עלעקטראנישע ציגארעטן pros & cons

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

מנוחה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 9:01 pm

עלעקטראנישע ציגארעטן pros & cons

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנוחה ושמחה »

ווי נאר א טאג עס גייט אריבער טשעפענען זיךמער מענטשן צו צום עלעקטערישן ציגאר, טייל לאזן אפ דער טראדיצאנאלע ציגאר אנדערע בלייבן דערמיט
איך עפן דעם אשכול צו געבן א פלאטפארמע פארן עולם אריינצו-ווארפן זייער מיינונג איבער די נושא
איז עס געזונטער?
איז עס גאר שעדליכער?
דאס וואס דער רעגירונג קומט מיט שרעקעדיגע סטראשונגען דערקעגן, איז דאס צוליב דער לאביאיסט גרופע פון פיליפ מאריס - דער קעניג פון די טראדיציאנאלע ציגארעס?
איז שייך סעקאנד הענד סמאקינג?
וועיפינג באדערט פאר די ארומיגע?
איז עס אויסגעהאלטן צו רייכערן אין געגנווארט פון די ווייב אין קינדער אדער תלמידים?
איז עס מער עדיקטיוו?
איז פארהאן א פראבלעם פון כשרות ווען מ'קויפט אן ליין?
איז אנליין פרודוקטן ערגער אדער בעסער פון די היימישע געשעפטן?
אדרבה ברענגט ארויף נושאים און לאמיר דאס קלאר מאכן.
אבער ביטע קלארע פאקטן און באווייזן נישט קיין השערות און געפילן
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

ענדלעך ברעגט איינער ארויף דעים נושא דא אויפען וועלטעל!
איך האב נישט קיין מיינונגען און קיין דיעות... נאר איין זאך ווייס איך אז כ'שמעק מער נישט פון ציגערעטלעך (נאכדערצו און דער ווינטער... ווער ס'פארשטייט פארשטייט!) און איך קען בעסער אטעמען!

וואס כ'האב יא געזעהן אז ס'איז אסאך מער עדיקטיוו ווי רעגולער סיגערעטס.
איזי
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

ווייל מען קען עס ניצן איבעראל
אוועטאר
שלום זכר
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2017 7:03 am
לאקאציע: שלום זכר בונדל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום זכר »

איך מיין אז אויף עטליכע ערעפלעינס לאט מען מער ניש עס ארויפברענגען
פון וואו ווייסט מען אז שלום איז א זכר?
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

שלום זכר האט געשריבן:איך מיין אז אויף עטליכע ערעפלעינס לאט מען מער ניש עס ארויפברענגען

מען לאזט עס ארויף ברענגען אבער השמר והזהר עס צו רייכערען
איזי
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

גראדע געווען אין די נייעס היינט אז די פאבליק העלט וועילס פון ענגלאנד וויל אז מ'זאל נישט מעגן פארקויפן "זיסע" פלעיווערס וויבאלד עס ציט די יונגווארג.

מנוחה ושמחה האט געשריבן:דאס וואס דער רעגירונג קומט מיט שרעקעדיגע סטראשונגען דערקעגן, איז דאס צוליב דער לאביאיסט גרופע פון פיליפ מאריס - דער קעניג פון די טראדיציאנאלע ציגארעס?

ס'קען זיי אז זיי האבן געהאט א טייל אין די מערכה, אבער פיליפ מאריס אליין איז ארויסגעקומען מיט זייער ווערסיע פון אי סיגרעטס נישט אזוי לאנג צוריק
...
מנוחה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 9:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנוחה ושמחה »

דער עף.די.עי. לאזט דאס נישט בשום אופן רייכערן אויף קיין שום פליגער (רשעות) מן הסתם אלץ לא פלוג לעצטענס האבן זיי עס שוין אויך ארויף געלייגט אויף דער אוטאמאטישע פלייט סעיפטי ווידיא אויכעט
אבער תכלית איז דאס שעדילך נישט אזוי שעדליך ווי שעדליך אדער גאר געזונט!
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

איך האב דאס שוין כמה פעמים געניצט אויפן פליגער אן קיין אינצידענט, מען דארף נוצן אביסקעלע סייכעל און אלעס איז מסודר...

1. בשום אין אופן נישט נוצן אין בית הכבוד, דאט האבן זיי דיטעקטערס.
2. רוקט אראפ די קראפט צו א שוואכע נומער, עס זאל נישט קומען צופיל רויעך
3. מאכט זיכער אז קיינער קוקט נישט...
4. ציעט אריין אביסל
5. האלט עס אין די לונגען די מערסטע וואס דו קענסט, (עס וועט דיר מאכן ברויכן ווייניגער מאל ציען אויפאמאל און עס וועט אויך פארטיליגן רוב פון די רויעך)
6. בלאזט ארויס שטייטעלעך כדי אויב עס איז געבליבן עפעס רויעך זאלט איר קענען קאנטראלירן וואו עס זאל גיין.

וחוזר חלילה...

אויב זענט איר געווען סוקסעספול און איר זעהט אז די רויעך וואס איר האט ארויסגעבלאזן איז נישט געווען צו דיק קענט איר אביסל ארויפרוקן די קראפט, הכל לפי הענין...

וואס נישט צו טוהן...
דעקט אייך נישט איבער מיט א דאכענע צו בלאזן ווייל איר וועט נישט קענען זעהן ווער עס זעהט אייך... און די רויעך דערשרעקט זיך נישט פון די דאכענע און עס וועט ווערן א פחד אויפן פליגער ווייל די רויעך וועט זיך צושפרייטן און אויאמאל ארויסקריכן פון אלע זייטן פונעם דעקע און וועט אויסזעהן ווי א פייער...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28198
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שיינע מעשה דאס, לערנט אויס ברבים וויאזוי צו טוהן אומלעגאלע זאכן
אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רביש »

מה פתאום??? האט געשריבן:1. בשום אין אופן נישט נוצן אין בית הכבוד, דאט האבן זיי דיטעקטערס.


מעשה שהיה נישט איינמאל און נישט צוויי מאל בין איך געווען אויפן פליגער און גערייכערט פאר איבער א שעה און ס'גארנישט געשען.... ס'שטותים ס'נישטא קיין דיטעקטער'ס פאר די רויעך פון א אלעקטרונישע ציגרעטל...
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...
מענטש
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 26, 2009 6:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענטש »

קוקענדיג אויפן קעפל האב איך געמיינט אז מען שמועסט דא אויס די געזונטהייט פראבלעמען/מעלות פונעם עלעקטאראנישען ציגארעטעל, דערווייל איז די גאנצע מדובר דא עצות ווי אזוי צו רייכערען אויפן פליגער...
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

מענטש האט געשריבן:קוקענדיג אויפן קעפל האב איך געמיינט אז מען שמועסט דא אויס די געזונטהייט פראבלעמען/מעלות פונעם עלעקטאראנישען ציגארעטעל, דערווייל איז די גאנצע מדובר דא עצות ווי אזוי צו רייכערען אויפן פליגער...

מענטל העלט מיינט אויך געזונטהייט... פאר א סמאקער אהן א סיגארעט צוועלף שעה קען עס אריינגיין בגדר סכנה!

איינע פון די סיבות פארוואס איך מאך אייביג סטאפס!
איזי
מנוחה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 9:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנוחה ושמחה »

מענטש האט געשריבן:קוקענדיג אויפן קעפל האב איך געמיינט אז מען שמועסט דא אויס די געזונטהייט פראבלעמען/מעלות פונעם עלעקטאראנישען ציגארעטעל, דערווייל איז די גאנצע מדובר דא עצות ווי אזוי צו רייכערען אויפן פליגער...

גערעכט!
איז לאמיר אריינקריכן:
איך בין געווען א מיטלמעסיגע רויכערער און איך האב געהאט א גוטע ביישפיל פון די זייט-ווירקונגען (סייד עפעקט'ס) פון ציגערעטלעך, זעהנדיג מיין טאטע - אויך א רויכערער - ווי ער מוטשעט זיך שוין יאהרן מיט הארץ פראבלעמען ער איז שוין אדורך פארשידענע אפעראציע'ס און אפגעלעגן אין שפיטעלער, ב''ה ער האלט זיך היינט זייער געזונט צו לאנגע געזונטע יארן (און היינט רויכערט ער טאקע כמעט נאר די עלקטראנישע).
מיין שאלה איז צו מיטן אריבער גיין צו עלעקטראנישע בין איך ווייניגער אין ריזיקע פון אזעלעכע געזונטהייט קאמפליקאציעס אדער דער ניקאטין זעלבס'ט איז פונקט אזוי שעדליך ווי פארברענטע בלעטער און פאפיר.
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

די ניקאטין איז נישט שעדליך.
די ניקאטין איז פשוט די 'אדיקשען'.

די שעדליכקייט פון ציגרעטליך איז די רויך וואס איז נישטא ביי (רוב פון) די עלעקטראנישע.

דערווייל ווייסט מען נישט פון קיין ערנסטע געזונטהייט ריזיקעס פון די עלעקטראנישע.
די אקטיוויסטן דערקעגן ווילן יא אויפווייזן אז ס'ברענגט וואסער אין די לונגען.

דיסקלעימער;
איך שרייב פון זכרון ארויס, מעגסט מיר אפפרעגן, אבער איידל.
...
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

א יעדע ארטיקל וואס איך לייען אנטקעגן וועפינג ברענגען זיי נאר ארויס אז ניקאטין איז שעדליך פאר יונגווארג וואס זייער מוח איז נאכנישט פולשטענדיג אנטוויקלט.... אין וועגן דעים פיהרן זיי א מערכה כבידה אז יונגע מענטשן ווערן צו געצויגן צו דעים.
איזי
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

מיט וואס איז ניקאטין שעדליך?
...
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

עס איז בערך אזוי שעדליך ווי קענדיס און לאליס... בכלל נישט אין ליין מיט ציגארעטלעך. א גלעזל מאראנצן זאפט איז ארגער לכל הדעות.
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

אלזא מיט וואס זאגן זיי אז ס'איז שעדליך?
...
אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רביש »

זיי זאגן אז די וועפ קען מאכן וואסער אין די לונגען..
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

די עיקר טענה איז וואסער אין די לונגען וואס איז קיינמאל נישט געפראווט געווארן. די נטורי קרתא סטייל סייטס פרובירן צו זאגן אז עס קען מאכן עפעס א געוויסע קענסער אבער דאס האט נישט קיין שום פרוף.

אין פאקט האט שוין ענגלאנד געמאכט א אפיציעלע געזעץ וואס שטיפט רויכערער אריבערצוגיין צו אי סיגארעטס.

די פראבלעמען וואס עס קען יא שאפן לויט טייל איז פאר מענטשן מיט הארץ פראבלעמען. און פאר פרויען אין ספעציעלע צייטן.

ווען דו מאכסט א אויבנאויף סוירטש אויף גוגל קומט ארויס שרעקליך צומישטע רעזולטאטן, כמעט נישטא א נושא וואס איינער איז אזוי ווייט פונעם צווייטן. פון געוויסע זייטלעך קען אויסקוקן ווי עטליעסט טויזנט מענטשן זענען שוין געשטארבן אדאנק די אי סיגארעטלעך...

ווען איך האב געזאגט אז עס איז נישט ערגער ווי קענדיס האב איך גערעדט פון די ניקאטין וואס די עיקר פראבלעם דערפון איז אז עס איז אדיקטיוו. נו שוין, אייוועלט איז אויך אדיקטיוו...

עס זענען דא אנליין פירמעס וואס פארקויפן די ליקוואדס מיט כעמיקאלן אריינגעמישט אבער די היימישע פירמעס טוען דאס נישט. און אפילו די טראפן וואס אנטהאלטן אין זיך די קעמיקאלן זענען ווייט נישט אזוי שעדליך ווי אונזערע אלט באקאנטע פריינט די ציגארעטלעך בכבודם ובעצמם.

מען קען מאריך זיין מער אבער אויף יעצט ביי....
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

און מיינע אויגן (מויל) איז עס ווי פארווע טשיס קעיק אדער פארווע ווארשטלעך.........
א ציגרעטל איז א ציגרעטל!!
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

וויפיל קאסט דער אי-סיגרעט און ווי קויפט מען עס?
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
תמימות'דיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמימות'דיגער »

טראבל מעיקער האט געשריבן:ענדלעך ברעגט איינער ארויף דעים נושא דא אויפען וועלטעל!


עיין פה ויש להרחיב
כ'בין א תם - נישט א נער
אוועטאר
תמימות'דיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמימות'דיגער »

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:וויפיל קאסט דער אי-סיגרעט און ווי קויפט מען עס?


וועב-זייטלעך איז דא אויף אלע זייטן. אבער דער בעסטע איז צו קויפן אין א געשעפט. געשעפטן איז אויך דא אין אלע זייטן אבער מ'דארף זוכן פאר א געשעפטסמאן א מומחה, ווייל ס'איז דא זעהר אסאך בחינות פון אי-סיגס און יעדער האט א אנדערע טעיסט דערביי.

א גוטע מאשין דארף קאסטן לכה"פ 50 דאללער.
כ'בין א תם - נישט א נער
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

דראפ סמאוק האט די מעלה אז מען קען באשטעלן אנליין

אייסיג טראפן האב איך בעסער ליב.
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”