IBS הילף

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

מאניש בנבנשתי
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

IBS הילף

תגובהדורך מאניש בנבנשתי » מאנטאג מארטש 26, 2018 7:17 am

האט איינער אינפארמאציע ווער עס איז גוט פאר ibs?
ווייסט איינער וואס עס העלפט פאר דעם?

אין קורצן, איי בי עס איז א סינדראם אין די מאגן/קישקעס וואס מאכט אז די מאגן זאל שפירן זאט, גרעבטצן, שפירן מען וויל ברעכן, וויטאגן אין די מאגן, דייעריע, קאנסטיפעישאן, קאפ וויי, שוואכקייט.

ווייסט איינער ווער עס איז אן עקספערט אין דעם?
המגיד מקיטוב

אוועטאר
חד יומא
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 18, 2018 11:25 am

תגובהדורך חד יומא » מאנטאג מארטש 26, 2018 11:45 am

איך האב פערזענליך געליטן אויף IBS פאר קרוב צו 5 יאר, עס איז געווארן ערגער און ערגער איך האב נישט געקענט עסן כמעט גארנישט בלויז ספעלט טשיקען פלייש אייער, נישט עפעס מער, פון אנפאנג האט נאך געארבעט עפעס א מעדעצין אבער דאס האט אויך אויפגעהערט. איך האב כסדר געהאט יסורים אין די מאגן, שוואכקייט וכו' וכו'. איך האב פראבירט זייער אסאך עצות אבער גארנישט האט געהאלפן.
ביז איך האב געליינט אין די בארימטע "המספיק געזאט" אז "סארנא מעטאד" קען העלפן. וואס זאל איך אייך זאגן איך בין געווארן אינגאנצן א נייע מענטש נישט קיין זכר פון גארנישט איז געבליבן.
IBS איז אנדערש ווי רוב אנדערע מאגן פראבלעמען אז מען קען דאס נישט זעהן אין קיין MRI אדער CT SCAN , עס איז בלויז א כראנישע שוואכקייט אין די מאגן, דאס געבט א גוטע טשענס אז מען זאל זיך שטארקן איבער דעם דורך סארנא
לתועלת ווער עס דארף מער הילף איבער דעם קען שיקן צו מיר א פריוואטע מעסעדש

מאניש בנבנשתי
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

תגובהדורך מאניש בנבנשתי » מאנטאג מארטש 26, 2018 12:03 pm

חד יומא האט געשריבן:IBS איז אנדערש ווי רוב אנדערע מאגן פראבלעמען אז מען קען דאס נישט זעהן אין קיין MRI אדער CT SCAN , עס איז בלויז א כראנישע שוואכקייט אין די מאגן


נישט קיין כלל, מען קען אמאל יא זעהן אויף א CT SCAN אויב עס איז דא אינפלאמעישאן, נאר מען קען עס נישט אינדענטיפיצירן אלץ ibs נאר נאך א קאלאנאסקאפי אדער סיגמאדאסקאפי אדער ענדאסקאפי, אבער מען קען טיילמאל יא זעהן אויף א mri אדער ct scan אויב סאיז דא אינפלאמעישאן,

רוב אנדערע מאגן פראבלעמען פארלאזט מען זיך נישט בלינדערהייט אויף א ct scan, עס ווערט באשטעטיגט דורך ענדאסקאפי/סיגמאדאסקפי/קאלאנאסקפי

לפי ערך ידיעתי.

כלפי סארנא מעטאד איז מיר גאר אינטערסאנט צו וויסן מער פרטים, אי''ה אין אישי.
המגיד מקיטוב

יאנקל
שר חמש מאות
תגובות: 694
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

תגובהדורך יאנקל » מאנטאג מארטש 26, 2018 5:25 pm

מאניש בנבנשתי האט געשריבן:
חד יומא האט געשריבן:IBS איז אנדערש ווי רוב אנדערע מאגן פראבלעמען אז מען קען דאס נישט זעהן אין קיין MRI אדער CT SCAN , עס איז בלויז א כראנישע שוואכקייט אין די מאגן


נישט קיין כלל, מען קען אמאל יא זעהן אויף א CT SCAN אויב עס איז דא אינפלאמעישאן, נאר מען קען עס נישט אינדענטיפיצירן אלץ ibs נאר נאך א קאלאנאסקאפי אדער סיגמאדאסקאפי אדער ענדאסקאפי, אבער מען קען טיילמאל יא זעהן אויף א mri אדער ct scan אויב סאיז דא אינפלאמעישאן,

רוב אנדערע מאגן פראבלעמען פארלאזט מען זיך נישט בלינדערהייט אויף א ct scan, עס ווערט באשטעטיגט דורך ענדאסקאפי/סיגמאדאסקפי/קאלאנאסקפי

לפי ערך ידיעתי.

כלפי סארנא מעטאד איז מיר גאר אינטערסאנט צו וויסן מער פרטים, אי''ה אין אישי.

דו האסט א לכאורה טעות מיט IBD
IBS קען מען לפי ידיעתי נישט זען

מצפים לישועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » מאנטאג אפריל 09, 2018 9:49 am



צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט