ענדרו וועיקפיעלד. א היראו? אדער אפשר נישט.

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3390
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

ענדרו וועיקפיעלד. א היראו? אדער אפשר נישט.

תגובהדורך הערליך » מאנטאג ינואר 14, 2019 5:12 pm

אין פעברואר 1996, גאנצע זיבן חדשים בעפאר א געוויסע קינד וואס ווערט אידענטיפיצירט אלס קינד נומער 2 איז אנגעקומען אין שפיטאל, איז וועיקפיעלד אויפגענומען געווארן דורך אן אדוואקאט מיטן נאמען ריטשארד בארר, וואס האט געהאלטן אינמיטן ארבעטן צו ברענגען א קלאגע אין געריכט קעגן וואקסין פאבריצירער. בארר איז געווען א פשוט'ער אדוואקאט וואס האט רעפרעזענטירט די אנטי-וואקסין גרופע JABS. דורך די פארבינדונג האט וועיקפיעלד געפונען א קוואל פון פאציענטן פאר זיין פארש ארבעט.

"די פאלגנדע זענען די סימפטאמען", שרייבט בארר אין א בריוו צו זיינע וואקסין קלעים קליענטן - מערסטנס עלטערן פון קינדער מיט מח קראנקייטן - געבנדיג א רשימה פון באקאנטע קראהנ’ס קרענק סימנים. "אויב אייער קינד ליידט פון אלע אדער געוויסע פון די סימפטאמען, פארבינדט אייך מיט אונז און מיר וועלן אייך פארבינדן מיט דר. וועיקפיעלד."

דאס זענען געווען די סארט קינדער וואס זענען געמוטיגט געווארן זיך צו פארבינדן מיט דר. וועיקפיעלד. אזוי ווי מיר ווייסן, איז ער צום סוף באצאלט געווארן דורך בארר די גראנדיעזע סומע פון 435,643 ענגלישע פונט מיט נאך 3,910 פונט פאר אויסגאבן, אבער דאס איז קליין געלט אין פארגלייך צו די סומע געלט וואס וועיקפיעלד און זיינע קאלעגעס האבן זיך גערישט אז זיי וועלן באקומען, געשאצט אויף די ארבעט וואס זיי האבן געטוהן אין די "ראיעל פרי" שפיטאל. אפילו ווען קינד 2 האט זיך געפונען אין שפיטאל, דורכגייענדיג ביטער שווערע טעסטס, ווי למשל אן עם. אר. איי. אויף זיין מח (וואס פאר אינגע קינדער ווערט עס רוב מאל געטוהן מיט דזשענערעל ענעסטיזשיע)
electroencephalography and evoked potentials, a radioactive Schilling test, blood and urine tests, and a lumbar puncture
אלעס וואס איז געווען קלאר אויסגערעכנט אין אן אגרימענט מיט בארר. נאכדעם, ווען דאס קינד איז נאך געווען אין שפיטאל, נאכן דורכגיין די ביטערע שווערע פראצעדורן צוויי טעג פריער (וואס פערצן יאר שפעטער האט די בריטיש דזשענעראל מעדעצינישע קאונסיל געזאגט אז עס וואלט נישט געווען נויטיג פון א מעדעצינישע שטאנדפונקט) איז די פאלגנדע געשען:

מיטוואך, מיט די נייעס אז דער אינגל אין שפיטאל קען מעגליך האבן קראהנ’ס, האט דער דאקטאר ארויסגעגעבן א שטוינענדע דאקומענט. עס איז געווען א בריוו פון 11 בלעטער לאנג און עס האט אויפגעדעקט א שווינדל וואס האט צוגעברענגט די וואקסין שרעק, יעצט ארויסגעגעבן אין די פובליק צום ערשטן מאל.

די דאקומענט איז געווען אנגערופן "אינווענטאר/שולע/אינוועסטער מיטינג 1". באזירט אויף א פאטענט וואס וועיקפיעלד האט אריינגעגעבן מארטש 1995 מיט די טענה אז קראהנ’ס אדער קאלייטיס קען ווערן דיאגנאזירט דורך טרעפן די מיזעלס וויירוס אין די קישקע. עס האט פארגעשלאגן צו אויפשטעלן א קאמפעני וואס וועט שאפן גרויסע רווחים פון די וויראל דייאגנאסטישע טעסט. עס האט פאראויסגעזאגט א ריווח פון ענגלאנד און אמעריקע ביז 72.5 מיליאן שטערלינג פונט א יאר.

צו פינאנצירן די שווינדל, האט וועיקפיעלד זיך געוואנדן צו די רעגירונג’ס לעגאלע הילף קאסע, וואס איז געווארן אויפגעשטעלט צו געבן די ארימע מענטשן צוטריט צו געלט פאר געריכטליכע הילף. פאר די פריערדיגע זיבן חדשים, איז קינד 2 געווען אריינגעשריבן אין בארר’ס פירמע, וואס זינט פעברואר 1996 האט עס באצאלט פאר די פארשער אונטערן טיש די סומע פון 150 פונט א שעה, און אויסגעצאלטע אויסגאבן.

נישט פשוט. 72.5 מיליאן פונט א יאר. אסאך געלט האט וועיקפיעלד געפלאנט צו מאכן פון זיין פאטענט וואס האט געדארפט צו דיאגנאזירן קראהנ’ס דורך טרעפן די מיזעלס וויירוס אין די קישקע. יא יא, דארט וואו אנדערע סייענטיסטן האבן געזען קינדערלעך וואס וואלגערן זיך פאר יסורים און פרובירט זיי צו העלפן, האט וועיקפיעלד געזען אויסערגעווענליכע רווחים. ער האט אפילו ארויסגעגעבן א באריכט מיט אינפארמאציע וויאזוי צו מאכן געלט ווען האט נאך געהאלטן אינמיטן פארשן די קינדער וואס זענען געשיקט געווארן צו אים דורך די אדוואקאטן.

דאס איז א מאסיווע, שטוינענדע קאנפליקט אוו אינטערעסט. עס איז מאסיוו אין פארגלייך צו די נגיעות וואס רוב סייענטיסטן וואס זוכן צו פארקויפן זייער פראדוקטן האבן, ווייל רוב אזעלכע סייענטיסטן טוען נישט חלומ'ן פון מאכן אפילו א קליינע חלק פון די ריווח וואס וועיקפיעלד האט געטראכט אז ער וועט קענען מאכן פון זיין דיאגנאסטישע טעסט. ער האט אפילו געשריבן אין זיינע פאפירן אז די מעגליכקייט פון זיין פירמע צו מאכן געלט איז געוואנדן אויב די רעגירונג און פריוואטע העלט פראוויידערס וועלן עס אנערקענען. אין אנדערע ווערטער, וועיקפיעלד האט שוין געטראכט פון אלע וועגן צו ווערן באצאלט פאר זיין פראדוקט, אנערקענענדיג אז די הצלחה פון סיי וועלכע אזא טעסט איז געוואנדן אין דעם.

וואס איז זייער שרעקעדיג פון די נייעס איז, אז מען זעט ווי סאך די "ראיעל פרי" שפיטאל איז געווען אריינגעמישט אין וועיקפיעלדס שטודיע, עס איז די מערסטע אנזעהבאר אין די וועג וויאזוי די שפיטאל האט צוזאמגעשטעלט זיין פי. אר. אפעראציע באזירט אויף די פאלשע געפינס וואס וועיקפיעלד האט ארויסגעגעבן אין "די לענסעט" פונקט דרייצן יאר פריער. אין אמת’ן אריין האט די שפיטאל אדמיניסטראציע נישט געוואוסט אין יענע צייט אז די שטודיע איז געפעלשט אבער זיי האבן קלאר געוואוסט אז עס איז וואקלדיג. וועיקפיעלד האט ארויסגעגעבן אן אינטערוויא בערך די זעלבע צייט פון "די לענסעט" פאפיר, וואו ער זאגט אז ער צווייפלט אין די זיכערקייט פון די MMR וואקסין, און טענה’ט אז צוטיילן די MMR אין חלקים איז זיכערער ווי די MMR. די שפיטאל האט נישט נאר ארויסגעגעבן די אינטערוויא, נאר זיי האבן זיך אפילו ערנסט צוגעגרייט אויף די שטורעם וואס וועט נאכפאלגן.

נישט די שפיטאל און נישט די שולע זענען געשטאנען ביי די זייט גלייכגילטיג. זיי האבן זיך געשטעלט אין די לענג און אין די ברייט צו באשיצן וועיקפיעלד. אין צוגרייטונג צו די פרעסע קאנפערענץ האבן זיי אינסטולירט עקסטערע טעלעפאן ליניעס צו אויפנעמען די פאניק, און פארשפרייט א 23 מינוטיגע נייעס באריכט וואס טוט זיך אויף מיט וועיקפיעלד'ס טענה. "עס איז דא גענוג נערוועזיגקייט אין מיין מח פאר די לאנג-טערמיניגע זיכערקייט פון די פאליוועלענט וואקסין - דאס מיינט די MMR צוזאמגעשטעלטע וואקסין - אז איך טראכט אז עס זאל ווערן אפגעשטעלט און אנשטאט דעם זאל מען נוצן די איינצלנע וואקסין", האט ער געזאגט אין איינע פון די פיר געשפרעכן.

די פרעסע קאנפערענץ און אויפטריטן האבן ערנסט פאראויסגעשטופט די פלענער וואס האבן זיך פאראויסגעריקט פון הינטער די קוליסן. די קומענדיגע וואך האט וועיקפיעלד געברענגט צוויי קאלעגעס פון די שולע פאר א צוזאמענטרעף מיט די פינאנץ אפיציר. איינער פון זיי איז געווען דער פאטער פון איינע פון די קינדער. דער אנדערער איז געווען אן אינוועסטאר. צוויי טעג נאך די צוזאמטרעף האבן זיי אריינגעשיקט א פראפאזעל פון דרייצן בלעטער צו פארמירן א פאראייניגטע ביזנעס מיט די שולע. עס האט זיך געהאנדלט פון א נייע פירמע וואס האט נישט נאר געדארפט פראדוצירן די דייאגנאסטישע טעסט, ווי פראפאוזד 18 חדשים פריער, נאר אויך וואקסינס און נאך זאכן.

פון מיין קוק ווינקל, אויב דאס איז אמת, אויב די "ראיעל פרי" שפיטאל און די UCL זענען אזוי פארמישט געווען מיט ענדרו וועיקפיעלד און זענען אקטיוו אריינגעמישט געווען צו ברענגן פובליסיטי פאר זיין פארש ארבעט אין די שאטן פון זיין לענסעט פאפיר, דעמאלטס זענען זיי פונקט אזוי שולדיג ווי וועיקפיעלד אין פארשפרייטן די MMR שרעק. נישט נאר זיי האבן ארויסגעהאלפן און געשטיצט וועיקפיעלד‘ס רומעריי, אים געהאלפן צו באקומען א פלאטפארמע צו פארשפרייטן די שרעק ארום די MMR, נאר זיי זענען ווייטער געגאנגען צו פארהאנדלן מיט אים צו ווערן שותפים אין די שווינדל, אזש ביז צו ארייננעמען פאדענבערג’ס טראנספער פעקטאר שווינדל, צו פארקויפן אלס א פראדוקט. (אויב איר ווייסט נישט ווער פאדענבערג איז, ער איז דער מקור פון בילל מאהער’ס אנטי-וואקסין טענה. פאדענבערג האט פארלוירן זיין ערלויבעניש צו פראקטיצירן מעדעצין יארן צוריק). מיטן געבן וועיקפיעלד א פלאטפארמע צו ארויסהייבן זיין וואקלדיגע וויסנשאפט און פירן א קאמפיין קעגן די MMR און דורך פרובירן אים צו העלפן טרעפן געלט קוועלער פאר זיין צווייפלהאפטיגע "פראדוקט", זענען די "ראיעל פרי" שפיטאל און UCL ביידע דורכגעפאלן אין זייער רעספאנסעביליטי אלס א סייענטיפיק-באזירטע אנשטאלט פון מעדיצין.

צו מזל איז אין 1999 אנגעקומען א נייער פאליציאנט אין שטעטל אין די פארעם פון א נייע הויפט פון מעדיצין, מארק פעפיס. ער איז געווען א מיטגליד פון די קעניגליכע איינהייט און א רעספעקטירטע פארשער. פעפיס האט מיטגעברענגט גרויסע געלטער צו UCL. ער איז געווען אויפגעשוידערט פון וואס עס איז פארגעקומען אונטער וועיקפיעלד‘ס אויפזוכט ביי די "ראיעל פרי" שפיטאל, פונקט ווי פון וועיקפיעלד‘ס שווינדל, וואס האט אריינגעמישט "קארמעל העלטקעיר" און נאך א פירמע פון וואס וועיקפיעלד איז שפעטער געווארן דער אנפירער. די פירמע איז שפעטער געפונען געווארן אלס אומאפעקטיוו מיטן דורכפירן פראבעס. פעפיס האט דאס אלעס געגעבן א האסטיגע, פלוצלונגדיגע אפשטעל.

וועיקפיעלד איז גערופן געווארן צו די שולע’ס צענטראלע הויפטקווארטיר. מען האט אים פארגעהאלטן איבער די שווינדל, וואס האט געהאלטן אט אט ביים פארווירקליכט ווערן, און ער האט באקומען א בריוו פון צוויי בלעטער.

"מיר זענען ערנסט באזארגט איבער א מעגליכע ערנסטע פערזענליכע אינטערעסע צווישן אייער אקאדעמישע ארבעט ביי UCL און אייער פארבינדונג מיט קארמעל." האט זיך עס געליינט. עס האט ארויסגעברענגט אז זיי זענען געווארן באזארגט ווייל זיין פירמע’ס פלאן זעט אויס געוואנדן אויף רעזולטאטן וואס האבן נאכנישט געמעגט ווערן פובליצירט, און וועגן דעם טוט עס נישט שטימען מיט די שטרענגע אקאדעמישע און וויסנשאפטליכע פארשריפטן וואס ווערן ערווארטעט.

נו?

צום סוף איז וועיקפיעלד פארשיקט געווארן פון זיין פאסטן. זינט דאן האט ער גע’טענה’ט אפאר מאל אז זיין פארשיקונג איז געקומען ווייל זיין שטודיע איז געווען זייער אומפאפולער, אבער די בריוון און פאפירן וואס זענען אפירגעקומען ווייזן אויף נייע אויפדעקונגען וואס זענען סותר זיין טענה. פאקטיש האט UCL וואלונטירט צו שטיצן וועיקפיעלד'ס ארבעט. זיי האבן אים געגעבן א געלעגנהייט צו ווייטער ארבעטן פאר די שפיטאל, מען האט אים אפילו פארגעשלאגן א יאר פון 'פעיד ליעוו' כדי ער זאל האבן א געלעגנהייט צו איבערטוהן די רעזולטאטן פון די לענסעט פאפיר. מען האט אים אפילו פארגעשלאגן צו העלפן איבערמאכן די שטודיע פון 150 קינדער צו פרובירן צו באשטעטיגן זיינע פריערדיגע רעזולטאטן אונטער שווערע אומשטענדן. פון די באריכטן זעהט מען אז UCL און די שפיטאל זענען געגאנגען ארויס פון זייער וועג צו פרובירן צו העלפן וועיקפיעלד איבערמאכן זיין שטודיע צו באשטעטיגן די רעזולטאטן. וועיקפיעלד האט רעאגירט מיטן ווערן פאסיוו און אויפגערעגט.

אין יענע צייט האט וועיקפיעלד צוגעשטימט צו די פלענער. זיינע בעלי בתים האבן געווארט. און געווארט און געווארט. דריי חדשים זענען אדורך און מען האט נישט געהערט פון אים.

די שטודיע איז קיינמאל נישט געשען. די לענסעט רעפארט איז געווען א געהעריגע שווינדל. עס וואלט געווען אוממעגליך עס צו פרובירן איבערצומאכן.

וועיקפיעלד האט אפגעשאקלט פון זיך די שולד. "עס איז קלאר אז אקאדעמישע פרייהייט איז וויכטיג און קען נישט זיין אויפגעטוישט", האט ער ענדליך געלאזט הערן פון זיך אין סעפטעמבער פון 2000.

דאס איז געווען אביסל צופיל, און אין אקטאבער פון 2001, האט מען אים געוויזן די טיר.

אבער אפילו דעמאלטס האט נאך וועיקפיעלד באקומען צוויי יאר געהאלט אלס פארגיטיגונג, ער האט אויך באקומען א דעקלערעישאן וואס באפרייט אים פון זיינע מיסברויכן, ער האט אפילו ערלעדיגט צו באקומען א צוזאג אז די שפיטאל וועט פארשווייגן די מעשה. ווי פעפיס לייגט עס אראפ "מיר האבן אים באצאלט צו פטור ווערן פון אים." עס וואלט נישט געווען מעגליך צו באצאלן צו פארעכטן די שאדנס וואס וועיקפיעלד האט אנגעמאכט. דערווייל האט וועיקפיעלד זיך אהערגעשטעלט אלס א קרבן פון אקאדעמישע פרייהייט.

די אמת’ע איראנישע חלק פון די גאנצע סקאנדאל איז, אז ווען מען צונעמט עס, זעט מען קלאר אז עס האט געהאט צו טוען מיט געלט פון אנהייב אן. קען זיין אז אביסל וויסנשאפטליכע נייגעריגקייט איז געווען פארמישט, אבער עס איז קלאר אז עס איז געווען די רייץ צו מאכן אסאך געלט מיטן פארקויפן די טעסטס וואס וואלטן אונטערגעשטיצט די קלאגע קעגן די וואקסין פאבריצירער. גלייך פון אנהייב האט וועיקפיעלד געוויזן א סוחר’ישע רייץ צו נאכלויפן געשעפטן צו מאכן געלט פון זיין שווינדלערישע שטודיע. תיכף נאכדעם וואס ער איז ארויסגעווארפן געווארפן פון זיין שפיטאל פאזיציע האט ער געטראפן א נייע פאזיציע אין "THOUGHTFUL HOUSE" אין טעקסאס, א פאזיציע וואו ער האט געמאכט א ברייטע געהאלט ביז מען האט אים ארויסגעווארפן פון דארט וויבאלד מען האט אים געפונען שולדיג אין זיך נישט אויפפירן ריכטיג ביים שטודיע און אנדערע עטישע עבירות וואס דאס האט צוגעברענגט אז מען זאל צוריקציען זיין לענסעט פאפיר. אינצווישן טוען זיינע שטיצערס אויפשפילן א מלחמה קעגן יעדער וואס טוט זיך טרויען צו קריטיקירן וועיקפיעלד פאר זיין שווינדל, און זיי טוען ווידער אנהייצן די פלאם פון די אנטי-וואקסין שרעק וואס צוליב דעם איז ווידער דא אזויפיל מיזעלס פעלער. אין זייערע אויגן איז עס א קאנספיראציע דורך די "ביג פארמא" און די רעגירונג צו אונטערדרוקן וועיקפיעלד'ס אמת און היטן אויף זייער פראפיט. עס טוישט נישט זייער מיינונג ווען זיי הערן אז וועיקפיעלד האט עס געטוהן פאר געלט. ער איז נאך אלץ פארגעטערט ביי זיי.

וועיקפיעלד האט א טבע זיך ארומצוטוישן כדי ווייטער אנצוגיין מיט זיין פאלשע וויסנשאפט. אפילו נאכדעם וואס מען האט אוועקגענומען זיין ערלויבעניש צו פראקטיצירן מעדעצין, צוריקגעצויגן די לענסעט פאפיר, און אים אפגעזאגט פון זיין פאזיציע אלס וויסנשאפט אנפירער פון THOUGHTFUL HOUSE, האט עס אים קיינמאל נישט אפגעהאלטן פון ווייטער טרעפן וועגן צו דערהייבן די וויסנשאפטליכע אפגעווארפענע געדאנק אז די MMR וואקסין טוט אנמאכן אוטיזם און ענטערקאלייטיס.


https://briandeer.com/mmr/lancet-summary.htm


ליינט אליינס ברייען דיער'ס אינוועסטיגעיטיוו רעפארטינג

זכריהו
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2017 12:47 pm

תגובהדורך זכריהו » מאנטאג ינואר 14, 2019 6:49 pm

א דאנק פאר'ן נעמען די מיה עס איבערצושרייבן. עס איז וויכטיג מענטשן זאלן הערן פון וועם עס רעדט זיך.

קומענדיגן מאל איינער וויל אייך פארקויפן דעם שקר אז "א דאקטאר וואס רעדט קעגן שאטס פארלירט זיין לייסענס, והא ראי' וועיקפיעלד." שיקט אים גלייך דעם לינק.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1633
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מאנטאג ינואר 14, 2019 9:09 pm

הערליך, א גרויסן ישר כח פאר די מיה. איין קליינע פראבלעם... לויט די אנטי וואקסין חברה, בעיקר ביים היימישן עולם, איד ענדרו וועיקפיעלד נאך א hero און ער איז גאר דער victim!
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט