עצה טובה פאר סטרעפ אינפעקציע

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

בבל
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

עצה טובה פאר סטרעפ אינפעקציע

תגובהדורך בבל » זונטאג דעצמבער 23, 2018 9:37 pm

נאכן שרייבן דעי ארטיקל האב איך א וויכטיגע קאמענט
viewtopic.php?f=71&t=38678&p=1841903#p1841903

איך וויל דא שערן א עצה וואס העלפט ממש ווי ווינדער אז ענק וועלן ממש פארגעסן פין נעמען מעדיצין ביי סטרעפ בדוק ומנוסה
תיכף ווען עס הייבט זיך אן צי דאכטן אז אפשר האט מען סטעפ, נישט ווארטן לאנג נאר ארויפגיין אויף א העווי דאז פין maxi biotic
( עס איז דא פין אנדערע קאמפעניס מן הסטם אויך. דעיס האב איך פשוט געפראפט ביי מיר אין ביי מיין משפחה )
3 קעפסיל 'ס יעדע 4 שעה מעקסי ביאטוק ביז נאכן נאמער פילן בעז' 'ה די ווייטאג דערנאך ווייניגער ביז אינגאנצן אראפגיין דערפין
פאר קינדער זאל מען ארויפלייגן די מאקסימום ערלויבט פין קיאליק, ציזאמען מיט קאנעזשיע (echinacea) אין ווייטעמין c פין א גיטע קאמפעני
זייער וויכטיג
' '1'' אויב מען דערמאנט זיך שפעט זאל מען נישט אנהייבן די סיסטעם , ווי אויך אויב עס טיט שוין זייער וויי
'' 2'' מען טאר עס נישט נעמען ציזאמען מיט מעדיקעשן פאר סטרעפ אויב מען נעמט מעדיצין זאל מען נישט נעמען מעקסי ביאטוק אויב מען נעמט ביידע העלפט גארנישט עס איז ווי א סתירה

ענק וועלן זען עס ארבעט ווינדערלעך רפיאה שלימה
לעצט פאראכטן דורך בבל אום דאנארשטאג ינואר 03, 2019 6:09 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

looking forward
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 23, 2018 1:36 pm

תגובהדורך looking forward » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 11:20 am

יא ! איך מיז זאגן אז איך קען אויך זאגן אז מעקסי ביאטיק איז ווינדערליך !! אויב סהייבט זים אן צו דערווארבן א סטרעפ נעם איך יעדע 4 שעה 3.. סארבעט אנבליוועביל !
גראדע ביי מיין רבצין ארבעט עס נישט. אבער ביי מיר איז עס ממש ווינדער.
נאך צוויי טעג איז די גאנצע מעשה פארטיג.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1113
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 11:39 am

maxi biotic איז אויך זייער גוט פאר colds

מען דארף אבאכט געבן צו טרינקען גענוג, ווייל עס טרוקענט אויס.
הק' יום טוב חדב"ן הרה"ג קלונימוס אבימלך הלוי טייטלבוים שליט"א דומ"ץ דק"ק שעלפענעפיץ והגלילות ומלפנים אב"ד קראמפלארנא יצ"ו.

מתון מתון
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 9:04 pm

תגובהדורך מתון מתון » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 1:44 pm

וואס ליגט אין מעקסי בייאטיק? א מענטש דארף וויסן און פארשטיין וואס מען נעמט.
שיינע זאך אז דו ביזט מודה אז ביי דיין ווייב ארבעט עס נישט. לכאורה ביזטו נישט פראון צו קיין אינפעקציעס. עס איז נאר וויירעל אדער עסיד און עס גייט אוועק פון זיך אליין עניוועי. משא"כ דיין רביצין באקומט א רעגולער באקטעריעל אינפעקציע וואס דארף אנטי בייאטיק.
חוץ מזה, ביי אדאלטס איז אנגענומען אז מען קען אויסווארטען א סטרעפ און עס גייט אוועק. וכן אני נוהג. אן קיין ווייטעמינען, ראה זה פלא.
היוצא מכל זה אז נעמען מעקסי בייאטיק איז לכאורה נישט מעלה ומוריד חוץ אויף מעקסיס באנק קאנטע.
ביי קינדער איז עס א געפאר פון אנטוויקלען שעדליכע קאמפלעקאציעס, זאל מען אלץ גיין צו א דאקטאר.
איך שרייב כמעט נישט ווייל צופיל איז שוין פארמעקט געווארן. נירו לכם ניר ואל תזרעו אל קוצים.

Flash light
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 31, 2015 4:09 pm

תגובהדורך Flash light » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 2:00 pm

gurgle with warm salt water
or lemon/lime is better tea

Flash light
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 31, 2015 4:09 pm

תגובהדורך Flash light » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 2:01 pm

Flash light האט געשריבן:gurgle with warm salt water
or lemon/lime is better tea

try to avoid/reduce suger or carbs

בבל
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 2:05 pm

מתון מתון האט געשריבן:וואס ליגט אין מעקסי בייאטיק? א מענטש דארף וויסן און פארשטיין וואס מען נעמט.
שיינע זאך אז דו ביזט מודה אז ביי דיין ווייב ארבעט עס נישט. לכאורה ביזטו נישט פראון צו קיין אינפעקציעס. עס איז נאר וויירעל אדער עסיד און עס גייט אוועק פון זיך אליין עניוועי. משא"כ דיין רביצין באקומט א רעגולער באקטעריעל אינפעקציע וואס דארף אנטי בייאטיק.
חוץ מזה, ביי אדאלטס איז אנגענומען אז מען קען אויסווארטען א סטרעפ און עס גייט אוועק. וכן אני נוהג. אן קיין ווייטעמינען, ראה זה פלא.
היוצא מכל זה אז נעמען מעקסי בייאטיק איז לכאורה נישט מעלה ומוריד חוץ אויף מעקסיס באנק קאנטע.
ביי קינדער איז עס א געפאר פון אנטוויקלען שעדליכע קאמפלעקאציעס, זאל מען אלץ גיין צו א דאקטאר.

מיין 12 יעריגע קינד האט די לעצטע מעדיצין באקומען 6 חדשים צוריק אין עס נישט געניצט די באטל ליגט נאך אינערהיים 3 וואכן שפעטער איז די קינד געווען ביים דאקטער פאר שאטס אין מען האט געמאכט א קאלטשער אין עס איז געווען סטרעפ פרי
מיין 6 יעריג קינד פלעגט האבן סטרעפ איינס נאכן צווייטן ממש א גאנץ יאר אין א צי ביז איך האב אים אנגעהויבן געבן העווי קיאליק מיט אמיאן בוסטער ווען ער האט אנגעהויבן צי קאמפלעינען
ניצט עס געזינטער הייט אויף אייער אייגענע אחריות

בבל
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 2:17 pm

מתון מתון האט געשריבן:וואס ליגט אין מעקסי בייאטיק? א מענטש דארף וויסן און פארשטיין וואס מען נעמט.
.

קנאבל /קאנעיזע /ארגענא /אנזיי מאקס /אין נאך

אוועטאר
הודו להשם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: בבית מדרשו של רבינו

תגובהדורך הודו להשם » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 2:18 pm

וואס ליגט אין מעקסי בייאטיק? א מענטש דארף וויסן און פארשטיין וואס מען נעמט.

Maxi Biotic אנטהאלט אין זיך 4 באשטאנדטיילן וואס סטאדיס האבן געוויזן אז זיי שטארקן דעם אימיון סיסטעם, און נאך בענעפיטן.

היוצא מכל זה אז נעמען מעקסי בייאטיק איז לכאורה נישט מעלה ומוריד חוץ אויף מעקסיס באנק קאנטע.

פאר מענטשן וואס זעען מיט זייערע אויגן אז נאכן נוצן א געוויסע פראדוקט זענען זייערע נישט-גוט-פילן טעג דראסטיש גענידערט געווארן, טוישט זיך נישט די מציאות אפילו ווען איינער שרייבט "נעמען מעקסי בייאטיק איז לכאורה נישט מעלה ומוריד חוץ אויף מעקסיס באנק קאנטע".

מתון מתון
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 9:04 pm

תגובהדורך מתון מתון » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 2:21 pm

בבל האט געשריבן:
מתון מתון האט געשריבן:וואס ליגט אין מעקסי בייאטיק? א מענטש דארף וויסן און פארשטיין וואס מען נעמט.
שיינע זאך אז דו ביזט מודה אז ביי דיין ווייב ארבעט עס נישט. לכאורה ביזטו נישט פראון צו קיין אינפעקציעס. עס איז נאר וויירעל אדער עסיד און עס גייט אוועק פון זיך אליין עניוועי. משא"כ דיין רביצין באקומט א רעגולער באקטעריעל אינפעקציע וואס דארף אנטי בייאטיק.
חוץ מזה, ביי אדאלטס איז אנגענומען אז מען קען אויסווארטען א סטרעפ און עס גייט אוועק. וכן אני נוהג. אן קיין ווייטעמינען, ראה זה פלא.
היוצא מכל זה אז נעמען מעקסי בייאטיק איז לכאורה נישט מעלה ומוריד חוץ אויף מעקסיס באנק קאנטע.
ביי קינדער איז עס א געפאר פון אנטוויקלען שעדליכע קאמפלעקאציעס, זאל מען אלץ גיין צו א דאקטאר.

מיין 12 יעריגע קינד האט די לעצטע מעדיצין באקומען 6 חדשים צוריק אין עס נישט געניצט די באטל ליגט נאך אינערהיים 3 וואכן שפעטער איז די קינד געווען ביים דאקטער פאר שאטס אין מען האט געמאכט א קאלטשער אין עס איז געווען סטרעפ פרי
מיין 6 יעריג קינד פלעגט האבן סטרעפ איינס נאכן צווייטן ממש א גאנץ יאר אין א צי ביז איך האב אים אנגעהויבן געבן העווי קיאליק מיט אמיאן בוסטער ווען ער האט אנגעהויבן צי קאמפלעינען
ניצט עס געזינטער הייט אויף אייער אייגענע אחריות


א דאנק פאר די אינפארמאציע.
ביי מיר האט א קינד וואס איז אראפ פון מילכיגס און עסיד (טשאקאלאד, אראנזש זשוס) געזען א גרויסע רעדוקציע אין סטרעפס.
איך שרייב כמעט נישט ווייל צופיל איז שוין פארמעקט געווארן. נירו לכם ניר ואל תזרעו אל קוצים.

בבל
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 2:25 pm

ווארענונג
איגנארירן סטרעפט אין נישט קער נעמען קען ברענגען שעדליכע לעבנס לענגליכע שאדנס פאר נירן אדער הארץ ל'' ע

בבל
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

את חטאי אני מזכיר היום

תגובהדורך בבל » דאנארשטאג ינואר 03, 2019 6:07 pm

איך האב אנגעהויבן די אשכול עטליכע וואכן צוריק
עס ארבעט אבער נישט אייביג
די וואך מאנטיג אינמיטן ארבעט האב איך אנגעהויבן צו פילן האלץ וויי איך האב נישט געקענט נעמען גראד ווייטעמין ביים ארבעט ביים אהיימקומען פין ארבעט האב איך אנגעהויבן נעמען מעקסי בייאטיק יעדע 4 שעה פלאס ווייטעמין סי פין מאנטיג נאכט ביז דאנארשטיג נאכט יעצט קים איך פין דאקטער נאכן נעמען 3 טעג אין א צי אז איך האב סטרעפט א שטארקע
יא עס ארבעט צימאל אבער נישט אייביג
איך האב שוין גענימען די מעדיצין
איך האף פאר א שנעלע ערהוילויג בעז'ה רפואה שלימה

הרב_שלום
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4687
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » דאנארשטאג ינואר 03, 2019 9:33 pm

עס איז אינטערסאנט אז אין ענגלאנד איז נישט דא קיין סטרעפ
אן ענגלישע ווייסט נישט וואס סטרעפט מיינט
February Baby Sale
https://amzn.to/2TuvdMj
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

KMW
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

תגובהדורך KMW » דאנארשטאג ינואר 03, 2019 9:50 pm

הרב_שלום האט געשריבן:עס איז אינטערסאנט אז אין ענגלאנד איז נישט דא קיין סטרעפ
אן ענגלישע ווייסט נישט וואס סטרעפט מיינט


ווי אזוי קען דאס זיין????

KMW
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Streptococcal infections - GOV.UK

תגובהדורך KMW » דאנארשטאג ינואר 03, 2019 9:53 pm

לעצט פאראכטן דורך KMW אום דאנארשטאג ינואר 03, 2019 9:56 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

מתון מתון
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 9:04 pm

תגובהדורך מתון מתון » דאנארשטאג ינואר 03, 2019 9:55 pm

בבל האט געשריבן:איך האב אנגעהויבן די אשכול עטליכע וואכן צוריק
עס ארבעט אבער נישט אייביג
די וואך מאנטיג אינמיטן ארבעט האב איך אנגעהויבן צו פילן האלץ וויי איך האב נישט געקענט נעמען גראד ווייטעמין ביים ארבעט ביים אהיימקומען פין ארבעט האב איך אנגעהויבן נעמען מעקסי בייאטיק יעדע 4 שעה פלאס ווייטעמין סי פין מאנטיג נאכט ביז דאנארשטיג נאכט יעצט קים איך פין דאקטער נאכן נעמען 3 טעג אין א צי אז איך האב סטרעפט א שטארקע
יא עס ארבעט צימאל אבער נישט אייביג
איך האב שוין גענימען די מעדיצין
איך האף פאר א שנעלע ערהוילויג בעז'ה רפואה שלימה


כאמור לעיל. אן א געהעריגע שטודיע איז נישט שייך צו פעסטשטעלן אויב עס ארבעט. זייער מעגליך אז ווען עס "ארבעט" איז עס פשוט נישט קיין ריכטיגע באקטעריעל אינפעקשן.
עניוועי, קאדאוס צו דיין זיין אויפריכטיג און אפען.
איך שרייב כמעט נישט ווייל צופיל איז שוין פארמעקט געווארן. נירו לכם ניר ואל תזרעו אל קוצים.

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3121
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך ינואר 09, 2019 12:58 am

נעגלעקטן סטרעפ קען הרג'ענען א מענטש. עטליכע היימישע אידן זענען ליידער געשטארבן דערפון.

איך האב א קרובה וואס האט 'געהיילט' סטרעפ נאטורליך, און עס איז אריין אין איר פיס און זיי געמאכט אומבאוועגליך, אזש זי האט געמוזט נעמען שטארקע אנטיביאטיק פאר א גאנצע יאר פטור צו ווערן דערפון (ביי איר אייגענע חתונה האט זי נישט געקענט טאנצן ווייל זי האט כמעט נישט געקענט רירן די פיס).
Innocent until proven Republican

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 790
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » מיטוואך ינואר 09, 2019 2:45 am

[quote="Think and Thank"]נעגלעקטן סטרעפ קען הרג'ענען א מענטש. עטליכע היימישע אידן זענען ליידער געשטארבן דערפון.

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2699
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מיטוואך ינואר 09, 2019 5:31 am


דאס איז אויך סטרעפט אין אמעריקא. דאס איז די מעדיצינישע נאמען דערפונען
בוי זיך זעלבסט


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט