Radio Wave פאר די ביטערע מחלה.

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

mosheyahoo
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 11, 2015 12:22 pm

Radio Wave פאר די ביטערע מחלה.

תגובהדורך mosheyahoo » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 2:52 pm

די פאלגענדע בריוו איז ערשינען אינעם יעצטיגען המספיק גאזעט חודש אלול. ליינענדיג עס האב איך געטראַכט, איך ווינטש עס זאל זיין אמת, אָבער איך האָב אַ געפיל עס איז to good to be true.סאו כבין נייגעריג וואס דער עולם זאגט דערצו,

ביטע לייענט די תגובה
רבותי, האפענונג
פאר קענסער!
סברי מרנן, איך בין דיאגנאזירט געווארן מיט די ביטערע מחלה ה"י. עס האט זיך אנגעהויבן מיט א געוואוקס אין קאפ, גרויס ווי א קוואדער, אזש איך האב עס געקענט שפירן מיט די הענט! היינט איז נישט געבליבן קיין זכר דערפון! אט הערט מיין מעשה און פארשפרייט עס ווי ווייט איר קענט, וזכות הרבים תלוי בכם.
דער דאקטער האט מיר געזאגט אז דער פלאץ פון מיין געוואוקס אין קאפ איז צו הייקל, און ממילא וועט ער יעצט גארנישט טון. אויב וועט זיך עס פארשפרייטן צו מער סכנה'דיגע פלעצער, וועט מען מוזן אנהויבן עס צו באהאנדלען.
איך האב אבער נישט געוואלט ווארטן ביז עס קומט אן אהין... איבערהויפט ווען דער דאקטער האט מיר אנטפלעקט אז אויסער דעם האב איך נאך 4 שטיק, א סך הכל פון פינף
געוואוקסן וואס איך האב געזען מיט מיינע אויגן אויף די עקס-רעי בילדער. וואס זאל איך טון, כ'בין נאך יונג און איך וויל לעבן.
א חבר האט מיר דערציילט איבער א געוויסן דר. לידערמאן אין מאנהעטן וועלכער העלפט וואונדערליך קעגן קענסער. וואס האב איך דען צו פארלירן? האב איך געמאכט אן אפוינטמענט און במשך 2 שעה בין איך געזעצן ביי אים און אדורכגעשמועסט מיין גאנצע מצב.
למעשה זאגט ער מיר אז מען מוז ארבעטן אויף איין געוואוקס אויפאמאל, און איך זאל אריבערקומען פינף מאל. דאס ערשטע האט מען טאקע גענומען דעם גרויסן געוואוקס אין קאפ, איך בין געווען ביים אים פינף מאל, מאנטאג, מיטוואך, פרייטאג, מאנטאג און מיטוואך, און עס איז נישט פארהאן מער קיין שפיר פון דעם געוואוקס!
די טעראפי וואס ער נוצט רופט ער Radio Wave , עס זעט אויס ווי א גרויסע עקס-רעי מאשין און יעדע אפוינטמענט האט געדויערט אונטער צען מינוט. איך האב אים געפרעגט ווילאנג נאך די באהאנדלונג וועל איך קענען אהיימגיין, האט ער געזאגט תיכף ומיד און איר וועט אליינס קענען דרייוון. כך הוה, איך בין ארויס, נישט געשפירט גארנישט, קיין איבלען,ברעכן, פארלירן האר אא"וו, און אהיימגעפארן מיט די אייגענע כוחות ב"ה.
איך גיי יעצט ווייטער צו אים פאר די אנדערע געוואוקסן, און דאס הארץ בלוטיגט מיר, פארוואס ווייסט נישט דער עולם דערפון? פארוואס הרג'עט מען אויס יונגע טאטעס און מאמעס מיט קימא-טעראפי ווען עס איז מעגליך פטור צו ווערן פון די מחלה גרינג און שנעל אן קיין שום נאכווייען!!??!!
איך האב אלץ ליב צו שמועסן מיט מענטשן (בכלל... און אויך) דארט אין ווארט-זאל.דערציילט מיר איינער אז זיין שוועסטער האט געהאט לונגען-קענסער. דער דאקטער האט איר געגעבן נישט מער פון 2 חדשים צום לעבן! זי האט גראדע בשום אופן נישט געוואלט גיין צו דעם דאקטער און ער האט איר ממש געשלעפט מיט די געוואלד. היינט, פיר יאר שפעטער, לעבט זי ב"ה געזונט ווי א גוי.איין אויסלענדישע דערציילט מיר אין א געבראקטן ענגליש אז זי קומט פון אויסלאנד זיך צו באהאנדלען ביי אים פאר "עדווענסד לעבער קענסער"! ווען איך בין אריין האב איך געפרעגט דעם דאקטער אויב ער קען אויך העלפן שווערע לעבער קענסער ווען עס איז שוין אין די שפעטע פאזעס (עדווענסד),ענטפערט ער מיר אז בערך א דריטל פון זיינע פאציענטן זענען מענטשן מיט לעבער קענסער אן אנדערער, א גרויסער ביזנעסמאן, האט מיר דערציילט, אז ער האט קאלאן קענסער.ער האט אנגעהויבן נעמען קימא-טעראפי און עס האט אים געמאכט שפירן אזוי קראנק אז ער האט גאזאגט פאר'ן דאקטער אז שטארבן איז שוין גרינגער, ער וויל מער נישט קיין קימא! נישט האבנדיג מער וואס צו דערלייגן איז ער אויך געקומען צום דר. לידערמאן )גיי פארשטיי א גוי.... ער דערציילט מיר אז דער דאקטער האט אים געהייסן קומען יעדן טאג פאר 30 טעג, אבער ער האט געזאגט ער קען נישט... ער איז צו פארנומען ביי דער ארבעט...גייט ער נאר 3 מאל א וואך...אן אנדערן האב איך געפרעגט מיט ווייטאג, פארוואס ווייסט קיינער נישט דערפון? מ'קען דאך ראטעווען אזויפיל לעבנס? זאגט מיר יענער אז די מעדיצינישע וועלט איז דערקעגן. פארוואס? פרעג איך תמימות'דיג, ענטפערט ער מיר אז מעמאריעל שפיטאל האט 36 אפעראציע צימערן, און זיי קענען עס נישט פארשליסן... זאלן זיי אפערירן מייז!! פארוואס זאלן אידישע קינדער דארט אויסגיין רח"ל!?
דער דאקטער טוט עס שוין פאר 34 יאר מיט א געוואלדיגע סוקסעס. ער האט עס ערפונדן אינאיינעם מיט א קאלעגע ווען זיי זענען געווען אין מעדיקל קאלידזש צו ווערן קענסער דאקטוירים.
אלזא רבותי, עס פעלט נישט אויס צו שטארבן פון קענסער!! דער דאקטער טוט עס אן קיין שום ווייטאג, ער נעמט אלע אינשורענס – יא, אפילו מעדיקעיד, און די באהאנדלונג איז אויסטערליש פונקטליך עלימינירנדיג בלויז די שעדליכע געוואוקסן אן הרג'ענען דעם פאציענט.איך קען עס נישט גענוג שרייען. רבותי,איידער איר לייגט אייך אונטער'ן מעסער,איידער איר לאזט זיך ארויסשניידן גלידער אדער נעמען קימאו-טעראפי, פרובירט עס כאטש!! לאזט אים ארויסנעמען אייער געוואוקס און פארט באלד דערנאך אהיים אליינס מיט די אייגענע קאר!
איך האב א חבר וואס די פרוי גייט אים ליידער אויס פון יענע מעשה. כ'האב זיך געבעטן צו אים, גיי כאטש איינמאל צו אים!! זאגט ער מיר, נע, זי האט נישט קיין כח, עס איז אן אומבאקאנטע רפואה... יא, ליידער יונגע מאמעס לאזן איבער יתומים איז מער באקאנט... איר מוזט אבער נישט נאכגיין דעם טרויעריגן וועג. איך האב געהערט אז נאך נאך פינף מענטשן טוען עס, ער איז אבער דער איינציגסטער וועלכער טוט עס אויף יעדן ארט אינעם קערפער.זייט ער האט עלימינירט מיין געוואוקס הער איך נישט אויף צו דערציילן דערוועגן פאר
וועם איך קען נאר העלפן. מענטשן האבן מיר געפרעגט אויב ער האט אויך עפעס חסרונות, און דער אמת איז יא, פארקינג אין מאנהעטן קאסט אסאך געלט. אנדערע האבן מיר אבער
שפעטער אויפגעמערקט אז פארקינג אויפ'ן בית החיים קאסט אסאך מער...

פארצייכנט אייך דעם נאמען און נומער, און
יה"ר עס זאל זיין להלכה ולא למעשה:
Dr. Gilbert Lederman 212-246-
4237, 1384 Broadway (near 38th St.),
NY, 10018
איך לאז איבער מיין נומער ביי די רעדאקציע,
שפירט אייך פריי מיר צו רופן,
ל.א.ש.,

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4784
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 3:01 pm

wowowow יהיו רצון אז נאר גוים זאלן דארפן צוקומען צו דעם אמן.
איז עס א נייע זאך אדער גייט עס שוין אן יארן אין קיינער ווייסט נישט פין דעם ??????
פארוואס ראט נישט rccs צו גיין צו אים ???
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 3:03 pm

אויב איז דאס ווי די שרייבסט
איז מצוה גדולה לפרסמו
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2118
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 3:04 pm

עפעס מאכט נישט סענס דא, כמובן.

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 3:07 pm

להודיע האט געשריבן:עפעס מאכט נישט סענס דא, כמובן.

זייער זייער אינטערעסאנט!!

קען ער היילן קענסער אויף די פענקריס? און אויך אין די ביינער? (ס'איז נוגע למעשה..)
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

מצלמה
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 3:07 pm

להודיע האט געשריבן:עפעס מאכט נישט סענס דא, כמובן.

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2126
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 3:10 pm

וואס א חילוק האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:עפעס מאכט נישט סענס דא, כמובן.

זייער זייער אינטערעסאנט!!

קען ער היילן קענסער אויף די פענקריס? און אויך אין די ביינער?


די פעלער רח"ל ווי עס איז נעבעך גאר ביטער איז לכאורה נישט שייך צו זאגן אז ער ווייסט וואס אנדערע ווייסען נישט ווען יא וואלט יעדער געווען ביי אים
לכאורה קען ער ארבעטן אויף א אייגענארטיגע וועג, אויף אזעלכע סארט מקומות ווי די אנגענימענע וועג ארבעט דארך קימא וכו'.
אזוי קיקט אויס

אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1023
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 1:46 am

תגובהדורך גבריאל » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 3:10 pm

can someone forward this to RCCS and hear what they say about this?
they for sure know

אוועטאר
קיטשי
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

תגובהדורך קיטשי » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 3:11 pm

אדווערטייזט אייביג אויף די ראדיא
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
אויב עס קען איינעם וויי טון סעיוו עס אין דרעפטס און דו וועסט האבן גרייט א בוך מיט זכותים
.

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5385
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 3:14 pm

וואס איז זיין סוקסעס ראטע?

2%, 5%, 80%, 100%...?

אויב דער תירוץ איז 100% איז עס קלאר א ליגענט כמובן.

mosheyahoo
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 11, 2015 12:22 pm

תגובהדורך mosheyahoo » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 3:14 pm

קיטשי האט געשריבן:אדווערטייזט אייביג אויף די ראדיא

נו אשר על כן?

מצלמה
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 3:16 pm

רצון טוב האט געשריבן:
וואס א חילוק האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:עפעס מאכט נישט סענס דא, כמובן.

זייער זייער אינטערעסאנט!!

קען ער היילן קענסער אויף די פענקריס? און אויך אין די ביינער?


די פעלער רח"ל ווי עס איז נעבעך גאר ביטער איז לכאורה נישט שייך צו זאגן אז ער ווייסט וואס אנדערע ווייסען נישט ווען יא וואלט יעדער געווען ביי אים
לכאורה קען ער ארבעטן אויף א אייגענארטיגע וועג, אויף אזעלכע סארט מקומות ווי די אנגענימענע וועג ארבעט דארך קימא וכו'.
אזוי קיקט אויס


וואס איז זיין עקספערטיז אין "אינפלעמאטארי", STAGE 3?
OVERIAN, BREST און PANCRIATIC קענסער, וואס איז ליידער גאר שכיח ביי אחב"י אשכנזים.

mosheyahoo
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 11, 2015 12:22 pm

תגובהדורך mosheyahoo » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 3:17 pm

וואס א חילוק האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:עפעס מאכט נישט סענס דא, כמובן.

זייער זייער אינטערעסאנט!!

קען ער היילן קענסער אויף די פענקריס? און אויך אין די ביינער? (ס'איז נוגע למעשה..)

פארוואס נישט כאטש טרייען?

אוועטאר
קיטשי
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

תגובהדורך קיטשי » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 3:17 pm

mosheyahoo האט געשריבן:
קיטשי האט געשריבן:אדווערטייזט אייביג אויף די ראדיא

נו אשר על כן?

גארנישט
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
אויב עס קען איינעם וויי טון סעיוו עס אין דרעפטס און דו וועסט האבן גרייט א בוך מיט זכותים
.

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 3:21 pm

איז דאס רעדיעישן?
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

פרידן
שר האלף
תגובות: 1966
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 3:24 pm

דער אמת איז דער עולם ווייסט נישט די מעדיצינישע וועלט איז איינע פין די גרעסטע אינדערסטריס אין פונקט ווי אלעס איז דארט אויך דא אסאך ביזנעס איטערעסזן אין אסאך גאר גוט שטודיעס אין ערפונדונגען האט מען פארווישט אין דער ערד געלייגט ווייל געוויסע האבן געקענט דערלייגן אסאך געלט אסאך זענען יארן שפעטער צירוק אפיר געקומען אין געווארן אנגענומען אין העלפט ביז היינט

ב"ה עד הנה עזרנו רחמיך ולא עזבוני חסדך ה' אלוקינו איך בין נישט באהווענט מיט יענע מעשה קען זיין אז דא איז סתם דמיונות אין חלומות, אזוי אסאך אנדערע דמיונות וואס די מעדעצינישע וועלט איז געבענטש,אבער דאס אז אנדערע טוען עס נישט אין ווען ס'ארבייט וואלט עס זעכער געווארן אנגענומען, זאגט נישט גארנישט, ווייל עס איז דא מאכטופולע וואס ווילן נישט ס'זאל ארבייטן,

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5385
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 3:29 pm

אגרי קלאר מיט @פרידן.

פון די אנדערע זייט איז לכבוד דעם דא הונדערטער האקאס ספאקעס...

מען דארף מאכן די ריסערטש. גראדע זיינע אנליין ריוויוס קוקען אויס גאנץ פיין. עמיצער שרייבט אז ער אליין זאגט אז ער קען נישט העלפן פאר מער ווי 50%, און אז ער קען נישט צוזאגען.

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 3:30 pm

אויב איז דאס רעדיעישן דאן ניצט מען דאס שוין יא אין די מעדעצינישע וועלט און עס קען האבן שטארקע סייד עפעקטס אויף געוויסע מענטשן
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5385
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 3:32 pm

וואס א חילוק האט געשריבן:אויב איז דאס רעדיעישן דאן ניצט מען דאס שוין יא אין די מעדעצינישע וועלט און עס קען האבן שטארקע סייד עפעקטס אויף געוויסע מענטשן

1. ווי איך פארשטיי איז עס אביסל אנדערש ווי געהעריגע רעדיעשאן.
2. אויב דער דר. קען נישט טוען לוינט זיך אודאי די סייד עפעקטס.

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2126
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 3:32 pm

פרידן האט געשריבן:דער אמת איז דער עולם ווייסט נישט די מעדיצינישע וועלט איז איינע פין די גרעסטע אינדערסטריס אין פונקט ווי אלעס איז דארט אויך דא אסאך ביזנעס איטערעסזן אין אסאך גאר גוט שטודיעס אין ערפונדונגען האט מען פארווישט אין דער ערד געלייגט ווייל געוויסע האבן געקענט דערלייגן אסאך געלט אסאך זענען יארן שפעטער צירוק אפיר געקומען אין געווארן אנגענומען אין העלפט ביז היינט
ב"ה עד הנה עזרנו רחמיך ולא עזבוני חסדך ה' אלוקינו איך בין נישט באהווענט מיט יענע מעשה קען זיין אז דא איז סתם דמיונות אין חלומות, אזוי אסאך אנדערע דמיונות וואס די מעדעצינישע וועלט איז געבענטש,אבער דאס אז אנדערע טוען עס נישט אין ווען ס'ארבייט וואלט עס זעכער געווארן אנגענומען, זאגט נישט גארנישט, ווייל עס איז דא מאכטופולע וואס ווילן נישט ס'זאל ארבייטן,


גערעכט
למשל די ה. מייזעלס מהלך פין דיעטע איז אמאל געווען זייער אפגעפרעגט
און היינט צוטאגס איזעס א שטארק גאנגבארע מהלך ביי דאקטורים
קוקט אויס די וואס זיצען אינטער די געזינטהייט אינדעסטרי האבן אלס אנדערע אגענדעס.

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4951
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 5:26 pm

וואס א חילוק האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:עפעס מאכט נישט סענס דא, כמובן.

זייער זייער אינטערעסאנט!!

קען ער היילן קענסער אויף די פענקריס? און אויך אין די ביינער? (ס'איז נוגע למעשה..)


ס'אמאל געווען א גרויסע לאוסאוט קעגן עם פון די משפחה פון איינער וואס האט געהאט פענקעריס קענסער און איז געשטארבען, די מעשה איז געווען אין 2002 בערך.

די רעגירונג איז געווען שטארק אריינגעמישט דערין צוליב מעדיקער פראוד. ער און די שפיטאל וואו ער האט געארבייט האבן געמוזט באצאלן שיינע סכומים.

מעגליך היינט איז ער שוין בעסער.


און נאך א זאך מייניך אז ס'דא אסאך נארמאלע דאקטורים וואס טריטן מיט רעדיאלידזשי, ער האט אבער א ספעציעלע מהלך צוליב דעם איז ער נישט און א געהעריגע שפיטאל.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 5:42 pm

די בריוו איז שקר, דער דאקטער וועם די בריוו אדווערטייזט איז א רעקלעס מענטש וואס איז גרייט צו געבן פאר מענטשן פאלטשע האפענוג פאר זיינע 200 הינדערט טאלער וואס ער מאכט אויף די מינוט, כאטש אז ער ווייסט אז מיט דעם גנב'ט ער קריטישע צייט פון די קראנקע.

און די בריוו ברענגט ארויס די כוח פון א געשריבענע ווארט, אין געווענליכע צייטען וואלט קיינער נישט געגעלייבט וואס שטייט דארט, כאילו עס איז דא א היילנוג פאר די מחלה און יעדער האלט עס פאר א סוד, מען וואלט געטוישט פלאטץ אין מקווה ווען איינער קומט צו רעדן אזוינע שטותים והבלים, אבער אז עס שטייט אינעם "גאזעט" האט עס שוין א אשכול און מען וואנטש שוין עס זאל זיין אמת..

עס איז נישט דא עפעס וואס איז ווייטער פינעם אמת ווי די בריוו, עס איז א ביליגע אטעמפט צו פארדרייען א קאפ פינעם ציבור, א דאקטער מיט א היילנוג וואלט נישט אדווערטייזט אויף די ראדיא, אויך נישט אינעם גאזעט, זיין סקעדשול וואלט געווען געבוקט פון שמח"ת ביז שמח"ת.

ביטע רעדן פון שמחות

green sunday
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

תגובהדורך green sunday » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 5:53 pm


אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1023
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 1:46 am

תגובהדורך גבריאל » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 6:00 pm

פנחס בן חיים האט געשריבן:די בריוו איז שקר, דער דאקטער וועם די בריוו אדווערטייזט איז א רעקלעס מענטש וואס איז גרייט צו געבן פאר מענטשן פאלטשע האפענוג פאר זיינע 200 הינדערט טאלער וואס ער מאכט אויף די מינוט, כאטש אז ער ווייסט אז מיט דעם גנב'ט ער קריטישע צייט פון די קראנקע.

און די בריוו ברענגט ארויס די כוח פון א געשריבענע ווארט, אין געווענליכע צייטען וואלט קיינער נישט געגעלייבט וואס שטייט דארט, כאילו עס איז דא א היילנוג פאר די מחלה און יעדער האלט עס פאר א סוד, מען וואלט געטוישט פלאטץ אין מקווה ווען איינער קומט צו רעדן אזוינע שטותים והבלים, אבער אז עס שטייט אינעם "גאזעט" האט עס שוין א אשכול און מען וואנטש שוין עס זאל זיין אמת..

עס איז נישט דא עפעס וואס איז ווייטער פינעם אמת ווי די בריוו, עס איז א ביליגע אטעמפט צו פארדרייען א קאפ פינעם ציבור, א דאקטער מיט א היילנוג וואלט נישט אדווערטייזט אויף די ראדיא, אויך נישט אינעם גאזעט, זיין סקעדשול וואלט געווען געבוקט פון שמח"ת ביז שמח"ת.

ביטע רעדן פון שמחות

פון ווי ווייסטו אז די בריוו איז שקר?

דער בריוו שרייבער האט איבערגעלאזט א טעלפאן נומער ביי די רעדאקציע און יעדער קען עס באקומען

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2889
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 6:10 pm

דער שרייבער פונעם בריוו זאגט נישט צו ער איז געגאנגען צום ערשטן דאקטער אדער עכ"פ אן אנדערע דאקטער באשטעטיגן אז ער ווערט טאקע אויסגעהיילט
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט