Radio Wave פאר די ביטערע מחלה.

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 6:16 pm

גבריאל האט געשריבן:
פנחס בן חיים האט געשריבן:די בריוו איז שקר, דער דאקטער וועם די בריוו אדווערטייזט איז א רעקלעס מענטש וואס איז גרייט צו געבן פאר מענטשן פאלטשע האפענוג פאר זיינע 200 הינדערט טאלער וואס ער מאכט אויף די מינוט, כאטש אז ער ווייסט אז מיט דעם גנב'ט ער קריטישע צייט פון די קראנקע.

און די בריוו ברענגט ארויס די כוח פון א געשריבענע ווארט, אין געווענליכע צייטען וואלט קיינער נישט געגעלייבט וואס שטייט דארט, כאילו עס איז דא א היילנוג פאר די מחלה און יעדער האלט עס פאר א סוד, מען וואלט געטוישט פלאטץ אין מקווה ווען איינער קומט צו רעדן אזוינע שטותים והבלים, אבער אז עס שטייט אינעם "גאזעט" האט עס שוין א אשכול און מען וואנטש שוין עס זאל זיין אמת..

עס איז נישט דא עפעס וואס איז ווייטער פינעם אמת ווי די בריוו, עס איז א ביליגע אטעמפט צו פארדרייען א קאפ פינעם ציבור, א דאקטער מיט א היילנוג וואלט נישט אדווערטייזט אויף די ראדיא, אויך נישט אינעם גאזעט, זיין סקעדשול וואלט געווען געבוקט פון שמח"ת ביז שמח"ת.

ביטע רעדן פון שמחות

פון ווי ווייסטו אז די בריוו איז שקר?

דער בריוו שרייבער האט איבערגעלאזט א טעלפאן נומער ביי די רעדאקציע און יעדער קען עס באקומען


און אז ער האט געלאזט א פאון נומבער? און וואס זאל מען טיען מיט די פאון נומבער? עס געבן אנשטא קימאו? החסיר משוגעים או שקרנים?

האלסט טאקע אז די בריוו איז אמת, און מענטשן שטארבן שוין יארן פשוט פון נישט וויסען און נישט הערן טעגליך דעם דאקטער'ס עד אויף די ראדיא?!

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 8:49 pm

דער דאקטער האט א פארמעסט מיט גייקא ווער עס קען מער עדווערטייזען.

ווען גייקא שפארט ווען טאקע 300 דאלער אין פופצען מינוט דארפען זיי נישט עדווערטייזען.
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1021
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 1:46 am

תגובהדורך גבריאל » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 10:06 pm

פנחס בן חיים האט געשריבן:
גבריאל האט געשריבן:
פנחס בן חיים האט געשריבן:די בריוו איז שקר, דער דאקטער וועם די בריוו אדווערטייזט איז א רעקלעס מענטש וואס איז גרייט צו געבן פאר מענטשן פאלטשע האפענוג פאר זיינע 200 הינדערט טאלער וואס ער מאכט אויף די מינוט, כאטש אז ער ווייסט אז מיט דעם גנב'ט ער קריטישע צייט פון די קראנקע.

און די בריוו ברענגט ארויס די כוח פון א געשריבענע ווארט, אין געווענליכע צייטען וואלט קיינער נישט געגעלייבט וואס שטייט דארט, כאילו עס איז דא א היילנוג פאר די מחלה און יעדער האלט עס פאר א סוד, מען וואלט געטוישט פלאטץ אין מקווה ווען איינער קומט צו רעדן אזוינע שטותים והבלים, אבער אז עס שטייט אינעם "גאזעט" האט עס שוין א אשכול און מען וואנטש שוין עס זאל זיין אמת..

עס איז נישט דא עפעס וואס איז ווייטער פינעם אמת ווי די בריוו, עס איז א ביליגע אטעמפט צו פארדרייען א קאפ פינעם ציבור, א דאקטער מיט א היילנוג וואלט נישט אדווערטייזט אויף די ראדיא, אויך נישט אינעם גאזעט, זיין סקעדשול וואלט געווען געבוקט פון שמח"ת ביז שמח"ת.

ביטע רעדן פון שמחות

פון ווי ווייסטו אז די בריוו איז שקר?

דער בריוו שרייבער האט איבערגעלאזט א טעלפאן נומער ביי די רעדאקציע און יעדער קען עס באקומען


און אז ער האט געלאזט א פאון נומבער? און וואס זאל מען טיען מיט די פאון נומבער? עס געבן אנשטא קימאו? החסיר משוגעים או שקרנים?

האלסט טאקע אז די בריוו איז אמת, און מענטשן שטארבן שוין יארן פשוט פון נישט וויסען און נישט הערן טעגליך דעם דאקטער'ס עד אויף די ראדיא?!

איך האב נישט א נגיעה אז די בריוו זאל זיין אמת איך האב פשוט געמיינט אז די ווייסט פאר א פאקט אז ס'איז געפעלשט.

צו אוועקמאכן דעם דאקטער דארף מען נאכנישט זאגן א המספיק האט אריינגעלייגט א פאלטשע בריוו..

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6840
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 10:11 pm

יעמוד ר' פנחס בן חיים, דו ווייס עפעס אינסייד אינפא אדער דו גלייבסטעס נישט ממילא מאכסטו דעם חשבון?
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2016 1:17 am

צו גוט צו זיין אמת.

ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2012 10:45 am

תגובהדורך ראש העיר » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2016 11:38 am

עס הערט זיך צו גוט צו זיין אמת..

דא איז דא אסאך רעוויוס פון צופרידענע פאציענטן, זעט אויס אז יש דברים בגוי..

http://www.vitals.com/doctors/Dr_Gilber ... an/reviews
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..

הבוחר בטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2016 11:58 am

נא_שכל האט געשריבן:
וואס א חילוק האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:עפעס מאכט נישט סענס דא, כמובן.

זייער זייער אינטערעסאנט!!

קען ער היילן קענסער אויף די פענקריס? און אויך אין די ביינער? (ס'איז נוגע למעשה..)


ס'אמאל געווען א גרויסע לאוסאוט קעגן עם פון די משפחה פון איינער וואס האט געהאט פענקעריס קענסער און איז געשטארבען, די מעשה איז געווען אין 2002 בערך.

די רעגירונג איז געווען שטארק אריינגעמישט דערין צוליב מעדיקער פראוד. ער און די שפיטאל וואו ער האט געארבייט האבן געמוזט באצאלן שיינע סכומים.

מעגליך היינט איז ער שוין בעסער.


איך ב"ה נישט קיין שום פערזענליכע ידיעה אין די ענינים, כ'האב נאר געליינט אביסעל אויף עם, איך מיין אז די מעלפרעקטיס קעיס האט ער געווינען, און די מעדיקעיר קעיס האט גארנישט מיט זיין סוקסעס רעיט, מעדיקעיר באצאלט די באהאנדלונג נאר אויף איין געוויסע פלאץ אין קערפער, ער האט באהאנדלד פאציענטן אויף אנדערע פלעצער און געביללט מעדיקעיר פאלטש, ער האט געדארפט צוריקגעבען איבער צוויי מיליון דאלאר פאר מעדיקעיר, און סטעטן איילענד האספיטאל ווי ער האט דעמאלטס געארבעט האט צירוק געצאלט איבער 180 מיליון.

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2016 1:07 pm

אויסגערעכנט האט געשריבן:יעמוד ר' פנחס בן חיים, דו ווייס עפעס אינסייד אינפא אדער דו גלייבסטעס נישט ממילא מאכסטו דעם חשבון?
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2016 1:24 pm

אויסגערעכנט האט געשריבן:יעמוד ר' פנחס בן חיים, דו ווייס עפעס אינסייד אינפא אדער דו גלייבסטעס נישט ממילא מאכסטו דעם חשבון?


יא איך ווייס אז עס איז שקר, דער בריוו שרייבער אז א אגענט פאר די דאקטער און ער איז בכלל נישט קראנק.

און איך האב טאקע שוין געשריבען אין מיין ערשטע תגובה אויף וואס דו באציעסט זיך אז איך ווייס מידיעה אז עס איז שקר, איך האב נישט געשריבען אז שטעל מיר עס פאר.

דער דאקטער איז קאנסידערט א פראד, און ער האט עס אויף זיין היסטארי.

איך אז וועל האבן שפעטער צייט וועל איך מאריך זיין.

אוועטאר
dim
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

תגובהדורך dim » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2016 6:39 pm

אדרבה, זיי מאריך, דאס איז אינפארמאציע וואס דער עולם דארף הערן,

אגב, דאכט זיך, אז המספיק גיט געווענליך אבאכט אויף די אמת'דיגקייט פון די אינפארמאציע וואס ווערט אריינגעשיקט צו זיי, ווי ווייט ס'איז שייך.

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1949
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2016 7:00 pm


אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1021
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 1:46 am

תגובהדורך גבריאל » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 3:26 pm

פנחס בן חיים האט געשריבן:
אויסגערעכנט האט געשריבן:יעמוד ר' פנחס בן חיים, דו ווייס עפעס אינסייד אינפא אדער דו גלייבסטעס נישט ממילא מאכסטו דעם חשבון?


יא איך ווייס אז עס איז שקר, דער בריוו שרייבער אז א אגענט פאר די דאקטער און ער איז בכלל נישט קראנק.

און איך האב טאקע שוין געשריבען אין מיין ערשטע תגובה אויף וואס דו באציעסט זיך אז איך ווייס מידיעה אז עס איז שקר, איך האב נישט געשריבען אז שטעל מיר עס פאר.

דער דאקטער איז קאנסידערט א פראד, און ער האט עס אויף זיין היסטארי.

איך אז וועל האבן שפעטער צייט וועל איך מאריך זיין.

וועל וועלן מיר זוכה זיין צוהערן?

mosheyahoo
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 11, 2015 12:22 pm

תגובהדורך mosheyahoo » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 3:34 pm

דעס איז וואס זיי שרייבן דערוועגן אינעם יעצטיגן נומער


שגיאות מי יבין: מיר ווילן זיך אנטשולדיגן אויף עטליכע שורות וועלכע זענען אריין אינעם פאריגן גאזעט.
דער ערשטער בריוו, נומער #5820 האבן מיר אריינגעשטעלט, כאטש ער רעקאמענדירט א ספעציפישן דאקטער, וויבאלד מיר קענען פערזענליך דעם מענטש, א היימישער איד, וועלכער רעדט פון אייגן הארץ איבער זיין פערזענליכע געשיכטע און ערפארונג וואס ער גייט אדורך און זאגט עדות אויף דעם דאקטער וואס העלפט אים.
צווישן די שורות רייסט ער אבער אראפ געווענליכע טריעטמענטס, און דאס איז עפעס פון וואס מיר פרובירן אוועקצושטיין. כאטש דער דאזיגער "ליינערס גאזעט" רעפלעקטירט נישט די מיינונג אדער אינדארסירונג פון די רעדאקציע, עס איז פון ליינער צו ליינער, פונדעסטוועגן האבן מיר חרטה פאר'ן דרוקן די קריטיק ווערטער. א ליינער האט רעכט צו שרייבן זיין פערזענליכע "ערפארונג", פאזיטיוו צי נעגאטיוו, אבער נישט זיין "מיינונג" אויף מיטלען/דאקטוירים מיט וועלכע ער האט נישט קיין אייגענע ערפארונג. מיר ווילן דעריבער איבערבעטן אויב עס האט איינעם באטראפן און מיר וועלן בס"ד ווייטער האלטן דעם גאזעט נייטראל און אויף איר סטאנדארט כיד ד' הטובה עלינו.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4640
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 4:21 pm

יעצט אריין געפאלן אין דער אשכול.

ליידער קען איך יא עטוואס עפעס אין דער פעלד. ס'איז אן עוולה נוראה צו שרייבן אזא בריוו. די עוולה איז נישט נאר דאס אז ער רעקאמענדירט איין וועג איבער די אנדערע (און אויף דעם פארענטפערט זיך דער גאזעט), די עוולה איז בכלל צו שרייבן אזא בריוו. ביי קענסער איז יעדע פאציענט א פרשה פאר זיך (די סארט קענסער (צומאל איז עס גאר אפי' בענייען), די פלאץ פונעם קענסער, די סטעידזש אא"וו) און מ'קען נישט פארגלייכן איין פרשה צו די אנדערע. איינער וועט זאגן: קימאו, חלילה זאלסטו דאס לאזן געבן פארן חולה ס'איז שרעקליכע טאקסין'ס אא"וו. אן אנדערער זאגט: ראדיאציע, חלילה! די סייד עפעקטס זענען דאך שרעקליך. און וואס איז קענסער? נישט שרעקליך? נישט טאקסיק? ס'האט מיר געזאגט א פאטער פון א חולה אז ווען איינער האט איהם געפרעגט וואספארא קענסער זיין קינד האט ל"ע געהאט האט ער נישט געענטפערט, ווייל היינט איז יעדער א גאנצער דאקטאר, ער הערט די נאמען פונעם קענסער מאכט ער גלייך א גוגל סוירטש און פאנגט אן זאגן דיעות. א נאנטער צו א חולה ווערט אינגאנצן צומישט ווען מ'זאגט איהם דיעות. די פחד איז דאך נורא ואיום (הן בשעת מעשה און כ"ש שפעטער) צו טוט מען די ריכטיגע באהאנדלונג אדער צו האט מען ריכטיג באהאנדלט און דא קומט דער חכם הרזים פארשלייערט אלס א בריוו שרייבער מיט ר"ת אלס זיין נאמען און ווארפט אריין ספיקות אין קאפ, פארוואס האב איך געדארפט די קימאו, סוירדזשערי, ראדיאציע א.נ.? מיט 5 וויזיטן ביי יענעם דאקטאר האט מען דאך געקענט שליכטן די גאנצע סיטואציע און ווער רעדט נאך די איבעריגע עגמת נפש און פיזור הנפש פון לויפן אין שפיטאל טאג און נאכט פאר טריעטמענט?! ס'איז אן עוולה
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1949
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 4:24 pm

אבער געזינטע עסן היילט!

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 4:28 pm

fiena nieas האט געשריבן:אבער געזינטע עסן היילט!


יא, גערעכט, און ביי של"ש זינגט מען בבואו מאדום.

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1949
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 4:38 pm

פנחס בן חיים האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:אבער געזינטע עסן היילט!


יא, גערעכט, און ביי של"ש זינגט מען בבואו מאדום.

און ביי ברוך שאמר קישט מען נישט די בעק ציצית

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2862
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 6:21 pm

פנחס בן חיים האט געשריבן:
אויסגערעכנט האט געשריבן:יעמוד ר' פנחס בן חיים, דו ווייס עפעס אינסייד אינפא אדער דו גלייבסטעס נישט ממילא מאכסטו דעם חשבון?


יא איך ווייס אז עס איז שקר, דער בריוו שרייבער אז א אגענט פאר די דאקטער און ער איז בכלל נישט קראנק.

און איך האב טאקע שוין געשריבען אין מיין ערשטע תגובה אויף וואס דו באציעסט זיך אז איך ווייס מידיעה אז עס איז שקר, איך האב נישט געשריבען אז שטעל מיר עס פאר.

דער דאקטער איז קאנסידערט א פראד, און ער האט עס אויף זיין היסטארי.

איך אז וועל האבן שפעטער צייט וועל איך מאריך זיין.

גראדע קען איך דעם איד און ער האט טאקע יענע מחלה און עס האט אים פערזענליך יא געהאלפן.
און איך זע נישט וואס דיין פראבלעם איז ווען א איד פארציילט וויאזוי ער איז געהאלפן געווארן ?
און ער איז אויך געגאנגען צו אנדערע דאקטורים און זיי זאגן טאקע אז עס איז אוועק.
טראמפס שטארקייט איז ער האט אייך אין בוידעם!
אין א חלק פון זיין פלאן איז ממש דאס, יעדע שני וחמישי א כאפצעם

אוועטאר
קאץ און מויז
שר חמש מאות
תגובות: 880
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

המספיק גאזעט כסלו אנטשולדיגט זיך פאר די בריוו

תגובהדורך קאץ און מויז » פרייטאג דעצמבער 02, 2016 9:15 am

המספיק גאזעט כסלו אנטשולדיגט זיך פאר די בריוו
צוגעלייגטע
144yiddish.pdf
(105.93 KiB) דאונלאודעד 190 מאל

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » פרייטאג דעצמבער 02, 2016 9:55 am

די איד פאר וועם איך האב געדארפט די רפואה איז שוין ליידער נישט בין החיים..

ברוך דיין אמת

בשורות טובות
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

פרישע פיש
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 15, 2017 2:46 pm

תגובהדורך פרישע פיש » מיטוואך יולי 19, 2017 8:17 pm

רבותי איך בין נישט קיין דאקטער און אויכעט נישט קיין דעה זאגער
אבער איך האב געהערט אין די מקוה אז געזונטע עסן העלפט און אויכעט אז מען זינגט בבואו מאדום ביי שלש סעודות וכו'
און איך האב עס אויכעט אליינס געזען אויף די אייוועלט,
און איך האב גראדע פרובירט אסאך עצות און שיעורים וויאזוי איבערציקומען שוועריקייטן וואס זענעו שטארק עדוועטייזט אין די אייוועלט און עס האט מיר געהאלפן א מכה,
און איך פלעג געפערליך ליידן אויף ציין ווייטאג און איך האב איינמאל גענומען וויטעמין קעי ווייל איך האב נישט געהאט א דאקטער אוין טאג, ,עמערדשנסי, מיר צו מאכן א רוט קאנאל און זייט דעמאלט בין איך נאכנישט געווען ביי א ציין דאקטער פאר אפאר יאר,
האב איך געזען פון די מעשה אז די היינטיגע דאקטוירים זענען גאנץ גוט, מען דארף אבער פון צייט צו צייט צולייגן אביסל קאמען סענס, און בעטן השי"ת פאר א גאנצע רפואה
יעצט צום ענין, במציאות היילט אויס קימא פון די מחלה מער פון אלע היימישע רעמעדיס און סגולות און ישועות אבער מען דארף האבן גענוג געזונט און כח דאס אריבערצוטראגן,
עס איז דא צענדליגער מיני פון די מחלה, און הונדערטער מענטשן וואס זענען זיכער אז נאר זייער רפואה איז גוט, אבער דער אמת איז אז צו יעדן מצב דארף מען וויסן וואס איז די רפואה וואס מען נעמט, און די מעלות און חסרונות דערפון,
לויט וויפל איך ווייס זענען די דריי וואס איך גיי אויסרעכענען די דריי בעסטע רעמעדי"ס צו העלפן בעזהשי"ת, פארשטייט זיך נאר ציצולייגן צו דעם ריכטיגן דאקטערס טריטמענט, מיט די ווייניגסטע סייד עפעקטס און גוטע רעזולטאטן בע"ה,
1) עס אנעמען באהבה און זיין רוהיג פארשפארט מען די מערסטע יסורים, בדוק ומנוסה!
2) וויטעמין סי , (כאטשיק טויזענט מ"ג) העלפט אז עס זאל שטארקן דעם אימיון סיסטעם וואס ווערט געהארגעט דורך קימאטעראפי און איז גורם אסאך אינפעקשאנס וואס פון דעם אליינס שטאבן אסאך מענטשן, אויכעט העלפט דער וויטאמין סי אז די לונגען זאלן בעסער ארבייטן וואס איז זייער וויכטיג כדי עס זאל נישט קאלעפסן פלוצלינג וואס פון דעם אליין שטארבן אסאך מענטשן ר"ל,
3) ארגעניק סאלפאר אדערSMS, (צויי טויזענט מ"ג) האט אויפגעוויזן צו העלפן כמעט א יעדע קימאטעראפי צו הרגענען די מחלה, און אויך פארגרינגערט עס שטארק די יסורים, אבער מען טאר עם נישט נעמען מיט רעדיעישאן טעראפי,
והשי"ת ישלח לנו מהרה רפואה שלימה לכל חולי ישראל, אמן

סאיזגוטבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 21, 2015 11:46 pm

תגובהדורך סאיזגוטבה » זונטאג יולי 30, 2017 2:01 am

יהודי האט געשריבן:
פנחס בן חיים האט געשריבן:
אויסגערעכנט האט געשריבן:יעמוד ר' פנחס בן חיים, דו ווייס עפעס אינסייד אינפא אדער דו גלייבסטעס נישט ממילא מאכסטו דעם חשבון?


יא איך ווייס אז עס איז שקר, דער בריוו שרייבער אז א אגענט פאר די דאקטער און ער איז בכלל נישט קראנק.

און איך האב טאקע שוין געשריבען אין מיין ערשטע תגובה אויף וואס דו באציעסט זיך אז איך ווייס מידיעה אז עס איז שקר, איך האב נישט געשריבען אז שטעל מיר עס פאר.

דער דאקטער איז קאנסידערט א פראד, און ער האט עס אויף זיין היסטארי.

איך אז וועל האבן שפעטער צייט וועל איך מאריך זיין.

גראדע קען איך דעם איד און ער האט טאקע יענע מחלה און עס האט אים פערזענליך יא געהאלפן.
און איך זע נישט וואס דיין פראבלעם איז ווען א איד פארציילט וויאזוי ער איז געהאלפן געווארן ?
און ער איז אויך געגאנגען צו אנדערע דאקטורים און זיי זאגן טאקע אז עס איז אוועק.

שיין צו זעהן ווי מענטשן ווייסן קלאר אז ס'איז א פאלטשע בריוו, איך ווייס ווער ס'איז און געניג מענטשן ווייסן ווער ס'איז, ער האט ארויסגעשריבן גאנץ קלאר זיין נאמען.
עס איז 100% אמת און ווערטער פון הארץ!!!
האסט שוין אמאל געבליבן שטיל ווען איינער האט דיך אריינגעפליקט, אפי' האסט געהאט א גוטס אויף צריק?
מאך זיכער אז די האסט די עפפ

מצפים לישועה
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 5:25 pm

ווי אזוי קען מען מברר זיין די טעלעפאן נומער פון דעם איד?

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 4:55 pm

ס'סאיז כדאי צו הערן רבי שאול קליינ'ס זז"ג לעצטיגע שיעור אויף קול מבשר (פרשת שופטים) וואו ער לייגט הערליך אראפ די מעשה פון מיסטער דזאבס די גרינדער פון 'עפל', ווי אזוי זיינער איינרעדעניש אין נאטורליכע היילונג מיטלען האבן איהם פארקורצערט זיין לעבן און ער האט נישט זוכה געווען צו דערלעבן זיין קאמפעני'ס ווערד ווערן א 'טריליון דאללער'.
ער רייסט אראפ די אלע וואס לאזן זיך נעבעך פארפאפן פון די איירעדענישן און פארשפילן טייערע צייט. ודי בזה.

אוועטאר
טרעוולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

Dr. Gilbert Lederman

תגובהדורך טרעוולער » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 5:15 pm

למעשה איז דער דאקטער לידערמאן עפעס ווערט ?

ער טוט א מעדיקעד באצאלטע טעראפי, דאס מיינט זיי האלטן דערפון.

די היימישע ארג. זאגן גארנישט וועגן אים...

אויב איינער ווייסט עפעס קראנט ביטע זיך לאזן הערן.

א דאנק

נ.ב. איך האב שוין געליינט אלעס וואס מ'שרייבט אויבן, איך קען דאס אליין חזר'ן...


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט