איז דעלי מולטי ווייטעמין א הילף, אדער א בלאף?

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

איז דעלי מולטי ווייטעמין א הילף, אדער א בלאף?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

די נושא איז פון ווייטעמין איז גרויס און קאמפלאצירט, עס איז א מולטי ביליאן דאלער ביזנעס במילא איז דא דארט אסאך געלט וואס זאל טרייבן פאלטשע אינטערסן.

יעדע טאטע מאמע וויל דאס בעסטע פאר'ן קינד, און קיינער וויל נישט אז געלט זאל זיין א אפהאלט צו די אנטוויקלינג פון די אוצרות, אבער די דעלי ווייטעמינען קאסטן אוצרות מיט געלט.

מיין פראגע, איז דא עני קרעדיבעל סטאדי וואס זאגט אז געזינטע קינדער וואס עסן טעגליך געהעריגע פארציעס עסן נוטיגן זיך אין צוגאב ווייטעמינען? איז דא א סטאדי וואס זאגט אז טעגליכע ווייטעמינען פאר געזינטע קינדער העלפט?

איך רעדט נישט פון ספעציפישע ווייטעמינען פאר א פלו אד"ג, איך רעדט סתם נעמען ווייטעמינען לשם ווייטעמינען, איז דא עפעס דערין?

א זוך אויף גוגול האט נישט געברענגט קיין רעזולטאטען, נאר עס זאגט די פארקערטע אז עס איז ארויסגעווארפן צייט און געלט.

מיין פראגע אינקלאד ווייטעמין פון פיש אויל, ווייטעמין D, מולטי, און נאך.

ביטע לאזט איין הערן בעפאר איך דארף באצלן די חודש'ליכע דעליווערי נעקסטע וואך.
אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויי-פיי »

איך האב נישט געהערט ס'זאל העלפן, אין מצאות איז נישט שייך אפאר שטויבלך זאל העלפן פאר אלעס, ענדערש נעם ווייטעמין C אדער d וכו'
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

בשם רבי דוב לאנדא (נישט פון בני ברק. פון קראון הייטס), זאגט ער מיר אז, געוויסע וויטאמינען זענען אונטערגעשטיצט מיט שטודיעס, און געוויסע זענען בלאף.

די 'געפיל' אז מ'אינוועסטירט' אין די געזונט מיטן עסן א שטרענגע דיעטע און נעמן כלערליי וויטאמינען, מאכט מענטשען ממש עדיקטעד דערצו, נישט אומזיסט רופט מען דאס א 'העלטה נאט'
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

וויפיל און וועלכע ווייטעמינען בכלל העלפן פאקטיש יא אדער נישט, קען מען נאכקוקן מיט בלוט אדער אנדערע סארט טעסטס, אבער דאס איז אמאל קלאר, אז היינטיגע "געזונטע" עסן, איז למעשה ממש אלעס ארטיפישעל אדער געטשעפעט אויף איין וועג אדער די אנדערע, און דערום קריגט מען נישט דערפין די נוטריענטס וואס מ'וואלט געדארפט.

אנלעסס עמיצער קויפט און עסט אלעס 100% ארגעניק, קריגט ער נישט די נויטיגע נוטריענטס בלויז פינעם דייעט.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

וויי-פיי האט געשריבן:איך האב נישט געהערט ס'זאל העלפן, אין מצאות איז נישט שייך אפאר שטויבלך זאל העלפן פאר אלעס, ענדערש נעם ווייטעמין C אדער d וכו'

איך האב גארנישט מיט די "העלט אינדוסטרי" אז איך זאל האבן אן אינטערעסע עס צו דיפענדן, אבער די תגובה איז וואס מ'רופט "סתם געהאקט א טשייניק"!

קודם כל, וואס הייסט איר האט נישט געהערט? יעדער וואס נעמט וויטעמינען רופט אייך אן דערציילן די רעזולטאטן? ווער זענט איר?

און וועגן די "שטויבלעך"...

נאר ווען ס'הייסט אנטיביאטיקס אדער טיילענאל דעמאלטס ארבעט יא "עטליכע שטויבלעך"?

און ווייטעמין די אדער סי זענען דען נישט "עטליכע שטויבלעך"? ס'הייסט ווייל איר זעט א גרעסערע "פיל", מיינט דאס אז ס'איז מער אפעקטיוו?

איר ווייסט וויפיל פין יעדע דאזע מעדיצין אדער ווייטעמין איז די אפעקטיווע חלק, און וויפיל דערפין איז סתם א "פיללער"?

איר האט בכלל א מושג וויאזוי די אלע ווייטעמינען ארבעטן און וואס די רעזולטאטן דארפן צו זיין, צו וויסן אז "עטליכע שטויבלעך" זענען נישט גענוג?
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
sholom88
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 20, 2008 6:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sholom88 »

אין איין ווארט, אדער פארלאסט מען זיך אויף טראדיציענאלע מעדעצין, און מ'פאלגט די דאקטאר (אריינגערעכנט איבער וואקסין און וויטאמין), אדער איז מען קליגער פון יעדעם מיט אלע סארטן צינג דרייענישן, און מ'איז קעגן וואקסין און פרא וויטאמין.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

אַבּערוואַס האט געשריבן:וויפיל און וועלכע ווייטעמינען בכלל העלפן פאקטיש יא אדער נישט, קען מען נאכקוקן מיט בלוט אדער אנדערע סארט טעסטס, אבער דאס איז אמאל קלאר, אז היינטיגע "געזונטע" עסן, איז למעשה ממש אלעס ארטיפישעל אדער געטשעפעט אויף איין וועג אדער די אנדערע, און דערום קריגט מען נישט דערפין די נוטריענטס וואס מ'וואלט געדארפט.

אנלעסס עמיצער קויפט און עסט אלעס 100% ארגעניק, קריגט ער נישט די נויטיגע נוטריענטס בלויז פינעם דייעט.

אן טעאריע זענט איר אפשר גערעכט. אבער למעשה, מיין איך אז א גרויסער טייל פון וויטאמין-נעמער פארלאזן זיך אויף רעקלאמעס און העלט פוד-געשעפט רעקאמענדאציעס.

די ארגעניק מארקעט איז דען יא 100% ציכטיג? פאָרט אן אינדאסטריע מיט מארקעטינג והמסתעף.
(א שאלה; נישט א סטעיטמענט.)
טוט זיך...?
שר האלף
תגובות: 1053
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוט זיך...? »

sholom88 האט געשריבן:אין איין ווארט, אדער פארלאסט מען זיך אויף טראדיציענאלע מעדעצין, און מ'פאלגט די דאקטאר (אריינגערעכנט איבער וואקסין און וויטאמין), אדער איז מען קליגער פון יעדעם מיט אלע סארטן צינג דרייענישן, און מ'איז קעגן וואקסין און פרא וויטאמין.


פארמירט זיך דא יעצט די פרישע אשכול ווי מען גייט זיך ארום רייסן איבער וואקסינען...? איך מין עס איז שוין דא גענוג אשכולות פאר דעם
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

א מולטי וויטאמין א טאג איז גראדע רעקאמענדירט ביי דאקטורים, עס איז נישט עפעס אן אנטי עסטעבלישמענט זאך...
שויתי ה' לנגדי תמיד
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

וואס איז די דעלי, א נאמען פון א קאמפעני, אדער א מין ווייטעמין?
מ'שרייבט עס Deli, אדער Delly? קום אריין קלארער פליז
אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויי-פיי »

קלוגער האט געשריבן:וואס איז די דעלי, א נאמען פון א קאמפעני, אדער א מין ווייטעמין?
מ'שרייבט עס Deli, אדער Delly? קום אריין קלארער פליז

יעדן טאג daily
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

וויי-פיי האט געשריבן:
קלוגער האט געשריבן:וואס איז די דעלי, א נאמען פון א קאמפעני, אדער א מין ווייטעמין?
מ'שרייבט עס Deli, אדער Delly? קום אריין קלארער פליז

יעדן טאג daily


אה, נאו איי גאט יא! וואלט אפשר געוועזען א גוטע איידיע צו שרייבען דעילי אזוי וועט מען פארשטיין
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

Goodmorning האט געשריבן:א מולטי וויטאמין א טאג איז גראדע רעקאמענדירט ביי דאקטורים, עס איז נישט עפעס אן אנטי עסטעבלישמענט זאך...

גראדע נישט, נאר אין אנדערע אומשטענדן, פאר א נארמאל געזונטער מענטש וועלן דאקטוירים עס נישט רעקאמענדירן
אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויי-פיי »

דממה דקה האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:א מולטי וויטאמין א טאג איז גראדע רעקאמענדירט ביי דאקטורים, עס איז נישט עפעס אן אנטי עסטעבלישמענט זאך...

גראדע נישט, נאר אין אנדערע אומשטענדן, פאר א נארמאל געזונטער מענטש וועלן דאקטוירים עס נישט רעקאמענדירן

יעדע פלאץ איז אנדערש, איך האב געהערט אז שפיטעלער געבן פאר אלע פציענטן
זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער קלוג »

וואס איז זיכער אז וויטאמין c אין d אין מאלטי גייען נישט שאטען אין אפשער גאר העלפן איז אויף די סברא אז מען קען זיין געזינטער פארוואס נישט
אתה חונן בעט מען נאכאלץ
לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפציק »

דעילי ווייסט מען טאקע לכאורה נישט.
אבער D קען מען טעסטן,און מ'זעט אז מ'איז לאו, און מ'ווערט גוט נאכן נעמן, פונקט ווי אייראן און אנדערע זאכן וואס מ'דארף צונעמען ווען מ'איז דעפישענט.
און ווייטעמין סי זעט מען קלאר ביי א קאלד ווי ס'העלפט.
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”