הילף פאר מערסא - MRSA

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

שעבאשנוט
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 26, 2014 2:48 pm

תגובהדורך שעבאשנוט » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 8:55 am

אלעס זענען די ציונים שולדיג

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג מארטש 25, 2019 1:31 pm

לתועלת הציבור:
ווען איך בין געווען מיט מיין ניי-געבוירנס מיט א מורסא אנצינדונג אין קאלאמביע, האבן די דאקטוירים דארט געזאגט פה אחד אז די בעסטע אנטיביאטיק קעגן מורסא איז vancomycin מיט א כמעט 100 פראצענט סוקסעס ראטע.
פארשטייט זיך אז מען ברויך האבן א רעצעפט פונעם דאקטאר דערויף.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

A Yidish Boy
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 11:15 am

מורסע/mrsa

תגובהדורך A Yidish Boy » מיטוואך פאברואר 12, 2020 3:40 pm

האט איינער א עצה וועגן מורסע?
איך ווייס איינער וואס ממשׁ יעדע פּאר חדשׁים קומט ארוף אויף א צווייטע פּלאץ אויפן קערפּער,
אזאלכע בּובּעלס פיל מיט אייטער, יסורים,
גייט צום דאקטער בּאקומט מעדיקעשן, ווערט אויסגעהיילט,
אבּער אפּאר וואכן שׁפּעטער, אודך,
עפּעעס אן עצה?

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1149
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » מיטוואך פאברואר 12, 2020 4:09 pm

בס"ד

שמיר PURELL, בדוק ומנוסה.

די עכטע, נישט נאכגעמאכטע פון וואלמארט אדער א"י.

אז מען כאפט עס צייטליך, קען איין שמיר אוועקלייגן די גאנצע אינפעקציע.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

עס וועט זיין גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 29, 2018 1:18 pm

תגובהדורך עס וועט זיין גיט » מיטוואך פאברואר 12, 2020 4:23 pm

לאך נישט
נעם א פאטעיטע צירייב עס גיט
אין לייגט עס איבערנאכט עס ציט ארויס די גאנצע אייטער
אבער אויב איז עס זייער עפעקטעט גיי צים דאקטער אין נעם אנטיביאטיק אז נישט וועסטי דארפען ליגען אין שפיטאל ל"ע

היסטאריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

תגובהדורך היסטאריקער » מיטוואך פאברואר 12, 2020 4:57 pm

מונאוויטש האט געשריבן:https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=71&t=31560

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=23301


געטון די פאלגענדע עצה פון דארט "איך ניץ dial זייף - וואס איז anti bacteria, דא צו באקומען אין אלע געשעפטען."

ב"ה קיינמאל נישט צוריקגעקומען

אוועטאר
קו הישר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

תגובהדורך קו הישר » מיטוואך פאברואר 12, 2020 5:05 pm

#לאך_נישט.
געטון אליינס און געהערט פון אנדערע מיט די זעלבע תוצאה.
נעם א קיוטיפ און לייג ארויף סיי וועלכע אנטי ביאטיק קרעם. א שטייגער ווי מאפיראסען אדער בעיסיטרייסען און מען שמירט עס אריין אין די נאז. נוץ אן עקסטערע קיוטיפ פאר ביידע נאך לעכער כדי נישט אריבערצופירן די באקטעריע פון איינס צום אנדערן.
טו דאס פאר אפאר טאג און איר וועט פטור ווערן דערפון.

איך האב דאס געהערט פון מיין דאקטאר. און ער איז מסביר אז פילע באקטעריעס וואוינען אינעם נוניע.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\

טוט זיך...?
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

תגובהדורך טוט זיך...? » מיטוואך פאברואר 12, 2020 5:30 pm

קו הישר האט געשריבן:#לאך_נישט.
געטון אליינס און געהערט פון אנדערע מיט די זעלבע תוצאה.
נעם א קיוטיפ און לייג ארויף סיי וועלכע אנטי ביאטיק קרעם. א שטייגער ווי מאפיראסען אדער בעיסיטרייסען און מען שמירט עס אריין אין די נאז. נוץ אן עקסטערע קיוטיפ פאר ביידע נאך לעכער כדי נישט אריבערצופירן די באקטעריע פון איינס צום אנדערן.
טו דאס פאר אפאר טאג און איר וועט פטור ווערן דערפון.

איך האב דאס געהערט פון מיין דאקטאר. און ער איז מסביר אז פילע באקטעריעס וואוינען אינעם נוניע.

נו, מיט אזא פארשטעמפעלטע נוניע קען מען דען נאך לאכן...?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11973
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך פאברואר 12, 2020 5:53 pm

D
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

טוט זיך...?
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

תגובהדורך טוט זיך...? » מיטוואך פאברואר 12, 2020 6:12 pm

A Yidish Boy האט געשריבן:האט איינער א עצה וועגן מורסע?
איך ווייס איינער וואס ממשׁ יעדע פּאר חדשׁים קומט ארוף אויף א צווייטע פּלאץ אויפן קערפּער,
אזאלכע בּובּעלס פיל מיט אייטער, יסורים,
גייט צום דאקטער בּאקומט מעדיקעשן, ווערט אויסגעהיילט,
אבּער אפּאר וואכן שׁפּעטער, אודך,
עפּעעס אן עצה?

שוין זיך אמאל געוואנדען צו ר' יהושע מאיר גפן ?
זיין מהלך האט געהאלפן ביי מיין טאכטער'ל

אוועטאר
שפע רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

תגובהדורך שפע רב » מיטוואך פאברואר 12, 2020 8:42 pm

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

שמיר PURELL, בדוק ומנוסה.

די עכטע, נישט נאכגעמאכטע פון וואלמארט אדער א"י.

אז מען כאפט עס צייטליך, קען איין שמיר אוועקלייגן די גאנצע אינפעקציע.


געזען בשעתו אין המספיק גאזעט.
יאפ! ס'ארבעט ב"ה. אויב מ'לייגט עס פאר ס'ווערט אינפעקטירט.


זעסט א פימפל? באגוס עם מיט פיורעל.

A Yidish Boy
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 11:15 am

תגובהדורך A Yidish Boy » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 9:18 am

א ישׁר כח
ווי קען מען קופן די Purell?

טוט זיך...?
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

תגובהדורך טוט זיך...? » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 10:25 am

A Yidish Boy האט געשריבן:א ישׁר כח
ווי קען מען קופן די Purell?

ווי נישט...?
יעדע פארמאסי און כמעט יעדע גראסערי,
און וויליאמסבורג זיכער

טוט זיך...?
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

תגובהדורך טוט זיך...? » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 10:30 am

ס'איז דא נאך א זאך וואס ארבעט גוט
Zymaderm
צו באקומען ביי די גרעסערע פארמאסיס א שטייגער Walgreens איך האב עס שוין געקויפט אויף ebay כמה פעמים, פאר ביליגער.... (נאך אלס טייערער ווי purell)


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט