ביסט דאך א פיינער מענטש; ביסטו טאקע אזוי פיין?

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

fiena nieas האט געשריבן:אבער וואס איז אויב א מענטש האט אזוי פיינט פעין אז ער איז אזוי 'משוגע' און איז גרייט צו ליידן אבי נישט צו פילן פעין?

;l;p-
דו פרעגסט און דו ענטפערסט בענאזאם!

ווי האט יענער געפרעגט; לכאורה פארוואס מאכט מען נישט קיין אויוון פון פוטער עס קען זעך דעך צעלאזן???.....
חביבי
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

נו שאלת חכם חצי תשובה...
די אמת איז איך וויל פשוט מסביר זיין פאר דיר אז דער מענטש ווייסט אז ער האט א פראבלעם אבער דאך האט ער צו מורא פון פעין און איז גרייט צו ליידן. יעצט וויזוי טוישט מען זיין מיינד סעט אז ער זאל נישט אזוי מורא האבן פון פעין
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

אה זייער א גוטע קשיא ר׳ פיינע פרישע געשמאקע הייסע נייעס (איך ווייס נישט פארוואס, אבער דיין נאמען געפעהלט מיר...)

איז אזוי לגבי רעגולער פעין וואס מענטשן האבן טאג טעגלעך דארף מען נישט צופיל טוישן מיינדסעט, ווייל די מענטש איז בכלל נישט aware פון זיינע טאג טעגלעכע ווייטאגן ווייל ער איז שוין צוגעוואוינט דערצו,

ווייטאגן וואס א מענטש אנטלויפט שוין דערפון אזויווי א פאביע איז שוין א שטיקל פראצעדור עס ארויס צו נעמען

די פיינע מענטש אבער וויל בכלל נישט אנהייבן לעבן פול פארס ווייל ער ציטערט פון אומבאקוועמלעכקייט ער האט ווי מען רופט עס fear of the unknown/unfamilier און אמאל אויך fear of success, נאך דערצו אויב ער האט א שטארקע victim mindset ד.מ. אז ער לעבט אויף נישט זיין צופרידן, ווייל ער וועט מוזן אויפגעבן זיינע אלע גוטע/שלעכטע פריינד, זיינע באקלאגענישן.

א פיינע מענטש ווען איינער בעוולט אים ווערט ער passive aggressive ער וועט ענדערש בלאזן ווי א פרוי ווי איידער צו פארלאנגען וואס ער וויל אזא מהלך המחשבה מאכט אים זייער צוגעבינדן בעבותות אהבה צו זיינע פראבלעמען...

די פיינע מענטש האט נאך א פראבלעם אז ער האט א שטארקע low self-esteem דעריבער איז ער אביסל גערעכט אז ער וויל נישט האבן קיין פעין ווייל וויבאלד ער איז נישט מחשיב זיין לעבן האט ער נישט קיין סיבה פארוואס עס זאל זיך אים לוינען צו ליידן ווייטאג

די פיינע מענטש דארף 1. בויען זיין סעלף עסטים, 2. בויען זיין טאלערענץ פאר ווייטאג און אומבאקוועמלעכקייט, 3. אויפהערן זוכן עפראוועל פון אנדערע און זיכער נישט פון זיין ווייב

טוישן א מיינדסעט גייט נישט אין איין מינוט, בפרט ווען מען רעדט פון א פיינע מענטש וואס מיום עמדו על דעתו האט ער זיך געפראוגרעמט נאכאמאל און נאכמאל אז פעין איז דאס ערגסטע, יעדע מאל וואס מען אנטלויפט פון עפעס פראוגרעמט מען די סוב-קאנטשעס מיינד פיינט צו האבן די זאך מער און מער,

בדרך אגב: עס איז א טעות וואס מענטשן מאכן אז די פארקערטע פון הנאה איז ווייטאג, הנאה און ווייטאג גייען געווענלעך צוזאמען, יאפ! זיי גייען צוזאמען

וואס איז יא די פארקערטע פון הנאה? הער צו, א חידוש! אויף די ערשטע מינוט מאכט עס נישט קיין סענץ,

פארקערטע פון הנאה איז באקוועמלעכקייט,

לדוגמא: קוק אריין אין מי מנוחות ווי איינער באשרייבט זיינע איבערלעבענישן ביים אוועק געבן א ניר פאר א יוד, מען קען נישט משיג זיין די ווייטאג וואס די דאנאר איז דורכגעגאנגען, מען קען אבער אסאך מער נישט משיג זיין די אינערלעכע הנאה וואס די דאונער האט געשפירט און וועט שפירן זיין גאנץ לעבן בעז״ה, ווי מער א מענטש גיבט אוועק פון זיך און פון זיין באקוועמלעכקייט אלס מער הנאה וועט ער האבן און פארשטייט זיך אויך ווייטאג

איך האב דירעקט געגעבן א דוגמא וואס א פיינע מענטש קען פארשטיין, ווייל אוועק געבן פון זיך פאר א צווייטן איז א מושג וואס פיינע מענטשן חלומען דערפון, און פון די הנאה וואס זיי ווילן באקומען דערפון

באמת פיהלט יעדע מענטש מער הנאה פון געבן פאר א צווייטן ווי פון טון פאר זיך אליינס, די פיינע מענטש איז אבער נישט קיין נותן ער איז א ׳מקבל באופן נתינה׳ ער איז אינערלעך צושאסן און ער זוכט צו פיהלן גוט דורך באקומען א גוטע געפיהל פון אנדערע מענטשן און דאס טרייבט אים צו טון פאר אנדערע,


דאס איז א שטיקל ליסטע פון ווייטאגן וואס די פיינע מענטש וועט זיך באגעגענען בשעת ער וועט ארבייטן אויף זיך

1. ווייטאג פון נישט זיין אקצעפטירט ביי יעדעם

2. פון טון וואס איז ריכטיג אפילו עס וועט ברענגען בזיונות

3. פון טון וואס מען דארף אפילו מען פיהלט איינגעצוימט

4. פון זיין האנעסט און אמת׳דיג מיט זיך און זעהן די אייגענע חסרונות מיטן גאנצן פראכט

5 די ווייטאג פון אויפגעבן אויף אילוזשנס פון;
שלימות,
מעלות און טאלאנטן,
כבוד המדומה,
קראנקע שאיפות,
זיין א איש מפורסם,
מענטשן זאלן אים מקנא זיין,
פאלטשע ליבשאפט

נאך א שטיק צייט וואס די מענטש ארבייט אויף די אויבן דערמאנטע זאכן וועט די הנאה און שמחת החיים זיך אנצינדן און די מענטש וועט בעז״ה אנהייבן פיהלן איך לעב און נישט ווי ביז היינט וואס ער האט געפיהלט ווי כל הקהל הקודש לעבט אין מיר אבער איך אליינס עקזיסטירט נישט,

די פיינע מענטש׳ס אידענטיטי קען מען זאגן אין דריי ווערטער א שטיק יענער
לעצט פארראכטן דורך חביבי אום דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 7:04 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חביבי
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

זייער שיין בטוב טעם טעם ודעת..
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

פיינע מענטש און שלום בית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

יעצט לאמיר צוקומען צום נושא פון שלום בית, אההההה... שלום בית! איי דאס איז א וויכטיגע זאך וואס יעדע מענטש זוכט אנצוקומען צו דעם

איז אויב ליינסטו דא ווייטער וואס איך שרייב אויף די וויכטיגע נושא וויל איך דיר קודם באדאנקען פאר׳ן האבן די טראסט און אינטערעסע אז עס איז ווערד געווען פאר דיר אוועקצוגעבן אפאר מינוט פון דיין טייערע צייט צו ליינען מיינע ווערטער

איז יעצט צום נושא:

די פיינע מענטש קען נישט האבן קיין שלום בית,

פארוואס?

די קשיא ווערט אסאך שווערער ווען מען זעהט וויפיל די פיינע מענטש גיבט זיך אוועק פאר זיין ווייב, פארוואס געשעהט אלעמאל אז ווי מער ער גיבט זיך איבער פאר זיין ווייב אלס מער ווערט די ווייב מער אומצופרידן?

די פיינע מענטש טוט פאר איר וואס ער קען נאר איר צופרידן צו שטעלן און פאר עפעס א אומבאקאנטע סיבה ווערט נישט געבויעט קיין קשר, און צומאל ווערט די ווייב א מעניפיולעיטער און ווי מער די מאן שטעלט זיך צו אלס מער טענות האט זי, וואס איז פשט אין דעם?

די אלע פיינע מענטשן האלטן אז זיי זענען נעבאך אריינגעפאלן מיט א אשה רעה... זיי כאפן נישט אז זיי זענען רוב מאל די פראבלעם,

די אמת איז אויב וויל ער דוקא איינעם באשילדיגן זאל ער ענדערש באשילדיגן די היימישע ביכער אויף שלום בית וואס זענען שוין היבש outdated... און גיבן א פיינע מהלך וואס האט געארבייט יאהרן צוריק ווען מענטשן זענען נאך געווען מענטשן... מענער זענען געווען מענער און פרויען זענען געווען פרויען...

טראכט אריין א מינוט וואס די ווייב פון א פיינע מענטש פיהלט;
זי פיהלט אז זי האט חתונה געהאט מיט א גוף בלי נשמה... איר מאן האט נישט קיין שום איך, זי זעהט נישט אין איר מאן אז ער איז א מענטש, א מענטש מיט רצונות און ציהלן אין לעבן, זי האט א מאן וואס איז בטל פאר איר,

איז ווי קען זי ווערן בטל פאר איינעם וואס איז שוין אליינס בטל, און פאר וועם? פאר איר...

איינע פון די היימישע פאפולערע ביכער אויף שלום, געבן עצות אויף שלום בית, און די עצות זענען אזעלכע פיינע מענטשדיגע עצות ווי צו זאגן; קענסט בלייבן א פיינע מענטש, עס איז שייך צו מצליח זיין אלס פיינע מענטש... אויב ביסטו נאכנישט קיין פיינע מענטש איז עס א וויכטיגע אינגרידיענט צו די הצלחה פון די שטוב...

די פאקט איז אבער רבותי עס ארבייט נישט... פיינע מענטש און שלום בית איז א סתירה

ווען איך האב עס געליינט האב איך נישט געגלייבט וואס איך זעה, אזעלכע שקרים וואס דער פארקויפט, בריש גלי לעיני משה לעיני כל ישראל,

בתוך הדברים שרייבט ער אזוי:
כדי צו מצליח זיין אין שלום בית דארף די ווייב וויסן אז זי איז די וויכטיגסטע זאך אין די מאןס לעבן, זי דארף וויסן אז די מאן איז גרייט צו פארקוקן אויף אלעם אבי צו טון איר רצון, דעריבער פארלאנגט ער פון די מאן צו האלטן די ווייב אלס פירסט פריאריטי אין זיין לעבן

פרעגט ער א קשיא אויב די ווייב וויל אז די מאן זאל טון וואס עס איז נישט אויסגעהאלטן ע״פ תורה ווי גיבט מען זיך אן עצה?

און ער ענטפערט דארט אויף די קשיא אזעלכע שטותים וואס איך שעם מיך נאכצושרייבן...

די אמת איז אז קושיא מעיקרא ליתא;

א פרוי וויל נישט אז זי זאל זיין די וויכטיגסטע זאך פאר די מאן, נאכאמאל, א פרוי וויל נישט אז זי זאל זיין די וויכטיגסטע זאך פאר די מאן, א פרוי וויל האבן א מאן וואס האט א ציהל אין לעבן, וואס די לעבן איז נישט סתם צו פיהלן גוט נאר די לעבן האט עפעס א ווערד און די לעבן האט א סיבה און א תכלית, א גאולס און ריזאלטס סענטערד לייפסטייל. און זי וויל נישט אז איר צו מאכן צופרידן זאל זיין די מאןס הויפט ציהל אין לעבן.

פונקט פארקערט ווי מער א מאן לעבט מיט זיין אמתע ציהל אלס מער סעקיוריטי וועט די פרוי האבן, און זי וועט זיך קענען מבטל זיין און ליב האבן איר מאן,

אפילו אויב די מאן לעבט מיט א מער אויבערפלעכליכע ציהל לדוגמא ער גיבט זיך אוועק פאר ביזנעס, צו פארדינען אסאך געלט, וכדו׳ דאס איז אויך א מענערישע נאטור, עס האט אין זיך די מהלך המחשבה פון זיין יעצט אומבאקוועם כדי אנצוקומען צו א ציהל, וועט די ווייב קענען האבן הכנעה און זיין א מקבל אפילו אין אזא מצב,

אבער עס קומט נישט צו צו די קשר וואס עס וועט זיין אויב די מאן וועט לעבן מיט זיינע טיפע אינערלעכע רצונות וואס טייטשט אפ זיין גאנצע מציאות, דעמאלטס וועט די ווייב פיהלן א געוואלטיגע רואיגקייט און שלות הנפש ווען זי וועט זיין בטל פאר איר מאן, און די קשר וועט זיין א טיפע שטארקע קשר, פארשטייט זיך אז ער וועט זיין גרייט אוועקצוגעבן זיינע באקוועמלעכקייטן פאר זיין ווייבס וועגן, ווי אויך דארף מען האבן אמתע הכרת הטוב, אבער די מאןס ציהל אין לעבן און זיינע פערזענלעכע אונטערנעמונגען וועלן נישט נאר נישט מאכן שלום בית פראבלעמען נאר עס וועט ארויסהעלפן אז די ווייב זאל האבן מער רעספעקט און פיהלן מער סעקיור

אז די ריכטיגע וועג אז זי זאל זיין די וויכטיגסטע ציהל פון די מאן איז שקר וכזב און פיינע מענטשדיג, אויבערפלעלעך און קראנק... איים נאט סארי פאר די עקספרעשן

כדי דאס צו פארשטיין, וואס איז טאקע די סיבה עס איז אזוי? דארף מען ארויסהאבן קלארער די מהלך פון די מענערישע מהלך המחשבה און די פרויערישע מהלך המחשבה און דאס פארלאנגט א שטיקל אריכות

די וועלט בעלי דרשנים און שלום בית מומחים זענען צוגעוואוינט מסביר צו זיין די זאך מיט צוויי געדאנקען

1. א מאן איז א משפיע און א פרוי א מקבל

2. א מאן איז שכל א פרוי איז הרגש

לאמיר פרעגן אפאר קשיות

1. יעדע מענטש איז דאך סיי א משפיע און סיי א מקבל סאו וואס איז די געדאנק אין די ערשטע זאך?

2. סיי א מאן און סיי א פרוי האבן הרגשים און אויך שכל סאו וואס איז פשט אין די צווייטע געדאנק?

3. וואס איז פשט אז ווען א מאן ענדיגט זיין טאג ארבייט זוכט ער נישט צו מיטטיילן זיין טאג, ער איז העפפי אז עס איז ב״ה over משא״כ א פרוי וועט יא וועלן מיטטיילן?

4. פארוואס ווערט א פרוי צופרידן אז די פארשטייסט איר און א מאן וועט נישט זיין אינטעראסירט זאלסט אים פארשטיין, א מאן וועט זאגן: די טוה וואס איך הייס און לאז מיך צורו... צו די פארשטייסט צו נישט...

5. פארוואס זעהט א פרוי נאר די יעצטיגע מציאות, די קענסט זיין די בעסטע מאן פאר 10 יאר אויב האסטו איינמאל עפעס געטון ראנג ביסטו יעצט געווארן א שלעכטע מאן... וואס איז פשט אין דעם? פארוואס זעהט א פרוי נישט די ביג פיקטשער?

6. פארוואס ווען א פרוי רעדט זיך אפ זוכט זי נישט קיין סעלושן? אויב זאגסטו א סעלושן ווערט זי נאכמער ברוגז אז דו פארשטייסט איר נישט...

7. פארוואס זעהט מען מער א נייגונג צו זיך אפרעדן ביי פרויען און מענער וועלן זיך אפרעדן נאר ווען זיי זעהען שוין נישט מער קיין שום עצה

8. פארוואס ווען דיין 5 יעריגע מיידעלע קע״ה הייבט אן וויינען וועגן סיי וועלכע סיבה וועט זי וויינען ווילאנג עס איז נישט דא עפעס א סיבה צו סטאפן...? ביז דאס געשעהט נישט וועט זי וויינען אזוי אן און אן...

9. פארוואס האט א פרוי מער דרך ארץ פאר א שטרענגע (און אפילו א שלעכטע) מאן ווי א פיינע וואוילע מאן?

אז די עולם וועט זיין אינטערעסירט וועלעך שרייבן א שטיקל שמועס אויף די נושא און צו פארענטפערן די קשיות
לעצט פארראכטן דורך חביבי אום מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 1:40 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
חביבי
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

חביבי שניידט שטיקער, דו געבסט מיר אסאך שטאף צום טראכטן

דאנקע שעהן
אם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

חביבי האט געשריבן:י

אז די עולם וועט זיין אינטערעסירט וועלעך שרייבן א שטיקל שמועס אויף די נושא און צו פארענטפערן די קשיות


נעוודאי זעמיר אינטערעסירט

גיב נאך און נאך
כי מחכים אנחנו לך
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

וויל זיין גוט האט געשריבן:חביבי שניידט שטיקער, דו געבסט מיר אסאך שטאף צום טראכטן

דאנקע שעהן
info seeker
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 8:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך info seeker »

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:
חביבי האט געשריבן:י

אז די עולם וועט זיין אינטערעסירט וועלעך שרייבן א שטיקל שמועס אויף די נושא און צו פארענטפערן די קשיות


נעוודאי זעמיר אינטערעסירט

גיב נאך און נאך
כי מחכים אנחנו לך
סקאנק
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 29, 2016 12:44 pm

צו חביבי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סקאנק »

די זאך וואס די זאגסט וועגן שלום בית .קלוגע מענטשן טראכטן אייניג
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

קוקט נישט אויס אז איך וועל האבן צייט פאר ראש השנה צו ממשיך זיין מיט די שמועס דא, אנטשולדיגט טייערע חברים,
אויב איינער האט א ספעציפישע שאלה ביטע פיהלט רואיג מיר צו פרעגן אין אישי, און איך וועל בל״נ ענטפערן

סארי עגען
חביבי
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

א פיינע מענטש vs א גוטע מענטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

איך ציטיר א חלק פון א שמועס וואס איך האב געהאט מיט איינע פון די חשובע ניקים אין אישי וואס קען זיין אינטערסאנט פארן ציבור

מען קען זיין נייס און אויך זיין שטארק! ס'נישט קיין סתירה


זיין גוט און שטארק מיינסטו צו זאגן... נייס און שטארק איז א סתירה

העי מען מעג זיין אביסל נייס...נישט אזוי?


נאופס מיין פריינד! נאטינג מען טאר גארנישט זיין נייס זילטש...

צו זיין א גוטע מענטש מיט א יודיש הארץ דארף מען דעוועלאופן אפאר זאכן וואס האט גארנישט צוטון מיט נייסקייט

1. זיך ליב האבן

2. נעמען רעספאנסיבליטי מיט אמתדיגקייט אויף די מעשים און חיובים

3. נישט זיין קיין קוועטש... אדער זיך באנעבאכן ל״ע, אנשטאט בלעימען יענעם דארף מען טראכטן וואס קען איך טון צו טוישן די סיטואציע,

4. דעוועלאופן א הנאה פון טון חסד, ליב האבן דעם אויבערשטנס עם סגולה, מחשיב זיין און טרעפן די גוטע חלקים ביי אנדערע יודן,

דאס איז נישט נייסקייט דאס איז גוטסקייט, די מענטש ווערט א שטיק יודיש הארץ,

א פיינע מענטש איז אלעמאל ביזי וויאזוי ער איז, וויאזוי ער פרעזענטירט זיך און וויאזוי אנדערע קוקן אים אן און ווען ער טוט חסד רעגט ער זיך אינעווייניג... אדער פלאצט אים די געדולד... אבער אויפן פנים שמירט ער שנעל ארויף א זיסע איידעלע שמייכל... און ער זאגט שארר, זייער גערן,

כאפסט די חילוק פון די צוויי זאכן? עס איז הימל און ערד, אור מיט חושך, כרחוק מזרח ממערב

האמער א גוט שבת טייערע חבר

וואס טייטש'סטו נייס ?

זייער גוט געפרעגט

א נייס גיי זאגט אזוי; איך האב א באקס וואס הייסט נייס גיי, און איך מוז פיטן אין די באקס, עני זאך וואס מאכט מיר אויסקוקן אביסל אגרעסיוו אדער אז איך דארף עפעס, אדער צו זיין powerful אדער עפעס וואס מאכט מיר זיין נישט גענוג soft קען חלילה מאכן אז מענטשן זאלן פיהלן אומבאקוועם מיט מיר אדער וועלן מיר מענטשן נישט ליב האבן (קיינער האט עניוועי נישט עכט ליב א נייס גיי... טאף) און אויב מענטשן האבן מיר נישט ליב וועל איך בלייבן איינזאהם אין אליינס אויף די וועלט

א גוטע מענטש טראכט; איך האב די כוחות אז מיט איין שמייכל קען איך מאכן א מענטש זאל גוט פיהלן מיט זיך פאר א גאנצן טאג אדער נאך מער פון א טאג, לאמיר זאגן א גוט ווארט פאר א צווייטע יוד, לאמיך ארויסגעבן מיין אינערלעכע ג-ט׳ליכע לעכטיגקייט צו באלייכטן מיין לעבן און די לעבן פון אנדערע יודן און לעכטיג מאכן די וועלט און מאכן א נחת רוח פארן אויבערשטן,

...

א נייס גיי קומט אריין אין ביהמ״ד צופרי מאכט ער זיכער אז ער זעהט אויס גוט... ער רעדט שיין מיט אנדערע כדי צו בלייבן אין זיין קאמפארט זאון... ווען ער איז בטעות מצער איינעם ווערט ער פארלוירן און ער קען נישט הענדלען די סיטואציע צו נעמען רעספאנסיביליטי און ער פארענפערט זיך און ער בלעימט יענעם... אדער הייבט ער אן איבער בעטן יענעם טויזנט מאל ביז יענעמס נערוון קראכט...

א גוטע מענטש קומט אריין צופרי ער גריסט יעדעם מיט א גוטסקייט און פריילעכקייט און ער קוקט נישט אויב יענער האלט פון אים, ער איז בשמחה מיט זיין לעבן און ער איז נישט אזוי טייט און ביזי מיט זיך, זיין מציאות איז נישט אין קיין סכנה פון פיהלן ווערדלאז דעריבער האט ער פלאץ אין זיין הארץ פאר נאך מענטשן, ווען ער זעהט א יוד אין א שווערע מצב ווערט ער אויס מענטש און ער העלפט אים מיט אן אמת, מיט אמתע מיטגעפיהל, ער האט ליב די מענטשהייט און די מענטשהייט האט אים (עכט) ליב אפילו ער איז אמאל שטרענג אדער ער איז א שטארקע כאראקטער

גענוג קלאר?

צו פארשטיין נאך קלארער קענסטו מאכן אזא עקסערסייז;

טראכט פאר א מינוט ווי גוט דו ביסט און אלע זאכן וואס די ביסט שילדיג הכרת הטוב פארן אויבערשטן אין דיין לעבן, דאס וועט דיר מאכן גאנץ א גוטע געפיהל

יעצט טראכט פון דיין חבר וועסטו זעהן דיין הארץ איז אפן און די פיהלסט קאנעקטעד מיט אים

נאכדעם טריי פארקערט; טראכט (א שקר) אז דו ביסט נישט מסודר, בקיצור עניטינג נעגעטיוו אויף דיר (אבער פליז נאר פאר א האלבע מינוט...) וועסט פיהלן ווי דיין הארץ ווערט שמעלער און שמעלער, און די ווערסט מער און מער סעלף סענטערד און די קענסט נישט טראכטן פון טון עפעס פאר דיין חבר מיט אמתע אהבת ישראל, אוקעי סטאפ! גענוג, שנעל גיי צוריק צו פאזיטיוו, לאז נעגאטיוו פאר די גויים... זעהסט דאך ווי עקלדיג עס איז און ווי לעכטיג אמתדיגקייט און שמחה של מצוה איז, יעצט זעהסטו עס

ענדזשוי די עקסערסייז

הצלחה רבה
חביבי
געוואלדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 06, 2014 4:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלדיק »

fiena nieas האט געשריבן:בקיצור, א ניינער (אין די אניגראם)

איינער האט א לינק ווי מען קען ליינען מער איבער דעם?
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

געוואלדיק האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:בקיצור, א ניינער (אין די אניגראם)

איינער האט א לינק ווי מען קען ליינען מער איבער דעם?


האסטע
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:
געוואלדיק האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:בקיצור, א ניינער (אין די אניגראם)

איינער האט א לינק ווי מען קען ליינען מער איבער דעם?


האסטע



און דאס
לעצט פארראכטן דורך בוחר בשירי זמרה אום דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 10:44 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

נאך א בריוועלע געשריבן צו איינע פון די חשובע ניקים וואס קען זיין אינטערסאנט פארן עולם, לייג איך עס דא ארויף לתועלת הציבור

חביבי האט געשריבן:
וואס איך טוה ווען א קליענט האט מורא צו זיין שטארק? דאס איז א גוטע קשיא, און באמת לאמיר אריינטראכטן, די טיפע סיבה פארוואס מען וויל נישט זיין שטארק איז טאקע ווייל א מענטש וויל פיהלן קאנעקטעד מיט אנדערע, ער וויל האבן חברים און פיהלן אז ער האט מיט זיי א נאנטע קשר און דאס איז בכלל נישט קיין שלעכטע זאך,

די שלעכטע זאכן וואס געשעהען זענען ווי פאלגענד;

1. מען סערווירט א אימעדזש אנשטאט צו טון וואס מען האלט אז עס איז גערעכט

2. מען רעדט זיך איין אז די לעבן קען זיין פראבלעם פריי, און מען ווערט כסדר דיסעפוינטעד אז מענטשן ריעקטן צו די גוטסגייט ווי אויסנוצערס

3. מען לעבט נישט אפן מיט זיך, מען באהאלט זיך פון זיך אליינס, און דורך באקומען גוטע געפיהלן פון יענעם האפט מען צו קענען איגנארירן די אייגענע חסרונות און ווייטאגן

למעשה ארבייט נישט די מהלך החיים,

ווייל

1. די ווייטאגן קען מען נישט איגנארירן עס פראסקעט אין פנים אויף א שרעקלעכע פארנעם ל״ע ה״י

2. מען ווערט אנגעוויזן אויף אנדערע און מען פארלירט די אייגענע לעבן

3. סערווירן א אימעדזש גיבט נישט קיין שום הנאה אדער חיות אין לעבן, די מענטש סערווירט זיינע פחדים אנשטאט טרעפן עכטע צופרידנקייט, די מענטש פיהלט ליידיג, איינגעשפארט, פארווייטאגט און אויפגערעגט אויף יעדעם און בעיקר אויף זיך אליינס ל״ע

די עצה פאר די אלע זאכן איז נישט פלעין ווערן א שטארקע מענטש מיט (אומגעזונטע) סעלף קאנפידענס און אנפייפן מענטשן

וואס איז יא די עצה?

די עצה איז אזוי

1. לעבן א קאנטשעס לעבן, זיין אפן מיט זיך, אריינטראכטן און ארויסהאבן וואס דרייווט מיר באמת, און בעיקר פון וועלכע שווערע געפיהלן אנטלויף איך, און דערנאך עס פעיסן מיט א קלארקייט (דורך עקספאוזשער.... לשיטתי...)

2. נעמען רעספאנסיביליטי, נישט בלעימען קיינעם פאר מיינע פראבלעמען נאר אנשטאט טראכטן וואס קען איך טון צו מאכן מיין לעבן בעסער

3. דעוועלאופן א אמתע מידת החסד,

וויאזוי?

די בעסטע וועג דאס צו טון איז דורך טרעפן א מענטש וואס מען האט נישט קיין פראבלעם אז ער וועט מיך אראפקוקן און מען וויל אים נישט ספעציעל געפעהלן, בקיצור א מענטש וואס מען איז נישט סטאק מיט אים, און מען האט אויך נישט צו יענעם קיין גשמיותדיגע נידריגע ליבשאפט.... וד״ל, עס פעהלט אויס דוקא אזא איינער ווייל אויב נישט וועט מען צוריק פאלען צו דיפענדענסי ל״ע

מען ארבייט יא ליב צו האבן די מענטש ווייל ער איז א יוד און ער האט א הייליגע נשמה, מען לייגט זיך אריין אין יענעמס מצב דורך טראכטן וויאזוי וואלט איך געפיהלט אויב איך וואלט געווען יענער וכדו׳, מען ארבייט אויף זיך צו זעהן יענעמס מעלות און באמת נתפעל ווערן דערפון (באמת האט יעדע יוד און ממש יעדע יוד חלקים וואס מען קען ארויסגיין פון התפעלות ווען מען טראכט אריין דערין, ישראל קדושים.... הייליגע יודישע קינדער... מי כעמך ישראל)

מען הייבט אן טון פאר יענעם חסד מיט א קאנטשעס דיסישן צו טון גוטס פאר יודישע קינדער, און מאכן די סיבה פארוואס איך טוה פאר יענעם ווייל איך וויל און האב די זכי׳ צו טון פארן אויבערשטנס פאלק און אויב יענער נעמט נישט די טובה אדער ער איז נישט מכיר טובה איז עס נישט מיין דאגה ווייל איך טוה עס ווייל מיין נשמה וויל טון גוטס און איך האב געמאכט א קאנטשעס דיסישן צו טון פאר יודישע קינדער

נאכדעם וואס מען עקספיריענסד און מען פיהלט די טעם פון אמתע נאנטקייט, (נאנטקייט מצדי, אפילו אויב יענער פיהלט נישט קיין נאנטקייט צו מיר איז נישט נוגע ווייל מען הייבט אן כאפן אז גוטע געפיהלן קומען פון מיינע גוטע דיסישנס און קיינער חוץ מיר קען מיר עס נישט צושטעלן) חסד, און אהבת ישראל באקומט מען א נייע בליק און געפיהל לגבי די גאנצע ענין פון אהבת חברים וואס איז מיליון מאל געשמאקער און אמתדיג ווי די קראנקע אנגעהאנגענע רילעישנשיפס וואס מען האט געהאט ביז היינט

סאו יעצט פרעג איבער די קשיא.... אויב וואס טוט איינער אויב ער האט מורא צו זיין שטארק ווייל ער וויל נישט זיין קיין שלעכטע מענטש,

1. א געזונטע מענטש איז נישט ביזי וואספארא מינע מענטש ער איז, ער איז יא ביזי צו טון וואס איז ריכטיג דורך מאכן א קאנטשעס דיסישן

2. נאכן פיהלן אמתע חסד און אהבת חברים כאפט מען מיט א ברוטאלע קלארקייט אז ביז היינט איז די פיינקייט געווען (כמעט) ריין שלעכטיגקייט.... אויסנוצעריש, דיפענדענטסי, און אנגעליינטקייט, און בעיקר א דיסטרעקשן כדי נישט צו דארפן נעמען עכטע אחריות אין לעבן

3. מען הייבט אן פיהלן א טעם און געבן ליבשאפט אנשטאט באקומען ליבשאפט און זיך אנליינען דערויף, דאס איז זייער א געזונטע מהלך פאר א מאן

דאס איז די געפיהל וואס מען באקומט

נאכן דורכגיין די פראצעדור קען מען צוביסלעך אנהייבן צו ארבייטן אויף בויען א אינערלעכע געזונטע מהלך המחשבה אויך מיט מענטשן וואס מען פלעגט יא זיין קראנק אויף זיי צו געפעהלן,

מען דארף זיין פארזיכטיג און אויפריכטיג מיט זיך ביי די שטאפל נישט צוריק צו פאלן

עס קען זיין אז עס בלייבט איבער איין צוויי מענטשן וואס מיט זיי וועט מען נישט קענען אויפבויען קיינמאל קיין געזונטע קשר ווייל מען איז צו שטארק סטאק געווען מיט זיי בעבר אז זיי וועקן אויף די אלטע דיפענדנט, קעירלעסס, דיסטרעקטיוו, געפיהלן און זיי דארף מען ארויסנעמען פון קאפ קאמפליטלי, מען טראכט נישט פון זיי און מען לאזט זיי גיין זייער וועג לחיים ולשלום

געדענק! קראנקע מענטשן זוכן (סובקאנטשעסלי) קראנקע חברים, אז מען ווערט געזונטער טרעפט מען אטאמאטיש געזונטערע (בנפש) חברים, צוריקגיין באוויינען אלטע פריינדשאפטן, אדער רחמנות האבן אויף זיי, אדער טרייען צו סאלוון יענעמס פראבלעמען איז פשוט א אלטע געוואוינהייט פון די אומגעזונטע צייטן אבער איינמאל מען נעמט זיי ארויס פון קאפ גייט די אייגענע לעבן ווייטער אן פול פארס בעז״ה און יענעמס לעבן קען מען סייווי נישט פיקסן סאו דארף מען עס נאר ארויסנעמען פון קאפ און גיין ווייטער

דאס איז בערך מיין מהלך (יעדע קליענט/מענטש איז אנדערש אבער דאס איז מער ווייניגער די יסוד) מיט מיינע קליענטן ב״ה מיט געוואלטיגע רעזולטאטן, די רבוש״ע זאל העלפן ווייטער

עניוועי זאלסט האבן אסאך הצלחה, איך זעה דו ארבייסט אריין, זייער גוט חזק ואמץ! איך האב הנאה אז דו נוצט מיינע געדאנקען פון מיין פיינע מענטש אשכול, און איך האף אז דו האסט געהאט הנאה און תועלת,
חביבי
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”