איינגעזייערטע בארשט פיקל וכדומה fermented

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

בבל
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

איינגעזייערטע בארשט פיקל וכדומה fermented

תגובהדורך בבל » זונטאג נובעמבער 18, 2018 4:00 pm

אזוי ווי איך מאך כסדר פערמענטעט פוד וואס האט אסאך וויטאמין אין האט גוטע באקטעריע אין איז גוט פאר יוסט /קאנסטפעישן /פארדייען עסן / אין נאך
עס קומט אזוי אז מען סיעלט די באטל אין מען לייגט אויבן air lock וואסער אזוי ווי די בילד עס קען נאר ארויסגיין לופט

ווער עס האט רעסעפיס /געדאנקען /עצות /אין נאך איז דא די אשכול אויסצושמיסן
מען קען מאכן בארשט /סאוער פיקל /צוויבל זאפט /קנאבל /מייערן /אין נאך

בארשט איז זייער גיט פאר קאנטפעישן/ יוסט / פארדייען. עס איז גוט צי נעמען אויף א ליידיגע מאגן
סאוער פיקל איז א ביליגע וועג צי מאכן סאוער פיקל געזינט אין ביליג
צוויבל זאפט פאר אינפעקשן
קנאבל איז א גאר געזונטע power וויטאמין פאר אינפעקשן אונז נוץ מיר עס פאר סטרעפט


https://www.pickl-it.com
איך לייג ארויף בילדער פין אונטער מיין סינק אין מיין פריזשעדער
צוגעלייגטע
20181118_145925.jpg
20181118_145925.jpg (628.89 KiB) געזעהן 917 מאל
20181118_150115.jpg
20181118_150115.jpg (600.36 KiB) געזעהן 917 מאל
לעצט פאראכטן דורך בבל אום זונטאג נובעמבער 18, 2018 5:33 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2699
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג נובעמבער 18, 2018 4:04 pm

וואו קויפסטו אזא פערמענטינג דעקל?
בוי זיך זעלבסט

בבל
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

רעסעפי בארשט

תגובהדורך בבל » זונטאג נובעמבער 18, 2018 4:10 pm

פאר 3 ליטער דזשאר
בארשט
פרישע צוויקל בעסער ארגעניק 2 פונט אביסל צישטיקלט. אכט קאפס פילטערט וואסער ציזאמגעמישט מיט 19 גראם ים זאלץ אויסמישן די זאלץ וואסער ווי לאנג עס ווערט צילאזט די זאלץ אין אריינגיסן אויף די צוויקל ביז 1 אינטש פאר אויבן פין די באטל. דאן סיל די באטל אין לייג די air lock מיט וואסער אין לייג עס אין א טינקעלע קילע פלאטץ אינטער 68 פערנהייט אבער נישט צי קאלט פאר מינמעם 10 טעג לכתחילה 3 וואכן נישט מער דאן לייג עס אין גלאזערנע געסילטע באטלך אין פריזדער אין טרינק עס געזינטערהייט הייב אן מיט ווייניג

בבל
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » זונטאג נובעמבער 18, 2018 4:12 pm

צו געזונט האט געשריבן:וואו קויפסטו אזא פערמענטינג דעקל?

אדער ביי https://www.pickl-it.com דארט קענסטי זען רעסעפיס
אין ק'' י 845-783-9101
ביים טובלען די באטעל אדער ביים אויסוואשן טאר מען נישט צי נעמען די אייזענס
לעצט פאראכטן דורך בבל אום זונטאג נובעמבער 18, 2018 4:15 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
Graphic24
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » זונטאג נובעמבער 18, 2018 4:13 pm

איך האלט גראדע אינמיטן דעזיינען א בראשור מיט די אלע סארט פערמענטעד דזשוסעס פאר א קלייענט מיינער וואס פארקויפטעס, ער האט דארט א דיטעילד ליסט פינקטליך וועלכע געטראנק איז די רפואה פאר וועלכען מחלה / מיחוש, ס׳קוקט מיר אויס אז די דאזיגע געטראנקען זענען גאר שטארקע נאטירליכע רפואות פאר פיהל זאכן...
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

בבל
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » זונטאג נובעמבער 18, 2018 4:18 pm

Graphic24 האט געשריבן:איך האלט גראדע אינמיטן דעזיינען א בראשור מיט די אלע סארט פערמענטעד דזשוסעס פאר א קלייענט מיינער וואס פארקויפטעס, ער האט דארט א דיטעילד ליסט פינקטליך וועלכע געטראנק איז די רפואה פאר וועלכען מחלה / מיחוש, ס׳קוקט מיר אויס אז די דאזיגע געטראנקען זענען גאר שטארקע נאטירליכע רפואות פאר פיהל זאכן...

פרעג אים צי מען קען דא מזכה זיין דא די עולם מיט אינפארמאציע אפשר קען ער דא עטווטייזן
זאג מיר אויך צי איך זאל טוישן דא די קעפל איך בין שוואך אין ספעלינג

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2507
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » זונטאג נובעמבער 18, 2018 4:20 pm

צו געזונט האט געשריבן:וואו קויפסטו אזא פערמענטינג דעקל?


Osso's hardware

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2699
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג נובעמבער 18, 2018 4:25 pm

דער 783-9101 נעמט אזויפיל אוואו אנליין אדער טייערער?
בוי זיך זעלבסט

בבל
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » זונטאג נובעמבער 18, 2018 4:29 pm

צו געזונט האט געשריבן:דער 783-9101 נעמט אזויפיל אוואו אנליין אדער טייערער?

בערך די זעלבע איך האב שוין געקויפט ביי ביידע. איך האב שוין לאנג נישט געקויפט איך קען נישט אויסוענדיג די פרייזן

אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

תגובהדורך yield » זונטאג נובעמבער 18, 2018 4:45 pm

די באטל מאכט עס זאל נישט שימלען?
yield the right of way

בבל
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

סאוער פיקל רעסעפי

תגובהדורך בבל » זונטאג נובעמבער 18, 2018 4:48 pm

מעגליך אז די רעסעפי איז נישט 100 % ריכטיג. אזוי מאך איך עס
פיל אן די באטעל מיט פרישע אויס געוואשענע פיקל לייג אריין צווישן די פיקל צוויבל ( איך נעם 1 גרויסע צוויבל אין צישנייט עס )בערך 2 לעפליך פיקלינג ספייס .
33 גראם ים זאלץ פאר 4 קאפס פילטערט וואסער( אויב מער וואסער לייג מער זאלץ לויט די רעשיא פין 33 גראם פאר 4 קאפס )אויסמישן ביז די זאלץ ווערט. דערנאך גיס אריין די זאלץ וואסער אין די דזשאר וואס האט שוין פיקל צוויבל אין פיקלינג ספייס גיס ביז 1 אינטש פאר די טאפ סיל עס לייג עס אינטער 68 פערנהייט נאך בערך א וואך עפן עס( די וואסער אויבן ביי די עיר לאק טאר נישט ווערן שיף נעם עס אראפ ווען די עפנסט עס ) לייג צי קנאבל אין לייג עס אריין אין פריזשידער אין נאך א וואך 2 ניץ עס געזינטערהייט
לעצט פאראכטן דורך בבל אום זונטאג נובעמבער 18, 2018 4:59 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2699
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג נובעמבער 18, 2018 4:50 pm

די לופט וואס גייט ארויס נעמט מיט די אקסידזשן וואס מאכט שימלען
בוי זיך זעלבסט

בבל
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » זונטאג נובעמבער 18, 2018 4:54 pm

yield האט געשריבן:די באטל מאכט עס זאל נישט שימלען?

יא עס איז געמאכט ספעשיל עס זאל נישט שימלען נארמאל שימעלט עס נישט מיט די וועג עס מאכט זיך צימאל ווייניג מאל( מעגליך ווייל אנהייב פלעג איך אראפנעמען די אייזענס ביים טויבלן אין ביים וואשען )אז עס קיקט אדער שמעקט נישט גיט אין מען לייגט עס אין מיסט
לעצט פאראכטן דורך בבל אום זונטאג נובעמבער 18, 2018 5:24 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ביידעלע
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2018 11:38 am

תגובהדורך ביידעלע » זונטאג נובעמבער 18, 2018 5:08 pm

יש"כ בבל פארן עפענען אזא חשובע אשכול.
שוין א לאנגע צייט וואס איך האב אנגעהויבען צו מאכע פערמענטעד עסען אבער איך האב נישט די air lock דעקעל נאר איך ניץ אן אנדערע מעטאד. נעמליך אז וואס מען פערמענט דארף זיין אינגאנצען איינגעטינקען אין דעם זאפט. למשל ביים מאכען בארשט פלעגט זיין אנגענימען אז די צוויקל ברויך שימלען, אבער איך האב לעצטענס געליינט אז דאס איז נישט וויכטיג און מען קען דאס פארמיידען דורך אויפלייגען א זאך וואס וועגט און דאס האלט אפ די צוויקל פון ארוסשטעקען העכער די וואסער במילא ווערט דאס נישט פארשימעלט אבער עס פראדעצירט פונק אזא גוטען בארשט ווי מיט די שימעל.
דאס זעלבע טוה איך ביים איינזויערען קרויט צו מאכען sauerkrout נאכדעם ווי מען גיסט ארויף זאלץ אויף די קרויט און מען לאט עס שטיין פאר בערך א האלבע שעה, גיבט די קרויט ארויס פליסיקייט און ווען מען טוט אויס אביסעל מער אויסקנעטען און אראפדריקען די גאצע קרויט אין דעם jor וועט די קרויט ווערן איבערגעדעקט מיט אן אייגענעם זאפט. דערנאך לייגט מען אריין א קליינע פלעסטיג בעג אנגעפילט מיט וואסער און דאס האלט ארפ אז די קרויט זאל בלייבן אונטער די אייגענע זאפט. מען לאזט דאס שטיין פאר בערך א וואך און מען האט פיינע געשמאקע זויער קרויט. עס קען זיך האלטען פאר פאר וואכען אין פרידשעדער. עס עסט זיך זייער גוט מיט פלייש וכדומה און העלפט די קייען און פארדייען.
מיט זויערע פיקעל האב איך ביז דערווייל נישט מצליח געווען. יעדעס מאל ווען איך האב פראבירט צו איינזויערען פיקעל האט זיך עס געענדיק מיט צוגאנגענע mushy פיקעל. בידערווייל האב איך אנגעהויבען צו איינזויערערן green beens און דאס ב"ה קומט אויס זייער גוט. עס איז געווארן די נומבער 1 ארטיקעל ביי מיר און היים און עס פארגרינגערט דאס אנפיטערן פלייש פאר די קינדער.
מיין פראגע איז אויב די air lock העלפ אז די פיקעלס זאלען בלייבן הארט און crunchy ביזען סוף?
נקוט כלל זו בידך! ווען מען פערמענט א נייע בעדזש אויב לייגט מען צו אביסעל זאפט פון די אלטע בעדזש וועט עס נעמען אסאך שנעלער און עס וועט אויסקימען אסאך בעסער בעזהשי"ת.
בדרך אגב אין וויליאמסבורג איז אייביג דא רעדי אויפגעשטעלטע בארשט אין היכל ישעי' אויף בעדפארד עוו. מענטשען קומען דארט אריין ווען אימער און זענען זיך מחי' מיט א קאלט גלעזעל אויפגעשטעלטע בארשט. ברם זכור אותו איש לטוב ר' יעקב זילבערשטיין נ"י וואס געט זיך אפ מיט דעם. ער ניצט אפילו ארגעניק צוויקל און sea salt דאס א הערצושטעלן. יש"כ.

בבל
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » זונטאג נובעמבער 18, 2018 5:16 pm

צי מאכן קריספי די פיקל איז 1 וואך אינדרויסן 68 f אין נאכדעם אין פריזדער
רוב מאל קימט עס אויס קראנטשי אין קרספי די קינדער עסן וויפל מען געט זיי
די גאנצע באטל גייט ביי מיר אויס די זאפט מיט די פיקל
לעצט פאראכטן דורך בבל אום זונטאג נובעמבער 18, 2018 5:23 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

בבל
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » זונטאג נובעמבער 18, 2018 5:22 pm

מיסס גערטנער אלמנות הרה''ח ר'מענדיל ע' 'ה פין די ציגעלע פארם אין קרית יואל פארקויפט רעדי גרייטע פארמענטט בארשט אין מעגליך נאך זאכן
845-783-3700
די העלט פוד סטארס פארקויפן לעצטנס אויך

מען קען האבן א געוואלט אינפארמאציע אין רעסעפיס https://www.pickl-it.com

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1748
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » זונטאג נובעמבער 18, 2018 6:11 pm

לעצטענס איז דא צו באקומען פערמענטעד מאכלים פון ק"י אין טייל ברוקלינער קלייטן -- פיקעל, מייערן, זויער קרויט, צוויקל, גרין בינס, וכו'.
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט! פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

בבל
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

עקזעמע

תגובהדורך בבל » זונטאג נובעמבער 18, 2018 6:15 pm

עקזעמע
פארגעסן צי שרייבן ווי אזוי איך האב אנגעהויבן מיט די גאנצע זאך
מיין 6 חדשים קינד האט געהאט שטארקע עקזעמע ובפרט אויפן פנים איך קען נישט ציריקקיקן אויף די אלטע בילדער נאכן טרייען אסאך קרימס אין גיין צו קשוף מאכערס וואס קענען פילן אויפן טעלעפאן אין נאך האט איינער אינץ געזאגט אז מען זאל טרייען בארשט דורך די סיסטעם. נאך א שטיק צייט נעמען איז נישט געבליבן קיין זכר פין די גאנצע זאך ב. ה.

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג נובעמבער 18, 2018 7:41 pm

דאס קען מען נעמען צוזאמען מיט CBD אויל?

פראהביטש
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

תגובהדורך פראהביטש » זונטאג נובעמבער 18, 2018 7:49 pm

מרעדט שוין עפעס דערפין...

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=17058

בבל
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » זונטאג נובעמבער 18, 2018 10:28 pm

פראהביטש האט געשריבן:מרעדט שוין עפעס דערפין...

viewtopic.php?f=3&t=17058

דארט רעדט מען פין א גאנץ אנדערע זאך דארט רעדט מען פין מאכן בארשט פאר פסח אין וויאזוי אראפצינעמן די שימל...

דא ביי אינץ איז אינגאנצן נישט דא קיין שימל דעס איז געמאכט פאר א גאנץ יאר פאר געזינטהייט עס איז א נייע אויסטרעף אז עס ווערט געמאכט אן שימל א געזינטע באקטעריע די אויסטרעף פין לייגן אויבן וואסער אז ליפט קען נאר ארויסגיין אין נישט אריין
לעצט פאראכטן דורך בבל אום זונטאג נובעמבער 18, 2018 10:33 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

תגובהדורך yield » זונטאג נובעמבער 18, 2018 10:32 pm

הרב בבל דו האסט א רעסיפי פאר טורמעריק?
yield the right of way

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: jersey city
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » זונטאג נובעמבער 18, 2018 10:36 pm

yield האט געשריבן:הרב בבל דו האסט א רעסיפי פאר טורמעריק?

ס'איז דא עס צו באקומען פרישערהייט אין נ''י געגענט?
האט איר א איבריגע מיניט? פירט אויס א שידוך דורך לזווג http://lezaveg.com

אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

תגובהדורך yield » זונטאג נובעמבער 18, 2018 10:38 pm

איך ווייס נישט, פון ווי האט עס מרת גערטנער?
yield the right of way

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: jersey city
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » זונטאג נובעמבער 18, 2018 10:43 pm

yield האט געשריבן:איך ווייס נישט, פון ווי האט עס מרת גערטנער?

סתם איז עס נישט דא אין גראסערי, אפשר אין מארקעט, אגב עס איז משפחה מיט איגבער GINGER
האט איר א איבריגע מיניט? פירט אויס א שידוך דורך לזווג http://lezaveg.com


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט