Melatonin

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

VCF
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 3:41 pm

Melatonin

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך VCF »

האט איינער א קראנטע מקור צו מען מעג געבן מעלאטאנין פאר בעביס?
אדער אייגענע ערפארינג איבער דעם?
אוועטאר
כסליו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 7:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כסליו »

וועלכע עידזש בעיביס רעדסטו?
די נס חנוכה איז געווען אין "כסליו"
VCF
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 3:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך VCF »

כסליו האט געשריבן:וועלכע עידזש בעיביס רעדסטו?


יעצט איז נוגע א 10 חדשים׳דיגע,

אבער איך וואלט געפרעגט אפילו א בעבי פון 1 חודש.
אוועטאר
כסליו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 7:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כסליו »

מיין ערפארונג איז נישט צו געבן, אונטער א יאר, איך האב געציטערט, ווען מיין רעבעצן האט עס איימאל געגעבן פאר מיין קליינעם.
די נס חנוכה איז געווען אין "כסליו"
VCF
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 3:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך VCF »

איך גיב איך בין נייגעריג צי וויסן אויב עס איז פארהאן א רעקאמענדעד דאסע (dose)
אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקעלע »

כסליו האט געשריבן:מיין ערפארונג איז נישט צו געבן, אונטער א יאר, איך האב געציטערט, ווען מיין רעבעצן האט עס איימאל געגעבן פאר מיין קליינעם.

וואס פאר א שלעכטע ערפארונג האסטו געהאט פון געבן אונטער א יאר?
אוועטאר
כסליו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 7:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כסליו »

די פחד וואס מיר האבן געהאט, ווען דאס קינד איז געשלאפן מער ווי צוועלף שעה, ווען געווענליך נאך 3 - 4 שעה, פלעגט זיך דאס קינד אויפוועקן בעטן עסן.
די נס חנוכה איז געווען אין "כסליו"
אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקעלע »

Wow! וויפיל האט זי געגעבן?
אוועטאר
כסליו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 7:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כסליו »

א קלייניגקייט ממש גארנישט,זייט דעמאלטס האט זי א פאביע דערפון, זי פריידט זיך אז דאס קינד איז אויף, אפילו עס וויינט.
די נס חנוכה איז געווען אין "כסליו"
להתודע ולהגלות
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 13, 2017 4:27 am

להתודע ולהגלות מעלאטאנין דאסע (dose) פאר קינדער סעפטי בדוק ומנוסה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להתודע ולהגלות »

טאמער ווילסטי געבן מעלאטאנין פאר קינדער סעפטי און שנעלע און גוטע ווירקונג טו ווי פאלגנד:
נישט קיין חילוק די עלטער צו 1 חודש אדער 1 יאר אדער אפי' ביז 3 יאר די דאסע (dose) איז די זעלבע
קויף מעלאטאנין "טראפן" דוקא וואס יעדע טראפ עקסטער (נישט די גאנצע דראפער נאר יעדע איינציגע טראפ באזונדער) איז נישט מער פון 0.25 MG רעקאמענדירד די "מעל או דראפ" פון מאקסי העלטׁ (וואס יעדע טראפ באזונדער איז נישט מער פון: 0.10 MG)
(Maxi Health Mel-O-Drop - Melatonin - Vanilla Flavor - 2 Fluid Ounce Bottle )
לייג אריין אינעם מויל פונעם קינד "נישט מער ווי 1 טראפ" און די קינד וועט איינשלאפן אין אפאר מינוט רואיג און דערנאך זיך אויפוועקן גרינג און קיין שום פראבלעמען און פחדים..
להתודע ולהגלות
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 13, 2017 4:27 am

להתודע ולהגלות מעלאטאנין פאר קינדער סעפטי בדוק ומנוסה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להתודע ולהגלות »

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2957
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

להתודע ולהגלות האט געשריבן:טאמער ווילסטי געבן מעלאטאנין פאר קינדער סעפטי און שנעלע און גוטע ווירקונג טו ווי פאלגנד:
נישט קיין חילוק די עלטער צו 1 חודש אדער 1 יאר אדער אפי' ביז 3 יאר די דאסע (dose) איז די זעלבע
קויף מעלאטאנין "טראפן" דוקא וואס יעדע טראפ עקסטער (נישט די גאנצע דראפער נאר יעדע איינציגע טראפ באזונדער) איז נישט מער פון 0.25 MG רעקאמענדירד די "מעל או דראפ" פון מאקסי העלטׁ (וואס יעדע טראפ באזונדער איז נישט מער פון: 0.10 MG)
(Maxi Health Mel-O-Drop - Melatonin - Vanilla Flavor - 2 Fluid Ounce Bottle )
לייג אריין אינעם מויל פונעם קינד "נישט מער ווי 1 טראפ" און די קינד וועט איינשלאפן אין אפאר מינוט רואיג און דערנאך זיך אויפוועקן גרינג און קיין שום פראבלעמען און פחדים..

ביטע אויסקלארן אויף וואס אייער הנחה אז דער דאוז איז סעפטי איז געבויט אויף.

נישט אז כ'זאג אז ס'איז נישט, נאר ס'איז א אפענע דעבאטע, און איר לייגט אראפ א שטעלונג דערין, ביטע אנצייגן אויף וואס איר בויט.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

דר. ווערצבערגער אין קר"י האלט אז ס'איז סעיף, און פארשרייבט גאר הויכע דאזעס פון 6 מג.(!) פאר א קליין קינד. (נישט אויף מיין אחריות)

געוויסע נוטרישעניסטן זענען מחולק, וויבאלד דאס איז אן הארמאן, און לויט זיי זענען הארמאנען שעדליך.

למעשה איז דאס פאראן צובאקומען פון רוב ווייטאמין פירמעס, וואס איך גלייב אז זיי ארבייטן מיט נוטרישוניסטן. לויט מיין ערפארונג ארבייט פאר א קינד אפילו בלויז א האלבע מג. און אויב דאס ארבייט נישט, דאן וועט נישט ארבייטן אויב מ'גיט מער.
להתודע ולהגלות
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 13, 2017 4:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להתודע ולהגלות »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:
להתודע ולהגלות האט געשריבן:טאמער ווילסטי געבן מעלאטאנין פאר קינדער סעפטי און שנעלע און גוטע ווירקונג טו ווי פאלגנד:
נישט קיין חילוק די עלטער צו 1 חודש אדער 1 יאר אדער אפי' ביז 3 יאר די דאסע (dose) איז די זעלבע
קויף מעלאטאנין "טראפן" דוקא וואס יעדע טראפ עקסטער (נישט די גאנצע דראפער נאר יעדע איינציגע טראפ באזונדער) איז נישט מער פון 0.25 MG רעקאמענדירד די "מעל או דראפ" פון מאקסי העלטׁ (וואס יעדע טראפ באזונדער איז נישט מער פון: 0.10 MG)
(Maxi Health Mel-O-Drop - Melatonin - Vanilla Flavor - 2 Fluid Ounce Bottle )
לייג אריין אינעם מויל פונעם קינד "נישט מער ווי 1 טראפ" און די קינד וועט איינשלאפן אין אפאר מינוט רואיג און דערנאך זיך אויפוועקן גרינג און קיין שום פראבלעמען און פחדים..

ביטע אויסקלארן אויף וואס אייער הנחה אז דער דאוז איז סעפטי איז געבויט אויף.

נישט אז כ'זאג אז ס'איז נישט, נאר ס'איז א אפענע דעבאטע, און איר לייגט אראפ א שטעלונג דערין, ביטע אנצייגן אויף וואס איר בויט.

די ענטפער איז 2 חלקים
1 די עיקר אויף וואס איך בוי איז לויט וואס איך האב געשריבן אינעם קעפל אז עס איז "בדוק ומנוסה" ד.מ. פון עקספיריענ'ס פון מיר אין מיין ווייב'ס אלס ארבטען אין העלט פוד סטאר במשך די לעצטע יארן איז פון עקספיריענ'ס האב איך געזען ביי אומצאליגע פעלער וואס מענטשן האבן געפרעגט די שאלות האט עס געארבעט מוראדיג גיט ביי חאטש 90% פעלער און ביי 100% האט עס קיינמאל נישט געמאכט קיין פראבלעמען פון צי טיף שלאפן אדער זיך נישט אויפוועקן געהעריג אזוי ווי "כסלו" האט געשריבן אויבן.
2 די הנחה איז אויך געבויט שכל'דיג ווייל איך וועל פראבירן מסביר זיין אביסל ווי אזוי מעלאטאנין ארבעט: (עס איז באמת נישט אזאך וואס מ'קען מסביר זיין אויף 1 פיס אבער איך וועל פראבירן אביסל כטפה מן הים און אויף א שפראך וואס סיי ווער עס וועט ליינען די תגובה נישט קיין חילוק זיין עלטער אדער זיינע ידיעות ביי די ענינים זאל עס קענען אביסל פארשטיין )
יעדע מענטש האט א (איך וועל ניצן די שפראך כדי מ'זאל קענען בעסער פארשטיין) "נאטירליכע מעלאטאנין" ביים מוח און ווען דער מוח פיהלט אז ער דארף שלאפן לאזט ער ארויס אביסל פון דעם און דאס איז א חלק פון די פראצעדור פון איין שלאפן
יעצט אזי דא אסאך מאל וועגן זייער אסאך פארשידענע סיבות וואס קען זיך אלץ מאכן וואס די מוח שיקט נישט ארוס דעם סיגנאל כנ"ל און מען קען נישט איינשלאפן וכ'ו
דעריבער די גאנצע געדאנק פון מעלאטאנין פיל'ן איז כדי צו דערמאנן די מוח אז יעצט דארף מען שלאפן
דעריבער נארמאל טאמער א מענטש איז א געזונטער מענטש דארף ער נישט מער ווי אביסל און עס איז שוין גענוג פארן מוח צו פארשטיין די מעסעדזש אפ' אן עלטערע מענטש ועאכ"ו א קינד
און טאקע טאמער א מענטש וועט זיך יא שטאפן מיט מעלאטאנין וועט עס געווענדליך נאך א שטיק צייט ווייטער נישט העלפן אין ער וועט דארפן ארויף גיין מיט די דאסע העכער ווייל ער מאכט אז די מאלאטאנין זאלן אנשטאט זיין א דערמאנוג פארן מוח ווערט ער א שלאפן פיל און ער דארף צווינגען די מוח איינצושלאפן.
דעריבער אפ' פאר עלטערע וואלטן מיר רעקאמענדירט נישט און הייבן מיט מער פון 1 MG פארשטייט זיך פאר קינדער נאך ווייניגער
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”