ר' הערשל מייזעלס רעדט איבער מיזעלס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
הודו להשם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: בבית מדרשו של רבינו

תגובהדורך הודו להשם » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:29 pm

גראדע די ערשטע זאך ברענגט ער געווענליך שטודיעס און נומערן און דערנאך קומט ער צו אויספיר וואס מ'זעהט דערפון.

וואס איז די פאלשקייט פון אויפדעקן די פאלשקייט פון געוויסע דאקטורים אין פארשינדענע נושאים?

אוועטאר
nmi
שר חמש מאות
תגובות: 845
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:47 pm

הודו להשם האט געשריבן:גראדע די ערשטע זאך ברענגט ער געווענליך שטודיעס און נומערן און דערנאך קומט ער צו אויספיר וואס מ'זעהט דערפון.

וואס איז די פאלשקייט פון אויפדעקן די פאלשקייט פון געוויסע דאקטורים אין פארשינדענע נושאים?

ס'איז קיין שום פאלשקייט נישט אויפצודעקן וואס אנדערע דאקטורים האלטן. די פאלשקייט איז אוועקמאכן דעם דאקטער צו די שטודיע what ever you want to name it מיט א ליצנות אנשטאט אים צו פארענטפערן און די קשיא וואס ער האט לכתחילה ארויפגעברענגט איז נאך אלס שווער. אזוי איז דאס געווען ווען איך פלעג אים הערן

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4623
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 1:24 pm

וואס טייטש רחוק? און מאן יימר אז צוליב א חשש רחוק דארף מען נישט חושש זיין. ועוד והוא העיקר, מ'רעדט פון אן אויסברוך, מיזעלס איז אן אנשטעקיגייט און אין אזא פאל איז נישט שייך צו רעדן וועגן א דבר רחוק, ד.ה. אז דו האסט עס, באקומט עס א צווייטער, א דריטער אא"וו ממילא איז די חשש דא, די שאלה איז נאר ווער עס וועט זיין דער גליקליכער וואס ביי איהם וועט אנקומען דער חשש רחוק. א"כ זענען נישט שייך צו רעדן וועגן סטאטיסטיקס אד"ג, ס'איז נישט קיין דעת מייזעלס קעגן דעת פונעם דאקטאר, ס'איז פשוט א דעה קעגן מציאות.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 1:52 pm

בן בוזי האט געשריבן:וואס טייטש רחוק? און מאן יימר אז צוליב א חשש רחוק דארף מען נישט חושש זיין. ועוד והוא העיקר, מ'רעדט פון אן אויסברוך, מיזעלס איז אן אנשטעקיגייט און אין אזא פאל איז נישט שייך צו רעדן וועגן א דבר רחוק, ד.ה. אז דו האסט עס, באקומט עס א צווייטער, א דריטער אא"וו ממילא איז די חשש דא, די שאלה איז נאר ווער עס וועט זיין דער גליקליכער וואס ביי איהם וועט אנקומען דער חשש רחוק. א"כ זענען נישט שייך צו רעדן וועגן סטאטיסטיקס אד"ג, ס'איז נישט קיין דעת מייזעלס קעגן דעת פונעם דאקטאר, ס'איז פשוט א דעה קעגן מציאות.

ס'איז זייער נישט קלוג צו מאכן באמערקונגען אויף עפעס בעפאר מען הערט עס אויס.

מצפים לישועה
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 2:03 pm

בן בוזי האט געשריבן:וואס טייטש רחוק? און מאן יימר אז צוליב א חשש רחוק דארף מען נישט חושש זיין. ועוד והוא העיקר, מ'רעדט פון אן אויסברוך, מיזעלס איז אן אנשטעקיגייט און אין אזא פאל איז נישט שייך צו רעדן וועגן א דבר רחוק, ד.ה. אז דו האסט עס, באקומט עס א צווייטער, א דריטער אא"וו ממילא איז די חשש דא, די שאלה איז נאר ווער עס וועט זיין דער גליקליכער וואס ביי איהם וועט אנקומען דער חשש רחוק. א"כ זענען נישט שייך צו רעדן וועגן סטאטיסטיקס אד"ג, ס'איז נישט קיין דעת מייזעלס קעגן דעת פונעם דאקטאר, ס'איז פשוט א דעה קעגן מציאות.

ער זאגט איין זאך אז סאיב נישט קיין סיבה פאר א בהלה, אזוי ווי קיינער איז נישט נערוועז אז אפשר וועט אין כאפן א בליץ אדער אז א קינד וועט שטארבן אין וואנע.

אוועטאר
הודו להשם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: בבית מדרשו של רבינו

תגובהדורך הודו להשם » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 2:06 pm

יעדן ווינטער איז דא א אויסברוך פון פארקילט ווערן, מ'מאכט אבער נישט אזא בהלה דערפון...

מצפים לישועה
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 2:20 pm

הודו להשם האט געשריבן:יעדן ווינטער איז דא א אויסברוך פון פארקילט ווערן, מ'מאכט אבער נישט אזא בהלה דערפון...

כח פון פראפעגאנדע, עולם גולם.

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5918
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 4:45 pm

מצפים לישועה האט געשריבן:
הודו להשם האט געשריבן:יעדן ווינטער איז דא א אויסברוך פון פארקילט ווערן, מ'מאכט אבער נישט אזא בהלה דערפון...

כח פון פראפעגאנדע, עולם גולם.

משני הצדדים
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
nmi
שר חמש מאות
תגובות: 845
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 11:02 pm

מצפים לישועה האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:אוי וויי. געענדיגט מיט הערשל מייזליש דיעטע. נאו מאר. איך ווייס שוין נישט

מיט מיזעלס איז ער גערעכט, אזוי האלט יעדער דאקטער וואס טראכט ארויס פון קעסטל, מיט זיין דייעט איז ער נישט גערעכט וייל דאס איז קעגן די מיינונג פון רוב דאקטוירים, אין די קעסטל אין אינדרויסן פון קעסטל.

הערשל מייזעלס האט זיך אריינגעלייגט אין ציקער פאר יארן לאנג און ער איז מיר עפעס ארויסגעקומען. דאס מיינט נאכנישט אז יעדע זאך וואס ער זאגט איז הייליג.

לויט ווי איך קען אים (פון זיין טעלעפאון ליין) גייט ער יעצט ארויסקומען מיר עפעס א פוטער צו נייע טשיקענס וואס אויב מ'עסט עס באקומט מען נישט קיין מיזעלס. זאל אים איינער פרעגן (אויב מיין חלום גייט טאקע ארויסקומען למעשה...) דעמאלץ פארוואס איז אמאל געווען מער מיזעלס פעלער???





אך בין איך אויפן קאפ געפאלן. מיזעלס איז דאך געזונט. נעווער מיינד

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1913
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 12:19 am

nmi האט געשריבן:הערשל מייזעלס האט זיך אריינגעלייגט אין ציקער פאר יארן לאנג און ער איז מיר עפעס ארויסגעקומען. דאס מיינט נאכנישט אז יעדע זאך וואס ער זאגט איז הייליג.

לויט ווי איך קען אים (פון זיין טעלעפאון ליין) גייט ער יעצט ארויסקומען מיר עפעס א פוטער צו נייע טשיקענס וואס אויב מ'עסט עס באקומט מען נישט קיין מיזעלס. זאל אים איינער פרעגן (אויב מיין חלום גייט טאקע ארויסקומען למעשה...) דעמאלץ פארוואס איז אמאל געווען מער מיזעלס פעלער???

אך בין איך אויפן קאפ געפאלן. מיזעלס איז דאך געזונט. נעווער מיינד


וואס פארשטייסטו נישט? ס'קומט אן אדווערטייזמענט פאר א לעקטער באלב וואס ברענגט מיזעלס.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 12:23 am

צו זאגט ער אויכעט א סיבה פארוואס *נישט* צו נעמען?

זייער קלוג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 471
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 12:36 am

wow wow wow וואס ווערט די עולם אזוי העפי אז הערשל מיזעלס האט געזאט . האט ער געזאגט סוי?
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

מצפים לישועה
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 2:17 am

זייער קלוג האט געשריבן:wow wow wow וואס ווערט די עולם אזוי העפי אז הערשל מיזעלס האט געזאט . האט ער געזאגט סוי?

נישט ווייל הערשל מייזלס זאגט, נאר ער זאגט דברים של טעם.

אוועטאר
nmi
שר חמש מאות
תגובות: 845
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 5:15 am

זייער קלוג האט געשריבן:wow wow wow וואס ווערט די עולם אזוי העפי אז הערשל מיזעלס האט געזאט . האט ער געזאגט סוי?

ער האט א סענס אף יומער. זעהסט נישט? :lol:

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 782
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: jersey city
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 7:06 am

שוין אויסגעהערט ער זאגט עפעס עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו ברענגען צוטאטען
האט איר א איבריגע מיניט? פירט אויס א שידוך דורך לזווג http://lezaveg.com

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 782
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: jersey city
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 7:09 am

ווייטעמין A העלפט סיי פארמיידן און אויסהיילן, און סטרעס שאדט
האט איר א איבריגע מיניט? פירט אויס א שידוך דורך לזווג http://lezaveg.com

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 11:04 am

גולם פון פראג האט געשריבן:צו זאגט ער אויכעט א סיבה פארוואס *נישט* צו נעמען?

פארוואס נישט צו נעמען וואס?

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 11:15 am

פארשער האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:צו זאגט ער אויכעט א סיבה פארוואס *נישט* צו נעמען?

פארוואס נישט צו נעמען וואס?

וואקסינען

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 11:43 am

גולם פון פראג האט געשריבן:
פארשער האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:צו זאגט ער אויכעט א סיבה פארוואס *נישט* צו נעמען?

פארוואס נישט צו נעמען וואס?

וואקסינען

ער זאגט נישט אז מען זאל נישט נעמען וואקסינען.

KMW
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

תגובהדורך KMW » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 11:47 am

גולם פון פראג האט געשריבן:
פארשער האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:צו זאגט ער אויכעט א סיבה פארוואס *נישט* צו נעמען?

פארוואס נישט צו נעמען וואס?

וואקסינען


NO he is just saying not to be worried both ways

תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובהדורך תוספות » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 3:33 am

בעזהשי"ת.

עס איז דא א פרישע קנאקעדיגע דרשה פון הרה"ג ר' הערשל שליט"א, א פארזעצונג פון די פריערדיגע דרשה איבער מיזעלס,
אויף קול בריאים - 1150# - 1 - 1-718-819-3030.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובהדורך תוספות » זונטאג דעצמבער 30, 2018 2:23 am

בעזהשי"ת.

א פרישע מעכטיגע הארץ רירנדע דרשה.
קול ברואים.
1-1152# 1-718-819-3030
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

מצפים לישועה
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » זונטאג דעצמבער 30, 2018 3:04 am

תוספות האט געשריבן:בעזהשי"ת.

א פרישע מעכטיגע הארץ רירנדע דרשה.
קול ברואים.
1-1152# 1-718-819-3030

ישר כח רבי תוספת פאר אפדעיטן.
נאך אפאר אזעלעכע הרשעלעך און כלל ישראל וועט זיך פאשפארן אסאך אוטיזם ושאר מרעין בישין, איך בין נאר חושש אז ער פארמערט הארצאטאקס.

תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובהדורך תוספות » זונטאג דעצמבער 30, 2018 5:18 am

בעזהשי"ת.

איך פארשטיי נישט פארוואס דו האלטסט אזוי, האסט עפעס א ראיה אז סעטשורעיטעד פעט שאדט פארן הארץ?.. און דו האלטס דען נישט פון קאקאנאט אויל?..
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

מצפים לישועה
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » זונטאג דעצמבער 30, 2018 5:57 am

תוספות האט געשריבן:בעזהשי"ת.

איך פארשטיי נישט פארוואס דו האלטסט אזוי, האסט עפעס א ראיה אז סעטשורעיטעד פעט שאדט פארן הארץ?.. און דו האלטס דען נישט פון קאקאנאט אויל?..

פאר איך גיי דיר ענטפערן ווען איך מקדים זיין אז סאיז אמת אז קאלעסטראל איז טאקר נישט דער עיקר גורם פאר הארץ אטאקס אזוי ווי מען האט אמאל געמיינט.

אבער קודם האב איך נישט געזאגט אויף זיכער נאר אז איך בין חושש, צווייטנס האסטו א ראיה אז עס שאט נישט?

דריטענס שטייט אין אונזערע ספרים אזוי ווי יערות דבש סדר הדורות מעם לועז אז ווען א מענטש עסט נישט קיין דברים מן החי מיט פעטע עסן וועט ער בדרך כלל נישט קראנק ווערן.

פערטנס סדא אפאר דאקטוירים אזוי ווי דר עסלסטיין און דר דין אורניש וואס האבן גענומען א גרויסע גרופע הארץ קראנקע מענטשן און געלייגט אויף א שטרענגער דייעט פון אן קיין שום ענימעל פוד און אן קיין שום אויל און קיין איינער פון זיי האט נישט געהאט קיין שום הארץ פראבלעם, און ביי דאקטער עסלסטין איז דאס געווען אפילו נאך צוואנציג יאר, יעצט זאג דו מיר טראכסטו אז הערשל מייזלס מיט זיין דייעט קען דאס אויך באווייזן? אפשר, אבער נישט זייער מסתבר, עכ״פ אין ספק מוציא מידי וודאי, איין זאך איז אמאל זיכער, גוטע שיינע דרשות אפילו ססאונט זייער קאנווינצינג מיט אסאך שיינע געשמאקע וויצן וואס איך האב אויך זייער הנאה פון זיי, קען זיכער נישט היילן שווערע הארץ קראנקע.

פיפטענס רובא דרובא פין אלע נאטרישן מומחים סיי פון די קאנווענטשנעל מחנה און סיי פון די אלטערנעטיוו מחנה האלטן פון ויעגן דייעט אדער קרוב צו וויגען, און זענען קעגן עטקינס סארט דייעטס, איך האב געהערט א דיבעיט פון דר עטקינס מיט דר מעקדוגל ווי דאקטער מעקדוגל פרעגט עטקעניס אז ער זעט דאך ווי מענטשן היילן זיךון שווערע מחלות דארך וויגען דייעט, ענטפערן אים עטקינס אז ער איז מסכים אז וויגען דייעט איז זייער גוט, נאר זיין דייעט איז אויך גוט, און וויבאלד דאס איז גרינגער פאר מענטשן איז ממליץ אויף זיין דייעט.

זעקסטנס אלע מענטשן וואס לעבן געזונטער הייט ביז ארום דע הונדרעט און מער זעזנען בדרך כלל מענטשן וואס זענען ווויגען, כהאב נאך נישט געהערט פון א א געזונטער מענטש פון פינעף אין ניינציג וואס עסט אסאך פלייש.

לסיכום די ראיות און די מומחים פאר וויגען זענען אסאך, פארקערט איז שוואך, עטקינס האט א גרויסע התנגדות, עטקינס אליין איז מודה אז וויגען איז אויך גוט, סאו וויי טעיק עי ריסק? נאר ווייל הערשל מייזלס איז געוואלדיגער געשמאקע דרשן? ווען ער זאגט דעם אמת איז ער געוואלדיג און איך האב אויך שטארק הנאה אין צו הערן, אבער ווען זאגט ספק אמת וואס איז עס ווערד.


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Waukesha און 7 געסט