Radio Wave פאר די ביטערע מחלה.

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

מצפים לישועה
שר חמש מאות
תגובות: 623
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 3:33 pm

טרעוולער האט געשריבן:למעשה איז דער דאקטער לידערמאן עפעס ווערט ?

ער טוט א מעדיקעד באצאלטע טעראפי, דאס מיינט זיי האלטן דערפון.

די היימישע ארג. זאגן גארנישט וועגן אים...

אויב איינער ווייסט עפעס קראנט ביטע זיך לאזן הערן.

א דאנק

נ.ב. איך האב שוין געליינט אלעס וואס מ'שרייבט אויבן, איך קען דאס אליין חזר'ן...

איך האב גערעט מיט דעם איד, און ער האט מיר גגעבן א נעמען פון א עסקן און א דאקטער וואס האלט פון דעם, און נאך א היימישער יוד וואס ד"ר לעדערמאן האט אויסגעהיילט.

ד"ר דניאל כהן 2386640 845

עסקן
8456593226
י י גלאנץ
דער איד וואס ד"ר לעדרמאן האט געהיילט
דסקל רב פנחס בני ברק
03-6768917

מצפים לישועה
שר חמש מאות
תגובות: 623
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 3:40 pm

טעם וריח האט געשריבן:ס'סאיז כדאי צו הערן רבי שאול קליינ'ס זז"ג לעצטיגע שיעור אויף קול מבשר (פרשת שופטים) וואו ער לייגט הערליך אראפ די מעשה פון מיסטער דזאבס די גרינדער פון 'עפל', ווי אזוי זיינער איינרעדעניש אין נאטורליכע היילונג מיטלען האבן איהם פארקורצערט זיין לעבן און ער האט נישט זוכה געווען צו דערלעבן זיין קאמפעני'ס ווערד ווערן א 'טריליון דאללער'.
ער רייסט אראפ די אלע וואס לאזן זיך נעבעך פארפאפן פון די איירעדענישן און פארשפילן טייערע צייט. ודי בזה.

סאיז כדאי אויך צו זען די אנדערע צד פאר מען נעמט א דעסישען.

https://www.drmcdougall.com/health/educ ... -jobs-die/

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1852
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 4:19 pm

טרעוולער האט געשריבן:למעשה איז דער דאקטער לידערמאן עפעס ווערט ?

ער טוט א מעדיקעד באצאלטע טעראפי, דאס מיינט זיי האלטן דערפון.

די היימישע ארג. זאגן גארנישט וועגן אים...

אויב איינער ווייסט עפעס קראנט ביטע זיך לאזן הערן.

א דאנק

נ.ב. איך האב שוין געליינט אלעס וואס מ'שרייבט אויבן, איך קען דאס אליין חזר'ן...

איך בין דאס נאכגעגאנגען א צייט צוריק פאר מיינס א בלוט-קרוב לרפו"ש, און דאן גערעדט מיט א מורה הוראה מובהק ומומחה בעניני רפואות, ער האט מיר געזאגט - נאך א לענגערן שמועס - בברירות גמור "דאס איז שקר וכזב, עס האט נישט קיין שום בעסערע אויסזיכטן ווי די אנדערע מעטאדן, און די וועלכע קומען משוגע מאכן א משפחה וואס זענען פארנומען מיט א חולה ל"ע (וואס עס איז פארהאן אפאר אידן וועלכע האבן זיך דאס גענומען פאר זייער מצוה, זוכן אויף א קרוב וועלכער לאזט זיך גרינג און שנעל איבעררעדן און האט גענוג ווייניג שכל צו קענען דרייען א קאפ) אהינצוגיין זענען רוצחים".

פאר מער קענט איר קומען אין אישי.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

מצפים לישועה
שר חמש מאות
תגובות: 623
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 8:36 am

צולייגער האט געשריבן:

איך פארשטיי נישט, אפילו אויב סהאט נישט קיין בעסערע אויסזיכטן ווי כימאו נאר די זעלבע אויסזיכטן איז דאך אויך כדאי עס צו מאכן.

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1852
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 9:05 am

אייער מיינונג איז העכסט רעספעקטירט, און אויב פארשטייט איר עכט נישט וואס עס קען שאטן, דאן האט אינזין ביי חונן הדעת. ווען כ'וואלט נישט געווען אויף א פאבליק פארום זיך וואלט איך דא געשריבן פיל ערגער.

1) עס איז גענוג צו זעהן וואספארא באזיסלאזע מיאוס'ע באשולדיגונגען די געטרייע אנדרייערס באשולדיגן די געטרייע עסקנים פאר חולי ישראל (מרת. לאנדא פון רפואה, רופא חולים, מרת קאהאן וכו') וועלכע רוען נישט קיין סעקונדע 24 שכעה א טאג 7 טעג א וואך, די וועלכע קערן איבער א וועלט צו קענען טרעפן עפעס א פארשטופטע דאקטאר מיט א בעסערע רפואה, צו פארשטיין אז די מחרחרים האבן א שוואכע קרעדיביליטי.

2) ווער עס מיינט אז טארגעטעד רעדיא וועיוו'ס האט א שאנס העלפן אויף א קליין קינד וועמענס מח און שדרה איז אינפעסטירט מיט א ריזן 'מעסס' פון די ביטערע סחורה, און איז גרייט צו רואינירן איבער דאס געוויסנביסן פון דעם עלטערן פון דעם קינד וועלכע זענען אין א צעשאסענעם מצב פון 'אין מקבלין תנחומין על החי', אזא איינער איז אדער שלעכט, געמיין און רשעות'דיג, אדער סתם יצא מדעתו און עס איז אבסורד צו הערן וואס זיין אפיניען איז. ליבערשט זאל ער פארציילן א מעשה פון גאלדי לאקס.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

מצפים לישועה
שר חמש מאות
תגובות: 623
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 10:38 am

צולייגער האט געשריבן:אייער מיינונג איז העכסט רעספעקטירט, און אויב פארשטייט איר עכט נישט וואס עס קען שאטן, דאן האט אינזין ביי חונן הדעת. ווען כ'וואלט נישט געווען אויף א פאבליק פארום זיך וואלט איך דא געשריבן פיל ערגער.

1) עס איז גענוג צו זעהן וואספארא באזיסלאזע מיאוס'ע באשולדיגונגען די געטרייע אנדרייערס באשולדיגן די געטרייע עסקנים פאר חולי ישראל (מרת. לאנדא פון רפואה, רופא חולים, מרת קאהאן וכו') וועלכע רוען נישט קיין סעקונדע 24 שכעה א טאג 7 טעג א וואך, די וועלכע קערן איבער א וועלט צו קענען טרעפן עפעס א פארשטופטע דאקטאר מיט א בעסערע רפואה, צו פארשטיין אז די מחרחרים האבן א שוואכע קרעדיביליטי.

2) ווער עס מיינט אז טארגעטעד רעדיא וועיוו'ס האט א שאנס העלפן אויף א קליין קינד וועמענס מח און שדרה איז אינפעסטירט מיט א ריזן 'מעסס' פון די ביטערע סחורה, און איז גרייט צו רואינירן איבער דאס געוויסנביסן פון דעם עלטערן פון דעם קינד וועלכע זענען אין א צעשאסענעם מצב פון 'אין מקבלין תנחומין על החי', אזא איינער איז אדער שלעכט, געמיין און רשעות'דיג, אדער סתם יצא מדעתו און עס איז אבסורד צו הערן וואס זיין אפיניען איז. ליבערשט זאל ער פארציילן א מעשה פון גאלדי לאקס.

הויעכע דואסעס פון קלסיום גלייבסטי אויך אז סקען נישט היילן יעני מחלה און אז ווער סעצה' ט עס פאר א קראנקער איז א רשע?

אין קריינא דאיגרתא פוענעם סטייפלער איז דא א בריון פון דעם סטייפלער וואס ער שרייבט פאר איינעם אז עס איז כדאי צו פרובירן ווייל ער האט געהערט אז סקען היילן יעני מחלה.

עס איז דא איינער וואס טענהט אז ער האט גהיילט אסאך מענטשן מיט הויעכע דואסעס פון קלסיום, אן אלע דוקטורים זאגן אז דאס, איז קוועקערי, מיר האט איינער דערציילט אז הויעכע דואסעס קאלסיאם האט אים גיהיילט צוויי טאמערס און די רוקן, און ארץ ישראל איז געווען אפאר יאר צוריק און אלע צייטונגען א מעשה פון א באקאנטער מענטשן מיט נאמען כושי רמון וואס דע דוקטורים האבן אויפגגעבן אויף אים און ער האט זיך געהיילט בלוי פון הויעכע דואסעס קאלסיום.

איך קען אסאך מענטשן וואס האבן זיך געהיילט פון יעני מחלה דורך אלטערנעטיב טערעפיס וואס די דוקטוירים לאכן פון דעם.

אוועטאר
אורח הכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

תגובהדורך אורח הכבוד » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 11:28 am

ח''ו נישט נעמען קימאו אדער רעדיעשאון און אלע מרעין בישין!
עס הארגעט סתם אפ די גוף על לא דבר.

ענדערש טרינקען 1 קאפ מייערן זאפט צופרי 1 און האלב קאפ מילגרוים זאפט ביינאכט, געבאקענע קנאבעל מיט שמן זית נאך יעדע מיעל און 8 קאפס לעמען וואסער טעגליך
וויכטיג: אייביג גיין מיט א שאל און א סוועטער אפי' מ'שוויצט אוועק.
דאס איז בדוק ומנוסה
לאזט אייך נישט פארפירען פון די רשעות'דיגע דאקטוירים, זיי זענען נאר דא פאר געלט!

---

אנבעליוועבעל ווי משוגע און אחריות'לאז מענטשען זענען ווען מ'האלט ביי לעבען'ס פראגע מאכט מען אוועק אלא דאקטוירים (שניתן רשות לרופא לרפאות, נישט פאר יעדען חכם וואס האט געליינט 2 בוק'ס) מ'קומט מיט די באבע ע''ה אויספראבירטע עיצות וואס איז פינקט גיט פאר צאן ווייטאג און דאס וויל מען ריפלעיסען מיט די אנגענומענע דרכי הרפואה
איך ווייס באמת נישט פון דעי מענטשען האבען אזאנע ברייטע פלייצעס
זיי זענען עתיד ליתן את הדין
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')

orechhakuved@gmail.com

אוועטאר
שבת קודש
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2008 1:28 am

תגובהדורך שבת קודש » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 11:33 am

כושי רמון וואס דע דוקטורים האבן אויפגגעבן אויף אים און ער האט זיך געהיילט בלוי פון הויעכע דואסעס קאלסיום.

נא אזוי ווי איך האב ליידער א בלוט קרוב זייער קראנק און איך בין בתוך הדברים האב איך אויך באקומען פון אזעלכע גוטע יודען פארשידנע מינע אזוי געריפנע רפיאות וואס קענען העלפען איינער איז געווען דעהם רפואה פון רימון

איז אזוי

איך האב נאך געקוקט ווער רימון איז אין מה טיבו

מען רעדט פון א קרימינאל פארקויפט דראגס האלט אויף א געמבלין קאסינא שלאגט זיך מיט די פאליציי ממילא איז זיין גאנצע פארלעסליך קייט גארנישט ווערד

אוועטאר
שבת קודש
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2008 1:28 am

תגובהדורך שבת קודש » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 11:40 am

און וואס יא

זיכער דארף מעהן רעדן מיט די וואס פארשטיין און דעהם RCCS וכו'

און יא אויב איינער וויל קען פראבירן זייטיגע עיצות מיטן לאזן וויסען די דוקטורים דערוועגען

ביי אונז האט מען גערעדט נאר צו מענטשען וואס זענען ליידער דורך געגאנען דעהם שווערן פעקל און הערן פון זיי עיצות וואס האט יא געהאלפען

מיר האבן אויסגעטרייט א געוויסע דייעט פון א 80 יעריגע נעטשריליסט פון לונדון אראפ פון ציקקער וכו' כעין מייזלס דייעט אבער אסאך שטערקער
און יא די כוח ביים חולה האט זיך מורידיג געטוישט לטובה

אבער דאס איז געווען נאר נאך רעדען מיט מענטשען און דעהם מצב נישט סתםם עיצה געבעעערס

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1852
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 12:16 pm

מצפים לישועה האט געשריבן:הויעכע דואסעס פון קלסיום גלייבסטי אויך אז סקען נישט היילן יעני מחלה און אז ווער סעצה' ט עס פאר א קראנקער איז א רשע?

אין קריינא דאיגרתא פוענעם סטייפלער איז דא א בריון פון דעם סטייפלער וואס ער שרייבט פאר איינעם אז עס איז כדאי צו פרובירן ווייל ער האט געהערט אז סקען היילן יעני מחלה.

עס איז דא איינער וואס טענהט אז ער האט גהיילט אסאך מענטשן מיט הויעכע דואסעס פון קלסיום, אן אלע דוקטורים זאגן אז דאס, איז קוועקערי, מיר האט איינער דערציילט אז הויעכע דואסעס קאלסיאם האט אים גיהיילט צוויי טאמערס און די רוקן, און ארץ ישראל איז געווען אפאר יאר צוריק און אלע צייטונגען א מעשה פון א באקאנטער מענטשן מיט נאמען כושי רמון וואס דע דוקטורים האבן אויפגגעבן אויף אים און ער האט זיך געהיילט בלוי פון הויעכע דואסעס קאלסיום.

איך קען אסאך מענטשן וואס האבן זיך געהיילט פון יעני מחלה דורך אלטערנעטיב טערעפיס וואס די דוקטוירים לאכן פון דעם.

א דאנק! מיטן צוזאמשטעלן רעדיא וועיוו מיט קאלסיום און אלטערנעטיוו טעראפי, האסטו געפראווט מיין פוינט.

און דא קומט אריין 'ווער עס פארשטייט, פארשטייט'.

איינער וואס קען זאגן 'וואס קען עס שאטן' אנע האבן אן אהנונג וואס די דייאגנאוז און פראגנאסיס איז, ווי שטארק מען איז אינפעסטעט, זאל מוחל זיין, אויסשווענקען זיין מויל מיט מייערן זאפט און נישט אויסשפייען נאר כארכלען דערמיט ווילאנג ער קען נאר אטעמען. בעסער ווי טעראריזירן עלטערן און משפחות מיט דזשעלי קלעבעדיגע פגע'ריזם און זיי דרייען א קאפ מיט נאנסענס.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

מצפים לישועה
שר חמש מאות
תגובות: 623
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » מוצ"ש אוגוסט 18, 2018 3:42 pm

צולייגער ביטע זיי מיר מסביר איין זעך, סדא אסאך אלטערנעטיב טערעפיס פאר קענסער וואס האט זיך איבערגעוויזן ביי מייז אז עס היילט קענסער און סדא אסאך מענטשן וואס זאגן עדות אז סהאט זיי אויסגעהיילט און אסאך נאטירלעכע דאקטוירים אז זיי האבן געהיילט מיט דעם, די דאקטוירים פון די אנדערע זייט זענען קעגן דעם נישט ווייל זיי האבן פראף אז סע ארבעט נישט, נאר ווייל סאיז נישט דא גענוג פראף אז סע ארבעט יא, און זיי לייקענען נישט אז סהאט זיך איבער געוויזן אז סארבעט ביי מייז, און זיי זענען מודה אז סהאט א פאטענשל און אז מעוואלט געדארפט מאכן קליניקל טריילס אויף דעם, יעצט וואס איז דער לאגיק אז א מענטש וואס האט נישט קיין טשעננס זיך צו היילן דורך די געווענליכע מיטלען אז די עסקנים זאלן אים נישט ראטן צו פרובירן די אלטערנעטיוו טערעפיס? דו קענסט מיר ענטפערן אויף די קשיא מיט פשוטע לאגיק אן קיין ליצנות?

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1852
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מוצ"ש אוגוסט 18, 2018 10:16 pm

איך האב געזאגט אז אלטערנאטיווע מיטלען היילן נישט?

דו ווייסט בכלל וואס רעדיא וועיוו'ס מיינט? אז דו זאגסט אז דער נוכל שקרן וכזבן לידערמאן היילט מער ווי סיי וועלכע אנדערע מיטל, און איך זאג דיר אז ס'איז שטותים, פרעגסטו מיר פארוואס איך זאג אז אלטערנאטיווע מיטלען היילן נישט, קען איך בלויז ענטפערן איין זאך. זיי געזונט און שטארק.

פאר די ליינער'ס: די ליגנטס פון אלטערנאטיווע מיטלען אלס קענסער היילונג אויף לאנג טערם, איז איבערגעוויזן געווארן מערערע מאל, אבער מען האט נישט גערעדט דא דערפון, סאו ס'איז נישט רעלעוואנט צו אונזער שמועס.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

Greeneryid
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2014 6:23 pm

תגובהדורך Greeneryid » זונטאג אוגוסט 19, 2018 12:57 am

מר צולייגער, לויט ווי אזוי דו שטעלסט אריין רעדיאו טעראפיע מיט אלטערנאטיוו מעדיצין, האב איך זייער מורא אז דו ווייסט נישט וואס דו רעדסט און דו האקסט אויף דר. די לידערמאן מיט אן אגענדע. רעדיאו טעראפיע איז נישט קיין אלטערנאטיוו מעדעצין, עס איז אונטער קאנווענשענל מעדעצין. דאס איז א חלק פון נוקליער און רעדיעשן מעדעצין און וועגן דעם איז עס געקאווערט דורך אינשורענס. עס איז נישט קיין שום עוולה צו האבן א קאנסאלטעישן מיט ד"ר לידערמאן און הערן וואס ער זאגט. א קאנסאלטעישן מיינט נאך נישט קיין טריעטמענט. מען קען נאכדעם אפמאכן וואס מען וויל טוהן.

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1852
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג אוגוסט 19, 2018 1:14 am

איך האב געזאגט אז רעדיא טעראפי איז אלטערנאטיוו? מארי' דיונה?! צו קענט איר ליינען?
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

מצפים לישועה
שר חמש מאות
תגובות: 623
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:32 am

צולייגער האט געשריבן:איך האב געזאגט אז אלטערנאטיווע מיטלען היילן נישט?

דו ווייסט בכלל וואס רעדיא וועיוו'ס מיינט? אז דו זאגסט אז דער נוכל שקרן וכזבן לידערמאן היילט מער ווי סיי וועלכע אנדערע מיטל, און איך זאג דיר אז ס'איז שטותים, פרעגסטו מיר פארוואס איך זאג אז אלטערנאטיווע מיטלען היילן נישט, קען איך בלויז ענטפערן איין זאך. זיי געזונט און שטארק.

פאר די ליינער'ס: די ליגנטס פון אלטערנאטיווע מיטלען אלס קענסער היילונג אויף לאנג טערם, איז איבערגעוויזן געווארן מערערע מאל, אבער מען האט נישט גערעדט דא דערפון, סאו ס'איז נישט רעלעוואנט צו אונזער שמועס.

איך האב גמיינט לגבי דאס וואס דו האסט געשריבן :

״) עס איז גענוג צו זעהן וואספארא באזיסלאזע מיאוס'ע באשולדיגונגען די געטרייע אנדרייערס באשולדיגן די געטרייע עסקנים פאר חולי ישראל (מרת. לאנדא פון רפואה, רופא חולים, מרת קאהאן וכו') וועלכע רוען נישט קיין סעקונדע 24 שכעה א טאג 7 טעג א וואך, די וועלכע קערן איבער א וועלט צו קענען טרעפן עפעס א פארשטופטע דאקטאר מיט א בעסערע רפואה, צו פארשטיין אז די מחרחרים האבן א שוואכע קרעדיביליטי.״

עס איז דא אלטערנעטיוו טערעפי וואס זיי טענען אז סהאט זיך איברגעוויזן אז סאיז ליגנט, נניח, אבער וואס איז מיט די טערעפיס וואס זיי זענען אויך מודה אז נישט נאר אז סהאט זיך נישט איבערגעוויזן אז סארבעט נישט, נאר זיי זענען מודה אז סאיז כדי דאס צו פארשן, אזוי ווי קענעביס, dca וואס צווייי דאקטוירים אין קענעדע האבן דאס פראבירט אויף צענדליגער פאציענטן און זיי זאגן אז סארבעט נישט ווייניגער ווי קימאו אן די שרעקליכע סייד עפעקטס, טומעריק, gcmaf, הויעכע דאוסעס קאלסיאם, סאדיאם ביקארבינעיט, ipt און נאך כהנה וכהנה.
לעצט פאראכטן דורך מצפים לישועה אום זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:40 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1852
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:39 am

וואס האסטו געמיינט? וואס שטימט נישט מיט וואס כ'האב געשריבן?

דו האסט דא עפעס צוצוגעבן בנוגע לידערמאן? אדער האסט סתם איבריג צייט פלאס אן אגענדע קעגן יעדע זאך וואס סיי וועלכער מעינסטרים דאקטאר זאגט?
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:50 am

מצפים לישועה האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:
מצפים לישועה האט געשריבן:הויעכע דואסעס פון קלסיום גלייבסטי אויך אז סקען נישט היילן יעני מחלה און אז ווער סעצה' ט עס פאר א קראנקער איז א רשע?

אין קריינא דאיגרתא פוענעם סטייפלער איז דא א בריון פון דעם סטייפלער וואס ער שרייבט פאר איינעם אז עס איז כדאי צו פרובירן ווייל ער האט געהערט אז סקען היילן יעני מחלה.

עס איז דא איינער וואס טענהט אז ער האט גהיילט אסאך מענטשן מיט הויעכע דואסעס פון קלסיום, אן אלע דוקטורים זאגן אז דאס, איז קוועקערי, מיר האט איינער דערציילט אז הויעכע דואסעס קאלסיאם האט אים גיהיילט צוויי טאמערס און די רוקן, און ארץ ישראל איז געווען אפאר יאר צוריק און אלע צייטונגען א מעשה פון א באקאנטער מענטשן מיט נאמען כושי רמון וואס דע דוקטורים האבן אויפגגעבן אויף אים און ער האט זיך געהיילט בלוי פון הויעכע דואסעס קאלסיום.

איך קען אסאך מענטשן וואס האבן זיך געהיילט פון יעני מחלה דורך אלטערנעטיב טערעפיס וואס די דוקטוירים לאכן פון דעם.

א דאנק! מיטן צוזאמשטעלן רעדיא וועיוו מיט קאלסיום און אלטערנעטיוו טעראפי, האסטו געפראווט מיין פוינט.

און דא קומט אריין 'ווער עס פארשטייט, פארשטייט'.

איינער וואס קען זאגן 'וואס קען עס שאטן' אנע האבן אן אהנונג וואס די דייאגנאוז און פראגנאסיס איז, ווי שטארק מען איז אינפעסטעט, זאל מוחל זיין, אויסשווענקען זיין מויל מיט מייערן זאפט און נישט אויסשפייען נאר כארכלען דערמיט ווילאנג ער קען נאר אטעמען. בעסער ווי טעראריזירן עלטערן און משפחות מיט דזשעלי קלעבעדיגע פגע'ריזם און זיי דרייען א קאפ מיט נאנסענס.

צולייגער ביטע זיי מיר מסביר איין זעך, סדא אסאך אלטערנעטיב טערעפיס פאר קענסער וואס האט זיך איבערגעוויזן ביי מייז אז עס היילט קענסער און סדא אסאך מענטשן וואס זאגן עדות אז סהאט זיי אויסגעהיילט און אסאך נאטירלעכע דאקטוירים אז זיי האבן געהיילט מיט דעם, די דאקטוירים פון די אנדערע זייט זענען קעגן דעם נישט ווייל זיי האבן פראף אז סע ארבעט נישט, נאר ווייל סאיז נישט דא גענוג פראף אז סע ארבעט יא, און זיי לייקענען נישט אז סהאט זיך איבער געוויזן אז סארבעט ביי מייז, און זיי זענען מודה אז סהאט א פאטענשל און אז מעוואלט געדארפט מאכן קליניקל טריילס אויף דעם, יעצט וואס איז דער לאגיק אז א מענטש וואס האט נישט קיין טשעננס זיך צו היילן דורך די געווענליכע מיטלען אז די עסקנים זאלן אים נישט ראטן צו פרובירן די אלטערנעטיוו טערעפיס? דו קענסט מיר ענטפערן אויף די קשיא מיט פשוטע לאגיק אן קיין ליצנות?

ווייל מיט די אלטערניטעוו מעדעצין פרוביראכצער פארלירט מען קריטישע צייט.

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1852
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:56 am

קריטיש צייט איז נאר א פראבלעם ביי די וואס האבן עס נישט.

פארהאן אסאך וועלכע האבן א שיף-לאוד מיט צייט, צו שרייבן אויף פארומ'ס, צו טעראריזירן מענטשן פון פריה פארטאגס ביז שפעט ביינאכט, צו משוגע מאכן מענטשן בעת שמחתם, אלעס פאר זייער אנטי דאקטוירים אגענדע. קריטיש צייט איז ביי זיי א קנאפע אישו. העכסטנס, אז דער חולה וועט שוין זיין מיט א פוס אויף יענער וועלט וועלן זיי אים אנשמירן מיט קאלאראבי אויל און שרייען 'קוק, זיין פנים קאליר איז געווארן סאאאך בעסער'.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » זונטאג אוגוסט 19, 2018 3:16 am

צולייגער. דו רעדסט צו שארף מיט א קענטיגע ווייטאג. אבער קודם זיי מסביר געהעריג. איז דאס וואס דיר באדערט?

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1852
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג אוגוסט 19, 2018 5:03 am

ווייטאג? ניין.

כעס?! דאס יא, ביג טיים.

וואס ווילסטו וויסן אויב עס באדערט מיר?!
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

מצפים לישועה
שר חמש מאות
תגובות: 623
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » זונטאג אוגוסט 19, 2018 9:13 am

צילייגער דו רעדסט שארף און דו מאכסט גוט ליצנות, אבער מיינע שאלות הייבטו נישט אן צו ענטפערן, דו האסט געזאגט צוויי זאכן, איינס אז די עסקנים זענען צדיקים און זיי טוען אלכעס וואס קען העלפט פאר די חולים, צוויי אז אסאך אלטערנעטיוו טערעפי האבן זיך איבערגעוויזן אז עס איז ליגנט, אויף דעם פרעג איך א זייער ווייטאגליכע שאלה, סאיז דא טערעפיס וואס האט זיך איבערגעוויזן ביי מייז אז סארבעט און סדא אויף דעם אסאך עדות פון מענטשן, יעצט סדא אסאך מענטשן וואס ליידער האבן נישט קיין שום האפענונג מיט די געווענליכע מיטלען, ממילא איז צייט נישט מעלה ומוריד, איז פארוואס זענען די גרויסע צדיקים זיך מתעלם פון דעם? די דאקטוירים זענען דאך אויך מודה אז זיי האבן נישט קיין שום באווייז אז סע ארבעט נישט, און אפילו מענטשן וואס האבן יא א קליינע טשענס מיט די געווענליכע מיטלען קענען דאך משלב זיין ביידע.

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1852
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג אוגוסט 19, 2018 9:18 am

אין קורצן:

מען האט דא גערעדט פון רעדיא וועיוו. וואו קומט אריין אלטערנאטיוו טעראפי? ווילסט רעדן וועגן דעם עפן א באזונדערן אשכול.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

מצפים לישועה
שר חמש מאות
תגובות: 623
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » זונטאג אוגוסט 19, 2018 12:48 pm

צולייגער האט געשריבן:אין קורצן:

מען האט דא גערעדט פון רעדיא וועיוו. וואו קומט אריין אלטערנאטיוו טעראפי? ווילסט רעדן וועגן דעם עפן א באזונדערן אשכול.

וואס וועל איך האבן פון עפענען א נייעם אשכול, פונקט ווי דו האסט מיר נישט וואס צו ענטפערן און דעם אשכול וועסטו נישט האבן וואס צו ענטפערן און דעם נייעם אשכול.

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1852
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג אוגוסט 19, 2018 1:03 pm

סאו עפן נישט.

איך האב געענטפערט פאר איינעם וואס האט געפרעגט וועגן לידערמאן, מיט אן ענטפער וואס כ'האב אליין מברר געווען.

האסטו געפרעגט 'אלטערנאטיווע טעראפי האלטסטו אויך אז עס היילט נישט?', האב איך דיר געענטפערט אז עס קומט נישט דא אריין, הגם כ'ווייס קלאר אז ס'איז שטותים.

ווילסט רעדן וועגן אלטערנאטיווע טעראפי דוקא, עפן אן אשכול איבער דעם, אויב וועל איך וועלן - און כ'וועל פילן אז ס'איז וויכטיג - וועל איך ענטפערן. ווילסט נישט עפענען, עפן נישט. איטס אפ טו יא.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

מצפים לישועה
שר חמש מאות
תגובות: 623
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » זונטאג אוגוסט 19, 2018 1:48 pm

צולייגער האט געשריבן:סאו עפן נישט.

איך האב געענטפערט פאר איינעם וואס האט געפרעגט וועגן לידערמאן, מיט אן ענטפער וואס כ'האב אליין מברר געווען.

האסטו געפרעגט 'אלטערנאטיווע טעראפי האלטסטו אויך אז עס היילט נישט?', האב איך דיר געענטפערט אז עס קומט נישט דא אריין, הגם כ'ווייס קלאר אז ס'איז שטותים.

ווילסט רעדן וועגן אלטערנאטיווע טעראפי דוקא, עפן אן אשכול איבער דעם, אויב וועל איך וועלן - און כ'וועל פילן אז ס'איז וויכטיג - וועל איך ענטפערן. ווילסט נישט עפענען, עפן נישט. איטס אפ טו יא.

איז לאמיר רעדן וועגן לעדערמאן, סדא א היימישער איד אין מאנסי וואס האט א ממשפחה מיט קינדער ברודערס און קאזינס מיט חברים וואס קענען אים, און ער דערציילט אז ער האט געהאט פינעף טאמער אין קאף און לעדערמאן האט אים אלעס אויסגעהיילט. אויך איז דא אין בני ברק א היימישער איד וואס דערציילט די זעלבע מעשה, יעצט זאג מיר ביטע ווי אזוי האסטו מברר געווען אז לעדערמאן איז כולו בלאף אן א מקצת אמת? נאר ווייל עפעס א דיין זאגט אזוי? פון ווי ווייסט דער דיין אז דאס איז דער מצב אז לעדערמאן האט נישט אפילו א קליינע פראצענט פון הצלחה? איך זאג נישט אז יא, איך פרעג נאר פון ווי איז די זיכערקייט אז נישט.

צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט