פריזם גלעזער Prism

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מיטוואך מאי 09, 2018 12:50 pm

יוסיף דעת האט געשריבן:איינער ווייסט צו סאיז דא א קענסלעשאן ליסט פאר די דאקטאר פון לאנדאן?

אפיציעל נישט, אבער איר קענט אריינלייגן אין איינע פין די היימישע טעגליכע בלעטער אן אנאנס אז איר זוכט איבערצונעמען א "נייע" אפפוינטמענט (נישט א "ריטשעק") מיט דר. "אלעקזענדער" אין לאנדאן. אפשר וועט זיך איינער מעלדן.

מ'דארף זיין זייער פארזיכטיג מיט די סטעף אין די אפיס דארט, נישט צו מאכן קיין חילול השם, און שאדן מאכן פאר יעדן. זיי זענען נישט צוגעוואוינט צו אונזער מענטאליטעט און יעדע שמיי דריי שטערט זיי, בפרט אז זיי זענען באמת פול מיט זייערע עקזיסטירענדע פאציענטן, און מוטשענען און דרייען א קאפ ברענגט אז זיי זאלן בכלל נישט וועלן דיעלן מיט'ן אמעריקאנעם עולם, וכבר הי' לעולמים מער ווי איינמאל.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מיטוואך מאי 09, 2018 3:13 pm

יוסיף דעת האט געשריבן:איינער ווייסט צו סאיז דא א קענסלעשאן ליסט פאר די דאקטאר פון לאנדאן?

יא (קוק אין דיין אישי כ'האב דיר געשיקט פרטים)
מפתחות של זהב
מנסיוני: נאך זאגן 5 קפיטלך תהילים גייט די טאג אסאך בעסער

יוסיף דעת
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:36 pm

תגובהדורך יוסיף דעת » מיטוואך מאי 09, 2018 4:37 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
יוסיף דעת האט געשריבן:איינער ווייסט צו סאיז דא א קענסלעשאן ליסט פאר די דאקטאר פון לאנדאן?

יא (קוק אין דיין אישי כ'האב דיר געשיקט פרטים)

יישר כח
מען זאגט נאך פון קאצקער אויפן משנה יוסיף דעת יוסף מכאוב אז עס איז אמת אבער עס לוינט זיך.......

דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:47 pm

תגובהדורך דער קוטשער » מיטוואך מאי 09, 2018 5:32 pm

אבערוואס, זיצנדיג די וואך מיט עטליכע טעראפיסטן, האבן זיי מיר קלאר געזאגט אז זיי ווייסן פון קינדער וואס האבן "נישט" מצליח געווען אין לאנדאן, און זיי רעכנען מיר אויס ביי אלע נעמען דא, איז דא וואס האבן יא און ס'דא וואס האבן נישט מצליח געווען.

בעסיקלי טענה'ן זיי אז ס'יאז דא אן א שיעור פרטים וואס עס קען שטערן די וויזשאן און וויזוי מ'קען עס באהאנדלען,
יעדער איז טאקע גוט פאר עפעס אנדערש.

אוי דארף מען סיעתא דשמיא, אווי אלעס.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דאנארשטאג מאי 10, 2018 9:16 am

דער קוטשער האט געשריבן:אבערוואס, זיצנדיג די וואך מיט עטליכע טעראפיסטן, האבן זיי מיר קלאר געזאגט אז זיי ווייסן פון קינדער וואס האבן "נישט" מצליח געווען אין לאנדאן, און זיי רעכנען מיר אויס ביי אלע נעמען דא, איז דא וואס האבן יא און ס'דא וואס האבן נישט מצליח געווען.

בעסיקלי טענה'ן זיי אז ס'יאז דא אן א שיעור פרטים וואס עס קען שטערן די וויזשאן און וויזוי מ'קען עס באהאנדלען,
יעדער איז טאקע גוט פאר עפעס אנדערש.

אוי דארף מען סיעתא דשמיא, אווי אלעס.

ריכטיג, ווי געשמועסט, ס'איז דא פארשידענע סארט פראבלעמען, און דערום פארשידענע סארט עצות און רפואות בס"ד.

קודם כל, כ'זאג נישט אז דער לאנדאנער דאקטער איז א מלאך, ניין! ער איז אויך נאר א בו"ד און קען נאר טון וויפיל זיין שכל גייט, און פארשטייט זיך מיט אסאך סייעת דשמיא.

אויסערדעם, איך האב שוין אויך דאס געהערט פין א שטארקע טעראפיסט (ער הייסט באמת א שטארקע מומחה) וואס טענה'ט אז ס'איז נישט אזוי ווייסעך וואס, און ער האט א ליסט פין צענדליגער קעיסעס וואס האבן נישט מצליח געווען דארט. האב איך געפרעגט אויב ער האט אויך א ליסט פין וויפיל האבן יא מצליח געווען? און וואס הייסט יא אדער נישט מצליח געווען? און מיט אנדערע דאקטוירים און מהלכים האבן זיי יא מצליח געווען? און די פאנטש ליין איז, ווען כ'האב אים געפרעגט נו, ווער יא? כ'האב אויסגעמועסט עטליכע נעמען וואס היימישע מענטשן נוצן זאגט ער, ניין, דער איז נישט גוט פאר דעם, און דער איז נאר גוט פאר יענץ, ס'דא זייער אסאך סארט פראבלעמען, און פאר יעדע פראבלעם איז דא אנדערע מומחים דאהי וואס מ'קען נוצן, פרעג איך אים, נו און ווער קען דייאגנאוזען ווע/וואס צו שיקן צו וועם? זאגט ער אז ער קען, פרעג איך אים, איר זענט דען אין די ליין און אפען פאר די פאבליק פאר אויגן פראבלעמען? איך קען מאכן אן אפפוינטמענט איר זאלט מיר זאגן וואס צו טון? האט ער ביטער געשמייכלט, ער האט ניטאמאל גע'ענטפערט. אויך האט ער מיר בתוך הדברים מודה געווען בפה מלא, "א דייאגנאוזער, איז ער ממש איינס אין דער וועלט!" נאר אין היילן דינגט ער זיך מיט אים...

איז איר קענט אליינס מאכן אייערע חשבונות וואספארא החלטה א יחיד האט די ברירה צו מאכן אפי' לויט אזעלכע סארט אוועקמאכענדע טעראפיסטן... די נקודה איז, דער לאנדאנער דאקטער'ס מהלך (ווען מ'פארשטייט די הגיון וואס ליגט אונטער דעם) איז די מערסטע אויסגעהאלטן שכל'דיג און האט די העכסטע סוקסעס רעיט סיי אין וויפיל פראצענט ווערן געהאלפן, און סיי ווי פערמאנענט די רפואה איז. און איבער אלעם ער איז אין ביזנעס. דהיינו ער טוט עס, אנדערש ווי אינעם פריערדיגן מעשה מיט'ן טעראפיסט.

אבער, כ'וויל צוקומען צו 5 נקודות וואס איך האב געפינען פארוואס געוויסע מענטשן זענען נישט מצליח דארט פשוט בדרך הטבע.

1) דער לאנדאנער דאקטער האט אן אפיס ווי ס'ארבעטן כהיום מיט אים נאך 2 אדער 3 דאקטורים, געוויסע זענען שותפים אפי'. און היות דאקטער אלעקזענדער איז נאר איין מענטש און ס'דא צופיל פאציענטן, פראבירן זיי אלעמאל צו שיפטן אז מענטשן זאלן זען איינע פין די אנדערע דאקטוירים, און די ווייטאג איז אז למעשה האט קיינער פין זיי נישט דעם מומחיות וואס ד"ר. אלעקזענדער, ממילא ווען איר רעדט פין לאנדאן יא אדער נישט סוקסעס, דארף מען קודם מאכן זיכער פין וועלכן דאקטער מ'רעדט.

2) דער דאקטער אלעקזענדער מאכט אויך נישט קיין נסים, ער האט א מהלך מיט א צייט-פלאן וויאזוי ער האלט אז זאכן דארפן גיין, ער ראט געווענליך ווען צוריקצוקומען וכדו', אמאל ראט ער צו האבן מער ווי איין פאר גלעזער, און אמאל הייסט ער מ'זאל זיין אין קאנטאקט מיט זיין אפיס אזוי פרי וויי עטליכע וואכן נאכ'ן קריגן די גלעזער צו מאכן זיכער אז ס'ארבעט ריכטיג, און אמאל וועט ער טוישן נאך אזא שמועס. איינס פין די גרעסטע פראבלעמען אינעם היינטיגן דור בכלליות דארף מען קיינעם נישט זאגן איז "פוילקייט".. פארשטייט זיך, זאכן וואס קאסטן מער צייט מער געלט און מער אנשטרענגונג, ווערן די ערשטע גערוקט אין א זייט.. כן הדבר הזה, היות ס'איז זיייער שווער צוצוקומען צו די אפיס דארט, און דערנאך צו באקומען אפפוינטמענט אויף 6 חדשים ארום וכו', איז דא א שוואכקייט פין מענטשן און זיי גייען נישט צוריק און פאללאוען נישט וואס דער דאקטער האט רעקאמענדירט געהעריג אדער בכלל. ס'דא נאך א נקודה דערין, היות אז ביים ערשטן מאל קריגן נייע גלעזער טוישט זיך אסאך זאכן (ווייל ער מאכט אויך זיכער פשוט אז די נומער איז גוט און נאך קלייניקייטן, אויסער די 'טערעפיודיק' חלק) וועט ע"פ רוב דער מענטש שפורן ווי אן אנדערער מענטש, און ס'מאכט אזא מין טויש לטובה, אז ווען ס'קומט נאך א יאר וכדו' שפורט נישט אלעמאל דער מענטש דעם דראנג צוריקצוגיין, ועוד, אפי' אויב מ'גייט יא צוריק און ער גיט א נייע גלעזער, וועט מען געווענליך נישט שפורן דעם שטארקן סעטיספעקשן ווי דער ערשטער מאל, און דערום אמאל אפי' די וואס גייען יא צוריק איינמאל, גייען אבער נישט צוריק א דריטע מאל.

3) דער דאקטער איז מורא'דיגער לב טוב (אויף וויפיל מ'קען זאגן אזוי אויף א בן נכר), און פאר די זעלבע סיבה לייגט ער אריין זיין הארץ אין יעדן פאציענט'ס מצב פלאי פלאים, אזש ס'קען זיך אמאל דוכטן אז איר זענט דער ערשטער פאציענט וואס ער זעט יעצט אין עטליכע חדשים, דעריבער ווען ס'קומען צו אים מענטשן פין אווער-סיעס, אפפערט ער אמאל (ווער רעדט נאך אויב דער מענטש אליינס בעט) אז מ'מוז נישט דוקא צוריקומען, נאר מ'זאל אריינרופן אדער שיקן אן אמעיל און באזירט אויף די דעסקריפציע וועט ער שיקן נייע גלעזער, און דאס איז א גרויסער טעות! ער האט מיר אליינס אמאל געזאגט אז (בפרט ביי עדאלטס) ער האט נישט קיין וועג צו וויסן 'באמת' אויב און וויפיל די טעראפי האט געארבעט, נאר דורכ'ן זען דעם פאציענט נאכאמאל, נאר היות אז קאלקיולעישענ'ס קען ער יא מאכן, און ער וויל נישט אז מענטשן זאלן דארפן צאלן אזויפיל געלט און טירחה אהינצוגיין פראבירט ער צו ארבעטן אזוי אמאל, אבער מצד דעם פאציענט איז דאס א טעות מוחלט! היות די גאנצע חילוק פין גוט און נישט גוט קען זיין א דק מן הדק. אוין זעלבן זניט אויב איינער פרעגט אים וועט ער אמאל זאגן אז מ'קען גיין צו ד"ר מעקראדען וואס קומט קיין ברוקלין יעדע עטליכע וואכן און אויב ער וועט האבן א ספק וועט ער זיך שוין דורכשמועסן מיט אים. און דאס האט זיך שוין ארויסגעשטעלט כו"כ פעמים אז דאס איז גארנישט ווערט, דער קאנאדישער דאקטער במחי"כ, האט ווייט נישט די זאך אין די הענט ואכמ"ל. נאך א נקודה אין דעם זין, אמאל אפפערט ער אז ער קען גיין אויף צוויי מהלכים, וואס איינע איז שנעלער, גרינגער אדער ביליגער, און אמאל וועט זיך דער פאציענט צוכאפן דערצו, אבער ווען מ'זאל אים אליינס צוריקפרעגן וועלכע ער רעקאמענדירט, און וואס וועט ברענגן די בעסטע רעזולטאטן לאנג טורם, וועט ער זאגן וואס ער האלט, און כ'וועל אייך געבן א הינט, ס'איז נישט אלעמעלא די גרינגערע וועג. סאו דארף מען זיין זייער קעירפול אים נישט צו שטופן צו קיין מסקנות וואס וועט אייך מאכן גרינגער דער פראצעדור, נאר מאכן קלאר אז מ'איז גרייט צו טאן וואס אימער ער רעקאמענדירט אלץ די אלטימעיט סאלושען.

4) כ'האב פאר אייך ברעכנדע נייעס, נישט יעדן קען מען בכלל העלפן, אדער עכ"פ אינגאנצן. נישט מיט פריזם (אדער די אנדערע חכמות וואס מ'קען נוצן אין גלעזער) און נישט מיט טעראפי! ס'איז דא פראבלעמען וואס איז נאר שייך בעסער צו מאכן אדער באוועמער צו מאכן פאר'ן מענטש, און קיינער וועט נישט זיין שולדיג אויב דער מענטש קען נישט ווערן אויסגעהיילט, און דער לאנדאנער דאקטער וועט אייך נישט זאגן אנדערש.

5) דער לאנדאנער דאקטער רעקאמענדירט און מאכט אין זיין אפיס אויך קאנווענציאלע טעראפי, פארשטייט זיך נאר אויף געוויסע נקודות, און געווענליך 'אן-טאפ' פין די גלעזער, דער פראבלעם איז אז ווען מ'דארף עס, קענען עס די אויסלענדישע נישט באווייזן ווייל דאס איז שוין נישט קיין איינמאל-א-יאר זאך.

וואס זיין מהלך איז יא, און מיט וואס איז ער אנדערש פין די איבעריגע רוב וועלט, און פארוואס טאקע אנדערע קענען דאס נישט נאכמאכן, איז א שמועס פאר זיך, און כ'האב נישט יעצט די צייט דאס מסביר צו זיין. אזויפיל קען איך יא זאגן, איך בין ב"ה זייער ווייט פין 'פתי יאמין לכל דבר', איך האב די זאך גוט דורכגעטון, און כ'זאג טאקע אויך נישט אז קיינער אנדערש קען נישט מיט די אדער ענליכע אדער אנדערע טאקטיקן העלפן מענטשן מיט פראבלעמען מיט די אויגן, אין פאקט כ'האב נאכנישט דורכגעטון אלעס וואס די מארקעט האט אפי' צו אפערן, אבער דער חילוק פין וואס דער דאקטאר אלעקזענדער אפפערט ווס. וואס די קאנווענציאלע דאקטעריי וועלט שטעלט צו און וואס מ'נוצט דאהי געווענליך פאר קאממען פראבלעמען, איז אין רוב תחומים הימל און ערד, און ליידער דוקא לגריעותא.

די איינציגע עכטע פראבלעם דערמיט איז, אז ליידער קען מען ממש נישט צוקומען דארט, זיכער נישט פאר נייע אפפוינטמענט, און אפי' עקזיסטירענדע פאציענטן ווארטן זיייער לאנג, און ביז מ'קומט דורך וכו' וכו', איז בקיצור אן אפקומעניש. ס'איז דעריבער -אפי' אויב ער איז "דער" בעסטער אין דעם פעלד - אויך נישט קיין עכטע סאלושען כהיום, זיכער נישט פאר יעדן, און כ'האב נישט די עצה דערצו. איז ממילא האב איך מיך אפגעהאלטן פין עס פראמאוטן, אבער האמת יורה דרכו, כ'זע אז ווייניג מענטשן ווייסן באמת וואס דארט טוט זיך, האב איך געמוזט נעמען דעם פעדער אין האנט.

ודי בזה פאר יעצט. הצלחה יעדער איינער!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דאנארשטאג מאי 10, 2018 3:48 pm

@אבערוואס
קוקט אויס עפעס א שטארקע אינטרעס האט איר אינעם לאנדאנע דר. וועלמיר עס לאזן ביי דעם
אז איינער וויל הערן בפרטיות איבער מוצלח'דיגע וויזשען טערעפיסטן, אהן דארפן אנפולען טאשן פין דאקטורים
און היילען נארמאל מיט טעראפי מיטלען די אויגן פראבלעימען קען זיך ווענדן אין אישי

,,
ס'א שאד אויף די צייט און געלט צו ספענדן פאר פריזם ווען מען קען דורך א נארמאלערע און לייכטע וועג געהאלפן ווערן.

אוועטאר
זאקן
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2017 10:48 am

תגובהדורך זאקן » דאנארשטאג מאי 10, 2018 5:52 pm

איך האב שוין פריער געשריבן וועגן מיין עקספיריענס מיט א פריזעם דאקטער אין טעריטאון, און איך שרייב עס איבער אז איך האב געהאט זייער זייער א גוטע עקספיריענס דארט, די רעזולטאטן האט מען געזען מורא׳דיג קלאר און שנעל, און וועם איך האב געפרעגט וואס האט זיי גענוצט האב איך געהערט דאס זעלבע.
ביי מיר האבן זיי א שטארקע טראסט נאכדעם וואס כ׳האב מיטגעהאלט ווי זיי באהאנדלען יעדעם לויט זין מציאות ווי למשל: איך ווייס איינעם וואס איז געגאנגען מאכן אן עקזעם בי זי און זיי האבן איהם געזאגט אז ער דארף נישט קין פריזם בכלל. פאר איינעם וויייס איך האבן זיי געזאגט אז ער דארף אביסל טעראפי און דערנאך דארף ער עס מער נישט האבן. און פאר איינעם ווייס איך וואס זיי האבן געזאגט אז ער דארף נישט קיין טעראפי.
און זייער עקזעם איז זייער גרינטלעך.
איך וויס אסאך וואס ניצן זיי, און פון קרית יואל ווייס איך פארט יעדע וואך ווענס פון גמ״ח הצלה אהין, איז פשט אז מערערע ניצן זיי.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דאנארשטאג מאי 10, 2018 5:58 pm

רצון טוב האט געשריבן:@אבערוואס
קוקט אויס עפעס א שטארקע אינטרעס האט איר אינעם לאנדאנע דר. וועלמיר עס לאזן ביי דעם
אז איינער וויל הערן בפרטיות איבער מוצלח'דיגע וויזשען טערעפיסטן, אהן דארפן אנפולען טאשן פין דאקטורים
און היילען נארמאל מיט טעראפי מיטלען די אויגן פראבלעימען קען זיך ווענדן אין אישי

,,
ס'א שאד אויף די צייט און געלט צו ספענדן פאר פריזם ווען מען קען דורך א נארמאלערע און לייכטע וועג געהאלפן ווערן.

הייסט אזוי, דאס אז איך האב אינטערעסן איז קלאר! כאטש איך האב מסביר געווען מיינע פוינטס און אין די זעלבע צייט געזאגט קלאר אז איך האב נישט קיין למעשה'דיגע מהלך וויאזוי אנצוקומען צום לאנדאנער דאקטער...

אבער איר וואס איר זענט מודה אז אייער אייגענע עקפיריענס אין די נושא איז זיראו, און אלעס וואס איר האט צו זאגן איז צו קומען אין אישי פאר עדווייז (!) אן אראפלייגן וואס איר האט צו פארקויפן, דאס איז אינדעפענדעט אינפארמאציע...! כ'הער...

נא פוינט טו ארגיו...
לעצט פאראכטן דורך אַבּערוואַס אום דאנארשטאג מאי 10, 2018 6:01 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דאנארשטאג מאי 10, 2018 6:01 pm

אַבּערוואַס האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:@אבערוואס
קוקט אויס עפעס א שטארקע אינטרעס האט איר אינעם לאנדאנע דר. וועלמיר עס לאזן ביי דעם
אז איינער וויל הערן בפרטיות איבער מוצלח'דיגע וויזשען טערעפיסטן, אהן דארפן אנפולען טאשן פין דאקטורים
און היילען נארמאל מיט טעראפי מיטלען די אויגן פראבלעימען קען זיך ווענדן אין אישי

,,
ס'א שאד אויף די צייט און געלט צו ספענדן פאר פריזם ווען מען קען דורך א נארמאלערע און לייכטע וועג געהאלפן ווערן.



אבער איר וואס איר זענט מודה אז איר האט 0 אייגענע עקפיריענס אין די נושא, און איר רופט צו קומען אין אישי פאר עדווייז (!) אן אראפלייגן וואס איר האט צו פארקויפן, דאס איז אינדעפענדעט אינפארמאציע...! כ'הער...


כ'האב היבש עקספיריענס פון מיטהאלטן געהאלפענע דורך א מוסד מיט וואס איך בין באקאנט
די נארמאלע טעראפי מהלך האט פיין געארבעט
פונקטליך ווי און ווען ביי וועם צו גיין איז א שאאד דא זיך אויסצוקריגן
בסך הכל "טעראפי" האט פיין געארבעט.

zurech
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:48 pm

תגובהדורך zurech » דאנארשטאג מאי 10, 2018 6:12 pm

זינט היימישע לאקאלע טערעפיסטן נעמען אינשורענס איז דא אסאך א קלענער געפארעכטס אויף לאנדן

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דאנארשטאג מאי 10, 2018 6:37 pm

רצון טוב האט געשריבן:
אַבּערוואַס האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:@אבערוואס
קוקט אויס עפעס א שטארקע אינטרעס האט איר אינעם לאנדאנע דר. וועלמיר עס לאזן ביי דעם
אז איינער וויל הערן בפרטיות איבער מוצלח'דיגע וויזשען טערעפיסטן, אהן דארפן אנפולען טאשן פין דאקטורים
און היילען נארמאל מיט טעראפי מיטלען די אויגן פראבלעימען קען זיך ווענדן אין אישי

,,
ס'א שאד אויף די צייט און געלט צו ספענדן פאר פריזם ווען מען קען דורך א נארמאלערע און לייכטע וועג געהאלפן ווערן.



אבער איר וואס איר זענט מודה אז איר האט 0 אייגענע עקפיריענס אין די נושא, און איר רופט צו קומען אין אישי פאר עדווייז (!) אן אראפלייגן וואס איר האט צו פארקויפן, דאס איז אינדעפענדעט אינפארמאציע...! כ'הער...


כ'האב היבש עקספיריענס פון מיטהאלטן געהאלפענע דורך א מוסד מיט וואס איך בין באקאנט
די נארמאלע טעראפי מהלך האט פיין געארבעט
פונקטליך ווי און ווען ביי וועם צו גיין איז א שאאד דא זיך אויסצוקריגן
בסך הכל "טעראפי" האט פיין געארבעט.

דעפיין ביטע "טעראפי", וועלכע סארט? און וואס הייסט גע'ארבעט, ווילאנג האט געדויערט? וועלכע פראבלעם? וויפיל פראצענט איז די פראבלעם פארראכטן געווארן? ווילאנג האלט שוין אן די פיקס? פערמענאנט?
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

יוסיף דעת
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:36 pm

תגובהדורך יוסיף דעת » דאנארשטאג מאי 17, 2018 11:26 am

איך וויל קאנפירמען, איז פריזם גלעזער נאר פאר מענשן וואס האבן פראבלעמען מיטן זעען אז זיי זעען נישט גוט אד"ג?
אדער איז דאס אויך פאר מענטשן וואס זעען יא גוט ב"ה און זיי האבן נאר א פראבלעם מיט צו האלטען די לימודים?

מיין שאלה איז דער דאקעטער זאגט אז די אויגן זעען זייער גוט, אבער מען דארף האבן פריזם, וויל איך פשוט פארשטיין וואס האט די אויגן צו טיען מיט די הבנה אד"ג

יישר כח
מען זאגט נאך פון קאצקער אויפן משנה יוסיף דעת יוסף מכאוב אז עס איז אמת אבער עס לוינט זיך.......

אוועטאר
נישט אלעס איז אמת
שר חמש מאות
תגובות: 903
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 15, 2013 2:45 pm
לאקאציע: אין א וועלט פון שקר

תגובהדורך נישט אלעס איז אמת » דאנארשטאג מאי 17, 2018 12:39 pm

אויגן מיט הבנה האט א שטארקע שייכות
אויב די דארפסט נוצן שטארק דיין מח צו ליינען די ווערטער ווייל דיין אויגן ארבעט נישט געהעריג צוזאמען
פארפאסט עס די צייט זיך צו קאנצטרירען אויף הבנה

נעם דיר א משל. ווי איז גרינגער צו פארשטיין א שטיקל מחצית השקל אין די אלטע דריק אדער אין נייע זיכער
פארוואס ווייל מען דארף זיך ווייניגער קאנטצטרירן אויף די ווערטער האט די מח צייט פאר הבנה
געדענק!! צייט קומט נישט צוריק

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » מאנטאג יוני 18, 2018 5:41 pm

איך בין אויך געווען ביי דר. עליקסאנדער פון לאנדאן מיט א קינד, נישט געזעהן קיין רעזולטאטן, היינט ווייס איך שוין פארוואס, א קראנטע טעסט האט מיר איבערגעוויזן אז פריזם העלפט בכלל נישט פאר איהם, און אזוי אויך פאר אסאך מענטשן, אלזא, ס'איז טאקע אמת מסתם אז אין פריזם איז דער לאנדאנ'ער דאקטער דער גרעסטער מומחה, אבער ווען פריזם ארבעט נישט איז ער גארנישט ווערד.

וואס יא? איך האב געזעהן פלאות'דיגע זאכן ביי דעם דאקטאר.
שווער האט געשריבן:עטליכע זענען געווען צופרידען ביי
Dr. Zelinsky, Mind-Eye Connection Address: 1414 Techny Rd, Northbrook, IL 60062 Phone: (847) 501-2020

זי איז א פרויען דאקטאר, ס'איז אסאך גרינגער און שנעלער צו צוקומען צו איר ווי צום דאקטאר אין לאנדאן, און וואס איך האב דארט מיטגעהאלטן, און רעזולטאטן וואס כ'האב דארט געזעהן איז ממש פלאי פלאים.

וועם ס'איז נוגע, קען מיר קאנטאקטן אין אישי.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מאנטאג יוני 18, 2018 7:07 pm

קניידל פארעם האט געשריבן:איך בין אויך געווען ביי דר. עליקסאנדער פון לאנדאן מיט א קינד, נישט געזעהן קיין רעזולטאטן, היינט ווייס איך שוין פארוואס, א קראנטע טעסט האט מיר איבערגעוויזן אז פריזם העלפט בכלל נישט פאר איהם, און אזוי אויך פאר אסאך מענטשן, אלזא, ס'איז טאקע אמת מסתם אז אין פריזם איז דער לאנדאנ'ער דאקטער דער גרעסטער מומחה, אבער ווען פריזם ארבעט נישט איז ער גארנישט ווערד.

וואס יא? איך האב געזעהן פלאות'דיגע זאכן ביי דעם דאקטאר.
שווער האט געשריבן:עטליכע זענען געווען צופרידען ביי
Dr. Zelinsky, Mind-Eye Connection Address: 1414 Techny Rd, Northbrook, IL 60062 Phone: (847) 501-2020

זי איז א פרויען דאקטאר, ס'איז אסאך גרינגער און שנעלער צו צוקומען צו איר ווי צום דאקטאר אין לאנדאן, און וואס איך האב דארט מיטגעהאלטן, און רעזולטאטן וואס כ'האב דארט געזעהן איז ממש פלאי פלאים.

וועם ס'איז נוגע, קען מיר קאנטאקטן אין אישי.

אדרבה, ביטע טיילט מיט מיט'ן עולם ווילאנג האט איר פראבירט מיט'ן לאנדאנער דאקטער, און וואספארא טעסט איר האט געמאכט וואס האט געוויזן אז פריזם וועט נישט העלפן, און וואספארא פראבלעם אייער קינד האט יא, און וואספארא סארט מהלכים דער צווייטער דאקטער נוצט, אזוי אויך וויפיל צייט נעמט די טריטמענט(ס) וכדו', ולזכות הרבים יחשב.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » דינסטאג יוני 19, 2018 6:03 pm

קניידל פארעם האט געשריבן:וועם ס'איז נוגע, קען מיר קאנטאקטן אין אישי.

דער לאנדאנער דאקטאר האב איך פרובירט פאר קרוב צו צוויי יאר, דאס איז נאכדעם וואס לויט זיין שאצונג וואלט ער נאר געדארפט האבן פאר 18 חדשים, האבעך געקלערט אז ס'פארשלעפט זיך אביסל, אבער נאטינג האט זיך געטשעינדזשט, די איינציגע זאך וואס כ'האב נישט געטוהן ווי איר האט דא געשריבן איז אז איך בין טאקע נישט צוריק געפארן צום FOLLOW UP ווייל ער האט מיר געזאגט אז ער וועט נאכשיקן דעם צווייטן שטאפל נאך א יאר, און ער האט טאקע נאכגעשיקט, אבער נאך וואס איך בין איבערצייגט אז פריזם העלפט נישט אין אונזער פאל איז דאס שוין נישט נוגע.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

אוועטאר
קאטטשקעלע
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 8:52 am
לאקאציע: ביי די טאטערס

תגובהדורך קאטטשקעלע » מיטוואך יולי 18, 2018 10:51 am

does anyone have information and experiences with doctors for adults
אויב וויל איר זיך אויפסיינען אויף איבעיט גייטדא
איך האב שוין געמאכט הונדערטערס

יוסיף דעת
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:36 pm

תגובהדורך יוסיף דעת » מיטוואך יולי 18, 2018 11:37 am

קאטטשקעלע האט געשריבן:does anyone have information and experiences with doctors for adults

דר. אלעקזענדער פון לאנדאן איז אויף פאר אדאלטס!
מען זאגט נאך פון קאצקער אויפן משנה יוסיף דעת יוסף מכאוב אז עס איז אמת אבער עס לוינט זיך.......

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 6:56 pm

מיין שאלה איז נישט וועגן פריזם גלעזער, איינער זאגט מיך אז אין לאנדאן איז דא איינער וואס האט א ספעציעלע וועג צו קוקן די אויגן, וויאזוי הייסט ער? לעצטענס איז אהער געקומען קיין אמעריקע א תלמוד זיינע, ווייסט איינער מער איבער דעים, אויב עס איז שוין דא א אשכול ביטע מיך אהין פירן.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » מאנטאג ינואר 28, 2019 7:32 pm

איינער ווייסט אפשר וועגן דר. PRESS אין לעיקוואווד (לשעבר און FAIR LAWN), פאר PRISM גלעזער, איז ער גוט, איינער האט עקספירעינס מיט אים?
ישר כח!
זאג מיר ווער דו ביזסט, און איך וויל דיר זאגן וואס דיינע פאקטן זענען


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט