אפאקטיוו דייעט

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

איבערוואגיגער
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2018 5:19 pm

אפאקטיוו דייעט

תגובהדורך איבערוואגיגער » מיטוואך ינואר 31, 2018 2:52 pm

א גוט יאר אין שלום עליכם טייערע אידן.
וואס איך וויל ברויך איך נישט זאגן מיין ניק פארציילט שוין אלעס....
איז אזוי מ'רעדט דא פון א 50 70 איבעריגס וואס מ'ברויך אראפ ריקן, מ'המיר שוין פראבירט כמה וכמה אופנים אריינגערעכענט Tanya ועוד בדומה לזה שוין געשפענדעט כמה אלפים בלי גוזמה אין פאלגענעד זענען די תוצאות

1) מ'זעמער אנגעקומען צו 20 25 פונט אראפ אין דארט איז עס געבליבן
2) די 20 25 האט גענומען בערך 3 חדשים אין איז געגאנגען שטייטעלך אין שווער
3) היות ס'איז בערך א דריטל צו וואס מיין ציל איז געווען בין איך געווארן דיסעפוינטעד אין צוריק גענומען די פונטן גאנץ שנעל

איך וואלט זייער געוואלט וויסן, איז דאס די מהלך ? קען מען טאקע נישט פארלירן מער ווי 20 פונט אויף א רעגעלער דייעט דהיינו עסן געזונט אין נישט עסן קיין דזשאנק אין קעיק וכדו' ? דארף מען ממש הונגערן צו פארלירן 50 60 פונט ?
איך פארשטיי אז מ'קען נישט פארלירן 10 פונט א וואך אין אויב מ'פאלירט שנעל נעמט מען צוריק שנעל אבער צו דארף טאקע נעמען צו פארלירן 20 פונט 3 חדשים ? ווייסט איינער וואס קען איך טון ס'זאל גיין שנעלער ?
קען זיין איך דארף טון עקסערסייז וואס איך טוה בכלל נישט כמעט, איז דאס טאקע די ישועה ? וויפיל עקסערסייז דארף מען טון ס'זאל העלפן ריקן בעסער אין שנעלער ?
מ'בעט אז ווער ס'האט "עקספעריענס" זאל ביטע מיטטיילן

מצפים לישועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 6:24 am

עס איז דא צוויי אופנים צו פארלירן וואג שנעל, אדער שניידן קארבס, אדער שניידן פעטס, שניידן ביידע איז גאר גוט אבער עס בלייבט נישט אסאך וואס יא צועסן, נאך א כלל וואס איז גאר וויכטיג זייער הויעכע פייבער מקסימום מעגליך, אויך עקסערסייז און שלאפן גענוג איז גאר וויכטיג.

אוועטאר
Silent
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 03, 2013 11:41 am

תגובהדורך Silent » דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 7:44 am

20 פונט אין 3 חדשים איז זייער זייער שיין. 60 פונט דארף נעמען ארום א יאר אויף א נארמאלע דייעט. און נאכדעם דארף מען זיך אויך איינגעוואוינען אויף אן אנדערע לעבנסשטייגער ווי דאס וואס האט געברענגט די איבריגע פונטן. די אלע אדווערטייזמענטס פון פארלירן 30 פונט אין דרייסיג טעג וכו' איז פארפירעריש, לויט וויפל איך ווייס איז נישטא קיינער וואס האט עס געמאכט. אויסער דעם, ווען מען הייבט אן א דייעט פאלט אוועק די אנגעלייגטע וואסער אין קערפער. דאס מאכט צומאל אויסקוקן ווי מען האט פארלוירן 7 פונט אין איין וואך. איינער וואס איז שוין אויף א דייעט וועט קיינמאל נישט זעהן אזא שפרינג.

איך האב געזעהן סוקסעס ביי מיר און עטליכע פון מיין משפחה דורך א לאו קארב דייעט + עקסערסייז. ס'האלט שוין אן א שיינע פאר יאר.

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 702
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 7:52 am

וואספארא עקסערסייז איז צוגעפאסט פאר א היימישער "עמך" יונגערמאן, וואס קען נישט גיין צו קיין עקסערסייז פלאץ יעדע שני וחמישי?
וואקן א לאנגע שטרעקע איז אויך נישטא געהעריג א באקוועמע פלאץ אין שטאט, נאר אין די מאונטענס אויף די שטילע ראודס.
איז וואס יא?

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1422
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 8:57 am

און וואס איז מיט קויפן אן עקסערסייז מאשין אינדערהיים?
זוכט איר דוי?

געדענקט
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 4:21 pm

תגובהדורך געדענקט » דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 10:38 am

מיר ווייסען. פילי מענטשען וואס האבען שטארקע מצליח געווען מיט Dr Atkins ר הערשל מייזעלס לאו קארב דייעט
איך וויייס איינער וואס א גאנצע וואך חוץ שבת איז אויף דעם דייעט אין איז גאר שטארק מצליח

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 11:28 am

הער דאס אויס וירווח לך, יתכן אז דיין דייעט וועט ארבעטן בעסער נאכן אויסהערן.
https://directory.libsyn.com/episode/in ... _id/593739
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

איבערוואגיגער
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2018 5:19 pm

תגובהדורך איבערוואגיגער » דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 12:48 pm

מתבונן האט געשריבן:הער דאס אויס וירווח לך, יתכן אז דיין דייעט וועט ארבעטן בעסער נאכן אויסהערן.
https://directory.libsyn.com/episode/in ... _id/593739

געבלאקט ביי משומר, מעגליך צו דראפבאקסן אפשר ?

איבערוואגיגער
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2018 5:19 pm

תגובהדורך איבערוואגיגער » דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 12:51 pm

מצפים לישועה האט געשריבן:עס איז דא צוויי אופנים צו פארלירן וואג שנעל, אדער שניידן קארבס, אדער שניידן פעטס, שניידן ביידע איז גאר גוט אבער עס בלייבט נישט אסאך וואס יא צועסן, נאך א כלל וואס איז גאר וויכטיג זייער הויעכע פייבער מקסימום מעגליך, אויך עקסערסייז און שלאפן גענוג איז גאר וויכטיג.

ריכטיג ווייל אלע ווי איך בין געווען שניידן טאקע אבער שניידן ביידע
אויב איר קענט מסביר זיין, וואס איז טייטש פעט חוץ למשל אויל ?
אין וואס למשל קען מען עסן אלס פייבער (חוץ פייבער 1 וואס לענ"ד מאכל בהמה...)

מצפים לישועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » מוצ"ש פאברואר 03, 2018 2:50 pm

איבערוואגיגער האט געשריבן:
מצפים לישועה האט געשריבן:עס איז דא צוויי אופנים צו פארלירן וואג שנעל, אדער שניידן קארבס, אדער שניידן פעטס, שניידן ביידע איז גאר גוט אבער עס בלייבט נישט אסאך וואס יא צועסן, נאך א כלל וואס איז גאר וויכטיג זייער הויעכע פייבער מקסימום מעגליך, אויך עקסערסייז און שלאפן גענוג איז גאר וויכטיג.

ריכטיג ווייל אלע ווי איך בין געווען שניידן טאקע אבער שניידן ביידע
אויב איר קענט מסביר זיין, וואס איז טייטש פעט חוץ למשל אויל ?
אין וואס למשל קען מען עסן אלס פייבער (חוץ פייבער 1 וואס לענ"ד מאכל בהמה...)

פעט חוץ פון אויל איז רוב ענימעל פראדוקטן, חוץ פון לאו פעט פיש אזוי ווי למשל פלאנדער, און טשיקן ברעסט, פייבער איז אלע האל גרעינס, און בפרט לעגאמס אזוי ווי באנדלעך ארבעס לענטלס פיס האבן זייער הויעכע פייבער, אויב איר קענט שניידן ברויט אפילו האלוויט און ענימעל פראדוקטן, און עסן שאטס דעם בעיקר קינווא און קאשע און מילעט און לעגאמס, בין איך זיכער אז איר וועט פארלירן אסאך וואג און שנעל, און איר וועט שפירן געוואלדיג.

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מוצ"ש פאברואר 03, 2018 11:36 pm

נישטא קיין ועג בלויז שניידן! מאך א סליעוו און פטור אנ׳עסק!
דעי אלע דייעטן זענען גוט פאר א שטיק צייט און עס איז נישט פראמענאנט.

אוועטאר
shimon7323
שר חמש מאות
תגובות: 654
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מוצ"ש פאברואר 03, 2018 11:42 pm

און שניידן איז דען יא פארמענננט.?
ווי איך פארשטיי מיז מען אויך זיין אויף זייער א שטרענגע קאנטראל, אויב נישט קומט עס צי ביסלעך צירוק און מפטירן כדאתמול
שכח = פארגעס
יישר כח = איז וואס מען ניצט צי באדאנקען איינעם

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 702
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » זונטאג פאברואר 04, 2018 9:00 am

א סליוו איז נישט קיין אפשען. די אלע וואס האבן דאס געמאכט, קוקן אויס ווי די מתי מדבר, מיט פארלאשענע פנימ'ער, אן קיין חן, אן קיין חיות. בקיצור, נישט צו די זאך.
(בנוסף, צו די סכנה אין געזונט, סיי גייסטיש, און סיי פיזיש, וואס לכאורה איז נישט מותר צו איינשטעלן זיך אין א סכנה, נאר ווען עס איז אין א מצב פון פיקו"נ).

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג פאברואר 04, 2018 1:59 pm

איבערוואגיגער האט געשריבן:
מתבונן האט געשריבן:הער דאס אויס וירווח לך, יתכן אז דיין דייעט וועט ארבעטן בעסער נאכן אויסהערן.
https://directory.libsyn.com/episode/in ... _id/593739

געבלאקט ביי משומר, מעגליך צו דראפבאקסן אפשר ?

To your service...
https://www.dropbox.com/s/zm3gs4qs1srg5 ... s.mp3?dl=0
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט