היסטאריע פון די אנטי וואקסינאציע באוועגונגען

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

היסטאריע פון די אנטי וואקסינאציע באוועגונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

ווי באקאנט טוט כמעט די גאנצע געזונטהייט און מעדעצינישע וויסנשאפטלער וועלט באצייכענען וואקסינאציע אלץ איינע פון די צען גרעסטע דערגרייכונגען אין פובליק העלט אינעם צוואנציגסטן יאר-הונדערט, פונדעסטוועגן, עקזיסטירט שוין קעגנערשאפט צו וואקסינאציע אזוי לאנג ווי וואקסינאציע אליינס, קריטיקירער פון וואקסינאציע האבן אנגענומען פארשידענע שטעלונגען, אריינגערעכנט קעגנערשאפט צו די סמאלפאקס וואקסין אין ענגלאנד און אין די פאראייניגטע שטאטן אין די מיטעלע ביז שפעטע 1800'טער, און פאראורזאכט אנטי-וואקסינאציע גרופעס; אויך מער לעצטיגע וואקסינאציע קאנטראווערסיעס, אזויווי די וואס באציען זיך צום זיכערהייט און ווירקזאמקייט פון די דיפטעריע, טעטענוס, און פערטאסיס (DTP) אימיוניזאציע, די מיזעלס, מאמפס, און רובעלע (MMR) וואקסינאציע, און דער באנוץ פון א פרעזערוועטיוו טיימעראסאל וואס אנטהאלט מערקיורי.

לאמיר עס צו נעמען שטייטליך.

סמאלפאקס און די אנטי וואקסינאציע גרופעס אין ענגלאנד

ברייט פארשפרייטע סמאלפאקס וואקסינאציע האט זיך אנגעהויבן אין די פריע 1800'טער, נאכפאלגנדיג עדווארד דשענער'ס קאופאקס עקספערימענטן, אין וועלכע ער האט אויפגעוויזן אז ער קען שיצן א קינד פון סמאלפאקס אויב ער אינפעקטירט אים מיט פליסיגקייט פון א קאופאקס בלאטער. דשענער'ס געדאנקען זענען אבער געווען א חידוש אין זיינע צייטן, און די באפעלקערונג האט עס שטארק קריטיקירט. די טענות זענען געווען פארשידנארטיג, און אריינגערעכנט היגיענישע, רעליגיעזע, סייענטיפישע, און פאליטישע סיבות.
פאר טייל עלטערן האט דער פראצעדור פון די סמאלפאקס וואקסינאציע אליין אנגעזייט שרעק און פראטעסט. עס איז באשטאנען פון אריינשניידן אינעם פלייש פונעם קינד'ס ארעם, און אריינלייגן פליסיגקייט פון א בלאטער פון א מענטש וואס איז וואקסינירט געווארן בערך א וואך פריער. מאנכע, אריינגערעכנט די לאקאלע גייסטליכע, האבן זיך קעגנגעשטעלט, גלייבנדיג אז די וואקסין איז "אומ-קריסטליך" ווייל עס קומט פון א בהמה, פאר אנדערע אנטי-וואקסינירער, האט די אומרואיגקייט ארום די סמאלפאקס וואקסין אפגעשפיגלט זייער אלגעמיינע אומצוטרוי צו מעדיצין און צו דשענער'ס געדאנקען וועגן קראנקהייט פארשפרייטונג.

פארדעכטיגנדיג דעם וואקסין'ס ווירקזאמקייט, האבן סקעפטיקער באשולדיגט אז סמאלפאקס קומט אין רעזולטאט פון פארפוילטע זאכן אינעם אטמאספער, צו לעצט, האבן אסאך מענטשן זיך קעגנגעשטעלט צו וואקסינאציע ווייל זיי האבן געהאלטן אז עס פארלעצט זייער פערזענליכע פרייהייט, א טענה וואס האט זיך פארערגערט ווען די רעגירונג האט אנטוויקלט מענדעטארי וואקסין געזעצן.

די וואקסינאציע אקט פון 1853 האט פארארדענט מענדעטארי וואקסינאציע פאר בעיביס ביז 3 חדשים אלט, און די אקט פון 1867 האט פארלענגערט דעם עלטער ביז 14 יאר, צולייגנדיג קנסים פארן זיך אנטזאגן פון וואקסינירן.

די געזעצן זענען אויפגענומען געווארן מיט קעגנערשאפט פון בירגער וועלכע האבן געפאדערט דעם רעכט צו קאנטראלירן זייערע קערפער און זייערע קינדער'ס קערפער, די Anti Vaccination League און די Anti-Compulsory Vaccination League האבן זיך געפארעמט צוליב די מענדעטארי געזעצן, און פילצאליגע אנטי-וואקסינאציע דשורנאלן האבן דאן ארויסגעשפראצט.

ספעציעל האט די שטעטל לייטשעסטער שטארק געקאכט מיט אנטי-וואקסין אקטיוויטעטן און איז געווען דאס ארט פון פיל אנטי-וואקסין פראטעסטן. די לאקאלע צייטונג האט באשריבן די פרטים פון א פראטעסט: "א באגלייטונג האט זיך געפארעמט, אין שפיץ פון א פלאקאט, צו באגלייטן א יונגע מאמע און צוויי מענער, וועלכע האבן באשלאסן זיך ענדערש אונטערצוגעבן צו די פאליציי און ווערן איינגעשפארט אין תפיסה, ווי איידער וואקסינירן זייערע קינדער... די דריי זענען געפירט געווארן דורך א ריזיגע מאסע מענטשן... מען האט זיי דריי מאל הערצליכע אפלאדירט, און זיך באנייט מיט פארמערטע אייפער בשעת זיי זענען אריין אין די טויערן פון די פאליציי צעלן." די לייטשעסטער דעמאנסטראציע מארש פון 1885 איז געווען איינע פון די טרויעריג-בארימטסטע דעמאנסטראציעס. דארט, האבן 80,000-100,000 אנטי-וואקסינירער געפירט א פארצווייגטע מארש, ערגענצט מיט פלאקאטן, א קינד'ס ארון, און א שענדליכע געשטאלט פון דשענער.

אזעלכע דעמאנסטראציעס און אלגעמיינע וואקסין קעגנערשאפט האבן געפירט צום אנטוויקלונג פון א קאמיסיע צו שטודירן וואקסינאציע. אין 1896 האט די קאמיסיע גע'פסק'נט אז וואקסינאציע באשיצט קעגן סמאלפאקס, אבער האט פארגעשלאגן אז מען זאל מער נישט קנס'ענען פאר נישט וואקסינירן. די וואקסינאציע אקט פון 1898 האט אוועקגענומען קנסים און האט אריינגערעכנט א סעיף פאר "געוויסנהאפטיגע קעגנער", כדי עלטערן וואס גלייבן נישט אין וואקסינאציע'ס זיכערהייט אדער ווירקזאמקייט זאלן קענען באקומען א באפרייאונג סערטיפיקאט

סמאלפאקס און די אנטי וואקסינאציע גרופעס אין די פאראייניגטע שטאטן

נאנט צום סוף פונעם ניינצנטן יאר-הונדערט, האט א סמאלפאקס אויסברוך אין די פאראייניגטע שטאטן געפירט צו וואקסין קאמפיינען און פארבינדענע אנטי-וואקסין אקטיוויטעטן. די Anti Vaccination Society of America איז געגרינדעט געווארן אין 1879, נאכפאלגנדיג א באזוך פון דער פירנדער בריטישער אנטי-וואקסענאציאניסט וויליעם טעב אין אמעריקע. צוויי אנדערע גרופעס, די New England Anti Compulsory Vaccination League (1882) און די Anti-vaccination League of New York City (1885) האבן נאכגעפאלגט.

די אמעריקאנע אנטי-וואקסינאציאניסטן האבן געפירט געריכט שלאכטן צוריקצוציען וואקסינאציע געזעצן אין עטליכע סטעיטס אריינגערעכנט קאליפארניע, אילינוי, און וויסקאנסין.

אין 1902, נאכפאלגנדיג אן אויסברוך פון סמאלפאקס, האט די באורד אוו העלט פון די קעמברידש, מאסעטשוסעטס, געפאדערט פון אלע סיטי איינוואוינער צו ווערן וואקסינירט אנטקעגן סמאלפאקס. סיטי איינוואוינער הענינג דזשעיקאבסאן האט זיך אפגעזאגט פון זיך וואקסינירן באזירט דערויף אז דער געזעץ האט פארלעצט זיינע רעכטן זיך אפצוגעבן מיט זיין אייגענע קערפער אזויווי ער פארשטייט. אלס ענטפער, האט די סיטי איינגעגעבן קרימינאלע קלאגעס אנטקעגן אים.

נאכן פארלירן זיין געריכט געפעכט אינעם ארטיגן געריכט, האט דזשעיקאבסאן אפעלירט צום U.S. סופרים קאורט. אין 1905 האט די העכסטע געריכט געגעבן גערעכט פאר די סטעיט, פסק'ענדיג אז די סטעיט קען איינפירן געצווינגענע געזעצן צו באשיצן דעם פובליק אין א פאל פון אנשטעקיגע קרענק. דאס איז געווען די ערשטע U.S. סופרים קאורט קעיס בנוגע די מאכט פון סטעיטס אין פובליק געזונטהייט געזעץ.

די דיפטעריע, טעטעניס, און פערטאסיס (DTP) וואקסין קאנטראווערסיע

אנטי-וואקסינאציע שטעלעס און וואקסינאציע קאנטראווערסיעס זענען נישט באגרעניצט צום אמאל. אין די מיטעלע 1970'ער האט אן אינטערנעשענעל מיינונגס-פארשידנהייט איבער די זיכערהייט פון די DTP אימיוניזאציע אויסגעבראכן אין אייראפע, אזיע, אוסטראליע, און צפון אמעריקע. אין ענגלאנד איז קעגנערשאפט פאראורזאכט געווארן צוליב א באריכט פון די 'גרעיט ארמאנט סטריט שפיטאל פאר קראנקע קינדער' אין לאנדאן, באשולדיגנדיג אז 36 קינדער האב געליטן ניוראלאגישע פראבלעמען נאכפאלגנדיג DTP אימיוניזאציע. די אלגעמיינע נייעס און צייטונג באריכטן האבן געצויגן פובליק אויפמערקזאמקייט צו די קאנטראווערסיע. א רעכטן גרופע, The Association of Parents of Vaccine Damaged Children (APVDC), האט אויך געצויגן די פובליק'ס אינטערעסע בנוגע די פאטענציאלע ריזיקעס און קאנסעקווענצן פון DTP.

אלס רעאקציע צו א פארמינערונג פון וואקסינאציע ראטעס, און דריי גרויסע עפידעמיעס פון וואופינג קאף (פערטאסיס), האט די Joint Commission on Vaccination and Immunization (JCVI), א זעלבסט-שטענדיגע עקספערט עדווייזערי קאמיטעט אין ענגלאנד, פעסטגעשטעלט די זיכערהייט פון די אימיוניזאציע. פונדעסטוועגן, האט די צעמישעניש ביים פובליק אנגעהאלטן, טיילווייז צוליב פארשידנארטיגע מיינונגען אינערהאלב די מעדעצינישע קרייזן. צום ביישפיל, ווען מען האט אויסגעפרעגט מעדיצינישע פראוויידערס אין ענגלאנד אין די שפעטע 1970'ער, האט מען געפינען אז זיי האבן געקווענקלט צו רעקאמענדירן די אימיוניזאציע פאר אלע פאציענטן.

אין צוגאב, האט אן אויסגעשפראכענער דאקטאר און וואקסין קעגנער, גארדאן סטוערט, פארעפנטליכט א סעריע פון קעיס באריכטן וואס האט פארבינדן ניוראלאגישע דיסארדערס מיט DTP, אויפברענגענדיג נאך מער קאנטראווערסיע. אלס ענטפער, האט די JCVI געגרינדעט די National Childhood Encephalopathy Study (NCES). די שטודיע האט אידענטיפיצירט יעדע קינד צווישן 2 און 36 מאנאטן וואס איז געווען האספיטאליזירט אין ענגלאנד פאר ניוראלאגישע קראנקהייט, און אפגעשאצט אויב די אימיוניזאציע האט געהאט צו טון מיט העכערע ריזיקע. NCES רעזולטאטן האבן געוויזן אז די ריזיקע איז זייער קליין, און די אינפארמאציע האט צוגעגעבן שטיצע צו א נאציאנאלע פרא-אימיוניזאציע קאמפיין. מיטגלידער פון די APVDC האבן ווייטער געקעמפט אין געריכט פאר אנערקענונג און קאמפענסאציע, אבער האבן נישט באקומען קיין איינע צוליב מאנגל אן באווייזן וואס פארבינדן די DTP אימיוניזאציע מיט שאדן.

די U.S. קאנטראווערסיע האט זיך אנגעהויבן ווען די נייעס האט געצויגן אויפמערקזאמקייט אויף די אנגעבליכע ריזיקעס פון DTP. א 1982 דאקומענטערי, DPT: Vaccination Roulette, האט געשילדערט אנגעבליכע אומגינסטיגע רעאקציעס צו די אימיוניזאציעס און פארמינערט די בענעפיטן. ענליך, האט א 1991 בוך מיטן נאמען A Shot in the Dark באשריבן פאטענציאלע ריזיקעס. גלייך ווי אין ענגלאנד, האבן באזארגטע און אויפגעברויזטע עלטערן געפארעמט גרופעס צו קעמפן פאר די רעכטן פון די קרבנות, אבער דער אנטווארט פון מעדעצינישע ארגאניזאציעס, ווי די Academy of Pediatrics און די Centers for Disease Control and Prevention, איז געווען שטארקער אין די פאראייניגטע שטאטן. כאטש די מידיע שטורעם האט אנגעברענגט עטליכע געריכטליכע קלאגעס קעגן וואקסין פאבריצירער, געהויבן וואקסין פרייזן, און פאראורזאכט עטליכע פירמעס אויפצוהערן מאכן DTP, האט די גאנצע קאנטראווערסיע ווייניגער אפעקטירט די אימיוניזאציע ראטעס ווי אין ענגלאנד.

די מיזלס, מאמפס, און רובעלע (MMR) וואקסין קאנטראווערסיע

באלד 25 יאר נאך די DTP קאנטראווערסיע, איז ענגלאנד ווידער באטראפן געווארן פון אנטי-וואקסינאציע אקטיוויטעטן, דאס מאל בנוגע די MMR וואקסין.
אין 1998, האט בריטישער דאקטאר ענדרו וועיקפיעלד רעקאמענדירט ווייטערדיגע אויספארשונג איבער א מעגליכע פארבינדונג צווישן קישקע קראנקהייט, אוטיזם, און די MMR וואקסין. אפאר יאר שפעטער, האט וועיקפיעלד באשולדיגט אז די וואקסין איז נישט געהעריג אויספרובירט געווארן איידערן אריינגעשטעלט ווערן אין באנוץ. די מידיע האט זיך צוגעכאפט צו די געשיכטעס, אנזייענדיג שרעק און צעמישעניש ביים באפעלקערונג ארום די זיכערהייט פונעם וואקסין.

די Lancet, דער דשורנאל וואס האט לכתחילה פובליצירט וועיקפיעלד'ס ווערק, האט געזאגט אין 2004 אז זיי האבן נישט געזאלט פארעפנטליכן זיין ווערק.

די General Medical Council, א זעלבסט-שטענדיגער אויפזיכט קערפערשאפט פאר דאקטוירים אין ענגלאנד, האבן געפינען אז וועיקפיעלד האט געהאט א "פאטאלע קאנפליקט אף אינטרעסט." ער איז באצאלט געווארן דורך א געזעץ באורד אויסצוגעפונען אויב עס זענען דא באווייזן צו שטיצן א געריכטליכע אנקלאגע דורך עלטערן וואס האבן געהאלטן אז דער וואקסין האט געשעדיגט זייערע קינדער.

אין 2010, האט די Lancet עמטליך צוריקגעצויגן דעם ארטיקל נאך וואס די בריטישע אלגעמיינע מעדעצינישע קאונסיל האט גע'פסק'נט אנטקעגן וועיקפיעלד אין עטליכע ערטער. וועיקפיעלד איז אראפגענומען געווארן פון די מעדעצינישע רעגיסטער אין ענגלאנד און טאר דארט מער נישט דינען אלס דאקטער.

אין יאנואר 2011, האט די BMJ ארויסגעגעבן א סעריע באריכטן דורך דשורנאליסט ברייען דיער שילדערנדיג באווייזן אז וועיקפיעלד האט דורכגעפירט סייענטיפישע שווינדל דורך פעלשן אינפארמאציע, און אויך אז וועיקפיעלד האט געהאפט צו פארדינען פינאנציעל פון זיינע אויספארשונגען אויף עטליכע וועגן.

א גרויסע צאל פארשונג שטודיעס זענען דורכגעפירט געווארן אפצושאצן די זיכעהייט פון די MMR וואקסין, און קיין איינע פון זיי האט נישט געפינען קיין פארבינדונג צווישן די וואקסין און אוטיזם.

"גרין אונזערע וואקסינען"

טיימעראסאל, א סובסטאנץ וואס פארמאגט מערקיורי וואס ווערט גענוצן אלץ א פרעזערוועטיוו אין וואקסינאציעס, איז אויך געווען די צענטערפונקט פון א וואקסינאציע און אוטיזם קאנטראווערסיע. כאטש עס זענען נישט פארהאן קיין קלארע סייענטיפישע באווייזן אז קליינע מאסן פון טיימעראסאל אין וואקסינען זענען גורם שאדן, האבן פירנדע יו עס פובליק געזונטהייט און מעדעצינישע ארגאניזאציעס און וואקסין פאבריצירער צוגעשטימט אז טיימעראסאל זאל ווערן פארמינערט אדער ארויסגענומען פון וואקסינאציעס אלץ א באווארענונג מיטל אין יולי 1999.

אין 2001, האט די Institute of Medicine's Immunization Safety Review Committee ארויסגעגעבן א באריכט מיט די מסקנה אז עס זענען נישט פארהאן גענוג באווייזן צו אויפווייזן אדער אפווענדן די טענה אז טיימעראסאל אין וואקסינען פאראורזאכט אוטיזם, אטענשען דעפעציט הייפערסענסיטיוויטי דיסארדער, אדער רעדן אדער שפראך פארשפעטיגונג.

א מער לעצטיגע באריכט דורך די קאמיטע איז "גענויגט אפצואווענדן סיי וועלכע גורם-פארבינדונג צווישן טיימעראסאל-פארמאגנדע וואקסינען און אוטיזם." אפילו מיט די געפינסן, טוען עטליכע פארשער ווייטער שטודירן די מעגליכע פארבינדונג צווישן טיימעראסאל און אוטיזם.

היינט, ווערט טיימערעסאל מער נישט גענוצט אין רוב קינדהייט וואקסינען, כאטש געוויסע פארעמען פון אינפלוענזע וואקסינען וואס זענען פארהאן אין מולטי-דאזע פלעשלעך קענען יא פארמאגן דעם פרעזערוועטיוו.

טראץ אלע סייענטיפישע באווייזן, האבן זארגן איבער טיימעראסאל געפירט צו א פובליק "גרין אונזערע וואקסינען" קאמפיין, א באוועגונג ארויסצונעמען "טאקסינס" פון וואקסינען, אויס שרעק אז די סובסטאנצן פירן צו אוטיזם. א באקאנטע פערזענליכקייט מיטן רעכטן גרופע Generation Rescue, און די ארגאניזאציע Talk about Curing Autism (TACA) האט אנגעפירט מיט די באוועגונג.

צום שלוס

כאטש צייטן האבן זיך געטוישט, זענען די געפילן און טיף-איינגעווארצלטע מיינונגען – סיי פילאזאפישע, פאליטישע, און גייסטישע – וואס ליגן אונטער וואקסין קעגנערשאפט געבליבן על פי רוב די זעלבע, זייט עדווארד דזשענער האט איינגעפירט וואקסינאציע.
פינחס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינחס »

א הערליך ארבייט
אוועטאר
טאטע זיי מיר מוחל
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 20, 2018 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאטע זיי מיר מוחל »

הער איך אז "דער שטערן" האט א שיין ארטיקל וועגן וואקסינען
די לאנד דארף דינען די מענטשן. נישט די מענטשן דינען די לאנד
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

געוואלדיג
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

הערליך...

וואס קומט אויף קראצמעך? און אויף ניו יעיר האסטו פלענער? קענט וועיט.
געשטימט פאר ראשעק הול
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תוספות »

בעזהשי"ת.

א ווידיאו וואס איז ארויסגעגעבן געווארען דורך דעם בארימטן מעדיקעל דזשורנאליסט דעל ביגטרי, מיטן נאמען:

Dr. Andy Wakefield Vs Brian Deer: The Real Fraud Reveald

וואו אין א אינטערוויו מיט דר' וועיקפיעלד שמועסט ער אויס וואס עס איז געווען די אמת'ע מעשה, זיין אומשולדיקייט, און די קארופציע פון די וועלכע האבן אים פארשעמט אין די גאנצע וועלט על לא עול בכפו. מיט ראיות און מקורות און שטארקע הוכחות צו יעדע קליינע דעטאל.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תוספות »

בעזהשי"ת.

הערליך האט געשריבן:אין 2001, האט די Institute of Medicine's Immunization Safety Review Committee ארויסגעגעבן א באריכט מיט די מסקנה אז עס זענען נישט פארהאן גענוג באווייזן צו אויפווייזן
אדער אפווענדן
די טענה אז טיימעראסאל אין וואקסינען פאראורזאכט אוטיזם, אטענשען דעפעציט הייפערסענסיטיוויטי דיסארדער, אדער רעדן אדער שפראך פארשפעטיגונג.

הערליך האט געשריבן:געוויסע פארעמען פון אינפלוענזע וואקסינען וואס זענען פארהאן אין מולטי-דאזע פלעשלעך קענען יא פארמאגן דעם פרעזערוועטיוו.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

תוספות האט געשריבן:בעזהשי"ת.

הייסט עס הודאת בעל דין כמאה עדים דמי הוא?

דאס איז די בעסט יו קען קאם אפ ?

זעהסט? דא כאפט דער חילוק צווישן מענטשן וואס טראכטן נארמאל, און מענטשן וואס זענען קאנספירעסי טעראטיקער, נארמאלע מענטשן ווען איינער קומט פארקויפן א שטוינענדע מעשה ווי למשל אז בוש האט אראן געווארפן די צווילינג בנינים, וועלן זיי פרעגן פראף, ביי קאנספירעסי טעראטיקער איז פארקערט, קודם גלויבט מען יעדע טשאדעלע באדעלע מעשה עז לאנג עז איטס א קרעיזי אינאף טיערי, און אז דו ווילסט גאר אפלייקענען דארף מען אים גאר ברענגען פראף אז סאיז נישט אמת, ווילאנג מען ברענגט נישט קיין פראף שווארץ אויף ווייס אז בוש האט נישט אראפ געווארפן די בנינים, וועט ער עס גלויבן, סארי מיין פריינד, עס ארבייט נישט אזוי, ווער עס איז אויפגעקומען מיטן געבעקס אז דאס ברענגט אונטיזם, דער זאל עס פראוון, ביז דעמאלטס איז עס ביי מיר מוחזק קאנספירעסי לייק אלל אדער קאנספירעסיס
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

הערליך, they have much more time than you do.

בעסער הייב נישט אן איינס אויף איינס, ווייל אויף יעדע תגובה פון דיר קומט צוואנציג מאל לענגערע, ווי מען שמועסט ס"ה איבער אלעס וואס מען האט שוין געזאגט, באגלייט מיט א פרישע ראי' פון עפעס א דראפאוט בלאגער.
געשטימט פאר ראשעק הול
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תוספות »

הערליך האט געשריבן:

תוספות האט געשריבן:
נתן אייזיקסאן האט געשריבן:
דעפרעסט האט געשריבן:אוטיזם

צענדליגע שטודיעס זענן שוין דורכגעפירט געווארן מיט'ן ספעציפישע ציהל צו באווייזן די שייכות צווישן וואקסינאציע און אוטיזם, א קרענק וואס שטייגט כסדר אין נומערן, אבער האבן נישט געטראפן קיין שום פארבינדונג, זערא!

געשריבן דורך ישי שאלאמאן צו אידישע נייעס

גענומען פון אידישע נייעס

א טיילווייזע רשימה פון שטודיעס וועלכע האבן געוויזן א פארבינדונג צווישן וואקסינען און אויטיזם.

מאלפעס וואס האבן באקומען וואקסינען זענען געווארן אויטיסטיק.

קינדער וואס האבן באקומען וואקסינען מיט מערקורי (וו. צ. ב. די פלו שאט) האבן געהאט א העכערע ראטע פון אויטיזם.

קינדער וואס האבן באקומען שאטס מיט מערקורי, האבן באקומען אויטיזם און רעדן פראבלעמען. (די סטאדי האט די CDC געמאכט אבער נישט ארויסגעגעבן)

קינדער וואס האבן באקומען די העפיטייטוס בי. וואקסין מיט מערקורי, האבן געהאט 3 מאל א העכערע שאנס צו באקומען אויטיזם.

אויטיזם. זיך אויפפירן משוגע, רעדן פראבלעמען, זענען געווען שטארק מער מצוי ביי קינדער וואס האבן באקומען דעם DTaP וואקסין מיט טיימערעסאל.

אויטיזם, ווערן משוגע, פערסענאליטי פראבלעמען, זענען שטארק מער מצוי ביי קינדער וואס האבן גענומען וואקסינען מיט טיימערעסאל.

אויטיזם, ווערן משוגע, זענען געווען 6 מאל מער ביי קינדער וואס האבן גענומען דעם dtap וואקסין מיט טיימערעסאל.

א קלארע פארבינדונג צווישן אויטיזם מיט וויפיל מערקורי מען באקומט פון וואקסינען

מייז און ראטן וואס מען האט געגעבן וואקסינען מיט טיימערעסאל זענען געווארן אויטיסטיק.

אויטיזם קען קומען פון די אלומינום אין וואקסינען.

אויטיזם קען קומען פון דזשענעטיקס אדער וואקסינען.

די MMR וואקסין קען ברענגען אויטא אימיון מחלות אדער אויטיזם.

וואקסינען קענען ברענגען א העכערונג אין אויטיזם.

וואקסינען קענען ברענגען אויטיזם און נאך דזשענעטיק מחלות

ויש עוד.

צו קלאר מאכן די נושא איז כדי צו וויסן, אז אלומינום איז סאך שעדליכער פארן מח ווי מערקורי. און אז יעדע וואקסין האט אלומינום.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תוספות »

בעזהשי"ת.

הערליך האט געשריבן:
תוספות האט געשריבן:בעזהשי"ת.

א ווידיאו וואס איז ארויסגעגעבן געווארען דורך דעם בארימטן מעדיקעל דזשורנאליסט דעל ביגטרי, מיטן נאמען:

Dr. Andy Wakefield Vs Brian Deer: The Real Fraud Reveald

וואו אין א אינטערוויו מיט דר' וועיקפיעלד שמועסט ער אויס וואס עס איז געווען די אמת'ע מעשה, זיין אומשולדיקייט, און די קארופציע פון די וועלכע האבן אים פארשעמט אין די גאנצע וועלט על לא עול בכפו. מיט ראיות און מקורות און שטארקע הוכחות צו יעדע קליינע דעטאל.

הייסט עס הודאת בעל דין כמאה עדים דמי הוא?

דאס איז די בעסט יו קען קאם אפ ?

ניין, ער ברענגט דארטן אראפ גאר שטארקע ראיות והוכחות ווי דערמאנט. קוק עס דורך און נאכדעם וועל מיר רעדן.

און אז דו ווילסט דוקא, קען איך ציטירן וואס איך האב שוין געשריבן וועגן די נושא.
בעזהשי"ת.

תוספות האט געשריבן:
נתן אייזיקסאן האט געשריבן:
דעפרעסט האט געשריבן:
דר. ענדרו וועיקפיעלד
הקדמה: מיר וועלן אביסל אויסברייטערען די באשרייבונגען ארום דעם נאמען, צוליב די וויכטיגקייט וואס זיין פארלעסליכקייט אדער אומפארלעסליכקייט ברענגט צו די טעמע.

ענדרו וועיקפיעלד איז דער פארשעמטער פארשוין אויף וועם אלע אוטיזם טעאָריקערס בויען, צוליב וואס ער האט דורכגעפירט די איינציגסטע שטודיע וואס האט טאקע געוויזן א פארבינדונג צווישן וואקסינאציע און אוטיזם.

א פארבינדונג האבן מיר געשריבן?! א שטודיע האט דאס באוויזן?! יא, אבער עס איז אויפגעדעקט געווארן אלס א פאלשע
שטודיע, א פאלנער שווינדל, געטריבן געווארן פון געלד-גייטיגקייט און כבוד-זוכעריי.

לאמיר אנהייבן פון אנפאנג, אבער ערשט איבער די טרעמינען: ענדרו וועיקפיעלד איז א אומאָנגעקלאָגטער קרימינאַל וואס איז נישט קיין דאקטאר זינט ער האט פארלוירן זיין לייסענס. ומעשה שהיה כך היה:

מיט א טאטע און מאמע ביידע דאקטוירים, איז ענדרו געווארן א גאַסטראָענטעראָלאָגיסט. אין 1998 האט ער געשריבן א פאלשע שוין-צוריקגעצויגענע ריסורטש פאפיר באשולדיגענדיג אז עס איז פארהאן א פארבינדונג צווישן וואקסינאציעס און אוטיזם. נאכדעם וואס ער האט פובליצירט די פאפיר, האבן אנדערע פארשער נישט געקענט רעפּראָדוצירן די זעלבע רעזולטאטן (א יסוד אין סייענטיפישע שטודיעס, און די קאנטראסט צווישן א טעאריע און א באווייז) אדער באשטעטיגן זיינע געפונסן. א 2004 אויספאָרשונג דורך די "סאָנדעי טיימס" רעפארטער ברייען דיר, האט אויפגעדעקט א פינאַנציעלע "קאָנפליק אוו אינטערעסט" (ניגוד עניינים) פון וועיקפיעלד. נאך די אויפדעקונג, האבן מערסטענס מיטשרייבער פון זיין שטודיע צוריקגעצויגן מיט זייער שטיצע צו די פאפיר און פון די שטודיע רעזולטאטן.

די בריטישע גענעראלע מעדיצינישע קאונסיל (GMC) האט אויסגעפארשט די קאנפליקט סקאנדאל, ספעציפיש קעגן וועיקפיעלד און צוויי מיטארבעטער. די אויספארשונג איז געווען קאנצענטרירט איבער ברייען דיר'ס פולע אנדעקונגען, אריינגערעכנט אז קינדער וואס האבן אנטייל גענומען אין די שטודיע זענען געווען אויסגעשטעלט צו אומנויטיגע שווערע מעדעצינישע פּראָצעדורן ווי קאָלאָנאָסקאָפּיס און לאָמבאַר פּונקטורס (ספּיינעל טעפּ), און אז וועיקפיעלד האט נישט באקומען די נויטיגע באשטעטיגונגן צו דורכפירן די שטודיע. אום י"ג שבט תש"ע האט די פינף-מיטגליד דזשי.עם.סי. טריבונאַל אים געפונען שולדיג מיט צענלדיגע קלאגעס, אריינגערעכנט פיר קלאגעס פון אומאָרענטליכקייט, און צוועלף קלאגעס פון אביוז פון אומגעזונטע קינדער. די פּאַנעל האט געאורטיילט אז וועיקפיעלד איז דורכגעפאלן מיט זיין אומ'אחריות'דיגע באהאנדלונגען, זיך געפירט קעגן די וואוילזיין פון די פאציענטן, געווען פארפיריש און שווינדערליש מיט זיין ריסורטש.

די וועכענטליכע "לאנסעט" פובליקאציע האט צוריקגעצויגן די פאפיר, באזירט אויף די דזשי.עם.סי.'ס אויפדעקונגען, שרייבענדיג אז די עלעמענטן פון די נאטיצן זענען געווען געפעלטשט. דריי מאנאטן שפעטער האט די בריטישע מעדיקעל רעדזשיסטער (וואס פארוואלטעט אויף מעדיקעל לייסענס אין ענגלאנד) אים אראפגעווארפן, שרייבענדיג אז ער האט געפעלשט מיט בייזוויליגע צוועקן, און איז פארבאטן געווארן פון פראקטיצירט מעדעצין אין ענגלאנד.

אין יאנואר 2011, א לייט-ארטיקל וואס האט באגלייט ברייען דיר'ס ארטיקל, האט געשילדערט וועיקפיעלד'ס ארבעט אלס א ברייט-פארצווייגטע שווינדל.

פארוואס האט ער אדורכגעפירט אזא פארפירישע און שעדליכע שווינדל? וואס איז געווען די קאָנפליק אוו אינטערעסט? ווי די סאָנדעי טיימס האט אויפגעדעקט, האט א לויער געארבעט מיט עלטערן פון צוועלף פון די קינדער אין וועיקפיעלד'ס שטודיע צו קלאגן די עם.עם.אר. וואקסין פירמע, און זיי האבן געדארפט א שטודיע וואס זאל קענען באווייזן די פארבינדונג צווישן וואקסינאציעס און אוטיזם.

געשריבן דורך ישי שאלאמאן צו אידישע נייעס

גענומען פון אידישע נייעס

איז קודם כל, להבהרה בעלמא, דאקטער וועיקפיעלד האט ניטאמאל דורכגעפירט קיין שום פראצעדור אויף קיין איין קינד. ער האט נאר אפגעשריבן די רעזולטאטן פון די סטאדי און עס אריינגעשיקט צו די לאנצעט דזשורנאל. די פאקטישע חלקים פון די סטאדי האבן געטון די איבריגע סייענטיסטן. בנוסף צו דעם וואס זיי האבן געהאט די פולע ערלויבעניש אויף יעדע מינדעסטע אקט וואס זיי האבן געטון. אזוי ווי עס איז שפעטער אויפגעוויזן געווארן אין געריכט.

יעצט די פאלטשקייט פון די סטאדי, לויט ברייען דיר. דארף צו זיין אז איין קינד איז געווען אויטיסטיק נאך פאר די MMR.
אבער דער טאטע פון דעם קינד זאגט קלאר אז דער קינד איז יא געווארען אויטיסטיק נאך די MMR וואקסין.
און אז ער האט זיך געבעטן ביי דר' וועיקפיעלד אז ער זאל ארייננעמען זיין קינד אין די סטאדי, ווייל ער האט געוואלט אז די וועלט זאל וויסן די שעדליכקייט פון די MMR וואקסין!.

און בנוגע די מכלומרשטע קאנפליקט אוו אינטערעסט, איז קלאר אז אין די צייט וואס די לויערס האבן אים געגעבן געלט, איז דער לאנצעט פעיפער שוין לאנג געווען גרייט צום דרוק. און איז אויפגעהאלטן געווארען פשוט צוליב טעכנישע סיבות.
די לויערס האבן אים נישט באצאלט פאר די סטאדי, נאר אים געגעבן געלט ער זאל מאכן פרישע סטאדיס.
די סטאדי אין די לאנצעט פעיפער ווערט אנגערופן א קעיס סטאדי וואס קען בכלל נישט אויפווייזן קיין שום זאך, און וואלט קיינמאל נישט געקענט גענוצט ווערן אין קאורט.
א קעיס סטאדי איז די ערשטע פוינט וואו דאקטוירים זאגן וואס זיי האבן געזען, און ווייטערדיגע סטאדיס דארפן עס באשטעטיגן אדער אפווארפן.
אין פאקט האט דער הויפט אנפירער פון די סטאדי Professor John Angus WALKER-SMITH צוריק באקומען זיין מעדיקעל לייסענס נאך א געראנגל אין געריכט וואו ער האט אויפגעוויזן די ליגנטס פון ברייען דיר. בעת ענדי וועיקפיעלד האט פשוט נישט געהאט די פאנדן צו באצאלן פאר א לויער. זעסטו שוין וויפיל געלט ער האט געמאכט דארט.....

און שפעטערדיגע שטודיעס האבן קלאר איבערצייגט אז דר' ענדראו וועיקפיעלד איז טאקע יא געווען גערעכט.

~~~~~מקורות~~~~~

https://www.autisminvestigated.com/the- ... wakefield/
http://barbshealthblog.blogspot.com/201 ... d.html?m=1
https://www.ebcala.org/areas-of-law/vac ... misconduct
https://www.bbc.com/news/health-17283751
https://www.telegraph.co.uk/news/health ... k-off.html

it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מזל טוב צום געבורט פון א פרישע אשכול איבער וואקסינען

מנהלים/אחראים, צייט צו שמעלצן
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תוספות »

בעזהשי"ת.

צולייגער האט געשריבן:הערליך, they have much more time than you do.

בעסער הייב נישט אן איינס אויף איינס, ווייל אויף יעדע תגובה פון דיר קומט צוואנציג מאל לענגערע, ווי מען שמועסט ס"ה איבער אלעס וואס מען האט שוין געזאגט, באגלייט מיט א פרישע ראי' פון עפעס א דראפאוט בלאגער.

לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

צולייגער האט געשריבן:הערליך, they have much more time than you do.

בעסער הייב נישט אן איינס אויף איינס, ווייל אויף יעדע תגובה פון דיר קומט צוואנציג מאל לענגערע, ווי מען שמועסט ס"ה איבער אלעס וואס מען האט שוין געזאגט, באגלייט מיט א פרישע ראי' פון עפעס א דראפאוט בלאגער.

איך וויל שרייבן אן ארטיקל ״וויאזוי רעדט מען צו אן אנטי וואקסעניסט״ אבוויעסלי פעלט אויס טרעינינג דערויף, האפענטליך ביי די נעקסטע חאגע אי״ה
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

נעה, ס'דא וויכטיגערס וואס כ'וויל הערן פון דיר. זיי קען מען דזשאסט איגנארן.
געשטימט פאר ראשעק הול
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תוספות »

הערליך האט געשריבן:
תוספות האט געשריבן:בעזהשי"ת.

הערליך האט געשריבן:אין 2001, האט די Institute of Medicine's Immunization Safety Review Committee ארויסגעגעבן א באריכט מיט די מסקנה אז עס זענען נישט פארהאן גענוג באווייזן צו אויפווייזן
אדער אפווענדן
די טענה אז טיימעראסאל אין וואקסינען פאראורזאכט אוטיזם, אטענשען דעפעציט הייפערסענסיטיוויטי דיסארדער, אדער רעדן אדער שפראך פארשפעטיגונג.

הערליך האט געשריבן:געוויסע פארעמען פון אינפלוענזע וואקסינען וואס זענען פארהאן אין מולטי-דאזע פלעשלעך קענען יא פארמאגן דעם פרעזערוועטיוו.

זעהסט? דא כאפט דער חילוק צווישן מענטשן וואס טראכטן נארמאל, און מענטשן וואס זענען קאנספירעסי טעראטיקער, נארמאלע מענטשן ווען איינער קומט פארקויפן א שטוינענדע מעשה ווי למשל אז בוש האט אראן געווארפן די צווילינג בנינים, וועלן זיי פרעגן פראף, ביי קאנספירעסי טעראטיקער איז פארקערט, קודם גלויבט מען יעדע טשאדעלע באדעלע מעשה עז לאנג עז איטס א קרעיזי אינאף טיערי, און אז דו ווילסט גאר אפלייקענען דארף מען אים גאר ברענגען פראף אז סאיז נישט אמת, ווילאנג מען ברענגט נישט קיין פראף שווארץ אויף ווייס אז בוש האט נישט אראפ געווארפן די בנינים, וועט ער עס גלויבן, סארי מיין פריינד, עס ארבייט נישט אזוי, ווער עס איז אויפגעקומען מיטן געבעקס אז דאס ברענגט אונטיזם, דער זאל עס פראוון, ביז דעמאלטס איז עס ביי מיר מוחזק קאנספירעסי לייק אלל אדער קאנספירעסיס

און אז רבנים וועלן זאגן אז א פראדוקט איז בספק טריפה, וועסטו עס אויך עסן? און וואס איז מיט חמירא סכנתא מאיסורא?
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

שכוח מר. הערליך, ארטיקעל נאה לשמיך,
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תוספות »

בעזהשי"ת.

צולייגער האט געשריבן:הערליך, they have much more time than you do.

בעסער הייב נישט אן איינס אויף איינס, ווייל אויף יעדע תגובה פון דיר קומט צוואנציג מאל לענגערע, ווי מען שמועסט ס"ה איבער אלעס וואס מען האט שוין געזאגט, באגלייט מיט א פרישע ראי' פון עפעס א דראפאוט בלאגער.

אין אנדערע ווערטער = טענה דיך נישט, ווייל דו וועסט עניוועיס בלייבן אומגערעכט.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תוספות »

בעזהשי"ת.

הערליך האט געשריבן:א גרויסע צאל פארשונג שטודיעס זענען דורכגעפירט געווארן אפצושאצן די זיכעהייט פון די MMR וואקסין, און קיין איינע פון זיי האט נישט געפינען קיין פארבינדונג צווישן די וואקסין און אוטיזם.

מצפים לישועה האט געשריבן:http://www.hisunim.org.il/images/docume ... buttal.pdf
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

תוספות האט געשריבן:און אז רבנים וועלן זאגן אז א פראדוקט איז בספק טריפה, וועסטו עס אויך עסן? און וואס איז מיט חמירא סכנתא מאיסורא?

This is coming from the same person who wrote publicly that Rabunim have no idea what they are talking about, you must have some nerve
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תוספות »

בעזהשי"ת.

הערליך האט געשריבן:
תוספות האט געשריבן:און אז רבנים וועלן זאגן אז א פראדוקט איז בספק טריפה, וועסטו עס אויך עסן? און וואס איז מיט חמירא סכנתא מאיסורא?

This is coming from the same person who wrote publicly that Rabunim have no idea what they are talking about, you must have some nerve

ווייס איך נישט וואס דו מיינסט צו זאגן, סך הכל וואס איך האלט לגבי רבנים אז די רבנים וואס האלטן פון וואקסינען ווייסן פשוט נישט די מציאות, און זיי גלייבן דאקטוירים אויפן ווארט. דאס מיינט אין דיינע אויגן אז בכלליות ווייסן זיי נישט וואס זיי רעדן?
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

אנטשולדיגט פארן זיך טרעפן, א גוטע וואך.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

הערליך האט געשריבן:אנטשולדיגט פארן זיך טרעפן, א גוטע וואך.

שוין, איך זעה אגרי'סט שוין צו מיר.

בלייבט נאר איבער צו זעהן וועלכע טעמע קומט נעקסטע חאגע...
געשטימט פאר ראשעק הול
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

עפ"י תקנת המקום טאר א פרוי דא נישט שרייבן

איך בין 100% אז איינער דא איז א פרוי שרייבער און איך שאץ אז זי וואוינט אין מאנסי, (איך האב אויף דעם כמה סאטיסטיקס מיט לינקס :lol: ,) אבער בעיקר נישט שייך במציאות שבעולם א מאן זאל האבן אזא שרעקליכע היסטעריע איבער די נושא פין ווקאסינען, די גאנצע ראטעווען די וועלט פין די בארבארישע נעגל, די שווארצע רוחות וואס מען זעט בהקיץ, די שטארקע כח הדמיון, די בלאזן, וכו' צייגט אויף א קלארע באווייז אז א פרוי האט דא עובר געווען די תקנת המקום מסתמה אלטץ פיקוח נפש דוחה הכל, יא עס איז דא מענער וואס זענען אנטי וואקסינען באט מענער נעמען די זאכן אויף א אנדערע אופן, דא הערשט עפעס א מייז קאקערוטש ספיידער היסטעריע

מען קען שוין מער נישט רעדן דא סיי וואס פין קינדער, מעדיצינען, דאקטוירים, אין טישאוס, און אפי' נישט פין טיי, אדער קנאבעל, טאמער דערמאנסטי אפי' הסתר בתוך הסתר דא א ווארט פין סיי וואס איך האב אויסגערעכענט באקומסטו א גאנצע טאץ לינקס בחנם
לעצט פארראכטן דורך פרידן אום זונטאג נאוועמבער 25, 2018 3:52 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”