די טיפע וועג פון טויש. קאוהירענס טערעפי

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ווען מ'רעדט פון עמאושענאל לערנונגען וואס קענען ווערן אויסגעמעקט דורך מעמארי ריקאנסאלידעשאן, איז עס נאר אזא מין עמאושענאל לערנונג וואס איז אן ערווארטונג עמאושענאל לערנונג. למשל די מענטש ערווארט אין זיינע געפילן אז אויב דעס און דעס, גייט קומען דעס און דעס. אזא מין עמאושענאל לערנונג, קען ווערן אויסגעמעקט דורך מעמארי ריקאנסאלידעשאן. ס'איז די ערווארטונג וואס ווערט אויסגעמעקט. סתם אן עמאושענעל לערנונג קען נישט ווערן אויסגעמעקט דורך מעמארי ריקאנסאלידעשן. מ'דארף טרעפן דערין די עקספעקטעשאן, די פילונג פון ערווארטונג, וואס מ'איז זיכער אז ס'גייט געשען, און דער מענטש זאל זיך איבערצייגן אז פאקטיש געשעט אנדערש ווי ער ערווארטעט.

ס'איז זייער פשוט פארוואס ס'ווערט אויסגעמעקט. למשל א מענטש ערווארט אז אויב ער וועט זאגן ניין, גייט יענער ווערן ברוגז, און ער פרובירט עס אויס און ס'געשעט אנדערש ווי ער ערווארטעט. גייט ער מער נישט מורא האבן צו זאגן ניין פאר יענע מענטש.

און אויך קען מען נישט אויסמעקן אן עמאושענאל לערנונג אפילו ס'האט אין זיך אן עקספעקטעשאן, נאר אויב מ'ווייסט אז דע קלייענט קען זיך איבערצייגן אנדערש ווי ער ערווארט אז ס'גייט געשעהן.

כדי קאמפלעט אויסצומעקן א ריספאנס, מוז מען אנקומען צום פערטן ארדער. ווי איך האב שוין געשריבן.

למשל לאמיר זאגן אז א מענטש האט א געוואוינהייט צו עסן קיפעלעך. וואס איז די ריספאנס? צו עסן קיפעלעך. ניין. די ריספאנס איז די געפיל פארן עסן די קיפעלעך. סתם א מענטש עסט דאך נישט קיפעלעך סתם אזוי. ס'איז מן הסתם דא עפעס א געפיל וואס דערקוטשעט דעם קלייענט וואס מאכט אז ער זאל עס וועלן בארואיגן. און דער ריספאנס איז די סימפטאם אין קאוהירענס טערעפי.

יעצט וואס טו איך ווייטער?

    איך וויל מער ארויסברענגען דעם געפיל וואס דערקוטשעט.

    און נאכדעם וועל איך דערגיין וועכע אינטערבאוויסטזיניגע מיינונגען אויף וועכע סיטועשאן, מאכן האבן דעם דערקוטשענדן געפיל.

    און נאכדעם וויל איך דערגיין, וועכע צוועק דינט דער קלייענט מיטן געבן דייקא אזא מיינונג אויף די סיטועשאן, וואס דערוועגן געשעט דער דערקוטשענדן געפיל? פארוואס קען ער נישט געבן א ריכטיגע מיינונג, וואס מאכט נישט דעם ריספאנס? און איך דערגיי דעם צוועק, דורכן אנטדעקן, וואס ס'וועט זיין אויב ער וועט געבן אן אנדערע מיינונג אויף די סיטועשאן? וואס ווייסט דער קלייענט וועט געשען אויב ער געט אן אנדערער מיינונג? פארוואס מוז ער געבן אזא מיינונג?

    און נאכדעם וואס איך ווייס וואסערע צוועק ס'דינט אים, צו געבן דייקא אזא מיינונג פארן סיטועשאן. וועל איך וועלן פארשטיין, פארוואס האט זיך ביי אים - מער ווי ביי אנדערע מענטשן וואס האבן נישט דעם ריספאנס - יא געשאפן אזא צוועק? וואס האט ער זיך אויסגעלערנט, אין די נאטור פון די וועלט, צו האבן אזא צוועק. ס'מוז דאך זיין, אז ער ערווארט אז די וועלט ארבעט אנדערש ווי רוב מענטשן -וואס האבן נישט דעם ריספאנס - ערווארטן.

    דערפאר ווייל ער מיינט אז די וועלט ארבעט אזוי,

    האט ער א צוועק זיך צו היטן דערפון, אדער צו באקומען עפעס דערפון,

    און דערפאר מוז ער געבן אזא מיינונג אויף דעם געוויסן סיטועשאן,

    און דערפאר געשעהט דער ריספאנס.

אויב געט ער די ריכטיגע מיינונג, וואס קען נאר געשען אויב ס'איז נישטא מער דער צוועק צו געבן די נישט ריכטיגע מיינונג, וואס דאס קען נאר געשעהן אויב ער זעהט איין אז דאס וואס ער ערווארט, איז קלאר נישט אזוי! נאר ער זעהט איין אז אנדערש ווי ער ערווארט געשעהט. דאן גייט אוועק די צוועק, גייט אוועק די מיינונג, גייט אוועק די ריספאנס.

איז איך מוז טרעפן די פערטע ארדער, כדי אויסצומעקן די ריספאנס.

אויב א מענטש ערווארט, אז טאמער ער גייט רעדן מיט איינעם וועגן זיין פראבלעם, גייען זאכן ווערן ערגער. סאו די ערווארטונג איז, אויב איך פארצייל מיין פראבלעם גייען פראבלעמען ווערן ערגער. און דאס שאפט ביי אים א צוועק כדי זאכן זאלן זיין גוט, מוז איך אדער אליין באהאנדלן מיין פראבלעם. אדער בלייבן מיטן פראבלעם. (זאגן פאר איינעם איז דאך נישט קיין אויסוואל). און פון דעם קומט אויס א מיינונג אויף א געוויסער סיטועשאן, וואו ס'געשעט א זאך וואס שטערט אים, אבער ער געט א מיינונג אז נישטא וואס צו טון דערוועגן. איך מוז בלייבן דערמיט פארוואס געט ער אזא מיינונג? פארוואס האלט ער אז ס'איז נישטא וואס צו טון דערוועגן? ווייל ער האט א באהאלטענע אינטערבאוויסטזיניגע צוועק זיך צו האלטן סעיף. כדי זאכן זאלן זיין גוט, מוז איך אדער אליין באהאנדלן מיין פראבלעם. אדער בלייבן מיטן פראבלעם. דערפאר געט ער א מיינונג אויף דעם סיטועשאן, נישטא וואס צו טון דערוועגן. איך מוז בלייבן מיטן פראבלעם און דערפאר קומט די ריספאנס פון ענגזייעטי. דער מענטש האט איין זאך געוויסט "איך האב ענגזייעטי" פארוואס? "איך ווייס נישט". ער האט געלעבט, וויסענדיג, אז ער דארף אלעמאל בלייבן מיט זיין פראבלעם און ער קען עס אפילו נישט זאגן פאר קיינעם. אבער ער האט נישט געכאפט אז ער ווייסט אזוי. ס'איז געווען א חלק פון זיין וויסן, און נאכנישט קיין חלק פון זיין וויסן אז ער ווייסט עס. ווען ער איז געווארן באוויסטזיניג דערויף, האט ער געוויסט אז ער האט אייביג אזוי געוויסט. אבער דאך נישט געוויסט אז ער ווייסט עס

גענומען פון איין סעשאן מיט מתבונן שליט"א.
גענומען פון איין סעשאן מיט מתבונן שליט"א.
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

די טיפע וועג פון טויש-קאהירענס 3.pdf
(211.32 KiB) געווארן דאונלאודעד 346 מאל

יישר כח נשמה!
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

order of constructs.pdf
(30.99 KiB) געווארן דאונלאודעד 264 מאל

שיריים..
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ס'דא זייער אסאך צו רעדן פון די עמקות פון סארנא מעטאד. ווי טיף דאס איז. וואס איז די רעדע דא.

ס'דא א rage אין א מענטש, וואס דער מענטש גיט אכטונג אז ס'זאל נישט ארויסקומען. ס'איז דא איינער וואס זאגט דעס נאך, ס'דא איינער וואס הערט עס, און ס'דא איינער וואס האט עס מיטגעלעבט און געשפירט די שרעק פון די רעדזש.

ס'דא וואס קענען ליינען וועגן די ווארט אז "ס'דא א רעידזש אין א מענטש, וואס א מענטש האלט איין פון ארויסקומען" וואס איז די מחשבות פון א מענטש וואס הערט דעם סטעטמענט, ער טראכט "ס'דא א רעדזש אין א מענטש וואס וויל ארויסקומען? אה, טאקע, וואס איז מיין רעדזש, וואס קען זיין מיין רעדזש? ס'דארף ארויסקומען."

די ווערטער "ס'דא א רעדזש אין א מענטש וואס ס'וויל נישט ארויסקומען" באקומט גאר אן אנדערע באדייט, ווען מ'זיצט מיט מתבונן, ס'באקומט לעבן.

ס'איז טאקע דא אין א מענטש א טיפע רעדזש, וואס דער מענטש געט אכטונג אז ס'זאל נישט ארויסקומען, און די וועג וויאזוי א מענטש פירט זיך אויף, נישט נאר וויאזוי מ'פירט זיך אויף, נאר אויך וויאזוי מ'האלט צוריק די ענערגיע פון ארויסקומען, איז אויך צוליב דעם רעידזש. דאס מיינט, אז מ'דארף נוצן ק"ט כדי נישט צו באהאלטן דעם ענערגיע, כדי דער מענטש זאל נישט נאר אויך וועלן אנגיין מיטן לעבן, נאר ס'זאל ארויסקומען די אינערליכער ענערגיע פונעם מענטש. ק"ט צו באפרייען דעם רעדזש, עפענט אויף, דע סטיקער וואס דער מענטש אליין האט פארמאכט דערמיט און דער ענערגיע נעמט זיך גיסן.

יענע סטיקער קען מען נישט אויפמאכן נאר דורך טרעפן וואס באמת וויל דער מענטש אז ס'זאל נישט ארויסקומען.

ווען א מענטש הערט דע ווערטער "וואס באמת וויל דער מענטש אז ס'זאל נישט ארויסקומען" טראכט ער, וואס באמת וויל איך אז ס'זאל נישט ארויסקומען? אפשר טענות אויף מיין ווייב, אדער טענות אויף איינעם אין ביהמ"ד" נישט פון דעם רעד איך. איך רעד אז אין א געוויסע צייט פון לעבן, האט דער מענטש אונטערנבאוויסטזיין באשלאסן ארויפצולייגן א שטיקל ס'קאטש טעיפ אויף די לאך וואו ס'גיסט זיך וואסער. אז וואסער זאל מער נישט ארויסקומען, און נאכדעם גייט דער מענטש אן ווייטער מיטן לעבן און ער פרובירט צו האבן ענערגיע, און ער פרובירט צו האבן נאטורליכע עכטע ענערגיע, אבער יענע סטיקער בלייבט אויף יענע פלאץ.

ווען איך בין געזיצן היינט ביי מתבונן האב איך בייגעוואוינט די power וואס איך האלט צוריק פון ארויסקומען. אין א מענטש איז דא אזויפיל כוחות. ווען א מענטש קומט און טענה'ט אז ס'גייט אים עפעס נישט, דע עפעס איז מער ווי סתם עפעס. די עפעס איז מער פון חיזוק וואס מ'קען נאשן אין ביהמ"ד ווען מ'רעדט איינער צום צווייטן און מ'וויל הערן א גוט ווארט. דע עפעס איז טיפער פון דעם. סך טיפער. א מענטש אנטהאלט אין זיך אזוינע טיפע ענערגיע וואס ווען די ענערגיע קומט ארויס פיהלט מען סך שטארקער.

דער רבי ז"ל פלעגט וויינען, אז ווען משיח וועט קומען וועלן מיר זען אין וואספארא חשכות מיר לעבן. דאס איז אויך אזוי ביי יעדעם מענטש, פאר מ'טרעפט די ענערגיע וואס וויל נישט ארויסקומען. ס'איז א ענערגיע וואס וויל נישט ארויסקומען. ס'איז א ענערגיע וואס מ'האלט צוריק.

און ערגעץ וואו האט דער מענטש מיט א קלארער סיבה ארויפגעלייגט דערויף א האלץ, פארבויעט.

מ'דארף טרעפן יענע האלץ.

די מענטש האט א סיבה פארוואס ער וויל נישט אז די ענערגיע זאל ארויסקומען, און דערפאר דארף מען אלעמאל זעהן צו דערגיין דעם שורש. דע ענערגיע איז טיפער ווי סתם קאוהירענס טערעפי. ווען דו וועסט ליינען קאוהירענס טערעפיס ביכער, וועלן דיך די ווערטער נישט ארויסברענגען די לעבהאפטיגקייט און די טיפע סוד וואס ס'ליגט אלץ אין טרעפן דעם רעדזש וואס וויל נישט ארויסקומען.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5469
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

ספעציעל דער ניינער פארקלאפט די ענערדזי, ניין?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

fiena nieas האט געשריבן:ספעציעל דער ניינער פארקלאפט די ענערדזי, ניין?

דער ניינער וויל דאך סתם אזוי נישט זיין באקאנט מיט זיין אינסטינקט, מיט זיין נצח. ער האט נישט דעם נצח אין אקטיוון פארעם, ער האט נישט דעם ענין פון "גיין". ער האט נאר דעם ענין פון הוד, ביטול צום מציאות. דהיינו, דער ניינער דארף ווערן א דרייער, כדי די ענערגיע זאל ארויסקומען.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5469
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

איך האב א אינטערסאנטע קשיא: צו וועט זיין א חילוק ווען מען טוט קאהערענס טערעפי צו דער טערעפיסט איז אן אכטער טייפ אינעם עניגראם אדער א ניינער אדער א פינעווער אויב יא ווי וועט זיין די חילוק און פארוואס?..

נשמה ווי ביסטו שוין לאנג נישט געזעהן דא
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

א אכטער "קען נישט" מאכן קיין קאוהירענס לויט ווי איך פארשטיי... ער קען זיך נישט איינהאלטן... א ניינער קען זיין אז יא א פינעווער זיכער.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5469
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

מה פתאום??? האט געשריבן:א אכטער "קען נישט" מאכן קיין קאוהירענס לויט ווי איך פארשטיי... ער קען זיך נישט איינהאלטן... א ניינער קען זיין אז יא א פינעווער זיכער.

נו אפשר יא ,אפשר מיטן אכטערס שטארקייט קען ער שטיפן דעם טערעפי שנעלער. און זיך נישט לאזן פונעם קליענט
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

ער וועט נישט לאזן די פאציענט זיך אויסרעדן, א קאוהירענס טעראפיסט גיבט אויף שליטה און הערט וואס די פאציענט פארציילט און אזוי גרובט ער ארויס טיפער און טיפער וואס די פאציענט אליין ווייסט נישט אז ער ווייסט. דער אכטער גיבט נישט אויף קיין שליטה... (מעיבי איים ראנג)
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

fiena nieas האט געשריבן:
מה פתאום??? האט געשריבן:א אכטער "קען נישט" מאכן קיין קאוהירענס לויט ווי איך פארשטיי... ער קען זיך נישט איינהאלטן... א ניינער קען זיין אז יא א פינעווער זיכער.

נו אפשר יא ,אפשר מיטן אכטערס שטארקייט קען ער שטיפן דעם טערעפי שנעלער. און זיך נישט לאזן פונעם קליענט

זיך נישט לאזן פונעם קלייענט? קאוהירענס טערעפי? איז דאך דייקא געשטעלט צו גיין מיטן ריטעם פונעם קלייענט.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מה פתאום??? האט געשריבן:ער וועט נישט לאזן די פאציענט זיך אויסרעדן, א קאוהירענס טעראפיסט גיבט אויף שליטה און הערט וואס די פאציענט פארציילט און אזוי גרובט ער ארויס טיפער און טיפער וואס די פאציענט אליין ווייסט נישט אז ער ווייסט. דער אכטער גיבט נישט אויף קיין שליטה... (מעיבי איים ראנג)

ביסט נישט ראנג. ס'איז זיכער שווערער פאר אן אכטער זיך איינצוהאלטן פון זאגן.
אבער זייער אנוועזנהייט ערלויבט פאר א קלייענט צו שפירן זיינע האקעלע שטערונגען. דאס אליין קען אמאל זיין א דשאקסטאפאזישאן.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2813
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

מה פתאום??? האט געשריבן:א אכטער "קען נישט" מאכן קיין קאוהירענס לויט ווי איך פארשטיי... ער קען זיך נישט איינהאלטן... א ניינער קען זיין אז יא א פינעווער זיכער.


דו מיינסט צו זאגן די געדולד און ווארימקייט פונעם 9׳נער און די מוח פונעם פינעווער..

א רויע פינעווער וועט שטארק מצליח זיין צו אליינס פארשטיין די זאך גוט, אבער די פציענט וועט נישט פילן קאנעקטיט און קאנפטיביל זיך צו עפענען
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

חושב מחשבות... האט געשריבן:
מה פתאום??? האט געשריבן:א אכטער "קען נישט" מאכן קיין קאוהירענס לויט ווי איך פארשטיי... ער קען זיך נישט איינהאלטן... א ניינער קען זיין אז יא א פינעווער זיכער.


דו מיינסט צו זאגן די געדולד און ווארימקייט פונעם 9׳נער און די מוח פונעם פינעווער..

א רויע פינעווער וועט שטארק מצליח זיין צו אליינס פארשטיין די זאך גוט, אבער די פאציענט וועט נישט פילן קאנעקטעד און קאנפטיביל זיך צו עפענען

מתבונן איז טאקע נישט קיין רויע פינעווער. ער איז א פינעווער מיט א פירער פליגעל, און מ'עפנט זיך פאר אים אינגאנצן ביז טיפע טרערן. (טראכט מיט שכל און געפיל! לויטעט זיין אונטערשריפט. שכל דאס איז פינעף, און געפיל דאס איז פיר)
הנה, ס'דא מענטשן וואס די אופן פון זייער ערשיינונג פארן קלייענט ערוועקט א ריספאנס זיך צו עפענען. אבער אפילו נישט איז דא טעקניקס (טאקטיקן) וויאזוי צו עפענען א קלייענט און וויאזוי צו שאפן דעם ריכטיגן אטמאספער. דורכ'ן פרעגן פארשידענע פראגן אויף א געוויסן אופן, וואס די ריספאנס צו אט די פראגן וועט זיין די מערסטע עפענונג.
דא און דא שרייבט מתבונן איינע פון די זאכן וואס ער האט זיך געלערנט וויאזוי צו מאכן א סעשאן. און דאס איז די אופן וויאזוי מ'רעדט.
ס'איז דא א וועג פון רעדן וואס מאכט אז מ'זאל זיך עפענען. איז דער קלייענט עפענט זיך טאקע נישט פאר דער מענטש, ער עפנט זיך פאר די ווערטער פונעם טערעפיסט.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

לויט ווי ברוס עקער שטעלט אראפ, אויב דער מענטש ווייסט אינטערבאוויסטזיניג אז ס'פעלט אים אויס צו זיין אין א געוויסער מצב, קען ער פראדעצירן דעם מצב, זאל עס זיין סיי וועלכע אינערליכער מצב אפילו קלינישע סימפטאמען. אויב אינעם אינטערנבאוויסטזיין פילט דער מענטש אז כדי ס'זאל נישט געשען עפעס וואס ער וויל זייער שטארק נישט, פעלט זיך אויס צו ווערן מיד, קען ער פראדעצירן מידקייט! אדער צומישטקייט! פארלוירנקייט! וואס אימער ס'פעלט זיך אויס, ווען אימער ס'פעלט זיך אויס. אבי ס'זאל נישט זיין ערגער!

אויב דעם מענטש'נס אונטערנבאוויסטזיין ווייסט (מיינט, לויט וויאזוי ער פארשטייט די מציאות) אז ס'גייט עפעס ערגער געשען און די איינציגע עצה זיך צו ראטעווען דערפון איז צו פראדעצירן OCD סימפטאמען, פראדעצירט ער OCD סימפטאמען. אדער סקיצאפריניע סימפטאמען. אדער דעפרעסיע. אדער נישט קענען קאנצענטרירן. אדער סיי וואס. השם ישמרינו, דער מענטש ליידט זיך צאם פון OCD. אבער דער אונטערבאוויסטזיין ווייסט אז מ'איז געראטעוועט פון ערגערע ווייטאג.

ווילאנג נעמט צו פראדעצירן אן אינערליכער מצב? א מילי סקונדע. דער באוויסטזיין כאפט אפילו נישט אז עפעס האט דא פאסירט. ער פילט זיך פשוט פלוצלינג מיד. אבער זיין אונטערנבאוויסטזיין ווייסט זייער גוט פארוואס ס'פעלט יעצט אויס צו זיין מיד.

וזה לשונו
the mind-body system or psyche can purposefully produce any of its possible conditions or states, including any kind of clinical symptom, in order to carry out any purpose that the mind-body system is capable of having.

you won't fully grasp coherence therapy until you grasp the nimble, active genius of the psyche not only in constructing personal reality but also in purposefully manifesting any one of its myriad possible purposes. the clients psyche is always coherent, always in control of producing the symptom - knowing why and when to produce it and when not to produce it.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 1:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5469
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

הפלא ופלא
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

די זאך אז יעדע מענטש קוקט אן די הלך ילך פון די וועלט ארום אים לויט זיין פערזענליכער בליק, איז א זאך וואס באגייסטערט דעם מענטש בשעת ער באמערקט דעם אמת דערפון.
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

איך וויל באדאנקען נשמה ברבים פארן אוועקגעבן נעכטן פון זיין טייערע צייט, איבער א אנדערטהאלבן שעהאיגע שמועס אויף סקייפ בנוגע קאהירענס טעראפי

איך האב גאר שטארק הנאה געהאט פון די רייכע ידיעות סיי אויף קאוהירענס טעראפי און סיי בנוגע טעראפי בכלל,

כה לחי נשמה, גיב ארויס דיינע כוחות, דו האסט אסאך אין דיר

איך האב נאך אפאר קשיות בנוגע קאהירענס אבער עס איז שפעט און איך האב נישט יעצט די צייט עס צו שרייבן

איין קשיא אין קורצן איז;
אויב קאוהירענס ארבייט נאר אויב די קליענט גלייבט אין די טעראפי אדער אפילו ער גלייבט נישט ווילאנג ער פאלגט די טעראפיסט וועט עס מצליח זיין?

לדוגמא עקספאוזשער קען נאך אפשר זיין מער אפעקטיוו ווען מען גלייבט נישט דערין אדער אויב עס געשעהט אומדירעקט אן קיין חשבון צו פיהלן בעסער, (נישט קיין כלל אבער עס איז דא אזא מציאות)
חביבי
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

חביבי האט געשריבן:איך וויל באדאנקען נשמה ברבים פארן אוועקגעבן נעכטן פון זיין טייערע צייט, איבער א אנדערטהאלבן שעהאיגע שמועס אויף סקייפ בנוגע קאהירענס טעראפי

איך האב גאר שטארק הנאה געהאט פון די רייכע ידיעות סיי אויף קאוהירענס טעראפי און סיי בנוגע טעראפי בכלל,

כה לחי נשמה, גיב ארויס דיינע כוחות, דו האסט אסאך אין דיר

די מעלה מיט דיר איז, אז דו ביסט "הלומד מכל אדם". א מענטש וואס ווערט נישט סטאק מיט איין מהלך, נאר נעמט וואס ס'ארבעט די בעסטע און די שנעלסטע. דו נעמסט פון איבעראל. זאל השי"ת באגליקן דיין וועג, זאלסט האבן פיל סיעתא דשמיא אויף יעדן ריר. זאלסט ווייטער קענען העלפן יודישע קינדער בהצלחה ובסיעתא דשמיא. חזק.

איך האב נאך אפאר קשיות בנוגע קאהירענס אבער עס איז שפעט און איך האב נישט יעצט די צייט עס צו שרייבן

איין קשיא אין קורצן איז;
אויב קאוהירענס ארבייט נאר אויב די קליענט גלייבט אין די טעראפי אדער אפילו ער גלייבט נישט ווילאנג ער פאלגט די טעראפיסט וועט עס מצליח זיין?

לדוגמא עקספאוזשער קען נאך אפשר זיין מער אפעקטיוו ווען מען גלייבט נישט דערין אדער אויב עס געשעהט אומדירעקט אן קיין חשבון צו פיהלן בעסער, (נישט קיין כלל אבער עס איז דא אזא מציאות)

די קלייענט דארף נישט גלייבן אין די טערעפי, ער דארף זיין אויפמערקזאם און פילן דעם אמת וואס ס'שטייט אויפן צעטיל, יעדעס מאל ווען ס'געשעט די סימפטאם. און ער דארף זיך מתייחס זיין צום סימפטאם פון די פרא-סימפטאם פאזישאן.
נישט ליינען דעם צעטיל אויבערפלעכליך, נאר "פילן" דעם אמת דערפון. זיין די זעלבע באוויסטזיניג אויפן פרא-סיפטאם "בשעת ס'געשעט דער סימפאטם" ווי מ'איז געווען בשעת'ן סעשאן. ווייל נאר אזוי קען געשען א דשאקסטעפאזישאן. אויב נישט געשעט גארנישט. ס'איז אזוי ווי מ'חלומ'ט זיך אז מ'פארט אויף אומאן, ווען עכט ליגט מען אין בעט. אז מ'וויל ס'זאל "געשען" טויש, דארף מען זיין אויפמערקזאם בשעת'ן סימפטאם אויף די פרא-סימפטאם. און פראבירן זען צו "איז טאקע אזוי דער מציאות????????????????"
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ביי מתבונן קען מען זען דאס ענין אז דער מענטש איז טיפער ווי ער מיינט אז ער איז.
ס'איז די עמאושענאל קוואליטעט פונעם צעטיל וואס דארף ווערן געשפירט בשעת'ן עס ליינען. א זאך קען ווערן געליינט טריקן, און ס'קען באקומען מיינונג, פערזענליכער מיינונג, פערזענליכער עמאושענאל מיינונג. פערזענליכער עמאושענאל אמת. "מיין אמת".
ווייסט א מענטש פון אויבן אויף פארוואס ער איז נישט מצליח? ניין! א מענטש קען זיך? ניין! וואס איז די אויפטוה פון א סעשאן, וואס ברענגט עס פארן מענטש? ס'ברענגט אים צו טרעפן זיינע באהאלטענישן, וואס ברענגט אים צוריק צו זיין ארגינעלער באשאף. "וואו ביסטו געווארן אנדערש, פארוואס ביסטו נישט געהעריג אוועקגעשטעלט?" און דאס איז די תירוץ וואס ווערט פארענטפערט. איז קאגניטיוו אינסייטס אליין גענוג? ניין! מ'דארף עס טרעפן אין זיך.

אין א סעשאן טרעפט מען זיך מיט זיך אליין. מ'קען זיך אליין אלעמאל, גערעכט. אבער מ'קען נישט די טיפערע חלק פון זיך. עפעס א סיבה האט דיך ארויסגענומען פון דיין גראדן וועג. וואס איז געווען די "חשבונות רבים"? און דאס איז מיט וואס מ'באגעגענט זיך אין א סעשאן, אזוי ווי מ'באגעגענט א חבר אין מציאות.

איז ADHD אדער אנדערע נעמען, א טערמין אויף אן ערשיינונג וואס ס'גייט פאר? יא. ס'איז. איז דא טיפער? יאפ! ס'דא. ADHD איז אן ערשיינונג, אויסדרוקליך! ס'איז די פינף יונגעלייט וואס רעדן אויף איינמאל צום מענטש. אבער ס'איז דא א סיבה פארוואס די דשינס קענען געוועלטיגן אויף דעם אופן.

די זאך וואס מ'מוז אבער טון איז, "ליינען דעם צעטיל מיט די זעלבע באוויסטזיניגקייט ווי ביים סעשאן". און צוביסלעך כאפט מען וואס ס'גייט פאר. רעזיסטענס איז אן אויסטערלישער פאקטאר אין ק"ט. ווייל טאקע דערפאר, ווייל דער מענטש וויל זיך באהיטן פון פילן דעם פרא-סימפטאם פאזישאן, פראדעצירט ער דעם סימפטאם, נישט באוויסטזיניג, און אוודאי קען דער אונטערנבאוויסטזיין אויך מאכן זיכער אז דער פרא-סימפטאם זאל קיינמאל נישט ווערן אויפגעדעקט און באהאנדלט. איז ס'קען געדויערן צייט ווילאנג מ'קומט איבער דעם רעזיסטענס, דעם ווידערשטאנד פונעם "פרא-סימפטאם פאזישאן".
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

נאכדעם וואס דער טערעפיסט האט ארויס דעם סימפטאם, און ער הייבט אן צו מאכן די דיסקאווערי מעטאדן צו אנטדעקן דעם "פרא-סימפטאם מאטריאל" מאטריאל וואס גייעם אנטדעקן פארן טערעפיסט דעם פרא-סימפטאם ריאליטי וואס עקזיסטירט אינעם קלייענטס אונטערנבאוויסטזיין, איז דא א שאלה וואס דער טערעפיסט פרעגט זיך (נישט ער פרעגט עס פונעם קלייענט) און די שאלה איז "וואספארא עמאושענאל ריאליטי עקזיסטירט אינעם אינטערנבאוויסטזיין פונעם קלייענט, וואס מאכט דעם סימפטאם (און ער טראכט פונעם סימפטאם) וויכטיגער צו האבן ווי עס אויפצוגעבן!!!" וואס פארא עמאושענאל ריאליטי עקזיסטירט דארט קעגן איבער? יעדעס תנועה וואס ער באקומט פונעם קלייענט וויל ער נאר דאס אנטדעקן.

און ווייל ער טראכט די גאנצע צייט ווען ער מאכט דעם דיסקאווערי, צו טרעפן א תירוץ אויף דעם קשיא, ווערט עס אזוי ווי א מאגנעט וואס ציט צו זיך די פרא-סימפטאם מאטריאל. ס'הערט זיך אים ווערטער אדער אפילו נאר א צייכן מיטן פנים, וואס קלינגען אים אין קאפ אלץ א סיגנאל פאר א געוויסער פערזענליכער ריאליטי וואס עקזיסטירט אינעם קלייענטס אינטערנבאוויסטזיין וואס דארט פעלט זיך אויס דער סימפטאם, און רופן אים צו פירן אהין דעם קלייענטס אטענשאן, עס אויסצוברייטערן. און עס אנטדעקן אינגאנצן פארן טערעפיסט, דעם געוויסן ריאליטי.

ברוס עקער מאכט שוין סעשאנס פינף און צוואנציג יאר, צו מער, זיין טעאריע, זיין קאוהירענס טערעפי טעאריע, דהיינו דער טעאריע אז יעדע סימפטאם האט אזא זאך ווי א פרא-סיפטאם פאזישאן, אז יעדע סימפטאם וואס א קלייענט איז געקומען צו אים צו טערעפי, האט זיך ביי אים ארויסגעשטעלט אז דער קלייענט האט געדארפט האבן דעם סימפטאם מער ווי עס סטאפן. דעם קלייענטס "וועלט מאדל", ערגעץ וואו אין דעם קלייענטס וועלט מאדל איז אלעמאל צוניצגעקומען דער סימפטאם, ענדערש ווי עס אויפגעבן

עפעס האט דער סימפטאם געטון פארן קלייענט, אזאך וואס נאר אינעם פרא-סימפטאם פאזישאן איז עס גאר א וויכטיגער "עפעס" אזוי ווייט אז ס'לוינט זיך צו פראדעצירן דעם סימפטאם, עפעס האט דער סימפטאם צוגעברענגט פארן קלייענט, א זאך וואס דער קלייענט קען נאר באקומען, אדער ער מיינט אז ער קען נאר באקומען דייקא דורכ'ן פראדעצירן דעם סימפטאם.

דער קלייענט'ס אינטערנבאוויסטזיין ווייסט דעם ריאליטי, און לויט וויאזוי ער ווייסט דעם ריאליטי, עפעס א ריאליטי פארשטייט ער אז כדי צובאקומען א געוויסע זאך, כדי צו דערגרייכן א געוויסע זאך וואס האט א פערזענליכן חשיבות, נישט אזאך וואס איז חשוב פאר משה און פאר תנחום, א זאך וואס פארן קלייענט איז עס חשוב, דאס הייסט אז לויט וויאזוי דער קלייענט האט אפגעלערנט דעם ריאליטי ערגעץ ווען, סיי וואס ער האט אפגעלערנט אינעם ריאליטי, און סיי וויאזוי ער האט עס אפגעלערנט, האט זיך פארמירט אזאך וואס איז פאר אים חשוב, אדער אזאך וואס ער דארף, און ס'האט זיך אויף פארמירט ביי אים אז דער זאך קען ער באקומען, דייקא נאר דורכן פראדעצירן דעם סימפטאם.

אזוי מיינט ער, ביז ס'געשעט א דשאקסטעפאזישאן.

א ק"ט וועט אלעמאל זוכן און זיך פרעגן דעם קשיא: אין וועלכע פון דעם קלייענטס אינטערבאוויסטזיניגע אפלערנונגען פון די וועלט, משעת יצירתו, איז דער קלייענט באוויסטזיניג געווארן אויף דעם עקזיסטענץ פון א חשוב'ע זאך, אדער א געברויך, און ער ווייסט אז ער קען עס נאר באקומען, דייקא דורכן פראדעצירן דעם סימפטאם. און נישט דורך סייוועלכע אנדערע וועג. ס'מוז נישט זיין אז זולתו וועלן מודה זיין אז ס'איז בכלל א חשוב'ע זאך וואס לוינט זיך צו האבן, אבער פארן קלייענט איז עס - צוליב וויאזוי ער האט פארשטאנען אין א געוויסע פונקט אין צייט די מציאות ארום - געווארן א זאך וואס איז חשוב צו דערגרייכן. אדער א געברויך האט זיך אים געשאפן וואס ווערט געוויסט ביזדערווייל נאר אין זיין אינטערנבאוויסטזיין, און ער באקומט עס נאר דורכן פראדעצירן דעם ריספאנס.

אדער איז עס א ריאליטי וואס ווייסט אז אויב וועט ער נישט פראדעצירן דעם סימפטאם, אז אויב ער וועט לעבן אנעם סימפטאם, וועט געשען זייער א אומווילענדיגער קאנסעקווענץ. וואס דער אומווילענדיגער קאנסעקווענץ איז אויך נאר אזאך וואס איז פערזענליך, ס'מוז נישט זיין אז אנדערע וועלן אויך אזוי וויסן אז ס'קען געשען אזא קאנסעקווענץ, אדער ס'מוז נישט זיין אז אנדערע זולתו וועלן וויסן אז אזא קאנסעקווענץ איז אומווילענדיג. ער פערזענליך האט משום מה אזוי אויפגעבויעט און פארשטאנען פון דעם עקזיסטענץ פון אזא קאנסעקווענץ, און אויך אז דער קאנסעקווענץ איז אומוויליג.

דער קשיא וואס ציהט צו זיך "פרא-סימפטאם ריאליטי" איז, אין וואספארא ריאליטי וואס עקזיסטירט אינעם קלייענטס אינטערנבאוויסטזיין ווייסט דער קלייענט דעם עקזיסטענץ פון א פראבלעם צו וואס דער סימפטאם איז אן עצה - אזוי קלאר און קאוהירענס ווי דער רויטער דעקל פארן באטל מילעך.

א פראבלעם וואס א מענטש האט אינעם ריאליטי וואס ער ווייסט אין זיין אינטערנבאוויסטזיין איז אויך נאר פערזענליך. דער קלייענט האט - לויט וויאזוי ער האט אפגעלערנט זיין סביבה זייט ער איז נוצר- פארשטאנען דעם עקזיסטענץ פון א פראבלעם. און דערפאר פראדעצירט זיך דעם סימפטאם, אלץ אן עצה זיך צו ראטעווען פון דעם פראבלעם, "וואס לויט דער פרא סימפטאם ריאליטי עקזיסטירט עס אלץ א פראבלעם"

וויבאלד דער טערעפיסט וויל דערהערן א געוויסער עקזיסטירנדער ריאליטי וואס געט א קאוהירענס סענס פארן עקזיסטענץ פונעם סימפטאם, דערפאר דערשנאפט ער דעם "פרא-סימפטאם תנועות" און פון דארט פארברייטערט ער עס צו דערגיין דעם גאנצן פרא-סימפטאם ריאליטי.

אבער אסאך מאל איז דער סימפטאם נאר א ביי-פראדוקט פון אן אופן וויאזוי דער קלייענט לעזט עפעס אן אנדערע ריאליטי, אדער וויאזוי ער פארשטייט אן אנדערער ראליטי. אדער איז עס פשוט א מעמארי צו אזאך וואס ס'איז געשען.

סאו אויב א קלייענט האט ליב אייזקריעם איז די פרא-סימפטאם פאזישאן א ריאליטי וואס ווייסט אז "אויב איך וועל נישט באקומען אייזקריעם וועט מיך פעלן די הנאה פון אייזקריעם" ווייל אייזקריעם האט א חשיבות פארן קלייענט, ס'האט א געברויך אינעם עקזיסטירנדן ריאליטי פונעם קלייענט. די פראבלעם איז "ס'פעלט מיך אייזקריעם" און די סעלאשן איז "איך קויף און איך עס". ווייל אן אייזקריעם אין דא א אומווילענדיגע קאנסעקווענץ פון נישט פילן קיין טעם פונעם אייזקריעם.

ניין. נישט דאס מיינט ער. אינעם ריאליטי פונעם קלייענט איז דא א מציאות וואס שאפט פארן קלייענט צער! און כדי צו פארמיידן דעם צער, עסט ער אייזקריעם. דער צער איז "מ'האט מיך געטשעפעט אין חדר, און איך בין גארנישט ווערד". און די איינציגסטע גוטער טעם וואס איך האב געפילט אלץ קינד איז א טעפעלע אייזקריעם.
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

נשמה

Dr David Burns ער איז פון די גרעסטע אין סי בי טי ער האט ארויסגעגעבן אסאך ביכער אויף סי בי טי בעיקר איז באקאנט זיין בוך feeling good handbook און when panic attacks האט א מהלך וואס הייסט די Hidden emotion technique, שרייבט אז צומאל ווייל די מענטש וויל זיין ׳נייס׳ און ער וויל נישט זעהן די מציאות פון זיינע געפיהלן פאר זיינע אויגן דעריבער קוועטשט ער עס אראפ און ער מאכט זיך צו די אויגן דערפון, מיט די צייט ווערט ער אליינס איינגערעדט אז אלעס איז פיין און וואויל אבער נאר די איינע פאביע שטייט אים אין וועג

ווען מען פרעגט אזא מענטש אויב ער איז צופרידן אין לעבן וועט ער ענטפערן יא! אודאי! די לעבן ב״ה, אזוי פיין, ווייל ער וויל זיין אזא מין מענטש וואס איז טעיק איט איזי דעריבער רעדט ער זיך איין אז גארנישט באדערט אים,

ענליך צו סארנא מעטאד ברענגט ער פון א Dr. Barbour וואס איז מחדש (אסאך יאר פאר סארנא איז באקאנט געווארן) אז אין אזא פאל וואס די מענטש רעדט זיך איין אז ער האט נישט קיין ווייטאגן קען עס אויסקלאפן אלס פיזישע ווייטאגן

מען זעהט פון דעם אז מען האט שוין יארן צוריק געוויסט פון די זאך אז מענטשן באהאלטן געפיהלן און מען דארף טרעפן די ווייטאג וואס ליגט אונטערן ווייטאג,

כהיום וואס מענטשן ווערן מער און מער נייס, אן א שיעור מענטשן ווילן זיין אזוי איידל פיין און וואויל (איך האב געשריבן אן אשכול אויף די נושא, קעפל; ביסט דאך א פיינע מענטש, ביסטו טאקע אזוי פיין?) איז די צורך צו פארשטיין עומק הנפש און טרעפן די באהאלטענע ווייטאגן אסאך גרעסער, ווייל מענטשן וואס ווילן האבן אזא רואיגע ׳נייס׳ לייפסטייל וועלן גיין צו טעראפי ווען די אראפגעדריקטע געפיהלן האבן שוין אנגעצינדן א מאסיווע או. סי. די. וכדו׳ ל״ע וואס זיי קענען מער נישט אראפדריקן אבער די צידריקטע ווייטאגן איז מען נאכאלץ נישט באוויסטזיניג

וואס מען דארף זיין פארזיכטיג; נישט יעדע ווייטאג וואס איז דא אין די מענטש דארף מען יעצט ארויף ברענגען און אויספראקן... די מומחה דארף האבן די חוש הריח צו וויסן וועלכע ווייטאגן זענען די וואס צינדן אן די פראבלעמען און וועלכע זענען ווייטאגן וואס ווילאנג מען טראכט נישט דערפון שטערט עס באמת נישט די מענטש און נישט אויפעפענען אומזיסט א קען פון ווערעם...
חביבי
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

חביבי האט געשריבן:נשמה

Dr David Burns ער איז פון די גרעסטע אין סי בי טי ער האט ארויסגעגעבן אסאך ביכער אויף סי בי טי בעיקר איז באקאנט זיין בוך feeling good handbook און when panic attacks האט א מהלך וואס הייסט די Hidden emotion technique, שרייבט אז צומאל ווייל די מענטש וויל זיין ׳נייס׳ און ער וויל נישט זעהן די מציאות פון זיינע געפיהלן פאר זיינע אויגן דעריבער קוועטשט ער עס אראפ און ער מאכט זיך צו די אויגן דערפון, מיט די צייט ווערט ער אליינס איינגערעדט אז אלעס איז פיין און וואויל אבער נאר די איינע פאביע שטייט אים אין וועג

ווען מען פרעגט אזא מענטש אויב ער איז צופרידן אין לעבן וועט ער ענטפערן יא! אודאי! די לעבן ב״ה, אזוי פיין, ווייל ער וויל זיין אזא מין מענטש וואס איז טעיק איט איזי דעריבער רעדט ער זיך איין אז גארנישט באדערט אים,

ענליך צו סארנא מעטאד ברענגט ער פון א Dr. Barbour וואס איז מחדש (אסאך יאר פאר סארנא איז באקאנט געווארן) אז אין אזא פאל וואס די מענטש רעדט זיך איין אז ער האט נישט קיין ווייטאגן קען עס אויסקלאפן אלס פיזישע ווייטאגן

מען זעהט פון דעם אז מען האט שוין יארן צוריק געוויסט פון די זאך אז מענטשן באהאלטן געפיהלן און מען דארף טרעפן די ווייטאג וואס ליגט אונטערן ווייטאג,

כהיום וואס מענטשן ווערן מער און מער נייס, אן א שיעור מענטשן ווילן זיין אזוי איידל פיין און וואויל (איך האב געשריבן אן אשכול אויף די נושא, קעפל; ביסט דאך א פיינע מענטש, ביסטו טאקע אזוי פיין?) איז די צורך צו פארשטיין עומק הנפש און טרעפן די באהאלטענע ווייטאגן אסאך גרעסער, ווייל מענטשן וואס ווילן האבן אזא רואיגע ׳נייס׳ לייפסטייל וועלן גיין צו טעראפי ווען די אראפגעדריקטע געפיהלן האבן שוין אנגעצינדן א מאסיווע או. סי. די. וכדו׳ ל״ע וואס זיי קענען מער נישט אראפדריקן אבער די צידריקטע ווייטאגן איז מען נאכאלץ נישט באוויסטזיניג

וואס מען דארף זיין פארזיכטיג; נישט יעדע ווייטאג וואס איז דא אין די מענטש דארף מען יעצט ארויף ברענגען און אויספראקן... די מומחה דארף האבן די חוש הריח צו וויסן וועלכע ווייטאגן זענען די וואס צינדן אן די פראבלעמען און וועלכע זענען ווייטאגן וואס ווילאנג מען טראכט נישט דערפון שטערט עס באמת נישט די מענטש און נישט אויפעפענען אומזיסט א קען פון ווערעם...

טייערער חביב שלי, ביסט גערעכט. דאס אז מענטשן באהאלטן געפילן און אז מ'דארף טרעפן די ווייטאג וואס ליגט אונטערן ווייטאג, דאס איז שוין יארן אלט. אלעס פון ק"ט איז שוין לאנגע יארן אלט, אבער דו אליין שרייבסט "די מומחה דארף האבן די חוש הריח צו וויסן וועלכע ווייטאגן זענען די וואס צינדן אן די פראבלעמען, און וועלכע זענען ווייטאגן וואס ווילאנג מען טראכט נישט דערפון שטערט עס באמת נישט די מענטש און נישט אויפעפענען אומזיסט א קען פון ווערעם..." דאס הייסט אז דו אליין ווייסט אז ס'דא ווייטאגן וואס האבן גורם געווען או סי די און ס'דא וואס זענען נישט גורם או סי די.

אין ק"ט רופט מען די ווייטאג "דהיינו די עמאושענאל וואונד" וואס איז גורם די או-סי-די "די עמאושענעל אמת פארוואס דער סימפטאם ווערט פראדעצירט". די ווייטאג איז נישט נאר ווייטאג, די ווייטאג איז א ריאליטי! דער קלייענט לעבט אין א ריאליטי וואס זאגט אים "ס'קומט דיך ארויף טענות? שטופ עס אונטערן פרידשידער! וויאזוי? דורכן לעבן אין זעלבסט-ספק" די ריאליטי איז "טענות טאר נישט געזאגט ווערן דערפאר מוז איך לעבן אין סעלף-דאובט! כדי איך זאל עס ניטאמאל באגעגענען, אז ס'זאל נישט ארויסליקן מיטן טראכטן וואס ווייס איך, ווער בין איך," אבער דאס איז נישט קיין interpretation פארוואס דער קלייענט איז ביזי מיט נטילת ידים. נאר ביים ק"ט קומט עס ארויס אלץ א קלארער קאנסעקווענץ פון וויאזוי דער קלייענט האנדלט אן אנדערע פראבלעם, אין אן אנדערע ריאליטי. און דער אנדערער ריאליטי איז "ס'גייט זיין זייער אומאנגענעם ארויסצוברענגען מיינע טענות, ארויסצוקומען מיט מיין עקזיסטענץ". איז אוודאי באקומט מען OCD. ס'איז כמעט אומפארמיידליך. סאו, אין דעם פאל איז OCD נאר א קאנסעקווענץ. פון אן אנדער סימפטאם.

לאמיר זיך פארשטעלן צוויי טערעפיסטן וואס טוען טערעפי, איינער איז א קאוהירענס טערעפיסט, און איינער איז א נישט קאוהירענס טערעפיסט.
ביידע פון זיי זענען אויפמערקזאם אויפן פאקט אז ווייל מענטשן באהאלטן און דרוקען אראפ געפילן קען עס גורם זיין או סי די וכדו ל"ע. דער ק"ט אבער גייט פונעם סימפטאם און ער מאכט א סימפטאם דעפרייוועשאן, און ער פרעגט דעם קלייענט, "איך וויל זאלסט דיך פארשטעלן ווי עס גייען דורך טעג און וואכן און דו האסט נישט קיין או סי די, וויאזוי פילט זיך עס דיר צו לעבן דיין לעבן צווישן דיינע חברים און דיין משפחה, ווען דו האסט גארנישט קיין או סי די, אלעס פארט." און דער קלייענט זאגט "איך פיל out of existence" אזוי ווי "קיינער זעט מיך נישט" און אז דער קלייענט לעבט און פילט אז קיינעם גייט נישט אן וועגן אים, אז ער עקזיסטירט נישט אפילו פאר זיך אליין, מוז זיין אז ס'איז עפעס געווען וואס דער קלייענט האט באשלאסן "ס'איז ענדערש פאר מיר צו לעבן out of existence" עפעס א פערזענליכער קאנסטראקט האט געמאכט אז דער קלייענט זאל "זיך נישט פילן, נישט זיך און נישט זיינע רצונות, ארויסצוקומען דערמיט"

און ווען דער טערעפיסט שלאגט פאר פארן קלייענטס אונטערנבאוויסטזיין "קום ארויס מיט דיין עקזיסטענץ"! בום! ניין! איך קען נישט. פארוואס קענסטו נישט? דאס הייסט אז אינעם באוויסטזיין, אינעם קאגנישאן, אין די ניאוקארטיקאל קאנשענס סעלף וואלט דער קלייענט געזאגט "שאר, אדרבה, איך קום ארויס מיט מיין גאנצן עקזיסטענץ" אבער יא עכט ווילסט טאקע ארויסקומען?, יעצט וויל ער שוין נישט, ווייל די אונטערנבאוויסטזיין ווייסט א מציאות אז ס'לוינט נישט ארויסצוקומען.

יעצט דער נישט ק"ט, זעט דעם קלייענט און טראכט און נוצט זיין "חוש הריח" און דערשפירט אז "דער קלייענט האט ווייטאג! נאכן אויספרעגן קומט ארויס ווייטאג וואס מאכט סענס אז דערפאר האט מען OCD, און מ'באהאנדלט דעם ווייטאג, אבער מ'האט - "נישט פאר'דוקא" - אונטערדרוקט דעם וויסן "ארויסקומען מיט מיין עקזיסטענץ איז א פראבלעם". סאו וואס געשעט, דער קלייענט בלייבט אזוי אינדערמיט, OCD האט ער נישט געהעריג, און ארויסצוקומען מיט זיין עקזיסטענץ איז אויך אזוי "יא, ניין, יא, ניין, יא ניין" אגאנצן צייט. מ'האט נישט באהאנדלט דעם "עמאושענאל לערנוג" אפילו מ'האט יא געטאטשט דעם פרא-סימפטאם פאזישאן, האט מען עס אבער נישט טראנספארמירט.

די שאלה איז "צו פעלט אויס קאוהירענס טערעפי, אדער איז גענוג סתם אזוי אוועקצונעמען יענע ווייטאג, אויסלערנען א מענטש צו זאגן זיינע טענות, ארויסצוקומען מיט זיין עקזיסטענץ?" די תירוץ איז, נישט עכט. מיט קאוהירענס טערעפי דהיינו אז ס'געלונגט אז דער קלייענט זאל טרעפן און לעבן מיטן ריכטיגן עמאושענאל אמת, און אויך אז ס'געלונגט עס צו טראנספארמירן, גייט דער קלייענט פילן "צוריק צו זיין נאטורליכער באשאף" אבער מיט נישט ק"ט, יא, דער קלייענט גייט זיין געהאלפן, אבער פארט נישט דעס בכלל.

אבער איך ווייס אז סי בי טי צו קאגניטיוו, צו וואטעווער, ארבעט! ס'ארבעט פיין. ס'האנדלט אבער נישט עכט מיטן שורש. אפילו אויב מ'האנדלט מיטן שורש, און טאקע מיט דעם זעלבן שורש ווי א ק"ט וואלט געארבעט. ווערט עס אבער נישט געהעריג באהאנדלט און טראנספארמירט.

סך הכל איז, ס'ווענט זיך וואס דער מענטש וויל. וויל ער ארויסקריכן דערפון און גיין ווייטער, קענען אנגיין מיטן לעבן און שוין, דאן איז גוט CBT צו אביסל טיפער ווי למשל NLP, און ברוס עקער אליין, שרייבט אזוי, אז נישט יעדער וויל גיין טיף, ס'דא וואס ווילן "דשאסט זאג מיר וואס צו טון און שוין" אבער ס'דא וואס ווילן יא, ארבעטן אויף זיך אינגאנצן.



א ק"ט צילט אין פוינט, ער שיסט דעם באלי אין פינטל אריין, און פארניכט דעם עמאושענאל לערנונג, א אנדער טערעפיסט פרובירט צו ציהלן אין פוינט, און ס'קען געלונגען, לכאורה.

ברוס טענה'ט אז אפאר יאר ארום וועט נישט זיין א טערעפי וואס וועט קאמפיטן מיט מעמארי ריקאנסאלידעשאן.
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

זייער טיפע געדאנקען זאגסטו און מיט א קלארקייט געוואלטיג

בנוגע וועלכע מהלך איז בעסער ווענדט זיך וועלכע מענטש, יעדע מענטש וועט העלפן עפעס אנדערש, די גוטע נייעס איז אז ווען מען טרעפט א מהלך וואס וואס העלפט ביי א קליענט וועט ער דאס קענען ווייטער נוצן זיין גאנץ לעבן סיי ווען עס קומט ארויף יסורי נפש,

און לגבי א טעראפיסט; דארף ער זעהן אויפצופאסן און באמערקן וועלכע מעטאד מאכט די קליענט פיהלן בעסער און זעהן אויסצולערנען די מעטאד פארן קליענט ער זאל עס קענען נוצן אין לעבן סיי ווען עס זאל נישט אויספעהלן

איך ציטיר דא פון Dr David Burns ווי ער ברענגט ארויס אז מען ברויך האבן א אויסוואל פון אפאר מהלכים אויפן טיש

When you are treating anxiety, there are four powerful treatment models you can use:
1. The Motivational Model
2. The Cognitive Model
3. The Exposure Model
4. The Hidden Emotion Model
I use all four models with every anxious patient I treat because this gives me the greatest chance for a complete elimination of symptoms. If you use just one model, like Exposure, or just one school of therapy, such as CBT, or ACT, as so many therapists do, your success will be limited.

נשמה האט געשריבן:ברוס טענה'ט אז אפאר יאר ארום וועט נישט זיין א טערעפי וואס וועט קאמפיטן מיט מעמארי ריקאנסאלידעשאן.


די מעשה איז אז דערווייל קוקט מיר אויס איז קאוהירענס טעראפי היבש אומבאקאנט אין די עולם המענטל העלטה, איך האף דר ברוס וועט נישט זיין דיסעפוינטעד אז זיין חלום וועט נישט פארווירקליכט ווערן.... :lol:

. דער ק"ט אבער גייט פונעם סימפטאם און ער מאכט א סימפטאם דעפרייוועשאן, און ער פרעגט דעם קלייענט, "איך וויל זאלסט דיך פארשטעלן ווי עס גייען דורך טעג און וואכן און דו האסט נישט קיין או סי די, וויאזוי פילט זיך עס דיר צו לעבן דיין לעבן צווישן דיינע חברים און דיין משפחה, ווען דו האסט גארנישט קיין או סי די, אלעס פארט." און דער קלייענט זאגט "איך פיל out of existence" אזוי ווי "קיינער זעט מיך נישט" און אז דער קלייענט לעבט און פילט אז קיינעם גייט נישט אן וועגן אים, אז ער עקזיסטירט נישט אפילו פאר זיך אליין, מוז זיין אז ס'איז עפעס געווען וואס דער קלייענט האט באשלאסן "ס'איז ענדערש פאר מיר צו לעבן out of existence" עפעס א פערזענליכער קאנסטראקט האט געמאכט אז דער קלייענט זאל "זיך נישט פילן, נישט זיך און נישט זיינע רצונות, ארויסצוקומען דערמיט


בעצם דאס לעבן פון א מאן איז כסדר באופן זה, אויב טראכט א מענטש אביסל טיפער אין לעבן וועלן די קשיות אנהייבן מיטשענען,

א מאן לעבט פון סאלוון פראבלעמען, סטרעטש און ריליס, ווי א מאן זעהט עפעס א טשעלענדזש וועט ער עס וועלן דורכברעכן, ער וויל כסדר ענדיגן,

ווען די מאן ענדיגט סאלוון אלע פראבלעמען און ער זעצט זיך ענדליך אראפ אויפן ריקליינער הייבט אים אן מיטשענען א אינערלעכע ליידיגקייט, און ער הייבט אן זוכן נייע פראבלעמען צו סאלוון, אבי חלילה נישט צו פיהלן ווי דו רופסט עס נאן עקזיסטענט, ובלשון ספיריטשעל טעראפי רופט זיך עס עמפטינעס,

ווי עס איז אנגענומען ביי די ספיריטשעל סייקאלעדזשי מאוומענט כמו ACT, מיינדפולנעס, וכו׳ (אודאי שטייען שוין די אלע זאכן אין ספה״ק, די סייקאלעדזשי וועלט האט זיך אין די לעצטערע יארן שטארק גענומען די נקודות אויף צו היילן מחלות הנפש) אז די מענטש מוז דעוועלאופן א סענס פון ׳איך׳ וואס האט נישט קיין שייכות מיט געבורט/טויט... די לעבן פון הרגשים, הנאות, מצבים וכדו׳ זענען איין שטיק טויט, יעדע סקונדע שטארבט א הרגש וואס איז געווען א רגע צוריק און עס ווערט געבוירן א נייע, אפילו די סעלס פון די גוף ווערן געטוישט, און א מענטש קען נישט פיהלן קיין עקזיסטענס פון א זאך וואס ווערט געבוירן און שטארבט יעדע סקונדע

א מענטש דארף לעבן מיט זיין העכערע מציאות און מיט התבטלות, אפילו די טוועלף סטעפ פראגרעם הייבט זיך אן מיט התבטלות און powerlessness, די איגאו פון די מענטש פארשטייצעך לאזט עס נישט צו אבער ווען א מענטש טרעפט די אמתע ׳איך׳ מיטן ווערן בטל צום שורש איז כאפט די איגאו געזונטע פראסקעס און ער רוהט איין

דאס איז אויפן שפיץ גאפל וויאזוי אנדערע מהלכים נעמען קעיר פון די אישו פון עמפטינעס/עקזיסטענשל ענגזייעטי וכו׳ וכל שם וחיניכא דאית לי׳
חביבי
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

@חביבי, וועלקאום אבאורד צו אונזער נשמה ווארלד ...
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”