ס'איז זייער פשוט פארוואס ס'ווערט אויסגעמעקט. למשל א מענטש ערווארט אז אויב ער וועט זאגן ניין, גייט יענער ווערן ברוגז, און ער פרובירט עס אויס און ס'געשעט אנדערש ווי ער ערווארטעט. גייט ער מער נישט מורא האבן צו זאגן ניין פאר יענע מענטש.
און אויך קען מען נישט אויסמעקן אן עמאושענאל לערנונג אפילו ס'האט אין זיך אן עקספעקטעשאן, נאר אויב מ'ווייסט אז דע קלייענט קען זיך איבערצייגן אנדערש ווי ער ערווארט אז ס'גייט געשעהן.
כדי קאמפלעט אויסצומעקן א ריספאנס, מוז מען אנקומען צום פערטן ארדער. ווי איך האב שוין געשריבן.
למשל לאמיר זאגן אז א מענטש האט א געוואוינהייט צו עסן קיפעלעך. וואס איז די ריספאנס? צו עסן קיפעלעך. ניין. די ריספאנס איז די געפיל פארן עסן די קיפעלעך. סתם א מענטש עסט דאך נישט קיפעלעך סתם אזוי. ס'איז מן הסתם דא עפעס א געפיל וואס דערקוטשעט דעם קלייענט וואס מאכט אז ער זאל עס וועלן בארואיגן. און דער ריספאנס איז די סימפטאם אין קאוהירענס טערעפי.
יעצט וואס טו איך ווייטער?
- איך וויל מער ארויסברענגען דעם געפיל וואס דערקוטשעט.
און נאכדעם וועל איך דערגיין וועכע אינטערבאוויסטזיניגע מיינונגען אויף וועכע סיטועשאן, מאכן האבן דעם דערקוטשענדן געפיל.
און נאכדעם וויל איך דערגיין, וועכע צוועק דינט דער קלייענט מיטן געבן דייקא אזא מיינונג אויף די סיטועשאן, וואס דערוועגן געשעט דער דערקוטשענדן געפיל? פארוואס קען ער נישט געבן א ריכטיגע מיינונג, וואס מאכט נישט דעם ריספאנס? און איך דערגיי דעם צוועק, דורכן אנטדעקן, וואס ס'וועט זיין אויב ער וועט געבן אן אנדערע מיינונג אויף די סיטועשאן? וואס ווייסט דער קלייענט וועט געשען אויב ער געט אן אנדערער מיינונג? פארוואס מוז ער געבן אזא מיינונג?
און נאכדעם וואס איך ווייס וואסערע צוועק ס'דינט אים, צו געבן דייקא אזא מיינונג פארן סיטועשאן. וועל איך וועלן פארשטיין, פארוואס האט זיך ביי אים - מער ווי ביי אנדערע מענטשן וואס האבן נישט דעם ריספאנס - יא געשאפן אזא צוועק? וואס האט ער זיך אויסגעלערנט, אין די נאטור פון די וועלט, צו האבן אזא צוועק. ס'מוז דאך זיין, אז ער ערווארט אז די וועלט ארבעט אנדערש ווי רוב מענטשן -וואס האבן נישט דעם ריספאנס - ערווארטן.
- דערפאר ווייל ער מיינט אז די וועלט ארבעט אזוי,
האט ער א צוועק זיך צו היטן דערפון, אדער צו באקומען עפעס דערפון,
און דערפאר מוז ער געבן אזא מיינונג אויף דעם געוויסן סיטועשאן,
און דערפאר געשעהט דער ריספאנס.
אויב געט ער די ריכטיגע מיינונג, וואס קען נאר געשען אויב ס'איז נישטא מער דער צוועק צו געבן די נישט ריכטיגע מיינונג, וואס דאס קען נאר געשעהן אויב ער זעהט איין אז דאס וואס ער ערווארט, איז קלאר נישט אזוי! נאר ער זעהט איין אז אנדערש ווי ער ערווארט געשעהט. דאן גייט אוועק די צוועק, גייט אוועק די מיינונג, גייט אוועק די ריספאנס.
איז איך מוז טרעפן די פערטע ארדער, כדי אויסצומעקן די ריספאנס.
אויב א מענטש ערווארט, אז טאמער ער גייט רעדן מיט איינעם וועגן זיין פראבלעם, גייען זאכן ווערן ערגער. סאו די ערווארטונג איז, אויב איך פארצייל מיין פראבלעם גייען פראבלעמען ווערן ערגער. און דאס שאפט ביי אים א צוועק כדי זאכן זאלן זיין גוט, מוז איך אדער אליין באהאנדלן מיין פראבלעם. אדער בלייבן מיטן פראבלעם. (זאגן פאר איינעם איז דאך נישט קיין אויסוואל). און פון דעם קומט אויס א מיינונג אויף א געוויסער סיטועשאן, וואו ס'געשעט א זאך וואס שטערט אים, אבער ער געט א מיינונג אז נישטא וואס צו טון דערוועגן. איך מוז בלייבן דערמיט פארוואס געט ער אזא מיינונג? פארוואס האלט ער אז ס'איז נישטא וואס צו טון דערוועגן? ווייל ער האט א באהאלטענע אינטערבאוויסטזיניגע צוועק זיך צו האלטן סעיף. כדי זאכן זאלן זיין גוט, מוז איך אדער אליין באהאנדלן מיין פראבלעם. אדער בלייבן מיטן פראבלעם. דערפאר געט ער א מיינונג אויף דעם סיטועשאן, נישטא וואס צו טון דערוועגן. איך מוז בלייבן מיטן פראבלעם און דערפאר קומט די ריספאנס פון ענגזייעטי. דער מענטש האט איין זאך געוויסט "איך האב ענגזייעטי" פארוואס? "איך ווייס נישט". ער האט געלעבט, וויסענדיג, אז ער דארף אלעמאל בלייבן מיט זיין פראבלעם און ער קען עס אפילו נישט זאגן פאר קיינעם. אבער ער האט נישט געכאפט אז ער ווייסט אזוי. ס'איז געווען א חלק פון זיין וויסן, און נאכנישט קיין חלק פון זיין וויסן אז ער ווייסט עס. ווען ער איז געווארן באוויסטזיניג דערויף, האט ער געוויסט אז ער האט אייביג אזוי געוויסט. אבער דאך נישט געוויסט אז ער ווייסט עס