בלאט 6 פון 8

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 8:39 pm
דורך נשמה
חביבי האט געשריבן:זייער טיפע געדאנקען זאגסטו און מיט א קלארקייט, געוואלטיג.

ש'כח. חזק. דיין פייער'ל טליעט, און זי זאל טליען בעזהשי"ת אין ריעל לייף עד עולם נצח נצח נצח סלה סלה סלה ועד ועד ועד.
בנוגע וועלכע מהלך איז בעסער ווענדט זיך וועלכע מענטש, יעדע מענטש וועט העלפן עפעס אנדערש, די גוטע נייעס איז אז ווען מען טרעפט א מהלך וואס וואס העלפט ביי א קליענט וועט ער דאס קענען ווייטער נוצן זיין גאנץ לעבן סיי ווען עס קומט ארויף יסורי נפש ל"ע,

ביי ק"ט, צו ביי מעמארי ריקאנסאלידעשאן, ליגט מיך אין קאפ, אז זיי געבן נישט קיין מהלך, חוץ אפשר I'm in memory practice, (ס'איז פון די בוך "מעמארי ריקאנסאלידעשאן") מ'איז מסביר פארן קלייענט, אז די מח פון א מענטש פראדשעקט אלטע מעמאריס אויף א יעצטיגע סיטועשאן, (דאס קומט נאכדעם וואס דער קלייענט ווערט באוויסטזיניג פון וועלכע אלטע געשעענישן ס'קומט)

למשל א קלייענט וואס פילט פחד פון א מענטש וואס שטעלט פאר איינעם פון וועם ער האט געכאפט פעטש אדער אנדערע שטראפן, (אדער סיי וועלכע תנועה פון סיי וועלכע מענטש אדער זאך, די מח ערווארט אז נאכדעם גייט געשען עפעס נעגעטיוו, ווייל ס'פלעגט אמאל טאקע געשען עפעס נעגעטיוו באלד נאך אזא ערשיינונג. למשל איינער וואס האט מורא פון א שטרענגע בליק, אדער מורא פון א מענטש וואס איז אנגעצויגען, ווייל די מח ערווארטעט אז ס'קומט נאכדעם אומבא'טעמ'טס, ווייל ס'פלעגט טאקע קומען (נעבעך)) און דער קלייענט ווייסט אין די אדאלט מיינד אז ס'איז נישט דער יעצטיגער ערשיינונג וואס דארף גורם זיין פחד, ער ווייסט קלאר פון וואו ס'קומט און ער ווייסט אז נאר דעמאלסט פלעגט עס געשען,

די עמאושענאל מח זיינעם, ערווארט אבער יא אז ס'קען געשען נאכאמאל די זעלבע זאך, ס'מישט צאם די הוה מיטן עבר, ס'נוצט די עבר צו מאכן סענס וואס ס'איז צום ערווארטן אינעם הוה. (אזוי ווי דער מח טוט אייביג)

די טערעפיסט זאגט:
לייג דיין הענט אויף דיין הארץ, אזוי ווי ווען דו וואלסט ווען בארואיגט א קינד וואס איז דערשראקן, און זאג ווייעך אבער הויעך "דער יעצטיגער מצב דערמאנט מיך וואס איך האב געליטן שוין לאנג צוריק פון..., אז ס'האט געקענט קומען צו פליען פעטש אן א ווארענוג און אפילו איך האב גארנישט געטון אדער אנדערע אומבא'טעמ'טע מצבים וואס פלעגן געשען נאך אזא ערשיינונג"... "דער רויער פחד וואס איך פיל יעצט, איז וואס איך האב געפילט און געליטן דעמאלסט" גלעט דיין הארץ איידעלערהייט "ס'איז געווען אזוי שרעקעדיג, ס'איז געווען אזוי שווער פאר מיך" זאג עס אפאר מאל.
ס'ארבעט, ווייל קודם כל קומט ארויס די טראומאטישער מעמארי פון אימפליסיט צו עקספליסיט און ס'ווערט געפראסעסד, און נאכדעם ווערט א דשאקסטעפאזישאן "ס'איז נישט יעצט, דאס וואס איך פיל, ס'איז פלעגט אמאל געשען נאכדעם וואס ס'פלעגט זיין די און די ערשיינוג, אבער ס'איז נישט יעצט"

די נישט גוטע זאך וואס ס'געשעט מיט א קלייענט וואס ליידט אז ס'פראדשעקט זיך ביי אים אלטע געשעענישן אויפן יעצטיגן הוה איז, אז אפילו ער ווייסט ערגעץ וואו אין זיין מיינד, אז די פחדים זענען פון זאכן וואס פלעגן געשען אמאל, איז ער אבער נישט מיינדפול אז די זאכן פלעגן אמאל געשען, ער לעבט אז יעצט איז עפעס נישט גוט דא. מה שאינו כן, ווען ער איז מיינדפול אז "דאס וואס איך פיל יעצט דערשראקן פלעגט אמאל טאקע געשען, אבער נישט יעצט". "ס'איז מעמארי עקספעקטעשאן פון אמאל". און דער קלייענט באמערקט אז "קוק יעצט געשעט גארנישט". און די קלייענט באמערקט "ס'איז זייער פארשטענדליך פארוואס איך פיל אזוי פארפאניקט און ס'איז נישט עפעס ראנג מיט מיך" און אויך "איך מוז נישט אוועקלויפן פון מיר אליין, פון מיינע געפילן, און לעבן אין קאפ".

אבער מסביר זיין פאר א קלייענט "קוק אהער, דאס וואס דו פילסט פאניק איז נאר אלטע מעמאריס" וועט נישט צופיל העלפן.

If, without that prior work, the therapist instead merely explains reassuringly to the client that his or her ordeals are safely in the past and are not happening or possible now in the present, this cognitive-insight form of the past/ present distinction typically proves to have little therapeutic potency or holding power.


נאר דער קלייענט דארף אליין איינזען מיט א לוסיד קלארקייט אז אמאל פלעגט עס געשען, און נאר נאכדעם קען ארבעטן די I'm in memory practice

און לגבי א טעראפיסט; דארף ער זעהן אויפצופאסן און באמערקן וועלכע מעטאד מאכט די קליענט פיהלן בעסער און זעהן אויסצולערנען די מעטאד פארן קליענט ער זאל עס קענען נוצן אין לעבן סיי ווען עס זאל נישט אויספעהלן

איך ציטיר דא פון Dr David Burns ווי ער ברענגט ארויס אז מען ברויך האבן א אויסוואל פון אפאר מהלכים אויפן טיש

When you are treating anxiety, there are four powerful treatment models you can use:
1. The Motivational Model
2. The Cognitive Model
3. The Exposure Model
4. The Hidden Emotion Model
I use all four models with every anxious patient I treat because this gives me the greatest chance for a complete elimination of symptoms. If you use just one model, like Exposure, or just one school of therapy, such as CBT, or ACT, as so many therapists do, your success will be limited
.

לאמיר נעמען זיין קעיס עקזעמפל וואס איך האב געטראפן אויף עפעס א פי די עף.

A physician with a new baby came for treatment because he constantly obsessed that he would throw his new baby daughter over the railing at the apartment where he and his wife lived. He constantly fought these obsessions and tried to control them, thinking he was a horrible person for having them. Of course, his desperate attempts to control the horrible fantasies seemed to make them worse. He was in no danger of doing something violent—simply a patient with OCD and relentless worrying and obsessing, in his case violent obsessions. It turned out he was overwhelmed with his life, constantly giving, giving, giving to his patients who were poor, working for a very modest income at a clinic in a dangerous neighborhood, and overwhelmed at home as well. He was perfectionistic, and thought he had to do everything super well, so he got almost no rest or recreation, working 80 hours a week. And now he was annoyed with having the burden of the new baby, but felt he was not supposed to feel that way. Once he expressed these feelings, he experienced immediate relief. But it was hard for him to do this at first, because he thought his feelings were so incorrect and wrong

איך גלייב אז א ק"ט וואלט אויך צוגעקומען צום עכטן שורש פארוואס די מחשבות געשעט. אין א געוויסן זין קען מען זאגן אז דער סימפטאם דא איז "ס'טוט מיך וויי טאמער ס'קומט מיך ארויף א שלעכטע געדאנק, איך דארף פייטן כדי צו אלעמאל האבן גוטע געדאנקען" וואס דאס אליין איז צוגעבינדן צום פרא-סימפטאם מאדל "איך טאר נישט קוקן אויף מיינע עכטע געפילן און עס האבן און דילן דערמיט" אזוי ווי דו זאגט אז מענטשן פראבירן צו זיין נייס.

אמת טאקע אז א ק"ט קען זיך באנוצן מיט עצות ווי למשל די פיר מאדעלן, אבער עס צו טראנספארמירן וועט ער נוצן מעמארי ריקאנסאלידעשאן, וואס דאס טוט עס אינגאנצן אויסמעקן.
די מעשה איז אז דערווייל קוקט מיר אויס איז קאוהירענס טעראפי היבש אומבאקאנט אין די עולם המענטל העלטה, איך האף דר ברוס וועט נישט זיין דיסעפוינטעד אז זיין חלום וועט נישט פארווירקליכט ווערן.... :

ער זאגט נישט אז ק"ט גייט ווערן די טערעפי וואס מ'נוצט, ער זאגט אז מעמארי ריקאנסאלידעשאן גייט ווערן די טערעפי וואס ס'וועט נישט זיין קיין טערעפי וואס וועט קאמפיטן. און מעמארי ריקאנסאלידעשאן איז אסאך טערעפיס.

AEDP
coherence therapy
EFT
EMDR
Focusing
Gestalt therapy
Internal family systems
INPB
NLP
TIR

די אלע טערעפיס האבן אין זיך די מעמארי ריקאנסאלידעשאן סטעפס, די קאוהירענס טערעפי פרעמווארק. מ'קען נוצן סי בי טי אין ק"ט אויך, די זאך איז נאר וויאזוי מ'מעקט דעם שורש.

חזק ואמץ, איך דערמאן מיך יעצט נאכאמאל וואסערע טיפע שמועס אונז האב מיר געהאט בנוגע טערעפי, און בנוגע וויאזוי א מענטש דארף לעבן העכער, אזוי ווי דו זאגסט
אז די מענטש מוז דעוועלאופן א סענס פון ׳איך׳ וואס האט נישט קיין שייכות מיט געבורט/טויט... די לעבן פון הרגשים, הנאות, מצבים וכדו׳ זענען איין שטיק טויט, יעדע סקונדע שטארבט א הרגש וואס איז געווען א רגע צוריק און עס ווערט געבוירן א נייע, אפילו די סעלס פון די גוף ווערן געטוישט, און א מענטש קען נישט פיהלן קיין עקזיסטענס פון א זאך וואס ווערט געבוירן און שטארבט יעדע סקונדע

א מענטש דארף לעבן מיט זיין העכערע מציאות און מיט התבטלות, אפילו די טוועלף סטעפ פראגרעם הייבט זיך אן מיט התבטלות און powerlessness, די איגאו פון די מענטש פארשטייצעך לאזט עס נישט צו אבער ווען א מענטש טרעפט די אמתע ׳איך׳ מיטן ווערן בטל צום שורש רוהט ער איין
דו ווייסט זייער אסאך און גוט טיף ב"ה. דער אייבערשטער זאל דיך ווייטער העלפן, זאלסט קענען העלפן יודישע קינדער בטוב ובנעימים.

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 8:58 am
דורך חביבי
אה נשמה יישר כח פאר די קאמפלימענטן, און יא ביסט גערעכט אז מערערע טערעפי מהלכים גייען אריין טיפער אין באהאלטענע הרגשים

אפילו סי בי טי טעראפיסטן נוצן מעטאדן צו טרעפן באהאלטענע הרגשים, ווי לדוגמא די CBA טשארט פון Dr Burns ווי די מענטש טרעפט די סיבה פארוואס עס לוינט זיך יא אדער נישט צו האבן די געפיהל, ווי אויך זיין ׳און אויב און אויב down chart׳ וואס טרעפט אויך טיפע געפיהלן,

Dr Burns שרייבט אבער אז די געפיהלן זענען נישט געפיהלן פון א לאנגע צייט צוריק, די געפיהלן אומבאמערקטערהייט עקזיסטירן ביי די מענטש יעצט די גאנצע צייט נאר ער איגנארירט עס,

הגם ווען די מענטש וועט טרעפן די געפיהל וועט ער זיך מעגליך דערמאנען די מעשה ווען די געפיהל אדער פאלטשע belief איז געווארן ווי א ׳אמת׳ אין זיין לעבן, פעהלט עס אבער נישט אויס און עס איז נישט וויכטיג, דאס אז די מענטש כאפט די שקר קען ער עס טוישן מיט זיין יעצטיגע דערוואקסענע בליק אפילו ער כאפט נישט ווען די געפיהל איז געווארן אנגעצינדן,

בנוגע NLP האב איך נישט געזעהן אז זיי זאלן האלטן אז עס פעהלט אויס צוריק צו גיין צו אלטע זאכן וואס זענען געשעהן צום מענטש, לפעמים קען מען העלפן מיט NLP אן דעם וואס די קליענט זאל בכלל וויסן וואס די טעראפיסט האט געטון מיט אים, מיט א נאטורלעכע שמועס קען די טעראפיסט מאכן א גאנצע אפעראציע פון אויסלעשן אלטע געפיהלן און אנצינדן נייע,

לדוגמא א חלק פון די מהלך איז אז עס געשעהען ווייטאגן פון שקר אין די מענטש ווייל די שפראך פון די מענטשהייט איז פיל מיט שקר, איז אויב א קליענט וועט זאגן לדוגמא; מיין טאטע מאכט מיר פיהלן ווי א גארנישט, וועט די טעראפיסט זאגן; די פארציילסט א אינטערסאנטע זאך, איין מענטש האט אנגעצינדן א געפיהל פון ווערדלאזקייט אין אנדערע מענטש... וויאזוי האט ער דאס געטון?

מיטן טוישן די שפראך כאפט די מענטש אז ער גלייבט עפעס וואס מאכט נישט קיין סענץ, און ער מוז אנהייבן זוכן די אמתע מציאות פארוואס ער פיהלט ווערדלאז ווי לדוגמא; מיין טאטע האט געשריגן אויף מיר האב איך געטראכט אז איך האב עס נישט ליב, און איך האב באשלאסן אז איך בין גארנישט ווערד דעריבער פיהל איך ווערדלאז, אה דאס איז שוין מער אקוראט...

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 3:37 pm
דורך נשמה
אה נשמה יישר כח פאר די קאמפלימענטן, און יא ביסט גערעכט אז מערערע טערעפי מהלכים גייען אריין טיפער אין באהאלטענע הרגשים

דאס הייסט אז אפילו א מענטש ווייסט אז ס'לוינט זיך נישט צו האבן א געוויסער געפיל, איז אבער דאך דא א טיפערער קאנסטראקט אויף די מציאות וואס טענה'ט אז ס'טאר זיך נישט אויפהערן דעם געפיל ווייל ס'גייט זיין זייער אומבא'טעמ'ט, און אנוועלקאם. איז דארף מען אויסמעקן יענעם טיפערן קאנסטראקט, זיי ארבעטן מער מיט די אונטערבאוויסטזיניגער חלקים פון א מענטש, און זיי טוישן די עקזיסטירענדע לערנונגען, און אן עקזיסטירענדער לערנונג קען זיך נאר טוישן אויב דע נייע לערנונג מעקט אויס די אלטע לערנונג, וואס די עמאושענאל מח מוז אויך איינזעהן דעם אמת דערפון.

אפילו סי בי טי טעראפיסטן נוצן מעטאדן צו טרעפן באהאלטענע הרגשים, ווי לדוגמא די CBA טשארט פון Dr Burns ווי די מענטש טרעפט די סיבה פארוואס עס לוינט זיך יא אדער נישט צו האבן די געפיהל, ווי אויך זיין ׳און אויב און אויב down chart׳ וואס טרעפט אויך טיפע געפיהלן,

יא יא, ביסט הונדערט פראצענט גערעכט, סי בי טי, איז זייער א טיפער מהלך, און ס'איז אלעס טיף מסביר אבער ער אליין דר. בורענס שרייבט אין זיין דאקומענט אז אפילו מיט טיפער קוואליטעט סיביטי, און עקספאזשער איז אים אויך נישט געגאנגען ביז ער האט אנגעהויבן צו נוצן (קאוהירענס טערעפי, ניין,) זיין מהלך וואס בייגט זיך אביסל צו דעם אז ס'דא אונטערבאוויסטזיניגע קאנסטראקטס. וואס ס'איז וויכטיג אנצוהאלטן א רעספאנס צום סיטועשאן. טראץ די באוויסטזיניגע קאגנישן אז ס'מאכט נישט קיין סענץ. נאר ברוס עקער טענה'ט אז אלעמאל איז דא אזא פרא-סיפמטאם פאזישאן.

Dr Burns שרייבט אבער אז די געפיהלן זענען נישט געפיהלן פון א לאנגע צייט צוריק, די געפיהלן אומבאמערקטערהייט עקזיסטירן ביי די מענטש יעצט די גאנצע צייט נאר ער איגנארירט עס,

קאוהירענס טערעפי שרייבט אויך "ס'איז די יעצטיגע עקזיסטירענדע קאנסטראקטס אויף די מציאות וואס ליגן אינעם אונטערנבאוויסטזיין וואס שאפט דעם סימפטאם.
ס'איז בכלל אזוי אינטערעסאנט, חביבי, ווי שטארק ס'דא אין א מענטש געפילן וואס דער מענטש וויל נישט אנקוקען, און ער כאפט אפילו נישט אז ער וויל עס נישט אנקוקען. און ס'איז גורם ווייטאג פאר די באוויסטזיניגער וויסן.
הגם ווען די מענטש וועט טרעפן די געפיהל וועט ער זיך מעגליך דערמאנען די מעשה ווען די געפיהל אדער פאלשע belief איז געווארן ווי א ׳אמת׳ אין זיין לעבן, פעהלט עס אבער נישט אויס און עס איז נישט וויכטיג, דאס אז די מענטש כאפט די שקר קען ער עס טוישן מיט זיין יעצטיגע דערוואקסענע בליק אפילו ער כאפט נישט ווען די געפיהל איז געווארן אנגעצינדן,

דו שרייבסט אזוי גוט, די געפיהל איז געווארן ווי אן "אמת" אין זיין לעבן, און נישט נאר דאס, חביבי, נאר דעם גאנצן "אמת" אין וואס א מענטש לעבט, איז אויך פערזענליך, אייגן פאבריצירט. איז עס נישט אינטערעסאנט? אפילו השגת הבורא איז אויך נישט דעס וואס א קליינע מענטשעלע מיינט, אדער השגת אין צדיקים. השגה אין זיך אויך נישט.
אויסלעשן און אנצינדן איז מער אין סי בי טי טעאריע, אבער אין מעמארי ריקאנסאלידעשאן איז עס מער "פארניכטן און באשאפן".

בנוגע NLP האב איך נישט געזעהן אז זיי זאלן האלטן אז עס פעהלט אויס צוריק צו גיין צו אלטע זאכן וואס זענען געשעהן צום מענטש, לפעמים קען מען העלפן מיט NLP אן דעם וואס די קליענט זאל בכלל וויסן וואס די טעראפיסט האט געטון מיט אים, מיט א נאטורלעכע שמועס קען די טעראפיסט מאכן א גאנצע אפעראציע פון אויסלעשן אלטע געפיהלן און אנצינדן נייע,

א נאטורליכע שמועס, אריינווארפן דא אין דארט פאזיטיוו, רעדן מיטן אונטערנבאוויסטזיין, און דער קלייענט קומט ארויס א נייער מענטש. און כאפט גארנישט וואס דער טערעפיסט האט דא געמאכט מיט אים.
די צוריקגיין צו אלטע זאכן קומט פון אלד-פסיכאלאגיע, ניין? אבער קאוהירענס טערעפי שרייבט אויך נישט אז מ'זאל צוריקגיין צו אלטע זאכן.

focusing on childhood experiences is not actually a search for causes in the past. rather, it is a search for a cause in the present - a cause in the form of an emotional reality- construction which, though formed in the past, is now still carried in the present and requires the client's symptom. the client thinks "we're going into the past," but a coherence therapy practitioner understands that present symptoms are maintained only by reality-constructs existing in the present, even if formed in the past. the past literally exists in the present, in and as those constructs.

אין קאוהירענס טערעפי הייסט עס "direct empathic eliciting of early experience."
די וועג גייט אזוי,
רעד רעלאטיוו שטאט, אבער נישט צו שטאט, מיט אן עמפאטישער שטומע אבער נישט צו עמפאטיש (איך פארשטיי נישט פארוואס נישט צו עמפאטיש)

די עיקר ווערטער וואס דארפן ווערן געזאגט זענען אונטערגעשטראכן

"וואס אין דיין לעבן מאכט סענס [אז דו ביסט אזוי דערשראקן פון זיין אליין?] אין דיר איז דא א פארט וואס ווייסט עפעס וועגן דעם ענין פון [זיין אליין]. וואס ביסטו עפעס דורך אין דיין לעבן [עפעס וועגן בלייבן אליין] וואס האט גורם געווען אז דו זאלסט באקומען אזא שטארקע [צוריקהאלט דערפון]? פרוביר זיך צו דערמאנען."

"איז דיר עפעס באקאנט וועגן אזא עקספירענס פון [פילן אויפגערעגט און קנאה]? איז דיך עס באקאנט אויף א געוויסע וועג, אין דיין ביז יעצטיגע לעבן."

"איז געווען איינער אין דיין פארגאנגענהייט וואס האט זיך אויפגעפירט צו דיר אויף אזא אופן, וויאזוי דו ערווארטסט אז אנדערע זאלן זיך צו דיר אויפפירן[נישט צו זיין צופרידן און דיך אראפקוקען אויף די אופן וויאזוי דו דרוקסט דיך אויס]?"

if nothing emerges from using these question, stop fishing for childhood experience and switch to another way of creating a discovery experience.

as always, each step should be designed so that it does not bring more emotional intensity than is workable for the client.

לדוגמא א חלק פון די מהלך איז אז עס געשעהען ווייטאגן פון שקר אין די מענטש ווייל די שפראך פון די מענטשהייט איז פיל מיט שקר,

פאר א קלייענט זאל מיר אונז קיינמאל נישט זאגן אז די שפראך איז פול מיט שקר, ווייל ס'איז אמת לויט וויאזוי השי"ת האט באשאפן דעם מענטש. אז מ'זאל אזוי אפלערנען די וועלט.

איז אויב א קליענט וועט זאגן לדוגמא; מיין טאטע מאכט מיר פיהלן ווי א גארנישט, וועט די טעראפיסט זאגן; די פארציילסט א אינטערסאנטע זאך, איין מענטש האט אנגעצינדן א געפיהל פון ווערדלאזקייט אין אנדערע מענטש... וויאזוי האט ער דאס געטון?

מיטן טוישן די שפראך כאפט די מענטש אז ער גלייבט עפעס וואס מאכט נישט קיין סענץ, און ער מוז אנהייבן זוכן די אמתע מציאות פארוואס ער פיהלט ווערדלאז ווי לדוגמא; מיין טאטע האט געשריגן אויף מיר האב איך געטראכט אז איך האב עס נישט ליב, און איך האב באשלאסן אז איך בין גארנישט ווערד דעריבער פיהל איך ווערדלאז, אה דאס איז שוין מער אקוראט...

דאס הייסט מיט זיין אדאלט מיינד כאפט ער דעם אמת, אבער נאכדעם מאך א דשאקסטעפאזישאן. און געב א קוק צו ס'האט זיך אויסגעמעקט. הצלחה.

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 4:45 pm
דורך חביבי
מאכט זייער אסאך סענץ נשמה, ביסט גוט אויסגעקאכט אין די נושא, יישר כח פארן קלאר מאכן,

אין אנדערע ווערטער ק״ט איז נישט קיין פארצייטישע סייקאנעליסיס וואס האט נישט צופיל מצליח געווען כמש״כ רב שטארק זיך

שטארק זיך האט געשריבן:ר' שוועמל,

דאס אז אימאושענאל פעין קומט פון אלטע ערפארונגן, איז א פשוט'ע פאקט. און דאס אז דער צוגאנג צו היילונג איז אויסשליסליך דורכ'ן זיך אפגעבן מיט דיזע אלטע ערפארונגן, איז די יסוד פון די ערשטע מאדערענע שיטה אין סייקאלעדזשי המכונה פסיכא-אנאלעסיס, וועמנס פאטער עס איז זיגמונד פרויד. למעשה די אומערפאלג פון די שיטה, האט אריינגעברענגט גאנצעטע נייע ביהעיוויארל שיטות, וועלעכע גיבן זיך אפ בעיקר מיטן יעצט און די עתיד. למעשה איז היינט מערסטענס אנגענומען אז ביהעיווארל ווען מען גיבט זיך אויך אפ מיט אלטע ווייטאגן כפי הצורך, ווירקט דאס בעסטע.


איז ווי איך פארשטיי איז ק״ט א מהלך פון אויפדעקן איגנארירטע אדער אומבאמערקטע ווייטאגן,

א געוואדיגע מעלה מיט ק״ט האב איך באמערקט אנשטאט זאגן פאר די מענטש אין פנים זיינע געפיהלן, חסרונות, און דינייעלס, וואס ער איז גערעכט אז ער וויל עס איגנארירן, א מענטש האט דאך אזויפיל קרומקייט אין זיך, (האמער דעך א יצר הרע... לעטס בלעים הים... :lol: ) די אייגענע שלעכטע מידות איז זייער שווער צו פעיסן קלאר איז אנשטאט אריין זאגן קלאר לדוגמא; ר׳ יוד דו ביסט פלעין דזשעלעס אויף דיין שכן טוט דאס ק״ט אויף א איידעלע וועג און די מענטש כאפט זיך אליינס זיינע חסרונות און שקרים, און ווען ער איז זוכה צו פיהלן די זיסע טעם פון זיין האנעסט מיט זיך איז ער שוין נישט נייגעריג צוריק צו גיין איגנאראציע

נשמה כ׳וועל דיר זאגן דעם אמת ס׳געפעהלט מיר די מהלך,

און ווי דר. בורנס שרייבט לוינט זיך צו האבן א ווערייעטי פון מהלכים און אז איין מהלך ארבייט נישט גייט מען צום אנדערן אדער מאכט מען א קוגל פון צוויי מהלכים און מען נעמט פון איבעראל ווען עס פעהלט אויס, נאר זיין פארזיכטיג נישט ווערן צומישט, און די שכל דארף מען נישט אינגאנצן ארויסלאזן פון בילד.... נישט אלעמאל דארף מען נאכגיין בלינדערהייט א מהלך, ברויך מען נוצן די סעיכל אביסעלע

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 2:04 pm
דורך נשמה
חביבי האט געשריבן:מאכט זייער אסאך סענץ נשמה, ביסט גוט אויסגעקאכט אין די נושא, יישר כח פארן קלאר מאכן,

אין אנדערע ווערטער ק״ט איז נישט קיין פארצייטישע סייקאנעליסיס וואס האט נישט צופיל מצליח געווען כמש״כ רב שטארק זיך

שטארק זיך האט געשריבן:ר' שוועמל,

דאס אז אימאושענאל פעין קומט פון אלטע ערפארונגן, איז א פשוט'ע פאקט. און דאס אז דער צוגאנג צו היילונג איז אויסשליסליך דורכ'ן זיך אפגעבן מיט דיזע אלטע ערפארונגן, איז די יסוד פון די ערשטע מאדערענע שיטה אין סייקאלעדזשי המכונה פסיכא-אנאלעסיס, וועמנס פאטער עס איז זיגמונד פרויד. למעשה די אומערפאלג פון די שיטה, האט אריינגעברענגט גאנצעטע נייע ביהעיוויארל שיטות, וועלעכע גיבן זיך אפ בעיקר מיטן יעצט און די עתיד. למעשה איז היינט מערסטענס אנגענומען אז ביהעיווארל ווען מען גיבט זיך אויך אפ מיט אלטע ווייטאגן כפי הצורך, ווירקט דאס בעסטע.


גערעכט. מ'האנדלט מיט די יעצטיגע אונטער-באוואוסטזיניגע קאנסטראקטס אויף די מציאות, וואס צוליב זיי האלט דער קלייענט אן דעם סימפטאם. אדער לויט סארנא מעטאד "די קלייענט וויל אז זיין רואיגער פערסאנאליטי זאל קענען אנגיין" וואס דערפאר פראדעצירט ער דעם סימפטאם אלץ א שמירה פון "עפעס". לויט סארנא איז דער "עפעס" א טיפע רעידש. וואס דער קלייענט פראטעקט מיט די סימפטאם פון ארויסקומען. אפילו ווייניג זעלבסט שאץ ווייסן געוויסע אונטערבאוואוסטזיניגע מיינונגען "איך ווייס אז אויב איך גיי פילן ווערד גייט אפשר ארויסקומען מיינע שטארקע טענות, ארויס פון קאנטראל" דערפאר כדי זיך צו פראטעקטן דערפון וועל איך מיך האלטן ווייניג ווערד.

איז ווי איך פארשטיי איז ק״ט א מהלך פון אויפדעקן איגנארירטע אדער אומבאמערקטע ווייטאגן,

ווייטאג, ווייטאג, ווייטאג! יעדע סיפטאם קומט פון פארמיידן ווייטאג, אדער וואס מ'האט שוין געהאט אדער וואס מ'ווייסט אז מ'גייט האבן. איך האב שוין געשריגן אין שוועמעל'ס אויערן אריין, "אויב דו זאגסט אז קאוהירענס טערעפי איז "אויפצודעקן איגנארירטע אדער אומבאמערקטע ווייטאגן" האסטו אראפגעשניטן סיי די וועג וויאזוי אנצוקוקען פארוואס ס'ווערט פראדעצירט א סימפטאם, און סיי די וועג וויאזוי, ק"ט זאגט, עס צו באהאנדלן. ק"ט איז אויסדרוקליך נישט אויפצודעקן איגנארירטע אדער אומבאמערקטע ווייטאגן. ס'איז "אויפצודעקן די וויסונג פון א פראבלעם וואס דער סימפטאם איז, לויטן קלייענט, א לעזונג דערצו". (א געברויך איז אויך א פראבלעם אויב מ'האט עס נישט)

א געוואדיגע מעלה מיט ק״ט האב איך באמערקט אנשטאט זאגן פאר די מענטש אין פנים זיינע געפיהלן, חסרונות, און דינייעלס, וואס ער איז גערעכט אז ער וויל עס איגנארירן, א מענטש האט דאך אזויפיל קרומקייט אין זיך, (האמער דעך א יצר הרע... לעטס בלעים הים... :lol: )

זאגן פאר א מענטש זיינע חסרונות העלפט דען, זאגן פאר א מענטש זיינע קרומקייטן איז שווער פאר א מענטש עס אנצונעמען, דער מענטש דארף עס אליין איינזעהן דורכ'ן זיין גרייט עס איינצוזעהן. "איך ווייס מיינע חסרונות, אבער איך וויל נישט פילן צעקוועטשט". דערפאר קען מען זעהן ערליכע יודן וואס לערנן מוסר אבער ס'איז טח עינים מראות דעם אמת. כמובא בנהגת האדם. א מענטש קען טון אזויפיל קרומקייטן אבער ווען מ'זאגט אים, זעט ער די קרומקייטן אלץ די ריכטיגע וועג, ווייל עפעס טיפער לאט אים נישט זעהן דעם אמת. און דו ווייסט וויפיל מאל מ'פראבירט צו מסביר זיין פאר א מענטש "דו ביסט א שלעפער, דו דארפסט דיך פשוט נעמען אין די האנט אריין, דו דארפסט פשוט דאס טון, און יענץ טון, אבער טיפער אינעם מענטש איז דא עפעס וואס ווייסט אז אויב וועט ער אננעמען וואס יענער זאגט אים וועט אים זיין ערגער, און ס'גייט קיינעם נישט אן אויב איך גיי ליידן. וכו' וכ'ו.
די אייגענע שלעכטע מידות איז זייער שווער צו פעיסן קלאר איז אנשטאט אריין זאגן קלאר לדוגמא; ר׳ יוד דו ביסט פלעין דזשעלעס אויף דיין שכן טוט דאס ק״ט אויף א איידעלע וועג און די מענטש כאפט זיך אליינס זיינע חסרונות און שקרים, און ווען ער איז זוכה צו פיהלן די זיסע טעם פון זיין האנעסט מיט זיך איז ער שוין נישט נייגעריג צוריק צו גיין איגנאראציע

נשמה כ׳וועל דיר זאגן דעם אמת ס׳געפעהלט מיר די מהלך,


די ווארט איז נישט צו זיין אמת'דיג מיט זיך, די ווארט איז, וואסערע קאנסטראקט אויף די מציאות לאט דיך נישט איינזעהן דעם אמת, וואסערע אמת לאט דיך נישט איינזעהן דעם אמת'ן אמת

און ווי דר. בורנס שרייבט לוינט זיך צו האבן א ווערייעטי פון מהלכים און אז איין מהלך ארבייט נישט גייט מען צום אנדערן אדער מאכט מען א קוגל פון צוויי מהלכים און מען נעמט פון איבעראל ווען עס פעהלט אויס, נאר זיין פארזיכטיג נישט ווערן צומישט, און די שכל דארף מען נישט אינגאנצן ארויסלאזן פון בילד.... נישט אלעמאל דארף מען נאכגיין בלינדערהייט א מהלך, ברויך מען נוצן די סעיכל אביסעלע


ווען טערעפיסטן זאלן זיך מער אריינלייגן אין מעמארי ריקאנסאלידעשאן, וואלטן מיר געהאט מער דאטא, און מיר וואלטן שנעלער אנגעקומען צו העלפן טייערע יודישע קינדער, און נישט קאונטעראקטיוו. קאונטעראקטיוו העלפט, אבער די שרשים ווערן נישט ארויסגעריסן לעלם.

חביבי, דארפסט האבן אין קאפ אז די זאך וואס ס'טוישט א קלייענט לעולם ועד איז די עקספיריענס פון דשאקסטעפאזישאן, "איך האב ערווארטעט אז די מציאות איז דאס און דאס, און איך זעה אז ס'איז נישט אזוי". ביי ק"ט וועלן זיי זוכן דעם דשאקסטעפאזישאן אויף די לערנונגען וואס דינען אלץ דעם צוועק צו געבן א מיינונג אויף א מציאות, אבער איך וויל דיך מסביר זיין וואס א דזשאקסטעפאזישאן איז. דזשאקסטעפאזישאן איז א סתירה אינעם ערווארטונג וויאזוי די מציאות איז. און דער קלייענט ערווארטעט אז אזוי און אזוי איז דער מציאות, ווען ער ווערט געכאפט אין שאק אז ס'איז נישט אזוי נאר פונקט פארקערט.

לאמיר זאגן איינער וואס וויל צוגיין צום עמוד דאווענען. אויב מ'וועט אים זאגן "שעם דיך נישט, זיי פעסט" וועט עס נישט אזוי ארבעטן ווי "איז דא איינער וואס דו ווייסט וועט זיכער ארויסזאגן מיטן מויל אז דיין דאווענען איז געווען פאני?" און דער קלייענט ענטפערט "יא, זרח ברוך גייט זיכער לאכן, און איך ערווארטעט אז מיין דאווענען גייט אים מאכן לאכן, און טראכטן דערויף נעגעטיוו, און נישט נאר טראכטן נאר זאגן" און דער טערעפיסט זאגט "אפשר פרעגסטו זרח'ן נאך דיין דאווענען, וועגן דיין דאווענען?" און דער קלייענט דאווענט פארן עמוד, און אגאנצן דאווענען איז ער געווען זיכער אז זרח גייט זאגן א נעגעטיווע באמערקונג, נישט אז ער האט ערווארטעט אז זרח גייט טראכטן אבער גייט אים נישט זאגן, נאר אז זרח גייט אים יא זאגן דעם אמת וואס ער פילט, און ער גייט אים זאגן די נעגעטיווע באמערקונג, און נאכן דאווענען פרעגט ער זרח'ן "וואס זאגסטו צו מיין דאווענען?" און זרח זאגט זייער איינפאך מיט התפעלות וואס דערקענט זיך פארן קלייענט אלץ "אמת משיח לפי תומו", "אה, דו האסט געדאווענט אזוי שיין, כ'האב נישט געכאפט ווער ס'דאווענט, איך האב נישט געוויסט אז דו דאווענסט אזוי צום זאך" דא געשעט א סתירה, דער קלייענט האט ערווארטעט אז זיין דאוווענן ערוועקט א נעגעטיוו ביי זרח'ן, ער האט שוין אפילו אנגעשפיצט זיינע אויערן צו הערן דעם נעגעטיוו, וואס ס'איז נישט אזוי געשען. אדרבה ס'איז געשען פונקט פארקערט. אזוי ווי דו זעהט ווי איינער נעמט א גלאז וואסער און דו ערווארטסט אז ער גייט עס צולייגן צום מויל און ער לייגט עס אויף זיין קאפ. אזאך וואס דו האסט נישט אזוי ערווארטעט. דאס הייסט א דשאקסטעפאזישאן.

אויב אבער דער קלייענט וועט נישט וועלן זעהן די אויסגאנג פון זיינע ערווארטונגען, וועט נישט געשעהן א דשאקסטעפאזישאן. למשל א קלייענט וואס שעמט זיך אבער איז נישט גרייט צו נאכגיין צו איז טאקע דא פון וואס זיך צו שעמען.

און אויב די קלייענט וועט נישט ערווארטן אזאך וואס קען דערויף געשען א סתירה.
למשל א קלייענט וועט זאגן "יא, זרח גייט נישט לאכן, ער גייט זיכער זאגן אז מיין דאווענען איז געווען גוט, "ער גייט זיך מאכן" אבער איך ווייס אז אינעווייניג טראכט ער אז ס'איז נישט געווען נארמאל". אזא ערווארטונג קען מען נישט אזוי שנעל אויסמעקן און מ'דארף גיין טיפער "פארוואס דארף דער קלייענט אזוי קאנסטראקטן דעם מציאות", ווייל וואס וועט זיין די סתירה? ס'מוז זיין אזאך וואס דער קלייענט וועט זיך איבערצייגן אז אזוי גייט געשען און א זיכערע געלעגנהייט זיך איבערצוצייגן דאס פארקערטע.

דשאקסטעפאזישאן עקספיריענס, איז די זאך וואס מאכט טויש אין א מענטשן.

הגם אין ק"ט מאך איך נישט א דשאקסטעפאזישאן אויף די מיינונג אויף די יעצטיגע סיטועשאן, ווייל ק"ט זאגט אז דא איז דא א טיפערע אונטערבאוויסטזיניגער צוועק פארוואס דער קלייענט מוז דערפאר טראכטן אז זיין דאווענען איז גורם א נעגעטיוו ריספאנס אין די צוהערערס. איך וויל דיך נאר זאגן וואס א דשאקסטעפאזישאן איז.

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 3:58 pm
דורך fiena nieas
בקיצור די קלייענט בויט א גאנטצע בנין גג על גג פאר איין סיבה . איינמאל דער סיבה ווערט אויס צופאלט זיין גאנטצע בנין און ואיננו. ק"ט נעמט אוועק די פאדימענט פונעם בנין און ווען א בנין האט נישט קיין פאדימענט צופאלט עס...

Wow!

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 4:04 pm
דורך נשמה
אין "לימודים לדעת" פון פליישמאן, זאגט ער אזוי:
דף ה'
והנה ראשית התגלות הנפש הוא בכח הרצון שבה - כמו שכתוב 'אם יש את נפשכם' (בראשית כג, ח) ופירש רש"י 'רצונכם' - דאס הייסט אז די נפש פון א מענטש ווערט באוואוסט פארן מענטש ווען ער וויל סיי וואס. ומשורש הרצון הכללי מסתעף ריבוי הענינים הפרטיים שנפש האדם שואפת להם. און אלע שטרעבונגען פון א מענטש איז די שורש א רצון, זאגט ער ווייטער, אמנם כשנעמיק בזה נראה שבתוך ענין הרצון טמונה עוד תשוקה פנימית ועיקרית, שהיא באמת שאיפתה היותר עמוקה ויסודית של הנפש, אז ווען מ'קוקט גוט וועלן מיר טרעפן א תשוקה פנימית ועיקרית, זאגט ער (און דאס איז דער יסוד אויף וואס דער גאנצער "לימודים לדעת" באציהט זיך און ער וויל מ'זאל עס ארויסנעמען פון די כלים הדמיוניים) שהיא באמת שאיפתה היותר עמוקה ויסודית של הנפש, אז דאס וויל דער נפש באמת, להרגיש בקרבה היאך היא מציאותית מהותית וחיובית. דער נפש וויל בעיקר פילן אז זי איז א תוכנ'דיקער מציאות וואס דארף זיין. און ער לייגט נאך צו [וכן נראה להדיא כשנבחין בעומק נפש האדם שהוא מרגיש עצמו כענין מהותי ונצחי וכמציאות קיימת, וכל שאיפתו ומרצו סובבים רגש זה לגלותו ולהבהירו.] אז א מענטש וויל בעיקר זיך מגלה זיין אלץ אייביגער עקזיסטענשועל ביאינג וואס ווערט נישט בטל.

אין ספר הכשרת אברכים (צום סוף פונעם הייליגען פיאסעצנער זצ"ל, ברענגט ער דארט דעם ראשית חכמה סוף שער האהבה פרק ד' אז א מענטש דארף האבן א רצון, און דער פיעסענצנאר רבי רעדט ארום דארט אז די כוחות הגופניות זענען כוחות וואס מ'דארף מקדש זיין צו עבודת השי"ת און זיי נישט דערווייטערן מיט תעניתים וסיגופים.

קומט אויס אז א מענטש דארף קודם פילן דאס ענין פון 'מציאותיות חיובית מהותית שמושרשת בעצם האדם' והוא חש בה בכל עומק נפשו, בצורה פנימית, גבוהה ועמוקה מחושיו החיצונים.
איז דא מענטשן וואס פילן נישט דעם מציאותיות, צו ווייל מ'האט זיי אראפגעקלאפט, צו ווייל זיי ווילן נישט אז זייער rage זאל ארויסקומען דערפאר זענען זיי זיך מבטל. קודם דארף א מענטש שפירן דעס מציאותיות און אזוי איז דא מיט וואס צו גיין צום טיש.

צום סוף פונעם ספר דף שכט אין הערה תלו. ואם ידחוק לעקור מנפשו עיקר תשוקתה להתדבק ב'מציאותיות' כלל, באופן שלא תרצה עוד רק חיים יחסיים גופניים - בבחינת בעל חי - ישחית בזה נפשו לגמרי במחלה הממיתה של מינות רח"ל, שאין לה תרופה כלל. השי"ת ישמרנו מהם ומהמונם לנצח. א גוי וועט וועלן צו ווערן נבלע בתוך הגוף, אזוי ווי ער איז עס שיין מבאר במשך החיבור.

מיט די סארנא + קאוהירענס טערעפי מעטאד וואס מתבונן נוצט קען מען צוריק עפענען דעם "מציאותיות" און נאכדעם איז דא מיט וואס צו ארבעטן. אז דער מענטש זאל וויסן עס נישט מבטל צו זיין פאר קיינעם און פאר גארנישט, הכנעה איז נישט ביטול זאת המציאותיות, כמבאר שם, נאר ס'איז די ענין פון ווערן איינס מיט הגדולים ממך,

די ענין פון ADHD קען מען אויך זאגן, ווייל די היינטיגע סיסטעם טרייבט א מענטש צו שפירן זיין מציאותיות נאר דורך כלים שמעוררין החיות, אבער דעס קינד טרעפט זיך נישט. ויש להאריך. והכל בעזהשי"ת

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 4:29 pm
דורך חושב מחשבות...
און אנדערע ווערטער סעלף עסטיעם?

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 5:18 pm
דורך נשמה
חושב מחשבות... האט געשריבן:און אנדערע ווערטער סעלף עסטיעם?

עסטים, אבער נישט מכח זיין זעלבסט נאר מכח א חלק אלוק ממעל.

ס'דא א סך מענטשן (בעיקר קינדער) וואס כדי זיך צו מאכן באקוועם אויף די וועלט געבן זיי אויף אויף זייער אמת'ע רגש פון "מציאותיות חיובית ונצחית". הגם דעס רגש 'מציאותיות' איז א חלק אלוק ממעל וואס איז מהותית חיובית ונצחית, און ס'איז נישט גאוה, סאיז בשורשה מידה של קדושה, וועלן זיי דאס אויך מבטל זיין.

למשל א מענטש מוטשעט זיך אויף פרנסה אדער א קינד זעט אז ער ווערט געטשעפעט, טראכט ער "איך בין גארנישט ווערד" און ער איז מבטל זיין רגש של 'מציאותיות', ער וויל עס נישט פילן מער, ווייל מ'פילט מער ווייטאג ווען מ'פילט זיך אלץ א מציאות מהותית ונצחית, ס'איז אים ענדערש אויפצוגעבן אויף דעם רגש. מ'דארף ארבעטן אוועקצונעמען די גורם פארוואס דער קלייענט וויל נישט שפירן דעס "מציאותיות". אזוי קומט ארויס דע ריכטיגער רגש של 'מציאותיות' און צומאל איז דער גורם אונטערנ-באוואוסטזיין. און מחמת מ'געט אויף אויף דעם רגש, קומט דאס ענין פון boredom און שפעטער דאס ענין פון addiction אדער אפילו adhd.

ועיין שם דף רכה הערה רצג.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 5:32 pm
דורך חביבי
אויב איך מעג מיטטטיילן מיין מיינונג... ספר למודים לדעת איז א שיינע ספר פאר שבת נאכמיטאג אבער נישט אויף צו העלפן מענטשן... עס איז איין שטיק טאריע/געדאנקען אבער אין אינעם פראקטישן מציאות דארף מען נישט אזעלכע טיפע תורות... און עס העלפט נישט ווען איינער איז אין א פראבלעם, אזוי אויך לגבי די התנגדות פונעם בעל מחבר שליט״א צו נעמען מעדיקעישן... שיינע טאריע מיטן מציאות האט עס קיין שייכות וד״ל

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 5:38 pm
דורך נשמה
חביבי האט געשריבן:אויב איך מעג מיטטטיילן מיין מיינונג... ספר למודים לדעת איז א שיינע ספר פאר שבת נאכמיטאג :lol: אבער נישט אויף צו העלפן מענטשן... עס איז איין שטיק טאריע/געדאנקען אבער אין אינעם פראקטישן מציאות דארף מען נישט אזעלכע טיפע תורות... און עס העלפט נישט ווען איינער איז אין א פראבלעם, אזוי אויך לגבי די התנגדות פונעם בעל מחבר שליט״א צו נעמען מעדיקעישן... שיינע טאריע מיטן מציאות האט עס קיין שייכות וד״ל

חביבי, וויאזוי האט מיך מתבונן אמאל געזאגט "און וויאזוי מאכט מען עס? מיט מעמארי ריקאנסאלידעשאן!". דעס ספר איז הערליך און אמת לאמיתו בעזהשי"ת! איך קען דיך עס מסביר זיין צווישן פיר אויגן, נאר ווילאנג איך וועל דיך עס מסביר זיין און ווילאנג די וועלט וועט האבן צייט אויסצוהערן וואס פליישמאן טענה'ט און עס אויסטרייען, און ווילאנג די וועלט וועט זיך אויסלערנען צו פליישמאן איז גערעכט, און ווילאנג די וועלט וועט זיך אויסלערנען וויאזוי מ'אפעלירט למעשה זיין שיטה אויפן ריכטיגן אופן, דארף מען נעמען מעדיקעשאן.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 5:06 pm
דורך נשמה
לעצטענס בין איך ביזי מיטן לימודים לדעת, איך קען עס נישט אראפלייגן און איך קען נישט אויפהערן צו טראכטן דערפון, דער האט אזויפיל יסודות אין פסיכאלאגיע אז נאר, ממש וואו איך גיי און וואו איך שטיי זעה איך "לימודים לדעת". אין אלע ספרים, אין יעדן ארט, ס'איז הימל און ערד מיטן "לימודים לדעת".

לדוגמא, איך האב מיך אלעמאל פרובירט צו קאנצענטרירן אין לערנען, אבער מיין קאפ איז געבליבן סטאק ערגעץ, ביז איך האב מיך אויסגעלערנט פון "לימודים לדעת", צו מבזה זיין און אוועקמאכן, ווי מער, אלעס אין וואס איך בין סטאק אלץ "שטותים מיט הבלים, נארישקייטן, הבל וריק, רעות רוח וכו'", און זאכן האבן זיך אנגעהויבן אויפצוקלעבן און זיך ארויסרירן פון פלאץ. ס'איז דער איגאו וואס איז סטאק ערגעץ. ערגעץ וואו נישט ריכטיג, איז דער "מציאותיות" דער "דעת" אנגעקלעבט. אוודאי איז די בעסטע צו נוצן מתבוננ'ס מהלך, און מתבונן אליין האט שוין געשריבן ערגעץ " א מענטש אלץ א פייטער " און לויט לימודים לדעת איז עס "דער מענטש אלץ א פייטער פאר זיין מציאותיות נישט אין פלאץ!"

בקיצור, דער לימודים לדעת איז א געוואלדיגער ספר. און נוצבאר. זיין שפיץ איז "דיין נפש איז סטאק ערגעץ, סטאק עס אויף, און האב נישט מורא, וועסט געפינען דיין חיות אין סך בעסער ווי עסן, סך בעסער ווי דער סמארטפאון , סך בעסער ווי מאכן דיין מציאות אלץ א פרומער און האבן OCD, ס'איז דער איגאו וואס האט OCD, וכו' " און ער איז גערעכט. דאס איז דאך תורת האיגאו. אז מ'קען זאגן אז דער איגאו פון א מענטש איז גורם צום זאלאפט.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 5:19 pm
דורך מה פתאום???
נשמה דו קענסט די פיר נומערן פון שמעון גרין? עס איז פלאי פלאים!

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 6:04 pm
דורך נשמה
מה פתאום??? האט געשריבן:נשמה דו קענסט די פיר נומערן פון שמעון גרין? עס איז פלאי פלאים!

שמעון גרין! וואו טרעף איך עס?

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 6:55 pm
דורך מה פתאום???
ער גיבט שיעורים פאר מלמדים וויאזוי צו פארשטיין די תלמידים ער טיילט איין די מענטשהייט אין פיר נומערן, אש מים רוח עפר. מ׳קען קויפן די שיעורים פאר געלט, איך קען אויסגעפונען א נומער פאר דיר. איך האבעס נאכנישט געהערט אבער אסאך פון מיינע ארומיגע זענען עס מורא׳דיג מפליא.

איך האב נאכגעהערט בעיסיקלי וואס ער זאגט און איך טראכט ערנסט עס אויסצוהערן...

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 6:59 pm
דורך fiena nieas
אלעס קאסט געלט ביי יודן...(חסידישע)

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 7:04 pm
דורך מה פתאום???
ביי אידן און גויים צוגלייך...
די חילוק איז נאר אז די גוי סערווד א גרעסערעע קלייענטל קען ער מאכן געלט אפילו ווען ער גיבט זיינע סערוויסעס בחינם, משא״כ פארן איד לוינט עס נישט...

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 7:30 pm
דורך fiena nieas
:grin:
מה פתאום??? האט געשריבן:ביי אידן און גויים צוגלייך...
די חילוק איז נאר אז די גוי סערווד א גרעסערעע קלייענטל קען ער מאכן געלט אפילו ווען ער גיבט זיינע סערוויסעס בחינם, משא״כ פארן איד לוינט עס נישט...

מה פתאום ביסט נישט אזוי גערעכט קיק וויפל סערוויסעס ביי די ליטווישע און ווי אויך חבד געבן דיר בחינם בעת ווען א חסידישע יוד האט עפעס צו פארקויפן קאסט עס ימים מיט געלט

א קליינע דוגמא

Torahanytime .com

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 7:42 pm
דורך מה פתאום???
קעגן תורה עני טיים איז דא קול הלשון...

חב״ד מאכט דאך יפוצו...

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 9:09 pm
דורך fiena nieas
מה פתאום??? האט געשריבן:קעגן תורה עני טיים איז דא קול הלשון...

חב״ד מאכט דאך יפוצו...

קימט נישט צו צו תורה עני טיים וואס האבן די עכטע פראפישנאלער רעדנערס!
קעגן תורה עני טיים האסטו ובלכתך בדרך וואס קאסט געלט און דו האסט קרן שמואל ישי' וואס קאסט אויך געלט.

גראדע איך טראכט יעצט ביי חסידים איז יא דא עפעס בחינם און גיטע שטאף אויף קול מבשר...

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 9:14 pm
דורך מה פתאום???
בקיצור, יעדער מאכט געלט. דער גוי האט די מעגליכקייט צו מאכן געלט אפילו אויב געוויסע סערוויסעס גייען בחינם ווידער דער איד האט נישט די מעגליכקייט.

די איינציגסטע וואס טוען שלא לשם ביזנעס זענען די לשם מצוה ארגענעזאציעס א שטייגער ווי קול הלשון אירגון שיעורי תורה, און טוירע עני טיים...

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 12:07 pm
דורך קוטיג
איך האב אויך געהערט די שיעורים פון הרב שמעון גרין, וואס איז מלא תוכן און נוצבאר פאר'ן טאג-טעגליכן לעבן, עצות אין חינוך פאר עלטערן און מלמדים, וואס ער האט אויסגעטראטן א וועג צו פארשטיין קינדער און סתם וויא זיך צו בהאנדלען מיט פראבלעמאטישע קינדער אדער אפילו גרויסע מענטשן [וואס דאס קומט צו נוץ ביי שלום-בית פראבלעמען].
וויא איך האב פארשטאנען זענן די בעלי יסוד ה'עפר' די שווערסטע מענטשען, און מען גרויס אכטונג געגבן וויא אזוי זיך צו באציעהן צו זיי, אויף דעם דארף מען הערן די שיעורים פון הרב שמעון גרין, ער איז ממש א ספעציאליסט און 'חכמת הנפש'!
א קיצער, ס'לוינט זיך די געלט!

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:16 pm
דורך נשמה
מה פתאום??? האט געשריבן:ער גיבט שיעורים פאר מלמדים וויאזוי צו פארשטיין די תלמידים ער טיילט איין די מענטשהייט אין פיר נומערן, אש מים רוח עפר. מ׳קען קויפן די שיעורים פאר געלט, איך קען אויסגעפונען א נומער פאר דיר. איך האבעס נאכנישט געהערט אבער אסאך פון מיינע ארומיגע זענען עס מורא׳דיג מפליא.

איך האב נאכגעהערט בעיסיקלי וואס ער זאגט און איך טראכט ערנסט עס אויסצוהערן...

וויפיל קאסט עס צו הערן ווייסט איינער?

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 2:00 pm
דורך מה פתאום???
ארום 350

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 2:38 pm
דורך fiena nieas
קוטיג האט געשריבן:איך האב אויך געהערט די שיעורים פון הרב שמעון גרין, וואס איז מלא תוכן און נוצבאר פאר'ן טאג-טעגליכן לעבן, עצות אין חינוך פאר עלטערן און מלמדים, וואס ער האט אויסגעטראטן א וועג צו פארשטיין קינדער און סתם וויא זיך צו בהאנדלען מיט פראבלעמאטישע קינדער אדער אפילו גרויסע מענטשן [וואס דאס קומט צו נוץ ביי שלום-בית פראבלעמען].
וויא איך האב פארשטאנען זענן די בעלי יסוד ה'עפר' די שווערסטע מענטשען, און מען גרויס אכטונג געגבן וויא אזוי זיך צו באציעהן צו זיי, אויף דעם דארף מען הערן די שיעורים פון הרב שמעון גרין, ער איז ממש א ספעציאליסט און 'חכמת הנפש'!
א קיצער, ס'לוינט זיך די געלט!

וואס מיינסטו שווער? שווער מיט וואס?
דעס איז איינס צווייטענס, איך ווייס נישט צו די פיר מידה'ס איז זיין מהלך איך האב שוין געהערט פון פלענטי מענטשן דער מהלך . געהערט אמאל א שיעור פון מרדכי וויינבערגער וועגן דעם