Radio Wave פאר די ביטערע מחלה.
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
-
- שר האלף
- תגובות: 1696
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:49 pm
בן בוזי האט געשריבן:וואס איז די חילוק צווישן לעדערמאן'ס ראדיא וועיוו און געווענטליכע ראדיאציע טריעטמענט?
אז ביי לעדערמאן לויט ווי ער זאגט ביי די פעלער וואס ער קען העלפן קומט די טאמער נישט צוריק, און סאיז נישט דא בכלל קיין סיידעפעקטס, און ביי רעדיעישן קומט דאס אלעמאל צוריק און די סיידעפעקטס זענען געפערליך.
די ערגסטע פריימערי סייד עפעקטס זענען טאקע פון ראדיאציע. אבער ס'איז נישט ריכטיג צו זאגן אז ס'קומט אלעמאל צוריק, בפרט ווען ראדיאציע איז געווענטליך נאר א טייל פון די טריעטמענט אינאיינעם מיט קימאו און סוירדזשורי וכו'. און ס'זענען דא אזויפיל פעלער פון קענסער, און ס'זענען דא פארשידענע סארטן וואס האבן א מעגליכקייט צוריק צו קומען, צוליב די נאטור פון די סארט צעלן. כ'גלויב נישט אז לעדערמאן קען צוזאגן אז ער קען טרעפן יעדע באהאלטענע קענסער צעל, בפרט אז ער מאכט פריסייס ראדיאציע, ד.ה. אז ער טארגעט די ספעציפישע טומער. און וואס טוט ער אין פעלער ווי ס'איז צושפרייט אין די בלוט סיסטעם אד"ג?
-
- שר האלף
- תגובות: 1696
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:49 pm
בן בוזי האט געשריבן:די ערגסטע פריימערי סייד עפעקטס זענען טאקע פון ראדיאציע. אבער ס'איז נישט ריכטיג צו זאגן אז ס'קומט אלעמאל צוריק, בפרט ווען ראדיאציע איז געווענטליך נאר א טייל פון די טריעטמענט אינאיינעם מיט קימאו און סוירדזשורי וכו'. און ס'זענען דא אזויפיל פעלער פון קענסער, און ס'זענען דא פארשידענע סארטן וואס האבן א מעגליכקייט צוריק צו קומען, צוליב די נאטור פון די סארט צעלן. כ'גלויב נישט אז לעדערמאן קען צוזאגן אז ער קען טרעפן יעדע באהאלטענע קענסער צעל, בפרט אז ער מאכט פריסייס ראדיאציע, ד.ה. אז ער טארגעט די ספעציפישע טומער. און וואס טוט ער אין פעלער ווי ס'איז צושפרייט אין די בלוט סיסטעם אד"ג?
לעדערמאן זאגט ווען ער קען העלפן און ווען נישט, דאס וואס סקימט נישט צוריק ביי רעדיעישן איז אזוי ווי דו זאגסט ווען מען מאכט אויך סערדשזערי, איז די סערדשזערי וואס העלפט נישט די רעדיעישן וואס קען סך הכל העלפן אביסל פארלענגערן די לעבן
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
צולייגער האט געשריבן:די מעשה וואס מען פארציילט מיט די פינף טומאר'ס האב איך געהערט פון דעם א. ג. עסקן, לויט זיין גירסא איז דאס נישט געווען אין קאפ.
איך פארשטיי אז מען קאסטומייזט די מעשה לויט ווי מען ברויך, און דאס איז נאך א ראי' אויף די קראנטקייט פון די טעאריע.
אקעי ס׳איז נישט געווען אין קאפ, ער פארציילט איז ער האט אים אויסגעהיילט, דו האסט אינפארמאציע אז עס איז שטותים?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3810
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
- לאקאציע: ערגעצוואו
כ'האב נישט געזאגט אז רעדיעישן היילט נישט.
מען האט גערעדט פון דעם פענאמען וואס עטליכע חסרי לב האבן זיך גענומען א מצוה צו טעראריזירן חולי ישראל ומשמשיהן אז אלע דאקטוירים זענען משוחד און פאלש, זיי קענען נאר ארויפשיקן דעם מענטש אויפן עולם האמת, און בלויז דר. לידערמאן קען היילן גענצליך, אנע סייד עפעקטס.
יענער איז געהיילט געווארן דורך דעם דאקטאר? אדער יא אדער נישט, און אויב יא?! אלע דאקטורים פראבירן צו היילן מיט רעדיעישן, און ווען נויטיג געבן זיי צו כימא אדער אנדערע מעדיצינען. און זאגן אז מען קען גיבן א צען פאכיגע דאזע רעידעישן אויפן מח אדער אויף אנדערע גאר הייקעלע ארגאנען, איז דורכאויס זינלאז, פאר ווער עס האט נאר אמאל שטודירט די מינימום איבער ראדיאציע.
און אויב איר ווילט כ'זאל זאגן קלארער: מען רעדט פון די זעלבע צויי דריי וועלכע כאפן זיך ארויף צו יעדן קענסער ליידנדן ווי צו א געבראטנס, צו טעראריזירן און משוגע מאכן און צאפן דאס בלוט, זיי פארציילן - איבער און איבער - די זעלבע מעשה, יעדעס מאל מיט אנדערע פרטים (די מעשה מיט די 5 טומערס האב איך שוין געהערט מיט די בלוט, קושקע און קאפ) אלעס נאר צו קענען פראוון זייער וויסטע שנאה צו דאקטוירים, די זעלבע ברענגען ראיות פון מענטשן וואס לעבן נאך! וואס ווען איך רעד צו זיי האבן זיי מיר געזאגט אן אנדערע גירסא, די מענטשן האבן ביי א רעכטדענקענדן מענטש "זיראו" נאמנות.
זאת ועוד, איך האב געזאגט אז כ'האב געפרעגט א מורה הוראה מובהק וועלכער איז א מומחה איבער רופאים ורפואות, ער האט מיר געזאגט אז ס'איז נישט דא דערין (אין די איבערגעטריבענע מעגליכקייטן פון דעם ד"ר) קיין אחיזה אין מציאות. כ'געב דעם נאמען פונעם דיין מיט זיין טעלעפאן נומבער פאר ווער עס וויל. אדרבה, ברענגט א דיין מומחה מיט א דעת תורה און א בקיאות בעניני רפואות וועלכער זאגט אנדערש.
צום לעצט: א אינגערמאן (וועמען עס מאכט אויס קען פרעגן א נאמען אין אישי) איז געווארן דיאגנאזירט ל"ע, און איז געגאנגען צו דר. לידערמאן וועלכער האט אים באטראכט און געמאלדן (אגב - מיט א שרעקליכע קאלטבלוטיגקייט, וואס מען זעהט נישט ביי די א"ג רוצח'ישע מעינסטרים דאקטוירים) אז זיינע וואכן זענען געציילטע. דער אינגערמאן איז ארויסגעלאפן פון דארט, געגאנגען אויף כימא טעראפיע, און איז ב"ה - היינט, אפאר יאר שפעטער - אינגאנצן ריין, כן יעזור ה' להלאה.
יעצט שרייט אלע: וואס שאדט צו גיין צו דר. לידערמאן?!
דאס איז בל"נ מיין לעצטע תגובה אין דעם נושא.

געשטימט פאר ראשעק הול
-
- שר האלף
- תגובות: 1696
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:49 pm
צולייגער האט געשריבן:כ'האב נישט געזאגט אז רעדיעישן היילט נישט.

דאס בין איך מסכים מיט דיר אז משוגע מאכן און טעראריזירן איז נישט קיין שיינע זאך, מען דארף פשוט איבערגעבן די אינפארמאציע וואס מע האט און יעדער זאל מחליט זיין וואס ער וויל טוהן.
איך ווייס נישט וואס מע שטעלט צו ראדיא וועיווס צו רעדיעישן סאיז לא קרב זה אל זה הודו מיט כוש, יעצט וויפל פראצענט הצלחה לעדערמאן האט ווייס איך נישט, אבער אז צוויי היימישע אידן דערציילט אז ער האט זיי געהיילט איז כדאי דאס גוט מברר זיין איינער וואס איז אים נוגע, אוון נישט ווייל עפעס א דיין האלט נישט פון דעם איז א ראיה אז סאיז גארנישט, ווייל רוב מענטשן אינקלאדעט עסקנים און רבנים קענען נישט טראכטן אווט אף דע באקס און האבן בלינדע אמונה אין די קאנוועטשענל דרכי רפואה, מען דארף פרעגן א רב מיט א אפענע קאף וואס איז מסוגל צו טראכטן אווט אף דע באקס און האט גוט געהערט וואס אלטערנעטיב דאקטוירים האבן צו זאגן אויף די נושא, ווייל אן הערן צוויי צדדים גוט, קען מען נישט מאכן קיין דעסישן אין קיין שום עניין אפילו אויבן אויף זעהט עס אויס פשוט ווי איין צד.
און עס פעלט נישט קיין מעשיות פארקערט וואס קאנווענשנל דאקטוירים האבן איינעם געזאגט אז ער האט אפאר חדשים צו לעבן און האט זיך געהיילט אדער גלעבט א פאר יאר, און ארץ ישראל איז געווען א איד וואס הייסט הרב קלמן גולדשמיט וואס די דאקטוירים האבן אים געגעבן דריי חדשים צו לעבן און ער איז געגאנגען אויף א שטרענגע דייעט און האט געלעבט דריי יאר, איך קען נאך אפאר אזעלעכע מעשיות פון ערשטע האנט.
איך האב א נאנטע קרובה וואס די דאקטוירים האבן איר געגעבן פאר בערך 4 חדשים צוריק בלויז דריי וואכן צום לעבן און געזאגט אז זיי קענען שוין גארנישט טוהן, למעשה איז זי געגאנגען צו דר. לעדערמאן און זי לעבט און לאכט. (פינקטליך די געזונטהייט מצב ווייס איך נישט אבער זי איז נישט אין קיין האום וכו' נאר אינדערהיים, און גייט צו אפוינטמענטס ווען זי דארף)
פלאצט אלע אוועק!
פלאצט אלע אוועק!
-
- שר האלף
- תגובות: 1696
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:49 pm
דער מח האט געשריבן:איך האב א נאנטע קרובה וואס די דאקטוירים האבן איר געגעבן פאר בערך 4 חדשים צוריק בלויז דריי וואכן צום לעבן און געזאגט אז זיי קענען שוין גארנישט טוהן, למעשה איז זי געגאנגען צו דר. לעדערמאן און זי לעבט און לאכט. (פינקטליך די געזונטהייט מצב ווייס איך נישט אבער זי איז נישט אין קיין האום וכו' נאר אינדערהיים, און גייט צו אפוינטמענטס ווען זי דארף)
פלאצט אלע אוועק!
ליידער נאר מענטשן וואס דאקטוירים געבן שוין אויף און זאגן אז סאיז נישט דא וואס צו טון, גייען צו אזעלעכע אלטערנאטיוו טערעפיס.
-
- שר האלף
- תגובות: 1462
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm
לזכות את הרבים.
זייענדיג מנחם אבל ביי משפחת גאלד אין ב''פ על אביהם הרב מקראלי ז''ל האבן זיי פארציילט איבער א דאקטער א פרומער יוד א מומחה גדול מאוד וואס האט אויפגעטוהן ביי זייער טאטן גדולות ונצורות אין מצבים ווען יעדער האט געהויבן האנט און זיי זאגן קלאר אז ער האט פארלענגערט זייער פאטערס לעבן מיט א שיינע שטיקל צייט.
דוכטצעך אין מעטעדיס האספעטל(נעבן ב''פ).
אז איינער ווייסט א נאמען זאל ער ביטע ארויפלייגן לרפו''ש פאר שאר חולי ישראל.

לעצט פארראכטן דורך לאלתר לחיים אום פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 11:50 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
-
- שר האלף
- תגובות: 1696
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:49 pm
לאלתר לחיים האט געשריבן:לזכות את הרבים.
זייענדיג מנחם אבל ביי משפחת גראס אין ב''פ על אביהם הרב מקראלי ז''ל האבן זיי פארציילט איבער א דאקטער א פרומער יוד א מומחה גדול מאוד וואס האט אויפגעטוהן ביי זייער טאטן גדולות ונצורות אין מצבים ווען יעדער האט געהויבן האנט און זיי זאגן קלאר אז ער האט פארלענגערט זייער פאטערס לעבן מיט א שיינע שטיקל צייט.
דוכטצעך אין מעטעדיס האספעטל(נעבן ב''פ).
אז איינער ווייסט א נאמען זאל ער ביטע ארויפלייגן לרפו''ש פאר שאר חולי ישראל.
ווער איז משפחת גראס פון קראלי?
-
- שר האלף
- תגובות: 1462
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm
מצפים לישועה האט געשריבן:לאלתר לחיים האט געשריבן:לזכות את הרבים.
זייענדיג מנחם אבל ביי משפחת גראס אין ב''פ על אביהם הרב מקראלי ז''ל האבן זיי פארציילט איבער א דאקטער א פרומער יוד א מומחה גדול מאוד וואס האט אויפגעטוהן ביי זייער טאטן גדולות ונצורות אין מצבים ווען יעדער האט געהויבן האנט און זיי זאגן קלאר אז ער האט פארלענגערט זייער פאטערס לעבן מיט א שיינע שטיקל צייט.
דוכטצעך אין מעטעדיס האספעטל(נעבן ב''פ).
אז איינער ווייסט א נאמען זאל ער ביטע ארויפלייגן לרפו''ש פאר שאר חולי ישראל.
ווער איז משפחת גראס פון קראלי?
טעיתי, משפחת גאלד.
ער איז געווען אן איידעם ביי גראס.
דר. מענדל גאלדפינגער
https://weillcornell.org/mendel-goldfinger-md

קאמענטארן זענען איבעריג?! אינגאנצן נישט!
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12236
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm