דייעט Nutrition by Tanya

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

Burach_Nussen
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 07, 2008 3:41 pm

דייעט Nutrition by Tanya

תגובהדורך Burach_Nussen » דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 11:20 pm

אינטערעסאנט צו הערן אויב ס'דא איינער דא וואס איז געווען אדער איז אויף די דייעט.
ס'געווארן לעצטענס אויפגעכאפט און מ'זעהט איר השגחה אויף פראדוקטן.
זי האט אפיסעס אין אלע היימישע געגענטער אין נ.י.

האט איינער עקפיריענס מיט זיי?

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 720
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 8:32 pm

תגובהדורך דע מה שתשיב » מוצ"ש דעצמבער 09, 2017 6:43 pm

סתם אינטערעסאנט, אויב דער אשכול איז געעפנט געווארן אוגוסט 3, וויאזוי האט ער זיך ארויפגעריקט ביז אהער?

Burach_Nussen
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 07, 2008 3:41 pm

תגובהדורך Burach_Nussen » מוצ"ש דעצמבער 09, 2017 7:02 pm

כ'האב גע'שתדל'ט עס צו האלטן אויבן אן. אפשר דאך וועט זיך איינער מרחם זיין.
הגם כ'האב גלייך באקומען ענטפערס אין אישי.

שטיפן צייט
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 2:57 pm

תגובהדורך שטיפן צייט » מוצ"ש דעצמבער 09, 2017 8:44 pm

דער עולם האט מורא צו שרייבן אין דעם אשכול מחמת גילוי

Burach_Nussen
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 07, 2008 3:41 pm

תגובהדורך Burach_Nussen » מוצ"ש דעצמבער 09, 2017 9:58 pm

:smile:

מצפים לישועה
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » מאנטאג ינואר 08, 2018 11:29 am

וואס איז די כללים פון דעם דייעט?

אוועטאר
פעטער שמואל
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » זונטאג נובעמבער 11, 2018 8:30 am

מצפים לישועה האט געשריבן:וואס איז די כללים פון דעם דייעט?

מען דארף עסן און טרונקן א גאנצע טאג כדי צו האלטן די מאטעבוליזם און פארדייען סיסטעם אקטיוו. עס טאר נישט דורכגיין צוויי שעה אהן עפעס נעמען אין מויל. מען דארף אבער עסן נאר געזונטע זאכן (פון די טאניא ברענד וואס קאסט א הון תועפות )

למעשה האבן מענטשן שיין פארלוירן אויף דעם דייעט ווילאנג מען האט זיך געהאלטן אויף עס. אבער איינמאל מען לאזט נאך ווערט שווער צוריקצוגיין. א דייעט מוז ארבעטן צו בארואיגן די תאוות האכילה און מען זאל ווערן א מסתפק במועט. דער דייעט לערנט גאר אויס צו עסן אסאך.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6123
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג נובעמבער 11, 2018 10:33 am

פעטער טייערער, איר זענט מעגליך אביסל מיסאינפארמירט.

היות איך בין אויף (?) די טאניא דייעט, וועל איך עס אביסל אויסקלארן.

1. די טאניא דייעט איז בעצם א רעגולער, און אפילו טראדיציאנאלע דייעט זייער ענליך צו start fresh און weight watchers דהיינו, זייער באלאנסירט, מער קאלארי אריאנטירט ווי קארב אדג. די איינציגע חידושים זענען ביהעיוויארל, ליין ווייטער וועסטו פארשטיין.

2. די דייעט פארלאנגט ׳איבערהויפט נישט׳ צו עסן א גאנצן טאג, עס ערלויבט אבער, און רכקאמענדירט אפילו, א סנעק בין עס ל׳עס. די טעם איז א ריין פסיכיאלאגישע: עס גיבט דעם געפיהל אז שטענדיג קענסטו עפעס נעמען אין מויל, ביסו נישט דעפרייווד.

3. די דייעט פארלאנגט מען זאל ׳לאגן׳ (אראפשרייבן) די מאלצייטן, און איינמאל אין א וואך צוויי איז דא א weigh in א יום החשבון ווען מען טרעפט זיך מיט איינע פון די טאניא מיטארבעטער, מען וועגט זיך, מען גייט איבער די מאלצייט רשימה, מען זעהט וואס עס ארבעט ביי דיר אין וואס נישט, מען טוט עס שטענדיג מאדיפיצירן לויט די פארלאנגן און פרעפערנצן פונעם קליענט. כמובן די עצם חשבון הנפש, לאגן וכדומה העלפט פיהל צו צום סוקסעס.

4. די tap פראדוקטן: אמת די פראדוקטן ווערן שטארק פראמאטעד, און עס איז היבש טייער, שמורה מצה פרייזן ... אבער מען קען זיך בהחלט אן עצה געבן אן דעם. ומה גם ס׳יז פארהאן גענוג געהעריגע פראדוקטן פון די אלגעמיינע קאמפעניב וועלעכע זענען אפיציעל ׳טאניא אפראווד׳ און עס קאסט געהעריגע פרייזן.

5. קאלאריעס: טאניא דייעט לייגט א שטרענגע דגוש ׳נישט׳ צו ציילן קיין קאלאריעס, און ׳נישט׳ אפוועגן דאס עסן. ווידער צוליב פסיכיאלאגישע סיבות, דער מענטש זאל נישט שפירן ווי מיליטעריש קאנטראלירט. כמובן איז אבער דער פראגראם כשלעצמו געבויעט אויף קאלאריע מאסן, אבער דאס איז נאר ׳אנדער די הוד׳ עס ווערט קיינמאל געפרעדיגט.

אובער די ׳אסאך עסן׳ פענאמענען. למעשה מיט וויפיל קליענטן איך האבגערעדט, דערווייל עכ״פ, האבן זיי זיך אפגעוואוינט פון קרעיוון, די פועל יוצה, זיי עסן גאנץ ווייניג, לאזן אויס די סנעקס, צו די (באהאלטענע) פרייד פון די נוטרישאניסטן.

והעיקר, יעצט איז דאס ׳די פלעיוואר אוו די מאנט׳ און ווילאנג מען איז מצליח דערויף איז גוט.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
פעטער שמואל
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » זונטאג נובעמבער 11, 2018 10:56 am

שטארק זיך האט געשריבן:4. די tap פראדוקטן: אמת די פראדוקטן ווערן שטארק פראמאטעד, און עס איז היבש טייער, שמורה מצה פרייזן ... אבער מען קען זיך בהחלט אן עצה געבן אן דעם. ומה גם ס׳יז פארהאן גענוג געהעריגע פראדוקטן פון די אלגעמיינע קאמפעניב וועלעכע זענען אפיציעל ׳טאניא אפראווד׳ און עס קאסט געהעריגע פרייזן.

והעיקר, יעצט איז דאס ׳די פלעיוואר אוו די מאנט׳ און ווילאנג מען איז מצליח דערויף איז גוט.


יישר כח פארן אויסקלארן די דעטאלן.
א קרוב מיינער וואס איז אויף די דייעט זאגט מיר אז די 'טשיז סנעק' וואז זיי פארקויפן קומט פון מהדרין נאר זיי האבן ארויפגעלייגט זייער אייגענע לעיבעל און זיי בעטן דערפאר 5 דאללער אנשטאט די געהעריגע פרייז פון $3.29.

עניוועי, 'שטארק זיך' און האב אסאך הצלחה אויפן דיעטע.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6123
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג נובעמבער 11, 2018 2:36 pm

קען זיין, אבער איך האב דערווייל נאכנישט געזעהן 'טשיז סנעק' פון טאניא, אפשר מיינט יענער 'סטארט פרעש' אדער 'גלאבל', ווארום די קאמפעניס האבן א טשיז סנעק סארט קיכל.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט