קומי עורי ארג.

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

קומי עורי ארג.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליינער »

איך זוך מער אינפארמאציע
איינער וואס איז שוין געפארען מיט זיי קיין שווייץ
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

קומי עורי האט לעצטנס אנגעהויבן זייערע אקטיוויטעטן אין ניו יארק.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

קוק דא מילוי טופס
פאר מער פרטים

זייער אדרעס איז: Richtstattweg 3, 7270 Davos,
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

פאר וועמען איז עס געאייגנט? קען איינער געבן מער אינפאו איבער זיי?
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

פאר וואסערע דיזיז ל"ע איז עס געמאכט?
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

דאָס האָב איך געשריבן פאַר ליינער אין אישי
פאראינטערסירט האט געשריבן:דיסקלעימער! די פרטים וואָס כ'שרייב זענען נישט פונקטליך זינט איך האָב עס נאָר מיטגעהאלטן ביי מיין'ס א חבר.

קומי עוֹרי - עוֹר חדש (נישט אוֹרי אזוי ווי אין לכה דודי, נאָר עוֹרי ע"ש די עוֹר=הויט=סקין) איז אן ארגאניזאציע געגרינדעט לשם מצוה דורך א איד בורנשטין פון לאנדאן וואס זיינס א קינד האט געהאט שרעקליכע עקזימע און אַסטמא, ער האָט פרובירט אלע רפואות און נאַטוּרליכע זאַכן אבער עס האט נישט צופיל געהאלפן,
ביז ער האָט פרובירט דאַוואָס שווייץ און דאָס האָט זייער שטארק געהאָלפן פאַר זיין קינד, דאָס איז צוליב די ספעציעלע קוואַליטעט פון​ לויטערע לוּפט אין דאַוואָס, (אין אנדערע פלעצער אין שווייץ איז די לוּפט נישט אזוי גוט ווי דאַוואָס),

די פעולות פון קומי עוֹרי זענען אזוי:

זײ פאַרמאָגן א שטיקל בילדינג אויפן באַרג, זיי שטעלן דארטן צו, מיטה, כסא, שלחן, ומנורה, ביהמ"ד, מקוה, מנינים, עסן, דאקטוירים, ועוד, פאַר גאָר א ביליגן פרייז, (אויב כ'געדענק גוּט איז עס געווען פאַראיאָר $700!! - די יאָר ווייסעך נישט די פרייז) פאַר פיר וואכן אינקלודעט עסן שלאפן און אקטיוויטעטן,
נ.ב. פאַר אן אמעריקאנער איז נישט אזוי צוגעפאַסט די גאנצע ווערטשאפט מיט די שטובער ביה"כ און לאָנטש רוּם, עס איז מער איזרעלי סטייל.... גראַדע געהערט אז דאָס יאָר האט ער עס געמאכט מער צוגענגליך פאַר אמעריקאנער,

זיי שטעלן צו אקטיוויטעטן פאַר די קינדער און עלטערן,
זיי האָבן אויך ספעציאליסטן פאַר עקזימע און אנדערע הויט פראבלעמען אויפן פּלאַץ, די ספעציאליסטן שמירן יעדן טאג געוויסע קריעם'ס אויף די הויט,
דאס שמירן און בעיקר די לוּפט אין דאַוואָס העלפט שטאַרק ארויס מיט אויסהיילן אדער כאָטש גרינגער מאַכן די פראבלעמען,

עקספיריענס:
מיין א חבר'ס קינד האט שטארקע עקזימע און אַסטמא,
ער איז געווען אין דאַוואָס שווייץ אויף פיר-פינף וואָכן, ווען דאס קינד איז אהיים געקומען איז עס געווען ממש אויסגעהיילט! נישט צום דערקענען, עס האָט אנגעהאלטן פאר א דרייפערטל יאר, נאך א דרייפערטל יאָר זענען די עקזימע אויסשלאגן אביסל צוריק געקומען, אבער אפי' צוריקגעקומענערהייט איז עס געווען אסאך אסאך בעסער ווי פאַרדעם,

-מענטשן זאָגן אז נאכן גיין עטליכע מאָל דאָרטן גייט עס אינגאנצען אוועק,-

נ.ב מיין חבר איז נישט איינגעשטאנען אינעם קומי עוֹרי בילדינג/האָטעל, נאר ער האט געדינגען א הויז אין די געגנט, אבער הנאה געהאַט פון די סערוויסעס פון קומי עוֹרי, (ביהמ״ד, ספעציאליסטן, אקטיוויטעטן, וכו')
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 7:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא איך »

איך וויל דא קלאר מאכען עס איז דא א איד אין לאנדאן א גרויסע גביר צו אים באלאנגט דאס פלאץ אין ער געט דאס אוועק לשם מצוה פאר אידען מיט דעם פראבלעם פאר גאר ביליג
קומי עוֹרי דינגט דאס פין אים פאר צוויי חדשים תמוז אין אב אבער מען קען גיין דארט א גאנץ יאר אן קומי עוֹרי אין עס איז דא געהעריג מנין מען קען גיין פאר תמוז אין מען קען גיין נאך אב
למשל היי יאר גייען זיין דארטן א מנין ראש השנה יום כיפור אין סוכות
יעצט עס איז דא מעלות לכאן ולכאן
אן קומי עוֹרי איז עס אסאך ביליגער אבער דארפסט מיט ברענגען עסען אבער עס איז נישט געפערליך מען קען קויפן דארטן אויכט
מיט קומי עוֹרי אביסעל טייערער יעצט די עסן חלק עס איז אן ארגענזעשען וואס מיטשעט זיך מיט געלט זיי לאזען אסאך מאל איבער פלייש אין פריזער פין איין יאר צום צווייטען איך ווייס
נישט צו איך וואלט עס געגעסן
נאכדעם זיי פירען א שטערענגע מצב די קענסט נישט טוען וואס די ווילסט עס איז דא א צייט ביז ווען מען עסט ביינאכט פין א געוויסע צייט טאר מען זיך מער נישט דרייען אינטון בקיצור
ביסט צוריק אין ישיבה
יעצט פארוואס מען זאל גיין מיט זיי איז די אייינציגסטע סיבה וויל זיי פארשטייען זייער גוט צו דעם אין זיי טוען פארשידענע זאכען דאס צוהיילען אבער די עכטע סיבה פארן אהינגיין איז די ליפט וואס דאס היילט אין יעדער זאל באשליסען וואס ער וויל
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

יא איך האט געשריבן:איך וויל דא קלאר מאכען עס איז דא א איד אין לאנדאן א גרויסע גביר צו אים באלאנגט דאס פלאץ אין ער געט דאס אוועק לשם מצוה פאר אידען מיט דעם פראבלעם פאר גאר ביליג
קומי עוֹרי דינגט דאס פין אים פאר צוויי חדשים תמוז אין אב אבער מען קען גיין דארט א גאנץ יאר אן קומי עוֹרי אין עס איז דא געהעריג מנין מען קען גיין פאר תמוז אין מען קען גיין נאך אב
למשל היי יאר גייען זיין דארטן א מנין ראש השנה יום כיפור אין סוכות
יעצט עס איז דא מעלות לכאן ולכאן
אן קומי עוֹרי איז עס אסאך ביליגער אבער דארפסט מיט ברענגען עסען אבער עס איז נישט געפערליך מען קען קויפן דארטן אויכט
מיט קומי עוֹרי אביסעל טייערער יעצט די עסן חלק עס איז אן ארגענזעשען וואס מיטשעט זיך מיט געלט זיי לאזען אסאך מאל איבער פלייש אין פריזער פין איין יאר צום צווייטען איך ווייס
נישט צו איך וואלט עס געגעסן
נאכדעם זיי פירען א שטערענגע מצב די קענסט נישט טוען וואס די ווילסט עס איז דא א צייט ביז ווען מען עסט ביינאכט פין א געוויסע צייט טאר מען זיך מער נישט דרייען אינטון בקיצור
ביסט צוריק אין ישיבה
יעצט פארוואס מען זאל גיין מיט זיי איז די אייינציגסטע סיבה וויל זיי פארשטייען זייער גוט צו דעם אין זיי טוען פארשידענע זאכען דאס צוהיילען אבער די עכטע סיבה פארן אהינגיין איז די ליפט וואס דאס היילט אין יעדער זאל באשליסען וואס ער וויל

איך בין נישט אזוי גוט באַקאַנט אין די פרטים,
אבער דאָס וואָס איהר זאגט אז מיט קומי עוֹרי איז עס טייערער, איז מיר זייער אינטרעסאנט, ווייל קומי עוֹרי בעט ס"ה $700 פאר 4 וואכן!!! א קנאַפּע $175 פּער וואך!
און געדענק דאס אינקלוד עסן! דריי מיעלס א טאג, 7 טעג א וואך,
איין פשוט'ע גראסערי ארדער אין שווייץ קומט אויס אסאך טייערער כידוע אז די פרייזן זענען דארטן זייער טייער,

און דאָס אינקלוד כאמור אקטיוויטיס פאר די קינדער, ספעציאליסטן וואס שמירן די הויט פון די קינדער מיט ספעציעלע קריעם'ס, ועוד,

דא האט איהר א סקרין שאַט פון די רעגיסטראציע פאר פארום וואס שמו האָט אראָפּגעבּרענגט, עס קאסט ₪2600 פאר אן עדאלט, =$735
₪2200 פאר א קינד =$621
אטעטשמענטס
Screenshot_20170707-122428~2.png
Screenshot_20170707-122428~2.png (217.15 KiB) געזען 3913 מאל
Screenshot_20170707-124022~2.png
Screenshot_20170707-124022~2.png (91.92 KiB) געזען 3913 מאל
Screenshot_20170707-124036~2.png
Screenshot_20170707-124036~2.png (84.06 KiB) געזען 3913 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 7:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא איך »

אבער דע פלאץ אליין בעט 500$ פאר 4 וואכען פאר איין גאנצע משפחה דאס מיינט מאן אין ווייב מיט דיינע אלע קינדער
אין איך מיין אז היי יאר זענען זיי ארויף מיט די פרייז
אין איך האב געשריבען אז מען קען אליין מיטברענגען עסען
אין עס איז נישט ממש אזוי אז עס איז אזוי טייער מען דארף וויסען וואס צו קויפן אין ווי צו קויפן
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: קומי עורי ארג.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

דא איז זייערע וועבסייט אויב עס איז איינעם נוגע.
https://atopic-d.org/

קוקט אויס אז היינטיגע צייטן זענען זיי א הילף פאר אלע עקזימע פראבלעמען.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: קומי עורי ארג.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

כהיום קען מען שוין אגאנץ יאר קיין דאוואס, כסדר דא מנינים, עס איז דא אידישע האטעל וואס שטעלט אויך צו עסן אדער קען מען באשטעלן פון ציריך
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”