נשמה איז פיינע נייעס!! (קודם ווייסען מיר יעצט אז די האסט שוין געמאכט ממש געציילטע סעשאנס...)נשמה האט געשריבן:ב"ה
איך האב זייער ווייניג עקספיריענס פון מאכן קאוהירענס טערעפי סעשאנס מיט אנדערע. און וויפיל עקספיריענס קען א מענטש האבן פון מאכן ממש געציילטע סעשאנס, נאך דערצו ווען מ'איז נישט קיין טערעפיסט בכלל. ווער רעדט פון א לייסנסד טערעפיסט. איך מיין אז קיינער איז נאכנישט געהאלפן געווארן פון מיינע טערעפי סעשאנס, (חוץ מיינע סעשאנס וואס איך האב געמאכט מיט מיר אליין וואס האט מיר יא געהאלפן ב"ה והשם הטוב זאל ווייטער העלפן). און אפילו אויב איך בין אנגעקומען צו שרשים, האט עס דאך נישט געהאלפן. און איך מיין אז איך ווייס פארוואס, און דאס איז וואס איך וויל שרייבן.
איך האב מיך אויסגעלערנט, אז לאמיר זאגן עס געלונגט דיר צו "היפנאטיזירן" דער מענטש וואס קומט צו דיר, און דו פירסט אים גאר טיף אריין, און יענער זאגט דיך 'שרשית'דיגע' זאכן. איז אפילו אויב דו וועסט דאס אנרופן אלץ א געלונגענע סעשאן, ווייל דו ביסט געוואויר געווארן ממש טיפע זאכן, ווייסעך נישט וויפיל נוצן דער קלייענט וועט האבן דערפון. און אפילו אויב בשעת די סעשאן האסטו קלאר געזען אז דער קלייענט ווייסט דעם אמת, און איז מודה על האמת. ווייסעך נישט וויפיל דער קלייענט גייט האבן דערפון.
די קונץ פון קאוהירענס טערעפי איז בעיקר אז די קלייענט זאל ווערן באוואוסטזיניג אין זיין טאג טעגליכן לעבן, אויף די שטאפל פון זיין טאג טעגליכן באוואוסטזיין. יעצט, אפילו אויב בשעת די סעשאן ווערט ער באוואוסטזיניג אויף די טיפע שרשים זיינע, און אפילו אויב די טיפע שרשים זענען טאקע די פאקטן וואס דרייען אלעס אן, מיט דעם אלעם, נאך די סעשאן, ווען ער קומט צוריק צום נארמאלן לעבן, גייט ער ווייטער לעבן פון זיין אנטי סימפטאם פאזישאן. איז וואס האסטו דערפון? און אפילו אויב דו גייסט מאכן א גוטע צעטיל וואס ער גייט ליינען בשעת די סימפטאם געשעט, מיט דעם אלעם, מיינט דאס נאכנישט אז ער איז באמת פאקטיש באוואוסטזיניג אז דאס האט צו טון מיט זיין סימפטאם. אפילו אויב ער ליינט די צעטיל, ווערט עס אבער נישט אינטעגרעטעד.
קאוהירענס טערעפי האט דריי שטאפלן, די דיסקאווערי, די אינטעגרעשאן, און די טראנספארמעשאן. יעצט, אפילו אויב דו - אלץ דער טערעפיסט - ווערט געוואויר דעם אמת, מיינט דאס נאכנישט אז דער קלייענט קען לעבן פון יענע פלאץ. ווייל עס איז גאנץ שווער צו טוישן ריאליטי. ריאליטי טוישט זיך שטאטעלעך. אפילו אויב א מענטש ווייסט דעם אמת, איז אים שווער צו געבן פון איין מינוט צום צווייטן א טויש. עס ווערט צוריק בלורי, פארטעמפטעד.
איך וואלט געזאגט אז ס'לוינט זיך צו גיין שטאטעלעך. לאמיר זאגן א קליענט קומט צו דיר, און דו האסט די כח אים אריינצופירן די טיפסטע מעגליך, מיין איך אז ס'לוינט זיך צו גיין מער אויבנאויפיג, און אים נישט אריינפירן צו טיף מיט איינמאל, און נישט מיט צוויי מאל. נאר פיר אריין זיין באוואוסטזיין אין זאכן וואס עס איז גאנץ גרינג און לייכט צו לעבן דערמיט אין טאג טעגליכן לעבן. דו עפנסט אים נאר אביסל טיפער, און נאכדעם נאך אביסל, אבער נאר דאס ביסל, און נאכדעם נאך אביסל.
דו קענסט דיסקאווערן ווי טיף דו ווילסט, אבער ווען עס קומט צו באוואוסטזיניג מאכן דעם קלייענט, גיי צעביסלעך.
לאמיר זאגן אז דו - אלץ דער טערעפיסט - דיסקאווערסט, אז די שורש איז, נישט גוט אפגעלערנט וויאזוי מ'איז מחובר צו אנדערע. קענסטו נישט זאגן פאר'ן קלייענט: די אופן פון דיין חיבור צו אנדערע איז נישט גוט געבויט ביי דיר. האסט גארנישט פון עס זאגן. אפילו אויב ממש דאס איז דער אמת.
דו ביסט א מענטש פון דרויסן, און דו טראכסט ביי דיר "יו, אזא קלייניגקייט מאכט אים משוגע, איך גיי אים זאגן וואס ס'גייט פאר, עס שרייבן אויף א צעטיל און שוין". האסט גארנישט דערפון. ווייל ביים קלייענט איז עס זיין ריאליטעט. דו דארפסט עס טון צעביסלעך. דו דארפסט אים אריינפירן צעביסלעך טיפער און נאך טיפער.
דו דארפסט פארשטיין אז די באוואוסטזיין פון א קלייענט איז נישט דיין באוואוסטזיין.
קומט אויס פון דעם, אז ווען דו מאכסט די דיסקאווערי סטעפ, דאן לוינט זיך צו אריינפירן אין טיפע היפנאזיע, אבער נישט ווען עס קומט צו אינטעגרעשאן. ווען עס קומט צו די קלייענט, האסטו גארנישט פון מאכן טיפע סעשאנס. ווייל ער גייט עס וועלן פארגעסן. און ווי טיפער א סעשאן איז, אלץ שווערער איז עס צו אינטעגרעטן. ווי מער אויבנאויפיג א סעשאן איז, אלץ גרינגער איז עס צו אינטעגרעטן.
בקיצור, ארבעט שטאטעלעך מיט די באוואוסטזיין פונעם קלייענט, און נישט לויט דיין באוואוסטזיין.
והשם הטוב יעזור
קענסט אהער שלעפן "מתבונן" צי רעאגירען...?