זאגט אז איינס פון די B ווייטאמין'ס (כמדומה לי B12) איז אחראי אויף ריסעטן די ביאלאגישע זייגער.
א מאנגל אין דעם וויטאמין וועט גורם זיין שווערערע צירוקגיין צום זייגער.
לשיטתו, אז מען טאר נישט נעמען 1 סארט פון די B אליין, זאל מען למעשה נעמען 1\א טאג - 50מ"ג B קאמפלעקס - פון 4-5 טעג פארן צוריקומען אהיים.

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4613
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג פאברואר 11, 2019 3:29 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:מען קען דרך האבן סתם אזוי global entry וואס איז נאך שנעלער

נישט אייביג שנעלער. ווי אויך דארף מען דורכגיין א גאנצע עפליקעישאן און אינטערוויו פראסעס.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

חיים אלכסנדר
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:11 pm

תגובהדורך חיים אלכסנדר » מאנטאג פאברואר 11, 2019 4:05 pm

דרך אגב, אויב האט איר גלאבאל-ענטרי דארפט איר מער אכטונג געבן נישט אריינצוברענגען קיין פרוכט אדער געלט מער פון 10,000 (אפי' נאר אונטערגעשריבענע ליידיגע טשעקס)
ווייל איר וועט פארלירען אייער סטאטוס אויפן פלאץ - אויף אייביג!

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מאנטאג פאברואר 11, 2019 4:41 pm

ווישוואש האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:מען קען דרך האבן סתם אזוי global entry וואס איז נאך שנעלער

נישט אייביג שנעלער. ווי אויך דארף מען דורכגיין א גאנצע עפליקעישאן און אינטערוויו פראסעס.


וואס הייסט אייביג נישט שנעלער ? מען גייט דורך א מאשין אן קיין מענטש אן גארנישט און מען סקענט אליין די קארד

די פראסעס טוט מען איינמאל און עס איז ווערט די נערווען ,נישט אזוי ווייט ווי אויף צייט

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4613
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג פאברואר 11, 2019 4:56 pm

דו האסט גלאבעל ענטרי? די פאקט איז אז מיט די עפפ איז אסאל מאל שנעלער.

ס'איז ווערד די נערוון? נישט פאר איינער וואס פארט נאר 1 מאל א יאר.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אלטע נייעס
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 31, 2014 1:30 pm

תגובהדורך אלטע נייעס » מאנטאג פאברואר 11, 2019 5:09 pm

פישל האט געשריבן:ווער עס איז שוין אמאל געפארן מיט א פליגער פון איין קאנטינענט צום צווייטן און געטוישט זיין סדר היום פאר עטליכע טעג, האט שוין געוויס געשפירט די נאכווייען דערפון, א זאך וואס קלאפט ביי יעדן איינעם אויס אנדערש ביי איינעם מער און ביי איינעם ווייניגער, אבער אסאך ליידן דערפון אויף א שטארקן פארנעם.

עס איז דא ביי וועם עס קלאפט אויס דורך א מידקייט, איך ווייס איינער וואס האט זיך געפלאגט פאר א לענגערע צייט נאכ'ן צוריקקומען פון א רייזע קיין ארץ ישראל צו קענען אויפשטיין. ער האט געקענט שלאפן שעות ע"ג שעות און נישט ווערן אויסגערוהט, ער האט זיך פשוט געמוטשעט אויפצושטיין און אנהייבן מיט זיין סדר היום.

ביי א צווייטן קלאפט עס אויס מיט א טיפע און ווילדע שלאף פון עטליכע טעג, באגלייט מיט ווילדע חלומות, (ווילדע חלומות מוז נישט זיין דוקא שלעכטע חלומות, עס קען אויך זיין סתם דראמאטישע חלומות וואס נעמט איבער דעם גאנצן מענטש).

עד כדי כך אז כ'האב אמאל געהערט פון איינעם אז נאך א נסיעה קיין אויסלאנד לייגט ער זיך שפעט פשוט פון א פאביע וואס ער האט ווייל עס איז אים שווער דער דורכגאנג פון די שווערע נעכט פון אומרואיגע שלאף.

די סיבות דערצו קענען זיין פארשידנארטיג, אנגעהויבן פון דעם טויש אינעם זייגער אהין און צוריק, און עס קען אויך זיין אז א קערפער ווערט אפגעמוטשעט פון פליען (טראץ וואס דער מענטש פילט נישט בעשת מעשה אז ער פליעט, איז אבער דער מציאות אז זיין קערפער פליעט מיט א גאר שנעלן ספיד לאנגע שעות נאכאנאנד). די טוישונגען צווישן די קלימאטן פון די ביידע זייטן פון דעם ערד קוגל, און נאך סיבות.

עס איז מיר אינטערעסאנט צו הערן וואס איז אייער עקספיריענס מיט דעם, און צי עס איז פאראן עצות אויסצומיידן דעם פראבלעם אדער לכה"פ צו פארגרינגערן דעם פראבלעם.
פון עקספיריענס פון פארן א סאך איז מיר אויסגעקומען די פאלגענדע תוצאות וואס זענען די עיקר גורמים פאר JETLAG המכונה 'רייזע פיבער' נאכן פליען (אגב: עס איז נישט די זעלבע וואו פארן אויף די ערד):

1) טויש אין צייט

אויף דעם קען מען פשוט פראבירן צי שלאפן א 12 (בייגל) נאכן אנקומען וואס דורכדעם גלייכט מען אויס די זייגערס.

2) די טעמים פון חושב

אויף דעם זאל מען פשוט אנקומען גענוג פרי אין עירפארט אין זיך זיכען א שטיל ווינקל צו זיצן בעפארן בארדן [רוב עירפארטס האבן א סעקשאן וואס הייסט QUIET SEATING, אדער קען מען זעצן ביי די געיט וואס אז פארהאלטנמעסיג שטיל].

3) מכח א סייענטיפישע חשבון וואס מיט דעם וואס די פליגער פליט ארויף הויעך און צוריק אראפ בלאזט זיך אויף אלע פארמאכטע זאכן ווי באטלעך, פארמאכטע ציגרעטל קארטאנס אד"ג, אזוי אויך די חלל גוף האדם ווערט אויפגעבלאזן וואס דורך דעם פארשטאפט זיך אלע לעכער ארויס פונעם גוף ווייל די דיקעקייט ארום ווערן אויפגעבלאזן.
ממילא ווערן די אויערן פארשטאפט און אזוי אויך דאס ארויסגיין וכו' וכו'..

דאס איז די עיקר סיבא און אויף דעם קען מען טוהן אזוי:

1) נוץ גאר גוטע EAR PLUGS (עס איז דא צו באקומען אין די פארמעסיס ספעציעלע וואס קאסט ארום 9 דאללער וועס ארבער הפלא'דיג מיט א ספעציעלע טעכניק) האלט דאס אין די אויער פון בעפאר די פליגער הייבט זיך ביז עס קומט אהן צום פולען הייעך, (צווישן 30 און 40 טויזענט פיס) וואס מען קען זעהן ווען ער פארט שוין אויף די זעלבע הייעך א לענגערע צייט, {עס קען געדוירען איבער א האלבע שעה..}.
דערנאך שטאפ דאס צוריק די לעצטע שעה פון די רייזע (ווייל ער לאנד בערך אין די לינג פון א שעה) ביז "מען עפענט די טיר פון פליגער און עס קומט אריין די פרישע לופט" (וויל דאן לאזט די פרעשור נאך).
עס איז ראטזאם עס צו עאבן אין אויער במשך א גאנצע נסיעה צוליב וואס ער קען אמאל צוליב שווערע וועטערס פארן ארויף און אראפ.

2)טרינקן אסאך וואסער פארן פארן און אזוי אויך במשך די פלייט

3) פארן מיט א ליידיגע מאגן און עסן וואס ווייניגער אויפן פליגער (עס לוינט נישט די נאכווייען....)

4) זאגן ערליך תפילת הדרך

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מאנטאג פאברואר 11, 2019 5:22 pm

איך האב אזאנע בויך דרייענישן פאר די ערשטע 5 מינוט פונעם זיך הייבן. אבער אויב טוה איך עפעס ווי ליינען, הערן וכו' איז אלעס בשלום. ביים לאנדען איז מיר אויך אלעס בסדר

‏הלו
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2017 2:13 pm

תגובהדורך ‏הלו » מאנטאג פאברואר 11, 2019 8:00 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:מען קען דרך האבן סתם אזוי global entry וואס איז נאך שנעלער

נישט אייביג שנעלער. ווי אויך דארף מען דורכגיין א גאנצע עפליקעישאן און אינטערוויו פראסעס.


וואס הייסט אייביג נישט שנעלער ? מען גייט דורך א מאשין אן קיין מענטש אן גארנישט און מען סקענט אליין די קארד

די פראסעס טוט מען איינמאל און עס איז ווערט די נערווען ,נישט אזוי ווייט ווי אויף צייט


Today there is already computers for everyone

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג פאברואר 11, 2019 8:09 pm

אלטע נייעס האט געשריבן:3) מכח א סייענטיפישע חשבון וואס מיט דעם וואס די פליגער פליט ארויף הויעך און צוריק אראפ בלאזט זיך אויף אלע פארמאכטע זאכן ווי באטלעך, פארמאכטע ציגרעטל קארטאנס אד"ג, אזוי אויך די חלל גוף האדם ווערט אויפגעבלאזן וואס דורך דעם פארשטאפט זיך אלע לעכער ארויס פונעם גוף ווייל די דיקעקייט ארום ווערן אויפגעבלאזן.
ממילא ווערן די אויערן פארשטאפט און אזוי אויך דאס ארויסגיין וכו' וכו'..


ביי אונז אידעלעך וואס זענען למעלה מן המזל איז נישטא די אלע סייענטיפישע חשבונות, די ביה"כ זענען געהעריג פארנומען מיט לאנגע ליינס און נטילת ידים טעפלעך, בקיצור, מ'זאל נישט געפרובט ווערן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » דינסטאג פאברואר 12, 2019 10:08 am

חושב האט עס גוט צונעמען, און ס׳איז מקדמת דנא אזא מציאות ווי טלטולא דאורחא, אזוי ווי יעדער ווייסט אז יומא קמא לא אמר ולא מידי, און נישט קיין חילוק ווי באקוועם מ׳זאל זיך מאכן, טוהט פאָרן בכל אופן שהוא אויסמוטשענען דעם שוואכן גוף.

און גם אני בחלומי, הן מיט׳ן פליגער, און אמאל איך פאר אראפ דעם לאנגן 87 אויף קאנאדע און מ׳כאפט דערנאך א שלאף, פארט מען נאך אלץ אן קיין רחמנות, אזש מ׳קען זיך ערוועקן...

וואווווווטש, זעץ נישט אריין אין דעם טרעלער, א. א. וו.

שוין ותגיענו למחוז חפצינו לחיים ולשמחה ולשלום
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט