איך וויל דא שרייבן די קאוהירענס טערעפי סעשאן וואס איך האב היינט געהאט מיט מתבונן, אויף א נייער סימפטאם. ניי אין די סענס אז איך האב עס יעצט ארויפגעברענגט צו באהאנדלען דעם ערשטן מאל בעזהשי"ת, און מ'האט דאס באהאנדעלט גענוג ווייט ווי איהר וועט שפעטער ליינען אינעם תגובה.
איך באטאון נאכאמאל איך בין נישט קיין שרייבער! און איך גיי לכאורה נישט שרייבן אין א סדר. און צומאל וועל איך שרייבן עפעס פאר איך האב אפילו געשריבן די הקדמה דערפון.
מיט די יפאלגענגע וויל איך אז דער עולם זאל פארשטיין וואס א קאוהירענס טערעפי סעשאן באדייט!
און אויך וויל איך ווייזן בעזרת השי"ת הגואל אותי פארוואס ס'קען צומאל נישט ארבעטן א קאוהירענס טערעפי סעשאן. ס'קען זיין אז איך גיי איבערשרייבן זאכן וואס איך האב שוין געשריבן. און איך וועל בס"ד אראפשרייבן דעם סעשאן מיט מיין בליק. מיט א קלייענטס בליק. און איך וועל אייך אויך ווייזן, וואס מיין ארבעט נאכן סעשאן איז, און פארוואס ס'קען אסאך מאל צוריקפאלן פון די באוויסטזיניג וואס איז געווארן באוויסטזיניג.
ווי אויך וועל איך אייך ווייזן און פרעגען, וואס א סי בי טי טערעפיסט וואלט געטוהן. איך וועל אייך ווייזן קלאר פארוואס קאוהירענס טערעפיס צוגאנג איז טיפער ווי CBT. וואס מיינט דאס
טיפער.
איך בין געקומען היינט צו מתבונן, און איך האב איהם געזאגט אז "איך ווייס אז אונז האלט מיר אינמיטן רעדן פון א אנדערע זאך, אבער היינט האב איך ווייטער באגעגענט א יוד, (וואס איך האב זייער זייער ליב. איך מיין עס אמת'דיג. און איך קוק איהם זייער ארויף, און איך וויל אפילו זיין ווי זיין ישרות) וואס ווען איך באגעגען איהם, פיהל איך א ווייטאג פאר די פעטש וואס איך האב געכאפט פון איהם פאר איבער צוואנציג יאר צוריק, ווען איך האב געזאגט א חוצפה'דיג ווארט. נישט קיין חילוק פונקטליך וואס די מעשה איז געווען. וואס ס'איז א נפקא מינה פאר אונזער שמועס איז, אז ס'איז געווען א חוצפה'דיג ווארט וואס איך האב נישט געדארפט זאגען.
און איך האב געזאגט פאר מתבונן, אז איך האב שוין באהאנדעלט דעם ענין פאר פופצן יאר צוריק. אבער נאך אלץ, ווען איך באגעגען דעם יוד, כאפט מיך אן א פארשעמונג און א ווייטאג! און איך האב געזאגט פאר מתבונן, אז ס'קען זיין אז די פעטש איז מיך
ריין געקומען. איך גיי יעצט נישט אריין דערין. וואס מיך באדערט איז, פארוואס דארף עס מיך נאך אלץ באדערן? "ס'טוט מיך נאך וויי, אפילו ס'איז שוין דורך אזויפיהל יאר" פארוואס דארף איך נאך אלץ פיהלן פארשעמט און פארקלעמט?
איך ווייס, אז ווען מ'קומט אריין צו א קאוהירענס טערעפי סעשאן, מיט א נייעם סימפטאם. דארף מען עס
קלאר אוועקשטעלן! וואס
פונקטליך איז דער סימפטאם. פון וואסערע געפיהלן איז די סימפטאם צאמגעשטעלט.
די הסבר וואס מ'דארף זיך מסביר זיין איז,
וואס באדערט מיך דאאון איך האב שוין געזאגט פאר מתבונן, אז מיך באדערט פארוואס דארף דאס מיך באדערן ווען ס'איז שוין
געווען!!! פארוואס פיהלט זיך עס אזוי ווי ס'איז יעצט?
פארוואס קען איך מיך נישט אויפשטעלן און זיין מיט full of energy אפילו דאס איז געשעהן. פארוואס מוז איך בלייבן אראפגעקלאפט און פארשעמט און פארווייטאגט?
ביז אהער איז די סימפטאם וואס איך האב אראפגעשטעלט. (און איך בין נייגעריג וואס א CBT טערעפיסט וואלט געזאגט צו אזא סימפטאם.)
מתבונן האט קודם מער אריין אין מיינע געפיהלן, און זיין שטומע ווערט אביסל שטאטער און רואיגער, און ער זאגט מיך אז לויט וויאזוי ער קוקט אן די סימפטאם, קוקט ער עס אן, א
life energy flow וואס איז געווארן אפגעהאקט. אז מיין ענערגיע ווערט אפגעהאקט און אראפגעשטאטערט.
איך קוק אריין אין מיינע געפיהלן און איך זאג איהם יא! דאס איז עס. בשעת דו ווילסט אנהייבן דיין טאג זעהסטו ווי יעדער מאכט, יעדער
לעבט אבער דו פיהלסט אן קיין ענערגיע.
(ס'איז זייער וויכטיג אין קאוהירענס טערעפי צו זאגען דעם אמת
וויאזוי ס'איז נאר, וויאזוי מ'פיהלט עס יענע מינוטן. אויב מ'פיהלט נישט גארנישט? זאג!!! זאג!!! אלעס האט א וועג אין קאוהירענס טערעפי בעזהשי"ת. מ'מוז נישט פיהלן אין קאוהירענס טערעפי, מ'דארף אבער יא זאגען דעם אמת! דאס איז זייער וויכטיג. אויב למשל איך פיהל גארנישט און איך זאג אז איך פיהל יא, וואו קומט מען אן?. מ'דארף גיין מיטן אמת. זאגען וויאזוי ס'פיהלט זיך
אמת'דיג. אויב וואלט איך נישט געפיהלט גארנישט, וואלט איך איהם געזאגט "פריער האב איך געפיהלט, אבער somehow פיהל איך גארנישט יעצט. און ער וואלט זיך מיט דעם אן עצה געגעבן. גארנישט פיהלן אין קאוהירענס טערעפי הייסט
dissociation. ס'דא פאר דעם אויך מהלכים.
און דאס דייקא איז א חלק וויאזוי צוצוקומען טיפער אינעם פרא-סימפטאם פאזישאן אבער למעשה האב איך יא געפיהלט)
און איך זאג איהם, יא! דאס פיהל איך! אז ווייל ס'איז געשעהן דעי מעשה, האט מיך עס עפעס איך פיהל אז מיין ענערגיע ווערט אראפגעשטאטערט אראפגע'סלאו'ט. איך פיהל ווי ס'איז שוין גארנישט אזוי ווערד אלעס.
איך וויל דא זאגען א מורא'דיגע זאך. די ציהל פונעם מלמד -מיטן געבן די פעטש- איז געווען, מיך
מכניע צו זיין!!! ער האט געוואלט אז דורך די פעטש זאל איך באקומען
הכנעה. יעצט, הכנעה, מיינט, אראפשטופן און צעקוועטשען די ענערגיע. פעטש ווייסט נישט, וועכע ענערגיע אראפצושטופן. ער ווייסט איין זאך,
אראפ מיט די ענערגיע! צעקוועטשט. די ענערגיע וואס מאכט דיך זאגען זאכן, זאל אראפגיין און
זיך האלטן אראפגעדרוקט. דאס איז זיין ציהל. רעד נישט. טוה נישט. מאך נישט. פארפיהר נישט.
איך בין געווען א ווילד יונגעל. כ'האב געזאגט א חוצפה'דיג ווארט. און כ'האב געכאפט אסך פעטש. איך האב אזוי נישט געוואלט אז איך זאל אזאנס האבן געזאגט. ס'איז ארויסגעקומען. ס'איז געשעהן. איך בין בטבע א וואוילער. איך וועל אלעס טוהן צו זיין וואויל און פאלגען. איך האב א שטארקע קאנעקשאן און איך ציה זייער שטארק מיט נאנטשאפט צו יעדעם וואס איז אמאל געווען מיין מלמד. אבער פון די אנדערע זייט טוט מיך וויי "פארוואס האסטו מיך געשלאגען?"
"איך פיהל נאך אלץ די זעלבע זאך וואס איך האב געפיהלט דעמאלסט בשעת'ן כאפן די פעטש"
און דאס איז די סימפטאם וואס מיך באדערט. אבער ס'איז נאך טיפער, ס'איז די flow פון life energy וואס האט זיך דעמאלסט אפגעשטעלט עד היום הזה. ווייל ווילאנג איך בין נישט אריין אין מיין אינטערנבאוויסטזיין,
אפילו איך האב עס באהאנדעלט, ווילאנג איך בין נישט אריין אין מיינע טיפע געפיהלן, האט זיך דאס נישט אויסגעהיילט. איך פיהל אז ווייל ס'איז געווען אזא זאך בין איך שוין נישט די זעלבע ווערד! דהיינו, די פעטש האט משפיע געווען אויף מיין עצם דעפינישאן פון סעלף! וואס מיך
האט געבאדערט איז, פארוואס בין איך סטאק דערמיט? אפילו איך טריי צו זאגען אז ס'איז געווען און לאז שוין אפ, און גיי ווייטער. דאך איז עס נאך אלץ משפיע אויף מיך ביזן היינטיגען טאג,
און איך קען מיך נישט אפטיילן דערפון. א קינד ווייסט נישט וואס זיין שאץ איז. ער ווערט עס געוואר פון זיינע נאנטע וואס האבן אן השפעה אויף איהם. איז אויב בלייבט אין קאפ אז זיי האלטן אז מ'דארף אים געבן פעטש. וואסערע מסקנה נעמט א קינד ארויס דערפון? אז ער
איז א ראנג מענטש איך וועל באלד אויפווייזן פארוואס איך האב נישט ארויסגענומען די ריכטיגע מסקנה.
ס'ווערט אריינגעדרייט אינעם דעפינישאן פונעם קינד און אפילו ווען מ'ווערט עלטער בלייבט עס. ווילאנג מ'נעמט עס נישט ארויס. עכט האב איך געהאט צוויי אפשענס. איין אפשען צו פיהלן די צעקלאפטקייט. אדער זיך צו דיסטרעקטאן דערפון. גיין און פארברענגען צייט און זיך צו דיסטרעקטאן דערפון מער און מער. אבער אנגיין מיטן טאג ווייטער טראץ דעם, האב איך נישט געקענט. און באלד וועלן מיר זעהן פארוואס.
און דא נעמט זיך מתבונן גיין טיפער און ער זאגט מיך אז איך זאל מאכן אן overt statement אן אווערט סטעטמענט מיינט. א טריק, וויאזוי די אינטערנבאוויסטזיין זאל זיך נעמען רעדן.
מ'דארף געדענקען, ס'איז נישט אזוי טיף די אינטערנבאוויסטזיין, מ'דארף עס אבער געבן א
שטארקע געלעגנהייט אז ס'זאל זיך נעמען רעדן. מ'דארף עס גוט געדענקען. נאך דערצו אויב מ'וויל טוהן קאוהירענס טערעפי. די אינטערנבאוויסטזיין קען נישט צוריקשטופן די געלעגנהייט אז ער קען ארויסקומען עפעס זאגען. אבער ס'מוז געגעבן ווערן די געלעגנהייט. אין די רגע איך שטעל מיך פאר די מענטש און איך זאג איהם דעם געפיהל מיט א שטארקייט. קודם ווער איך אליין
מער באוויסטזיניג וואס איך ווייס אלץ בנוגע דעם מענטש. מיינע געפיהלן נעמען זיך ארויסקומען. און ווי מער איך רעד אלץ מער וועט ארויסקומען. אזוי ווי ווען איך כאפ אן די שפיץ פון א פאדעם וואס קומט ארויס פון מיין רעקעל. די גאנצע שלעפט זיך מיט. ס'איז נישט ממש דומה צום נמשל.
איז ווען איך שטעל מיך פאר אין מיין דמיון זאכן וואס מיין אינטערנבאוויסטזיין ווייסט וועגען זיי עפעס און איך רעד צו זיי. אדער וועגען זיי, איז, זאכן וואס איז שוין גאנץ אויבן אויבערפלאך ווערט קלארער און שארפער מיט מער געפיהל. און זאכן וואס איז נאכנישט ארויסגעקומען שלעפט זיך מיט.
נאך אזאך וואס מתבונן גייט יעצט טוהן מיט מיך אינעם סעשאן, ער גייט מיט מיר מאכן אן integration. דאס הייסט אז איך זאל אליינס אייזעהן מיט א קלארקייט. אז די סיבה פארוואס איך האב נישט קיין energy אין מיין לעבן. איז ווייל איך בין נאך אונטער דעם אפעקט.
מתבונן זאגט מיך: איך וויל דו זאלסט דיך יעצט פארשטעלן ווי ס'איז אנהייב טאג, און איך וויל זאלסט דיך (זאלסטעך) פארשטעלן די אלע מענטשן וואס האבן א שטארקע ענערגיע און דו ווילסט אויך האבן דעם ענערגיע.
בשעת איך האב עס אנגעהויבן טראכטן און זיך עס פארשטעלן אין מיין דמיון, האב איך שטייטזיך גראד געפיהלט אז
איך האב נישט זייער ענערגיע סאו, איך רוף מיך אן "איך פיהל די צווייטע זייט אויך" די צווייטע זייט מיין איך, דעס אז איך האב נישט דעם ענערגיע וואס זיי האבן.
און ער פרעגט מיך וואס איז די צווייטע זייט. זאג איך איהם "
אז מ'ווייסט אויף מיך אז איך בין נישט OK. דערפאר קען איך נישט אנגיין מיטן טאג, מיטן גאנצן ענערגיע ווי זיי". (באמערק ווי איך זאג נישט אז ס'טוט מיך וויי אז איך האב געכאפט פעטש. איך האב געזאגט וואס איך האב געפיהלט!
ס'טוט מיך וויי אז מ'ווייסט אויף מיר אז איך בין נישט OK.און ער פרעגט מיך ווייטער "וואס איז דעי 'נישט אקעי'"
דאס הייסט אז יעדע ווארט וואס ווערט אויסגעדרוקט פונעם קלייענט, ווערט אויסגעפאקט! "וואס מיינט ביי דיר נישט ok?" (און דא האב איך גענומען מיין צייט, און איך האב מיך אפגעשטעלט טראכטן "וואס איך האב געמיינט צו זאגען, ווען איך האב געזאגט אז איך בין שוין נישט OK" ווייל ביי יעדע קלייענט אין יעדע צייט מיינט די ווארט "נישט OK"
עפעס אנדערש.
און בשעת איך האב מיך גענומען טראכטן וואס איך האב געמיינט ווען איך האב געזאגט אז איך פיהל אז איך בין נישט אקעי אין זייערע אויגען (האלסט מיט?) איז מיין קאפ אוועקגעפלויגען.
און איך רוף מיך אן צו מתבונן "מיין קאפ איז מיך אוועקגעפלויגען בשעת איך האב געוואלט טראכטן וואס איך מיין דערמיט"
יעצט, אין קאוהירענס טערעפי, ווי איך האב שוין אויבן געשריבן זאגט מען נישט אז די קאפ פליהט
סתם אזוי אוועק. ניין!
מ'זאגט אז די קאפ פליהט אוועק, ווייל די אינטערנבאוויסטזיין וויל נישט דילן מיט עפעס וואס איז זייער אומאנגענעם. ער וויל נישט דילן מיט די פרא-סימפטאם פאזישאן. און אונזער פאל די עמאושענעל וואונדאון דערפאר האב איך געזאגט פאר מתבונן, אז ביז דעם פוינט אינעם סעשאן, בין איך געווען מיט מיינע געפיהלן, אבער פלוצלינג פיהל איך נישט מער! מיין קאפ איז אוועקגעפלויגען
איך געדענק נישט וואס איך האב פריער געזאגט און געפיהלט מתבונן ווייסט שוין אז דאס רופט מען dissociation . און פאר דעם אליין קען מען מאכן גאנצעטע סעשאנס. צוריקצוברענגען די מיינד אז ס'זאל מסכים זיין זיך צו טרעפן מיט די פרא-סימפטאם פאזישאן.
dissociation איז א אזוי ווי א pain soother א געוויסער פארום פון ADHD. אדער איז דאס אליין ADHD. אבער איך לאז עס פאר די טעאריע maker צו טעארייזן
מתבונן קען אזוי ווייטער פיהרן די שמועס און דיך צוריקדרייען צו די געפיהלן וואס מ'האט געוואלט פארמיידן.
ס'דא אסאך וועגען וויאזוי מ'קען צוריקברענגען א dissociation. איינע איז, צו זאגען,
איך זעה אז די האסט אזויפיהל ווייטאג פון דעם אז וכו'. און מ'נעמט זיך צוריק רעדן פון די געפיהלן פון די ווייטאג. (נישט ווייל מ'וויל סתם אזוי רעדן פון ווייטאגליכע געפיהלן, נאר מ'וויל אנקומען צום פרא-סימפטאם פאזישאן כדי עס אויסצומעקען.)
overt statement "ס'טוט מיך זייער וויי אז מענטשן ווייסן
אבער בשעת איך מאך דעם overt statement וועל איך אלעמאל בודק זיין צו איך זאג דעם
אמת. מיט ליגענט אין קאוהירענס טערעפי קומט נישט אן אין ערגעץ! ס'טאר זיך נישט פיהלן flat אדער נישט אינגאנצן עכט! אדער "איך פיהל עס נישט ממש אזוי" אויב יא,
גייט מען אנקומען ערגעץ אבער נישט צום פרא-סימפטאם פאזישאןאויב איך סטאפ צו פיהלן עפעס אין א קאוהירענס טערעפי סעשאן, וועל איך זאגען "איך האב עס פריער געפיהלט, אבער יעצט פיהל איך עס שוין נישט" און דאס איז זייער וויכטיג.
מ'גייט וויאזוי ס'פיהלט זיך אמת'דיג.דא האט מיין סעשאן גענומען א turning point. ווייל מתבונן האט מיך געפרעגט, "סאו, ס'איז מער אז ס'גייט דיך אן אז מ'ווייסט אויף דיר אז דו ביסט נישט OK." און נישט אז דו האסט געכאפט פעטש.
איך האב מסביר געווען פאר מתבונן, אז איך ווער define'ט אין זייערע אויגען.
אלץ א נישט OK מענטש פרעגט ער מיך.
און דא האב איך מיך נאכמאל אפגערעדט "פארוואס קען איך מיך נישט אפלאזן פון דעם אז זיי define'ען מיך אזוי?" דהיינו דאס איז דאך די סימפטאם וואס באדערט מיך!
מתבונן אזוי ווי א קאוהירענס טערעפיסט דארף צו טוהן און טוהט. שלאגט פאר א overt statement דזשאסט צו קודם מאכן קלאר וויפיהל מ'ווייסט ביז יעצט און אויך ארויסצושלעפן מער.
און די overt statement איז דאס מאל געווען ווי פאלגענד "איך קען מיך נישט אנקוקען אז ס'דא מענטשן וואס ווייסן אז איך בין נישט דער OK מענטש! סאו איך גיי מיך..."
און איך זאג עס.
יעצט זאגט מיך מתבונן קוק אן דעם מלמד און זאג אים..
רוף איך מיך אן, "איך קען אים דעס נישט זאגען"
דו זאגסט איהם, "ס'באדערט מיך אז דו ווייסט אויף מיך אז איך בין נישט OK"
יעצט האב איך אנגעהויבן פארציילן אז אלעמאל באדערט מיך דע זאך, אז ס'דא וואס ווייסן אויף מיך (פון די קינדער יארן) אז איך בין נישט OK
(א האלבע שעה אינעם סעשאן)
אסך מאל וועט א קאוהירענס טערעפיסט, זאגען פאר די קלייענט אלעס וואס ער האט שוין געהערט פונעם קלייענט. אזוי ווי ווען איך וואלט געגעבן פארן טערעפיסט שטיקלעך פון א פאזל, און ער ווייזט עס מיך אלץ א גאנצער בילד!
און מתבונן זאגט מיך. "איך וויל זאלסט דיך זעהן ווי עס איז אנהייב טאג, און קיינער שטייט נישט נעבן דיך יעצט, אבער דו ווייסט אין דיך אז ס'דא מענטשן וואס ווייסן אז דו ביסט נישט OK."
איך רוף מיך אן "און דעס צעברעכט מיך" נאך א שטיקעל אויפמערקזאמקייט, וואס ס'צעברעכט מיך אין מיין לעבן!
מתבונן: "און איך קען דעס נישט אויסהאלטן אז ס'דא מענטשן וואס ווייסן אז איך בין נישט אן OK מענטש".
ביז אהער איז שוין היפש ביסל ארויסגעקומען וואס ס'דרוקט מיך אזוי.
וואס איך טו אין א קאוהירענס סעשאן איז. איך פראביר שטארק צו זיין מיט מיינע געפיהלן! און איך פראביר אליין צו פארשטיין וואס ס'קומט פאר מיט מיך. אליין איז עס שווער אויב נישט אוממעגליך צו מאכן. מיטן הילף פון א טערעפיסט אדער אפשר אפילו א גוטער פריינד, קען מען עס מאכן בעזר הקל יעקב.
איך האב דעמאלסט
געפיהלט! אז וואס ס'באדערט מיך איז, אז "איך ווער אזוי ווי define'ט דורך דעי דאזיגע מענטשן וואס האבן מיך געקענט אלץ קינד! און איך קען עס נישט אפטיילן. ס'בלייבט קאנעקטעד.
מתבונן: "איך וויל זאלסט זאגען, 'ווילאנג איך קען מיך נישט אפטיילן פון ענק, וויל איך מיך דיסטרעקטאן, איך וויל אוועקלויפן," זאג וואס דו גייסט טוהן.'
איך: "איך גיי נישט קענען האבן קיין חשק און ענערגיע"
איך: "איך בין נישט אזוי אינטערעסירט צו זיין OK אין זייערע אויגען אבער איך קען מיך פשוט נישט שטארקען ווילאנג איך ווייס אז זיי ווייסן (די וואס קענען מיך פון מיינע קינדער יארן) אז איך בין נישט OK" (דאס קומט נאכן טראכטן, און צומאל קען דאס אליין זיין פון אן אנדערע פאזישאן וואס איז זיך צאמגעקומען מיט דעם פאזישאן, סאו ס'ווערט א דזשאקסטעפאזישאן)
מתבונן זאגט מיך איבער אלע שטיקלעך פאזל וואס איך האב איהם דערלאנגט. "דו קענסט נישט פועל'ן ביי דיר אנצוגיין מיט דיין לעבן ווילאנג זיי ווייסן אז דו ביסט נישט OK און ווילאנג דו אליין גלייבסט אז דו ביסט נישט OK."
איך: וואזוי קען איך פיהלן אז איך בין OK אז ס'איז געווען אזא מעשה? איך ווייס אז ס'איז נישט געווען OK.
אז יעצט בין איך שוין גוט? (דא קען זיין ווייטער א געלעגנהייט פאר א dis-confirming knowledge וואס קען dissolven אבער ס'איז נישט געשעהן, ווי זעהט ווייטער.) "איך קען נישט, איך קען נישט. ווילאנג זיי ווייסן אז איך בין נישט OK קען איך נישט. און דעס וואס באדערט מיך, פארוואס קען איך נישט אנגיין?" (סימפטאם)
ווייטער איך: איך קען מיך נישט טרעפן. וואו בין איך OK? וואו בין איך יעצט OK? וואס בין איך OK? איך פיהל אז איך ווער define'ט אין זייערע אויגען.
מיינע נענסטע וואס האבן געדארפט האלטן פון מיר ווייסן אז איך בין נישט OK יעדער איז שטרענג צו מיר. יעדער איז מסכים אז מ'דארף אזוי זיין צו מיר.
ער: קוק זיי אלע אן (טיפיקעל הא?) און זאג זיי,
ענק זענען אזוי גערעכט פארן מיך שלאגען איך: (טראכט צו ס'פיהלט זיך אמת'דיג אזוי צו זאגען) און איך זאג
ענק זענען אזוי גערעכט פארן מיך אזוי טריטן (זעה, וואזוי איך האב געטוישט זיין פארגעשלאגענעם overt statement אז ס'זאל מער שטומען וואס איך פיהל. איך האב געפיהלט אז שלאגען איז נישט די ווארט וואס איך ווייס געשעהט מיט מיר.
טריטןאיז די ווארט.
ער: טייפט אראפ און רופט זיך אן "זאג זיי פארוואס" דהיינו זאג זיי פארוואס זיי זענען גערעכט מיט דעם אז זיי טריטן דיך אזוי.
ער: "קוק וואס איך טו אלץ, אוודאי דארפן ענק מיך שלאגען." (דהיינו, אז א קינד פארשטייט, אז מן הסתם איז ער טאקע אזוי וויאזוי די פעטש לויטעט!) "אוודאי דארפן ענק מיך אזוי טריטן"
דא זענען שוין מיינע אויגען געווארן נאס. ווען איך האב איך מיך דערמאנט און עכט געווען אין יענע עקספיריענס פון יענע יארן. (מ'דארף עס מיטלעבן אזוי ווי, כאילו ס'געשעהט יעצט).
ער: "איך בין בעצם שלעכט"
איך בין געווען איינגעזינקען אין מיין עקספיריענס. אבער איך האב גוט געקוקט וואס איך פיהל. איך האב מיך פארגעשטעלט ווי כאילו ס'איז יעצט, און איך האב געקוקט
וואס פיהל איך יעצטאיך: איך פיהל אז אפילו איך וועל מיך אויפהייבן פון די פעטש, און איך וועל גיין ווייטער, קען איך שוין נישט.
ער: "איך בין שוין דיפיינט אלץ דער שלעכטער יונגעל" און איך וויל זאלסט זיי דעס זאגען.
איך טראכט און טראכט,
וויאזוי קוק איך מיך אן יעצט, איך בין יעצט א יונגעל ביי יענע מעשה, וואס איז מיין בליק אויף מיך? איך זאג איהם "איך ווייס נישט צו 'שלעכט' איז די ווארט"! די ווארט איז מער
"איך בין א יונגעל וואס מ'קען איהם נישט לאזן טוהן וואס ער וויל"ער: דו ביסט א יונגעל וואס מ'דארף איהם אנכאפן "מיך דארף מען צעקוועטשן" (דאס איז די מעסעדזש וואס א קינד נעמט איבער ווען מ'טריט איהם אזוי) "איך בין דער יונגעל וואס מ'קען איהם נישט לאזן אויף דער פריי" און דא האט עס שוין געקליקט! דאס איז געווען וויאזוי איך האב געפיהלט! און מיינע אויגען האבן אויפגעלאכטן. ווייל אזוי האב איך געפיהלט! און ער האט מיך געגעבן א משל מיט א קינד וואס לויפט אויף די גאדער, און מ'כאפט זיי אן מיט אזא leash.
ער: "זאג זיי דעס, איך בין א יונגעל, וואס מ'דארף אנכאפן מיט א ליש (leash)" (אסאך מאל פיהל איך ווי ס'ווערט flat. און איך בין אלעמאל גרייט צו גיין נאר מיט
וויאזוי ס'פיהלט זיך אמת'דיג.)
ער: "און מיך נישט לאזן טוהן וואס איך וויל, וואטשן וואס איך טו, און מיך נישט לאזן גיין וואו איך וויל, איך בין צו ווילד" (איך זאג נישט דעם overt statement ווילאנג איך בין זיכער אז ס'פיהלט זיך טאקע אמת'דיג.)
און איך זאג "איך בין צו ווילד אז איך זאל זיין זיכער אז איך טו אלעס גוט"
איך: ס'איז געשעהן פלוצלינג, ממש פון זיך אליין, דעמאלסט האב איך באשלאסן אז מ'דארף מיך האלטן מער צעקלאפט, מער שטיל, און דעס איז מער די וועג וויאזוי צו פארמיידן א שטראף. אויב וועל איך ווייטער זיין ווילד וועט נאכאמאל עפעס געשעהן. אזוי אז ס'לוינט זיך מיר צו פיהלן די פעטש (אפילו ווען ס'איז שוין געווען נאכדעם), אזוי אז ס'זאל נישט געשעהן נאכאמאל"
ער: זאג זיי "איך בין צו ווילד מיך צו קענען קאנטראלירן. אין יעדע רגע קען איך עפעס ארויסשיסן און איך וועל מיך נישט כאפן אז איך האב געמאכט א מיסטעק" "איך וועל מיך איינצוימען, איך וועל אננעמען ענקערע פעטש, און עס געדענקען און עס אריינבאקען אין מיר, דאס וועט זיין מיין ליש, דאס וועט זיין מיין שטריק ארום די האלז,
אזוי האלט איך מיך אן אז איך זאל נישט גיין צו ווייט"
(דאס איז די אינטערבאוויסטזיניגע סטראטעגיע פון זיך האלטן אין קאנטראל, און מאכן זיכער קיינמאל מער נישט איבערצוטוהן דעם זעלבן עוולה, און דאס איז דורכ'ן בלייבן בהכנעה און אראפגעקלאפט)
איך: און דאס באדערט מיך. פארוואס דארף איך אזוי זיין?
ער: אוודאי דו וואלסט ווען געוואלט זיין spontaneous.
איך: וויאזוי קען איך זיין ספאנטעניעס אז איך קען פלוצלינג כאפן פעטש? פארוואס בין איך אבער אזוי?
ער: דיין שאלה איז פארוואס דו ביסט אזא מענטש, אבער די פאקט איז אז דו ביסט אזוי.
איך: אויב א מענטש ווייסט אז ס'איז נישט געשעהן פלוצלינג ווייסט ער אז נעקסטיים וועט ער טראכטן. אבער אויב ס'געשעהט פלוצלינג? איז א סימן אז מ'דארף זיין זייער, זיך צו קענען קאנטראלירן.
ער: דו האסט נישט דעם קול אין דיין קאפ וואס זאגט דיך, נשמה, דעס זאג נישט. ס'לוינט נישט. דו האסט נישט דעם פילטער. ס'איז טאטעלי ארויס פון קאנטראל
(איך פארשטיי נישט פארוואס ער האט דעס געזאגט.) דעס איז ADHD. מ'איז אימפאלסיוו.
איך: וואס קען איך טוהן? פארוואס אויב אזוי האב איך געכאפט פעטש? (געטראכט צוויי סקונדעס) ס'באדערט מיך נישט אזוי שטארק די פעטש. ס'באדערט מיך
פארוואס איז געבליבן ביי מיך אז דעס בין איך, דעס בין איך און דעס בין איךער: קודם לאמיר זעהן וואס ס'איז געבליבן נאכדעם עמער זעהן פארוואס.
איך: ס'איז געבליבן אז איך דארף מיך אנהאלטן. איך קען נישט זיין ספאנטעניעס. אנדערע ADHD, ס'דא אסאך ADHD אין ביהמ"ד. זיי קומען אריין, זיי מאכן נישט אזאכע מיסטעקס, ס'געשעהט נישט ביי זיי. פארוואס דארף איך זיין
אזוי צעקוועטשט (איך האב געמיינט ארויסצוברענגען, אז די אנדערע ADHD, דארפן נישט זיין אזוי צעקוועטשט כדי נישט צו מאכן מיסטעקס. און דאס קען אויך זיין א contradictory knowledge. וואס אויב זיי קענען זיין נארמאל פארוואס מוז איך זיין אזוי צעקוועטשט?)
ער: זאג "איך בין צו געפארפול, איך בין צו dangerous . איך מאך צו עקסטרים מיסטעקס. דארפאר דארף מען מיך אזוי שלאגען. מ'דארף מיך שטארק שלאגען, און שטארק דערמאנען, ווייל איך מאך געפערליכע מיסטעקס! מער ווי אנדערע ADHD" (ער האט ספעשול געזאגט די ווערטער "מער ווי אנדערע ADHD" ווייל ער האט געוואלט אז איך זאל כאפן אפשר א juxtaposition.)
(פינף און פערציג מינוט אינעם סעשאן)
איך: אנדעם, אן זיין צעקוועטשט, בין איך נישט פארזיכערט, בין איך נישט סעיף. (דהינו איך קען נאכאמאל מאכן דעם זעלבן מיסטעק)
ער: איך וויל זאלסט עס זאגען, "אויב איך מיך לאזן זיין לויז,
איך:
אזוי ווי איך בין געווען פארדעם, ער: אזוי ווי איך בין געווען פאר מ'האט מיך געשלאגען, וועל איך ווייטער טוהן dangerous mistakes. מ'האט דיך נישט געשלאגען סתם פארן טוהן א קליינע מיסטעק. דא איז געווען שרעקליכע מיסטעקס.
איך: ס'מוז אזוי זיין, אז נישט וואלט איך נישט געכאפט אזאנע פעטש. האסט אמאל געזעהן אז א מענטש כאפט פעטש פאר א קלייניגקייט?
ער: "און איך גיי באקומען שרעקליכע פעטש פארדעם" "פעטש, בזיונות, אראפקלאפן"
איך: און ס'איז טאקע געלונגען ב"ה. און די שאלה איז "אפשר דארף איך טאקע כאפן פעטש?"
ער: און איך גלייב עס אויך אפשר
על כל פנים דעס איז וואס דו גלייבסט אזוי.
ער: איך וויל זאלסט זאגען "דו שטייסט נישט דא נעבן מיר, אבער איך וועל ממשיך זיין דיין וועג, און מיך אליין שלאגען"
איך: די וועג וויאזוי איך שלאג מיך אליין. איז אז איך לייג מיך אריין אין יענע פאזישאן, די צעקוועטשקייט. די אראפגעקלאפטקייט. אבער איך האב באמת מורא פון יעדע מענטש. מיט שכל קען איך עס אוועקנעמען. אבער איך האב מורא. (איך האב געהערט פון נאך איינעם, אז ווען ער זעהט איינער וואס קוקט נאר אויס ווי דער אוטאריטי וואס האט אים אזוי געשלאגען און גע'רודפ'ט כאפט אים אן א פחד)
איך: איך קען נישט טרעפן קיין שום וועג וויאזוי זיך צו שטארקען.
ער: איין וועג איז דא, זיך צו דיסטרעקטען.
איך: די ערשטע זאך וואס איך טו איז אז איך האלט מיך אין די פעטש. און די צווייטע איז אז איך דיסטרעק מיך.
"איך דארף ווייטער מיך לאזן פיהלן די צעקוועטשקייט, און די הכנעה, און די ווייטאג און די פעטש, און מיך אראפקלאפן מיין ענערדזשי, און נאר דאס איז די איינציגסטע וועג וויאזוי איך וועל זיין וואויל! ווייל איך האב נישט קיין שום אייגענע וועג וויאזוי איך זאל מיך קאנטראלירן אז ס'זאל נישט ווערן קיין מיסטעק, דאס איז די וועג וויאזוי איך קען מיך קאנטראלירן, די הכנעה פון די פעטש איז די וועג וואס קען מיך האלטן אין קאנטראל אזוי ווי דער מעסעדזש פונעם מלמד איז געווען
איך דארף דיך געבן פעטש ווייל איך וויל נישט זאלסט זיין אזוי ארויס פון קאנטראל און נאר אזוי אז דו וועסט ווערן בהכנעה וועסטו זיין אין קאנטראל און נישט רעדן חוצפה'דיג, נאטורליך האסטו נישט קיין סענסאר וואס כאפט אויף אויב דו מאכסט א מיסטעק, און נאר דורך די after פעטש אפעקט וועסטו זיין אין די ריינע קאנטראל" סאו כדי צו זיין אין קאנטראל מוז מיך האלטן אין דעם אפעקט. איך מוז האבן עפעס א ליש וואס זאל מיך אנכאפן און וואטשן און דערמאנען אויף אייביג נישט צו מאכן קיין מיסטעקס. "
(דאס וואס דער מלמד טראכט, דאס ווערט אריבערגעפיהרט צום קינד און ס'ארבעט זייער גוט אויף אייביג. גם כי יזקין לא יסור ממנו) איך האב נישט באקומען אן אנדערע וועג וויאזוי זיך צו האלטן אין קאנטראל. און די איינציגסטע וועג איז געווען
פעטש אדער די אפעקט נאך פעטש. דאס איז די איינציגסטע וועג. אזוי מיינט א קינד וואס כאפט פעטש צו זיין וואויל דורך די פעטש.
מיין אויפגאבע איז צו פראבירן צו טרעפן אויב ס'דא עפעס אן אנדערע עצה צו בלייבן אין קאנטראל. און צו טאקע גייט מען ארויס פון קאנטראל. אדער נאר א קינד גייט ארויס פון קאנטראל? נאר א קינד קען אמאל טוהן אזא זאך און כאפן דערפאר. אבער היינט בין איך שוין ערוואקסן.
איך וויל דא זאגען אז איך האב זייער זייער זייער זייער ליב דעם מלמד שיחי' לחיים ימים טובים ארוכים ולשלום. איך האב נאר געוואלט פארשטיין פארוואס איך בין סטאק דארט. און וויאזוי איך קען דערפון פטור ווערן. איך בין מקבל אויף מיר צו זיין בהכנעה, אבער איך דארף אויך האבן ענערגיע. און דאס איז נאר דורכן וויסן, אז איך מוז נישט לעבן אינטערן איינדרוק פונעם שטעקען.
און ער האט זיכער זיכער נישט געוואלט איך זאל בלייבן אונטערן איינדרוק פונעם שטעקען. און די זאך וואס האלט מיך אן צו דעם איינדרוק איז די וויסן אז נאר דורך דעם בין איך וואויל.
איז די צעטיל וואס איך האב באקומען היינט איז ווי פאלגענד
אויב איך גיי מיך לאזן זיין לויז אזוי ווי איך בין געווען פאר מ'האט מיך געשלאגן, וועל איך זיכער ווייטער מאכן שרעקליכע דעינזשרעס מיסטעיקס,
און איך גיי באקומען שרעקליכע פעטש, בזינות, מיך אראפקלאפן, און וואס נישט.
ווייל ענק זענען גערעכט, איך האב נישט א נאטירליכע סענסער אויפצוכאפן אז איך מאך א מיסטעיק.
און איך גיי בלייבן מיט מיין ענערזשי ארויס פון קאנטראל.
איך מוז האבן עפעס א ליעש וואס זאל מיך אנכאפן און דערמאנען אויף אייביג נישט צו מאכן קיין מיסטעיקס.
סוי איך דארף ווייטער מיך לאזן פילן די הכנעה און די ווייטאג, און די פעטש, און מיך אראפקלאפן מיין ענערזשי,
ווייל דעיס איז די איינציגסטע וועג וויאזוי איך וועל זיין וואויל און בלייבן אין קאנטראל.