די טיפע וועג פון טויש. קאוהירענס טערעפי

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

נשמה נשמה,
איך האלט שוין אפען די טרעד עטליכע טעג אבער הערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען.
קודם דיין "אפענע" וועג פון שרייבן און לאו דוקא יעצט נאר אלעמאל ביסטו אזוי געווען צו שרייבן אפען פון נשמה ארויס, איז דוקא עפעס וואס רוב אירע גלייכן צו הערן און ליינען. פארוואס? ווייל כמעט קיינער איז נישט אפען מיט זיך מעט חוש'ט ארום מיט כל מיני אופנים צו פארדעקן די אמת פון ארויסקומען צו די וועלט. ממילא וען איינער שרייבט יא אזוי אמת מיט אזא "אפענקייט" שפירט מען א חלק פון "זיך" אין די שורות.

יעצט כאב נאר געליינט די ערשטע צוויי בלעטער, קודם ווי דו שילדערסט וואס איז דאס קאהירענס טערעפי, און דא וויל איך אריינווארפן מיינע טו סענטס. פון שיטת ראביי כ"ץ האסטו שוין געהערט? ער פראקטיצירט די סארנאו מעטאד אז יעדע (נישט ממש יעדע ביגד"פ) פיזישע ווייטאג איז נאר א תוצאה פון אן עמאושענעל ווייטאג וואס געפונט זיך נאך אין די סובקאנשעס און די סיסטעם זוכט צו פארגעסן דערפון דורך ברענגען א פיזישע ווייטאג אנשטאט.

לויט ווי כאב פארשטאנען פון דיר איז די ק"ט מעטאד ממש אייניג מיט דעם אז די ווייטאג שטאמט סובקאנשעסלי פון א אלטע עמאושענעל ווייטאג. די חילוק איז נאר אז סארנאו האט אנגעלייגט די "פיזישע" ווייטאג אויף די אלטע סובקאנשעס, אבער ק"ט נעמט עס א טריט ווייטער און לייגט אן אויך א אנדערע "עמאושענעל" ווייטאג אויף א אלטע עמאושענעל סובקאנשעס ווייטאג.

אויב בין איך ראנג לאז וויסן סא דארף איך מער קאנצענטראציע.. איידער מען קען גיין ווייטער.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

שוועמל האט געשריבן:נשמה נשמה,
איך האלט שוין אפען די טרעד עטליכע טעג אבער הערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען.
קודם דיין "אפענע" וועג פון שרייבן און לאו דוקא יעצט נאר אלעמאל ביסטו אזוי געווען צו שרייבן אפען פון נשמה ארויס, איז דוקא עפעס וואס רוב אירע גלייכן צו הערן און ליינען. פארוואס? ווייל כמעט קיינער איז נישט אפען מיט זיך מעט חוש'ט ארום מיט כל מיני אופנים צו פארדעקן די אמת פון ארויסקומען צו די וועלט. ממילא וען איינער שרייבט יא אזוי אמת מיט אזא "אפענקייט" שפירט מען א חלק פון "זיך" אין די שורות.

יעצט כאב נאר געליינט די ערשטע צוויי בלעטער, קודם ווי דו שילדערסט וואס איז דאס קאהירענס טערעפי, און דא וויל איך אריינווארפן מיינע טו סענטס. פון שיטת ראביי כ"ץ האסטו שוין געהערט? ער פראקטיצירט די סארנאו מעטאד אז יעדע (נישט ממש יעדע ביגד"פ) פיזישע ווייטאג איז נאר א תוצאה פון אן עמאושענעל ווייטאג וואס געפונט זיך נאך אין די סובקאנשעס און די סיסטעם זוכט צו פארגעסן דערפון דורך ברענגען א פיזישע ווייטאג אנשטאט.

לויט ווי כאב פארשטאנען פון דיר איז די ק"ט מעטאד ממש אייניג מיט דעם אז די ווייטאג שטאמט סובקאנשעסלי פון א אלטע עמאושענעל ווייטאג. די חילוק איז נאר אז סארנאו האט אנגעלייגט די "פיזישע" ווייטאג אויף די אלטע סובקאנשעס, אבער ק"ט נעמט עס א טריט ווייטער און לייגט אן אויך א אנדערע "עמאושענעל" ווייטאג אויף א אלטע עמאושענעל סובקאנשעס ווייטאג.

אויב בין איך ראנג לאז וויסן סא דארף איך מער קאנצענטראציע.. איידער מען קען גיין ווייטער.


קודם פריי איך מיך אז איך האב די זכי' אז שוועמעל אליין איז אראפגעקומען דא צו מיין לעכעלע.

דו שרייבסט אז די ווייטאג שטאמט סובקאנשעסלי פון א אלטע עמאושענעל ווייטאג איך וואלט עס פאראכטן, און איך וואלט געשריבן, די סימפטאם איז וויכטיג פאר די פערזענליכע קאנסטראקטס וואס ליגען אין די נאנ-קאונשעס. און אוועקצונעמען דעם סימפטאם, דארף מען טוישן די פערזענליכע קאנסטראקטס. (וואס אגב ליגט עס אין די נאנ-קאנשעס)

דאס הייסט אין קאוהירענס טערעפי זאג איך אז די אלע סימפטאמען אלע ריספאנסעס צום סיטועשאן וואו ס'געשעהט, איז א פראטעקטיוו עקשאן כדי נישט צו זיין אין אן ערגערער מצב. די ערגערע מצב איז אזוי ווי אנכאפן א הייסע יד סולדת בו. ס'שפרינגט זיך אוועק דערפון פון זיך אליין ממש. מ'קען זיך דערין נישט האלטן. מ'גייט אריין ענדערש אין א בעסערע מצב וואס איז (לויט די ריהטא עינא פון א מענטש) ענדערש זיך צו האלטן דארט.

ק"ט איז גלייך מיט סארנא מעטאד נאר מיט דעם: ביידע זאגען אז סימפטאמען קומען פון עמאושענס און ביידע ציהלן צו היילן סימפטאמס. אבער סארנא רעדט נישט פון די קאנסטראקטיוויזעם צוגאנג! בעת ק"ט זאגט אז א מענטש האט א סימפטאם ווייל אינטערנבאוויסטזיין וויל ער עס! ווייל ער קוקט אן געשעענישן מיט די לענסעס פון פערזענליכע קאנסטראקטס! און פאר די פערזענליכע קאנסטראקטס פעהלט עס וויכטיג אויס. דער סימפטאם.

ק"ט לייגט נישט אן אנדערע עמאושענעל ווייטאג אויף א אלטע עמאושענעל סובקאנשעס ווייטאג. אין קאוהירענס טערעפי איז נישטא אזא זאך ווי "אלטע עמאושענאל סובקאנשעס ווייטאג". אין קאוהירענס טערעפי איז עס די פערזענליכע קאנסטראקטס וואס די קלייענט עקספיריענסד נאך היינט אזוי די מציאות! אין ק"ט צילט מען נישט אויף ווייטאג, מ'צילט אויף די פערזענליכע קאנסטראקטס.

אין קאוהירענס טערעפי איז די סימפטאם ניצול צו ווערן און זיך אן עצה צו געבן פון א טיפערע דילעמא. ווען איך זאל זאגען דיין סטעטמענט אז "ק"ט לייגט אן עמאושענעל ווייטאג אויף אלטע עמאושענאל סובקאנשעס ווייטאג" האב איך ארויסגענומען די גאנצע וועג פון עס אויסהיילן! ווייל אין קאוהירענס טערעפי הייל איך נישט אויס קיין ווייטאג. איך טויש די פערזענליכע קאנסטראקטס.

סאו, וואס א חילוק צווישן וואס איך האב געזאגט און וואס דו האסט געזאגט?

די חילוק איז, וויאזוי איך פארשטיי פון וואו די ריספאנס קומט, און וואסערע סטעפס און וויאזוי איך מאך די סטעפס עס אויסצומעקען

סארנא מאטאד זאגט, אז פיזישע ווייטאג קומט פון אלטע emotional pain מיט וואס מ'וויל נישט דילן דערמיט. און סובקאנשעסלי מאכט עס פיזישע ווייטאג.

ק"ט איז די שיטה אז ס'קומט פון non-conscious פערזענליכע קאנסטראקטס.

אין ק"ט איז נישט גענוג אויסצוהיילן עמאושענאל ווייטאג. און ס'וועט גארנישט אויפטוהן.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום מאנטאג יולי 04, 2016 2:53 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7764
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

ר' שוועמל,

דאס אז אימאושענאל פעין קומט פון אלטע ערפארונגן, איז א פשוט'ע פאקט. און דאס אז דער צוגאנג צו היילונג איז אויסשליסליך דורכ'ן זיך אפגעבן מיט דיזע אלטע ערפארונגן, איז די יסוד פון די ערשטע מאדערענע שיטה אין סייקאלעדזשי המכונה פסיכא-אנאלעסיס, וועמנס פאטער עס איז זיגמונד פרויד. למעשה די אומערפאלג פון די שיטה, האט אריינגעברענגט גאנצעטע נייע ביהעיוויארל שיטות, וועלעכע גיבן זיך אפ בעיקר מיטן יעצט און די עתיד. למעשה איז היינט מערסטענס אנגענומען אז ביהעיווארל ווען מען גיבט זיך אויך אפ מיט אלטע ווייטאגן כפי הצורך, ווירקט דאס בעסטע.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
שואל כענין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 07, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואל כענין »

j718 האט געשריבן:
בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:אין איין ווארט
wow
איז מעגליך צו pdf'ן די אלע ארטיקלען צוזאמען?

גם אני מצרף!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

sense of self!
איינע פון די זאכן וואס קאהירענס טערעפי קען טוישן איז די סענס פון חשיבות וויאזוי א קלייענט פיהלט זיך צווישן ארומיגע מענטשן. זייער אסאך עמאושענאל פראבלעמען קומען פון דעם וואס א קלייענט פיהלט א נידריג זעלבסט ווערד.

קוק אויף א צוויי יעריג קינד און דו וועסט קלאר פארשטיין אז דאס קינד ווייסט און פארשטייט די וועלט ארום איהם. אפילו דאס קינד קען נאכנישט רעדן, פארשטייט ער די וועלט. און איך האב דאס שוין פריער דערמאנט. דאס וויאזוי א קינד פארשטייט די וועלט רופט מען implicit memory.. ס'האט נישט קיין ווערטער. אפילו ווען א מענטש איז שוין ערוואקסן, איז נאך אלץ דא די זעלבע זאך, די זעלבע מעמארי וויאזוי מ'פארשטייט און מ'באגייט זיך מיט די וועלט.

ס'איז מער אין די געפיהל. און דער קלייענט דארף עס ארויסברענגען אין ווערטער.

איינע פון די אימפליסיט מעמאריס איז די סענס אף סעלף וואס מ'שפירט ווען מ'קומט צווישן מענטשן. כדי די טערעפיסט זאל דערגיין צו א קלייענט שפירט אז ער איז די זעלבע ווערד ווי די מענטשן ארום אים, מוז די טערעפיסט אים אריינפירן טיפער, מער אין די געפילן. אראפציר פון די לאגיק. מער אין די עמאושענס. אין די felt sense בשעת ער שטעלט זיך פאר ווי ער איז צווישן מענטשן וואס ער טרעפט געווענליך. און ווען דער קלייענט איז דארט קען מען באקומען אמת'ע שילדערונגען. וויאזוי דער קלייענט עקספיריענסד די וועלט, וויאזוי די וועלט ערשיינט אין זיין מיינונג, און דערנאך פארוואס ער מוז אזא מיינונג געבן. דהיינו די PSP.

די אלע מיינונגען זענען נישט זאכן פונעם עבר. ס'איז זאכן פון יעצט. ס'האט א שטארקע השפעה אויפן יעצט.

limbic language איז וויאזוי זיי רופן עס אין קאוהירענס טערעפי.

ס'דא אסך אויפירונגען וואס מ'ירש'נט פון די שטוב וואו מ'איז אויפגעוואקסן. עלטערן געבן א מעסעדזש פאר זייערע קינדער.

וויאזוי ווייסט א קינד זיין חשיבות? ס'איז וויאזוי די וואס האבן (געהאט) אן השפעה אויפן קינד פירן זיך אויף און באגייען זיך צום קינד.

אויב די וואס האבן אן השפעה אויפן קינד (וויאזוי איך האב עס געהערט פון מתבונן, וויאזוי ער איז עס מגדיר) האלטן אז דאס קינד איז למשל נישט קלוג, און מ'באגייט זיך מיט אים אויף אזא אופן וויאזוי ס'פאסט זיך מיט א קינד וואס איז נישט קלוג, אדער מ'באגייט זיך מיט אים מיט שלעק, מיטן רעדן צו אים בייסיג, מיט א פיינטשאפט ח"ו, (ווייל ער מאכט מיך פראבלעמען) וועט עס די קינד פילן "איך בין נישט מער ווערד פון וויאזוי מ'באגייט זיך מיט מיר" די מעסעדזש איז "דו ביסט שלעכט" (ווייל אויב איך בין נישט שלעכט פארוואס באקום איך אזא באהאנדלונג? איינער וואס איז וואויל באקומט נישט אזאנס. אלא מאי בין איך שלעכט. ס'זייער שווער פאר א קינד צו באקומען א שלעכטע באהאנדלונג און דאך האלטן אז ס'קומט זיך אים נישט. ווי איך וועל שפעטער שרייבן.) און די קינד ברענט עס אריין אין זיך "איך בין שלעכט".
"איך וויל דיך צעמאלן" און דאס קינד נעמט עס אריין אין זיך "מ'דארף מיך צעמאלן". און ס'וועט אויסקלאפן אויף זיין סעלף שאצונג שעצונג.

איז אויב א קינד פילט אז מ'האלט (אדער אז ער מיינט אז מ'האלט) אז ער איז נישט די זעלבע ווערד ווי א נארמאל קינד. איז די עצה אז דאס קינד זאל נישט מסכים זיין וואס מ'האלט פון אים. ער זאל וויסן אז ער איז יא חשוב, פונקט ווי יעדעם. אבער דאס נישט מסכים זיין איז זייער שווער פאר א קינד צוליב אסך סיבות. (דאס קינד גליטש זיך ענדערש אריין אין א מצב פון הסכמה, ווי זיך צו האלטן צום מצב פון אי-הסכמה. דאס מיינט די ווערטער ס'איז שווערער)

יארן שפעטער וועט דאס קינד שוין אן ערוואקסענער אלץ קלייענט פילט ער די זעלבע מעסעדזש וואס ער האט באקומען דעמאלטס. די זעלבע אינגרידיענטס. יארן יארן וואס לויפן דורך מעקען דאס נישט אויס. און קאוהירענס טערעפי קען דאס אויסמעקען ב"ה.

א קינד ווייסט נישט אז ער קען נישט מסכים זיין צו וויאזוי מ'האלט פון אים. אז ער קען זיך אנקוקען אנדערש פון וויאזוי מ'באגייט זיך מיט אים. (נעבעך, עניוועי.) ער איז אבער פארט מסכים! (די הסכמה איז "איך בין פאקטיש טאקע דעס. און פאר אזא איינע ווי איך קומט זיך דעס") און ער נעמט עס אן מיט אזא אמת אז נאר! אבער אפילו ווען דאס קינד איז שוין ערוואקסן און מ'וועט מיט קאוהירענס טערעפי אריינגיין אין די אינטערנבאוויסטזיין און מ'וועט זיך צוזאמען פארשטעלן ווי כאילו ס'געשעהט יעצט די באהאנדלונג וואס האט אריינגעגעבן די מעסעדזש פארן קינד אז ער איז אומבאליבט, וכו'. וועט אים אויך זיין שווער זיך קעגן צו שטעלן און נישט אריינעמען די מיינונג אין זיך, צוליב אסך סיבות.

איך ווייס נישט ביי אנדערע זאכן. ביי סעלף עסטים גלייב איך זייער שטארק אז קאוהירענס טערעפי איז די וועג עס אויסצוהיילן ב"ה. סעלף עסטים איז א געוויסער טיפער סענס! אויב ס'גוט ווערט א מענטש אנגעהאלטן מיט א פעסטקייט.

אן עמאושענאל וואונד אינעם סעלף עסטים, טוט וויי. לאגיק וועט נישט העלפן צו פיהלן גוט.

קאוהירענס טערעפי, איז געגאנגען צום שורש פון די עמאושענס! דארט האט ברוס עקער אנגעהויבן. ווען אונז זע מיר א קינד מיט עמאושענאל פראבלעמען קומט עס פון ערגעץ. אין קאוהירענס טערעפי זאג מיר אונז אז ס'קומט ווייל ס'גרינגער פארן קינד צו זיין אזוי.
לאמיר געדענקען
קאוהירענס טערעפי איז געבויעט אויפן פרינציפ אז די ריאליטי וואס דער קלייענט עקספיריענסד, איז נאר די מיינונג וואס ער האט ענדערש געוואלט געבן צום ריאליטי.
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

אסאך סחורה!
דא איז די ערשטע PDF
אטעטשמענטס
די טיפע וועג פון טויש -קאהירנס 1.pdf
(220.73 KiB) געווארן דאונלאודעד 196 מאל
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

דאס איז די צווייטע PDF אלעס ביז אהער.
אטעטשמענטס
די טיפע וועג פון טויש-קאהירנס 2.pdf
(192.61 KiB) געווארן דאונלאודעד 178 מאל
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

ייש"כ האנטוך, ס'עט צוניצקומען.

מיר ווארטן אויף די אדד המשך...
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

שוועמל האט געשריבן:נשמה נשמה,
איך האלט שוין אפען די טרעד עטליכע טעג אבער הערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען.
קודם דיין "אפענע" וועג פון שרייבן און לאו דוקא יעצט נאר אלעמאל ביסטו אזוי געווען צו שרייבן אפען פון נשמה ארויס, איז דוקא עפעס וואס רוב אירע גלייכן צו הערן און ליינען. פארוואס? ווייל כמעט קיינער איז נישט אפען מיט זיך מעט חוש'ט ארום מיט כל מיני אופנים צו פארדעקן די אמת פון ארויסקומען צו די וועלט. ממילא וען איינער שרייבט יא אזוי אמת מיט אזא "אפענקייט" שפירט מען א חלק פון "זיך" אין די שורות.

יעצט כאב נאר געליינט די ערשטע צוויי בלעטער, קודם ווי דו שילדערסט וואס איז דאס קאהירענס טערעפי, און דא וויל איך אריינווארפן מיינע טו סענטס. פון שיטת ראביי כ"ץ האסטו שוין געהערט? ער פראקטיצירט די סארנאו מעטאד אז יעדע (נישט ממש יעדע ביגד"פ) פיזישע ווייטאג איז נאר א תוצאה פון אן עמאושענעל ווייטאג וואס געפונט זיך נאך אין די סובקאנשעס און די סיסטעם זוכט צו פארגעסן דערפון דורך ברענגען א פיזישע ווייטאג אנשטאט.

לויט ווי כאב פארשטאנען פון דיר איז די ק"ט מעטאד ממש אייניג מיט דעם אז די ווייטאג שטאמט סובקאנשעסלי פון א אלטע עמאושענעל ווייטאג. די חילוק איז נאר אז סארנאו האט אנגעלייגט די "פיזישע" ווייטאג אויף די אלטע סובקאנשעס, אבער ק"ט נעמט עס א טריט ווייטער און לייגט אן אויך א אנדערע "עמאושענעל" ווייטאג אויף א אלטע עמאושענעל סובקאנשעס ווייטאג.

אויב בין איך ראנג לאז וויסן סא דארף איך מער קאנצענטראציע.. איידער מען קען גיין ווייטער.


נשמה האט געשריבן:ק"ט איז גלייך מיט סארנא מעטאד נאר מיט דעם: ביידע זאגען אז סימפטאמען קומען פון עמאושענס און ביידע ציהלן צו היילן סימפטאמס. אבער סארנא רעדט נישט פון די קאנסטראקטיוויזעם צוגאנג! בעת ק"ט זאגט אז א מענטש האט א סימפטאם ווייל אינטערנבאוויסטזיין וויל ער עס! ווייל ער קוקט אן געשעענישן מיט די לענסעס פון פערזענליכע קאנסטראקטס! און פאר די פערזענליכע קאנסטראקטס פעהלט עס וויכטיג אויס. דער סימפטאם.


שטארק זיך האט געשריבן:ר' שוועמל,

דאס אז אימאושענאל פעין קומט פון אלטע ערפארונגן, איז א פשוט'ע פאקט. און דאס אז דער צוגאנג צו היילונג איז אויסשליסליך דורכ'ן זיך אפגעבן מיט דיזע אלטע ערפארונגן, איז די יסוד פון די ערשטע מאדערענע שיטה אין סייקאלעדזשי המכונה פסיכא-אנאלעסיס, וועמנס פאטער עס איז זיגמונד פרויד. למעשה די אומערפאלג פון די שיטה, האט אריינגעברענגט גאנצעטע נייע ביהעיוויארל שיטות, וועלעכע גיבן זיך אפ בעיקר מיטן יעצט און די עתיד. למעשה איז היינט מערסטענס אנגענומען אז ביהעיווארל ווען מען גיבט זיך אויך אפ מיט אלטע ווייטאגן כפי הצורך, ווירקט דאס בעסטע.


כנשמה וכשטארק זיך. דר. סארנא ביסודו האט גענומען זיין פרינציפ פון פרויד. דער געדאנק דערפון איז זייער אמת אז אלטע געפילן וואס זענען נישט געווארן געפראסעסד געהעריג, גייט עווענטואל ארויסקומען, דורך ווייטאג, ענקזייעטי, דעפרעסיע וכדו'. סארנא האט זיך בעיקר אפגעגעבן בעיקר מיטן גוף, אז די 'אלטע' געפילן קומען יעצט ארויס אינעם גוף, היות ער איז געווען א דאקטאר. בסה"כ ווען מענטשן האבן געהערט אז א דאקטאר זאגט אז די שורש פון די מחלות זענען נפשיות'דיג האבן אים אסאך געגלייבט, ווייל ס'האט געמאכט שטארק סענס. פאר די אלע פאר וועמען ס'האט נישט געארבעט, איז די זעלבע סיבה פארוואס פסייכאלאנליזיה האט נישט גוט געארבעט, ווייל דער עיקר פראבלעם איז בדרך כלל נישט וואס עס האט פאסירט אמאל, נאר דער 'פאקט' ואוס דער מענטש האבט אויפגעבויעט פארן לעבן, דאס איז וואס מאכט היינט די פראבלעמען. ק"ט קומט אנפילן דעם לאך און ווייזן דעם וועג וויאזוי דאס צו ערפילן, און ארבעטן מיט די געפילן פון 'יעצט' און לאו דווקא פונעם עבר, בכדי צו זען וויאזוי דאס האט א שייכות מיט די יעצטיגע פיזישע ווייטאג אדער שווערע עמאציאנאלע געפילן.

אלזא סארנא און ק"ט פארן מיט די זעלבע מטרה, אבער גייען צו מיט אביסל אן אנדערע פילאזאפיע.

אגב @שוועמל, ווען איך האב די ערשטע מאל געזען דעם קאהערענס טערעפי, האב איך מיר גלייך צוגעכאפט דערצו, טאקע פאר דעם סיבה, ווייל עס האט געשטומט מיט דר. סארנא'ס מהלך. עס האט מיר געגעבן דעם האפענונג צו טרעפן א וועג וויאזוי מען קען נוצן דעם 'סארנא מעטאד' ביי ענקזייעטי וכדו', וואס דער אלגעמיינע מעטאד האט נישט געהעריג אדערעסירט וויאזוי דאס צו באהאנדלען. מיט די צוגאנג פון ק"ט, האט דאס געעפענט די אויגן וויאזוי דאס ארבעט סיי ביי פיזישע מיחושים, און סיי ביי נפשיות'דיגע מיחושים.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

אין ק"ט ארבעט מען מער מיט די פריסעפאזישענס (presupposition) וואס איז גורם דעם עמאושענאל ווייטאג.

ברוס עקער אין די ערשטע בוך פון DOBT און אין די מעניועל, געט ער צו פארשטיין די ארדער פון די פערזענליכע קאנסטראקט. construct
די ציהל אין קאוהירענס (אדער קאהערענס וויאזוי מתבונן וויל עס ספעלן) טערעפי, איז, צו טוישן יעדע אינטערבאוויסטזיניגער פערזענליכע קאנסטראקט וואס מאכט אז דער סימפטאם זאל זיין וויכטיג צו ווערן פראדעצירט.

לאמיר נעמען די זעקסטע זאך וואס ספיידער ברענגט אראפ דארט ביי זיין אשכול "פארוואס האב איך מורא צו מצליח זיין", "די מענטש האט מורא אז ער וועט נמאס ווערן פון די הצלחה וואס ער איז אנגעקומען און ער וועט פילן ליידיג אין זיין לעבן... אבער ווילאנג ער האט נישט גענומען שריט כאטשיק ער פילט ליידיג דאך רעדט ער זיך איין אז עס איז נאר טעמפארערי ווייל ער גייט זיך נאך איין טאג טוישן..." די פחד, די פינטעלע מורא איז "איך וועל פיהלן ליידיג אין מיין לעבן און ס'וועט נישט זיין מיט וואס עס צו טוישן". די פחד ליגט נישט אין ווערטער אינעם מח פונעם קלייענט, ס'איז נאך אימפליסיט מעמארי. ס'איז אזוי ווי נבלע בתוך הסיסטעם.

פאר די קלייענט ווערט באוויסטזיניג דערויף, דורך די קאוהירענס טערעפי מעטאדן, איז עס נאך אינטערנבאוויסטזיין. ס'לעבט. אבער ס'איז אינטערנבאוויסטזיין. די קלייענט ווייסט עס. אבער ער ווייסט נישט אז ער ווייסט עס. איין זאך וואס ער ווייסט און דאס איז וואס מיר און ער זעהט. "איך בין נישט מצליח"! פארוואס? ער ווייסט נישט. אבער ער ווייסט יא. עכט ווייסט ער יא. ער ווייסט נאר נישט אז ער ווייסט. ווייל אויב וואלט ער בכלל נישט געוויסט פון אזא זאך, וויאזוי קענסטו זאגען אז ער נישט מצליח וועגן דעם. אלא מאי ער ווייסט יא. נאר ער ווייסט נישט אז ער ווייסט עס. דאס מיינט ס'איז אינטערנבאוויסטזיין.

ווען די קלייענט ווערט באוויסטזיניג דערויף, ווערט ער ערשט געוואר וואס ער ווייסט אלץ. דאס הייסט, אז דער קלייענט קען באגעגענען אין זיין טאג טעגליכן לעבן געלעגנהייטן וואס זאלן אים פירן צו הצלחה. אבער אינטערנבאוויסטזיין דרייט ער זיך אוועק דערפון. ווייל פאר זיין אינטערנבאוויסטזיין מיינט עס "ריר עס נישט אן, ס'גייט דיך ברענגען ליידיגקייט פון וואס דו וועסט נישט קענען אנפיהלן". און נישט כאפענדיג דרייט זיך דער מענטש אוועק דערפון. דער אייבערשעטער זאל באשערן אלעס גוטס.

דאס הייסט אז אינטערנבאוויסטזיין האט דער קלייענט א (מתבונן רופט עס א "פאקט") פאקט, אז מ'ווערט נמאס פון הצלחה און ס'איז נישטא מיט וואס עס אנצופילן. ער ערווארט אז דאס זאל געשעהן מיטן מצליח זיין. ווען אזא מענטש טרעפט מוצלחים, פיהלט ער שלעכט פאר זיי, אז זיי גייען שוין אט אט אנהייבן צו פארלירן זייער טעם אין לעבן.

אויב א מענטש האט אזא קאנסטראקט, וועט ער מורא האבן צו מצליח זיין.

אויב א מענטש זאל נאר ליינען פון אזא קאנסטראקט וועט עס אים דען העלפן? אפילו ער אליין האט טאקע אזא קאנסטראקט, אזא געבוי, אזא ריאליטי, אין זיין אינטערנבאוויסטזיין. אבער דאך לאמיר חזר'ן דעם פרינציפ פון טויש אין קאוהירענס טערעפי, א מענטש קען זיך נאר טוישן פון א פאזישאן וואס ער פיהלט וואס ער לעבט דערמיט, וואס ער איז דארט. דער מענטש דארף איינזעהן אז דאס טאקע איז זיין קאנסטראקט.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום דינסטאג יולי 05, 2016 8:23 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4643
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

:bu:mp:
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מיין שרייבן איז אזוי נישט מסודר און איך האף אגאנצן צייט אז דער עולם האט געדולד צו ליינען.
וואס איך וויל איז אז דער עולם זאל נישט אונטערשאצן קאוהירענס טערעפיס פאוער.
קאוהירענס טערעפי האט דעפיניטלי א פאוער.

אין קאוהירענס טערעפי איז דא דריי סטעפס.
דיסקאווערי
אינטעגרעשאן
טרענספארמעשאן

דיסקאווערי מיינט אז דער טערעפיסט אנדעקט און ס'ווערט אים קלאר וואס דער פרא-סימפטאם פאזישאן איז, אבער דער קלייענט כאפט נישט געהעריג וואס ס'האט א שייכות איינס מיטן צווייטן.

אינטעגרעשאן מיינט אז דער טערעפיסט ברעגנט צוזאם די ASP מיט די PSP צוזאמען אינעם קלייענטס אויפמערקזאמקייט. דאס הייסט צו מאכן דעם קלייענט אויפמערקזאם! די "שייכות" פון די PSP מיט די ASP. אז ווען ער פיהלט די ASP זאל ער גראד אויפן זעלבן גראד פיהלן די PSP! און לעבן דערמיט. און צוגיין צום סימפטאם פון דעם פרא-סימפטאם פאזישאן.

טרענספארמעשאן איז די ארבעט פון א קאוהירענס טערעפיסט. צו טרעפן (אדער צו מאכן) אינעם קלייענטס ריאליטי, אינעם קלייענטס מענטל מאדעל (פון די וועלט ארום דעם סימפטאם מיט אירע ריאליטיס) א "פאקט" וואס איז א שטארקע סתירה מיטן PSP. מיטן פריסעפאזישאן פון די PSP.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

קאונטעראקטיוו מיינט אז דער טערעפיסט פראבירט צו פארעכטן דעם קלייענט. דהיינו אים געבן אן עצה. חיזוק. קאונטעראקטיוו איז א סתירה צו קאוהירענס טערעפי , ווייל ביי ק"ט דארף די קלייענט פילן דעם שורש און פון דארט זיך טוישן אויב ער וויל. און קאונטעראקטיוו פארמייד דעם קלייענט פון לעבן מיטן שורש.

ק"ט וועט נישט ארבעטן אויב מ'לעבט נישט מיטן שורש.

איינע פון די זאכן פארוואס א מענטש וויל ענדערש פיהלן און זיין אין א מצב און האבן און בלייבן מיט א נידריג זעלבסט ווערד מיינונג אויף זיך, איז, אז דער מענטש קען זיך שווערער האלטן אין א געהעריגער זעלבסט ווערד מיינונג אויף זיך, ווייל ס'מאכט אים פיהלן צופיהל אחריות. אויב בין איך געהעריג ווערד ווי יעדעם, הייב איך אן צו פיהלן ווי ס'קומט אויף מיר ארויף די געהעריגע אחריות פון לעבן, און דאס איז צו שווער פאר מיך. נאופ! אראפ פון דא. איך וועל מיך ענדערש האלטן אינעם ווייניגער-ווערד ווי-יעדעם מצב, אזוי פאדערט זיך נישט פון מיר קיין אחריות, ווייל קיינער פאדערט נישט דאס אחריות פון אזא מענטש ווי איך, וואס קען עכט נישט. איז אויב אזא קאנסטראקט (אז אחריות איז צו שווער) לעבט אינעם קלייענטס אינטערנבאוויסטזיין, און מ'איז נאכנישט צוגעקומען דערצו, און די קלייענט האט נאכנישט געלעבט דערמיט, וועט מען זיכער נישט אנקומען דערצו, און עס טוישן. אויב מ'גייט מיט קאנטעראקטיוו.

ווייל אויב מ'גייט מיט קאונטעראקטיוו און די קלייענט וועט אנהייבן פיהלן אז ער איז יא ווערד ווייל מיטן עצה פונעם טערעפיסט האט ער אויסגעטראפן וויפיהל מעלות ער האט, איז דאך נישט געווען קיין געלעגנהייט צוצוקומען צום אינטערבאוויסטזיניגן שורש. אז אחריות איז זייער א שווערע זאך. און דער קלייענט וועט זיין אויפגעלעבט פאר א שטיק צייט אבער ציען צו האלטן אויף זיך אז "עכט איז ער נישט ממש ווי יעדעם נאר ווייניגער"
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום זונטאג יולי 10, 2016 8:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

שרייב נאר נשמה שרייב, מ'ליינט מיט דארשט
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

עקבי הצאן האט געשריבן:שרייב נאר נשמה שרייב, מ'ליינט מיט דארשט
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

פון די ווערטער פון מתבונן דא viewtopic.php?p=1255021#p1255021 נעם איך ארויס, און אזוי אויך שטומט עס מיט די מהלך פון ק"ט.

אז דער הייליגער באשעפער האט אזוי באשאפן א מענטש אז וואס ער ווייסט אין זיין אינטערנבאוויסטזיין זאל סיי אים פירן און סיי אז ער זאל זיך נישט לאזן און ער זאל זיך נישט קענען איבערקומען פון אנדערע וואס קומען אים איינרעדן צו טוהן זאכן וואס שטומט נישט מיט זאכן וואס ס'ליגט אין זיין אינטערנבאוויסטזיין. (דאס הייסט אז די גאות סיסטעם פון א מענטש און די נגיעה סיסטעם פון א מענטש איז וויכטיג)

ווי שטערקער דער מענטש האט זיך אויסגעלערנט וויאזוי די וועלט ארבעט און ווי מער ס'איז אנדערש ווי אנדערע מענטשן, איז די 'קעיס' גרעסער, און די גאווה מוז בהכרח זיין גרעסער, כדי זיך צו קענען האלטן צו וואס מ'ווייסט. כדי זיך נישט צו לאזן בייגן. די שאור שבעיסה האט אזוי דער בוכ"ע אוועקגעשטעלט פאר די סורווייוועל פון א מענטש אז א מענטש זאל זיך נישט לאזן איינרעדן פון אנדערע דיעות. ווילאנג ס'שטומט נישט מיט וואס ער אליין ווייסט פאר א פאקט. און אפילו ווען א מענטש וועט פראבירן יא צו פאלגען אנדערע בהכנעה וועט זיך די איטערנבאוויסטזיין עווענטועל שטארקען. אזוי האט דער בוכ"ע באשאפן, בראתי את היצר.

דער מענטש וועט עכט מסכים זיך צו בייגן נאר ווען ער (די יצר) וועט פארשטיין אז די וועלט ארבעט נישט אזוי ווי ער האט געמיינט. אדער אז ס'גייט גארנישט געשעהן אויב מ'גייט זיך בייגן. אבער מ'דארף געדענקען, קודם דארף מען וויסן פון וואס מ'דארף זיך בייגן (דהיינו וואס ער ווייסט אינעם אינטערנבאוויסטזיין) און נאכדעם און פון דארט קען מען זיך בייגן.

פון די סעיף אין צעטיל קטן פון הייליגער רבי ר' אלימלך אז מ'זאל ארויסברענגען דעם כח פון יצר אל הפועל (פון implicit צו explicit) זעהט מען אז די כח וואס שטערט א מענטש איז נישט די יצר נאר אז ער לאזט עס בכח. אן א ווערטער. ווערטער צוזאמען מיט די כח פון בושה צעברעכט דעם יצר.

קומט אויס פון דעם אז א מענטש טאר זיך נישט בייגען פאר קיינעם נאר ווען ער פארשטייט שוין אז ס'לוינט זיך אים זיך צו בייגען. און מבטל זיין זיין דעת. והשי"ת יעזור אז ס'זאל נישט ארויסקומען די קלענסטע תקלה פון מיינע ווערטער חס ושלום, אז מ'זאל עס פארשטיין ריכטיג. ווען א מענטש איז מבטל זיין דעת ווען ער פיהלט אז עפעס לאט אים נישט מבטל זיין זיין דעת, פירט עס צו א צעמישטע און א אונטערדרוקטע דעת וואס אין הדעת יכול לסובלתו. אזוי מיין איך איז דער אמת ביזן סוף. מ'קען אלעמאל בעהטן השי"ת אז מ'זאל זוכה זיין זיך מבטל זיין דעם דעת פאר וועם השי"ת האט געהייסן. און דאס איז ווייטער אן ענין פון רצון לביטול ולהכנעה. און ווייטער נישט קיין ענין פון שבירת הדעת וואס איז לויט ווי איך פארשטיי אן ענין פון אונטערדרוקען די גאווה אדער די שכל, וואס דאס איז נישט קיין ענין פון ביטול, ווייל אינטערנבאוויסטזיין איז ער זיך נישט מבטל ווייל ער פארשטייט אז ער טאר זיך נישט מבטל זיין, קומט אויס אז ס'געשעהט נישט גוטע זאכן מיטן דעת. דאס הייסט אז ווען א מענטש פיהלט אז ס'פאסט אים נישט, טאר ער זיך נישט ברעכן נאר עס מבטל זיין בשרשו, אדער ווארטן ווילאנג ס'ווערט בטל בשרשו מיט תפילה ותחנונים אדער לערנען מוסר וכו'. אדער די עצה פון צעטיל קטן צו פארציילן פאר א חבר. איך טראכט אלץ אז דער הייליגער יושר דברי אמת וואלט נישט געשריבן זיין חיבור אויב וואלט זיין סעלף עסטים אויסגעזעהן ווי די וואס האבן נידריג זעלבסט ווערד. ווייל נידריג זעלבסט ווערד איז נישט דאס ענין פון הכנעה.

א מענטש וויל אינטערנבאוויסטזיין ענדערש זיין אין א געוויסער כח (למשל ענגזייעטי) ענדערש ווי א אנדערע כח (כעס) וואס איז לויט זיין מיינונג שווערער זיך צו האלטן דערין. ווייל ס'שאפט פארשטייט זיך מער צער. די עצה איז ווייטער צו זעהן וואס דער אינטערבאוויסטזיניגער צער איז און צו ס'איז טאקע א צער בכלל.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום מיטוואך יולי 13, 2016 4:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

וואס ברוס עקער האט געוואלט איז ארויסצונעמען פון יעדע קעיס מיט א קלייענט וואו דער קלייענט האט זיך געטוישט גענצליך, האט ער געוואלט מאכן אזא בנין אב! א מאדל פארוואס ארבעט עס יא דא אינגאצן און דער מענטש איז געטוישט אויף אייביג אן דארפן ארבעטן דערויף נאכאמאל דהיינו, וואס איז די אינערליכער חלק, די core וואס מאכט טערעפי ארבעטן אז דער מענטש טוישט זיך. און איך האב געהערט ווי ער דרוקט זיך אויס, ווען אונז קען מיר ווען פרעגען דעם מיינד, די ברעין, וואס אונז דארף מיר טוהן אז דער מענטש זאל זיך טוישן, וואס וואלט אונז דער מח געענטפערט דאס איז די פראגע וואס ער האט געוואלט ס'זאל זיך אים פותר זיין. די '?' וואס ער האט געוואלט ס'זאל ווערן '!'.

אנדערש ווי איך האב אמאל געמיינט האט ק"ט יא א קליינעם דאטא בעיס מיט טעמפלעטס פון פריעריגע קעיסעס.
לאמיר מסביר וואס איך מיין דערמיט.
ק"ט איז א שיטה אז מ'טוישט נישט נאר דעם צווייטן ארדער נאר אויך דעם דריטן און פערדן ארדער.
וואס איז דאס צווייטן ארדער איז פשוט ליין ווייטער.

אויב למשל ביי א מענטש ווערט א ריספאנס פון ענגזייעטי צו א געוויסער סיטועשאן, מוז דער סיטועשאן האבן אין זיך עפעס וואס זאל גורם זיין די ענגזייעטי. לאמיר זאגען אויב א יוגערמאן שעמט זיך צו דאווענען פארן עמוד, איז עפעס דע מיינונג וויאזוי ער נעמט אן די סיטועשאן, וויאזוי ער נעמט אן די מצב וואו ער דארף דאווענען פארן עמוד, דער סיטועשאן האט אין זיך עפעס וואס דער קלייענט געט דערויף א פירוש, א מיינונג וואס מאכט אים ריספאנדן מיט ענגזייעטי. צו ס'איז ווייל יעדער גייט אים הערן און ער שעמט זיך מיט זיין קול. צו ווייל ער שטייט יעצט און יעדער זעט אים. בקיצור עפעס א מיינונג אויף א געוויסע אינגרידיענט פון דעם סיטועשאן מאכט אים ער זאל וועלן דערפון אנטלויפן. און די ריספאנס איז ענגזייעטי. סאו די סימפטאם איז ענגזייעטי. על כל פנים ווען מ'הייבט אן טערעפי. (אסאך מאל טוישט זיך אויף וואס מ'זעהט אלץ דער סיפטאם.)


קען מען ארבעטן מיטן קלייענט, אז מ'טוישט דעם סיבה פאר די ריספאנס דהיינו אז מ'אנטוויקעלט דעם קלייענטס פארשטאנד אין די אומגעלעזטע אישוס וואס ווערן ערוועקט ביים קלייענט דורך דעם סיטועשאן און מאכן אים ענגזייעטי. און מ'ארבעט אז דער קלייענט זאל מיט שכל אפטיילן דעם עבר פונעם יעצט, און אזוי דורכן אפטיילן מיט שכל דעם עבר פונעם יעצט, מ'ווייזט אים אויף אז יעצט איז נישט דעם עבר, האפט מען וועט מער נישט ווערן אקטיוויזירט די אלע אומגעלעזטע אישוס און גורם זיין דעם ענגזייעטי ריספאנס, און אנשטאטס דעם זאל ער אויסקלויבן אן אנדערער, בעסערער, מער קאנסטראקטיוו ריספאנס.

אדער מ'שטעלט אוועק דעם סיטועשאן מיט א נייע מיינונג, אז קוק אהער קיינער קוקט נישט אויף דיר. גיי און איבערצייג דיך אליין. וכו'. פארוואס האסטו אזא נעגעטיווער מיינונג אויף דעם סיטועשאן? און אוודאי האסטו ענגזייעטי. לאמיר טוישן די מיינונג. מ'זאגט פארן קלייענט קוק גוט, וועסטו זעהן אז די מצב איז בכלל נישט אזוי ווי דו מיינסט

די פראבלעם מיט דעם איז נאר אז מ'איז נישט אנגעקומען ביזן שורש.

צו טוישן די מיינונג אויף די סיטועשאן מיינט אז מ'טוישט דעם צווייטן ארדער. (א סיטועשאן אין ק"ט מיינט נישט דוקא א סיטועשאן. ס'קען מיינען אויך די מיינונג אויף סיי וועכע זאך ס'פאסירט למשל איך בין אומבאליבט איז אויך א מיינונג אויף א סיטועשאן. אבער א ק"ט וועט וועלן וויסן וואו די ריספאנס ווערט שטערקער.)

די דריטער ארדער איז די תירוץ אויף "פארוואס מוז דער קלייענט אזוי פארשטיין דעם סיטועשאן"? וואס וועט זיין אויב ער וועט עס פארשטיין מיט א אנדערע מיינונג?

לאמיר זאגען אז די פרא-סימפטאם אינטערנבאוויסטזיניגער דריטער ארדער איז. אז דער קלייענט ווייסט (אינעם אינטערנבאוויסטזיין) אז ער דארף זיין אין קאנטראל ווייל ער איז צו לעבעדיג. און ער האט מורא אז אויב וועט ער נישט געבן די מיינונג אז די סיטועשאן מיינט אז ער דארף זיך צוריקהאלטן און שעמען וועט ער ארויס פון קאנטראל. אזא פחד.

סאו, ס'קומט אויס, אז ס'דא א סיבה פארן געבן אזא מיינונג אויף די סיטועשאן = אז די סיטועשאן איז א מין סיטועשאן וואס מ'דארף זיך דערפון שעמען. אלעס כדי נישט צו פארלירן קאנטראל. די סיבה איז קאנטראל. אזוי ווי איך וויל זייער שטארק זיין אין קאנטראל, און זיין דרך ארצ'דיג. וועל איך געבן א מיינונג אויף די סיטועשאן וואו איך דאווען פארן עמוד אז ס'איז א סיטועשאן וואו מ'דארף זיין מער צוריקגעצויגען. דורכן געבן אזא מיינונג דערגרייך איך דעם פורפעס.

איז, ס'דא א פירפוס. דערפאר געב איך אזא מיינונג. דערפאר האב איך א סימפטאם.

אבער דער פירפוס, צו זיין אין קאנטראל קומט פון א פערדער ארדער. דהיינו ס'מוז זיין א פערדער ארדער אין די עקזיסטענץ פון די קלייענטס וויסן די וועלט כדי דער דריטער ארדער זאל זיין. און דער פערדער ארדער איז.
איך מוז מיך האלטן אין קאנטראל. סתם אזוי בין איך נישט אין קאנטראל. א מענטש סתם אזוי איז נישט אין קאנטראל. קאנטראל איז אזאך וואס מ'דארף טון פאר עס. דאס איז די פערדער ארדער אין אונזער יעצטיגער דמיון. (אדער האט דער קלייענט אזוי מקבל געווען פון זיינע עלטערן, און דערמיט האלט ער אן די קאנעקשאן)

קומט אויס, אז ס'דא וויאזוי א קלייענט, מענטש, פארשטייט דעם נאטור פון זיך, פון די וועלט, פון די מענטשהייט. איך קען זיין סתם אזוי אינדרויסן פון קאנטראל (די נאטור איז די פערדער ארדער). דערפאר מוז איך האבן עפעס א זאך וואס זאל מיך האלטן אין קאנטראל און זיין דרך ארץ'דיג. דאס איז די פירפוס פארן געבן נאכדעם א מיינונג אויף די קאנקריט סיטועשאן ווי דאווענען פארן עמוד. די מיינונג איז ס'דא דא פון וואס זיך צו שעמען און דער קלייענט האלט אז ס'טאקע דא פון וואס זיך צו שעמען.

די שאלה דא איז, וואס האסטו פון טוישן דעם מיינונג אויף די סיטועשאן אז ס'איז נישטא פון וואס זיך צו שעמען, ווען דער קלייענט וויל געבן אזא מיינונג און דערפאר דויערט אזוי לאנג אוועקצונעמען פון דעם קלייענט אין אונזער דמיון דא, וועגען דעם געדויערט עס אזוי לאנג אוועקצונעמען בושה פון אים, ווייל נישט די בושה דארף מען אוועקנעמען נאר די סיבה פארן געבן אזא מיינונג אויף די סיטועשאן.

די דריטע און פערדע ארדער רופט מען אין קאוהירענס טערעפי די עמאושענעל אמת פון די סימפטאם.

יעצט, ק"ט האט ארדערס. אז די שורש פון אלע סימפטאמ'ס איז די וויאזוי דער קלייענט פארשטייט די נאטור. מתבונן האט לעצטענס געשריבן אן ארטיקעל וועגען די צוויי מינע כוחות וואס שלאגען זיך און ס'ווערט א פייט. viewtopic.php?p=1255021#p1255021 דאס קומט אויך פון די פערדער ארדער. די וועג וויאזוי א מענטש לערנט אפ וואס ער איז. וכו'.

איז הער גוט, אנשטאט זאלסטעך דארפן פלאגען מיט יעדען קלייענט עקסטער און דערגיין און גראבן, און שטעכן, און אויסקראצן, און עפענען, און ארויסנעמען, און אויסזויבערן, און פארברייטערן, ביז מ'קומט צו צום פרא-סימפטאם פאזישאן . האט ק"ט שוין אראפגעשטעלט אויף פארשידענע פלעצער דהיינו ביי פארשידענע סימפטאמס (נישט איבעראל) בערך וואו צו גיין. למשל א קלייענט איז נישט מצליח אין לעבן, ווייסט מען שוין בערך וואסערע פרא-סימפטאם פאזישאנס ס'דארף צו זיין, עס אויסצוטרייען. און יעדער טערעפיסט וואס טוט ק"ט וועט אוודאי מאכן נאך און נאך קעיס עקזעמפלס. וואס יעדע דערפון אויב מ'טרעפט דעם פרא-סיפמטאם איז עס א הון רב. א אוצר אדיר. וואס מ'קען נאכאמאכן שפעטער מיט קומענדיגע קלייענטן מיט די זעלבע סימפטאמ'ס.

אוודאי, דארף א קאוהירענס טערעפיסט ביי יעדע קלייענט און ביי יעדע סימפטאם נאכאמאל דערגיין און הערן און הערן וואס דער קלייענט פארציילט און נישט וואס איך טראכט אז ס'איז אבער דאך צו פראבירן האט מען כאטשיג א גוטע פאר טעמפלעטס.

מתבונן, חוץ וואס ער טוט טערעפי. אלץ פינעווער וויל ער אויך דערגיין וואס איז דאך די שורש פון די אלע זאכן. וואס קומט דא פאר. און איך טראכט אז אי"ה בעזרת השי"ת וועט אין צוואנציג יאר ארום זיכער זיין ביכער פון אים. ריין יודישע שטודיע. ונזכה ונחיה ונראה.

דאס איז די גוטס פון ק"ט פאר איינער וואס וויל סיי פארשטיין און סיי העלפן. ער טוט ביידע אויף איינמאל. ס'ווערט נישט בארד, ווייל יעדעס קלייענט האט זיינע עמאושענעל לערנונגען. והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

איך האף אז מ'פארשטייט וואס איך שרייב, אז מ'פארשטייט נישט בין איך העפפי צו ענטפערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ווען ס'דא א געוויסער פרא-סימפטאם פאזישאן אינעם אינטערנבאוויסטזיין פונעם קלייענט, איז אפילו ווען די קלייענט ליינט ערגעץ, הערט ערגעץ, פון אזא פאזישאן, און רעדט מיט זיין חבר פון אזא פאזישאן, מיינט נישט אז דער קלייענט גייט כאפן אז ער אליין האט אזא פאזישאן.

למשל ראובן וואס איז נישט אזוי מצליח, דרוקט זיך אויס פאר זיין חבר, "האסט געהערט פון אזא זאך, אז א מענטש איז נישט מצליח ווייל טיף אינסייד האט ער מורא אז אלץ א מוצלח וועט ער נישט באקומען זיין קערינג אטענשאן. האסט געהערט? ס'איז אזוי אינטערעסאנט ניין? איינער האט מיך פארציילט אז דאס איז געווען זיין פראבלעם וואס האט אים נישט געלאזט מצליח זיין וכו'. מ'האט עס ארויסגענומען פון אים און ער איז א נייע מענטש געווארן"

ראובן פרעגט זיך, "איך האב אויך אזא זאך?" און ער קלערט אביסל אריין "ניין. קוקט נישט אויס. ניין. נישט איך. איך דארף נישט קיין קערינג אטענשאן אז מ'זאל זיך וויסענדיג מאכן פון מיר. גיי שוין גיי. מן הסתם בין איך נישט מצליח געהעריג וועגען עפעס אנדערש, עפעס שטערט מיך, גיי ווייס וואס?"

אפילו ראובן האט יא אזא פרא-סימפטאם פאזישאן, און דאס, און טאקע דאס שטערט אים, איז עס אבער נישט ביי אים קלאר אדער גאר אינגאנצן נישט באוויסטזיניג "אז דאס איז עס מיט אים. דאס איז וואס ס'גייט פאר. דאס איז וואס ס'לאט אים נישט זיך צו ערלויבן סוקסעס".

אויב א מענטש וויל וויסן צו ער האט אזא פרא-סימפטאם פאזישאן דארף עס טרעפן "לעבן" אין זיך. ער דארף זיך אריינקלאפן דערין און עס פיהלן אלץ זיין זאך, ער האט אזא פאזישאן, "קוק אהער איך האב אלעמאל געוויסט פון דעם, אבער כ'האב נישט געוויסט אז איך האב עס אויך, אזא זאך"

צומאל אדער א סך מאל זעהט די טערעפיסט נאכן מאכן די דיסקאווערי מעטאדן, אז דאס איז זיין פרא-סימפטאם פאזישאן, אבער דער קלייענט דארף אויך פיהלן אז דאס איז עס. ער דארף עס פיהלן און ס'דארף זיך פיהלן זייער עכט. ער דארף זיך אזוי ארומקוקען צעמישט פונעם נייעם אנדעקונג.

אזאך וואס איז נישט עכט קען מען נישט אריינקוועטשן אין א קלייענט, אז דאס גייט פאר מיט אים. מ'קען נישט. אפילו מ'טרייט, מ'פראבירט שטארק. ווייל ווי מער מ'וועט פראבירן, וועט אדרבה נאר ארויסקומען דעם אמת אז נישט דאס איז דא די קעיס. ווייל דער אמת קומט ארויס ב"ה ווען מ'אפלייעט די דיסקאווערי מעטאדן.

אויב דע קלייענט געדענקט צו רעדן און צו פנימ'ן דעם אמת. און זיין מיטן אמת. מיין פוינט איז דאו, אז א פרא-סימפטאם פאזישאן דארף זיך פיהלן עכט! און קלאר! אן ספיקות! מיט א קלארקייט.

אויף אסאך זאכן צוזאמען דארף א קאוהירענס טערעפיסט האלטן קאפ ווען ער מאכט א סעשאן. אסאך חכמה ליגט אין קענען פיהרן א ק"ט סעשאן.

מ'דארף אגאנצן צייט האבן אין מיינד דע צורה פון די סימפטאם.
זיין גרייט צו דערהערן און ספאטן סיי וועכע פרא סימפטאם מאטריאל.
זיין גרייט צו הערן וואס די קלייענט זאגט און נישט וואס מ'שטעלט זיך פאר.
קענען פיהרן דע שמועס אזוי אז די קלייענט זאל אריינגיין טיפער אין זיין felt sense. און נישט ארויסטאנצן דערפון.

דאס איז נאר א חלק וואס מ'דארף אלץ קענען צו פיהרן א סעשאן. מתבונן ווייסט אוודאי ווי קליין דעי חלק איז.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום מיטוואך יולי 13, 2016 7:40 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

מיר האלטן מיט גיי אהן
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

צו מאכן א סימפטאם דעפרייוועשאן, דארף מען קודם הערן צוויי זאכן. איינס וויאזוי דער קלייענט שילדערט די סיטועשאן צו וואו די סימפטאם איז א ריספאנס. און צוויי די ריספאנס אליין.
מ'דארף פארשטיין, ס'דארף זיין אן עקספיריענס פון א מציאות, אזוי ווי איך עקספיריענס א ביהמ"ד אן די מענטשן, און ס'דארף זיין די עקספיריענס פון די ריספאנס צו די מציאות, אזוי ווי איך עקספיריענס מענטשן וואס זענען אין ביהמ"ד. נעם ארויס די מענטשן, עקספיריענס איך, די ביהמ"ד אבער אן די מענטשן. נעם צוריק אריין די מענטשן איז מיין עקספיריענס א ביהמ"ד פלאס מענטשן. ווען א קלייענט א מענטש עקספיריענסד א ריספאנס, עקספיריענסד ער נישט נאר די ריספאנס. נאר ער עקספיריענסד אויך די מציאות, ער עקספיריענסד די ריספאנס צוזאמען מיט די מציאות. אזוי ווי איך זאל זאגען אז קודם מוז זיין די מציאות, און נאכדעם די ריספאנס.

ס'קומט אויס פון דעם אז אויב דער קלייענט שטעלט זיך פאר אז ער איז יעצט אין דעם געוויסן מציאות וואו די ריספאנס געשעהט, און ער נעמט אוועק אין דעם געוויסן מציאות, מיטן דמיון די עקספיריענס פונעם ריספאנס, גייט דער קלייענט ווייטער עקספיריענסן די מציאות כמו שהוא אבער אנעם ריספאנס, אנעם סימפטאם.

און וויבאלד צו די מציאות געשעהט דאך די ריספאנס, אלעס נאר ווייל דער אינטערנבאוויסטזיין ווייסט פארשידענע קאנסטראקטס, אז דער מציאות וויאזוי ס'איז אן דעם צוגעלייגטן סימפטאם איז שווער צו עקספיריענסן, זייער שווער אזוי שווער, אז ס'איז גרינגער צו פראדעצירן און ענדערש עקספיריענסן דעם ריספאנס דעם סימפטאם.

אויב אזוי, גייט דער קלייענט גראד פיהלן און עקספיריענסן די אומבאקוועמע unwelcome געפיהל וואס דער מציאות אנעם ריספאנס האט אין זיין אינטערנבאוויסטזיין, ווייל די געפיהלן פון א מענטש זענען מער קאנעקטעד צו די אינטערנבאוויסטזיין, און דעם קלייענטס אטענשאן גייט פיהלן די ערשטע מאל אין זיין לעבן, ווי שווער צו עקספיריענסן די מציאות אנעם ריספאנס איז. און נאכדעם גייט מען זעהן פארוואס ס'איז אזוי שווער צו עקספיריענסן די מציאות אן די צוגעלייגטע, פראדעצירטע ריספאנס. מ'גייט זען, וואס ער ווייסט אז ס'טויג נישט מיט די מציאות ס'איז שווער (אגב ס'דא סימפטאמען וואס זענען דזשאסט איינפאך, א מעמארי פון א טראומאטישער דורכגאנג און נישט ווייל ס'ענדערש עס צו האבן, נאר פשוט ס'ליקט ארויס צו די אויפמערקזאמקייט און די מענטש, קלייענט פיהלט עס אבער יעצט און בעיקר רעד איך פון די ענין פון פרא-סימפטאם פאזישאן. ווען ס'איז וויכטיגער צו האבן די סימפטאם ווייל ס'איז גרינגער)

לאמיר מאכן א משל, און מ'דארף האבן אין מיינד אז ס'איז נאר א משל. און ס'איז מיר געווען שווער צו מאכן א משל, ווען איך האב נישט קיין פאקטישע מעשה. אין מציאות, מוז מען נישט ערווארטן אז א סעשאן גייט אזוי געשמירט. מ'דארף געדענקען אז אין א ריעל סעשאן, דילט מען נישט מיט קיין מאשין נאר מיט א מענטש, וואס טראכט און ישוב'ט זיך, אהער אהין. וכו'

די קלייענט קומט אריין צו טערעפי און פארציילט זיין סימפטאם

איך האב אלעמאל געהאט א פראבלעם אז ווען איך קום צווישן מענטשן פיהל איך אז יעדער קוקט אויף מיר, און אפילו איך ווייס אז ס'מאכט נישט קיין סענס צו זאגען אז יעדער קוקט אויף מיר, אבער דאך ווערט מיין קאפ אלעמאל פארנומען אז יעדער טראכט פון מיר, למשל איך זעץ מיך אראפ לערנען, ווערט מיין קאפ פארנומען אז דער וואס שטייט אין די זייט, האלט מיט ווי גוט איך לערן. איך ווער - פארציילט די קלייענט ווייטער - איך ווער אזוי ווי באשעפטיגט מיט וואס יענער טראכט אויף מיר. אזוי אויך ווען איך דאווען באמערק איך אז מיין קאפ איז פארנומען מיט וואס יענער טראכט אויף מיר, למשל אויב איך שאקל מיך ערליך, טראכט איך אז יענער קוקט אויף מיר און טראכט "הו אזא וואוילע יונגערמאן, קוק אהער ווי גוט ער דאווענט דער"

איך וויל פארשטיין מער

אויך ווען איך קום למשל צו א חתונה, בין איך נאר פארנומען אז יעדער טראכט פון מיר. איך קען זיי נישט ארויסשטופן פון מיין קאפ מיין גאנצע קאפ איז פארנומען וואס איך טו, אז מ'באטראכט מיך. פארשטייסט וואס איך זאג דיר?

איך פארשטיי אז ס'איז א פראבלעם, אבער איך וויל זאלסט מיר מער זאגען פארוואס דו האלסט אז ס'איז א פראבלעם אזוי צו פיהלן?

דו האלסט אז ס'איז נארמאל אזוי צו פיהלן. איך מיין, פארוואס קען איך נישט דזשאסט אנגיין און טון וואס איך האב צו טוהן, מיינע זאכן, וואס רבש"ע גייט מיך אן די מענטשהייט?

(דער קאוהירענס טערעפיסט וויל וויסן וויאזוי דער קלייענט קוקט אן אז ס'געשעהט) וואס טראכסטו? פארוואס געשעהט עס?

איך ווייס נישט. אפשר וויל איך צו שטארק געפעלן פאר די מענטשן. ס'איז מיר זייער אומבאקוועם און איך וויל דערפון פטור ווערן.

(קודם גייט דער ק"ט פארשטעלן איינע פון די מציאות'ער וואו דע ריספאנס געשעהט, אזוי וועט ער ארויסהאבן מער די ריספאנס צו וועכע מציאות, דער ק"ט וויל אז דעם קלייענטס אטענשאן זאל ווערן אויפמערקזאם, וויאזוי ס'עקספיריענסד זיך ביי אים די סימפטאם. די ריספאנס. די ק"ט פארשטייט זיך רעד שטאט, און רואיג, אריינצוציען דעם קלייענט אינעם עקספיריענס) האסט מיך פריער פארציילט, אז ווען דו קומסט ביי א חתונה געשעהט דעס. יא?

יא, יא.

איך וויל זאלסט דיך פארשטעלן... ווי דו ביסט אין די חתונה זאל, די טישן זענען געדעקט. דו קענסט זעהן די טישן?, די טישטעכער? די טשילארס אנגעצינדן... (די ק"ט שטעלט זיך אפ אביסל, און ווארט די קלייענט זאל אריין אינעם עקספיריענס, און ער זעצט פאר) אבער דעס מאל איז קיינער נישט דארט, קיין איין מענטש. קיינער. קיינער. ממש קיינער. ביסט פערצופעל דארט אליין. און דו ווייסט אויך אז קיינער גייט יעצט נישט דארט זיין פאר א קומענדיגע לאנגע צייט...

אקעי

איך וויל זאלסט באמערקען, דזשאסט באמערקען, וויאזוי ס'פיהלט זיך אין דיינע געפיהלן, צו זיין אין דעם גענצליך גענצליך ליידיגען חתונה זאל. וויאזוי איז עס?

גוט.

דזשאסט געדענק דעם געפיהל, און איך וויל זאלסט מיר פארציילן פונקטליך וואס ס'געשעהט יעצט אין דיר, אין דיינע ריספאנסעס, ווען דו ביסט יעצט (איך ווארף אריין די ווארט יעצט, ווייל, אינעם קלייענטס דמיון, דארף עס זיין יעצט.) די קומענדיגע טאג אין די זעלבע חתונה זאל, און אלע מענטשן זענען ארום דיר.

אומבאקוועם.

וואס איז דעי אומבאקוועם?

יעדער גייט מיך ווייטער זעהן, און ווייטער אנקוקען און איך וועל זיין ביזי מיט דעם אנשטאטס מיט וואס איך טו. (דאס איז נאר די ASP. די בליק וויאזוי דער קלייענט האט זיך געפיהלט צווישן מענטשן מיט דעם סימפטאם.) איך האב נישט קיין געדולד צו דעם.

איך וויל זאלסט יעצט נאכאמאל זיין אין די ליידיגע חתונה זאל. אן א מענטשן, קיינער. און נאכדעם זיין, אין די זעלבע חתונה זאל מיט די מענטשן. און דזשאסט באמערק די חילוק אין דיין קערפער צווישן די ביידע.

א אנגעצויגענקייט ווען איך בין צווישן די מענטשן.

וואס נאך? וואס איז די ריספאנס וואס קומט דיך ארויף ווען דו ביסט צווישן די מענטשן? וואס זאגט עס אזוי ווי?

שטעל דיך צו, קענסט נישט טון וואס דו ווילסט.

שטעל דיך צו, קענסט נישט טוהן וואס דו ווילסט. וואס נאך? וואס נאך, זאגט די ריספאנס, וואס קומט ארויף.

שטעל דיך צו, יעדער קוקט אויף דיר.

שטעל דיך צו, יעדער קוקט אויף דיר.

(יעצט האט די ק"ט א קלארער בילד אין זיין מיינד, וואס דע ריספאנס איז. די ריספאנס איז א עקספיריענס "יעדער איז ביזי מיט מיר".

אוודאי איז דא א אנגעצויגענקייט, אבער די מיינונג וואס די קלייענט געט אויף די מציאות, איז, יעדער איז ביזי מיט מיר. און דאס מאכט אוודאי די אנגעצויגענקייט. אויב יעדער איז ביזי מיט מיר? דארף איך מיך אוודאי צושטעלן!

די טערעפיסט וואלט געקענט אננעמען אז די סימפטאם איז די אנגעצויגענקייט, אז די קלייענט פיהלט אז ער מוז זיך צושטעלן. און די שאלה וואלט געווען, פארוואס מוזטו זיך צושטעלן, אפילו מ'קוקט אויף דיר. אבער אין ק"ט איז דא א כלל, איך גיי גראד צום שורש. אויב וואלט די קלייענט נישט געגעבן אזא מיינונג "יעדער איז ביזי מיט מיר" אויף די מציאות וואס עקספיריענסד זיך איך בין יעצט צווישן מענטשן וואלט ער בכלל נישט געווען אנגעצויגען אז ער דארף זיך צושטעלן. אויב יעדער איז ביזי מיט מיר, איז אוודאי דארף איך מיך צושטעלן.

אזוי ווי ווען איך וויל אפשניידן א דארן בוים, גיי איך גיין גראד צום שטאם. אזוי אויך ביי אלע סיפמטאמען, פרעג איך מיך, וואסערע מיינונג עקזיסטירט וואס דאס איז די שורש. אויב שטעל איך די מיינונג די עקספיריענס צווישן מענטשן, מיינט אז איך דארף מיך צושטעלן צו מענטשן נעבן די מיינונג די עקספיריענס צווישן מענטשן מיינט יעדער איז ביזי מיט מיר וועכע מיינונג, שטאמט פון וועכע מיינונג. וועכע מיינונג איז די שורש דא. וואס אויב יענץ איז נישטא איז אפגעהאקט די תולדה זיינעם? די תירוץ איז, די מיינונג די עקספיריענס צווישן מענטשן מיינט יעדער איז ביזי מיט מיר ווייל אויב איז קיינער נישט ביזי מיט מיר דארף איך מיך נישט אזוי צושטעלן.

די שאלה איז אוודאי פארוואס די געוויסער ריספאנס איז וויכטיג ווען דער קלייענט קומט צווישן מענטשן. און לויט ווי אונז לערן מיר אין ק"ט, איז ענדערש פאר די קלייענט צו פיהלן דעם ריספאנס, ווי איידער צו פיהלן די רויע מציאות אנעם ריספאנס. אבער וויאזוי ווייס איך וואס די קאנסטראקטס אויף די רויע מציאות איז? איינע פון די זאכן איז, סימפטאם דעפרייוועשאן, מ'נעמט טעמפארערי, צייטוויייליג, אוועק, דעם עקספיריענס פונעם סימפטאם. אבער אינגאנצן. אז דער קלייענט זאל גארנישט עקספיריענסן דעם סימפטאם.)

(דער ק"ט גייט מאכן א סימפטאם דעפרייוועשאן, אבער קודם גייט מען זיך פארשטעלן און עקספיריענסן, די מציאות, און אז דער סימפטאם געשעהט יא, כדי צו האבן דעם גאנצן פיקטשער. דהיינו, דער מציאות צוזאמען מיטן סימפטאם. און נאכדעם מיטן דמיון, נאר עקספיריענסן די מציאות אנעם סימפטאם.) האסט מיר געזאגט, אז דו פיהלסט אז די ארומיגע מענטשן טראכטן פון דיר, און דו פיהלסט אז זיי באטראכטן וואס דו טוסט, און ס'גייט זיי אן וואס דו טוסט. יא?

יא, יא. און ס'באדערט מיך. איך ווייס אז ס'מאכט נישט קיין סענס צו טראכטן אז מענטשן זענען אזוי פארנומען מיט מיר, אבער דאך

אקעי, איך וויל זאלסט דיך פארשטעלן, ווי דו ביסט ביי די חתונה זאל, און דו פיהלסט ווי וואס דו טוסט ווערט באטראכט דורך מענטשן ארום. און ס'גייט זיי שטארק אן. אזוי פיהלסטו. נישט אז דאס איז דער אמת, דו ווייסט אז נישט. נאר אזוי פיהלסטו. און, וואו ביסטו יעצט? דו זיצט? דו שטייסט?

איך עס.

דו עסט, וואס עסטו? (מ'פרעגט אזאנע קשיות וואס ברענגען דעם קלייענט אריין אינעם מציאות (מתבונן וואלט עס געמאכט בעסער, איך שרייב וויפיהל איך ווייס! והשם יעזור))

א קעיק.

א קעיק? ווען איז עס? ביי די סעודה?

ביי די קבלת פנים

ביי די קבלת פנים. און די מענטשן זענען נעבן דיר. יעצט פיהלסטו אויך אז זיי טראכטן פון דיר?

יא. איך פיהל ווי איך קען נישט אויפהערן טראכטן און זיין פארנומען אז איך דארף מיך צושטעלן.

אז זיי זענען ביזי מיט דיר. (איך ווארף עס דוקא אריין. ווייל די קלייענט דא, איז נאר ביזי אז ער טראכט פון זיי און דאס באדערט אים. אבער די מיינונג אויף די מציאות איז זיי זענען ביזי מיט מיר. יעצט כאפ איך מיך אז אפשר וואלט מתבונן קודם אויפמערקזאם געמאכט די קלייענט, אז די עקספיריענס צווישן מענטשן מיינט יעדער איז ביזי מיט מיר )

אז זיי זענען ביזי מיט מיר. יא. גערעכט. דעס איז מער וואס איך טראכט. מענטשן ארום זענען פארנומען מיט מיך.

זיי זענען ביזי מיט מיר. קענסט עס אויך פיהלן יעצט? (איך זאג איך דירעקט נאכאמאל, כדי די קלייענט זאל נאכאמאל ווערן אויפמערקזאם אויף די מיינונג וואס ער האט אויף די עקספיריענס צווישן מענטשן יעדער איז ביזי מיט מיר

יעדער איז פארנומען מיט מיר? יא. איך קען עס פיהלן.

און דו האסט מיך פריער געזאגט אז דאס שטערט דיך, ווייל דו ווייסט אז ס'איז נישט אזוי אז יעדער איז פארנומען מיט וואס דו טוסט?

יא יא.

און יאך וויל זאלסט דיך פארשטעלן ווי דו נעמסט ארויס א ספר, און דו לערנסט... ווען דו ווייסט אז מענטשן זענען ארום. ס'קומט אויך אריין דעי געפיהל אז יעדער איז ביזי מיט מיך? יעדער קוקט? אדער דו קענסט לערנען פלייסיג אן טראכטן און עס פיהלן?

ניין. אוודאי. חחח. איך קען כמעט נישט לערנן, ווייל מיין קאפ איז פארנומען

אז מענטשן ארום זענען פארנומען מיט דיך? (ווייטער, פאר דוקא, אז די קלייענט זאל בלייבן אויפמערקזאם אויף די מיינונג)

יא.

און איך וויל זאלסט יעצט גיין טאנצן. פיהלסטו ווייטער דעס, אז יעדער באטראכט דיך? און מ'איז נייגעריג וואס דו טוסט, און מ'האלט מיט?.

יא. ס'איז מיר אינטערעסאנט וויאזוי דו לייגסט עס אראפ, אבער דו מאכסט מיך טראכטן. יא, ס'איז טאקע אזוי, איך פיהל ווי יעדער איז נייגעריג. יא. חחח.

איך וויל זאלסט דיך יעצט פארשטעלן, ווי דו האסט א כח וואס קען אריינקוקען אין די מח פון וועם דו ווילסט און וויסן דעם אמת וואס יענער טראכט.

אקעי חחחחחח אן איידיע, קיינמאל נישט געטראכט דערפון, גוט גוט.

און איך וויל אז דו זאלסט יעצט גיין נעמען אייזקרים אדער עפעס. וואס נעמסטו?

א שטיקעל קעיק.

א קעיק. און דו פירסט דיך אזוי אויף וויסענדיג אז איינער דארט באטראכט דיך.

אקעי אקעי.

און איך וויל אויב דו ביסט מסכים זיך פארצושטעלן, ווי דו קוקסט אריין אין יענעמ'ס מח.

אקעי נו? חחח

און דו זעהסט אז ס'הייבט זיך נישט אן, יענער הייבט נישט אן צו טראכטן פון דיר. אבער דו קוקסט שטערקער, און זייער שטארק, אבער דו זעהסט זייער קלאר, זייער שטארק, אז יענער טראכט נישט פון דיר. ס'הייבט זיך נישט אן. (די קלייענט, עקספיריענסד יעצט די מציאות, אבער ער עקספיריענסד נישט דעם ריספאנס) אבער דו גייסט ווייטער, און יעצט טאנצט מען שוין. און ווייטער קומט אריין דעי געפיהל, (דא מאך איך אים ווייטער עקספיריענסן די מציאות מיטן ריספאנס, כדי ער זאל פיהלן דעם שארפן חילוק, ווען ער ווערט א רגע שפעטער ליידיג פונעם סימפטאם) אז יעדער איז נייגעריג אויף דיר, און דיין קאפ ווערט ווייטער פארנומען מיט איינעם וואס שטייט דארט אין די זייט, און דו פיהלסט אז יענער באטראכט און האלט שטארק מיט יעדע תנועה דיינע, wow דער יונגערמאן טאנצט שיין! און דו געסט א קוק אריין אין זיין מח, און דו זעהסט קלאר, אז ניין, יענער טראכט נישט פון מיר. אבער אפשר דאך? קוקסט גוט, ניין קלאר אז נישט. און דו ווערסט משוגע נייגעריג. און דו הייבסט אן קוקען אין יעדעמ'ס מח און דו זעהסט אז קיינער קיינער איז בכלל נישט נייגעריג ספעציעל אויף דיר. קיינער טראכט נישט פון דיר עפעס ספעשול, יעדער איז עכט ביזי נאר מיט די אייגענע געשעפטן די אנדערע וואך ביסטו יעצט אויף נאך א חתונה, און ווייטער הייבסטו אן צו פיהלן ווי מ'איז נייגעריג וואס דו טוסט, און דו גייסט צו געבן מזל טוב ביי די קבלת פנים, קענסט פיהלן ווי דו זאגסט מזל טוב פארן חתן?

יא.

און ווייטער קומט אריין די געפיהל אז איינער נעבן דיר באטראכט וויאזוי דו געסט מזל טוב?

יא

און דו פיהלסט וויאזוי יענער באטראכט יעדע תנועה. אבער דו קוקסט אריין אין יענעמ'ס קאפ, און ער טראכט נישט פון דיר. ס'הייבט זיך נישט אן. ער איז פארנומען מיט זיין אייגענע געשעפט. דו קוקסט גוט נאופ יענער טראכט נישט. וואס הייבסטו אן צו פיהלן ווען דו זעהסט מיט א קלארקייט, ווי קיינער טראכט נישט פון דיר?

קיינער איז נישט נייגעריג אויף מיר? איך פיהל זייער אליין. קיינער נעמט נישט קער אויף מיר? קיינער? פארוואס? ווער איז דא פאר מיר?

און ס'איז גרינג צו פיהלן אז קיינער איז נישט נייגעריג?

ניין. (מיט אן אראפגעלאזטע טאן) ס'איז זייער טרויעריג. זייער אליין. איך פיהל אז קיינער קימערט זיך נישט אויף מיר. ס'גייט קיינעם נישט אן וואס איך טו. פארוואס??????

דא איז ארויסגעקומען די פרא-סימפטאם פאזישאן, די קלייענט האט געוויסט אין זיין אינטערנבאוויסטזיין אז קיינער קימערט זיך נישט אויף אים. ער גייט קיינעם נישט אן. אבער דאס איז דאך זייער א שווערער געפיהל צו פיהלן, צו עקספיריענסן. האט דער אינטערנבאוויסטזיין אזוי ווי געזאגט. איך גיי אים נישט לאזן פיהלן די געפיהל אז קיינער קימערט זיך נישט, וואס דאס איז א שווערע געפיהל צו זיין דערין, און דערפאר איז ער געצווינגען געווארן אריינצוגיין אין א מצב פון געבן א מיינונג אז מ'קערט יא, ס'גייט יעדעם אן, איך גיי אן פאר מענטשן, איי מעטער פאר די פיפל אראונד מי. אפילו דאס האט גורם געווען ווייטאג פאר זיין באוויסטזיניגער בליק וואס פארשטייט אז ס'איז נישט נארמאל אזוי צו פיהלן. אבער צו פיהלן אז קיינער קימערט זיך נישט איז סך ערגער.

לאמיר זיך לי' לייענער פארשטעלן ווי שווער דאס איז, צו פיהלן אז ס'גייט קיינעם נישט אן צו דו לערנסט יא, צו דו לערנסט נישט, צו דו קומסט יא, צו דו קומסט נישט. וואס דו טוסט. קיינער קערט נישט. דאס האט ער געוויסט אין זיין אינטערנבאוויסטזיין פאר א פאקט. באלד וועל מיר זעהן פארוואס ער האט אזוי געוויסט, אבער למעשה האט ער אזוי געוויסט, און דערפאר איז געווען אזא ריספאנס.

(א ק"ט וואלט דא געמאכט אן overt statement דזשאסט ארויסצוברענגען מער וואס מ'ווייסט ביז יעצט)

כדי צו פראווען אז דאס איז די פרא-סימפטאם פאזישאן, זאגט די טערעפיסט

איך וויל זאלסט דיך פארשטעלן אבער מיט אן אמת אז דו ווייסט קלאר מיט א שטארקע קלארקייט אז מ'נעמט יא קער אויף דיר, און מ'טוט יא פאר דיר. און ס'גייט יא אן פאר דיינע נאנטע פונקטליך וואס דו טוסט. איך זאג נישט אז דאס איז טאקע דער אמת. אבער דזשאסט פאר יעצט, דזשאסט זיך פארשטעלן און עכט עכט פיהלן די עקספיריענס אז מ'נעמט יא קער אויף דיר, און ס'גייט אן פאר דיינע נאנטע וואס דו טוסט. און דו ביסט יעצט ביי די חתונה צווישן מענטשן. און איך וויל זאלסט עכט עקספיריענסן אז מ'נעמט יא קער אויף דיר און ס'גייט יא אן איינעם פאר דיינע נאנטע פונקטליך וואס דו טוסט, און מ'טוט פאר דיין וואוילזיין פיהלסטו נאך אלץ אז מ'איז ביזי וואס דו טוסט?

ניין. אינטערעסאנט. איך פיהל זיכערער. איך דארף נישט קיינעמ'ס אטענשאן.

ס'איז אינטערעסאנט. אויב דו ווייסט אז דער אמת איז כאטשיג אויף יעצט, אז דו ווייסט אז דער אמת איז אז מ'נעמט קער פון דיר, אז מ'טוט פאר דיר, פיהלסטו נישט אז מענטשן ארום זענען אינטערעסירט אין דיר. הע?

טאקע אינטערעסאנט. וואס איז פשט?

(ביז יעצט איז געווען די דיסקאווערי סטעפ, פון יעצט איז די אינטעגרעשאן סטעפ.) וואס טראכסטו?

איך ווייס נישט. זעהט אויס אז די סיבה פארוואס ס'טראכט זיך מיך אז מ'איז ביזי מיט מיר, איז, ווייל איך ווייס אז מ'נעמט נישט קער אויף מיר, ווייל איך פיהל אז איך גיי קיינעם נישט אן.

און ס'איז טאקע אמת אז מ'נעמט נישט קער אויף דיר? אז ס'גייט קיינעם נישט אן וואס דו טוסט? וואו דו ביסט? אז קיינער טוט נישט פאר דיר?

אינטערעסאנט. איך האב קיינמאל נישט געטראכט. אבער מ'נעמט דאך יא קער פון מיר. און ס'גייט שוין איינמאל אן פאר מיינע נאנטע וואס איך טו. און מ'טוט אזויפיהל פאר מיר. איז פארוואס פיהל איך נישט אז מ'נעמט קער?

(דא איז די סימפטאם געווארן, אז די קלייענט האט א פאזישאן וואס וויל נישט פיהלן אז ס'גייט איינעם אן וואס ער טוט. וואס וויל נישט פיהלן אז מ'טוט פאר אים טובות.)

(דא דארף די טערעפיסט ארויסברענגען מער פונעם קלייענט וואס ער האט זיך אויסגעדרוקט אבער מ'נעמט דאך יא קער פון מיר. און ס'גייט שוין איינמאל אן פאר מיינע נאנטע וואס איך טו. און מ'טוט אזויפיהל פאר מיר. איז פארוואס פיהל איך נישט אז מ'נעמט קער? ,דאס וואס איך לייג יעצט דא צו, האב איך צוגעלייגט נאכן אויסארבעטן דעם דמיון סעשאן, און איך האב געזעהן מיין מיסטעק ווי איך ווער שפעטער אזוי סטאק אויפצואווייזן דעם קלייענט אז מ'נעמט יא קער פון אים, אינדערצייט וואס ער האט זיך עס דא אויסגעדרוקט, וואו איך וואלט געדארפט אנדערש טוהן אינעם דמיון,

אויב איך גיי נישט פארלאנגען פונעם קלייענט אן overt statement "זאג פאר יעדעם, אבער מ'נעמט דאך יא קער פון מיר. און ס'גייט שוין איינמאל אן פאר מיינע נאנטע וואס איך טו. און מ'טוט אזויפיהל פאר מיר. איז פארוואס פיהל איך נישט אז מ'נעמט קער?" אויב איך גיי דעיס נישט מער ארויסברענגען פונעם קלייענט, גייט עס דעם קלייענטס פרא-סימפטאם פאזישאן שפעטער זייער שטארק באהאלטן, און ס'גייט זיין שווער עס צוריק אריינצוברענגען אינעם באוויסטזיין. איז דערפאר האב איך צוגעלייגט דעם סטעפ אינעם סעשאן. מ'דארף געדענקען (טויזענט זאכן און איינע פון די זאכן איז) צו מאכן פון יעדע זאך וואס ווערט אנטדעקט א overt statement :))

זאג פאר יעדעם אינעם חתונה זאל "אבער מ'נעמט דאך יא קער פון מיר. און ס'גייט שוין איינמאל אן פאר מיינע נאנטע וואס איך טו. און מ'טוט אזויפיהל פאר מיר. איז פארוואס פיהל איך נישט אז מ'נעמט קער?"

אבער מ'נעמט דאך יא קער פון מיר. און ס'גייט שוין איינמאל אן פאר מיינע נאנטע וואס איך טו. און מ'טוט אזויפיהל פאר מיר. איז פארוואס פיהל איך נישט אז מ'נעמט קער?

(דער טערעפיסט וויבאלד ער האט געכאפט אז די קלייענט האט א פאזישאן וואס וויל נישט פיהלן אז ס'גייט איינעם אן וואס ער טוט, האט שנעל אריינגעכאפט דירעקט איבערצוזאגען די ווערטער) אבער מ'נעמט דאך יא קער פון מיר. ס'גייט שוין איינמאל אן פאר מיינע נאנטע וואס איך טו. און מ'טוט אזויפיהל פאר מיר. וויאזוי קען טאקע זיין אז איך פיהל נישט אז מ'נעמט קער פון מיר? פארוואס פיהל איך עס נישט.

איך וויל זאלסט דיך פארשטעלן, און יא אריינלאזן די עקספירינס און עכט עכט עקספיריענסן, דזשאסט טעמפארערי די אלע טובות וואס מ'טוט פאר דיר, און וויפיהל מ'נעמט קער אויף דיר, (דאס איז איין מין אופן פון סימפטאם דעפרייוועשאן, מ'מאכט עקספיריענסן אזאך וואס די פרא-סימפטאם פאזישאן האט דערויף א נעגעטיווע מיינונג) און צו קומט אריין עפעס א געפיהל וואס דו ווילסט נישט פיהלן?

יא.

וואס?

איך געדענק שוין נישט. (דאס איז די ענין פון dissociation. דיססאוסיעשאן קומט דירעקט פון די פרא-סימפטאם פאזישאן, וואס ווייסט אז ס'איז נישט גוט צו וויסן)

איז נאכאמאל, לאמיר זיך פארשטעלן דזשאסט פאר יעצט, פאר אונזער ארבעט צוזאמען, אז דו לאזט דיך עקספיריענסן אלעס וואס מ'טוט פאר דיר, אז מ'קימערט זיך פאר דיר. די אלע טובות וואס מ'טוט.

זייער נישט גוט.

וואס איז נישט גוט?

איך ווייס נישט עפעס פיהל איך נישט גוט. זייער נישט גוט.

(דא גייט די ק"ט מאכן א סענטענס קאמפלישאן) איך וויל זאלסט זאגען "אויב איך לאז מיך עקספיריענסן אז ענק טוען פאר מיר אזויפיהל דעמאלטס..."

"אויב איך לאז מיך עקספיריענסן אז ענק טוען פאר מיר אזויפיהל דעמאלטס..."

און איך וויל אז דו זאלסט עס ענדיגען, וויאזוי ס'פיהלט זיך אינסייד אין דיר, וואס וויל עס ענדיגען. און זאג, "אויב איך לאז מיך עקספיריענסן אז ענק טוען פאר מיר אזויפיהל און ענק קערן פאר מיר דעמאלטס..."

"אויב איך לאז מיך עקספיריענסן אז ענק טוען פאר מיר אזויפיהל און ענק קערן פאר מיר..." דעמאלסט גיי איך ענק דארפן צוריקצאלן.

יא זייער גוט (מתבונננננננן.) גיי איך דארפן צוריקצאלן, איך דארף צוריקצאלן. ס'איז א געפיהל פון א מענטש צוריקצוצאלן וואס מ'טוט פאר אים. איך וויל זאלסט עס זאגען נאכאמאל אויב דו ביסט מסכים, און עכט קוקען וואסערע געפיהל, אין דיר, א טיפע געפיהל אין דיר וויל עס ענדיגען, ווייסט וויאזוי צו ענדיגען דעם סענטענס. איז זאג "אויב איך לאז מיך עקספיריענסן אז ענק טוען פאר מיר אזויפיהל דעמאלטס..."

"אויב איך לאז מיך עקספיריענסן אז ענק טוען פאר מיר אזויפיהל..." דעמאלסט (קלייענט ווערט צעמישט. און איז שטיל)(די סיבה פארוואס די קלייענט ווערט צעמישט און ווערט שטיל, איז, ווייל זיין אטענשאן האט זיך געטראפן מיט א טיפערע פארט אין אים, וואס האט א אנדערע באוויסטזיניגקייט)

וואס איז? וואס גייט פאר?

איך הייב אן פיהלן, וויפיהל איך שטעל מיך נישט צו.

פאר וועם? (דא וואלט איך געדארפט מער ארויסברענגען פונעם קלייענט די איך הייב אן פיהלן, וויפיהל איך שטעל מיך נישט צו. ווייל די קלייענט קען אין א רגע ארום פארגעסן וואס ער האט געזאגט, דערפאר דארף איך עס מער ארויסברענגען, a overt statement. איך וואלט געדארפט פרעגען, זאג מער איך שטעל מיך נישט צו... פאר וועם שטעלסטו דיך נישט צו? איך וואלט עס געדארפט מער ארויסברענגען נעקסטיים. (: )

(קלייענט איז פארזינקען אין זיינע זכרונות)

(טערפיסט מיט א ווייעכע שטומע) וואס קומט דיך ארויף?

אלץ בחור עפעס. גארנישט. ס'גוט.

וואס איז די מעשה?

גארנישט, איך האב נישט קיין אהנונג ווי ס'קומט דא אריין.

דו פארצייל מיך די מעשה.

סתם פארטאגס. איך בין אלעמאל געקומען שפעט. אלעמאל געווען שפעט. איך ווייס נישט ווי ס'קומט דא אריין.

ביסט אלעמאל געווען שפעט און?

איך ווייס נישט. מיין טאטע איז נישט געווען צעפרידן. מיין מאמע. מגיד שיעור.

און?

איך ווייס נישט. סתם כ'האב מיך דערמאנט. האסט מיך געבעטן איך זאל דיר עס פארציילן. (אזוי קוקט אויס אין א דיסקאווערי סטעפ. די פרא-סימפטאם פאזישאן ווערט אנדטדעקט פאר די טערעפיסט, אבער די קלייענט כאפט נישט די שייכות פון די געפיהלן און בילדער, זכרונות, וואס קומען אים אריין, וואסערע שייכות ס'האט צום סימפטאם.)

(דער טערעפיסט האט געדענקט די ווערטער וואס די קלייענט האט זיך ארויסגעכאפט פאר א רגע צוריק איך הייב אן פיהלן, וויפיהל איך שטעל מיך נישט צו. האט געטראכט, "אה, ס'מאכט סענס, די קלייענט האט אויך דעמאלסט געפיהלט וויפיהל ער שטעלט זיך נישט צו, און ס'איז אים געווען שווער אזוי צו פיהלן, און ס'ווערט אים יעצט ארויפגעברענגט אין זיין באוויסטזיין אלץ א דירעקט ריספאנס, ווען ער האט פראבירט דורכ'ן סענטענס קאמפלישאן - אויב איך לאז מיך עקספיריענסן אז ענק טוען פאר מיר אזויפיהל דעמאלסט..." - יא אריינצונעמען די עקספיריענס אז מ'נעמט קער פון אים.

קומט אויס, אז די עקספיריענס און בלייבן אין די מצב אז מ'נעמט קער פון אים, דערמאנט אים וויפיהל ער שטעלט זיך נישט צו.

קומט אויס אז אינעם קלייענטס וועלט איז דא א ציהל, א פרא-סימפטאם פאזישאן, וואס מאכט פארגעסן אז מ'נעמט קער פון אים. און מאכט אים געבן די מיינונג אויף די סיטועשאן אז מ'נעמט נישט קער. אלעס ווייל ער מיינט אז ס'האט א שייכות.) זאג פאר דיין מגיד שיעור, פאר דיין טאטע מאמע, "אויב איך לאז מיך עקספיריענסן אז ענק טוען פאר מיר אזויפיהל דעמאלטס..."

דעמאלסט פיהל איך מיך זייער שלעכט פארוואס איך בין אזוי. וויאזוי קען איך אזוי זיין? ענק טוען פאר מיר אזוי סך, אבער איך קען מיך נישט צושטעלן.*

איך וויל זאלסט זאגען פאר דיין טאטע מאמע, איך פיהל ווי גוט ענק נעמען קער פון מיר...

(קלייענט איז יעצט אינעם סעשאן, א בחור'ל פון פופצן. און זיין פרא-סימפטאם פאזישאן וויל אים נישט לאזן פיהלן "ענק נעמען קער פון מיר". ווייל דאס מאכט אים פיהלן זייער שלעכט אז ער שטעלט זיך נישט צו. און אלעס ווייל אין זיין וועלטל האבן "ענק נעמען קער פון מיר" מיט "איך דארף מיך צושטעלן" געהאט א שייכות.) זיי נעמען נישט קער פון מיר!

(דער טערעפיסט פארשטייט קלאר פון וואו די ווערטער "זיי נעמען נישט קער פון מיר" קומט. און ער טראכט וויאזוי ער קען דעם "בחור'ל" מאכן אויפמערקזאם אין זיין אייגענעם אגענדע צו פארגעסן אז מ'נעמט קער פון אים. דערפאר וועט ער זיך באנוצן מיט קאונטעראקטיוו, אבער דאס איז נאר טעמפארערי) וואס הייסט זיי נעמען נישט קער? דיין מאמע וואשט נישט דיין וועש, דיין טאטע צאלט נישט פאר דיין ישיבה?

זיי נעמען יא קער. ביסט גערעכט.

סאו, זאג זיי "איך פיהל ווי גוט ענק נעמען קער פון מיר".

איך קען עס נישט זאגען.

זאג "א פארט אין מיר וויל ענק נישט זאגען ווי גוט ענק נעמען קער פון מיר"

א פארט אין מיר וויל ענק נישט זאגען ווי גוט ענק נעמען קער פון מיר.

אויב איך מעג בעטן רשות פון די פארט וואס וויל נישט זאגען ווי גוט דיין טאטע מאמע נעמען קער פון דיר.

מיין טאטע מאמע נעמען נישט גוט קער פון מיר. זיי קערן נישט. ס'גייט זיי גארנישט אן! (די ווערטער קומען דירעקט פונעם פרא-סימפטאם פאזישאן, וואס וויל נישט אז דער קלייענט זאל פיהלן די אומגעהויערע צער פון זיך נישט קענען צושטעלן. וויבאלד "מיין טאטע מאמע נעמען קער פון מיר" מיינט גראד "איך דארף מיך צושטעלן אינגאנצן נישט קיין חילוק צו איך קען יא, צו איך קען נישט" איז אים נישטא קיין ברירה נאר צו פארגעסן אז מ'נעמט קער פון אים. און געבן די מיינונג אויף די מציאות, אויף די סיטועשאן, מיין טאטע און מאמע נעמען נישט קער.

(איך קען פאררעכטן די דיאלאג, אז ס'זאל מער גלאטיג, אבער איך וועל עס לאזן.) ( דער טערעפיסט קען זיך יעצט ארומ'הרג'נען מיטן קלייענטס פרא-סימפטאם פאזישאן און איהם אויפווייזן ווי מ'האט עכט יא קער גענומען, נאר ער קען עס פשוט נישט עקספיריענסן, ווייל ס'מאכט אים גראד פיהלן וויפיהל ער קען זיך נישט צושטעלן. אבער דער עיקר ציהל איז דא אז דער קלייענט זאל קענען עקספיריענסן און קענען פיהלן די קער וואס ער באקומט, אפילו ווען ער ווייסט אז ער קען נישט צושטעלן פונקטליך וואס מ'פארלאנגט פון אים.

איז, מ'קען גראד צוגיין צו מאכן א סימפטאם דעפרייוועשאן. וויבאלד דער עיקר וואס שטערט דא איז דעם קלייענטס פרא-סימפטאם פאזישאן אויב מיין טאטע מאמע נעמען קער פון מיר און אויב איינער נעמט קער פון מיר מיינט עס אז איך דארף מיך צושטעלן אפילו איך קען נישט און איינמאל דאס ווערט אפגעטיילט וועט זיך דער קלייענט רואיג ערלויבן צו פיהלן די קער וואס ער באקומט.)

(אין מאראל, אפילו א קינד דארף זיך צושטעלן מיינט נישט אז די קער וואס ער באקומט, די ליבשאפט וכדומה דאס פאדערט די צושטעלן. קער איז איין זאך, און צושטעלן איז א צווייטע זאך. און דאס דארף ווערן אפגעטיילט. און ס'מוז אויך נישט זיין אז טאטע מאמע פונעם קלייענט האבן אזא מעסעדזש איבערגעגעבן "איך געב דיך וואס דו דארפסט אבער דו דארפסט זיין וואויל און טון וואס איך הייס דיר", ס'קען זיין אז ער האט זיך אליין באשלאסן דעם קאנעקשאן צווישן די צוויי.)

האסט מיך פריער געזאגט אז דו פלעגסט אפאר מאל קומען שפעט פארטאגס אין ישיבה. יא? (דער טערעפיסט לייגט דירעקט נישט צו די ווערטער "און ס'האט דיך געבאדערט")

יא. נישט אפאר מאל. נאר כמעט נישט געקומען פרי. חח

(קודם האב איך געוואלט אז דער קלייענט זאל ווערן אויפמערקזאם, ווי ווייט ער ווייסט אז זיין טאטע מאמע (די וואס געבן קער) האבן נישט ליב אז ער קומט שפעט) דיין טאטע און מאמע האבן געוואלט זאלסט קומען שפעט?

(קלייענט שמייכלט) ניין. וואס שפעט? זיי האבן געוואלט איך זאל קומען פרי. נארמאל אזוי ווי יעדעם.

איך וויל זאלסט זיי אנקוקען און זאג זיי "ענק ווילן אז איך זאל זיין נארמאל אזוי ווי יעדעם".

"ענק ווילן איך זאל זיין נארמאל אזוי ווי יעדעם"

זאג זיי, וואס נאך זיי ווילן אז דו זאלסט זיין.

ענק ווילן איך זאל קומען באצייטענס. ענק ווילן נישט אז איך זאל קומען שפעט. ענק ווילן איך זאל זיין נארמאל פונקט ווי יעדעם. ענק האבן נישט ליב די וועג וויאזוי איך פיהר מיך אויף. ענק האבן דעס נישט ליב. איך ווייס.

(ענק ווילן איך זאל קומען באצייטענס. ענק ווילן נישט אז איך זאל קומען שפעט. ענק ווילן איך זאל זיין נארמאל פונקט ווי יעדעם. ענק האבן נישט ליב די וועג וויאזוי איך פיהר מיך אויף. ענק האבן דעס נישט ליב. איך ווייס.) איך וויל זאלסט דיך יעצט זעהן ארומדרייען אינדרויסן פון כיתה, און יעדער איז יעצט אינעווייניג, און זאג "ס'איז מיר זייער בא'טעמ'ט אז איך קום יעצט אן".

ס'פיהלט זיך מיר נישט אמת'דיג אזוי צו זאגען

וויאזוי וואלט זיך יא געפיהלט אמת'דיג צו זאגען ווען דו ביסט יעצט געקומען שפעט?

איך פיהל נישט בא'טעמ'ט אז איך קום יעצט אן.

פארוואס פיהלסטו נישט באקוועם דערמיט?

ווייל איך האב נישט ליב אנצוקומען שפעט אין ישיבה

(דעס זאגט דער טערעפיסט, שטאט און ער אפלייעט צו די עמאושענס.) אקעי. זאג, אויב ס'איז אמת אז מיין טאטע מאמע נעמען קער פון מיר,

אויב ס'איז אמת אז מיין טאטע מאמע נעמען קער פון מיר,

און איך פיהל יעצט אין אלע מיינע ביינער אז דאס איז דער אמת. (מ'טוישט די מיינונג אויף די מציאות טעמפארערי)

און איך פיהל יעצט אין אלע מיינע ביינער אז דאס איז דער אמת.

אז מיין טאטע מאמע נעמען גוט קער פון מיר

אז מיין טאטע מאמע נעמען גוט קער פון מיר

(דא ווארט דער ק"ט אביסל דער קלייענט זאל אריין אינעם סימפטאם דעפרייוועשאן) מאכט דיך עס אומבאקוועמער אז דו קומסט יעצט אן, אזוי שפעט?

אוודאי.

אוודאי. פארוואס?

אז איך פיהל אז מ'נעמט קער, און דאך קומעך שפעט.

לו יצייר אז זיי נעמען גוט קער פון דיר, און ס'גייט זיי שטארק אן דיין טאג טעגליכען לעבן. און דאס וויל איך פון דיר, אז דו זאלסט יעצט עקספיריענסן. דזשאסט פאר יעצט. בשעת דו ביסט יעצט דארט אינדרויסן פון כיתה, אנגעקומען שפעט, וויל איך אז דו זאלסט פראבירן צו עקספיריענסן, אז מ'נעמט גוט קער פון דיר. אבער עכט עכט, גוט קער... און איך וויל אז דו זאלסט אינגאנצן פיהלן אז מ'נעמט קער... אז ס'גייט זיי אן דיין טאג טעגליכן לעבן... וואס דו טוסט... צו איז דיך באקוועמער ווייטער אנצוהאלטן, צו פיהלן און עקספיריענסן אז מ'נעמט קער פון דיר, בשעת ווען דו קוקסט יעצט אויפן זייגער און דו זעהסט אז דו ביסט יעצט אנגעקומען שפעט... וויסענדיג אז זיי האבן נישט ליב אז דו קומסט יעצט אן, איז דיך באקוועם אנצוהאלטן, און פיהלן דעם עקספיריענס אז זיי נעמען קער פון דיר, בשעת דו ווייסט אז דו ביסט יעצט אנגעקומען שפעט, אנדערש ווי זיי ווינטשען זיך?

ניין. כמעט נישט מעגליך.

פארוואס?

ווייל ווי מער איך פיהל אז מ'נעמט קער פון מיר אלץ מער פיהל איך אז איך דארף מיך צושטעלן. (דא האסטו די פרא-סימפטאם פאזישאן. אז מ'נעמט קער, מיינט עס אז איך דארף מיך צושטעלן)

אז מ'נעמט קער דארף איך מיך צושטעלן. איך זאג נישט צו מ'האט יא קער גענומען צו נישט. וואס איז אונז א חילוק איז, וואס דו האסט יעצט געזאגט, אז מ'נעמט קער דארף איך מיך צושטעלן. סאו ס'קען זיין? איז מעגליך? אז אפילו דיין טאטע מאמע וואלטן יא קער גענומען, איך זאג נישט אז זיי האבן קער גענומען, איך זאג אויב זיי וואלטן קער גענומען, וואלט אויך שווער געווען צו פיהלן און עקספיריענסן אז זיי נעמען קער?

יא מן הסתם.

איך האב קיינמאל נישט געוויסט פארוואס ס'טראכט זיך מיר אז ענק קוקען מיך אן יעדע תנועה, אבער יעצט האב איך אנדעקט א נייע זאך, אז אויב איך וואלט אנגענומען אז ס'דא מיינע נאנטע וואס נעמען קער פון מיר וואלט זיך מיר נישט אזוי געטראכט. אבער איך קען מיך נישט האלטן אין א מצב וויסענדיג אז מ'נעמט קער פון מיר, ווייל דעמאלסט הייב איך אן פיהלן א שטארקע התחייבות אז איך דארף זיין אזוי ווי ענק ווילן, און איך ווייס אז איך קען זיך נישט צושטעלן צו וואס ענק ווילן. און ס'שאפט מיך צער אז איך בין נישט וואס ענק ווילן, און איך שטעל גארנישט צו. און איך קען דעס נישט פיהלן. צו שווער! נאופ. ענדערש פיהלן אז קיינער נעמט נישט קער אפילו ס'מאכט א פראבלעם.

אויב מ'נעמט קער מוז איך מיך צושטעלן אפילו ס'איז מיך שווער.

ביז אהער האב איך געשריבן א דמיון פון א סעשאן. אבער מער טו איך עס נישט.
יאך וועל ענדערש שרייבן פאקטישע סעשאנס ווי איידער דמיון.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום דינסטאג יולי 19, 2016 7:48 pm, פארראכטן געווארן 14 מאל.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5469
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

איך כאפ נישט נשמה , די פריערדערמאנטע איז נאר א משל אדער א אקטשיאל קעיס עקססעמפל ? ס'סאנט געוואלדיג!!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

fiena nieas האט געשריבן:איך כאפ נישט נשמה , די פריערדערמאנטע איז נאר א משל אדער א אקטשיאל קעיס עקססעמפל ? ס'סאנט געוואלדיג!!

א משל.

א עכטע סעשאן קוקט נישט אויס צופיהל אנדערש. אבער די עכטע מציאות איז דען גלאטיג?
למשל ווען דיין GPS זאגט דיך אז אין פינף און פופציג מינוט, ערייווסטו ביי דיין פרייליכע דעסטינעשאן. ווייסטו אז 0:55 ביסטו נישט דארט ביים דעסטינעשאן! יא, ווען קיין איין קאר איז נישט אויפן וועג וואס דו פארסט און קיין מענטש וויל נישט פלוצלינג דורכוואקען אז דו זאלסט דארפן אראפסלאוען, וכו' וכ'ו, קומט מען אן 00:55 אבער אזוי ווי ס'דא קארן אויפן ראוד. איין קאר וויל יעצט פארן שטאאאטטטעלעך פאר דיין נאז, און שפעטער אהינציר דערמאנט זיך איינער דורכצואוואקען אין דיין וועג אריין, און אהער און אהין, און דאס און יענץ, וועגען דעם געדויערט עס לענגער.

ווען א קלייענט באשלוסט ביי זיך צו זאגען דעם אמת דירעקט, אפן און ארויס געזאגט, וואס ער פיהלט, און וואס ער פיהלט נישט, און ווען א קלייענט טיילט מיט זיינע אינערליכע עקספיריענסעס, סיי וואס ער פיהלט בשעת'ן סעשאן, און סיי וואס ער פיהלט צווישן די סעשאנס, דעמאלסט באקומט דער קאוהירענס טערעפיסט אנווייזונגען וואס צו טוהן. א ק"ט באקומט אנווייזונגען וואס צו טוהן לויט די ריספאנסעס פונעם קלייענט.

אויב א קלייענט לאט דעם טערעפיסט רעדן, און ווי מ'זאגט דו זאג מיך. דער ק"ט גייט אוודאי מיט אלע זיינע כוחות, נוצן אלע זיינע טולס צו פיהרן גוטע הצלחה'דיגע סעשאנס, אבער אויב דער קלייענט פיהלט אז וואס דער ק"ט זאגט מאכט נישט קיין סענס, און ער גייט אים לאזן רעדן ווייל ער וויל אים נישט אריינהאקען, גייט דער ק"ט טוהן זייער גוטע טערעפי, אבער מיט א צווייטע קלייענט און מיט א אנדערע סימפטאם.

איך טוה נישט קיין טובה פאר א ק"ט אויב איך גיי אים לאזן רעדן זאכן וואס פיהלן זיך נישט אמת'דיג. מ'דארף חזר'ן, דער ק"ט איז נישדא מיך צו פארקויפן לאקשן, ער איז דא צו רעדן מיינע עכטע געפיהלן. און אויב איך פיהל אז ער רעד נישט צום זאך, זאג!!!

די גאנצע ק"ט איז בעזרת השי"ת אן ענין פון זאגען דעם אמת.

אין ק"ט איז נישטא אזא זאך ווי יא רעדן צום זאך, אדער נישט רעדן צום זאך וואס איז יא דא איז רעדן און ארויסברענגען און מברר זיין מיינע עכטע זאכן, וואס קומען עכט פאר! אז איך זאל עס פיהלן אין מיין סענס.

ווען מ'לאט א ק"ט רעדן זאכן וואס פיהלן זיך נישט עכט. איז אזוי ווי איך לאז דעם טעקסי דרייווער מיך טראגען צו א צווייטע פלאץ ווי איך וויל אנקומען.

ווען ס'פיהלט זיך נישט עכט וואס דער ק"ט זאגט, מיינט עס נישט אז ער איז נישט גערעכט, ס'קען מיינען אז איך האב נאכנישט אנטדעקט וואס ער האט שוין אנטדעקט! און אויב איך פיהל אז ס'מאכט נישט קיין סענס, מיינט עס אז איך האב עס פשוט נאכנישט אנטדעקט. און זיין ארבעט איז עס צו אנטדעקען. און עס אינטעגרעטאן. קומט אויס אז איך מוז אים זאגען וויאזוי ס'פיהלט זיך.

און אויב איך רוף מיך אן, אז ס'פיהלט זיך נישט עכט, ווייסט דער קאוהירענס טערעפיסט ב"ה זייער גוט וואס צו טוהן.

ס'קען זיין ס'איז Resistance
ס'קען זיין ס'איז נאך אינעם אינטערנבאוויסטזיין. נאכנישט ארויסגעקומען אינעם באוויסטזיניגען ידיעה.
און ס'קען זיין אז ס'איז טאקע נישט אמת. און ס'איז גארנישט קיין פראבלעם. ווייל פארדעם איז מען דא, צו טרעפן דעם אמת.

א חלק פון ק"ט איז טאקע דעס, מ'מאכט פון א זאך וואס מ'האט, אבער ס'פיהלט זיך נישט אז איך האב עס, צו אזאך וואס איך ווער קלאר געוואויר מיט א קלארקייט נישט לאקשן, קלאר, אז איך האב אזא פאזישאן.

צומאל פאסט מיך נישט מודה צו זיין אז איך האב אזא פאזישאן. און דערפאר וועל איך נישט פיהלן אז איך האב אזא פאזישאן, זאג איך אים "ס'מאכט נישט קיין סענס" און ער זאגט "א פארט פון מיך, נישט איך, איך בין א וואוילע. א חלק פון מיך, האט אזא פאזישאן.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום פרייטאג יולי 15, 2016 1:43 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

איך באנוץ זיך מיט די נייע "מארקד עס אנריעד קנעפל" פאר די לעצטע 2 נשמה תגובות.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

אין די בוך פון DOBT און אויך אין די מעניועל, ווי אויך אין די מעמארי ריקאנסאלידעשאן בוך האב איך נישט געזעהן דערמאנט נאר דעם ענין אז אלע סימפטאמען פון א מענטש קומען פון מענטל מאדעלס. די וועג וויאזוי די קלייענט לערנט אפ די וועלט! און פארשטייט די וועלט, אבער ס'ליגט אים אין זיין אינטערנבאוויסטזיין. נישט אין זיין באוויסטזיין. ס'ליגט מער אין די אימפליסיט מעמארי. און איך האב נישט געזעהן דערמאנט גארנישט דעם ענין נישט פון די עניאגראם, און נישט פון פרויד. ווייל די עניאגראם מיט פרויד איז נישט וואס מאכט פראבלעמאטישע אויפפירונגען, פראבלעמאטישע מודס, פראבלעמאטישע מחשבות. פראבלעמאטישע עמאושענס. ס'איז די עמאושענאל לערנונג וויאזוי די וועלט ארבעט. וואס מאכט די אלע ריספאנסעס פון וואס מ'וויל פטור ווערן דערפון באוויסטזיניג.

צוצוקומען צו דעם, גייט מען פון דעם סימפטאם פון דעם ריספאנס און מ'קריכט אריין טיפער. מ'פירט דעם קלייענטס אטענשען פונעם עקספיריענס פונעם סימפטאם, טיפער אריין אינעם אינטערנבאוויסטזיין. דהיינו, אין די אינטערבאוויסטזיניגע קאנסטראקטס וואס האלטן אן דעם סימפטאם. די וועג וויאזוי מ'קומט אן אהין איז אכט לויט וויאזוי איך האב געזעהן אין די מעניועל, אבער מ'קען אויך צונוצן געשטאלט, און נאך אנדערע מעטאדן, צו דערגיין וואס ס'ליגט אינעם אינטערנבאוויסטזיין, און ס'האלט אן דעם סימפטאם.

פיהר פון די האב איך שוין געשריבן.
די ענגעדזשמענט.
overt statement
סענטענס קאמפלישאן
סימפטאם דעפרייוועשאן

engagement
אין ק"ט ארבעט מען, מיטן זיך פארשטעלן. זאכן ווערן אנטדעקט, און אינטעגרעטעד, און צומאל געטוישט נאר דורך זיך פארשטעלן אליין. די קלייענט שטעלט זיך אלעמאל פאר ווי ער איז אינעם סיטועשאן וואו דער סימפטאם געשעהט.

ווי שטערקער די קלייענט קען פיהלן אז ער איז אינעם סיטועשאן וואו די סימפטאם געשעהט שטארק, אדער שטערקער. אלץ העכער זענען די שאנסן צו אנטדעקען די פרא-סימפטאם פאזישאן. ווייל יעדע מאל א סימפטאם געשעהט איז אלעמאל דא און ס'ווערט אקטיוויזירט די פרא-סימפטאם פאזישאן, אפילו ס'איז טאקע אינטערנבאוויסטזיין. און דאס איז די ענגעדזשמענט פון די פרא-סימפטאם פאזישאן. די ענגעדזשמענט דערגרייכט מען, דורכדעם וואס דער קלייענט שטעלט זיך פאר א סיטועשאן ווי די סימפטאם געשעהט שטארק, שטערקער, דורכדעם איז בהכרח אז דער פרא-סימפטאם פאזישאן ווערט אויך ענגעדזשט און ס'קומט אריין אין די פיקטשער.

און ס'ווערט נאכדעם גרינגער צו ענדעקן. מיט דעם וואס דער קלייענט שטעלט זיך פאר דער סיטועשאן ווי דער סימפטאם געשעהט, זאגט מען אזוי ווי, פרא-סימפטאם, קומטס אלע אהער, שטארק, איך וויל ענק זעהן. און דער קלייענט קען עס כאפן.

למשל א קלייענט וואס שטייט נישט אויף אינדערפרי, אפילו ער גייט שלאפן שפעט, און מ'וויל מאכן ק"ט, איז קודם ענגעדזשד מען דעם פרא-סימפטאם פאזישאנס. אפילו איך ווייס נישט וואס דאס איז.

איך וואלט אזוי געטוהן

קודם וואלט איך געפרעגט דעם קלייענט וואס פונקטליך ער טראכט איז זיין פראבלעם. אין אויפשטיין שפעט איז דא אסאך אינגרידיענטס. לאמיר זאגען אז דער קלייענט זאגט אז ער גייט שלאפן פרי, נאר סתם ער לייגט זיך צוריק. איך גיי נישט טראכטן וואס די סימפטאם איז און נישט וואס דער פרא-סימפטאם איז, איך גיי עס אנדעקן פונעם קלייענטס מויל! ער גייט מיך עס זאגען און פארציילן. איך גיי רעדן צו זיינע געפיהלן. איך וויל דא זאגען אז אסאך מאל איז די אויפשטיין שפעט אדער פרי, נישט די עכטע סימפטאם דא. דערפאר אויב מ'זעהט אז גארנישט ארבעט נישט, פרעגט מען דעם קלייענט און וואסערע עצה וואלסטו געטראכט וואלט דיך געמאכט אויפשטיין און נאכדעם פרעגט מען דעם קלייענט פארוואס ער קען נישט טוהן דעם עצה. און פון דארט גייט מען ווייטער

לאמיר זאגען ס'דא אזויפיהל מינע ריספאנסעס, וואס קענען געשעהן אין מענטשן ווען מ'דארף אויפשטיין פרי. ס'איז די ריספאנס פון וואו מ'דארף אנהייבן די דיסקאווערי מעטאדן. און מ'דארף פונקטליך וויסן דעם ריספאנס. צו וועכע סיטועשאן געשעהט עס. און פון דארט הייבט אן צודערגיין פארוואס די ריספאנס איז אזוי וויכטיג, פארוואס די מיינונג אויף די סיטועשאן איז אזוי וויכטיג, דהיינו וואס איז די פירפוס פארן געבן אזא מיינונג אויף די סיטועשאן. און נאכדעם וואסערע אינטערעסן די פירפוס דינט.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום מאנטאג יולי 25, 2016 2:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

Practitioners who are steeped in this framework use it largely by feel in their sessions, without excessive “up in the head” figuring out how to guide the process forward. If this framework is new to you, you may at first need to rely on a conceptual, step-by-step map without much sense of flow, in the same way that speaking sentences of an unfamiliar language is at first a thought-out, non-flowing experience until, with some experience over time, the know-how becomes second nature and fluid.

דאס איז וואס ס'שטייט אינעם בוך פון מעמארי ריקאנסאלידעשאן. דאס הייסט אז אנהייב ווען מ'הייבט אן צו מאכן ק"ט, האט מען נישט די שפיר אז זאכן גייען פליסיג. אזוי ווי וואס מ'שפירט ווען מ'הייבט אן צו רעדן זאצן פון אן אומבאקאנטע שפראך. מיט די צייט ווערט עס גאר פליסיג.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”