די טיפע וועג פון טויש. קאוהירענס טערעפי

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

ער האט זייער שטארק אויסגעארבעט די 4 מדות מהלך עס זאל ארבעטן פאר אונז אידן. עס האט א גאנצע סיסטעם מיט דייאגנאזן און הילף פאר יעדע פראבלעם וכו׳

ער האלט אז אלע נפשיות׳דיגע פראבלעמען נעמען זיך פון איין יסוד וואס קלאפט אויס אויף אסאך וועגן. אויב איך וועל עס הערן וועל איך בל״נ שרייבן אן ארטיקל דערוועגן. אין מיין עקסטרעמיסט אשכול איז דאס שוין מרומז
קוטיג
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 16, 2016 2:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוטיג »

איך ווייס נישט צו ער איז דער ערשטער וואס צוטיילט די תכונות פון מענטשען עפ"י פיר יסודות הבריאה ארמ"ע, אבער דורך זיינע שיעורים באקומט מען א בליק וויא אזוי צו דערקענען ווער איז פון יסוד העפר [דאס הייסט, אז דער יסוד איז שולט אויף איהם בעיקר, הגם אז ער קען האבן פון די אנדערע יסודות, אבער עפ"י רוב איז דא איין יסוד וואס דאס איז שולט אויפען מענטש] און ווער איז פון יסוד האש אא"ו.
אויך קען מען פארשטיין פון הרב גרין, וויא אזוי דער צוגאנג איז צו יעדן יסוד, און אז מען דארף פארשטיין אז מיט א טבע וואס א מענטש ווערט געבוירן קען מען נישט צופיל משנה זיין.

סתם אינטרעסאנט, ווער צוטיילט שוין די תכונות האדם עפ"י ד' יסודות הבריאה?
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

קוטיג האט געשריבן:איך ווייס נישט צו ער איז דער ערשטער וואס צוטיילט די תכונות פון מענטשען עפ"י פיר יסודות הבריאה ארמ"ע, אבער דורך זיינע שיעורים באקומט מען א בליק וויא אזוי צו דערקענען ווער איז פון יסוד העפר [דאס הייסט, אז דער יסוד איז שולט אויף איהם בעיקר, הגם אז ער קען האבן פון די אנדערע יסודות, אבער עפ"י רוב איז דא איין יסוד וואס דאס איז שולט אויפען מענטש] און ווער איז פון יסוד האש אא"ו.
אויך קען מען פארשטיין פון הרב גרין, וויא אזוי דער צוגאנג איז צו יעדן יסוד, און אז מען דארף פארשטיין אז מיט א טבע וואס א מענטש ווערט געבוירן קען מען נישט צופיל משנה זיין.

סתם אינטרעסאנט, ווער צוטיילט שוין די תכונות האדם עפ"י ד' יסודות הבריאה?

fiena nieas האט געשריבן:געהערט אמאל א שיעור פון מרדכי וויינבערגער וועגן דעם

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

עס זענען דא אסאך וואס צוטיילן עס אזוי, די מהלך פון גרין קומט אריגינעל פון א גוי׳אישע מהלך ער האט עס אבער איבערגעמאכט אינגאנצן און גענומען הסכמות פון רבנים. עניוועי, דא איז די קאוהירענס אשכול... איינער געדענקט?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

דאס וואס פליישמאן זאגט קען מען שטארק ארויסהעלפן מיט קאוהירענס טערעפי.
קאוהירענס טערעפי איז א וועג פון טון טערעפי. און ס'איז נישט געבן "עצות". און אונז האב מיר קלאר געזען אז מתבונן זאגט די זעלבע ווי פליישמאן. אז אלעס קומט פון איגאו. מ'דארף ארבעטן מיט גרויס געניטקייט צו כאפן "ווען מאכט דער מענטש א פאלשע מציאותיות און ער איז סטאק דערמיט, און ווען ס'איז די עכטע הוה'דיגע מציאותיות" דאס איז א חכמה ואינה מלאכה. מ'דארף קענען אנטדעקן, און אטאקירן די פאלשע מציאותיות, און עס אויסמעקן דורכ'ן טרעפן א דשאקסטעפאזישן, אין אונזער פאל, די עכטע מציאותיות. ס'איז די "ציהל" וואס מ'וויל צוקומען, און די ציהל איז צו כאפן וואו מאכט דער מענטש אומריכטיג די אופן פון וואו צו שעפן זיין מציאותיות און וואס דער מענטש האט זיך אויסגעלערנט פארוואס ס'מוז זיךאים מאכן אזא אומריכטיגע מציאותיות.

די עמאושענאל לערנונגען וואס ליגן אין די אינטערנבאוויסטזיין זענען די וואס מאכן מציאותיות דמיוניית. אדער אז מ'זאל נישט פילן אז מ'איז בכלל א מציאותיות. א מענטש כאפט אליין נישט ווי ווייט זיין מיינד נארט אים אויס, און מאכט יא א מציאותיות דמיוניית, אדער אז זיין מיינד וויל משום א טיפע סיבה נישט נוצן די דחפים וואס קומען פונעם נפש. ערגעץ ווען אונטער שטארקע עמאושענס האט זיך דער מענטש אויסגעלערנט צו געבן ענדערש א מציאותיות דמיונית. מ'דארף אריינקריכן אינעם אינטערבאוויסטזיין צו כאפן וואס ער האט זיך אויסגעלערנט.

וואס וויל איך דא?
איך וויל דא זאגן, אז פליישמאן איז זייער גערעכט אז די סיבה פארוואס א מענטש ליידט קומט פון געבן א מיינונג צו די נישט ריכטיגע מציאותיות, אז דאס איז פון וואו צו שעפן זיין מציאותיות, אלע פראבלעמען קומען ווייל א מענטש ווערט געבוירן און אפגעטיילט פון זיין נאנט מיטן ריכטיגן אמת'דיגן מציאות הקב"ה. אלע פראבלעמען קומען פונעם איגאו. אבער פליישמאנס מהלך איז קאונטעראקטיוו. און קאונטעראקטיוו ארבעט, ס'ארבעט פיין. אבער ס'איז אויסגעשטעלט צוריקצופאלן. אויב ס'דא שטארקע עמאושענעל לערנונגען וואס דער מענטש מוז דערפאר געבן אזא מיינונג פאר די מציאות וואס ברענגט א אומריכטיגער מציאותיות.
בקיצור אונטערשטע שורה איז אז ווען מ'גייט מיט מעמארי ריקאנסאלידעשאן, און דער מענטש מעקט אויס און זעהט איין די ריכטיגע באדייט אויף א געוויסע מציאות האלט זיך עס ב"ה.
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

Can somebody help me to read this post? the English and yiddish in same sentence is messing up the entire paragraph.. what is the solution?
I'm referring to the post where you describe your session with Misboynen
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

Haklal האט געשריבן:Can somebody help me to read this post? the English and yiddish in same sentence is messing up the entire paragraph.. what is the solution?
I'm referring to the post where you describe your session with Misboynen


Hebrew is probably not installed or not supported in the OS you are using
איך בין א יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2016 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך בין א יוד »

קוטיג האט געשריבן:סתם אינטרעסאנט, ווער צוטיילט שוין די תכונות האדם עפ"י ד' יסודות הבריאה?


אור החיים הק' פרשת בראשית פרק פסוק ה' איז זייער שיין מבאר, איז סתם אזוי א שטיק חיזוק, וז"ל

וירא ה' כי רבה רעת האדם וגו' וינחם ה' כיעשה וגו'. צריך לדעת אומרו רעת האדם בארץ, למה ייחס הרעה בארץ, שנראה שרעתם היתה בגוף הארץ, ואחר האמת רשעת הרשעים ההם היתה בזנות ומפורש בכתוב ובחמס וגזל, ואף שיוצדק לומר בארץ על בחינת גזל הארץ עם כל זה יהיה זה פרט מהפרט. עוד למה דקדק לומר וינחם [ה' כי עשה את האדם] בארץ למה אמר תיבת בארץ שנראה שאם עשאו במקום אחר לא ינחם לעולם ואין משמעות לזה. עוד איך יוצדק לומר וינחם ה' כי לא איש אל וגו'. עוד אומרו ויתעצב עצבון זה למה שאחר שהוא נוקם נקמתו מהם ומוחה כל מורד. ולזה אפשר לומר על הפסד הבדיאה:


אכן כוונת הכתובים הוא להיות כי האדם הוא מורכב מד' יסודות אש, רוח, מים, עפר, והם בהדרגות, הדרגה הפחותה שבד' הוא העפר כי הוא עכור וגס מכולם, למעלה ממנו יסוד המים, למעלה ממנו יסוד האש, למעלה מהאש יסוד הרוח, שהוא הרוחני שבכולן, ותמצא כי כל הנבראים שבעולם הגם שכולן מד' יסודות בראם עם כל זה כל בריה עיקר בניינה מיסוד א' והוא יסוד היסוד והג' סניפים לו. יש בריה שעיקר יסודה הוא המים כדגים הגדילים במים, ויש שעיקר יסודם מן הרוח כעופות והגם שמן הרקק נבראו עם כל זה ה' הגביר בהם יסוד הרוח ולזה לא ינוחו הציפורים עפות הן כבחינת הרוח. ויש בריה שעיקרה מן האש כסלמנדרא. והן האדם יסוד שעליו נבנו בו היסודות הוא יסוד העפר דכתיב (ב' ז') וייצר ה' וגו' את האדם עפר מן האדמה שהוא יסוד הגס והעב שבד' יסודות, ולזה ישיבתו ומנוחתו באדמה ולא יסבול דירה במים ולא באויר ולא באש, ועשה ה' כן לסיבות הרבה, ואחת מהנה כי הוא הסולם אשר בו עולות המדרגות ממטה למעלה והמדרגה התחתונה היא יסוד העפר וצריך להיות בארץ, ואם היה נבנה יסודו מן הג' האחרים הרוחניות בערך העפר לא היתה הכונה שלימה בבריאתו, והמשכיל יבין כי הוא סוד הבירור, והבן. ולזה כאשר ראה ה' כי רבה רעת האדם הכיר כי רוב התיעוב הוא לצד יסודו שהוא בנוי מן הארץ וגם מקום הנחתו וחיותו בארץ, והוא אומרו וירא ה' כי רבה רעת האדם בארץ כי הוא יסוד הגם ונגדי לרוחני בתכלית, ולזה ניחם ה' כי עשה את האדם בארץ ולא עשאו בנוי משאר היסודות הדקים שבזה לא היה רק רע כל היום. ולהיות שמעשהו משאר יסודות לא תצא כוונת היצירה שחשב ה' בלבו לפועל, והוא אומרו ויתעצב אל לבו ולא אמר בלבו פירוש אל רצונו ומחשבתו אשר חשב בבריאת האדם, ומצד זה לא הפך ה' הבריאה שאם לא כן היה ה' סותר ובונה בנין חדש בהרכבה מג' יסודות, ולזה הגם שהביא מבול ואבד הכל הניח הבריאה כמות שהיתה לטעם כמוס בלבו יתברך, והגם שבאדון יתברך לא יוצדק לומר וינחם כי הוא צופה ומביט עד סוף כל הדורות, אמר כן, להיות, כי האדון יתברך מדותיו מדות הרחמים, גם בו יתברך צד הדין, ובזמן שהנבראים הולכים בדרך ישר ה' הוא האלהים מסכמת מדת הדין למדת רחמים, וכשהרשעים מכעיסים מדת הרחמים תרחיק הרחמים ותחפוץ בשלילת ההויה מעשות דין בהם, והוא אומרו וינחם ה', פירוש בחינת הרחמים תחפוץ שלא תהיה הבריאה כדי שלא להפך המדה ולא מפני זה תושלל הבריאה:
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

נשמה און 0 געסט. חחח. האלצערנע פאדלאגע, אלטע גרוך, שפין געוועבעכץ, א אטעם אריין. א בענקל דא אין די זייט. א רויטע בענקל, א זעץ אראפ. אטעם און שמעק, אטעם און שמעק. אטעם און שמעק. יא, אמאל בין איך דא געווען. אינטערעסאנט. ס'איז איבערגעבליבן אזוי ווי איך האב עס איבערגעלאזט. דאס איז די געזעץ פון פיזיקס. זאכן בלייבן אזוי ווי דו שטעלסט עס אוועק. אויב גארנישט רירט עס נישט פון פלאץ.

וואס האב איך געוואלט. יא, מתבונן.
איך דערמאן מיך ווען איך בין געזיצן ביי מתבונן אויף טערעפי, געדענק איך, פלעג איך מיך אלעמאל וואונדערן, "פארוואס ארבעט ער נישט אויף מיין סעלף-עסטים?" איך וויל פילן סעלף-עסטטים, היינט נאכן פארשטיין אזא מושג ווי איגו דיפענסעס, פארשטיי איך וואס דארט איז פארגעגאנגען.

איך פארשטיי? אפשר.
א סימפטאם באשטייט פון דריי זאכן, איינס, presupposition דאס איז די וועג וויאזוי א קינד קוקט אן די וועלט. פארוואס ער קוקט אזוי אויף די וועלט, ווייל אזוי איז אים גרינגער, א מענטש לערנט אפ די וועלט די גרינגסטע אופן. א קינד טראכט נישט, איין רגע, מיין טאטע האט דאס און דאס געטון צו מיר, ער האט מיך נישט געוואלט ענטפערן ווען איך האב אים געפרעגט עפעס, ער האט מיך נישט ליב. פארוואס? ווייל אזוי. ווייל דאס איז די גרינגסטע פארן קינד צו טראכטן. מענטשן קומען אריין אין ביהמ"ד, טראכטן די גרינגסטע.

נאכדעם קומט emotional wound. די קינד האט יעצט אן עמאושענעל לערנונג אז ער איז נישט באליבט. איז עס אמת. ניין ס'איז נישט אמת. ווייטער וואס קומט, protective action. און דאס איז די זעלבע ווי איגו דיפענס. ווייל איך וויל נישט פילן אומבאליבט, וועל איך ווערן שלעכט. אז איך דארף דיך נישט טאטי. רח"ל וויפיל מ'דארף געראטעוועט ווערן פונעם שטן. ותצילינו משטן מיינט אז ווען איך בין אנגעשטרענגט זאל מיין קינד נישט מיינען אז איך בין נישט באליבט.

יעצט, וועלן האבן סעלף עסטים, איז א איגו דיפענס. א מענטש האט נאטורליך סעלף עסטים. אויב אלעס גייט כשורה. אויב ס'איז נישטא קיין נישט ריכטיגע עמאושענעל לערנונגען, האט דער מענטש סעלף עסטים נאטורליך. סעלף עסטים מיינט אז דער מענטש דארף נישט צוקומען צו א שאץ וואס ער איז. ער איז צופרידן וויאזוי ער איז, ס'ווערט בא'נעם נישט געשטעלט קיין ספק אויף זיין סעלף.

אויב מ'זאל קענען אוועקנעמען די protective action זיך אפצוהיטן פון ווייטאג, און דערנאך אוועקנעמען די ווייטאג, מיט דעם וואס מ'ווייזט אים אויף אז נישט וועגן דעם האט דיין טאטע נישט גערעדט צו דיר ווייל דו ביסט נישט באליבט, נאר איך ווייס, צוליב בזיעת אפך תאכל לחם. דאן ווערט אלעס בעסער.

איך האב גוט געשריבן? איך וויל בעיקר ארויסברענגען, אז היינט ווען איך פארשטיי די וויכטיגקייט פון נאכלאזן די איגו-דיפענסעס, און לאזן דעם איגו אפשטארבן, פארשטיי איך אביסל טיפער וואו מתבונן האט אלץ געציהלט. דער עיקר איז "זיי מוחל", זיי מוחל. און באשיץ דיך נישט. ווייל ס'איז נישטא פון וועם שרייבט דער פאעט אויפן קעצל, פון וועם אנטלויפסטו? איך גיי דיך נישט כאפן. און איך וויל דיך נישט כאפן.

והשי"ת יעזור אז דער רע זאל באמת זיין דערווייטערט און פאר'עקלט און פארפיינטעט אין מיין הארץ.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום פרייטאג יאנואר 19, 2018 2:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 2:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקבל ומשפיע »

נשמה האט געשריבן:שמה און 0 געסט. חחח. האלצערנע פאדלאגע, אלטע גרוך, שפין געוועבעכץ, א אטעם אריין. א בענקל דא אין די זייט. א רויטע בענקל, א זעץ אראפ. אטעם און שמעק, אטעם און שמעק. אטעם און שמעק. יא, אמאל בין איך דא געווען. אינטערעסאנט. ס'איז איבערגעבליבן אזוי ווי איך האב עס איבערגעלאזט.

גראדע האב איך פונקט נעכטן דאס ערשטע באזיכט דא און געלייענט דיינע זאכן, און איך מוז דיר זאגן, זייער א שיינע ארבעט!!!
אך האב גארנישט געוויסט צו וואס דו פארשטייסט אלץ!
ווער ווייסט ווי נאך אינעם וועלטל איך קען דיך נאך אנטרעפן! אפשר וועל איך דיך נאך באגעגענען ביי פאליטישע נייעס! {ווער ווייסט אפשר ביסטו שוין דארט מיט אן אנדערע ניק, ווער ווייסט...}
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

נשמה האט געשריבן:נשמה און 0 געסט. חחח. האלצערנע פאדלאגע, אלטע גרוך, שפין געוועבעכץ, א אטעם אריין. א בענקל דא אין די זייט. א רויטע בענקל, א זעץ אראפ. אטעם און שמעק, אטעם און שמעק. אטעם און שמעק. יא, אמאל בין איך דא געווען. אינטערעסאנט. ס'איז איבערגעבליבן אזוי ווי איך האב עס איבערגעלאזט. דאס איז די געזעץ פון פיזיקס. זאכן בלייבן אזוי ווי דו שטעלסט עס אוועק. אויב גארנישט רירט עס נישט פון פלאץ.
.


זייער גיט, קום אריין עפטער אין זיי אונז מהנה
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד
גארנישט טוישט זיך נישט אן עקספיריענס. אויב איך פיל ווען איך דאווען פארן עמוד, אז יעדער טראכט פון מיר אויב נישט אז מ'לאכט ווי נישט גוט איך דאווען, גייט יעדער טראכטן פון מיר אין מיין קאפ, ביז איך גיי מיך איבערצייגן אין מיין עקפיריענס, אז קיינער טראכט נישט. אדער אז איך גיי מיך איבערצייגן אין מיין עקספיריענס אז ס'געשעהט גארנישט אויב איך טראכט נישט וואס יענער טראכט. לויט ווי איך פארשטיי גייט זיך גארנישט טוישן, נאר מ'דארף פרובירן יא צו דאווענען פארן עמוד און זיך איבערצייגן אין עקספיריענס אז ס'געשעהט גארנישט אויב איך טראכט נישט וואס אנדערע טראכטן אויף מיר.

טויש געשעהט אין א מענטש (וויפיל איך פארשטיי) נאר דורך יעצט עקספיריענסן אנדערש ווי מען ערווארטעט אז מ'גייט אט ממש יעצט עקספיריענסן. איך דארף ערווארטן אז איך גיי שוין יעצט עקספיריענסן אזוי און אזוי, און זיך איבערצייגן אז איך עקספיריענס נישט אזוי און אזוי נאר מיין עקספיריענס איז אנדערש ווי איך האב געמיינט אז ס'גייט יעצט געשעהן. דאס איז די וועג וויאזוי מ'האט זיך אויסגעלערנט עפעס, און דאס איז די וועג וויאזוי די אינערליכקייטן טוישן זיך בעזרת השי"ת. נאר דורך עקספיריענסן אנדערש ווי מען מיינט אז ס'גייט יעצט געשעהן, געשעהט טויש. "אויב איך גיי אויפהערן רייכערן גיי איך פילן בארד". אקעי, סאו, איך פארשטיי, אז טויש קען נאר געשעהן, ווען מ'איבערצייגט זיך אז איך פיל נישט בארד, אויב איך רייכער נישט. ווי מער מ'עקספיריענסד, אלץ מער טוישט מען זיך ב"ה. אז איך גיי יא האבן וואס צו טון אויב איך רייכער נישט. אז איך גיי יא קענען זיך אויסבלאזן מיין כעס... אז איך גיי יא זיין א זאך. וכו'

וויסן די טיפסטע חלקים אין מיין נפש, טוישט נישט. טויש געשעהט נאר דורך יעצט עקספיריענסן אנדערש ווי מ'ערווארטעט אז מ'גייט אט יעצט עקספיריענסן. נאך אמאל, טויש געשעהט ווען מ'עקספיריענסד אנדערש ווי מ'ערווארטעט אז מ'גייט אט יעצט עקספיריענסן. א גוטע ביישפיהל איז ווען איך שיס א קערל און ס'געלונגט נישט דארט ווי איך האב געמיינט אז ס'גייט לאנדן, וואס געשעהט אין מיין עקספיריענס? וואס עקספיריענס איך? איך טויש. definitely. נישט איך טראכט "טאמער איך גיי עסן די קיפעלעך, גיי איך ווערן איבערוואגיג, דאס מיינט גארנישט פארן emotional brain. ס'דארף זיין "יעצט גייט געשעהן דאס און דאס, און זיך איבערצייגן אז ס'געשעהט נישט". די איבערצייגן, איז די טויש.

הקב"ה האט באשאפן דעם מענטש, אז ער זאל זיך אויסלערנען מיט ערווארטונגען. אויב דאס און דאס, געשעהט דאס און דאס. למשל איך גיי שלאפן נאכט נאך נאכט שפעט, און איינמאל מאך איך אפ "פארוואס גיי איך שלאפן שפעט, ווייל איך פיל אז מ'קען נאך אויפטון מיטן טאג, און איך האב נאך נישט 'אויפגעטוהן' איך קען נאכנישט גיין שלאפן. צו א שווערע געפיל צו פילן אריינצוגיין אין בעט, מיט א געפיל פון א טאג גארנישט געטון" אבער אויב איך טו פארקערט, און איך גיי יא שלאפן, מיטן והאיש משתאה לה, "גייט זיך עס יעצט פילן אזוי געפערליך? ווי געפערליך?, אה, נישט אזוי געפערליך". און דאס איז אויך אויף אן אופן פון יעצט. איך טראכט אז ס'גייט זיך אט פילן געפערליך. און איך זעה באלד איין אז ס'פילט זיך נישט אזוי געפערליך. נאר גאר פארקערט, ס'פילט זיך זייער באקוועם.

מ'הייבט אן צו עקספיריענסן אז ס'איז נישט דאס וואס מ'האט געמיינט אז מ'גייט עקספיריענסן. אוודאי איז דא forth orders. מיט גאנצעטע "א version of reality וואס שאפט א צוועק פארוואס איך מוז געבן אזא און אזא מיינונג אויף א סיטועשאן, וואס דאס מאכט דעם ריספאנס וואס מ'רופט סימפטאם". אבער טויש געשעהט נאר דורך עקספיריענסן אנדערש ווי מ'מיינט אז מ'גייט עקספיריענסן. ס'איז אמת, (אמת וויפיל מ'פארשטייט) אז א מענטש קען גא-ט ב"ה זאל באהיטן עקספיריענסן פיזישע ווייטאג, ווייל זיין מח וויל נישט דילן מיט די ווייטאג. אדער ווייל מ'דארף אויפגעבן קאנטראל. אבער אויב איך וויל אויפהערן צו האבן פיזישע ווייטאגן, מוז איך actually "אויפגעבן קאנטראל". און אנזעהן אז ס'געשעהט גארנישט ווען מ'געט אויף קאנטראל. ווען מ'געט זיך איבער אין די האנט פון הקב"ה completely.

באמת קומט עס צו שרייבן fourth order. ווען איך האב באמערקט אז איך האב געשריבן forth order, האב איך מיך אליין פארשעמט. און איך האב עס געוואלט פאררעכטן. אבער מיט דעם אז איך פאררעכט עס נישט, עקספיריענס איך "וואס גייט געשעהן אויב איך גיי עס לאזן?" איך אינוועסט! טויש קען נאר געשעהן, ווען מ'טרייט. "אויב איך גיי עס נישט פאררעכטן גיי איך יעצט פילן דאס און דאס" פיין, לאמיר זעהן. "איך פיל עס"?

אויב איך וואלט געהאט א צעטיל פון מתבונן וואס ליינט זיך "אויב איך גיי רעדן צו מענטשן וועגן מיינע פראבלעמען גייען זאכן ווערן ערגער נישט בעסער". וויאזוי טראכסטו גייט געשעהן טויש? אויב איך גיי יא טרייען צו רעדן. און קוקן צו זאכן ווערן ערגער צו נישט. פרובירן צו טון אנדערש ווי ס'שטייט אין די צעטיל. איך גיי מיך נישט טוישן מיט לאגיק, מיט טראכטן, מיט פארשטיין, מיט איינזעהן. איך גיי מיך טוישן ווען איך רעד צו מיך אליין, "גייט טאקע געשעהן וואס איך מיין אז ס'גייט געשעהן. גיי איך טאקע עקספיריענסן דאס וואס איך מיין אז איך גיי עקספיריענסן, לאמיר זעהן...".

יעדע טויש וואס געשעהט צו סיי וועלעכע מענטש אויפן כדור הארץ זייט די וועלט שטייט, (חחחח) איז נאר געשעהן ווייל דער מענטש האט זיך איבערצייגט אז ער עקספיריענסד אנדערש ווי ער האט געמיינט אז ער גייט אט אט עקספיריענסן. וואס פונקטליך מ'דארף טוישן אינעם מענטש, דאס איז פארשטייט זיך, אז קאוהירענס טערעפי האלט, אז מ'דארף טוישן "די version of reality, וואס שאפט א צוועק, צו געבן א מיינונג פאר א געוויסע סיטואציע". אבער אויב איך וויל עקספיריענסן טויש, דארף איך אינוועסטן, גייט געשעהן דאס וואס איך מיין אז ס'גייט געשעהן. וויאזוי קען געשעהן טויש אן טרייען? אן זיך איבערצייגן? נישט מיין לאגיק. מיין felt experience, זאל זיך איבערצייגן, אז ס'איז אנדערש ווי ער האט ערווארטעט.

איך האלט אזוי. די ערשטע זאך, א מענטש קען זיך נישט טוישן. פארטיג. וואס איך בין, דאס בלייב איך. איך קען יא טוישן, אזאך וואס איך קען מיך איבערצייגן אין באלדיגע עקספיריענס אז ס'איז נישט אזוי. איך האלט אז יעדע סעשאן דארף האבן אין זיך די expectation פון די פראבלעם. וואס ווייסט דער מענטש גייט געשעהן אויפן באלדיגן מינוט. נישט וואס ווייסט דער מענטש גייט געשעהן "אין א שעה ארום אלץ א קאנסעקווענץ". די emotional brain, ארבעט נישט אזוי. ס'ארבעט מיט immediate consequence. עכ"פ. כדי זיך צו טוישן. מוז מען טרייען. טרייען צו עקספיריענסן אנדערש. און זיך אליין איבערצייגן אז ס'געשעהט גארנישט ווי מ'האט געמיינט.

(נאך אזאך וואס איך בין זייער נייגעריג. ווער זאגט אז אן emotional learning גייט אריין אין א פיזישע ניוראן אין די מח? ווער זאגט אז ניוראנס אין די מח אנטהאלטן אין זיך לערנונגען. דאס איז אזאך וואס איך וויל עקסטער וויסן פון וואו זיי ווייסן אז דאס האט צו טון מיט די פיזישע ניוראנס. אפשר האט עס צו טון מיט די consciousness פון א מענטש. אדער פון א בעל חי. ער ווייסט אזוי און אזוי. און דאס ווערט updated, ווען ער זעהט א סתירה! ער טראכט אין זיין מחשבה, אז דאס און דאס גייט ממש יעצט געשעהן, און ער ווארט... און ער זעהט קלאר אז ניין, ס'געשעהט נישט. סאו, יעצט "ווייסט" ער אנדערש. אבער דאס איז נאר א קליינע זייטיגע זאך וואס איך בין נייגעריג.)

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

ס'דא צוויי וועגן וויאזוי מ'קען ליינען צעטליך וואס מתבונן שיקט. איך בין געזיצן ביי מתבונן. ס'דא עטליכע וועגן. איינס די נישט ריכטיגע וועג איז פאסיוו. און די צווייטע איז, מ'ליינט עס מיט חכמה.

די סיבה פארוואס מ'האט א סימפטאם איז, ווייל מ'טוט נישט א געוויסע זאך וואס וואלט אוועקגענומען דעם סימפטאם. אדער מ'טוט יא א געוויסע זאך וואס דאס האלט אן דעם סימפטאם. און די סיבה פארוואס מ'טוט נישט, אדער מ'טוט יא, שטעלט זיך אלעמאל ארויס איז ווייל די קלייענט האט מורא, "אויב איך גיי נישט טון אזוי און אזוי, ערווארט איך אז אזוי און אזוי גייט זיכער געשעהן".!!! אויב איך גיי נישט טון אזוי און אזוי גייט געשעהן א סכנה.

יעדע צעטיל וואס מתבונן געט האט אין זיך די פאטענציאל צו טוישן די באוואוסטזיניגקייט פון א מענטש, וואס דער מענטש האט אין די סעשאן געזאגט אז ער ערווארטעט טאמער ער גייט טון אזוי און אזוי, גייט אזוי און אזוי געשעהן. און יעדע צעטיל האט אין זיך די פאטענציאל עס צו טוישן אדער שוואכער מאכן. איך קען יעצט אויפבאבלען א צעטיל. "אויב איך טו אן טראכטן (אן טראכטן מיין איך צו זאגן אויף א וועג וואס מ'דארף נישט, נישט על פי הלכה און נישט על פי געזונט) גיי איך מאכן א מיסטעק". פיין. איך באקום די צעטיל פון מתבונן. און איך קען ליינען די צעטיל, (דעס איז נישט די גוטע וועג) "אויב איך טו אן טראכטן גיי איך מאכן א מיסטעק". דאס גייט לכאורה גארנישט טוישן, און זיכער נישט שנעל. ווייל איך בין מסכים צו די צעטיל!!!. "אויב איך טו אן טראכטן גיי איך מאכן א מיסטעק" איז דא איינער וואס האלט אנדערש? יעדער פארשטייט, אז אויב איך טו אן טראכטן בין איך בארעכטיגט מורא צו האבן אז איך גיי מאכן א מיסטעק, אויב נישט יעצט, איז קומענדיגע מאל, עכ"פ וואס טו איך אויף מיטן ליינען די צעטיל?

אבער איך קען ליינען די צעטיל אזוי, "איך פיהל יעצט אינעווייניג אין מיר, אז אויב איך גיי יעצט טון אן די געוויסע אופן פון טראכטן גיי איך זיכער מאכן די און די מיסטעק!" איך פיל אז ס'גייט זיכער באלד געשעהן אלץ תוצאה פון נישט טראכטן אויף די געוויסע אופן. אזוי פיהל איך גייט באלד געשעהן אלץ תוצאה. יעצט וויאזוי געשעהט טויש? נאר דורכן פרובירן צו "אפשר פרוביר איך נישט צו טראכטן, נאר דאס מאל", און לאמיר זעהן וואס ס'גייט געשעהן? לאמיר זעהן וואס ס'גייט געשעהן, לאמיר זעהן וואס ס'גייט געשעהן? לאמיר וואס ס'גייט געשעהן? איז עס געשעהן???

איך פארשטיי אז יעדע צעטיל דארף האבן אין זיך, די באלדיגע ערווארטונג וואס די מענטש ערווארטעט אז ס'גייט געשעהן אויב ער גייט דאס מאל טון די געוויסע זאך. לאמיר דיר עפעס פרעגן? ווען דו ווילסט אנכאפן א אייזן וואס דו האסט מורא אנצוכאפן, וואס טוסטו? דו געסט עס א שנעלע כאפ אן, און דו איבערצייגסט דיך "איז עס הייס, איז עס טאקע א סכנה???" דו פרובירסט דיך צו איבערצייגן, "איז עס טאקע א סכנה"? גייט טאקע עפעס געשעהן? לאמיר זעהן, אויב איינער זאל דיר מסביר זיין מיט לאגיק, ניין, ס'טאקע הייס, אבער ס'גארנישט, ס'וועט נישט העלפן, דו ווילסט דיך איבערצייגן.

לאמיר דיר געבן א משל, א מענטש האט מורא צו פארן אליין מיט די באס. ער וויל האבן קאמפעני. איינמאל איז ער געפארן אליין, און זיך איבערצייגט אז ס'געשעהט גארנישט. אונז אלע לערנען זיך די וועלט, דורכן וויסן, "אויב איך גיי טון דעס און דעס, גייט דעס און דעס געשעהן. אויב א מענטש קוקט מיך אן שטרענג, גייט מיך די מענטש שלעכטס טון, חוץ אויב איך בין וואויל! שטעל דיך פאר איך באקום אזא צעטיל פון מתבונן "אויב איך זעה א הויעכע מענטש, גייט ער מיך זיכער עפעס טון, חוץ אויב איך ברענג ארויף אין מיר א פחד, וואס די פחד מאכט אז איך זאל מיך היטן פון אים" וויאזוי קען געשעהן טויש אין מיר אויב איך ליין דעם צעטיל? די תירוץ: פרוביר, איך גיי נעבן זייער א הויעכער מענטש און איך טראכט דעם צעטיל, און איך פרוביר זיך צו האלטן דוקא רואיג, אן פחד, און איך איבערצייג מיך קלאר אז הויעכע מענטשן ווארפן נישט אראפ, אפילו מ'ברענגט נישט ארויף קיין פחד אין זיך ווען מ'שטייט נעבן זיי. פארטיג. געטוישט.

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

איך געדענק נאך די ערשטע פאר מאל וואס איך בין געזיצן ביי מתבונן און ער פרעגט מיך קשיות, וויאזוי פילסטו ווען דו זאגסט אים דעס? און איך זאג אים איך פיל גארנישט. "איך וויל זאלסט דיך פארשטעלן ווי דו שטייסט נעבן אים און איך וויל זאלסט אים זאגן, וכו' וכו'". אבער איך זאג אים, "ס'פילט זיך זייער גוט אזוי צוזאגן". וואס וויל מתבונן מיט די "איך וויל זאלסט דיך פארשטעלן, און איך וויל זאלסט אים זאגן"? ער וויל אז דער מענטש זאל זאגן וואס ער פילט ווערט אומבאקוועם מיטן זאגן די דיבורים וואס ער שלאגט פאר אז מ'זאל זאגן.

די שאלה איז, פארוואס האב איך געפילט באקוועם צו זאגן וואס ער האט מיך געהייסן זאגן, אפילו ווען איך ווייס היינט וואלט נישט געווען באקוועם דאס צו זאגן? די תירוץ איז דער שוחט מיטן חלף. א שוחט ווען ער לערנט זיך שחיטה, זאגט אים דער וואס לערנט אים אויס צו דערשפירן מיטן נאגל דעם הייקלסטן פגם אינעם מעסער. "איך געב דיך א מעסער, און גיי עס דורך מיט דיין נעגל, און זאג מיר צו דו שפירסט עפעס א פגם, א קריץ?" דער וואס לערנט זיך די ערשטע פאר מאל, זאגט אים "איך שפיר נישט גארנישט! ס'איז אלעס גלאט, חד וחלק" די פראגע איז "איז די מעסער באמת חד וחלק" ניין! אויסדרוקליך נישט. נו, אויב אזוי פארוואס טאקע פילט ער נישט קיין "אומבאקוועמליכקייט" דורכגייענדיג דעם פגם? די תירוץ איז, "זיינע חושים זענען נאכנישט אויסגעשארפט".

ווען מתבונן זיצט מיט א קלייענט, דארף דער קלייענט אויסשארפן זיין אטענשן, צו אויפכאפן אפילו קליינע אומבאקוועמליכקייטן מיטן זאגן פארגעשלאגענע סטעטמענטס, אדער פארשטעלנדיג זיך זאכן, ווייל נאר די אטענשאן פונעם קלייענט איז דער וואס קען אים געבן דעם עכטן תירוץ וואס עס קומט פאר, נאר די אטענשאן פונעם קלייענט. אנדערש קען מתבונן קלאפן און זעצן. ס'איז מיין אטענשאן וואס דארף ווערן שארף, און אנהייבן פילן אפילו קליינע אומבאקוועמליכקייטן. א קלייענט פארן קומען צו טערעפי איז נישט איינגעוואוינט צו פילן וואס ער פילט. אדער ערגער, איך בין געווען צוגעוואוינט אוועקצומאכן מיינע אייגענע געפילן.

וואס מיינט אטענשאן? ווען איך פרעג דיר, זאג מיר, די ערשטע סקונדע ווען דו באגעגענסט גרונם, וואס פילסטו? דאס מיינט אז איך דארף טראכטן וואס איך פיל ווען איך זעה אים. דאס מיינט איך דארף צולייגן קאפ צו וואס איך פיל ווען איך זעה אים. סתם אזוי לייג איך נישט צו קיין קאפ. אבער יעצט וויל ער אז איך זאל יא צולייגן קאפ. דאס מיינט, אז איך זאל צולייגן מיין אטענשאן צו מיינע אייגענע אינערליכע פאסירונגען. איך זאל ווערן באוואוסטזיניג אויף מיינע אייגענע אינערליכע פאסירונגען.
אטעטשמענטס
פארוואס ס'פעלט אויס אז ווען ס'געשעהט די פראבלעם, צו זיין באוואוסטזיניג אויף די טיפע זאכן וואס איז ארויסגעקומען אין די סעשאן.
פארוואס ס'פעלט אויס אז ווען ס'געשעהט די פראבלעם, צו זיין באוואוסטזיניג אויף די טיפע זאכן וואס איז ארויסגעקומען אין די סעשאן.
פאר אייוועלט.JPG (389.93 KiB) געזען 4964 מאל
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

צו דיפיינדן קאהירינס טעראפי אין 4 ווערטער: נפל היסוד נפל הבנין!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

איך האב מיר געמאכט א פ.ד.עף. איך לייג עס ארויף ווער עס וויל, איך האב געלאזט טייל פון די שמועסעריי דא, אן קיין פונקטליכע הגדרות ווען יא און ווען נישט. איך קען זיך נישט אזוי גוט אויס עס איז א אויבערפלעכליכע ארבייט.
די וועג צו טויש
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4699
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

מחשב האט געשריבן:איך האב מיר געמאכט א פ.ד.עף. איך לייג עס ארויף ווער עס וויל, איך האב געלאזט טייל פון די שמועסעריי דא, אן קיין פונקטליכע הגדרות ווען יא און ווען נישט. איך קען זיך נישט אזוי גוט אויס עס איז א אויבערפלעכליכע ארבייט.
די וועג צו טויש

יישר כחכם
איז אישי טאקע אזוי גוט ווי מען מאכט אים?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

די פאלגנדע איז זיי אויסגעקומען אז אזוי איז וויכטיג. וואס איך קלער אז כדי עס בעסער צו ארייננעמען אין מיך, און כדי מיך צו פארבעסערן דערין, וועל איך עס דא מיטטיילן. און השי"ת זאל העלפן אז קיין שום מכשול זאל פון מיינע הענט נישט ארויסקומען חס ושלום.

די וואך לאמיר פאוקעסירן אויף בשעת דו הערסט דיין חבר, אדער לעבנס שותף, רעדן צו דיר. גארנישט מער.

אז בשעת דו הערסט ווי יענער רעדט צו דיר, און אפילו אויב דו קלערסט אז ס'גייט זיך דיר נישט פארשטיין, זאלסטו געבן דיין גאנצע אטענשאן כדי צו ארייננעמען און דערהערן וואס יענער זאגט יעצט, און בעיקר וואס יענער מיינט יעצט צו זאגן, וואס יענער זאגט יעצט באמת, דאס אלעס. און דאס מיינט אז מ'זאל אויפהערן צו עוסק זיין אין וואס מ'האלט אינמיטן עוסק זיין.

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

די וואך לאמיר פאוקעסירן איבערצייגן דיין חבר/לעבנס שותף, אז דו האסט געהערט וואס ער מיינט צו זאגן. און נישט ווערן גראד פארנומען צו איבערצייגן יענעם דיין שיטה, נאר געב אכט צו קודם איבערצייגן אז דו הערסט וואס יענער זאגט. נפשי יצאה בדברו.

יעדעס מאל יענער רעד צו דיר, איז עס א חלק פון זיין נפש וואס וויל אז דו זאלסט ווערן מחובר צו עס. איבערצייג אים אז דו הערסט עס.

צומאל וועסטו פארשטיין אז דו קענסט יענעם מיט איין ווארט איבערצייגן אז דו הערסט וואס ער זאגט, צומאל וועסטו שפירן אז ס'פעלט זיך אויס מער ווי איין ווארט, און צומאל וועסטו פארשטיין אז סתם א שאקל מיט די קאפ, א תנועה, וועט אים איבערצייגן אז דו האסט געהערט וואס ער זאגט.

והשם הטוב יעזור שלא יצא שום מכשול מתחת ידי ח"ו.
פאלקאוויטש123
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 11:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקאוויטש123 »

מחשב האט געשריבן:איך האב מיר געמאכט א פ.ד.עף. איך לייג עס ארויף ווער עס וויל, איך האב געלאזט טייל פון די שמועסעריי דא, אן קיין פונקטליכע הגדרות ווען יא און ווען נישט. איך קען זיך נישט אזוי גוט אויס עס איז א אויבערפלעכליכע ארבייט.
די וועג צו טויש


it doesnt work the pdf . can anyone plz fix it.
thanks
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

די וואך לאמיר פאוקעסירן צו איבערזאגן - שנעל אבער זייער קלאר און צום פינטל - די עיקר נקודה וואס דו האסט פארשטאנען אז דער מיט וועם דו ווילסט דיך באהעפטן וויל דיר זאגן. סיי ווייל דו ווילסט זיכער מאכן אז דו האסט עס פארשטאנען, און סיי אז דיין חבר זאל זיין קלאר איבערצייגט אז דו ווילסט און דו האסט פארשטאנען זיין נפש. עס גייט דיך אן. האמיר געשמועסט נפשי יצאה בדברו.

די וואך איז 'איבערזאגן' וואך.

פרוביר ווי ווייניגער צו איבערזאגן דיין "פירוש מתיבתא" צו פארברייטערן, ערקלערן, ארויסברענגען, וואס דיין חבר האט געמיינט צו זאגן, פרוביר ווי מער צו איבערזאגן וואס דיין חבר האט געמיינט צו זאגן.

לאמיר עס מסביר זיין. ס'דא אסאך מאל ווען א מענטש זאגט איבער פאר איינעם וואס יענער האט אים געזאגט אויף א אופן ווי: איך וועל דיר מסביר זאגן וואס דו מיינסט מיר צו זאגן. דהיינו: איך וועל דיר זאגן דיין נקודה נאך בעסער ווי דו אליין קענסט עס אפילו זאגן. פרוביר, נישט צו טון אזוי. פרוביר זיך צו האלטן די מערסטע וואס דו פארשטייסט אז דיין חבר האט באמת געמיינט צו זאגן. ווייל ווי מער דו וועסט דיך האלטן צו וואס יענער האט באמת געזאגט, אלץ מער וועסטו אוועקנעמען דיין אייגענע אגענדע פון זיך אריינמישן אינעם אמת וואס יענער וויל דיר זאגן.

א מענטש האט א נטי' צו פארבעסערן וואס ער הערט פון יענעם, לויט ווי עס לוינט אים. האלט צוריק דעם נטי'. אפילו דו פיהלסט אז דו ווילסט יענעם שטעלן אויפן גוטן פלאץ. ווי דו ווילסט זאגן: אלעמאל מיט דיינע דמיונות. דו ווילסט דיך פארענטפערן. האלט עס צוריק.

נישט אלעמאל קען דיין חבר מסביר זיין פארוואס ער זאגט וואס ער זאגט. אבער ער קען יא מער און מער ארויסברענגען וואס עס וויל זיך אים זאגן ווילאנג ער זעהט אז דו פארשטייסט עס אינגאנצן. איז, כדי צו באמת ריכטיג פארשטיין וואס דיין חבר האט געזאגט, בדרך כלל פרעג נישט קיין קשיא. ענדערש זאג א סטעטמענט. ווייל א קשיא קען שאפן אין דיין חבר א אפעקט אז ער זאל זיך אליינס פארדרייען פון וואס ער וויל דיר באמת זאגן. ענדערש זאג א סטעטמענט: לויט ווי איך פארשטיי זאגסטו מיר דאס און דאס! מיר קוקט אויס אז דו מיינסט מיר צו זאגן דאס און דאס!

יעדע זאך וואס מאכט יענעם מער און מער ארויסברענגען וואס ער זאגט. אבער עס שאפט נישט אין יענעם א געברויך זיך מסביר צו זיין פארוואס ער וויל זאגן וואס ער זאגט.

אין קורצן: איבערזאגן, און צוריקהאלטן.

והשם הטוב יעזור שלא יצא שום מכשול מתחת ידי חס ושלום
אוועטאר
Avrumy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 12:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Avrumy »

אגב די בוך "וויאזוי צו געווינען פריינט און באאיינפלוסן מענטשן" פון דעיל קארנעגי, איז זייער גוט פאר ווער ס'וויל ארבעט'ן אויף זיך צו פארשטיין אנדערע.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: די טיפע וועג פון טויש. קאוהירענס טערעפי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

די פערטער שטאפל איז דורכ'ן הערן וואס דיין חבר מיינט צו זאגן, אויך אויסרעכענען וויאזוי יענער פילט לגבי דעם ענין, און אריינווארפן גענוג א שטארקע אנדייטונג אז יענער זאל הערן אז צוזאמען מיט דעם וואס דו הערסט וואס ער מיינט דיר צו זאגן, פארשטייסטו אויך נפשיות'דיג וואס ער עקספיריענסד לגבי דעם ענין. נוצן עמפאטיע.

האמיר געשמועסט אז די עיקר וויאזוי התחברות געשעהט צווישן מענטשן איז 'נפשי יצאה בדברו'. דו טראגסט אריין דיין נפש אין יענעמ'ס נפש דורך די דיבורים וואס יענער רעדט ארויס פון מויל'. אבער נישט נאר הערן און פארשטיין מיט דיין קאפ וואס יענער מיינט צו זאגן, נאר אויך מיטפילן אין דיין נפש וואס יענער דארף עקספיריענסן אין דעם נושא. און ווייזן פאר יענעם אז דו פרובירסט צו פארשטיין נפשיות'דיג יענעמס געפילן וואס דו לערנסט ארויס פון וואס יענער זאגט יעצט. דאס איז די מקשר נפש בנפש.

איז, דו דארפסט הערן וואס יענער זאגט, דערהערן וואס ער מיינט צו זאגן, און ערשט נאכדעם, דורכדעם, מיטפילן נפשיות'דיג וואס יענער עקספיריענסד, און לאזן יענעם וויסן דאס. סאו, דו דארפסט קענען טאנצן אהער און אהין. פון דיין אויער וואס הערט וואס יענער זאגט, צו דיין נפש וואס פרובירט מיטצופילן וואס יענער עקספיריענסד.

אויב דו פארשטייסט יענעם נפשיות'דיג, מיינט דאס אז וואס דו ווילסט ווערט פארלוירן? אויף צו ענטפערן דעם תירוץ דארף מען קודם וויסן, אז ווען דו וועסט ארייננעמען אין דיר וואס יענער וויל, וועלן דיינע החלטות וואס דו ווילסט, ארייננעמען דיין שותפ'ס געפילן. און דיינע החלטות קענען ווערן אנדערע. און דאס ווילסטו דאך. דו ווילסטעך מקשר זיין. דו ווילסט אריינעמען דיין חבר אין דיין לעבן.

והשם הטוב יעזור שלא יצא שום מכשול ח"ו מתחת ידי
הגוגעה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 03, 2022 6:41 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגוגעה »

מקבל ומשפיע האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
שמה און 0 געסט. חחח. האלצערנע פאדלאגע, אלטע גרוך, שפין געוועבעכץ, א אטעם אריין. א בענקל דא אין די זייט. א רויטע בענקל, א זעץ אראפ. אטעם און שמעק, אטעם און שמעק. אטעם און שמעק. יא, אמאל בין איך דא געווען. אינטערעסאנט. ס'איז איבערגעבליבן אזוי ווי איך האב עס איבערגעלאזט.
גראדע האב איך פונקט נעכטן דאס ערשטע באזיכט דא און געלייענט דיינע זאכן, און איך מוז דיר זאגן, זייער א שיינע ארבעט!!!
אך האב גארנישט געוויסט צו וואס דו פארשטייסט אלץ!
ווער ווייסט ווי נאך אינעם וועלטל איך קען דיך נאך אנטרעפן! אפשר וועל איך דיך נאך באגעגענען ביי פאליטישע נייעס! {ווער ווייסט אפשר ביסטו שוין דארט מיט אן אנדערע ניק, ווער ווייסט...}
גם אני מצטרף!
לעצטענס דערגרייכט דעם אשכול.
באמת הנאה געהאט. א גרויסען דאנק נשמה! הצלחה רבה!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: די טיפע וועג פון טויש. קאוהירענס טערעפי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

איך האב זייער ווייניג עקספיריענס פון מאכן קאוהירענס טערעפי סעשאנס מיט אנדערע. און וויפיל עקספיריענס קען א מענטש האבן פון מאכן ממש געציילטע סעשאנס, נאך דערצו ווען מ'איז נישט קיין טערעפיסט בכלל. ווער רעדט פון א לייסנסד טערעפיסט. איך מיין אז קיינער איז נאכנישט געהאלפן געווארן פון מיינע טערעפי סעשאנס, (חוץ מיינע סעשאנס וואס איך האב געמאכט מיט מיר אליין וואס האט מיר יא געהאלפן ב"ה והשם הטוב זאל ווייטער העלפן). און אפילו אויב איך בין אנגעקומען צו שרשים, האט עס דאך נישט געהאלפן. און איך מיין אז איך ווייס פארוואס, און דאס איז וואס איך וויל שרייבן.

איך האב מיך אויסגעלערנט, אז לאמיר זאגן עס געלונגט דיר צו "היפנאטיזירן" דער מענטש וואס קומט צו דיר, און דו פירסט אים גאר טיף אריין, און יענער זאגט דיך 'שרשית'דיגע' זאכן. איז אפילו אויב דו וועסט דאס אנרופן אלץ א געלונגענע סעשאן, ווייל דו ביסט געוואויר געווארן ממש טיפע זאכן, ווייסעך נישט וויפיל נוצן דער קלייענט וועט האבן דערפון. און אפילו אויב בשעת די סעשאן האסטו קלאר געזען אז דער קלייענט ווייסט דעם אמת, און איז מודה על האמת. ווייסעך נישט וויפיל דער קלייענט גייט האבן דערפון.

די קונץ פון קאוהירענס טערעפי איז בעיקר אז די קלייענט זאל ווערן באוואוסטזיניג אין זיין טאג טעגליכן לעבן, אויף די שטאפל פון זיין טאג טעגליכן באוואוסטזיין. יעצט, אפילו אויב בשעת די סעשאן ווערט ער באוואוסטזיניג אויף די טיפע שרשים זיינע, און אפילו אויב די טיפע שרשים זענען טאקע די פאקטן וואס דרייען אלעס אן, מיט דעם אלעם, נאך די סעשאן, ווען ער קומט צוריק צום נארמאלן לעבן, גייט ער ווייטער לעבן פון זיין אנטי סימפטאם פאזישאן. איז וואס האסטו דערפון? און אפילו אויב דו גייסט מאכן א גוטע צעטיל וואס ער גייט ליינען בשעת די סימפטאם געשעט, מיט דעם אלעם, מיינט דאס נאכנישט אז ער איז באמת פאקטיש באוואוסטזיניג אז דאס האט צו טון מיט זיין סימפטאם. אפילו אויב ער ליינט די צעטיל, ווערט עס אבער נישט אינטעגרעטעד.

קאוהירענס טערעפי האט דריי שטאפלן, די דיסקאווערי, די אינטעגרעשאן, און די טראנספארמעשאן. יעצט, אפילו אויב דו - אלץ דער טערעפיסט - ווערט געוואויר דעם אמת, מיינט דאס נאכנישט אז דער קלייענט קען לעבן פון יענע פלאץ. ווייל עס איז גאנץ שווער צו טוישן ריאליטי. ריאליטי טוישט זיך שטאטעלעך. אפילו אויב א מענטש ווייסט דעם אמת, איז אים שווער צו געבן פון איין מינוט צום צווייטן א טויש. עס ווערט צוריק בלורי, פארטעמפטעד.

איך וואלט געזאגט אז ס'לוינט זיך צו גיין שטאטעלעך. לאמיר זאגן א קליענט קומט צו דיר, און דו האסט די כח אים אריינצופירן די טיפסטע מעגליך, מיין איך אז ס'לוינט זיך צו גיין מער אויבנאויפיג, און אים נישט אריינפירן צו טיף מיט איינמאל, און נישט מיט צוויי מאל. נאר פיר אריין זיין באוואוסטזיין אין זאכן וואס עס איז גאנץ גרינג און לייכט צו לעבן דערמיט אין טאג טעגליכן לעבן. דו עפנסט אים נאר אביסל טיפער, און נאכדעם נאך אביסל, אבער נאר דאס ביסל, און נאכדעם נאך אביסל.

דו קענסט דיסקאווערן ווי טיף דו ווילסט, אבער ווען עס קומט צו באוואוסטזיניג מאכן דעם קלייענט, גיי צעביסלעך.

לאמיר זאגן אז דו - אלץ דער טערעפיסט - דיסקאווערסט, אז די שורש איז, נישט גוט אפגעלערנט וויאזוי מ'איז מחובר צו אנדערע. קענסטו נישט זאגן פאר'ן קלייענט: די אופן פון דיין חיבור צו אנדערע איז נישט גוט געבויט ביי דיר. האסט גארנישט פון עס זאגן. אפילו אויב ממש דאס איז דער אמת.

דו ביסט א מענטש פון דרויסן, און דו טראכסט ביי דיר "יו, אזא קלייניגקייט מאכט אים משוגע, איך גיי אים זאגן וואס ס'גייט פאר, עס שרייבן אויף א צעטיל און שוין". האסט גארנישט דערפון. ווייל ביים קלייענט איז עס זיין ריאליטעט. דו דארפסט עס טון צעביסלעך. דו דארפסט אים אריינפירן צעביסלעך טיפער און נאך טיפער.

דו דארפסט פארשטיין אז די באוואוסטזיין פון א קלייענט איז נישט דיין באוואוסטזיין.

קומט אויס פון דעם, אז ווען דו מאכסט די דיסקאווערי סטעפ, דאן לוינט זיך צו אריינפירן אין טיפע היפנאזיע, אבער נישט ווען עס קומט צו אינטעגרעשאן. ווען עס קומט צו די קלייענט, האסטו גארנישט פון מאכן טיפע סעשאנס. ווייל ער גייט עס וועלן פארגעסן. און ווי טיפער א סעשאן איז, אלץ שווערער איז עס צו אינטעגרעטן. ווי מער אויבנאויפיג א סעשאן איז, אלץ גרינגער איז עס צו אינטעגרעטן.

בקיצור, ארבעט שטאטעלעך מיט די באוואוסטזיין פונעם קלייענט, און נישט לויט דיין באוואוסטזיין.

והשם הטוב יעזור
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”