ווייטאמין פאר בארדערליין ציקער/קאלעסטראל

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
פרישוואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

ווייטאמין פאר בארדערליין ציקער/קאלעסטראל

תגובהדורך פרישוואסער » מיטוואך ינואר 09, 2019 5:20 pm

וויפיל איך גיב אכטונג בלייב איך נאך אלץ אין די העכערע ליין פין "בארדערליין" צוקער אין קאלעסטראל, סא ביפאר איך מיז אננעמען אז "דאס איז עס" אין מיזען נעמען דאקטאר טאבלעטן, וואלט איך גיוואלט וויסען אויב איז דא א אפשען פין אראפ גיין פין די "בארדערליין" דארעך עפעס אנדערש ווי למשל א וויטאמין אדער?

דאנקע!

מיגו
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

תגובהדורך מיגו » מיטוואך ינואר 09, 2019 5:28 pm

צוקער? וועלכע נאמבערס? צופרי? נאכן עסן? A1C? גיב אכטונג, וויאזוי?
איבערוואג? (נישט איבערוואגיגע האבן א גרעסערן פראבלעם)

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך ינואר 09, 2019 6:00 pm

עס איז דא זייער אסאך ווייטעמינען דערפאר, אבער אבאכט געבן די דייעטע העלפט פיל בעסער.

איך וואלט געטוהן אלעס מעגליך נישט צו נעמען די שעדליכע סטאטין דראג.

אויף אנצוהייבן: fenugreek איז א ביליגע באקאנטע ווייטאמין פאר הויך צוקער/קאלעסטעראל.
הק' יום טוב חדב"ן הרה"ג קלונימוס אבימלך הלוי טייטלבוים שליט"א דומ"ץ דק"ק שעלפענעפיץ והגלילות ומלפנים אב"ד קראמפלארנא יצ"ו.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך ינואר 09, 2019 9:42 pm

אויב מעגליך, מאכן מילדע עקסערסייז, אבער ערליך, פיהר מאל א וואך, פאר לכה"פ 25 מינוט. למשל "brisk walking". בדוק ומנוסה.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

מצפים לישועה
שר חמש מאות
תגובות: 958
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 2:10 am

פרישוואסער האט געשריבן:וויפיל איך גיב אכטונג בלייב איך נאך אלץ אין די העכערע ליין פין "בארדערליין" צוקער אין קאלעסטראל, סא ביפאר איך מיז אננעמען אז "דאס איז עס" אין מיזען נעמען דאקטאר טאבלעטן, וואלט איך גיוואלט וויסען אויב איז דא א אפשען פין אראפ גיין פין די "בארדערליין" דארעך עפעס אנדערש ווי למשל א וויטאמין אדער?

דאנקע!

לאו פעט היי פייבער דעטס דע נעים אף דע געים, אויך שלאפן גענוג און עקסערסייז, פאר צוקער סיבידי העלפט זייער גוט, אויך טורמעריק קען העלפן.

אוועטאר
פרישוואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

תגובהדורך פרישוואסער » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 9:28 am

מיגו האט געשריבן:צוקער? וועלכע נאמבערס? צופרי? נאכן עסן? A1C? גיב אכטונג, וויאזוי?
איבערוואג? (נישט איבערוואגיגע האבן א גרעסערן פראבלעם)


די עיקר ביי מיר איז די פאסטן ציקער הויעך צופרי (היינט צופרי 131), במשך די טאג בין איך פיין אפילו נאכען עסן,

בכלל נישט איבער וואגיג

אוועטאר
פרישוואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

תגובהדורך פרישוואסער » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 1:23 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:עס איז דא זייער אסאך ווייטעמינען דערפאר, אבער אבאכט געבן די דייעטע העלפט פיל בעסער.

איך וואלט געטוהן אלעס מעגליך נישט צו נעמען די שעדליכע סטאטין דראג.

אויף אנצוהייבן: fenugreek איז א ביליגע באקאנטע ווייטאמין פאר הויך צוקער/קאלעסטעראל.


Maxi health אדער די אנדערע היימישע וויטאמין קאמפעניס מאכען דאס אויך?

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 933
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: jersey city
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 1:32 pm

פרישוואסער האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:עס איז דא זייער אסאך ווייטעמינען דערפאר, אבער אבאכט געבן די דייעטע העלפט פיל בעסער.

איך וואלט געטוהן אלעס מעגליך נישט צו נעמען די שעדליכע סטאטין דראג.

אויף אנצוהייבן: fenugreek איז א ביליגע באקאנטע ווייטאמין פאר הויך צוקער/קאלעסטעראל.


Maxi health אדער די אנדערע היימישע וויטאמין קאמפעניס מאכען דאס אויך?

ניין נאר דיע https://www.koshervitamins.com/shop/sto ... rch_type=1
אלץ מיט א שמייכל נאר מיט קאך לא תשקאך . ,

אוועטאר
פרישוואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

תגובהדורך פרישוואסער » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 5:33 pm

וויי-פיי האט געשריבן:
פרישוואסער האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:עס איז דא זייער אסאך ווייטעמינען דערפאר, אבער אבאכט געבן די דייעטע העלפט פיל בעסער.

איך וואלט געטוהן אלעס מעגליך נישט צו נעמען די שעדליכע סטאטין דראג.

אויף אנצוהייבן: fenugreek איז א ביליגע באקאנטע ווייטאמין פאר הויך צוקער/קאלעסטעראל.


Maxi health אדער די אנדערע היימישע וויטאמין קאמפעניס מאכען דאס אויך?

ניין נאר דיע https://www.koshervitamins.com/shop/sto ... rch_type=1

שכויעך!

אוועטאר
פרישוואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

תגובהדורך פרישוואסער » פרייטאג ינואר 11, 2019 9:53 am

פרישוואסער האט געשריבן:
מיגו האט געשריבן:צוקער? וועלכע נאמבערס? צופרי? נאכן עסן? A1C? גיב אכטונג, וויאזוי?
איבערוואג? (נישט איבערוואגיגע האבן א גרעסערן פראבלעם)


די עיקר ביי מיר איז די פאסטן ציקער הויעך צופרי (היינט צופרי 131), במשך די טאג בין איך פיין אפילו נאכען עסן,

בכלל נישט איבער וואגיג


היינט צופרי 140, בארדערליין אדער הויעך?

מיגו
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

תגובהדורך מיגו » פרייטאג ינואר 11, 2019 10:23 am

זייער הויעך. נישט אז עס קען נישט ח"ו זיין העכער אבער דו דארפסט עפעס טון תומ"י

Fasting blood sugar test. A blood sample is taken after an overnight fast. A reading of less than 100 mg/dL (5.6 mmol/L) is normal. A level from 100 to 125 mg/dL (5.6 to 6.9 mmol/L) is considered prediabetes.

If your fasting blood sugar is 126 mg/dL (7 mmol/L) or higher on two separate tests, you have diabetes.



קודם האסטו נישט געזאגט וואס מיינט דו גיסט אכט וואס דו עסט, יתכן אז דיין דיעטע איז נישט ריכטיג.

דו דארפסט נישט קיין ווייטאמינען נאר הייב אן גיין און זיך באוועגן, גיי לפחות דריי מאל א וואך אויף א שנעלען שפאנציר, פעלט נישט אויס צו לויפן ווי די גויים להבדיל נאר געגאנגען לעבעדיג מיט א געשמאק פאר לערך 20 מינוט א האלבע שטונדע און דו וועסט בעז"ה זען שינוים בקרוב. גיי נישט אויף א מאשין ווייל ווי ווייט איך ווייס האט דאס נישט קיין אריכת ימים.
אויב דו קענסט גיין שווימען איז דאס א געראטענע זאך.

פאס אויף וואס דו עסט, די בעסטע וואס דו קענסט טון איז פארשרייבן נאכן עסן וואס און וויפיל דו האסט געגעסן דאס האט א מורא'דיגע השפעה צו באמת אכט געבן אויפן עסן. חשבון הנפש.

עס נארמאל נישט איבער די מאס און עס געלאסן, די זאכן העלפן, אדער ווייל זיי העלפן דירעקט אדער ווייל דאס פירט דעם מענטש בעסער אכט צו געבן וואס און ווען און וויפיל מ'נעמט אין מויל.

איך גלייב אז דיינע נאמבערס נאכן עסן זענען אויך נישט גוט, נאר אדער ווייסטו נישט וואס גוט איז אדער ביסטו נישט בודק אין די ריכטיגע צייט, ביי טייל הייבט עס אן ארויפצוגיין ביי א שעה נאכן עסן אין די צייט וואס אפיציעל איז א שעה די שיא און הייבט דעמאלט אן אראפצוקומען. אבער וויזוי ס'זאל נישט זיין, אויב וועסטו בעז"ה אראפברענגען די צופרי נומערן און דורך בעסער אכט געבן אויפן עסן און באוועגונגען וכו' וועלן זאכן סייווי בעסער זיין נאכן עסן מיט סייעתא דשמיא.

אויב זעסטו שינויים לטובה איז דאך געוואלדיג און אויב נישט זאלסטו רעדן צו א דאקטאר וואס זוכט נישט תיכף צו געבן מעדיצין און ער וועט דיך קענען בעסער עצה'נען בעז"ה

אוועטאר
פרישוואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

תגובהדורך פרישוואסער » פרייטאג ינואר 11, 2019 12:52 pm

באמת א גרויסען ישר כוח פאר די קלארע אינפארמאציע אין אונווייזונגען!


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט