די טיפע וועג פון טויש. קאוהירענס טערעפי

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
ספיידער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:52 pm
לאקאציע: אויף דיין הוט, פליק עס אראפ. אט אזוי...שוין מער נישט דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספיידער »

מה פתאום??? האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:נאך א מורא'דיגע זאך, און דאס איז דאס ענין פון אהבת ישראל, נישט קיין חילוק ווער דער מענטש איז, וויאזוי ער האט באשלאסן צו בינדען זיין גארטל נעם אן דעם מענטש וויאזוי ער איז, און האב איהם ליב וויאזוי ער איז, פארוואס? דזשאסט ווייל ער איז! א מורא'דיגע זאך "נעם מיך אן וויאזוי איך בין". ווען איך זעה אן ארגענטינער וואס רעד נישט ווי מיר, מיינט נישט אז ער איז ראנג און איך בין גערעכט!!!!! ס'איז באקסעדיג צו זאגען אז מיין אקצענט איז די ריכטיגע אקצענט! און יענעמס ווייל ס'פרעמד פאר מיר איז עס נישט דינארמאלע וועג. איך מיט יענעם האבן די זעלבע מעכאניזם וואס האבן עקספיריענסד די וועלט. איך האב עס אזוי עקספיריענסד און ער אזוי! קיינער איז נישט נארמאלער. יעדער האט רעכט און ס'איז נארמאל צו זיין וויאזוי ער איז. וויאזוי ער וויל זיין. יעדער איז וויאזוי ער איז. ווייל דאס האט איהם זיין עקספיריענס אויסגעלערנט. און יענער איז פונקט אזוי נארמאל ווי איך. ווייל ווען איך וואלט געווען יענעם, וואלט איך די זעלבע זיך אויפגעפיהרט און געטראכט. סאו, ווען מ'וויל זיין א קאוהירענס טערעפיסט, דארף מען וויסן אז דאס פון די פרינציפען אויף וואס קאוהירענס טערעפי איז געבויעט. נישטא אזא זאך ווי א דיסארדער! נישטא! נישט אין קאוהירענס טערעפי. איין זאך וואס איז דא איז, אן עקספיריענס, וואס דער קלייענט עקספיריענסד, וואס דער קלייענט פארשטייט אז דאס איז א שטער!

[b]און וואס איז דיין פראבלעם דערמיט?

דאס איז די ערשטע שאלה וואס א קאוהירענס טערפיסט פרעגט. פארוואס און ווען פאלט דיך ביי אז דאס איז בכלל א פראבלעם? מיט דעם אליין קען אויך א פראבלעם ווערן געלעזט. דאס הייסט איך וויל דערגיין המשך אינעם נעקסטן תגובה.

אוי איז דאס א שטארקע שטיקל!

מענטשן זענען אזוי פארבאקסלט אז ס'נישט נארמאל!


פארוואס דען איז די יוד א טעראפיסט אויב נישט וועגן אהבת ישראל און צו עקסעפטן יעדע יוד וויאזוי ער איז?

טראכט א מינוט פון די לעבן פון א טעראפיסט, אפילו אויב האט ער שוין אפגעמאכט ביי זיך אז ער נעמט נישט אן קיין קליענטן מיט פערסאנעליטי דיסארדערס ווערט מען כסדר סטאק פון די באהאלטענע פערסאנעליטי דיסארדערס וואס רוקן זיך בע"כ אריין... די ביסל אנערקענונג וואס די טעראפיסט בעקומט ווערט בטל בששים אין די עביוז וואס די טעראפיסט איז אויסגעשטעלט טאג טעגלעך, סאו די טעראפיסט מעג אמאל פילן אז ער קראכט... און אויב האט אים די קליענט ארויסגענומען פון די כלים וועט אים איינער נישט פארשטיין??? ער איז בסך הכל א בשר ודגים פונקט ווי דיר...
וויאזוי קען מען בעסער פארשטיין א יוד וואס האט ל״ע פאביעס? די מענטש וואס האט נאכנישט טועם געווען טעם פאביע ווייסטעך בכלל נישט וויאזוי ס׳פילט..
די אמת איז עס איז דא איין פאביע וואס יעדער האט און דאס איז ספיידער פאביע
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

אין לי עליך, כי אם תשואת חן חן על מאמריך!

זייער שטארקע זאכן שרייבסטו. כ'קלער אז די פילע ידיעות קען אויך צוניץ קומען פאר אלע ערליי מענטשען אין א געוויסע זין.

שרייב נאך! מיר ליינען מיט דורשט.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

ספיידער, איך כאפ נישט צו איר גייט ארויף אויף מיר אדער אויף נשמה. אלענפאלס, איך האב נאר געזאגט אז די נושא פון עקסעפטן מענטשן וואס זענען אנדערש ווי דיר (אקצענט, קהילה, לאנד, מהלך המחשבה ועוד) אלס נארמאל איז א וויכטיגע סקיל פאר יעדע מענטש, (לאו דוקה א טעראפיסט).
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מה פתאום??? האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:ווען איך זיץ אסאך מאל ביי מתבונן, קוק איך אן מתבונן אז ער הייבט נישט אן צו וויסן וואס צו טוהן נעקסט! ער גייט נאר פראבירן! און ס'קוקט מיך נישט אויס ווי ס'גייט איהם אן אז איך קוק איהם אזוי אן. ווייל ער איז מודה אז ער ווייסט טאקע נישט וואס צו טוהן!!! דאס איז א קאוהירענס טערעפיסט! א קאוהירענס טערעפיסט גייט מיטן אמת! אויב דער קלייענט ווייסט בעסער ווי מיך, זאל זיין ווי ער זאגט! א קאוהירענס טערעפיסט ווייסט אז ער איז נישט א בעל רוח הקודש. און ער ווייסט אז נישט אלעמאל וועט עס איהם געלונגען צו דערגיין וואס דער פרא-סימפטאם פאזישאן איז מיט די ערשטע מאל טרייען. אבער דאס איז א קאוהירענס טערעפיסט. ער ארבעט צוזאמען מיט דיר צו זוכן דעם אמת. אפילו ס'וועט געדויערן אפאר טרייעס וואס וועט נישט ברענגען פירות, ווייסט ער אבער אז סוף וועט עס איהם געלונגען בעזהשי"ת. ווייל ס'דא אסאך וועגען צו דערגיין דעם אמת, דעם אמת פארוואס דער סימפטאם ווערט פראדעצירט ביי דעם קלייענט, דורך דעם קלייענטס אינטערנבאוויסטזיין. ביי קאוהירענס טערעפי איז נישטא אזא זאך ווי נארמאל! יעדער מענטש האט רעכט צו זיין וויאזוי ס'שמעקט איהם, (נאכמאל ווען מ'האט מורא אז ס'רירט אן די הלכה פרעגט מען א שאלה, איך רעד וועכע קאליר טיש צו קויפן ודי)


די שטיקל פארשטיי איך נישט. וואס הייסט ער ווייסט נישט וואס צו טוהן נעקסט, פארוואס איז אמת א סתירה מיט וויסן וואס צו טוהן נעקסט? א געלערנטע טעראפיסט דארף לכאו' יא וויסן וואס צו טוהן כדי מצליח צו זיין, ניין?

אלענפאלס, איך גלייב אז איך האב פשוט נישט ארויסגעהאט דיין פוינט מיט דעם, און נאכאמאל א גרויסע ייש"כ פאר יעדע אות דיינע, ס'מחזק ומקרב!


זייער גוט מה פתאום. א קאוהירענס טערעפיסט, אפילו ער ווייסט די שיטה פון קאוהירענס טערעפי, -און מתבונן ווייסט נאך שיטות אויך והשם הטוב יעזור- דאך ווייסט ער נישט וואס ס'טוט זיך אין זיין קלייענטס אינטערנבאוויסטזיין, ער האט נישט קיין אהנונג. אפילו ווען ער האט שוין געהאט דעם זעלבן סימפטאם ביי אן אנדערער קלייענט, דאך, -און דאס איז די שיטה פון קאוהירענס טערעפי- ווייסט ער נישט וואס ס'טוט זיך אינעם אינטערנבאוויסטזיין פון דעם יעצטיגען קלייענט. איז אפילו ער ווייסט זייער גוט תורת הנפש, דאך, ביים אנהייב! טאפט ער ממש אין די טונקעל ביי יעדעס קלייענט עקסטער. ווייל ער ווייסט נישט! מה דאך דער קלייענט ווייסט נישט וואס ס'טוט זיך אין זיין אינטערבאוויסטזיין, איז דאך זעכער אז דער טערעפיסט ווייסט נישט. און א קאוהירענס טערעפיסט לייגט נישט צו זיינע אייגענע זאכן וואס ער ווייסט שוין פון פריער! ער קען אפשר אויסטרייען צו דאס איז די מדובר ביי דעם קלייענט אויך. אבער ער טרייט נאר אויס.

פונקט אזוי ווי ס'איז טונקעל און דו טרייסט אויס אפילו אויב דו ווייסט בערך וואו צו גיין, אבער דאך טרייסטו אויס. דו ביסט נאך אלץ אין דער טונקעל. אזוי אויך א קאוהירענס טערעפיסט טרייט אויס. און טאפט אין די פינסטער און מאכט זיינע דיסקאווערי עקספערימענטן אויפצודעקען דעם אינטערנבאוויסטזיין פונעם קלייענט. אבער נישט אז ער ווייסט וואס דער קלייענט ווייסט! ווייל ער ווייסט נישט!!! ער טרייט אויס. אוודאי ווייסט ער וואס צו טוהן נעקסט. איך האב געדארפט זאגען ער ווייסט נישט אויף זיכער צו ס'וועט איהם ברענגען צו אנדעקען די פרא-סימפטאם פאזישאן. צומאל דארף ער זיך אפשטעלן און טראכטן, וויאזוי צו גיין ווייטער. איך האב געמיינט צו זאגען אז ער ווייסט נישט אלעמאל ביים אנהייב, אויף זיכער אז דאס וואס ער טוט יעצט, וועט ארויסברענגען דעם פרא-סימפטאם פאזישאן.

דו פרעגסט "פארוואס איז אמת א סתירה מיט וויסן וואס צו טוהן נעקסט?" און דאס איז דער תירוץ. ווען דער טערעפיסט זאל גיין מיט די דיאגנאוזעס פון די ביכער. דאס הייסט, די ביכער זאגען אויב דו זעהסט דער סימפטאם מיינט עס דעס. און אויב ס'איז דער סימפטאם, מיינט עס דעס. און אויב דער סימפטאם, מיינט עס דעס. און אויב דער סימפטאם, דעס. און אויב דער ס... דאס מיינט דער טערעפיסט דיאגנאוזד לויט א פריערדיגער אפגעלערנאכץ וואס א סימפטאם באדייט אינעם מח פונעם קלייענט. וואס א סימפטאם ווייזט אויפן אינערליכן מח אדער נפש פונעם קלייענט. אבער ווען א טערעפיסט גייט נישט מיט קיין שום דיאגנאוז פון די ביכער און אויך נישט מיט א דיאגנאוז וואס א סימפטאם האט שוין געמיינט ביי אן אנדערער קלייענט. אדער ביי זיין אנדערער קלייענט. דאס מיינט אז ער זוכט דעם אמת. וויאזוי ס'איז אינעם קלייענט. ווארום, די טערעפיסטן וואס גייען מיט דיאגנאזען פון די ביכער, זיי קענען מאכן מער מיסטעקס און השערות ווי די וואס זוכן דעם אמת לויט די ווערטער פון די אינטערנבאוויסטזיין פונעם קלייענט. לויט וויאזוי דער קלייענט פארציילט דיך. ס'איז גרינגער צו גיין מיט די וועג פון אנקוקען א קלייענט דורך די דיקע לענסעס פון די ביכער. און ס'איז סך שווערער צו גיין מיט די וועג פון קאוהירענס טערעפי. ווייל ביי קאוהירענס טערעפי מוזטו דערגיין ביי יעדן סימפטאם, און ביי יעדן קלייענט עקסטער, וואס די אינטערבאוויסטזיניגע סיבה איז.

מתבונן, אפילו ער וועט הערן די שילדערונג פון א קלייענט, און ס'וועט איהם קלונגען אין קאפ ווי קלאסישע ocd. אדער ענגזייעטי. וועט ער נישט אפמאכן. "דער האט OCD"!!! אקעי. סאו, היר ווי גאו, OCD, וואטס נעקסט? OCD איז דאס און דאס דער ארבעטס וועג וויאזוי עס צו טריטן. ער וועט אזוי נישט זאגען! ער וועט טראכטן, דער קלייענט עקספיריענסד דעם און דעם סימפטאם וואס דער קלייענט פיהלט איז א פראבלעם וואס דרוקט! און איך וויל יעצט מאכן איינע פון די מעטאדן פון קאוהירענס טערעפי, (אדער אפילו פון געשטאלט אדער אינטערנעל פאמיליע סיסטעם) אז איך זאל דערגיין פארוואס דעם קלייענטס אינטערנבאוויסטזיין מוז מאכן אז דעם קלייענטס קערפער זאל עקספיריענסן דעם סימפטאם אין דעם געוויסן מאמענט. יעצט, ער גייט צו ווי איינער וואס טאפט אין די פינסטער. ער האט נישט קיין אהנונג וואס די סיבה דערצו איז. און דאס האב יאך געמיינט צו זאגען, ווען איך האב געזאגט אז ער ווייסט נישט וואס צו טוהן נעקסט. אוודאי ווייסט ער וואס צו טוהן ווען מ'ווייסט נישט וואס די סיבה איז. אבער דאך גייט ער נישט צו דערצו מיט א פעסטקייט, ווי א CBT טערעפיסט!!! ער טרייט אויס. אפשר איז די סיבה דאס, און אויב נישט, וועט ער פראבירן עפעס אנדערש. ווען מ'גייט מיט די מהלך פון קאוהירענס טערעפי, מוז מען טרייען. אז נישט איז עס א קוקי-קאטער אפראוטש. און נישט וואס דער קלייענטס וועלט איז!

אה, איך האב אביסל געטראכט, האבעכמעך דערמאנט. למשל א קלייענט קומט און זאגט אז ער האט ווייניג זעלבסט ווערד, ער שפיהרט אז ער איז ווייניגער ווערד ווי ארומיגע מענטשן. זייער אסך מאל קען עס האבן צו טוהן מיט די רילעשאנשיפ פון דעם קלייענט צו זיין פאמיליע. דאס הייסט אז דעם קלייענטס אינטערנבאוויסטזיין ווייסט, אז כדי אנצוהאלטן דעם יחס מיט זיין פאמיליע, מוז דער קלייענט זיך האלטן אין א נידריג זעלבס ווערד מצב. וויבאלד אויב וועט ער זיך לאזן שפיהרן אז ער איז שוין ערוואקסן און ער איז פונקט ווי יעדעם, מיט די זעלבע חסרונות און מעלות ווי יעדעם, שפיהרט ער וועט איהם זיין פאמילע מער נישט דערקענען. אבער א קאוהירענס טערעפיסט וועט קיינמאל נישט זאגען אז ער איז זיכער אז דערפאר פיהלט דער קלייענט ווייניגער ווערד. נאר ער וועט פראבירן און ער וועט זאגען דעם קלייענט, זיך פארצושטעלן ווי ער איז נעבן זיין פאמיליע (פון וואו ער שטאמט, טאטע מאמע געשוויסטער), (איך וועל שפעטער מער שרייבן וויאזוי מ'מאכט אזא עקספיריענס מיטן קלייענט) און זאגען מיט א פעסטקייט פארן טערפיסט און עס טאקע פיהלן "איך בין פונקט ווי יעדעם איינעם". (דאס דארף מען קענען, איך געדענק איינמאל האט מיך מתבונן געבעטן איך זאל זאגען אזא מין זאך דומה לזה, און איך האב אנגעהויבן זאגען, זאגט מיך מתבונן נישט אזוי, מאך דיינע אקסלן גראד, קוק מיך אין די אויגען, :smile: עניוועי מ'דארף עס גוט מאכן, אז ס'זאל ארויסקומען דעם עקספיריענס וואס דער פרא-סימפטאם פאזישאן וויל נישט עקספיריענסן) דאס הייסט אז דער קאוהירענס טערעפיסט ווייסט נישט אויף זיכער אז דערפאר האט דער קלייענט דעם סימפטאם, אין אונזער פאל, נידריג זעלבסט ווערד. ער פראבירט אויס. פראבירט אויס אפאר מאל, ווילאנג ער טרעפט, וואו דער קלייענט הייבט אן צו מאכן גרימאסן, און זאגען אז ס'איז צו אומבאקוועם. און דער קלייענט זאגט איהם וואס ס'קומט פאר.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

WOW וואו נעמט מען אזא קלארקייט? און נאך מיט אזא געפיל!

ייש"כ איך האב געכאפט די פוינט ביג טיים!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ספיידער האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
און נאך א מורא'דיגע זאך, אין קאוהירענס טערעפי, אנדערש ווי CBT. אין CBT איז דער טערעפיסט, דער וואס טיילט דיך איין וואס צו טוהן. סאו, זיין גאנצער כח איז, ווי שטערקער ער קען דיך ווייזן אז ער איז העכער פון דיר. און קלוגער. און ווייסט מער. ער איז דער נארמאלער מענטש, ער ווייסט וויאזוי א נארמאלער מענטש קומט צו זיין! און דו ביסט ראנג! ער גייט נאר טוהן א חסד מיט דיך און ער גייט מיט רחמנות און זיין דער גוטער און אויפווייזן מיט גוטנ'ס ווי שטארק ס'לוינט זיך צו טוישן דעם פאריקטער וואס זיצט פאר איהם. (נישט יעדע CBT טערעפיסט טוט דעס, איך ברענג נאר ארויס די איידיע דערפון, אדרבה ס'דא CBT, טערעפיסטן וואס זענען ווייט דערפון) אבער אין קאוהירענס טערעפי איז דער קלייענט דער טערעפיסט. נאכאמאל אין קאוהירענס טערעפי איז דער קלייענט דער טערעפיסט. נישט דיין וועג איז ריכטיג בכלל!!! ס'איז נישטא אזא זאך ווי נארמאל!!! (ווען ס'רירט נישט אן די תורה הק' און דערפאר דארף מען זיין אין פארבינדונג מיט א דעת תורה)

ווען איך זיץ אסאך מאל ביי מתבונן, קוק איך אן מתבונן אז ער הייבט נישט אן צו וויסן וואס צו טוהן נעקסט! ער גייט נאר פראבירן! און ס'קוקט מיך נישט אויס ווי ס'גייט איהם אן אז איך קוק איהם אזוי אן. ווייל ער איז מודה אז ער ווייסט טאקע נישט וואס צו טוהן!!! דאס איז א קאוהירענס טערעפיסט! א קאוהירענס טערעפיסט גייט מיטן אמת! אויב דער קלייענט ווייסט בעסער ווי מיך, זאל זיין ווי ער זאגט! א קאוהירענס טערעפיסט ווייסט אז ער איז נישט א בעל רוח הקודש. און ער ווייסט אז נישט אלעמאל וועט עס איהם געלונגען צו דערגיין וואס דער פרא-סימפטאם פאזישאן איז מיט די ערשטע מאל טרייען. אבער דאס איז א קאוהירענס טערעפיסט. ער ארבעט צוזאמען מיט דיר צו זוכן דעם אמת. אפילו ס'וועט געדויערן אפאר טרייעס וואס וועט נישט ברענגען פירות, ווייסט ער אבער אז סוף וועט עס איהם געלונגען בעזהשי"ת. ווייל ס'דא אסאך וועגען צו דערגיין דעם אמת, דעם אמת פארוואס דער סימפטאם ווערט פראדעצירט ביי דעם קלייענט, דורך דעם קלייענטס אינטערנבאוויסטזיין. ביי קאוהירענס טערעפי איז נישטא אזא זאך ווי נארמאל! יעדער מענטש האט רעכט צו זיין וויאזוי ס'שמעקט איהם, (נאכמאל ווען מ'האט מורא אז ס'רירט אן די הלכה פרעגט מען א שאלה, איך רעד וועכע קאליר טיש צו קויפן ודי)


דאס איז די ערשטע שאלה וואס א קאוהירענס טערפיסט פרעגט. פארוואס און ווען פאלט דיך ביי אז דאס איז בכלל א פראבלעם? מיט דעם אליין קען אויך א פראבלעם ווערן געלעזט. דאס הייסט איך וויל דערגיין המשך אינעם נעקסטן תגובה.



לויט די שיטה,וואס טוט מען אויב די קליענט איז אין דינייעל ד.מ. ער וויל נישט זעהן זיין מציאות?

און וואס טוט מען אויב די קליענט איז א מעניפיולעיטער, עביוזער, אויסנוצער, נערוון קריכער און ער לעבט מיטן בשבילי נברא איבער די מאס, און מ'דארף אים גוט באשייגעצן ער זאל כאפן ווי ראנג ער איז כדי ער זאל זיך וועלן באמת טוישן?


מ'דערגייט פארוואס דער קלייענט מוז לעבן אין דינייעל! די רגע די סיבה דערצו גייט אוועק, זעהט ער די מציאות מיט טרערן. אויב איז נישטא קיין צייט צו ווארטן ווילאנג ער וועט עס איינזעהן, איז טאקע בעסער CBT. הכל מודים.

אויב די קלייענט איז א מעניפיולעטאר, עביוזער, אויסנוצער.

מאניפיולעטאר?


איך מיין אז קאוהירענס טערעפי ארבעט נישט פאר BPD. ווענט זיך וועכע. אויב מ'זעהט אז דער קלייענט איז א מעניפיולעטער, כאטשיג איך האב קיינמאל נאכנישט געדילט מיט קיין מעניפיולעטאר, אבער א טערעפיסט דארף דאך דילן מיט יעדעם. איך גלייב אז מתבונן האט אויף אלעם א וועג בעזהשי"ת. איך טראכט, אז די רגע די קלייענט פאלט אריין אין זיין אינטערנבאוויסטזיין, איז נישטא דער חלק וואס פראבירט צו מאניפיולירן. ווייל ער ווערט מאניפיולירט און היפנאטייזד דורכ'ן טערעפיסט. און מתבונן קען היפנאזיע אויך ב"ה. ער קען היפנאזען אפילו ווען די אויגען בלייבן אפן.

אביוזער?

א טערעפיסט לאט זיך דען אביוזען? ער ווייסט זייער גוט וויאזוי זיך אפצוקערן ווען איינער איז ממש אן אביוזער. ב"ה דער זעלבער באשעפער וואס האט באשאפן דור ישרים טעסט, דער זעלבער האט באשאפן גוטע עצות פאר די זאכן אויך.

ער לעבט מיטן בשבילי נברא?


מ'דערגייט פארוואס דער קען נישט זעהן דעם אמת. ס'קען געדויערן אביסל לאנג. אבער ס'צאלט זיך אויס אי"ה. נאכאמאל אויב מ'ווייסט קלאר אז ס'איז נישטא קיין צייט אריינצוקריכן טיף דארף מען זיכער גיין מיט CBT. אז ס'איז עמערדזשענסי איז דאך עס עמערדזשענסי. אבער זייער אסאך מאל, ווען מ'זאל ווען געבן דאס ביסל צייט. און מאכן קאוהירענס טערעפי און לאזן דעם קלייענט אליין איינזעהן דעם אמת. סוף כל סוף. טוט דער קלייענט תשובה, און ווערט אויסגעהיילט מיט שורש ב"ה. מה שאין כן ווען מ'שטופט מיט CBT, אפילו ס'דאכט זיך אז מ'זעהט ריזאלטאטן. און זאכן פארן. אבער פלוצלינג, בום. א רילעפס געשעהט און מ'האלט ביי אלף. ס'לוינט זיך צו אינוועסטן צייט און געדולד און פראבע, צו אויסהיילן זאכן בשורשו ב"ה.

מ'דארף נישט בא'שגצ'ן. ווייל יעדער קען זיין ראנג. יעדער קען זאגען בשבילי נברא העולם איבער די מאס. יעדער הערסט. ס'דא דא אן עמאושענל וואונד. און אויב איז נישטא אן עמאושענעל וואונד. קען מען דאך סיי ווי גארנישט טוהן. קאוהירענס טערעפי ארבעט מיט יעדע זאך וואס דער קלייענט האט זיך אויסגעלערנט אין זיין לעבן. בשבילי נברא העולם קען אויך זיין דזשאסט אן עמאושענעל לערנונג. וואס קומט פון אן עמאושענעל וואונד.

הוכיח תוכיח איז איינס פון די תרי"ג מצוות. גערעכט. דערפאר דארף מען זיין אין פארבינדונג מיט דעת תורה.

הייסט איך מוז ליינען טעראפי ביכער צו וויסן וויאזוי צו זאגן מוסר בלויז פאר די "סאב קאנטשיק מיינד" און אויב נישט איז ווי איך וואלט איינגעטיילט פארן מענטש, און איך האב אים געזאגט כאילו אז איך בין קלוגער??? און אויב בין איך גראדע טאקע קלוגער וואס זאל איך דעמאלטס טון? איז דען נישטא אזא מציאות פון זיך דורך רעדן מיט א קלוגערע מענטש?


דו ביסט קלוגער. און דו מעגסט איינטיילן פאר ווער ס'רעדט זיך דורך מיט דיר. אבער ס'איז נישט אין איינקלאנג מיט קאוהירענס טערעפי. דערפאר האב איך געשריבן אז אזאך וואס מ'איז מחוייב על פי תורה צו זאגען, איז מען דאך מחוייב. איך רעד דארט ווי דער תורה זאגט אז דו ביסט נישט מחוייב. למשל. אויב א קלייענט זאגט אז איך וויל דאווענען דריי שעה אין שוהל, און אפילו דער טערעפיסט האלט אז א נארמאלער מענטש דאווענט נאר איין שעה. ביסטו איהם מחוייב צו זאגען אז דו טוסט נישט גוט? אדער אפשר גאר מישטו דיך אריין אין זיין עבודת השי"ת.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ספיידער האט געשריבן:
טראכט א מינוט פון די לעבן פון א טעראפיסט, אפילו אויב האט ער שוין אפגעמאכט ביי זיך אז ער נעמט נישט אן קיין קליענטן מיט פערסאנעליטי דיסארדערס ווערט מען כסדר סטאק פון די באהאלטענע פערסאנעליטי דיסארדערס וואס רוקן זיך בע"כ אריין... די ביסל אנערקענונג וואס די טעראפיסט בעקומט ווערט בטל בששים אין די עביוז וואס די טעראפיסט איז אויסגעשטעלט טאג טעגלעך, סאו די טעראפיסט מעג אמאל פילן אז ער קראכט... און אויב האט אים די קליענט ארויסגענומען פון די כלים וועט אים איינער נישט פארשטיין??? ער איז בסך הכל א בשר ודגים פונקט ווי דיר...

איך מיין אז ביי קאוהירענס טערעפי איז נישט אזוי ווייט שייך אביוז. און ארויסנעמען פון די כלים. ווען איך הייס א קלייענט טוהן עפעס און איך ערווארט אז ער זאל עס טוהן, דאן איז שייך ארויסגענומען פון די כלים. אדער מ'פאלגט מיך נישט. מה שאין כן א קאוהירענס טערעפיסט גייט איהם נישט אן צו זיין קלייענט פאלגט יא צו נישט. ער איז ביזי בעיקר צו טרעפן די עמאושענעל אמת פון די סימפטאם און טרעפן א דזשאקסטעפאזישאן.

און קאוהירענס טערעפי פארמייד בעזר השי"ת burnout. פארוואס? ווייל איך האב נישט קיין שום כח צו טוישן דעם קלייענט! און איך וויל נישט טוישן דעם קלייענט! איך וויל נישט נוצן אפילו א פינטל פון מיינע כוחות צו טוישן דעם קלייענט! איך נוץ מיינע כוחות נאר צו דערגיין פארוואס ער האט דעם סימפטאם. און איך נוץ מיינע כוחות מיט א רואיגקייט, צו מאכן אז דער קלייענט זאל פארשטיין פארוואס ער אליין פראדעצירט דעם סימפטאם, און פארוואס ס'איז איהם אזוי וויכטיג. פארטיג! און איך מיין אז ביידע זענען זייער צעפרידן דערפון. אז דער קלייענט וויל, אין דעם פאל איך, זאל איך מיך טוישן בעזהשי"ת. אז איך האלט נישט דערביי, וועט ער נאכאמאל ארויסנעמען זיינע טולס און פראבירן דערגיין און מיך מאכן באוויסטזיניג פארוואס מיין אינטערנבאוויסטזיין וויל נישט אז איך זאל מיך טוישן. ער נוצט נישט אויס זיינע כוחות אפילו א פינטל צו טוישן. ווילסט דיך נישט טוישן, איז נישט! און דאס קומט דירעקט פון די יסודות פון קאוהירענס טערעפי. ס'איז נארמאל פאר א מענטש צו זיין וויאזוי ער וויל זיין. און מיין פאל יהודי ולא ציוני.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום מאנטאג יוני 27, 2016 5:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

בוקמארקד...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
אלעס באשערט
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעס באשערט »

נשמה רעדט צו מיין נשמה..
הערליך. אינטרעסאנט.
והעולה על כולנה די ארגינעלע שריפט אנע באפיצן. דאס איז וואס איך גלייך זייער שטארק בטבע.
יישר כח און זיי ממשיך.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

אלעס באשערט האט געשריבן:נשמה רעדט צו מיין נשמה..
הערליך. אינטרעסאנט.
והעולה על כולנה די ארגינעלע שריפט אנע באפיצן. דאס איז וואס איך גלייך זייער שטארק בטבע.
יישר כח און זיי ממשיך.

ישר כח. חזק. געסט מיך מוט אנצוגיין. ויעזור השי"ת שהכל יהיה על פי רצונו. שלא יצא שום מכשול מתחת ידי.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

מתבונן קום אריין!
סוף מעשה במחשבה תחילה.
over night kugel
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 3:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך over night kugel »

איך וויל דא ארויסברענגען די שטארקע קאנטראסט ווי שטארק אין אסאך פעלער איז cbt א קלארער סתירה צו זיך באמת טוישן לעומת קאהירענס טערעפי.
למשל א קלייענט קימט צו טערעפי און ער שרייט אז ער פילט זיך זייער שוואך ביי זיך ער האט נישט קיין קאנפידענס און אזוי ווייטער, ער ווייסט אפשר ביי זיך אז ער איז שטארק אבער ער פילט עס נישט. ער איידענטיפייט זיך נישט אלטץ א שטארקע מענטש. יעצט א cbt טערעפיסט וועט עים אויסהערן שיין און אנפאנגן צו געבן טיפס אז ער זאל זיין שטארק . למשל ער וועט עים פרעגן, פארוואס פילסטו שוואך? ענטפערט דער קלייענט ווייל איך פיל אז יעדער האלט זיך שטארקער ווי מיר , זאגט עים דער cbt טערעפיסט נעה ס'הייבט זיך נישט אן , דו ביסט יא א שטארקער מענטש , דו דארפסט וויסן דיין אייגענע וועליוס , דו ביסט זייער חשוב ביים אייבערשטען , דו ביסט א חלק אלוקי ממעל , דו ביסט א באליבטער קליגער מענטש . אזוי פראבירט עים די טערעפיסט צו משכנע זיין. העלפן העלפט פאר אפשר א וואך... אפשר צוויי..

פארוואס טאקע העלפסט עס פאר אזוי ווייניג? -און דא וויל איך צוקימען צום קאוהירענס וועיג פון טויש- ווייל באמת וויל דער קלייענט אזוי שטארק נישט פילן שטארק ביי זיך אז ס'וועט נישט העלפן אלע מינע טעקניקס , ער קען גיין צו אלע מינע קורסעס ווי להשיג און פראדאקטיוו און דארט הערן טיפס וויזוי צו פילן שטארק און ס'וועט העלפן אויף טויטע באנקעס. פארוואס? ווייל טיף אין זיין סאבקאנטשעס מיינד וויל ער בשום אין פנים ואופן זיין שטארק. פארוואס טאקע ? דא קימט אריין דעם קאהירעהס טערעפיסט וואס זיין וועיג איז בכלל נישט צו געבן טיפס און די וועלט אריין . זיין וועיג איז-אז ער ווייסט ביי זיך איין זאך ,אז דער מענטש וויל נישט זיין שטארק מיז זיין א שטארקע סיבה דערביי! ממילה וועט עים דער ק"ט זאגן איך וויל דו זאלסט דיך פיקטשערן ווי ס'קימט אריין אין דיר שטארקייט -ס'גייט טאקע נישט אויף איין פיס אבער צוביסלעך פילט עס דער קלייענט- פלוצלינג שרייט דער קלייענט אז ער פילט עפעס א ציטער. פרעיגט עים דער טערעפיסט פון וואס צוטערסטו און פון וועים זאגט עים דער קלייענט איך ציטער פון מיין טאטע!! איך ציטער אז ער גייט מיך שלאגן איך ציטער אז ער וועט זעהן אז איך בין שטארק וועט ער מיך שלאגן.-ס'איז טאקע קינדערישער מחשבות , אבער אין דעם קלייענטס סאבקאנטשעס לעיבט עס נאך מיט אלע באקן.

האב מיר דא א קלארער סתירה פון cbt און ק"ט ווייל cbt זאגט עים זיי יא שטארק און די אמת איז אז ער ציטערט צו זיין שטארק!!
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

איר זאגט א מחי', דער פראבלעם: איר פארטוישט ווארשיינליך CBT מיט א צווייטע מהלך.

ווארום דער CBT טעראפיסט טוט בכלל נישט דאס וואס איר שילדערט.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
over night kugel
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 3:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך over night kugel »

מער ווייניגער דאס! די פאוינט איז אז זיי גייען נישט אריין צום סאבקאנטשעס געווענליך נו!
און איך בין נישט געקימען צו פארציילן די cbt מהלך פאר דעם איז שוין דא חזק'ס אשכול
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

אין קורצן וואס איר זאגט:
דו איינציגע וועג פון טויש איז דורכן צילן דעם סאבקאנטשעס (אין פשוט אידיש = דער זכרון) דירעקט.
ריכטיג?

אויב דער תירוץ איז יא, וואלט איך געוואלט וויסן אויף וואסערן באזיס איר בויט דאס מיט אזא זיכערקייט?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
over night kugel
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 3:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך over night kugel »

איך האב געשריבן די איינציגסטע?
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

over night kugel האט געשריבן:איך האב געשריבן די איינציגסטע?
איך מיין אז יא
over night kugel האט געשריבן:מער ווייניגער דאס! די פאוינט איז אז זיי גייען נישט אריין צום סאבקאנטשעס געווענליך נו!
און איך בין נישט געקימען צו פארציילן די cbt מהלך פאר דעם איז שוין דא חזק'ס אשכול

איך האב מעגליך אומפונקטליך פארשטאנען
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

איך וויל דא שרייבן די קאוהירענס טערעפי סעשאן וואס איך האב היינט געהאט מיט מתבונן, אויף א נייער סימפטאם. ניי אין די סענס אז איך האב עס יעצט ארויפגעברענגט צו באהאנדלען דעם ערשטן מאל בעזהשי"ת, און מ'האט דאס באהאנדעלט גענוג ווייט ווי איהר וועט שפעטער ליינען אינעם תגובה.

איך באטאון נאכאמאל איך בין נישט קיין שרייבער! און איך גיי לכאורה נישט שרייבן אין א סדר. און צומאל וועל איך שרייבן עפעס פאר איך האב אפילו געשריבן די הקדמה דערפון.

מיט די יפאלגענגע וויל איך אז דער עולם זאל פארשטיין וואס א קאוהירענס טערעפי סעשאן באדייט!

און אויך וויל איך ווייזן בעזרת השי"ת הגואל אותי פארוואס ס'קען צומאל נישט ארבעטן א קאוהירענס טערעפי סעשאן. ס'קען זיין אז איך גיי איבערשרייבן זאכן וואס איך האב שוין געשריבן. און איך וועל בס"ד אראפשרייבן דעם סעשאן מיט מיין בליק. מיט א קלייענטס בליק. און איך וועל אייך אויך ווייזן, וואס מיין ארבעט נאכן סעשאן איז, און פארוואס ס'קען אסאך מאל צוריקפאלן פון די באוויסטזיניג וואס איז געווארן באוויסטזיניג.

ווי אויך וועל איך אייך ווייזן און פרעגען, וואס א סי בי טי טערעפיסט וואלט געטוהן. איך וועל אייך ווייזן קלאר פארוואס קאוהירענס טערעפיס צוגאנג איז טיפער ווי CBT. וואס מיינט דאס טיפער.

איך בין געקומען היינט צו מתבונן, און איך האב איהם געזאגט אז "איך ווייס אז אונז האלט מיר אינמיטן רעדן פון א אנדערע זאך, אבער היינט האב איך ווייטער באגעגענט א יוד, (וואס איך האב זייער זייער ליב. איך מיין עס אמת'דיג. און איך קוק איהם זייער ארויף, און איך וויל אפילו זיין ווי זיין ישרות) וואס ווען איך באגעגען איהם, פיהל איך א ווייטאג פאר די פעטש וואס איך האב געכאפט פון איהם פאר איבער צוואנציג יאר צוריק, ווען איך האב געזאגט א חוצפה'דיג ווארט. נישט קיין חילוק פונקטליך וואס די מעשה איז געווען. וואס ס'איז א נפקא מינה פאר אונזער שמועס איז, אז ס'איז געווען א חוצפה'דיג ווארט וואס איך האב נישט געדארפט זאגען.

און איך האב געזאגט פאר מתבונן, אז איך האב שוין באהאנדעלט דעם ענין פאר פופצן יאר צוריק. אבער נאך אלץ, ווען איך באגעגען דעם יוד, כאפט מיך אן א פארשעמונג און א ווייטאג! און איך האב געזאגט פאר מתבונן, אז ס'קען זיין אז די פעטש איז מיך ריין געקומען. איך גיי יעצט נישט אריין דערין. וואס מיך באדערט איז, פארוואס דארף עס מיך נאך אלץ באדערן? "ס'טוט מיך נאך וויי, אפילו ס'איז שוין דורך אזויפיהל יאר" פארוואס דארף איך נאך אלץ פיהלן פארשעמט און פארקלעמט?

איך ווייס, אז ווען מ'קומט אריין צו א קאוהירענס טערעפי סעשאן, מיט א נייעם סימפטאם. דארף מען עס קלאר אוועקשטעלן! וואס פונקטליך איז דער סימפטאם. פון וואסערע געפיהלן איז די סימפטאם צאמגעשטעלט.

די הסבר וואס מ'דארף זיך מסביר זיין איז, וואס באדערט מיך דא
און איך האב שוין געזאגט פאר מתבונן, אז מיך באדערט פארוואס דארף דאס מיך באדערן ווען ס'איז שוין געווען!!! פארוואס פיהלט זיך עס אזוי ווי ס'איז יעצט?
פארוואס קען איך מיך נישט אויפשטעלן און זיין מיט full of energy אפילו דאס איז געשעהן. פארוואס מוז איך בלייבן אראפגעקלאפט און פארשעמט און פארווייטאגט?
ביז אהער איז די סימפטאם וואס איך האב אראפגעשטעלט. (און איך בין נייגעריג וואס א CBT טערעפיסט וואלט געזאגט צו אזא סימפטאם.)

מתבונן האט קודם מער אריין אין מיינע געפיהלן, און זיין שטומע ווערט אביסל שטאטער און רואיגער, און ער זאגט מיך אז לויט וויאזוי ער קוקט אן די סימפטאם, קוקט ער עס אן, א life energy flow וואס איז געווארן אפגעהאקט. אז מיין ענערגיע ווערט אפגעהאקט און אראפגעשטאטערט. איך קוק אריין אין מיינע געפיהלן און איך זאג איהם יא! דאס איז עס. בשעת דו ווילסט אנהייבן דיין טאג זעהסטו ווי יעדער מאכט, יעדער לעבט אבער דו פיהלסט אן קיין ענערגיע.

(ס'איז זייער וויכטיג אין קאוהירענס טערעפי צו זאגען דעם אמת וויאזוי ס'איז נאר, וויאזוי מ'פיהלט עס יענע מינוטן. אויב מ'פיהלט נישט גארנישט? זאג!!! זאג!!! אלעס האט א וועג אין קאוהירענס טערעפי בעזהשי"ת. מ'מוז נישט פיהלן אין קאוהירענס טערעפי, מ'דארף אבער יא זאגען דעם אמת! דאס איז זייער וויכטיג. אויב למשל איך פיהל גארנישט און איך זאג אז איך פיהל יא, וואו קומט מען אן?. מ'דארף גיין מיטן אמת. זאגען וויאזוי ס'פיהלט זיך אמת'דיג. אויב וואלט איך נישט געפיהלט גארנישט, וואלט איך איהם געזאגט "פריער האב איך געפיהלט, אבער somehow פיהל איך גארנישט יעצט. און ער וואלט זיך מיט דעם אן עצה געגעבן. גארנישט פיהלן אין קאוהירענס טערעפי הייסט dissociation. ס'דא פאר דעם אויך מהלכים. און דאס דייקא איז א חלק וויאזוי צוצוקומען טיפער אינעם פרא-סימפטאם פאזישאן אבער למעשה האב איך יא געפיהלט)

און איך זאג איהם, יא! דאס פיהל איך! אז ווייל ס'איז געשעהן דעי מעשה, האט מיך עס עפעס איך פיהל אז מיין ענערגיע ווערט אראפגעשטאטערט אראפגע'סלאו'ט. איך פיהל ווי ס'איז שוין גארנישט אזוי ווערד אלעס.

איך וויל דא זאגען א מורא'דיגע זאך. די ציהל פונעם מלמד -מיטן געבן די פעטש- איז געווען, מיך מכניע צו זיין!!! ער האט געוואלט אז דורך די פעטש זאל איך באקומען הכנעה. יעצט, הכנעה, מיינט, אראפשטופן און צעקוועטשען די ענערגיע. פעטש ווייסט נישט, וועכע ענערגיע אראפצושטופן. ער ווייסט איין זאך, אראפ מיט די ענערגיע! צעקוועטשט. די ענערגיע וואס מאכט דיך זאגען זאכן, זאל אראפגיין און זיך האלטן אראפגעדרוקט. דאס איז זיין ציהל. רעד נישט. טוה נישט. מאך נישט. פארפיהר נישט.

איך בין געווען א ווילד יונגעל. כ'האב געזאגט א חוצפה'דיג ווארט. און כ'האב געכאפט אסך פעטש. איך האב אזוי נישט געוואלט אז איך זאל אזאנס האבן געזאגט. ס'איז ארויסגעקומען. ס'איז געשעהן. איך בין בטבע א וואוילער. איך וועל אלעס טוהן צו זיין וואויל און פאלגען. איך האב א שטארקע קאנעקשאן און איך ציה זייער שטארק מיט נאנטשאפט צו יעדעם וואס איז אמאל געווען מיין מלמד. אבער פון די אנדערע זייט טוט מיך וויי "פארוואס האסטו מיך געשלאגען?"

"איך פיהל נאך אלץ די זעלבע זאך וואס איך האב געפיהלט דעמאלסט בשעת'ן כאפן די פעטש" און דאס איז די סימפטאם וואס מיך באדערט. אבער ס'איז נאך טיפער, ס'איז די flow פון life energy וואס האט זיך דעמאלסט אפגעשטעלט עד היום הזה. ווייל ווילאנג איך בין נישט אריין אין מיין אינטערנבאוויסטזיין, אפילו איך האב עס באהאנדעלט, ווילאנג איך בין נישט אריין אין מיינע טיפע געפיהלן, האט זיך דאס נישט אויסגעהיילט. איך פיהל אז ווייל ס'איז געווען אזא זאך בין איך שוין נישט די זעלבע ווערד! דהיינו, די פעטש האט משפיע געווען אויף מיין עצם דעפינישאן פון סעלף! וואס מיך האט געבאדערט איז, פארוואס בין איך סטאק דערמיט? אפילו איך טריי צו זאגען אז ס'איז געווען און לאז שוין אפ, און גיי ווייטער. דאך איז עס נאך אלץ משפיע אויף מיך ביזן היינטיגען טאג, און איך קען מיך נישט אפטיילן דערפון.

א קינד ווייסט נישט וואס זיין שאץ איז. ער ווערט עס געוואר פון זיינע נאנטע וואס האבן אן השפעה אויף איהם. איז אויב בלייבט אין קאפ אז זיי האלטן אז מ'דארף אים געבן פעטש. וואסערע מסקנה נעמט א קינד ארויס דערפון? אז ער איז א ראנג מענטש איך וועל באלד אויפווייזן פארוואס איך האב נישט ארויסגענומען די ריכטיגע מסקנה.

ס'ווערט אריינגעדרייט אינעם דעפינישאן פונעם קינד און אפילו ווען מ'ווערט עלטער בלייבט עס. ווילאנג מ'נעמט עס נישט ארויס. עכט האב איך געהאט צוויי אפשענס. איין אפשען צו פיהלן די צעקלאפטקייט. אדער זיך צו דיסטרעקטאן דערפון. גיין און פארברענגען צייט און זיך צו דיסטרעקטאן דערפון מער און מער. אבער אנגיין מיטן טאג ווייטער טראץ דעם, האב איך נישט געקענט. און באלד וועלן מיר זעהן פארוואס.

און דא נעמט זיך מתבונן גיין טיפער און ער זאגט מיך אז איך זאל מאכן אן overt statement אן אווערט סטעטמענט מיינט. א טריק, וויאזוי די אינטערנבאוויסטזיין זאל זיך נעמען רעדן.

מ'דארף געדענקען, ס'איז נישט אזוי טיף די אינטערנבאוויסטזיין, מ'דארף עס אבער געבן א שטארקע געלעגנהייט אז ס'זאל זיך נעמען רעדן. מ'דארף עס גוט געדענקען. נאך דערצו אויב מ'וויל טוהן קאוהירענס טערעפי. די אינטערנבאוויסטזיין קען נישט צוריקשטופן די געלעגנהייט אז ער קען ארויסקומען עפעס זאגען. אבער ס'מוז געגעבן ווערן די געלעגנהייט. אין די רגע איך שטעל מיך פאר די מענטש און איך זאג איהם דעם געפיהל מיט א שטארקייט. קודם ווער איך אליין מער באוויסטזיניג וואס איך ווייס אלץ בנוגע דעם מענטש. מיינע געפיהלן נעמען זיך ארויסקומען. און ווי מער איך רעד אלץ מער וועט ארויסקומען. אזוי ווי ווען איך כאפ אן די שפיץ פון א פאדעם וואס קומט ארויס פון מיין רעקעל. די גאנצע שלעפט זיך מיט. ס'איז נישט ממש דומה צום נמשל.

איז ווען איך שטעל מיך פאר אין מיין דמיון זאכן וואס מיין אינטערנבאוויסטזיין ווייסט וועגען זיי עפעס און איך רעד צו זיי. אדער וועגען זיי, איז, זאכן וואס איז שוין גאנץ אויבן אויבערפלאך ווערט קלארער און שארפער מיט מער געפיהל. און זאכן וואס איז נאכנישט ארויסגעקומען שלעפט זיך מיט.

נאך אזאך וואס מתבונן גייט יעצט טוהן מיט מיך אינעם סעשאן, ער גייט מיט מיר מאכן אן integration. דאס הייסט אז איך זאל אליינס אייזעהן מיט א קלארקייט. אז די סיבה פארוואס איך האב נישט קיין energy אין מיין לעבן. איז ווייל איך בין נאך אונטער דעם אפעקט.

מתבונן זאגט מיך: איך וויל דו זאלסט דיך יעצט פארשטעלן ווי ס'איז אנהייב טאג, און איך וויל זאלסט דיך (זאלסטעך) פארשטעלן די אלע מענטשן וואס האבן א שטארקע ענערגיע און דו ווילסט אויך האבן דעם ענערגיע.

בשעת איך האב עס אנגעהויבן טראכטן און זיך עס פארשטעלן אין מיין דמיון, האב איך שטייטזיך גראד געפיהלט אז איך האב נישט זייער ענערגיע סאו, איך רוף מיך אן "איך פיהל די צווייטע זייט אויך" די צווייטע זייט מיין איך, דעס אז איך האב נישט דעם ענערגיע וואס זיי האבן.

און ער פרעגט מיך וואס איז די צווייטע זייט. זאג איך איהם "אז מ'ווייסט אויף מיך אז איך בין נישט OK. דערפאר קען איך נישט אנגיין מיטן טאג, מיטן גאנצן ענערגיע ווי זיי". (באמערק ווי איך זאג נישט אז ס'טוט מיך וויי אז איך האב געכאפט פעטש. איך האב געזאגט וואס איך האב געפיהלט! ס'טוט מיך וויי אז מ'ווייסט אויף מיר אז איך בין נישט OK.

און ער פרעגט מיך ווייטער "וואס איז דעי 'נישט אקעי'"

דאס הייסט אז יעדע ווארט וואס ווערט אויסגעדרוקט פונעם קלייענט, ווערט אויסגעפאקט! "וואס מיינט ביי דיר נישט ok?" (און דא האב איך גענומען מיין צייט, און איך האב מיך אפגעשטעלט טראכטן "וואס איך האב געמיינט צו זאגען, ווען איך האב געזאגט אז איך בין שוין נישט OK" ווייל ביי יעדע קלייענט אין יעדע צייט מיינט די ווארט "נישט OK" עפעס אנדערש.

און בשעת איך האב מיך גענומען טראכטן וואס איך האב געמיינט ווען איך האב געזאגט אז איך פיהל אז איך בין נישט אקעי אין זייערע אויגען (האלסט מיט?) איז מיין קאפ אוועקגעפלויגען.

און איך רוף מיך אן צו מתבונן "מיין קאפ איז מיך אוועקגעפלויגען בשעת איך האב געוואלט טראכטן וואס איך מיין דערמיט"

יעצט, אין קאוהירענס טערעפי, ווי איך האב שוין אויבן געשריבן זאגט מען נישט אז די קאפ פליהט סתם אזוי אוועק. ניין! מ'זאגט אז די קאפ פליהט אוועק, ווייל די אינטערנבאוויסטזיין וויל נישט דילן מיט עפעס וואס איז זייער אומאנגענעם. ער וויל נישט דילן מיט די פרא-סימפטאם פאזישאן. און אונזער פאל די עמאושענעל וואונד

און דערפאר האב איך געזאגט פאר מתבונן, אז ביז דעם פוינט אינעם סעשאן, בין איך געווען מיט מיינע געפיהלן, אבער פלוצלינג פיהל איך נישט מער! מיין קאפ איז אוועקגעפלויגען איך געדענק נישט וואס איך האב פריער געזאגט און געפיהלט מתבונן ווייסט שוין אז דאס רופט מען dissociation . און פאר דעם אליין קען מען מאכן גאנצעטע סעשאנס. צוריקצוברענגען די מיינד אז ס'זאל מסכים זיין זיך צו טרעפן מיט די פרא-סימפטאם פאזישאן.

dissociation איז א אזוי ווי א pain soother א געוויסער פארום פון ADHD. אדער איז דאס אליין ADHD. אבער איך לאז עס פאר די טעאריע maker צו טעארייזן

מתבונן קען אזוי ווייטער פיהרן די שמועס און דיך צוריקדרייען צו די געפיהלן וואס מ'האט געוואלט פארמיידן.

ס'דא אסאך וועגען וויאזוי מ'קען צוריקברענגען א dissociation. איינע איז, צו זאגען, איך זעה אז די האסט אזויפיהל ווייטאג פון דעם אז וכו'. און מ'נעמט זיך צוריק רעדן פון די געפיהלן פון די ווייטאג. (נישט ווייל מ'וויל סתם אזוי רעדן פון ווייטאגליכע געפיהלן, נאר מ'וויל אנקומען צום פרא-סימפטאם פאזישאן כדי עס אויסצומעקען.)

overt statement "ס'טוט מיך זייער וויי אז מענטשן ווייסן

אבער בשעת איך מאך דעם overt statement וועל איך אלעמאל בודק זיין צו איך זאג דעם אמת. מיט ליגענט אין קאוהירענס טערעפי קומט נישט אן אין ערגעץ! ס'טאר זיך נישט פיהלן flat אדער נישט אינגאנצן עכט! אדער "איך פיהל עס נישט ממש אזוי" אויב יא, גייט מען אנקומען ערגעץ אבער נישט צום פרא-סימפטאם פאזישאן

אויב איך סטאפ צו פיהלן עפעס אין א קאוהירענס טערעפי סעשאן, וועל איך זאגען "איך האב עס פריער געפיהלט, אבער יעצט פיהל איך עס שוין נישט" און דאס איז זייער וויכטיג. מ'גייט וויאזוי ס'פיהלט זיך אמת'דיג.

דא האט מיין סעשאן גענומען א turning point. ווייל מתבונן האט מיך געפרעגט, "סאו, ס'איז מער אז ס'גייט דיך אן אז מ'ווייסט אויף דיר אז דו ביסט נישט OK." און נישט אז דו האסט געכאפט פעטש.

איך האב מסביר געווען פאר מתבונן, אז איך ווער define'ט אין זייערע אויגען.

אלץ א נישט OK מענטש פרעגט ער מיך.

און דא האב איך מיך נאכמאל אפגערעדט "פארוואס קען איך מיך נישט אפלאזן פון דעם אז זיי define'ען מיך אזוי?" דהיינו דאס איז דאך די סימפטאם וואס באדערט מיך!

מתבונן אזוי ווי א קאוהירענס טערעפיסט דארף צו טוהן און טוהט. שלאגט פאר א overt statement דזשאסט צו קודם מאכן קלאר וויפיהל מ'ווייסט ביז יעצט און אויך ארויסצושלעפן מער.

און די overt statement איז דאס מאל געווען ווי פאלגענד "איך קען מיך נישט אנקוקען אז ס'דא מענטשן וואס ווייסן אז איך בין נישט דער OK מענטש! סאו איך גיי מיך..."

און איך זאג עס.

יעצט זאגט מיך מתבונן קוק אן דעם מלמד און זאג אים..

רוף איך מיך אן, "איך קען אים דעס נישט זאגען"

דו זאגסט איהם, "ס'באדערט מיך אז דו ווייסט אויף מיך אז איך בין נישט OK"

יעצט האב איך אנגעהויבן פארציילן אז אלעמאל באדערט מיך דע זאך, אז ס'דא וואס ווייסן אויף מיך (פון די קינדער יארן) אז איך בין נישט OK

(א האלבע שעה אינעם סעשאן)

אסך מאל וועט א קאוהירענס טערעפיסט, זאגען פאר די קלייענט אלעס וואס ער האט שוין געהערט פונעם קלייענט. אזוי ווי ווען איך וואלט געגעבן פארן טערעפיסט שטיקלעך פון א פאזל, און ער ווייזט עס מיך אלץ א גאנצער בילד!

און מתבונן זאגט מיך. "איך וויל זאלסט דיך זעהן ווי עס איז אנהייב טאג, און קיינער שטייט נישט נעבן דיך יעצט, אבער דו ווייסט אין דיך אז ס'דא מענטשן וואס ווייסן אז דו ביסט נישט OK."

איך רוף מיך אן "און דעס צעברעכט מיך" נאך א שטיקעל אויפמערקזאמקייט, וואס ס'צעברעכט מיך אין מיין לעבן!

מתבונן: "און איך קען דעס נישט אויסהאלטן אז ס'דא מענטשן וואס ווייסן אז איך בין נישט אן OK מענטש".

ביז אהער איז שוין היפש ביסל ארויסגעקומען וואס ס'דרוקט מיך אזוי.

וואס איך טו אין א קאוהירענס סעשאן איז. איך פראביר שטארק צו זיין מיט מיינע געפיהלן! און איך פראביר אליין צו פארשטיין וואס ס'קומט פאר מיט מיך. אליין איז עס שווער אויב נישט אוממעגליך צו מאכן. מיטן הילף פון א טערעפיסט אדער אפשר אפילו א גוטער פריינד, קען מען עס מאכן בעזר הקל יעקב.

איך האב דעמאלסט געפיהלט! אז וואס ס'באדערט מיך איז, אז "איך ווער אזוי ווי define'ט דורך דעי דאזיגע מענטשן וואס האבן מיך געקענט אלץ קינד! און איך קען עס נישט אפטיילן. ס'בלייבט קאנעקטעד.

מתבונן: "איך וויל זאלסט זאגען, 'ווילאנג איך קען מיך נישט אפטיילן פון ענק, וויל איך מיך דיסטרעקטאן, איך וויל אוועקלויפן," זאג וואס דו גייסט טוהן.'

איך: "איך גיי נישט קענען האבן קיין חשק און ענערגיע"

איך: "איך בין נישט אזוי אינטערעסירט צו זיין OK אין זייערע אויגען אבער איך קען מיך פשוט נישט שטארקען ווילאנג איך ווייס אז זיי ווייסן (די וואס קענען מיך פון מיינע קינדער יארן) אז איך בין נישט OK" (דאס קומט נאכן טראכטן, און צומאל קען דאס אליין זיין פון אן אנדערע פאזישאן וואס איז זיך צאמגעקומען מיט דעם פאזישאן, סאו ס'ווערט א דזשאקסטעפאזישאן)

מתבונן זאגט מיך איבער אלע שטיקלעך פאזל וואס איך האב איהם דערלאנגט. "דו קענסט נישט פועל'ן ביי דיר אנצוגיין מיט דיין לעבן ווילאנג זיי ווייסן אז דו ביסט נישט OK און ווילאנג דו אליין גלייבסט אז דו ביסט נישט OK."

איך: וואזוי קען איך פיהלן אז איך בין OK אז ס'איז געווען אזא מעשה? איך ווייס אז ס'איז נישט געווען OK. אז יעצט בין איך שוין גוט? (דא קען זיין ווייטער א געלעגנהייט פאר א dis-confirming knowledge וואס קען dissolven אבער ס'איז נישט געשעהן, ווי זעהט ווייטער.) "איך קען נישט, איך קען נישט. ווילאנג זיי ווייסן אז איך בין נישט OK קען איך נישט. און דעס וואס באדערט מיך, פארוואס קען איך נישט אנגיין?" (סימפטאם)

ווייטער איך: איך קען מיך נישט טרעפן. וואו בין איך OK? וואו בין איך יעצט OK? וואס בין איך OK? איך פיהל אז איך ווער define'ט אין זייערע אויגען. מיינע נענסטע וואס האבן געדארפט האלטן פון מיר ווייסן אז איך בין נישט OK יעדער איז שטרענג צו מיר. יעדער איז מסכים אז מ'דארף אזוי זיין צו מיר.

ער: קוק זיי אלע אן (טיפיקעל הא?) און זאג זיי, ענק זענען אזוי גערעכט פארן מיך שלאגען

איך: (טראכט צו ס'פיהלט זיך אמת'דיג אזוי צו זאגען) און איך זאג ענק זענען אזוי גערעכט פארן מיך אזוי טריטן (זעה, וואזוי איך האב געטוישט זיין פארגעשלאגענעם overt statement אז ס'זאל מער שטומען וואס איך פיהל. איך האב געפיהלט אז שלאגען איז נישט די ווארט וואס איך ווייס געשעהט מיט מיר. טריטןאיז די ווארט.

ער: טייפט אראפ און רופט זיך אן "זאג זיי פארוואס" דהיינו זאג זיי פארוואס זיי זענען גערעכט מיט דעם אז זיי טריטן דיך אזוי.

ער: "קוק וואס איך טו אלץ, אוודאי דארפן ענק מיך שלאגען." (דהיינו, אז א קינד פארשטייט, אז מן הסתם איז ער טאקע אזוי וויאזוי די פעטש לויטעט!) "אוודאי דארפן ענק מיך אזוי טריטן"

דא זענען שוין מיינע אויגען געווארן נאס. ווען איך האב איך מיך דערמאנט און עכט געווען אין יענע עקספיריענס פון יענע יארן. (מ'דארף עס מיטלעבן אזוי ווי, כאילו ס'געשעהט יעצט).

ער: "איך בין בעצם שלעכט"

איך בין געווען איינגעזינקען אין מיין עקספיריענס. אבער איך האב גוט געקוקט וואס איך פיהל. איך האב מיך פארגעשטעלט ווי כאילו ס'איז יעצט, און איך האב געקוקט וואס פיהל איך יעצט

איך: איך פיהל אז אפילו איך וועל מיך אויפהייבן פון די פעטש, און איך וועל גיין ווייטער, קען איך שוין נישט.

ער: "איך בין שוין דיפיינט אלץ דער שלעכטער יונגעל" און איך וויל זאלסט זיי דעס זאגען.

איך טראכט און טראכט, וויאזוי קוק איך מיך אן יעצט, איך בין יעצט א יונגעל ביי יענע מעשה, וואס איז מיין בליק אויף מיך? איך זאג איהם "איך ווייס נישט צו 'שלעכט' איז די ווארט"! די ווארט איז מער "איך בין א יונגעל וואס מ'קען איהם נישט לאזן טוהן וואס ער וויל"

ער: דו ביסט א יונגעל וואס מ'דארף איהם אנכאפן "מיך דארף מען צעקוועטשן" (דאס איז די מעסעדזש וואס א קינד נעמט איבער ווען מ'טריט איהם אזוי) "איך בין דער יונגעל וואס מ'קען איהם נישט לאזן אויף דער פריי" און דא האט עס שוין געקליקט! דאס איז געווען וויאזוי איך האב געפיהלט! און מיינע אויגען האבן אויפגעלאכטן. ווייל אזוי האב איך געפיהלט! און ער האט מיך געגעבן א משל מיט א קינד וואס לויפט אויף די גאדער, און מ'כאפט זיי אן מיט אזא leash.

ער: "זאג זיי דעס, איך בין א יונגעל, וואס מ'דארף אנכאפן מיט א ליש (leash)" (אסאך מאל פיהל איך ווי ס'ווערט flat. און איך בין אלעמאל גרייט צו גיין נאר מיט וויאזוי ס'פיהלט זיך אמת'דיג.)

ער: "און מיך נישט לאזן טוהן וואס איך וויל, וואטשן וואס איך טו, און מיך נישט לאזן גיין וואו איך וויל, איך בין צו ווילד" (איך זאג נישט דעם overt statement ווילאנג איך בין זיכער אז ס'פיהלט זיך טאקע אמת'דיג.)

און איך זאג "איך בין צו ווילד אז איך זאל זיין זיכער אז איך טו אלעס גוט"

איך: ס'איז געשעהן פלוצלינג, ממש פון זיך אליין, דעמאלסט האב איך באשלאסן אז מ'דארף מיך האלטן מער צעקלאפט, מער שטיל, און דעס איז מער די וועג וויאזוי צו פארמיידן א שטראף. אויב וועל איך ווייטער זיין ווילד וועט נאכאמאל עפעס געשעהן. אזוי אז ס'לוינט זיך מיר צו פיהלן די פעטש (אפילו ווען ס'איז שוין געווען נאכדעם), אזוי אז ס'זאל נישט געשעהן נאכאמאל"

ער: זאג זיי "איך בין צו ווילד מיך צו קענען קאנטראלירן. אין יעדע רגע קען איך עפעס ארויסשיסן און איך וועל מיך נישט כאפן אז איך האב געמאכט א מיסטעק" "איך וועל מיך איינצוימען, איך וועל אננעמען ענקערע פעטש, און עס געדענקען און עס אריינבאקען אין מיר, דאס וועט זיין מיין ליש, דאס וועט זיין מיין שטריק ארום די האלז, אזוי האלט איך מיך אן אז איך זאל נישט גיין צו ווייט"

(דאס איז די אינטערבאוויסטזיניגע סטראטעגיע פון זיך האלטן אין קאנטראל, און מאכן זיכער קיינמאל מער נישט איבערצוטוהן דעם זעלבן עוולה, און דאס איז דורכ'ן בלייבן בהכנעה און אראפגעקלאפט)

איך: און דאס באדערט מיך. פארוואס דארף איך אזוי זיין?

ער: אוודאי דו וואלסט ווען געוואלט זיין spontaneous.

איך: וויאזוי קען איך זיין ספאנטעניעס אז איך קען פלוצלינג כאפן פעטש? פארוואס בין איך אבער אזוי?

ער: דיין שאלה איז פארוואס דו ביסט אזא מענטש, אבער די פאקט איז אז דו ביסט אזוי.

איך: אויב א מענטש ווייסט אז ס'איז נישט געשעהן פלוצלינג ווייסט ער אז נעקסטיים וועט ער טראכטן. אבער אויב ס'געשעהט פלוצלינג? איז א סימן אז מ'דארף זיין זייער, זיך צו קענען קאנטראלירן.

ער: דו האסט נישט דעם קול אין דיין קאפ וואס זאגט דיך, נשמה, דעס זאג נישט. ס'לוינט נישט. דו האסט נישט דעם פילטער. ס'איז טאטעלי ארויס פון קאנטראל (איך פארשטיי נישט פארוואס ער האט דעס געזאגט.) דעס איז ADHD. מ'איז אימפאלסיוו.

איך: וואס קען איך טוהן? פארוואס אויב אזוי האב איך געכאפט פעטש? (געטראכט צוויי סקונדעס) ס'באדערט מיך נישט אזוי שטארק די פעטש. ס'באדערט מיך פארוואס איז געבליבן ביי מיך אז דעס בין איך, דעס בין איך און דעס בין איך

ער: קודם לאמיר זעהן וואס ס'איז געבליבן נאכדעם עמער זעהן פארוואס.

איך: ס'איז געבליבן אז איך דארף מיך אנהאלטן. איך קען נישט זיין ספאנטעניעס. אנדערע ADHD, ס'דא אסאך ADHD אין ביהמ"ד. זיי קומען אריין, זיי מאכן נישט אזאכע מיסטעקס, ס'געשעהט נישט ביי זיי. פארוואס דארף איך זיין אזוי צעקוועטשט (איך האב געמיינט ארויסצוברענגען, אז די אנדערע ADHD, דארפן נישט זיין אזוי צעקוועטשט כדי נישט צו מאכן מיסטעקס. און דאס קען אויך זיין א contradictory knowledge. וואס אויב זיי קענען זיין נארמאל פארוואס מוז איך זיין אזוי צעקוועטשט?)

ער: זאג "איך בין צו געפארפול, איך בין צו dangerous . איך מאך צו עקסטרים מיסטעקס. דארפאר דארף מען מיך אזוי שלאגען. מ'דארף מיך שטארק שלאגען, און שטארק דערמאנען, ווייל איך מאך געפערליכע מיסטעקס! מער ווי אנדערע ADHD" (ער האט ספעשול געזאגט די ווערטער "מער ווי אנדערע ADHD" ווייל ער האט געוואלט אז איך זאל כאפן אפשר א juxtaposition.)

(פינף און פערציג מינוט אינעם סעשאן)

איך: אנדעם, אן זיין צעקוועטשט, בין איך נישט פארזיכערט, בין איך נישט סעיף. (דהינו איך קען נאכאמאל מאכן דעם זעלבן מיסטעק)

ער: איך וויל זאלסט עס זאגען, "אויב איך מיך לאזן זיין לויז,

איך: אזוי ווי איך בין געווען פארדעם,

ער: אזוי ווי איך בין געווען פאר מ'האט מיך געשלאגען, וועל איך ווייטער טוהן dangerous mistakes. מ'האט דיך נישט געשלאגען סתם פארן טוהן א קליינע מיסטעק. דא איז געווען שרעקליכע מיסטעקס.

איך: ס'מוז אזוי זיין, אז נישט וואלט איך נישט געכאפט אזאנע פעטש. האסט אמאל געזעהן אז א מענטש כאפט פעטש פאר א קלייניגקייט?

ער: "און איך גיי באקומען שרעקליכע פעטש פארדעם" "פעטש, בזיונות, אראפקלאפן"

איך: און ס'איז טאקע געלונגען ב"ה. און די שאלה איז "אפשר דארף איך טאקע כאפן פעטש?"

ער: און איך גלייב עס אויך אפשר :smile: על כל פנים דעס איז וואס דו גלייבסט אזוי.

ער: איך וויל זאלסט זאגען "דו שטייסט נישט דא נעבן מיר, אבער איך וועל ממשיך זיין דיין וועג, און מיך אליין שלאגען"

איך: די וועג וויאזוי איך שלאג מיך אליין. איז אז איך לייג מיך אריין אין יענע פאזישאן, די צעקוועטשקייט. די אראפגעקלאפטקייט. אבער איך האב באמת מורא פון יעדע מענטש. מיט שכל קען איך עס אוועקנעמען. אבער איך האב מורא. (איך האב געהערט פון נאך איינעם, אז ווען ער זעהט איינער וואס קוקט נאר אויס ווי דער אוטאריטי וואס האט אים אזוי געשלאגען און גע'רודפ'ט כאפט אים אן א פחד)

איך: איך קען נישט טרעפן קיין שום וועג וויאזוי זיך צו שטארקען.

ער: איין וועג איז דא, זיך צו דיסטרעקטען.

איך: די ערשטע זאך וואס איך טו איז אז איך האלט מיך אין די פעטש. און די צווייטע איז אז איך דיסטרעק מיך.

"איך דארף ווייטער מיך לאזן פיהלן די צעקוועטשקייט, און די הכנעה, און די ווייטאג און די פעטש, און מיך אראפקלאפן מיין ענערדזשי, און נאר דאס איז די איינציגסטע וועג וויאזוי איך וועל זיין וואויל! ווייל איך האב נישט קיין שום אייגענע וועג וויאזוי איך זאל מיך קאנטראלירן אז ס'זאל נישט ווערן קיין מיסטעק, דאס איז די וועג וויאזוי איך קען מיך קאנטראלירן, די הכנעה פון די פעטש איז די וועג וואס קען מיך האלטן אין קאנטראל אזוי ווי דער מעסעדזש פונעם מלמד איז געווען איך דארף דיך געבן פעטש ווייל איך וויל נישט זאלסט זיין אזוי ארויס פון קאנטראל און נאר אזוי אז דו וועסט ווערן בהכנעה וועסטו זיין אין קאנטראל און נישט רעדן חוצפה'דיג, נאטורליך האסטו נישט קיין סענסאר וואס כאפט אויף אויב דו מאכסט א מיסטעק, און נאר דורך די after פעטש אפעקט וועסטו זיין אין די ריינע קאנטראל" סאו כדי צו זיין אין קאנטראל מוז מיך האלטן אין דעם אפעקט. איך מוז האבן עפעס א ליש וואס זאל מיך אנכאפן און וואטשן און דערמאנען אויף אייביג נישט צו מאכן קיין מיסטעקס. "

(דאס וואס דער מלמד טראכט, דאס ווערט אריבערגעפיהרט צום קינד און ס'ארבעט זייער גוט אויף אייביג. גם כי יזקין לא יסור ממנו) איך האב נישט באקומען אן אנדערע וועג וויאזוי זיך צו האלטן אין קאנטראל. און די איינציגסטע וועג איז געווען פעטש אדער די אפעקט נאך פעטש. דאס איז די איינציגסטע וועג. אזוי מיינט א קינד וואס כאפט פעטש צו זיין וואויל דורך די פעטש.

מיין אויפגאבע איז צו פראבירן צו טרעפן אויב ס'דא עפעס אן אנדערע עצה צו בלייבן אין קאנטראל. און צו טאקע גייט מען ארויס פון קאנטראל. אדער נאר א קינד גייט ארויס פון קאנטראל? נאר א קינד קען אמאל טוהן אזא זאך און כאפן דערפאר. אבער היינט בין איך שוין ערוואקסן.

איך וויל דא זאגען אז איך האב זייער זייער זייער זייער ליב דעם מלמד שיחי' לחיים ימים טובים ארוכים ולשלום. איך האב נאר געוואלט פארשטיין פארוואס איך בין סטאק דארט. און וויאזוי איך קען דערפון פטור ווערן. איך בין מקבל אויף מיר צו זיין בהכנעה, אבער איך דארף אויך האבן ענערגיע. און דאס איז נאר דורכן וויסן, אז איך מוז נישט לעבן אינטערן איינדרוק פונעם שטעקען. און ער האט זיכער זיכער נישט געוואלט איך זאל בלייבן אונטערן איינדרוק פונעם שטעקען. און די זאך וואס האלט מיך אן צו דעם איינדרוק איז די וויסן אז נאר דורך דעם בין איך וואויל.

איז די צעטיל וואס איך האב באקומען היינט איז ווי פאלגענד

אויב איך גיי מיך לאזן זיין לויז אזוי ווי איך בין געווען פאר מ'האט מיך געשלאגן, וועל איך זיכער ווייטער מאכן שרעקליכע דעינזשרעס מיסטעיקס,
און איך גיי באקומען שרעקליכע פעטש, בזינות, מיך אראפקלאפן, און וואס נישט.
ווייל ענק זענען גערעכט, איך האב נישט א נאטירליכע סענסער אויפצוכאפן אז איך מאך א מיסטעיק.
און איך גיי בלייבן מיט מיין ענערזשי ארויס פון קאנטראל.
איך מוז האבן עפעס א ליעש וואס זאל מיך אנכאפן און דערמאנען אויף אייביג נישט צו מאכן קיין מיסטעיקס.
סוי איך דארף ווייטער מיך לאזן פילן די הכנעה און די ווייטאג, און די פעטש, און מיך אראפקלאפן מיין ענערזשי,
ווייל דעיס איז די איינציגסטע וועג וויאזוי איך וועל זיין וואויל און בלייבן אין קאנטראל.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

ווער האט זיך געגלייבט אז איך וועל דאס אמאל ענדיגן ליינען!

איך האב אנגעהויבן, פון דארט האב איך פארלוירן טערק אף טיים...

נשמה איי נשמה'לע,

שטארק זיך שטארק זיך נשמה'לע,

ביסטעך אזוי זיס, צוקער איז א אונטער-סטעטמענט!

איך וויין מיט דיר.

האב הצלחה, ייש"כ פארן אראפשרייבן, ס'האט זיכער גענומען כוחותהגוף והנפש כפשוטו!

באמת א דאנק.

אוי!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

א מורא'דיגע זאך וואס איז מיר יעצט בייגעפאלן און איך שפיהר אז איך מוז עס מיטטיילן מיטן ציבור. ס'איז אזוי גוט דעס אז איך שמייכל ווי גוט דאס איז. איז אזוי.

ס'דא אמאל א טאטע וואס וויל האבן א שטארקע עמאושענאל קאנעקשאן מיט זיין קינד. אבער ער קען נישט צוליב, ווייל ער איז צוריקגעצויגען. און סתם פרעגען דעם קינד, "וואס הערט זיך?" וויאזוי גייט אלעס? קומט א טרוקענע "ב"ה דער הייליגער באשעפער זאל העלפן אויף ווייטער". אבל דא עקא אז ס'איז נישט געווארן קיין עמאושענעל קאנעקשאן. האט דער הייליגער באשעפער אזוי באשאפן אז די אינטערנבאוויסטזיין איז זייער קלוג און געט זיך אן עצה מיט א need וואס מ'וויל זייער שטארק ס'זאל ווערן אויסגעדרוקט.

איז אזוי. די אינטערנבאוויסטזיין טראכט, וויאזוי קען איך מאכן אז מיין קינד זאל מיך שפיהרן אין זיין הארץ? וויאזוי קאנעקד איך מיך צום קינד? איך וויל אים אזוי שטארק עפעס זאגען. עפעס! נישט סתם "וואס טוט זיך?" איך וויל אז די זאך וואס איך זאג אים זאל האבן אין זיך אן עמאושענאל טשארדזש. ס'זאל בארירן דעם קינד'ס עמאושענס אז איך האב אים עפעס געזאגט. ער זאל שפירן אז איך עקזיסטיר. וויאזוי מאך איך עס? איך וויל האבן א קאנעקשאן. זוכט דער אינטערנבאוויסטזיין אויף "ווי קען איך זאגען קריטיק?"

קריטיק, האט א מורא'דיגע כח אין זיך. אין די קריטיק ליגט א גליענדיגע ווייער, וואס גייט גראד פון די הארץ פונעם טאטען גראד צום קינד. ס'טראגט מיט זיך א ענערדזשי. וואס האט א כח אויפצואוועקען טיפע געפיהלן. סאו, דער אינטערנבאוויסטזיין טרעפט אויס עפעס א קריטיק וואס דאס קינד טוט נישט אזוי ווי מ'דארף. (איך האב מיך אלעמאל געוואונדערט, פארוואס דאס איז אזוי, קיינמאל נישט פארשטאנען פארוואס, ביז איינער האט מיר עס מסביר געווען, און הקב"ה האט מיך חונן דעת געווען.) ס'איז מוז נישט זיין אז דאס קינד טוט עכט נישט ווי מ'דארף, ס'איז פונקט גענוג צו האבן די געלעגנהייט צו מעגען זאגען א ווארט. צו מאכן דאס קינד'ס עמאושענס זאל שפיהרן אז איך בין זיין טאטע. און מיט דעם ווערט א מורא'דיגע קאנעקשאן. ס'גוט צו געדענקען דעס. אוועקצואוווארפן די קריטיק און נאר אננעמען די קאנעקשאן.

דאס מיינט. שמע בני מוסר: הער מיין קינד די מוסר. אז אביך איך בין דיין טאטע און דאס איז נאר אן אופן פון קאנעקשאן. דאס איז נישט קריטיק און דארפסט דיך נישט עכט פארענטפערן. ס'איז די קאנעקשאן.

מן הסתם האט דער טאטע אזוי געזעהן ביי זיין פאמילע פון ווי ער שטאמט. קריטיק האט געמיינט קאנעקשאן. די מיינונג וואס ס'איז געווארן אפגעלערנט אויף קריטיק איז נישט געווען גארנישט נעגעטיוו בכלל. ס'איז געווען אזא סארט קאנעקשאן. ס'איז געווארן אנגענומען אלץ זייער פאזיטיוו.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

@נשמה, דער הייליגער ראשית חכמה שרייבט אין פרק גידול בנים: "וכמה נעים המוסר של אהבה וכו' וכל המיסר את בנו מוסיף עליו אהבה, שנאמר (משלי יג כד), ואוהבו שוחרו מוסר, רצה לומר הבן הוא אוהב את אביו מפני ששחרו מוסר"
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

צולייגער האט געשריבן:@נשמה, דער הייליגער ראשית חכמה שרייבט אין פרק גידול בנים: "וכמה נעים המוסר של אהבה וכו' וכל המיסר את בנו מוסיף עליו אהבה, שנאמר (משלי יג כד), ואוהבו שוחרו מוסר, רצה לומר הבן הוא אוהב את אביו מפני ששחרו מוסר"

ווייל ס'איז נישטא א בעסערע זאך ווי א אויסגעגראדטע שכל.

אבער איך רעד פון קריטיק וואס קומט צו האבן א קאנעקשאן. ס'דא אזא זאך. איך זאג דיר.

פארוואס האסטו דעס? און פארוואס האסטו יענץ? און די קינד דארף ענטפערן, מיט א געפיהל פון קאנעקשאן. און נישט מיט א געפיהל אז ער האט יעצט געהערט מוסר. אבער אויך נישט מיט א מינע אז די קריטיק איז נישט אין פלאץ. ווייל קריטיק מוז זיין. נאו קריטיק, נאו קאנעקשאן. אבער ס'דאך נישט די קריטיק.

די טאטע וויל נישט זאגען מוסר. ס'איז א וועג פון קאנעקשאן. והא ראי' אז דער טאטע וועט זיך פיהלן שלעכט אויב דאס קינד נעמט עס אן אלץ מוסר. פארקערט, ס'איז די קאנעקשאן. און ס'איז פאזיטיוו אינעם טאטענ'ס עמאושענעל לערנונג.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום מיטוואך יוני 29, 2016 11:47 am, פארראכטן געווארן 4 מאל.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

נשמה, פליייז. ס'נישט געווען א "והא תניא??!!", נאר א "והא, תניא!" פירש"י, בניחותא.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

צולייגער האט געשריבן:נשמה, פליייז. ס'נישט געווען א "והא תניא??!!", נאר א "והא, תניא!" פירש"י, בניחותא.

אה.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

נשמה די סעשאן דיינע איז גאר ספעציעל. הנאה געהאט פונעם באשרייבונג, זיך מצער געווען מיט דיין צער
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”