פריזם גלעזער Prism

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

יוסיף דעת
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:36 pm

פריזם גלעזער Prism

תגובהדורך יוסיף דעת » זונטאג מאי 06, 2018 2:31 pm

איינער האט אינפא וועגן פריזם גלעזער?
דארף מען פארן קיין לאנדאן? דא אין NY איז נישט דא ווער קען העלפן?
און בכלל וואס איז פריזם אנדערש פון געהעריגע גלעזער?
אויב איינער קען ענטפערן די שאלות וואלט איך זייער הנאה געהאט.
יישר כח למפרע

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » זונטאג מאי 06, 2018 2:44 pm

טוענדיג אין די פעלד פון בחורים שוין א שיינע פאר יאר צום גוטן און שוין געהאנדעלט מיט די גרעסטע מומחים אין פריזם אז מיין ענטפער:


די דוקטור אין לאנדען האט א בערך 90 פערצענט הצלחה'דיגע ראטע. אנדערע, אפאר דוקטורים וואס איך ווייס, וואס הייסן טאפ אין די ליין, האבן א נישט מער ווי 40-50 מאקסעמעם 60 פערצענט הצלחה'דיגע ראטע. דער דוקטור אין לאנדען איז די רבי פון רוב פון די דאהיגע דוקטורים. און ער איז אויך די מחדש פון פריזם.

פריזם, פארעמט די אויגן און צווינגט זיי צו קוקען בלויז צו די פלאץ ווי ער דארף קוקען כדי די אויגן זאלן קוקען איינעג.


מיט דעם האב איך גענפערט אלע דיינע פראגען.
מפתחות של זהב
מנסיוני: נאך זאגן 5 קפיטלך תהילים גייט די טאג אסאך בעסער

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג מאי 06, 2018 2:48 pm

יוסיף דעת האט געשריבן:איינער האט אינפא וועגן פריזם גלעזער?
דארף מען פארן קיין לאנדאן? דא אין NY איז נישט דא ווער קען העלפן?
און בכלל וואס איז פריזם אנדערש פון געהעריגע גלעזער?
אויב איינער קען ענטפערן די שאלות וואלט איך זייער הנאה געהאט.
יישר כח למפרע

וואס איז דאס פריזם גלעזער?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » זונטאג מאי 06, 2018 5:11 pm

די ערשטע דארף מען געדענקען אז א דאקטאר דארף צוטרעפן. מען דארף גאר אסאך סייעתא דשמיא. עס איז היינט דא דאקטוירים אין אמעריקא וואס נוצן די זעלבע method. עס איז דא א דאקטאר רובין אין מאנסי גאר גיט, נישט זייער טייער.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

יוסיף דעת
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:36 pm

תגובהדורך יוסיף דעת » זונטאג מאי 06, 2018 5:18 pm

quote="מי יודע"]
וואס איז דאס פריזם גלעזער?[/quote]

וואס דאס איז פינקטליך ווייס איך נישט (אפשר איינער דא ווייסט יא)

וואס איך האט געהערט אז דאס איז א מין גלאז פאר די גלעזער וואס אויב מען ניצט די ספעציעלע גלאז העלפט דאס נישט נאר פאר זען, עס העלפט אויך די מח אין אסאך אנדערע חלקים. למשל איך האב געהערט פון איינעם וואס איז ארום געלאפן פאר הילף וועגן קאנסעטערשאן פראבלעמען, פראבירט יארן טערעפי אזא אופן און אויף אזא אופן למעשה ביז ער האט באקומען די פריזם גלעזער האט זיך אלע פראבלעמען אויפגעהערט.
מער פרטים ווייס איך נישט
מען זאגט נאך פון קאצקער אויפן משנה יוסיף דעת יוסף מכאוב אז עס איז אמת אבער עס לוינט זיך.......

יוסיף דעת
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:36 pm

תגובהדורך יוסיף דעת » זונטאג מאי 06, 2018 5:20 pm

Kosher Travel האט געשריבן:די ערשטע דארף מען געדענקען אז א דאקטאר דארף צוטרעפן. מען דארף גאר אסאך סייעתא דשמיא. עס איז היינט דא דאקטוירים אין אמעריקא וואס נוצן די זעלבע method. עס איז דא א דאקטאר רובין אין מאנסי גאר גיט, נישט זייער טייער.

איר ווייסט איינער וואס האט געהאט גוטע עקפירענס בייר דר. רובין?
מען זאגט נאך פון קאצקער אויפן משנה יוסיף דעת יוסף מכאוב אז עס איז אמת אבער עס לוינט זיך.......

the collector
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 11:25 pm

תגובהדורך the collector » זונטאג מאי 06, 2018 5:25 pm

יוסיף דעת האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:די ערשטע דארף מען געדענקען אז א דאקטאר דארף צוטרעפן. מען דארף גאר אסאך סייעתא דשמיא. עס איז היינט דא דאקטוירים אין אמעריקא וואס נוצן די זעלבע method. עס איז דא א דאקטאר רובין אין מאנסי גאר גיט, נישט זייער טייער.

איר ווייסט איינער וואס האט געהאט גוטע עקפירענס בייר דר. רובין?

איך מיין אז עס דא בעסער ווי אים....

so now what
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 01, 2013 6:50 pm

תגובהדורך so now what » זונטאג מאי 06, 2018 5:43 pm

איך האב גענוצט Dr. Siwoff אין געהאט הצלחה
L He is asking for 1st visit $600 And $100 for the follow up during year

Siwoff Low Vision Center, P.C.
385 Rte 24, Chester, NJ 07930
(908) 955-7715

https://goo.gl/maps/MtHVjxTBQtC2

א פיינע מענטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 09, 2014 3:58 pm

תגובהדורך א פיינע מענטש » זונטאג מאי 06, 2018 5:55 pm

עס איז געווען און גאזעט פון חודש ניסן א רייכע בריוו פון איינעם געשטעטנער מיט א לענגערע אפהטנדלונג איבער די מעלות וחסרנות פון פריזם, קען עס איינער אהערברענגן ?

so now what
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 01, 2013 6:50 pm

תגובהדורך so now what » זונטאג מאי 06, 2018 5:58 pm

א פיינע מענטש האט געשריבן:עס איז געווען און גאזעט פון חודש ניסן א רייכע בריוו פון איינעם געשטעטנער מיט א לענגערע אפהטנדלונג איבער די מעלות וחסרנות פון פריזם, קען עס איינער אהערברענגן ?


איך בין נישט געווען צופרידן מיט געשטעטנער

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » זונטאג מאי 06, 2018 6:22 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:טוענדיג אין די פעלד פון בחורים שוין א שיינע פאר יאר צום גוטן און שוין געהאנדעלט מיט די גרעסטע מומחים אין פריזם אז מיין ענטפער:


די דוקטור אין לאנדען האט א בערך 90 פערצענט הצלחה'דיגע ראטע. אנדערע, אפאר דוקטורים וואס איך ווייס, וואס הייסן טאפ אין די ליין, האבן א נישט מער ווי 40-50 מאקסעמעם 60 פערצענט הצלחה'דיגע ראטע. דער דוקטור אין לאנדען איז די רבי פון רוב פון די דאהיגע דוקטורים. און ער איז אויך די מחדש פון פריזם.

פריזם, פארעמט די אויגן און צווינגט זיי צו קוקען בלויז צו די פלאץ ווי ער דארף קוקען כדי די אויגן זאלן קוקען איינעג.



מיט דעם האב איך גענפערט אלע דיינע פראגען.


אויף אייער ערשטע הנחה בין איך מסכים מיט אייך, דער ד"ר. אלעקזענדער (דוקא ער, נישט זיינע שותפים, אפשר זיין טאכטער יא) פין לאנדאן האט זייער א הויכע סוקסעס ראטע ב"ה, און איז א אויסערגעווענליכע דייאגנאוזער (אפי' לויט געוויסע וואס קריטיקירן זיין מהלך אין היילן)!

דער פראבלעם איז, אז מ'קען נישט כהיום אנקומען צו אים, ער איז נאר איין מענטש, און אפי' זיינע עקזיסטירענדע פאציענטן דארפן ווארטן א האלבע יאר, אבער נייע נעמט ער בכלל נישט אן די צייטן, פינטל.

וועגן אייער הנחה אז אנדערע האבן א נידעריגערע ראטע פין הצלחה, אויב מיינט איר פשוט אז זיי קענען העלפן א מענטש מיט א געוויסע פראצענט, קען איך עס הערן, אבער אויב מיינט איר צו זאגן אז א געוויסע פראצענט מענטשן ווערן אינגאנצן אויסגעהיילט, דאן בין איך נישט איינשטימיג.

ווידער וועגן אייער צווייטע חלק וואס איך האב געמאכט באלד איז אזוי; 1. דער לאנדאנער דאקטער איז נישט דער מלמד פין די היזיגע, איינער איז דא וואס פאררופט זיך זיין תלמיד אבער ער איז באזירט אין קאנאדע און ער קומט נאר אהער פין צייט צו צייט (און ער האט אויך נישט קיין מורא'דיגע סוקסעס צו ווייזן דערווייל, דאס איז א חכמה און געפיל וואס איז ווייזט אויס זייער שווער איבעצוגעבן. 2. ער איז אויך נישט דער מחדש פין 'פריזם' בכלליות, פריזם איז ס"ה א סארט וועג וויאזוי א גלאז ווערט געמאכט אז דער אויג קוקט גראד אבער ס'זעט אין א ענגעל (וכן להיפך) און בכלל איז דא כמה מהלכים וויאזוי דאס צו נוצן, ער האט פשוט גענומען זייער א שטארקע מהלך בכלל אין פאררעכטן דעם אויג דורך פריזם, וואס דאס טוט כמעט קיינער נישט, און דער אמת איז אז ער אליינס נוצט אויך נישט נאר פריזם, נאר וואס ס'פעלט זיך אויס צו שטעלן דעם אויג אין א געוויסע מצב פין באקוועמליכקייט אדער טעראפי, געוואנדן לויטן מצב, ער וועט נוצן בייפאוקעל ווען ניצליך און פראגרעסיוו אויב מ'דארף, עכ"פ ער איז נישט דער מחדש פין 'פריזם'. נאר אפשר פין עס נוצן אלס טעראפי. 3. פריזם טוישט ענגעל ווי פריער דערמאנט, דער לאנדאנער ד"ר. נוצט דאס צו צווינגען דעם אויג אין א געוויסע פאזיציע, אבער וויל דוקא אז דער אויג זאל אליינס אויך טון א חלק פינעם דזשאב, און דאס איז אין טייל זיין מורא'דיגע חכמה ווייל דעמאלטס טוט זיך דער פארבלעם בעסערן, משא"כ די אנדערע לייגן סתם פריזם צו מאכן דעם מענטש "זען גלייך" ווען באמת זעט ער נישט גלייך, דער פראבלעם דערמיט איז, אז לא די ס'היילט נישט דעם פראבלעם, ווערט עס גאר ערגער, און דאס איז אויסערדעם וואס ס'איז זייער שווער אז די פריזם זאל זיין גענוג פונקטליך, און אין דעם איז דער לאנדאנער ד"ר. אויך א יחיד מומחה.

באמת איז בכלל דא א טעות ביי מענטשן, דער לאנדאנער דאקטער איז נישט קיין 'פריזם דאקטער', ער איז פשוט "זייער א גוטער אפטאמעטריסט" און האט ארויס הונדערט און איין פראצענט וואס ער טוט, און ער לייגט אריין א מורא'דיגע געפיל צו העלפן יעדן יחיד ווי ס'וואלט געווען זיין אייגן קינד, און וועט נוצן יעדע איינציגע טול וואס ער קען צו העלפן זיינע פאציענטן מיט זייערע אויגן פראבלעמען, און דאס איז בדרך הטבע בקיצור דער סוד צו זיין סוקסעס.

the collector האט געשריבן:
יוסיף דעת האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:די ערשטע דארף מען געדענקען אז א דאקטאר דארף צוטרעפן. מען דארף גאר אסאך סייעתא דשמיא. עס איז היינט דא דאקטוירים אין אמעריקא וואס נוצן די זעלבע method. עס איז דא א דאקטאר רובין אין מאנסי גאר גיט, נישט זייער טייער.

איר ווייסט איינער וואס האט געהאט גוטע עקפירענס בייר דר. רובין?

איך מיין אז עס דא בעסער ווי אים....

ד"ר. רובין האט מערסטנס קליינע סוקסעסן מיט פריזם, ער האט בכלל נישט ארויס די נושא דורך און דורך, און איז בכלל נישט קיין מורא'דיגע דייאגנאוזער... וואס יא, ער איז אפשר בעסער פין די שוסטער'ס וואס זיצן אין די גלעזער געשעפטן..

למען האמת, כ'האב אמאל אנגעהויבן צו באשרייבן די נושא, אבער קיינמאל נישט געהאט די צייט און געדולד צו ענדיגן, אפשר וועט דא ווערן א משא ומתן, אז ס'וועט ארויסקומען א קלארקייט.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » זונטאג מאי 06, 2018 6:30 pm

איך בין שוין געוועהן ביי דר. אלעקסענדער פון לאנדאן, ביי דר. סיוואף אין NJ און ביי דר. רובין אין מאנסי. דער דאקטאר פון לאנדען איז לכאורה די בעסטע. מי סיוואף האבן מיהר געהאט גרויס א הצלחה מיט צוויי קינדער אבער נישט מיט א דריטע. מיהר האבן יא געהאט גרויס הצלחה ביי דר. רובין פון מאנסי.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4394
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » זונטאג מאי 06, 2018 6:36 pm

יוסיף דעת האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:די ערשטע דארף מען געדענקען אז א דאקטאר דארף צוטרעפן. מען דארף גאר אסאך סייעתא דשמיא. עס איז היינט דא דאקטוירים אין אמעריקא וואס נוצן די זעלבע method. עס איז דא א דאקטאר רובין אין מאנסי גאר גיט, נישט זייער טייער.

איר ווייסט איינער וואס האט געהאט גוטע עקפירענס בייר דר. רובין?

איך ווייס פון איינער וואס האט אוועקגעצאלט שווערע געלטער ביי דר. רובין וואס האט יענעם פארשריבן פריזם גלעזער, פלאס חודש'ליכע אדזשאסטמענט וויזיטס, שפעטער איז יענער געווען אין לאנדאן וואו דער מחדש פון פריזם האט אים מודיע געווען אז ער דארף דאס נישט און ס'העלפט נישט פאר זיין פראבלעם..
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » זונטאג מאי 06, 2018 6:58 pm

ווישוואש האט געשריבן:
יוסיף דעת האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:די ערשטע דארף מען געדענקען אז א דאקטאר דארף צוטרעפן. מען דארף גאר אסאך סייעתא דשמיא. עס איז היינט דא דאקטוירים אין אמעריקא וואס נוצן די זעלבע method. עס איז דא א דאקטאר רובין אין מאנסי גאר גיט, נישט זייער טייער.

איר ווייסט איינער וואס האט געהאט גוטע עקפירענס בייר דר. רובין?

איך ווייס פון איינער וואס האט אוועקגעצאלט שווערע געלטער ביי דר. רובין וואס האט יענעם פארשריבן פריזם גלעזער, פלאס חודש'ליכע אדזשאסטמענט וויזיטס, שפעטער איז יענער געווען אין לאנדאן וואו דער מחדש פון פריזם האט אים מודיע געווען אז ער דארף דאס נישט און ס'העלפט נישט פאר זיין פראבלעם..

מעשים בכל יום נעבעך...

ס'איז באמת בעיקר ווייל ער פארשטייט און די אנדערע טוען מעשה קוף (זיי האבן ארויס די נושא זייער אויבעפלעכליך אויב בכלל), אבער אויך ווייל די אנדערע מאכן עס אפיציעל נישט אלס א טעראפי, נאר באקוועמער צו מאכן פאר'ן אויג (אסאך פין זיי לאכן אפי' פין דעם רעיון אז ס'איז שייך דאס צו נוצן אלס א טעראפי מיטל), און דאס איז און א געוויסן זין דוקא דער היפך ווי דעם לאנדאנער ד"ר, וואס קוקט בעיקר אויף לאנג טורם.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

שווער
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 04, 2016 12:27 pm

תגובהדורך שווער » זונטאג מאי 06, 2018 7:00 pm

עטליכע זענען געווען צופרידען ביי
Dr. Zelinsky, Mind-Eye Connection Address: 1414 Techny Rd, Northbrook, IL 60062 Phone: (847) 501-2020

יוסיף דעת
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:36 pm

תגובהדורך יוסיף דעת » מאנטאג מאי 07, 2018 11:01 am

אז מען פארט קיין לאנדאן, וויפיל טעג נעמט די גאנצע שפיל, פון ארויס פארן פון דא ביז זיין צוריק?
מען זאגט נאך פון קאצקער אויפן משנה יוסיף דעת יוסף מכאוב אז עס איז אמת אבער עס לוינט זיך.......

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4394
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג מאי 07, 2018 11:03 am

קענסט עס מאכן אין איין טאג, כ'וואלט אבער געזאגט אז צוויי טעג איז פראקטישער, ספעציעל אויב מ'גייט מיט א קינד.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3790
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג מאי 07, 2018 11:54 am

געדענק אין נישט זיין נאמען, אבער קען איך אפאר אידן וואס זענען געגאנגען צו עפעס א דר אין וועסטשעסטער, נאך אזוי גוט ווי די דר אין לאנדאן.
...

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מאנטאג מאי 07, 2018 2:45 pm

עין טובה האט געשריבן:געדענק אין נישט זיין נאמען, אבער קען איך אפאר אידן וואס זענען געגאנגען צו עפעס א דר אין וועסטשעסטער, נאך אזוי גוט ווי די דר אין לאנדאן.

ער הייסט ד"ר. נעיאר, און - אנטשולדיגט מיין שפראך - ער איז גוט אויף חרוסת... אקעי, נישט ממש ווייל ער איז נישט קיין איד, און ער ווייסט נישט וויאזוי דאס צו מאכן...

עניוועי, ער איז מתחילה נישטא בכלל אויף צו היילן קיינע פראבלעמען נאר אפשר אביסל צו "בארואיגן", און דאס אויך נאר אויב ס'געלונגט אים צוצוטרעפן עפעס, זיין גאנצע דייאגנאז גייט צו אויף א זייער "בערכ'דיגע" אופן, און כולי האי ואולי דערנאך אויב די פרעסקריפשען ווערט גוט געפילט (זייער אסאך מאל ווערן די סארט פריזם פרעסקריפשענ'ס נישט גוט געמאכט, און דאס מאכט נאכמער משוגע דעם מענטש, אין לאנדאן און אפי' ניו דזשערזי זענען זייער אן-טאפ דערפין, משא"כ דער פין וועסטשעסטער) און מיט'ן ריכטיגן סארט גלאז (וואס אגב, ער ווייסט ניטאמאל דאס צו פארלאנגן), בקיצור ער אנערקענט טאקע יא אז מיט 'פריזם' קען מען העלפן מענטשן, און ער פראבירט מיט זיין גאנצע שכל, אבער ער האט נישט קיין ריכטיגע טולס און ידיעה וויאזוי.

אגב, איינער וואס קען זאגן אויף סיי וועמען אז ער איז אפי' נאנט צו דעם לאנדאנער ד"ר. אלעקזענדער, האט לכאו' נישט קיין שום עכטע אנדערסטענדינג און די נושא, נאר מאכט 'פריזם' 'פריזם' לגזירה שוה... איך זאג עס נישט אלס א קריטיק נאר א בלויזע פאקט, מענטשן וואס האבן דאס נישט דורכגעטון לעומקה פעלט פשוט די ריכטיגע ידיעה וואס דער טוט ווס. וואס דער אנדערער טוט. דער לאנדאנער ד"ר. איז א יחיד מומחה אין אפטאמעטרי לאו דוקא 'פריזם', און די וועג וויאזוי ער העלפט מענטשן איז דורכ'ן ארויסהאבן דעם אויג דורך און דורך און אפלייען יעדע וועג וואס ער האלט קען העלפן דעם מענטש אויפ'ן לאנג טורם ער וועט נוצן "אויך" 'פריזם' (ער האט א גוטן קאפ מיט אסאאך עקספיריענס און אפדעיטעד נאלעדזש, ער ווארט נישט אז ס'זאל דורכגיין דרייסיד יאר פין א סטאדי צו "מאכן זיכער" אז עפעס העלפט,נאר אויב ס'מאכט סענס און ס'איז דא וואס צו פראבירן, וועט ער עס טון) קיין שום אנדערער דאקטער טוט דאס נישט, פינטעלע.
לעצט פאראכטן דורך אַבּערוואַס אום מאנטאג מאי 07, 2018 2:58 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

יוסיף דעת
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:36 pm

תגובהדורך יוסיף דעת » מאנטאג מאי 07, 2018 2:56 pm

איז דא א וועג צובאקומען אנעפאוינמענט פריער ווי 6 חדשים??
מען זאגט נאך פון קאצקער אויפן משנה יוסיף דעת יוסף מכאוב אז עס איז אמת אבער עס לוינט זיך.......

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4777
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג מאי 07, 2018 3:41 pm

אַבּערוואַס האט געשריבן:
עין טובה האט געשריבן:געדענק אין נישט זיין נאמען, אבער קען איך אפאר אידן וואס זענען געגאנגען צו עפעס א דר אין וועסטשעסטער, נאך אזוי גוט ווי די דר אין לאנדאן.

ער הייסט ד"ר. נעיאר, און - אנטשולדיגט מיין שפראך - ער איז גוט אויף חרוסת... אקעי, נישט ממש ווייל ער איז נישט קיין איד, און ער ווייסט נישט וויאזוי דאס צו מאכן...



די שאלה איז פארוואס טוען טערעפיסטן פון די היימישע מוסדות שיקן צום אים?!
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
נישט אלעס איז אמת
שר חמש מאות
תגובות: 903
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 15, 2013 2:45 pm
לאקאציע: אין א וועלט פון שקר

תגובהדורך נישט אלעס איז אמת » מאנטאג מאי 07, 2018 3:50 pm

יוסיף דעת האט געשריבן:איז דא א וועג צובאקומען אנעפאוינמענט פריער ווי 6 חדשים??


בעט מזאל דיך ארויף לייגן אויף די קענסעלעשן ליסט.

מאך זיכער די האסט גרייט די פאספארט פארן קינד זיי קענען מעלדן אז סאיז דא עוועלעבל אין עטליכע טעג
געדענק!! צייט קומט נישט צוריק

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מאנטאג מאי 07, 2018 3:54 pm

נא_שכל האט געשריבן:
אַבּערוואַס האט געשריבן:
עין טובה האט געשריבן:געדענק אין נישט זיין נאמען, אבער קען איך אפאר אידן וואס זענען געגאנגען צו עפעס א דר אין וועסטשעסטער, נאך אזוי גוט ווי די דר אין לאנדאן.

ער הייסט ד"ר. נעיאר, און - אנטשולדיגט מיין שפראך - ער איז גוט אויף חרוסת... אקעי, נישט ממש ווייל ער איז נישט קיין איד, און ער ווייסט נישט וויאזוי דאס צו מאכן...



די שאלה איז פארוואס טוען טערעפיסטן פון די היימישע מוסדות שיקן צום אים?!

ווייל מיט אן קיין אן אחריות (אדער נישט וויסענדיג?) צו צובראכענע עלטערען, פרעגן זיי נישט ריליף
לעצט פאראכטן דורך גאלדענע פעדער אום מאנטאג מאי 07, 2018 4:10 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מפתחות של זהב
מנסיוני: נאך זאגן 5 קפיטלך תהילים גייט די טאג אסאך בעסער

יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1033
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » מאנטאג מאי 07, 2018 4:10 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
אַבּערוואַס האט געשריבן:
עין טובה האט געשריבן:געדענק אין נישט זיין נאמען, אבער קען איך אפאר אידן וואס זענען געגאנגען צו עפעס א דר אין וועסטשעסטער, נאך אזוי גוט ווי די דר אין לאנדאן.

ער הייסט ד"ר. נעיאר, און - אנטשולדיגט מיין שפראך - ער איז גוט אויף חרוסת... אקעי, נישט ממש ווייל ער איז נישט קיין איד, און ער ווייסט נישט וויאזוי דאס צו מאכן...



די שאלה איז פארוואס טוען טערעפיסטן פון די היימישע מוסדות שיקן צום אים?!

ווייל מיט אן קיין אן אחריות צו צובראכענע עלטערען, פרעגן זיי נישט ריליף

און אנדערע הערן נישט אויף אים צו שעצן. מען דארף צוויי זאכן געדענקן, קודם עס דארף געלונגן, ווייל עס איז נישט געלונגן פאר איינעם (אדער עס איז געווען שווער אנצוקומען) מיינט נאך נישט אז ער האט א 0% סוקסעס ראטע. צווייטענס נישט אלעמאל איז די פראבלעם נאר די אויגן, מען גייט אמאל צו א דאקטער און אז עס האט נישט געהאלפן קען זיין אז עס איז דא אנדערע שטערונגן.

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

זיך אפגעבן מיט אידישע נשמות מיט אן אחריות

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מאנטאג מאי 07, 2018 4:42 pm

איך האלט מיך דא איין צו בארעדן דוקטורים וואס חברים דא עצה'נען צו גיין צו זיי,


איך האנדעל אין די פעלער (טוענדיג מיט בחורים), און צימאל מיטשענען זיך טאטעס יארן לאנג און גיסן געלט און שפייען בליט און האלטען שוין ביי יאוש, און שוין נאכן ליידער האבן אויף געגעבן פון אויף צו געהאלפען ווערן, ווי געזאזט (און מיין פריעדיגע תגובה) אנדערע דוקטורים חוץ עליקסאנדער פון לאנדען האבן נישט מער ווי מאקסימעם א זעכציג פערצענט הצלחה'דיגע ראטע, בעת וואס אנדערע האבן קום א פערציג פערצענט הצלחה'דיגע ראטע.

אלזא, זאל מיין גיין קיין לאנדען אפי' ס'נעמט צייט צו באקומען א עפוינטמענט. און נישט זיך שפילן מיט קיין אידיש בליט. חוץ אויב איינער ריפט אן ריליף, און זיי זאגן אויף איינעם אז יענער איז פונקט אזוי גוט ווי עלעקסאנדער. ס'דא יעדען טאג נייע דוקטורים און זאכן טוישען זיך יעדען טאג. (די יאר ווינטער האב איך געשיקט א בחור (מיט זיין טאטע) צו לאנדען, ווייל כעת הזאת איז עליקסאנדער די איינציגסטו צו וועם איך וואלט ווען געשיקט מיין אייגען קינד. די באשעפער זאל אוודאי העלפן ס'זאל ביי קיין שום יוד נישט זיין קיין שום פראבלעמען נישט קיין גרויסע און נישט קיין קליינע. אמן.)
מפתחות של זהב
מנסיוני: נאך זאגן 5 קפיטלך תהילים גייט די טאג אסאך בעסער


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט