עניני הנפש האט געשריבן:און דער הערכה וואס ער זוכט וועט נאר קענען קומען פון אינדרויסן, דאס מיינט אז ער וועט זוכן דווקא אז אנדערע מענטשן זאלן אים שעצן,
און דער הסבר דערצו, איז זייער פארשטענדליך, ווייל אויב זוכט ער הערכה, זוכט ער יענעם'ס,
ווייל, דער אמת איז אז יעדער מענטש דארף באקומען שעצונג, יעדער,
און טאקע צוליב דעם גרויסן שעצונג-פארלאנג, האט דער בוכ"ע געמאכט אז מען זאל טרעפן די הערכה אין זיך אליין,
דאס מיינט אז א מענטש האט דעם כוח, זיך אליינס מעריך צו זיין,
און דער מענטש וועלכע באלאנגט צו דרגא נומער איינס, ער טרעפט נישט דעם כוח אין זיך,
און ער ווייסט ניטאמאל אז ער פארמאגט עס,
וואס עס געשעהט איז, אז זיין נפש פיהלט דעם נאטורליכן הונגער, און ער נישט וואוסנדיג וואס ער האט, זוכט עס ווי ער שטעלט זיך פאר אז עס איז,
ווי איך פארשטיי ביסטו דא מסביר אז איז א מענטש וואס באלאנגט אין דער קאטעגאריע, נאר אזא איינער וועט די דרייוו פון זיינע מעשים זיין כדי צו אנצוהאנדלען הערכה, אבער די אמת איז, אז אפי' א מענטש וואס האט יא שעצונג אין זיך אליינס [סעלף עסטיעם] קען אויך אנטוויקלען א דרייוו צו טוהן זאכן כדי אנצוהאנדלען שעצונג אין זיך אליין אדער כדי אנצוהאלטן זיין שעצונג צו זיך אליין, וויל אפי' דער וואס האט שעצונג און זיך אליין האט דאך למעשה עפעס אויף וואס ער בעיסט זיין שעצונג: קארעקט רב עניני הנפש? אדער נישט?