אלעס איבער די שעדליכע לייכטונג וואס ווערט היינט גענוצט אין אלע תלמוד תורה'ס, בתי מדרשים און די שרעקליכע corruption

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » זונטאג נובעמבער 04, 2018 12:59 pm

Kosher Travel האט געשריבן:און די אלע טראפנס וואס ער פארקויפט, דאס איז דאך א סימן אז עס ארבייט!

אלעקס דזשאונס זאגט אויך אזוי
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

לעכטיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

תגובהדורך לעכטיגער » זונטאג נובעמבער 04, 2018 1:07 pm

נישט קיין ווערטל, איך האלט באמת אז ס'ליגט מער אמת אין די אנטי באלב טעאריע ווי אין אין די אנטי וואקסין.. (כ'מיין נישט די עצם באלב.. פאר די געלט קען איך זיין אנטי וואקסין.. כ'מיין די חלק אז אמאל האט מען געלעבט מסודר אין נישט אויף געווען שפעט אין די נאכט)
נאכאמאל, איך רעד טעארעטיש
אין ריאליטעט ארבעט ביי אונז די לעקטער ביז שפעט אין די נאכט אריין..
אין די קינדער זענען וואקסינירט אפ טו דעיט ב"ה..

תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובהדורך תוספות » זונטאג נובעמבער 04, 2018 8:53 pm

קודם כל, א יישר כח פאר ר' טוט זיך און ר' בנציון פארן זיך אננעמען פאר מיין כבוד וועגן.

אבער יאך פארשטיי גענצליך נישט וואס אזוינס דא קומט פאר, סך הכל האב איך געטראפן אפאר אלטע תגובות וואס איך האב געטראכט אז עס קען זיין אינטערעסאנט פאר די ליינער דא. און אויב האלט איינער אז איך האס געמאכט א טעות, קומט מיר שוין פארדעם סקילה מיט שריפה ביינעזאם?.
לעצט פאראכטן דורך תוספות אום זונטאג נובעמבער 04, 2018 11:21 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1631
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » זונטאג נובעמבער 04, 2018 9:36 pm

תוספות האט געשריבן:קודם כל, א יישר כח פאר ר' טוט זיך און ר' בנציון פארן זיך אננעמען פאר מיין כבוד וועגן.

אבער יאך פארשטיי גענצליך נישט וואס אזוינס דא קומט פאר, סך הכל האב איך געטראפן אפאר אלטע תגובות וואס איך האב געטראכט אז עס קען זיין אינטערעסאנט פאר די ליינער דא. און אויב האלט איינער אז איך האס געמאכט א טעות, קומט מיר שוין פארדעם סקילה מיט שריפה ביינעזאם.

וואס האסטו שוין מוסיף געוועהן נאכאמאהל?
אבער ישר כח פאר די bump.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1631
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » זונטאג נובעמבער 04, 2018 9:38 pm

לעכטיגער האט געשריבן:נישט קיין ווערטל, איך האלט באמת אז ס'ליגט מער אמת אין די אנטי באלב טעאריע ווי אין אין די אנטי וואקסין.. (כ'מיין נישט די עצם באלב.. פאר די געלט קען איך זיין אנטי וואקסין.. כ'מיין די חלק אז אמאל האט מען געלעבט מסודר אין נישט אויף געווען שפעט אין די נאכט)
נאכאמאל, איך רעד טעארעטיש
אין ריאליטעט ארבעט ביי אונז די לעקטער ביז שפעט אין די נאכט אריין..
אין די קינדער זענען וואקסינירט אפ טו דעיט ב"ה..

עס איז אמת. אונזער לעבען איז בכלל נישט געזונט. איך האב אמאהל געהערט פון קאשוי רב זצ"ל, וואס מיינט איהר, אינדערהיים איז מען געווען מלאכים? עס איז נישט געוועהן קיין לעקטער. מען איז אהיימגעקומען פון מעריב, מען האט טועם געוועהן עפעס א פרי און זיבן דרייסיג איז מען געשלאפן. אבער דריי דרייסיג פארטאגס איז די שוהל געווען פיהל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1764
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » זונטאג נובעמבער 04, 2018 10:28 pm

צענטער פאר פארשונג פון נאטורליכע געזונטהייט באריכט:
קאושער טראוועל'ס נאטורליכע "שמייכל טראפן" שטעלט זיך ארויס צו זיין אויסטערליש עפעקטיוו.

די וועג ווי אזוי עס ארבעט איז אז דער מח ווערט סטימיוליזירט און אנגעצינדן פונעם קאראפטירטן קעפל, וואס דאס ברענגט א באלדיגע 4 פאכיגע רעאקציע אויסגעשפרייט איבער פארשידענע חלקים פונעם קערפער, צום ערשט טוען די פינגערס גאר האסטיג קליקן דעם אייוועלט לינק, ביז א מילי סעקונדע טוישט זיך די ריטעם פונעם אטעם און עס הייבט אן צו ארבעטן מיטן זעלבן האסטיגען אימפעט ווי די האנט קליקס, א סעקונדע שפעטער טוען זיך די אויגן אנשטרענגן - איך מיין צו זאגן זיי קוקן גאר ערענסט און "שטרענג" - אויפן סקרין בעת טיפע ווערטיקאלע קנייטשן פארמירן זיך אויפן שטערן צווישן די צוויי אויגן.

דאן קומט א אויפלאזונג און פארדעכטיגונג סעסיע, דאס פאסירט געווענטליך ווי באלד מען הייבט אן צו ליינען א קליין ביסל, דער מח הייבט אן ארויסצושיקן פארשידענע סיגנאלן אז "סאמטינג פישי" (וואס דאס הייבט דראמאטיש די אמעגא 3 שטאפלן) עפעס טיפער וויל דא דער שרייבער, לויט ווי די פארשער האבן באאבאכטעט קען מען באלד זען ווי די קנייטשן צווישן די אויגן גראדן זיך אויס, און די צוויי עקן פונעם מויל הייבן זיך אן צו נויגן לייכטערהייט אין די באקאנטע שמייכל פאזיציע, בעת וואס א פארדעכטיגטע מינע שוועבט נאך אלץ אויפן געזוכט.

אבער ווי די פארשער באטאנען קומט די עיקר בענעפיטן פונעם דריטן פאזע, דאס איז ווען די גאנצע קערפער נעמט אנטייל אין די פראצעדור, די שטים בענדער פון אינעווייניג געבן ארויס נאכאנאדע הא הא הא קלענגען, בעת וואס די בויך וואקעלט זיך גאר שנעל אהין אין צירוק, די הענט האקן אויפן טיש און אלע מוצאי הפה שרייען "אייזן גוט, דער איז גוט, דער איז גוט" עס ווערט שטערקער און שטערקער די פיס שאקעלט זיך און ריטשקעלעך טרערן הייבן אן ארויסצושפארן פון די אויגן ביז די גאנצע גוף געט א פלאץ אנידער און עס ווערט מקיום דבקה לארץ בטנינו...

מקור:
פסוק במשלי שהשמחה מעלה רפואה, ואיני זוכר כעת המקום בדיוק
וואס האב איך נאר געוואלט זאגן?

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 662
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » זונטאג נובעמבער 04, 2018 10:30 pm

דער דערבארומדיג'ער'ס 'כח הדרוש' איז ענדלאז...
הוי 'מחשב'...

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » זונטאג נובעמבער 04, 2018 10:43 pm

Kosher Travel האט געשריבן:
בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:אנטשולדיגט ר' לעכטיגער,
איר האט נישט געזען די אנדערע וואקסין אשכול, צו פארשטיין וואס דער גרינדער פון דעם אשכול האט געוואלט, אדער זענט איר אויך פארביסן קעגן די מענטשן וואס נעמען זיך די חוצפה צו ניצן זייער אייגענע קאפ.
שער אשכול האט מאל און ביטע שטעל נישט אראפ דא כאילו kosher travel האט נישט וואס צו טאן מיט'ן איז נאר צו שרייבן נארישקייטן.

ווער עס האט אביסל געליינט דעם וואקסין אשכול ווייסט אז kosher איז עלטער פון דעם...

בנציון, ישר כח פאר דיינע ריכטיגע ווערטער.
ווי אויך א ישר כח פאר ר' לעכטיגער, באמת א ריכטיגע ניק צו אונזער נושא.
איצט א שטיקעלע לימוד גמרא... יש נוחלין ומנחילין, נוחלין ולא מנחילין.
לעינינו:
יש פרא וואקסין וג"כ פרא לייטס
יש פרא וואקסין ואנטי לייטס.
יש פרא לייטס ואנטי וואקסין.
ויש אנטי לייטס ואנטי וואקסין.

אבער... טייערע חברים,
לאמיר לאזן די וואקסין דעבאטע ביי די וואקסין נושא.
דא לאמיר רעדן פון די סכנה פון לייט באלבס.

און איך בעט איעדן צו נוצן זיין אייגענע שכל. אויב האט איהר נאך נישט קיין שטעלע אין די נושא, דארפט איהר נישט כאפן. איהר זאלט עס גיט אדורכטוהן און נוצן אייער אייגענע שכל. מען קען גיין אויף גוגל, און עס אליינס שטודירן. בכלל היינט, ווען די אינטערנעט איז אפן און מען קען אפילו ניצן Google Translate צו פארשטיין די שווערע ענגליש. סתם בלויז ווייל איעדער ביהמ"ד installed די שטארקע LED לייטס, מיינט נאך נישט אז עס איז גיט פאר אונז. עס קען קומען מחוסר ידיעה, עס קען קומען ווייל זיי זענען אינטערגעקויפט פין די Utility Companies וואס געבן גרויסע rebates ווייל זיי ווילן מען זאל ניצן ווייניגע לעקטער. איך וועל נאר נוצן די וואקסין אלטץ א משל. איעדער ווייסט אז די insurance companies פראבירן ווי ווייניגער צו באצאל. מען דארף פרי עפראווען רוב זאכן (אויב האט איהר מעדיקעיד זענט איהר lucky). די היינטיגע גאר טייערע medical insurance ווי Oxford דרייען זיך ארויס פון באצאלע כמעט איעדע זאך. נו ווי קומט אז זיי באצאלן פלוצלינג אלע וואקסינס? זייער אפציעלע הסברה איז אז אזוי וועלן זיי זיך שפארן מיליאנען א יאהר, ווייל מענטשען וועלען נישט קראנק ווערען פון די זאכן וואס די וואקסינס וועט זיי אפהיטן. אבער מען דארף נישט זיין קיין נער צו פארשטיין אז זיי מיינען נישט אונזער טובה. די נמשל... פארוואס זאל די עלעקטריק קאמפאני וועלן מיהר זאלן שפארן עלעקטריסיטי? זיי מיינען פלוצלינג אונזער טובה? זיכער נישט!

איך בעט ענק נאכאמאהל צו גיין צי די לינק אין די ערשטע תגובה פון די אשכול ווי איך ברענג פון דאקטאר מערקאלע, פון די גרעסטע נאטורליכע דאקטוירים אין די וועלט. עס איז דא וואס קענען איהם בלויז פון זיין שיטה אנטקגעגן וואקסינס. אבער ער איז אויך אנטקעגן לייט באלבס. ועוד. אי"ה כשירחיב וועל איך שרייבן פון די אלע אנדערע סכנות וואס דער דאקטאר האט שטודירט.


ביטע נישט גיין אויף די אינטערנעט סערטשן, אלע סקרינס ארבעטן מיט led ,איר וועט זיך שוין אינגאנצן פארסמען מיט די שעדליכע שטראלן פארן געוטאר ווערן דעם אמת

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 10:10 am

יואל שרייבער האט געשריבן:
ביטע נישט גיין אויף די אינטערנעט סערטשן, אלע סקרינס ארבעטן מיט led ,איר וועט זיך שוין אינגאנצן פארסמען מיט די שעדליכע שטראלן פארן געוטאר ווערן דעם אמת

אויך נישט אונגאנצען אמת קוק נאר וואס מייק מייערס זאגט דא
וועט איר זען אז נישט אלע סקרינס זענען LED יש ויש

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1631
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 5:26 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:צענטער פאר פארשונג פון נאטורליכע געזונטהייט באריכט:
קאושער טראוועל'ס נאטורליכע "שמייכל טראפן" שטעלט זיך ארויס צו זיין אויסטערליש עפעקטיוו.

די וועג ווי אזוי עס ארבעט איז אז דער מח ווערט סטימיוליזירט און אנגעצינדן פונעם קאראפטירטן קעפל, וואס דאס ברענגט א באלדיגע 4 פאכיגע רעאקציע אויסגעשפרייט איבער פארשידענע חלקים פונעם קערפער, צום ערשט טוען די פינגערס גאר האסטיג קליקן דעם אייוועלט לינק, ביז א מילי סעקונדע טוישט זיך די ריטעם פונעם אטעם און עס הייבט אן צו ארבעטן מיטן זעלבן האסטיגען אימפעט ווי די האנט קליקס, א סעקונדע שפעטער טוען זיך די אויגן אנשטרענגן - איך מיין צו זאגן זיי קוקן גאר ערענסט און "שטרענג" - אויפן סקרין בעת טיפע ווערטיקאלע קנייטשן פארמירן זיך אויפן שטערן צווישן די צוויי אויגן.

דאן קומט א אויפלאזונג און פארדעכטיגונג סעסיע, דאס פאסירט געווענטליך ווי באלד מען הייבט אן צו ליינען א קליין ביסל, דער מח הייבט אן ארויסצושיקן פארשידענע סיגנאלן אז "סאמטינג פישי" (וואס דאס הייבט דראמאטיש די אמעגא 3 שטאפלן) עפעס טיפער וויל דא דער שרייבער, לויט ווי די פארשער האבן באאבאכטעט קען מען באלד זען ווי די קנייטשן צווישן די אויגן גראדן זיך אויס, און די צוויי עקן פונעם מויל הייבן זיך אן צו נויגן לייכטערהייט אין די באקאנטע שמייכל פאזיציע, בעת וואס א פארדעכטיגטע מינע שוועבט נאך אלץ אויפן געזוכט.

אבער ווי די פארשער באטאנען קומט די עיקר בענעפיטן פונעם דריטן פאזע, דאס איז ווען די גאנצע קערפער נעמט אנטייל אין די פראצעדור, די שטים בענדער פון אינעווייניג געבן ארויס נאכאנאדע הא הא הא קלענגען, בעת וואס די בויך וואקעלט זיך גאר שנעל אהין אין צירוק, די הענט האקן אויפן טיש און אלע מוצאי הפה שרייען "אייזן גוט, דער איז גוט, דער איז גוט" עס ווערט שטערקער און שטערקער די פיס שאקעלט זיך און ריטשקעלעך טרערן הייבן אן ארויסצושפארן פון די אויגן ביז די גאנצע גוף געט א פלאץ אנידער און עס ווערט מקיום דבקה לארץ בטנינו...

מקור:
פסוק במשלי שהשמחה מעלה רפואה, ואיני זוכר כעת המקום בדיוק

דערבארומדיג'ער:
איך בין שוין נישט דא געוועהן א פאר טעג. וואס זאל איך אייך זאגן? איהר האט דערפרייט מיין הארץ. גאר שיין באשריבן און אנלאזירט.

למעשה... וואס האב איך געוואלט דא? א גרויסן חלק פון די אנטי וואקסין שטודיעס קומען פון א דר. מערקאלע. ער האט גרעפס מיט ראיות, מיט קלארא באווייזן ווי שעדליך עס איז. איי די מחלות זענען מסוכן? No problem! פארדעהם פארקויפט ער און די טויזענטער אלע מיני ווייטאמינען און טראפן. שוין... א גוי דארף מאכן פרנסה... אבער... ווען מען קוקט אריין בעסער, זעהט מען אז לא על וואקסינס לבדו יצא הקצף. ער האט issues מיט אלעס און אלעמען און אונזער לעבען. למשל, לייט באלבס! און אלעס איהר דארפט טוהן, איז קויפן זיינע סופלעמענטס. האב איך באשריבן זיין שיטה מיט זיינע ראיות!

און דער אמת איז, איך האב נישט געמיינט צו האבן אזא באמבאסטישע באשרייבונג. איך בין פשוט געוועהן ברוגז, האב איך גענומען אפאר מינוטין אויף מיין lunch break און געגעבן א שרייב אפ.... דערפאר איז דא אזויפיהל typos. איך האב נישט געחלומט אז עס וועט ווערן געליינט פון מער ווי צעהן אייוועלטניקערס.

ישר כח נאכאמאהל פאר דיין שיינע אנאליז!

בלי נדר, עס קומט נאך.... די סכנה פון קארטאפל, אבער עפעס ענדליך. לאמיהר קודם צירוקגיין צו דר. מערקאלע צו זעהן וואס חלום'ט ער די טעג.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
יוני
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2017 12:52 am

תגובהדורך יוני » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 3:33 pm

כ'זעה פון די תגובות אז אסאך מיינען אז דאס איז בלויז א וויץ. דער אמת איז אבער אז עס איז א ברייט אנגענומענע זאך אז Blue light איז זייער שעדליך, און קען אפילו ברענגען ח"ו די ביטערע מחלה.

סיי led lights אין חדרים און סיי די לייט פון די סמארטפאון'ס אדער קאמפיוטערס אדער לעפטאפס סקרין'ס קען זיין שעדליך אויב מען נוצט עס צו סאך.

סיי ווינדאויס און סיי עפל האבן אן אריינגעבויעטן Blue light filter. ווינדאויס בלוי לייט פילטער הייסט night lite און עפל האט אויך א בלוי לייט פילטער, כ'געדענק שוין נישט וויאזוי ס'הייסט.

עס איז דא הינדרעטע Blue light filters ווי למשל די פאפולערע f.lux און נאך אסאך אנדערע. סיי הארדוועיר און סיי סאפטוועיר.

עכ"פ די וואס האבן מורא פון וואקסינען דארפן זיכער מורא האבן פון דעם

אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

והוקע אותם תחת השמש!!

תגובהדורך יענקעלע » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 5:33 pm

שוידערליכע אויפדעקונג!!, א שנעלער סירטש אויף גוגל דעקט אויף וואס פארא קורופטירטע פאררעטער דער קאשער טרעוול איז,

דער האט פעסט אינוועסטירט אין לעכט, און זוכט אריינצורעדן דעם עולם צו נוצן לעכט אנשטאט באלבס

קיקטס וויפיל מאל די ווארט Candle ווערט דערמאנט אויף זיין סייט

https://www.google.com/search?q=site%3A ... com+candle

שומו שמים!!

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 5:34 pm

:grin:
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


aklutzkup@gmail.com

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 6:01 pm

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

תגובהדורך יענקעלע » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 6:53 pm

וואס איז די געלעכטער דא?

אפשר קענט עטס מיר מסביר זיין פארוואס ווען איינער פארקויפט טראפן טאר ער נישט זאגן זיין מיינונג איבער וואקסינס, און ווען איינעם'ס סייט פרימאוט קענדעלס איז ער נאכאלטס גענוג טראסטבאר צו זאגן א מיינונג איבער באלבס?

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1631
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 8:13 pm

יענקעלע האט געשריבן:שוידערליכע אויפדעקונג!!, א שנעלער סירטש אויף גוגל דעקט אויף וואס פארא קורופטירטע פאררעטער דער קאשער טרעוול איז,

דער האט פעסט אינוועסטירט אין לעכט, און זוכט אריינצורעדן דעם עולם צו נוצן לעכט אנשטאט באלבס

קיקטס וויפיל מאל די ווארט Candle ווערט דערמאנט אויף זיין סייט

https://www.google.com/search?q=site%3A ... com+candle

שומו שמים!!

ביסט דאך אזאך ליגנער איינער!
איך שרייב דאך ווי שעדליך די פאלטשע ליכט איז. די LED Light Bulbs. אבער איך שרייב דאך קלאהר אז די לעכט איז געזונט! די לינק וואס די ברענגסט איז דאך פאר candle lighting time!

אבער ישר כח פאר די לינק. איך טוה עס באמת appreciate'טן.

און נאך מער דיין גיטע sense of humor.

אבער אויב שוין יא... אפשר קענסטו צוברענגען אפאר פון מיינע Google Reviews???
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1631
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » זונטאג דעצמבער 30, 2018 11:34 am

איצט ווען די טעג זענען קלענער, און אויך קעלטער, איז מען מער אינדערהיים, און מען נוצט מער light bulbs, זאל מען מער אכטונג געבען.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

Jobless
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:09 pm

תגובהדורך Jobless » זונטאג דעצמבער 30, 2018 11:41 am

[quote="Kosher Travel"]איצט ווען די טעג זענען קלענער, און אויך קעלטער, איז מען מער אינדערהיים, און מען נוצט מער light bulbs, זאל מען מער אכטונג געבען.[/quote
Can you bring bulbs that's not so harmful?

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג דעצמבער 30, 2018 12:39 pm

Kosher Travel האט געשריבן:איצט ווען די טעג זענען קלענער, און אויך קעלטער, איז מען מער אינדערהיים, און מען נוצט מער light bulbs, זאל מען מער אכטונג געבען.

און די קינדער קענען נישט גיין אין סקול

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » זונטאג ינואר 06, 2019 11:33 pm

נאכאמאזעל אז מ'האט אהיים געשיקט די אומוואקסינירטע קינדער אזוי זענען זיי נישט אויסגעשטעלט צו די שעדליכע לייט באלבס
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1113
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 12:10 pm

LED ליכט שטראלן טוט שעדיגן די מעגליכקייט צו פראדוצירן די נאטורליכע מעלאטאנין הארמאן אינעם מח, און לויט איין באריכט אין א יענטישע אויסגאבע האט זיך די דריידל בשו"א נישט געוואלט דרייען אום חנוכה נאכן זיין אויסגעשטעלט צו די שארפע led ליכט. אנדערע זאגן מיט א זיכערקייט אז עס האט פאראורזאכט אן אלערגישע רעאקציע צו ליים-דיזיעס. בעת וואס די דר. אלעקסאנדער שיטה קעגנער מאכן דאס אוועק אלס נישט מער ווי פאנדאס.
הק' יום טוב חדב"ן הרה"ג קלונימוס אבימלך הלוי טייטלבוים שליט"א דומ"ץ דק"ק שעלפענעפיץ והגלילות ומלפנים אב"ד קראמפלארנא יצ"ו.


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: MCITP, געדענקסט נאך, מה ידידות און 10 געסט