ברח דודי האט געשריבן:איך האב זייער שטארק הנאה פון די לעצטע פאר תגובות, זייער זייער שיין צונימען די זאך פארוואס עס קען יא אדער נישט שטימען.
איך האב אנגערופן א טאטע וואס האט מיר דאס זייער גוט אראפגעלייגט, און אים געבעטן צו ער קען זיין מער ספעציפיש מיט די פראבלעם. ער האט מיר געגעבן א טאגבוך פון זיין צעמישעניש מיט א קינד מיט סאושעל אישוס (איינע פון די עוועליועישאנס האבן אים געגעבן א פיצי ASD, די אנדערע עפעס אן אנדערע עי בי סי), וואס נעמט אריין 2 עווליועישאנס, און 5 הויפט וועגן צו העלפן, וואס יעדער טענה׳ט אז בלויז זיין וועג איז די וועג צו גיין. כאטש אסאך פון די זאגן אז זיי ספעשילייזן זיך אין די קאמפעטישענס מקצועות אויך.
א טעראפי צענטער ואוס טוט Sunrise
א טעראפי צענטער וואס טוט ABA
א טעראפי צענטער וואס טוט brain gym
א פיסכיאטער וואס זאגט אז מען דארף מעדיקעישאן.
א יחיד מומחה (אן קיין לייסענס) אין מאכן ״סאושעל גרופס״ און פלעי טעראפי.
אן אויסגערופענע מומחה (אן קיין לייסענס) וואס ספעציעליזירט זיך אין אויסלערנען לשה״ק אוצר המילים, און דאס וועט אים פשוט טוישן זיין לעבן.
און נאך געוויסע קליינע מהלכים אויפגעפיקט דא און דארט (לדוגמא, א לאנגע מהלך צו פיקסן עפעס א פראבלעם אז די קינד האט געהאט אויער אינפעקשאנס אלס בעבי וכדומה).
און יעדע שטיק צייט הערט ער פון א צווייטן: האסט שוין פראבירט דאס און דאס? מענטשן זעען וואונדער! און מען רעדט פון גאנגבארע אויפגעבויטע מהלכים.
איך האב הנאה געהאט דאס צו הערן פון אים, ווייל דאס איז זייער ספעציפיש. אבער דאס איז נאר איין דוגמא, איך האב געהערט דעם פראבלעם פון א שיינע פאר עלטערן.
יעדע פון די מהלכים דויערט א לאנגע צייט, און אוודאי אלס עלטערן דארפן זיי טון Trial and Error וואס ״אחיך הגדול״ זאגט, און אויך איז ער זייער שטארק גערעכט אז דאס בעסטע איז ווען מען קען ארבעטן צוזאמען מיטן מוסד, וואס אסאך גרויסע מוסדות האבן א שיינע סיסטעם אין פלאץ.
אבער דאך איז די צעמישעניש גרויס, כאטש מען זעט פראגרעס ב״ה, איז עס נאך ווייט פון וואס די געטרייע עלטערן זענען צופרידן.
פארוואס דארפן זיי געוואר ווערן יעדן טאג פון פרישע מהלכים און מומחים? פארוואס זאל נישט זיין ערגעץ וואו איינער וואס וועט זען דאס קינד וועט קענען אויפקלערן די עלטערן די מעלות און חסרונות פון אלע מהלכים, און זיי רעקאמענדירן וואס צו פראבירן, סיי לויטן קינד און סיי לויטן פינאנציעלע צושטאנד. און זיי אויפקלערן וויאזוי צו וויסן צו דאס קינד שטייגט דאס מאקסימום, ווען מען דארף זען רעזולטאטן, און וויאזוי מען זאל אידענטיפייען אויב מען זיצט חדשים און יארן און מען טוט גארנישט אויף.
מילין יקירין, דו זאגסט גאר גוט. אבער אז מען ציטערט פון די סארט עלטערן קען קיין איין טעראפי צענטער נישט האבן קיין זכות קיום. ועוד, מיין סעלושען איז נישט דוקא א ארג. אפשר איז שייך עפעס א אנדערע וועג.
כבוד ''ברח דודי'' עס שיינט פון אייערע ווערטער אז איהר זיינט גאר גוט באקאנט אין די נושא, און ס'האט מיר פאר א רגע געדאכט אז איהר מיינט גאר מיר מיט וועם איהר האט גערעדט,
און יא מיין בחור'ל איז ווי מ'זאגט עטוואס אויפן ספעקטרום, - דאס בין געוואר געווארן נאכן גיין מן הסתם מער ווי צוויי יאר צו א טערעפיסט...... דאס איז א גאר גאר א ווייטאגליכע נושא!!!,
איך בין אדורך 3 פון אייערע 5 וועגן וואס איר האט דערמאנט, + אנדערע צוויי, ווי א שטייגער Social thinking און נאך,
און ווי איך האב שוין אויבן דערמאנט, בין איך, און איך ווער געהאלפן דורך א מומחה גדול וואס האט קאמבענירט עטליכע פון די מהלכים, איך מיין בעיקר Social thinking, מיט ABA, און נישט איגנארירט די Emotional חלק פון די גאנצע זוואראכע,
והאמת ניתן להאמר, דאס וואס איר ווילט
אז עס זאל זיין איינער וואס וועט זען דאס קינד וועט קענען אויפקלערן די עלטערן די מעלות און חסרונות פון אלע מהלכים
איז לדעתי כמעט נישט מעגליך, ווי איר ווייסט ''אודאי'' איז אויף יעדע מהלך דא מיימינים ומשמילים, און געווענטליך די וואס גייען מיט סטאטיסטיק און אנגענומענע מעטאדן וועלן זייער שווער זעהן די אלטערנעטיווע מהלכים*, ממילא ווען מ'וועט אי''ה עפענען אזא סארט סענטער, ווער וועט דארט זיצן? א לייסענס טערעפיסט אדער א ברעין דזים מומחה??, אודאי וועט איר זאגן א זעלבסט שטענדיגער אנאלאזירער, נא ווער וועט פעסטשטעלן אז דער איז נישט נוטה צו איינע פון די מהלכים???? אתמהה!!!
צוריק צו די נושא פון ASD עס איז קלאר עס פעלט שטארק אויס נאך כוחות דא, - הלואי ווען איך קען ווען געבן מער הדרכה אויף די נושא, אבער מיין בחור'ל ווערט געהאלפן בעזה''ש אין א פריוואטע מוסד וואס איז נישט פאר די גאס,
(און דערפאר האב איך נישט וואס צו ענטעפערן פארן ''חשוב'ע טאטע'' וואס פרעגט וואס איז דאס ''והערב''?) און אדרבה אפשר קען מען דאס נאכמאכן באופן כללי פאר די גאס,
די נקודה איז, ווען די הילפס ארגענעזאציע איז אפען פאר איידיעס, נעמען אריין עטליכע מומחים פון פארשידענע מקצועות, נעמען אריין די גאנצע סביבה פונעם קינד און די עבודה, ועל כולם ערענסטע מענטשען זענען עומד על גבם, און אויב מ'מעג זאגן אז די תכלית איז נישט כסף, (אפשר איז דאס שוין צו אסאך, אבער דאס איז די מצב מיט די ארגענעזאציע פון וואס איך רעדט,)
דאס איז די מערסטע לאגיש מיר זאלן קענען באווייזן, אבער ''טאטע קרוין'' גיימיר פון דא גיין ווייטער?? אדער מיר גייען ארום אין רינגען??
ווי און וויאזוי נעמען מיר זיך צוזאם???
*איך פריוואט גלייב עטוואס אין brain-gym איך האב געהאט הצלחה מיט א אנדערע קינד מיט דעם, אבער מיט די בחור'ל האב איך געהאקט האלץ, איז אפשר שייך צו מאכן היימישע סטאטיסטיקס אויף וואס זיי העלפן יא אדער נישט, אדער מער אדער ווייניגער,????