מיין דורכגאנג מיט או. סי. די. (העתקה פון בריוו צו להתחזק)

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

בנציון שלמה
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 1:21 pm

מיין דורכגאנג מיט או. סי. די. (העתקה פון בריוו צו להתחזק)

תגובהדורך בנציון שלמה » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 5:46 pm

אמא''כּ דו חשובע מערכת פון להתחזק,
דיו אילו ימי קני כל חורשתא, וואלט מען נישט געקענט באשרייבן ענקער גרויסן שכר פארן מזכה זיין דעם ציבור באופן הכי נעלה, השי''ת זאל ענק באצאלן כפלי כפלים, ענק זאלן נישט וויסן פון קיין שום ווייטאגן בזה ובבא.
אלץ איינער וואס האט עקספריענסד או. סי. די און ענקזייעטי פאר די לעצטע 10 יאר, וואלט איך געוואלט אביסל מיט'טיילן מיין דורכגאנג,
אלץ אינג בחור'ל האב איך אנגעהויבן ווייזן סימפטאמען פון או. סי. די. אין הלכה, ביים תפילין לייגן וכדו', געציילט ספירה א שעה צייט,(איך האב זיך דעמאלטס בארעכטיגט אז איך האב נישט א או. סי. די. ווייל איך האב 'באמת' נישט אינזין געהאט משא''כּ איינער מיט או. סי. די. רעדט זיך נאר איין) איך האב בּ''ה געטרייע קלוגע עלטערן וואס האבן מיר גענומען צו איינעם וואס האט געהאט א רעפוטאציע צו זיין א גאר גרויסע מומחה אויף או. סי. די. און בּ''ה נאך עטליכע חדשים בין איך מער ווייניגער אויסגעהיילט געווארן.
בערך א 3/4 יאר שפעטער האב איך אנגעהויבן פילן שווערע געפילן בנוגע הצלחה אין לערנען, חברים, אנגעזעהנקייט, ולציין, אז איך (ווי רוב רובם פון די או. סי. די. ליידענדע) בין דייקא געווען פון די אויבערשטע דריטל פון כתה, הן בנוגע התמדה, ערליכקייט, וויסענשאפט, קאפ, געשמאקקייט אבער די או. סי. די. האט אלץ געוויזן אויף די חלקים וואס איך בין נישט געווען בשלימות.
בין איך צוריקגעגאנגען צום אויבערדערמאנטן מומחה און דא האט זיך אנגעהויבן א קייט וואס האט זיך פארצויגן פאר די קומענדיגע 7 יאר, פון אנגייענדע ענקזייעטי און או. סי. די. וואס יסורי איוב איז ווייניג געזאגט אויף דאס וואס איך האב מיטגעמאכט, איינער האט דא געשריבן בשם הרה''צ' ר' יעקב מאיר שעכטער אז די יסורים זענען די שווערסטע יסורים בעולם, און איך קען מעיד זיין אז עס איז אזוי! קיינער זאל קיינמאל נישט פארשטיין א מקצת פון די יסורים וואס דאס מיינט ממש אז איך האב געוואונטשן אויף 'אלע שונאי ישראל' זאלן באקומען יענע מחלה ל''ע און אזוי זיין 'בארעכטיגט' ארויסציווייזן די שרעקליכע פיין אינדרויסן און נישט מער זיין געצווינגען ארויפצוציען א שמייכל אויפן פנים בשעת וואס אינעווייניג גליעט די ענקזייעטי ,אוי הלוואי הלוואי וואלט איך געהאט די מעגליכקייט זיך אויסצורעדן פאר איינעם, איינער זאל מיר פארשטיין, ביז היינט האב איך נאך מיט קיינעם נישט מיטגעטיילט מיין איבערלעבעניש (א חוץ מיינע עלטערן) מי יתן עס זאל קומען א טאג וואס די סארט מחלות וועלן באטראכט ווערן פונקט ווי פיזישע מחלות, און די שרעקליכע סטיגמע וועט אוועקגיין.

במשך די תקופה האב איב בּ''ה געטוהן א גאר גוטן שידוך תורה וגדולה ממש אלעס וואס מען קען זיך נאר וואונטשן, (דער מחותן און די מדוברת ווייסן נאך נישט עד היום אז איך האב געהאט דעם דורכגאנג) נאך דו חתונה האב איך ווייטער געהאט די או. סי. די. וטעמתי יעדע מינוט טעם מיתה ממש, די יסורים וואס איך בין אדורכגעגאנגען איז אוממעגליך צו פארשטיין פאר איינער וואס האט עס נישט אליינס געשפירט אויף די אייגענע הויט, (אויף קיין שום איד געוואונטשן) אזוי ווי איינער האט ארויסגעברענגט אז אפילו דער טעראפיסט וואס זיצט אגאנצן טאג מיט די ליידענדע פארשטייט דאס נישט ביז מען גייט דאס נישט אליינס דורך ל''ע ולא עליכם ולא על כל בית ישראל. איך גלייב אז אלע ליינער וואס האבן עס נישט מיטגעמאכט בּ''ה וועלן האלטן אז איך בין מגזם, דער אויבערשטער זאל העלפן איר זאלט עס קיינמאל נישט פארשטיין! עס איז ממש נישט געווען א סקונדע אין טאג וואס איך האב עס נישט געפילט אינדערהיים אין ביהמ'''ד און וואו נישט, בּ''ה עס האט נישט אפעקטירט מיין שלום בית (הגם איך בין זיכער געווען מער אנגעצויגן צוליב דעם האב איך אבער מיט ס''ד באוויזן עס צו קאנטראלירן)

ביני לביני האב איך אנגעהאלטן מיטן אויבערדערמאנטן טעראפיסט, ביז מן השמים רחמוהו עלי און צוליב א טעכנישע סיבה האב איך געמוזט טוישן טעראפיסט איך האב געמיינט אז עס איז עק וועלט, איך האב פארלוירן מיין רעטונגס ברעט! אבער למעשה איז דאס געווען דער אנהייב פון מיין ישועה בעז''ה! איך האב געזוכט א נייעם טעראפיסט אין אנגעקומען מיט די הילף פון מיינע געטרייע עלטערן צו הרה''ח ר' יעקב היל (ער זעט פאציענטן אין בּ''פּ און אין לעיקוואד 2610 -814-(732) וואס האט מיר בעז''ה געהאלפן צוביסלעך ארויסקריכן פון מיין 10 יעריגן זומפ, שרייבענדיג די שורות בין איך שוין בּ''ה %90 אויסגעהיילט כן יעזור ה' להלאה.
וואלט איך געוואלט ארויסברענגען עטליכע נקודות פון מיין עקספריענס,
1) עס איז אומגלויבליך וויפיל 'נארמאלע' מענטשן ליידן ליידער היינט צוטאגס אויף די סארט מחלות, ווען איר קענט מיר ווען וואלט איר נישט גע'חלומ'ט אז איך האב אזאנס דורכגעמאכט, איך בין א סוקסעספולע געלונגענע אינגערמאן מיט תורה וגדולה, געשמאק און פראדאקטיוו, באמת פון די אויבערשטע פון שטייסל.
2) על אף די גאנצע דורכגאנג האט עס מיר נישט געשאדט פאר א שידוך כי הוא זה.
3)דער באשעפער דער בורא רפואות האט געגעבן א מורא'דיגע מתנה פאר אונזער דור 'מעדיצין', עס איז ממש א רחמנות אויף די אידן וואס ליידן נעבעך און גייען זיך נישט היילן ביים דאקטאר, נעמט מעדיצין! קיינער (אפילו דו ווייב) מוז דערפון נישט וויסן.
4) אויב זענט איר נישט צופרידן פון אייער טעראפיסט קוקט די ערשטע זאך צו ער איז לייסענסד, און מאכט נאר פנים אל פנים סעסיעס.
5)אויב זעהט איר נישט קיין ערענסטע פראגרעס נאך 6 חדשים טוישט צו א צווייטע לייסענסד טעראפיסט.
6) עלטערן נעמט דאס נישט פאר לייכט! אין אייער דור איז נישט געווען האלב פון די פראבלעמען וואס עס איז היינט דא.
הכו''ח 'שלמה בנציון'

בנציון שלמה
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 1:21 pm

תגובהדורך בנציון שלמה » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 2:32 pm

please feel free to leave your relevant comments

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 3:00 pm

זייער שיין געשריבן, אבער איר ברענגט נישט קיין ספעציעלע עצות אדער וואס צו קאמענטארן.

בנציון שלמה
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 1:21 pm

תגובהדורך בנציון שלמה » זונטאג אוקטובער 07, 2018 6:45 pm

ארויפגעברענגט לכבוד דעם וואס ר' שאול קליין ליינט פאר דעם בריוו אויף קול מבשר, קאמענטארן זענען אפרישיעטעד דא אדער אין אישי (העכסט קאנפידענשאל)

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » זונטאג אוקטובער 07, 2018 6:47 pm

בנציון שלמה האט געשריבן:ארויפגעברענגט לכבוד דעם וואס ר' שאול קליין ליינט פאר דעם בריוו אויף קול מבשר, קאמענטארן זענען אפרישיעטעד דא אדער אין אישי (העכסט קאנפידענשאל)

ווי, אויפ'ן היינטיגען שיעור?
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

בנציון שלמה
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 1:21 pm

תגובהדורך בנציון שלמה » זונטאג אוקטובער 07, 2018 6:52 pm

יא, א המשך פון פאריגע וואך

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 12:08 am

ישר כח. איר האט געשריבן :עס איז ממש נישט געווען א סקונדע אין טאג וואס איך האב עס נישט געפילט אינדערהיים אין ביהמ'''ד און וואו נישט.
וואס האט איר געפיעלט?
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט