די טיפע וועג פון טויש. קאוהירענס טערעפי

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

די טיפע וועג פון טויש. קאוהירענס טערעפי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

יעדער מענטש וויל זיך טוישן. יעדער פראבירט אלעס צו טוהן זיך צו טוישן.
אבער צומאל גייט עס עפעס נישט און מ'טוישט זיך נישט. אדער מ'פיהלט אז ס'איז זייער שווער צו ווערן דער געטוישטער מענטש.

אזוי ווי איך גיי צו מתבונן און איך האב געפיהלט וויאזוי זיין מהלך ארבעט, איך בין אסאך געזיצן מיט איהם, ב"ה איך האב געהאט די זכי' צו זיצן מיט איינעם וואס פארשטייט גאר טיף דעם נפש,

און אויך האב איך מיך אריינגעלייגט דערין, איך האב דורכגעליינט בעמקות די ביכער פון דעם שיטה וואס האט אמאל געהייסן dept oriented brief therapy היינט רופן זיי עס coherence therapy און אויך האב איך געליינט בעיון דעם בוך וואס ברוס עקער מיט זיינע קאלעגען האבן ארויסגעגעבן וואס רופט זיך how to unlock the emotional brain. די ביכער זענען רעלאטיוו אויסגעהאלטן צו ליינען, און איך האב אויסגעלאזט דארט ווי איך האב פארשטאנען אז א יוד דארף עס נישט ליינען. מער ווייניגער איז עס מעדיקאל וויסנשאפט, די קעיס סטודיס דארף מען נישט ליינען אלע, ס'דא דערפון וואס איך האב געהאלטן אז ס'איז בעסער נישט צו ליינען. עניוועי.

אויך האב איך געליינט די coherence therapy manual וואס איז מסביר וויאזוי מ'מאכט דעם טערעפי, וואס איז מסביר אין קורצע אבער טיפע ווערטער די עמקות פון coherence therapy.

לויט ווי יאך פארשטיי, איז טוהן דעם מהלך פון טערעפי מיט מענטשן, זייער טיף און גארנישט אזוי פשוט.

איך בין נישט קיין שרייבער, איך קען מיך נישט צאמקלויבן וואס ס'קומט קודם און וואס ס'קומט נאכדעם. איך האף אז מ'וועט האבן געדולד עס צו ליינען און פארשטיין די עמקות דערפון, און עס נישט נעמען אזוי ווי נאך א טערעפי.

מתבונן האט שוין געשריבן וועגען דעם טערעפי, וויאזוי ס'ארבעט, און אזוי ווייטער און ווייטער, אבער איך וויל מיך אויסרעדן פארן עולם מיין תוכן וואס איך האב צאמגעקליבן במשך די פאר יאר וואס ס'האט זיך פאר מיר געעפענט א נייע וועלט וואס הייסט אינטערנבאוויסטזיין.

אזוי ווי איך בין נאך רעלאטיוו יונג, און איך האב נישט עוסק געווען צופיהל (ווען מ'שטעלט מיך צו צו אנדערע וואס זענען עוסק אין דעם פעלד) אינעם נושא פון אינטערנבאוויסטזיין. וועל איך שרייבן די מערסטע וואס איך בין באקאנט ביזן היינטיגען טאג, און איך גלייב אז איך האב מיך נאך אסאך וואס צו לערנען אין דעם נושא.

אויך וויל איך זייער שטארק קודם וויסן טוהן פארן עולם, און אויך מסביר זיין, פארוואס די שיטה פון קאוהירענס טערעפי איז טיפער ווי CBT. און געדענקט טייערע לייענער, CBT איז זייער א גוטע טערעפי, און איך בין ווען איך שרייב די דאזיגע שורות איבערצייגט אז ס'נאך אלץ דא פעלער וואו מ'דארף דוקא נוצן CBT.

איך האב געזעהן אויפן געוועב שטארקע טענה'ריי וועכע פון די צוויי זענען מער העלפליך צו העלפן מענטשן אין זייער מצב, איך האב געזעהן, ס'דא וואס שרייען אזוי און ס'דא וואס שרייען אזוי, איך וויל דא מסביר זיין, וואס די טיפקייט פון קאוהירענס טערעפי איז, און פארוואס ס'דארף צו העלפן שטערקער.

ווען מ'וועט עס ענדיגען ליינען וועט מען פארשטיין, וואו ס'לוינט זיך ענדערש צו נוצן CBT און וואו ס'וואלט כדאי געווען צו גיין טיפער דערפון.

מיין געשרייבעריי גייט נישט זיין אזוי מסודר, אזוי ווי די גרויסע חברה וואס שרייבן. ס'קען זיין אז א זאך וואס איך האב געשריבן גייט איבערגעשריבן ווערן נאכאמאל, און איך גיי נישט צופיהל מגיה זיין מיינע זאכן, יעדע זאך וואס איך לייג ארויף דא אויף איי וועלט, ווערט געווענליך מגיה פון מיר א סך מאל, ווילאנג איך לייג עס ענדליך ארויף, אבער דא האב איך נישט קיין צייט איבערצוגיין יעדעס מאל, יעדעס ווארט, ווייל איך פיהל אז ס'איז צו לאנג. איך קען אויך נישט מסדר זיין, סאו ס'קען זיין אז א זאך וואס קומט צום סוף וועל איך לייגען אנהייב אזוי אז ס'וועט פעהלן דערפון די הקדמה. און מיט די צייט וועל איך פראבירן צו שרייבן אלעס, די מערסטע וואס איך ווייס בעזהשי"ת, אזוי אז די אנהייב וועט אויך ווערן פארשטאנדיג.

די פרינציפ פון קאוהירענס טערעפי איז איין ווארט א מענטש קען זיך נישט טוישן פון אזאך וואס ער ווייסט נישט אז ער ווייסט עס, ער מוז עס קודם וויסן און דערנאך קען ער זיך דערפון טוישן

די לערנונג פון אינטערבאוויסטזיין אנטהאלט אין זיך זייער א סך, אין פון דעם איז דא די יצר וואס השי"ת האט אזוי באשאפן, ווי עס שטייט בראתי יצר הרע. און איך וועל נישט בארירן דעם נושא וואס אלץ די אינטערנבאוויסטזיין ווייסט אלץ, נאר אזויפיהל אז קאוהירענס טערעפי ארבעט מיט די אינטערנבאוויסטזיין און נישט מיט די באוויסטזיין.

אבער וואס איז דאס די אינטערנבאוויסטזיין?

לכאורה ווייסטו שוין עפעס וואס דאס איז, איך וויל נאר מסביר זיין וויאזוי מ'ארבעט ארום דערמיט אין א קאוהירענס טערעפי סעשאן.

די גאנצע לערע פון קאוהירענס טערעפי באשטייט פון די אינטערנבאוויסטזיין, וואס דארט טוט זיך אלץ. אנדערש ווי פרויד וואס ער האט געזאגט וואס ס'טוט זיך אין אונזער אינטערנבאוויסטזיין, איז קאוהירענס טערעפי פרעגט דעם מענטש אויס וואס דארט טוט זיך. יעצט, נישט אלע זאכן וואס פרויד האט באשטימט אז ס'ליגט אינעם אינטערנבאוויסטזיין איז וויכטיג אין קאוהירענס טערעפי. קאוהירענס טערעפי רעדט פון (און לייג צו קאפ צו וואס איך גיי יעצט שרייבן, ווייל דאס איז א שליסל ווארט,) די אויסלערנונגען וואס די מח האט זיך אויסגעלערנט וויאזוי די וועלט ארבעט.

ס'דא זאכן וואס איך גיי שרייבן וואס פעהלט נישט אזוי אויס צום פארשטיין וואס קאוהירענס טערעפי איז, אבער איך גיי עס דאך שרייבן ווייל אזוי ווי איך האב שוין פריער געזאגט קען איך נישט שרייבן, איך בין נישט קיין שרייבער, און אזוי מוז אויסזעהן מיין ארטיקעל. פסולת צאמגעמישט מיט גוטע זאכן. טפלים מיט עקרים.

איז אזוי, CBT אפילו זיי אדרעסירן טאקע זאכן וואס ליגען אינעם אינטערנבאוויסטזיין, אזוי ווי ספיידער האט שוין געשריבן דא פארשידענע זאכן וואס ליגען אינעם אינטערנבאוויסטזיין. אבער איז קאוהירענס טערעפי אינגאנצן אנדערש, ואינו דומה זה לזה כלל וכלל.

ס'איז (און לייג צו קאפ וויייל איך גיי ווייטער שרייבן א שליסל ווארט,) ס'איז די אופן וויאזוי מ'מאכט די טערעפי דאס איז די חילוק אדער איינע פון די בארג און טאל, הימעל און ערד, חילוקים צווישן CBT און קאוהירענס טערעפי. אדער אנדערע טערעפי וואס ארבעטן אזוי ווי קאוהירענס טערעפי.

איך וויל זייער שטארק אז איינער וואס גייט שוין צו CBT און האט הנאה דערפון זאל ווייטער גיין. און ברענג נאר ארויס מיין פארשטאנד אין די ענינים. דאס איז מיין פארשטאנד און ס'קען זיין אז ס'איז נישט אזוי אין די מציאות, אבער דאס איז מיין פארשטאנד.

איז לאמיר צוריקגיין צו דעם אז קאוהירענס טערעפי ארבעט מיט זאכן וואס ליגען אינעם אינטערנבאוויסטזיין. און איך גיי שרייבן נאך א וויכטיגע ווארט, וואס שארפט אויס וואס קאוהירענס טערעפי איז, ווען א קלייענט קומט אריין צום סעשאן, איז ער אינגאנצן נישט באקאנט מיט וואס ער גייט וויסן ווען ער גייט ארויס פונעם סעשאן

און איך וויל שרייבן דא נאך עפעס וואס איך האב געזעהן אז די חוקרים שרייבן, "פינף און ניינציג פראצענט פון די זאכן וואס א מענטש טוט איז אינטערנבאוויסטזיין"

איך דערמאן מיך יעצט אז מ'זאגט נאך פון סאטמאר רב ז"ל נפטר תשל"ט. אז א מענטש האט דריי טעמים פארוואס ער טוט א זאך, איינס וואס ער זאגט דיך, איינס וואס ער אליין ווייסט, און איינס וואס ער אליין ווייסט אויך נישט. קאוהירענס טערעפי רעדט פון די זאכן וואס ער אליין ווייסט אויך נישט, און קאוהירענס טערעפי מאכט איהם באקאנט מיט די זאכן.

איך וויל דא נאכאמאל איבער'חזר'ן די פרינציפ פון קאוהירענס טערעפי, און דאס עס (ווי פאלגענד ק: שבחי בעל שם טוב) א מענטש קען נישט טוישן אזאך וואס ער אליין ווייסט נישט אז ער ווייסט עס און דאס איז די יסוד מיט וואס קאוהירענס טערעפי לויפט. דאס איז די פרינציפ אויף וואס קאוהירענס טערעפי ארבעט. קודם מוז דער מענטש געוואר ווערן וואס ער אליין ווייסט אלץ. און נאכדעם, און פון דארט קען ער זיך טוישן.

איך האב שוין פריער געשריבן אז יעדע מענטש וויל זיך טוישן, איז פארוואס טוישט זיך נישט א מענטש, די תירוץ דערויף איז ווייל ער פראבירט צו טוישן א זאך וואס ער האט נישט אין די הענט.

בעיקר האב איך געוואלט שרייבן וויאזוי קאוהירענס טערעפי ארבעט מיט די ענין פון ווייניג זעלבסט ווירדע. וואס איך האלט אז דער ענין איז די שורש פון אסך פראבלעמען און נישט אומזיסט איז פראדאקטיוו סינאנים מיט זעלבסט-זיכערקייט. ווייל ס'איז טאקע. אסך פראבלעמען זענען די ענין פון ווייניג זעלבסט ווירדע.

ס'דא אסך מאל וואס א מענטש כאפט זיך נישט אפילו אז ער האלט אז ער איז ווייניגער ווערד ווי אנדערע. און דאס איז די אופן וויאזוי איך טייטש אפ, ווייניג זעלבסט-ווערד. דער מענטש פיהלט אז ער איז ווייניגער ווערד ווי א צווייטער! ער האט נישט אזוי פעהיג ווי א דורכשניטליכער מענטש. ער איז נישט אזוי באליבט. וכו' וכו' און שפעטער וועל איך אין דעם מרחיב זיין את הדיבור כיד ה' הטובה עלי.

לאמיר צוריקגיין צום אנהייב וואס מיין ציהל איז געווען מסביר צו זיין וואס איז דאס קאוהירענס טערעפי און מיט וואס און פארוואס ס'איז טיפער ווי CBT, און ווען איך זאג קאוהירענס טערעפי מיין איך נישט דוקא קאוהירענס טערעפי איך מיין אלע טערעפי וואס ארבעטן אויף דעם צוגאנג.

איז אזוי

נאך שבת קודש וועל איך ווייטער שרייבן.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום פרייטאג יוני 24, 2016 5:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

שרייב נשמה שרייב, מיר ליינען מיט דורשט.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

עקבי הצאן האט געשריבן:שרייב נשמה שרייב, מיר ליינען מיט דורשט.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

א גרויסן ייש"כ נשמה!

א ריכטיגע נשמה.

שרייב נאר שרייב.

איין זאך נאר, ביטע זאגן אויך וואס CBT איז פאר די וואס ווייסן נישט אזוי וועט מען פארשטיין די מעלה פון דעם איבער דעם!

איך האף צוריקצוקומען מיט הערות.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מיין ברודער, האט מיך יעצט נאכאמאל געזאגט, אונז האב מיר גערעדט וועגען מתבונן, זאגט ער מיך "דו ביסט געווארן א נארמאלער מענטש, דו האסט נישט קיין אהנונג וואס דו ביסט געווען, פאר דו ביסט געגאנגען צו מתבונן". פארוואס שרייב איך דעס ברבים, ווייל איך וויל שרייבן ווי ווייט קאוהירענס טערעפי קען טוישן דעם אינערליכן געשטעל פון א מענטש. און איך וועל שפעטער מער מרחיב זיין וואס דאס מיינט טוישן דעם אינערליכען געשטעל פון א מענטש.

איך וויל שרייבן וועגען CBT. איך האב זייער מורא אז מ'וועט קומען מיט הערות אז CBT איז יא בעסער, און אהער און אהין. סאו, איך וויל דא זאגען אז איהר דארפט נישט קומען מיט קיין הערות אז CBT איז בעסער ווי קאוהירענס טערעפי, איך וויל זיכער מאכן אז איהר דארפט נישט!. איך וויל נאר אוועקשטעלן דעם טעם פון קאוהירענס טערעפי, וואס און פארוואס, און נאכדעם אז איהר וועט קאסטן ביידע וויינען זאלט איהר קלייבן וועכע איהר ווילט. און נאך א מורא'דיגע זאך, די וואס גייען שוין צו CBT, און זיי זעען אז ס'ארבעט כה לחי בעזר השי"ת, און טערעפי דארף נישט געדויערן נאר אפאר חדשים! ס'קען געדויערן לענגער פון דעם. פארוואס? נישט ווייל די געוויסע טערעפי ארבעט נישט געהעריג, נאר ווייל ווילאנג מ'קומט איבער די אלע שטערונגען ביז די ריזאלטס. סאו, במילא נעמט אן וואס איך שרייב ווי איהר שמועסט שבת ק' נאכמיטאג מיט א שטיקעל מעלאנע פון די וועטער. און צו די אלע וואס טוען CBT, און ס'ארבעט, זיי זעען אז ס'ארבעט ביי זייערע קלייענטן, איז דאך ווייטער גוט בס"ד. איך רעד פון אוועקשטעלן אויך מיין פארשטאנד, וויפיהל איך האב פארשטאנען אין דעם ענין. און אויב מ'זעהט איין אז קאוהירענס טערעפי וואלט געארבעט בעסער, וועלן זיך זאכן טוישן פון זיך אליין עניוועי, און אויב נישט, וועלן זיך זאכן מילא נישט טוישן.

איין זאך, איך האב נישט קיין פראוו אז קאוהירענס טערעפי איז בעסער ווי CBT! ביי מיך אליין יא, איך רעד נישט פון מיך. איך רעד אז איך בין נישט קלאר פאקטיש, אויף למעשה, נישט טעארעטיש (אין טעאריע איז ביי מיר קאוהירענס טערעפי בעסער) וועכע פון די צוויי זענען מער. איך האלט אז ס'דא פעלער ווי מ'דארף נוצן קאוהירענס טערעפי, און פארקערט אויך, ס'דא פלעצער ווי מ'דארף דייקא גיין מיט CBT! מ'דארף דייקא גיין קאונטעראקטיוו!

לאמיר מסביר זיין וואס די שליסל ווארט קאונטעראקטיוו מיינט,
ווען מיר זעען אז א קינד וויל אנכאפן א הייסע ברענעדיגע זאך, מוז מיר גיין קאונטעראקטיוו, דהיינו, מיר מוזן צולויפן צום קינד, און מאכן אז דאס קינד זאל אננעמען וואס מיר האלטן איז בעסער פארן קינד, מיר קענען נישט לאזן אז דאס קינד זאל זיך פיהרן אזוי ווי ער פארשטייט. און וויבאלד מיר זענען יודן, פארשטייען מיר אז ווען ס'קומט צו פארמיידן קינדער פון עבירות (איך רעד נישט פון מצוות וואס דארף ווערן איינגעברענט מיט חשק און ווילן און נישט ח"ו פארקערט), מוזן מיר זיין קאונטעראקטיוו. קאונטעראקטיוו מיינט, איך זאג פאר דיך וויאזוי דו דארפסט דיך אויפפירן, און דו דארפסט מיך פאלגען דאס מיינט איך גיי דיך נישט לאזן זיין וויאזוי דו ווילסט, איך גיי דיך זאגען וואס די ריכטיגע וועג איז! איך ווייס וואס די ריכטיגע וועג איז! איך ווייס וויאזוי מ'פיהרט זיך אויף! איך גיי דיך עס זאגען, און דו גייסט מיך פאלגען מיט פארמאכטע אויגען.

ס'דא געוויסע נושאים וואו קאוהירענס טערעפי ארבעט טיפער ווי CBT. און וואס איז CBT?

CBT מיינט cognitive behavior therapy קאגניטיוו ביהעוויערול טערעפי, אין קורצן, קאגניטיוו, מיינט די וועג וויאזוי מ'פארשטייט זאכן, די וועג וויאזוי די מח ארבעט, די וועג וויאזוי מ'טייטש אפ זאכן וואס מ'זעהט, די מיינונג וואס מ'געט פאר זאכן וואס פאסירן ארום דעם מענטש. די אופן וויאזוי מ'פארשטייט וואס ס'קומט פאר ארום מיר. דאס מיינט קאגניטיוו. און ביהעוויערול מיינט די אופן וויאזוי א מענטש פיהרט זיך אויף. טערעפי מיינט אז מ'ארבעט אויף די זאכן, אויף די צוויי זאכן, דהיינו אויף די קאגנישאן, מ'ארבעט צו טוישן די מחשבות וואס דער מענטש טראכט. און ביהעוויערול מיינט אז מ'ארבעט צו טוישן די וועג וויאזוי דער מענטש פיהרט זיך אויף.

זייער אסאך שטודיעס זענען געמאכט געווארן אויף CBT. און CBT איז היינט זייער זייער א פארשפרייטע טערעפי, וואס ווערט גענוצט אויף אסאך אסאך סימפטאמען. לאמיך מרחיב זיין וואס ס'מיינט א סימפטאם.
איך גיי דא שרייבן אזאך וואס איך וויל אז מ'זאל עס גוט געדענקען, און זייער גוט געדענקען ווען מ'גייט צו צו קאוהירענס טערעפי און דאס איז עס:
יעדע זאך הייבט זיך מיט א סימפטאם, און דייקא נאר איין קלארע סימפטאם!!!
נעם נישט פאר לייכט וואס איך האב יעצט געשריבן, ווייל מ'דארף קענען מעסטן ווי מ'האלט, און אן דעם וועט עס נישט גיין. ווי איך וועל שפעטער מסביר זיין.

סאו איך גיי נאכאמאל זאגען דעם סטופיד סטעטמענט, יעדע זאך וואס מ'וויל באהאנדלען אין קאוהירענס טערעפי דארף זיין א קלארער קלארער סימפטאם באלד וועל איך מרחיב זיין וואס ס'מיינט א קלארער סימפטאם, און פארוואס ס'איז אזוי אזוי וויכטיג פאר די פראגרעס פון קאוהירענס טערעפי

סאו וואס מיינט א סימפטאם אין קאוהירענס טערעפי?

יעדע מענטש איז אין א געוויסער מצב יעדע רגע פון טאג. די גיסטע טוישט זיך, אלעס געוואנדן לויט די מצב ארום. דאס הייסט אז א מענטש איז פרייליך אבער אויך צומאל טרויעריג, רואיג אבער צומאל ווערט ער גערעגט, א מענטש פיהלט זיך פעסט אבער צומאל פיהלט ער ווי ער געט אויף זיין פעסטקייט. א מענטש פיהלט נאכגעלאזט, רילעקסט, אבער צומאל פיהלט ער אנגעצויגען. צומאל ציהט זיך אויס א שמייכל אויפן פנים, צומאל ווייטער א שטרענגע פנים. די מצב הרוח פון א מענטש טוישט זיך אויך געוואנדען לויט די סביבה ארום, און (יעצט גיי איך שרייבן די טארגעט, סאו לייג צו קאפ) א מענטש טוישט זיך לויט די סביבה ארום און לויט די מיינונג וואס ער פארשטייט וואס די סביבה מיינט פאר איהם.

געדענקט אז פריער האב איך געשריבן אז קאוהירענס טערעפי ארבעט מיט אינטערבאוויסטזיין. און נישט מיט די באוויסטזיין.

יעצט וויל איך שרייבן נאך איין ווארט קאוהירענס טערעפי ארבעט מיט אימפליסיט מעמארי implicit memory.

איך וויל שרייבן דא א סטעטמענט א מענטש איז מעמארי מעמארי מעמארי מעמארי. יעדע זאך וואס איך זעה פון ווען איך שטיי אויף צופריה, אבער יעדע זאך ממש האט א באדייט, ס'מיינט עפעס. (איך וועל שפעטער מער און מער מסביר זיין און עס צולייגען טיפער און טיפער, סאו, אויב מ'פארשטייט נישט יעצט, וועלן זאכן ווערן קלארער און שארפער, ביז ס'וועט זיין ווי א קלארע לבנה אין א לויטערע הימעל אי"ה בעזר השי"ת. ליין און ליין וועסט שוין שפעטער פארשטיין ווען ס'וועט קומען מער און מער הסבר.

יעדע זאך האט א באדייט. למשל איך שטיי אויף צופריה און איך ווייס אז היינט איז זונטאג, האט דער טאג אן אנדערער באדייט ווי ווען איך ווייס אז היינט איז פרייטאג. און נישט נאר דער טאג האט אן אנדערער באדייט. נאר מיין מצב הרוח וועט זיך אביסל טוישן, ס'ווענט זיך,

וויאזוי ווייסט א מענטש וואס זונטאג באדייט. ווען איך זאל צוגיין צו א קינד אין פלעי גרופ און איך זאל איהם זאגען "היינט איז זונטאג" ס'מיינט נישט גארנישט ביי איהם. היינט איז זונטאג? פיין! גוט! וואס נאך? אבער ווען א יונגעל וואס איז שוין אביסל עלטער שטייט אינדערפריה און ער ווייסט "היינט איז זונטאג" האט עס אן אנדערער באדייט. פארוואס???

ווייל פון ווען דאס קינד איז געווען קליין האלט מען זיך אין איין אויסלערנען וואס יעדע זאך מיינט. ביליאנען אינפארמעשאן גייען אריין אין די מח פון א קינד פון ווען ער ווערט באשאפן, מיט יעדע געשעעניש וואס ס'גייט אדורך ווערט דאס קינד אלץ מער און מער געוואר וואס זאכן באדייטן. און נאך א מורא'דיגע זאך (מורא'דיג מיינט נישט דייקא פחד, ק: מעלות), א קינד לערנט זיך נישט אויס די באדייט פון זאכן דורך דעם וואס איינער איז איהם עס מסביר מיט ווערטער, אדרבה, נאך סך איידער דאס קינד קען רעדן, לערנט ער זיך שוין אויס, וואס זאכן באדייטן, נישט אויף איינמאל אבער צעביסלעך צעביסלעך ביז ער פארשטייט גוט. ווען א קינד זעהט א שמייכל, ווייסט דאס קינד זייער גוט וואס ס'מיינט. וויאזוי? וויבאלד די מאמע האט געשמייכעלט צו איהם, און בשעתו געגעבן ליבשאפט און נאנטשאפט, ווייסט דאס קינד וואס א שמייכעל מיינט.

וויאזוי נאר א קינד ווייסט וואס א שמייכעל באדייט, אבער דאס איז זיכער אז ער ווייסט קלאר אז דאס איז א גוטע זאך. ער ווייסט אז דאס מיינט פרייליך! אויך ווען מ'קוקט איהם אן שטרענג, ווייסט ער וואס ס'מיינט! ער ווייסט! ער ווייסט אז דאס מיינט שטרענג! אין א קינד ליגען אוועקגעלייגט טויזענטער אינפארמעשאן וואס יעדע זאך מיינט! אין זיין זכרון, אין זיין מעמארי וואס איז פארבינדען מיט זיינע געפיהלן, ווערט עס אוועקגעלייט. צעביסלעך לערנט ער זיך אויס, דאס מיינט דעס און דאס מיינט דעס. ווען איך טו דעס געשעהט דעס. און ווען איך טו דעס געשעהט דעס. וען איך גיס אויס אויפן פלאר, געשעהט דעס. און ווען איך ציה האר, געשעהט דעס.

מ'דארף געדענקען, א קינד האלט אין איין וועלן פארשטיין וואס ס'קומט פאר ארום איהם. ער האלט אין איין געבן א מיינונג און ער טרייט צו פארשטיין און געבן א מיינונג צו זאכן וואס ס'קומט פאר ארום איהם

איך וויל דא זאגען איין משל וואס זיי ברענגען אלץ ביישפיהל, ווי ווייט די אלע זאכן וואס ס'ווערט אויסגעלערנט פארן קינד ווען ער איז קליין, ווי ווייט די אלע זאכן טוישן און האבן א דירעקטע אויספיהר וויאזוי דאס קינד וועט זיך אויפפירן שפעטער אין לעבן. די משל איז באקסעדיג און שארף אראפגעשטעלט פשוט אלץ דוגמא. אין מציאות פון עכטע לעבן, איז קיינמאל נישט אזוי סימפל. נאך דערצו מ'דארף נעמען אין באטראכט דאס ענין פון דזשינעטיקס. ס'דא פרייליכערע קינדער און מער שטילערע קינדער.

א קינד מאכט גערודער, יעדער ווייסט, ס'בלעבעלט, און ס'רעדט און ס'טרייט אויס די שטום בענדער, אזוי האט השי"ת באשאפן.

יעצט, איז געווען לאמיר זאגען צוויי קינדער, ביי צוויי משפחות, יעדע משפחה א קינד. ביי איין משפחה, ווען דאס קינד האט געבלעבעלט האט מען דאס קינד גענומען און אריינגעלייגט אין א שטילע פארמאכטע צימער, וואו דארט האט ער נישט געשטערט קיינעם מיט זיינע גערודער. אזוי אז ס'איז געווען מנוחה. יעצט, דאס קינד אפילו ער איז קליין, לערנט זיך אויס! (געדענק! א קינד לערנט זיך נישט אויס פון ווערטער, ער לערנט זיך אויס פון קאנסעקווענצן, ווען איך טוה דאס געשעהט דאס! און אפילו ער קען נאכנישט רעדן) דאס קינד לערנט זיך אויס אז ווען ער מאכט גערודער שטערט עס די מענטשהייט וויאזוי האט ער זיך דאס אויסגעלערנט? ווייל יעדע מאל ווען ער האט געמאכט גערודער און געזינגען, און גערעדט צו זיך אזוי ווי א קינד טוט אייביג, האט מען איהם געלייגט אין א שטילע אפגעזונדערטער צימער, אוועק פון די מענטשהייט.

ווען דאס קינד איז געווען שטיל און ער האט נישט פארפיהרט, האט מען איהם געלאזט זיין צווישן עולם, און ווען ער האט גערעדט האט מען איהם אוועקגעטראגען פון זיין מיטן עולם. און דאס קינד האט געכאפט, די רגע וואס איך הייב אן רעדן, ווער איך אריינגעפיהרט אין א שטילע צימער. פארמאכט און איינזאם. די רגע איך הייב אן רעדן שטופט מיך די מענטשהייט אוועק. דהיינו, ס'איז איהם אריין אין קאפ, אין זיין זכרון, אין זיין מעמארי, אז מענטשן האבן נישט ליב ווען איך רעד איך שטער ווען איך רעד.

יעצט דאס קינד האט פארגעסן פון די גאנצע געשעעניש, אבער זיין אינטערנבאוויסטזיין האט נישט פארגעסן, (געדענק! פינף און ניינציג פראצענט פון א מענטש, ווערט א מענטש געפיהרט פון אינטערבאוויסטזיין). דאס קינד ווען ער איז געווארן אביסל עלטער, האט מען באמערקט אויף איהם אז ער ווערט שטיל ווען ער איז צווישן מענטשן. ער רעדט נישט! און אפילו ווען מהאט איהם פראבירט מסביר צו זיין אז א מענטש דארף זיין שטארק און האבן זעלבסט זיכערקייט און רעדן און זיך נישט שעמען, האט דאס קינד נאך אלץ נישט גערעדט געהעריג, ער האט בעפארציגט צו זיין שטיל ווען ער איז צווישן מענטשן. און אלעס ווייל ער אליין האט שוין פארגעסן פארוואס, אבער אונז ווייס מיר יא פארוואס ער רעדט נישט ווען ער איז צווישן מענטשן. אונז ווייס מיר אז ער וויל נישט אז מ'זאל איהם אוועקשטופן. ער ווייסט נישט אז ער ווייסט אז ווען מ'רעדט צווישן מענטשן שטופט די מענטשהייט אוועק. אין זיין באוויסטזיין ווייסט ער נישט פארוואס ער רעדט נישט ווען ער איז צווישן מענטשן! ער ווייסט איין זאך אז ער רעדט נישט! פארוואס? ער ווייסט נישט! און ער קומט נאך צו טערעפי! און ער פרעגט "פארוואס רעד איך נישט ווען איך בין צווישן מענטשן?" ער אליין ווייסט נישט פארוואס. אבער זיין אינטערנבאוויסטזיין ווייסט זייער גוט פארוואס ער זאל ענדערש נישט רעדן ווען ער איז צווישן מענטשן.

וויאזוי קאוהירענס טערעפי העלפט דערגיין וואס ס'ליגט אינעם אינטערנבאוויסטזיין וועלעך מיטן הייליגען באשעפערס הילף שפעטער שרייבן אי"ה.

יעצט, ביי די אנדערע משפחה, איז אויך געווען א קינד, וואס האט געבלעבעלט און געלאכט, און גערעדט הויעך ווען ס'איז געווען צווישן די משפחה מיטגלידער, אזוי ווי יעדע קינד, און מ'האט נישט נאר, אז מ'האט איהם נישט אוועקגעטראגען אין א אנדערע רום, אז ער זאל נישט שטערן די מענטשהייט מנוחה, נאר מ'האט גאר אויפגעשפרינגען פון די בענקעלעך און געמאכט דערפון אן עסק, און זיך געשפיהלט מיט איהם, און געווארן העפפי מיט איהם. מ'האט זיך געפריידט אז ער רעדט. דאס קינד האט זיך אויסגעלערנט "ווען איך רעד ווערן מענטשן פרייליך"! ס'איז בעסער ווען איך רעד, ווען איך בין צווישן מענטשן ווען דאס קינד איז געווארן עלטער האט דאס קינד, ווען ער איז געווען צווישן מענטשן, גערעדט און פרייליך געמאכט. (יעצט, גיי איך גיין אין ביהמ"ד און זעהן ווער ס'רעדט אסאך און ווער נישט און איך גיי אפשר וויסן פארוואס :smile: )

פון די ביישפיהל קען מען זעהן וואס ס'מיינט זאכן וואס מ'האט זיך אויסגעלערנט פון ווען מ'איז קליין.
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4643
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

'!e
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
טשאקלעט
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 10:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאקלעט »

נשמה, הערליך גאר רייך, שכוח... קיפ איט אפ !!
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

טייערע נשמה. שרייב שרייב! מיר טרונקען מיט דארשט דיינע ווערטער!
אוועטאר
ספיידער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:52 pm
לאקאציע: אויף דיין הוט, פליק עס אראפ. אט אזוי...שוין מער נישט דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספיידער »

יישר כח נשמה, זייער שיין געשריבן,

איך ווארט מיט געדולד צו הערן די גאנצע מהלך ביזן סוף, איך זיך נישט צו פרעגן קשיות פאר איך זעה די גאנצע בילד

איין בקשה וויל איך בעטן, ביטע קלאר מאכן וואס איז פינקטלעך די חילוק פון CBT און קאוהירענס טערעפי ?

ווי איך פארשטיי זענען די צוויי טעראפיעס אנדערש נישט נאר אין טאריע נאר אויך און חלק הלמעשה, סאו וויל איך וויסן וועלכע זאכן וואלט א CBT טעראפיסט געטון וואס לויט קאוהירענס טערעפי וואלט מען עס נישט געטון? צו ווייל זיי האלטן אז עס פעלט נישט אויס אדער זיי האלטן אז עס מאכט ערגער,

און אזוי אויך וועלכע זאכן איז קאוהירענס טערעפי מחדש וואס א CBT טעראפיסט וואלט נישט געטון?

פון וואס די האסט געשריבן ביז יעצט איז נאכנישט ארויסגעברענגט געווארן קיין איין זאך וואס א CBT טעראפיסט וואלט נישט געטון, אפשר איז CBT אביסל אנדערש מסביר די געדאנק, אבער CBT גייט אויך צוריק צו די CORE BELIEFS וואס די מענטש איז געפראגרעם'ט געווארן אין די יונגע יארן.

סאו ווי כאפט די חילוק אין חלק הלמעשה?
וויאזוי קען מען בעסער פארשטיין א יוד וואס האט ל״ע פאביעס? די מענטש וואס האט נאכנישט טועם געווען טעם פאביע ווייסטעך בכלל נישט וויאזוי ס׳פילט..
די אמת איז עס איז דא איין פאביע וואס יעדער האט און דאס איז ספיידער פאביע
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5469
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

אויב איך מעג אריינרעדן ספיידער איך וועל דיר ענטפערן . גאר אין קורצן: CBT דיעלט מיטן סיסטעם.קאהערנסט טערעפי דיעלט מיט וואס איז די cause פארן סימפטאם! מען רעדט כמעט נישט פונעם סימפטאם גופא
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

שכח פאר די אלע וואס האבן מיך געזאגט שכח. אזוי ווייסעך אז דער עולם האט הנאה. איך וויל שרייבן אזוי אז ס'זאל זיך פיהלן ווי א שטיקעל פלייש וואס שלינגט זיך גרינג אראפ מיט קאומפאוט.

איך האב שוין אויבן געשריבן אז מיין מעשה הכתיבה גייט אויסזעהן נישט מסודר. ווייל צו שרייבן האבעך אסאך, אבער איך קען נישט מסדר זיין אזוי גוט. און איך האף אז דער עולם וועט ליינען און ליינען ביז מ'וועט ארויסהאבן וואס איך שרייב.

און נאכדערצו אויב ס'וועט זיך מאכן איינער וואס וועט וועלן מער אריינגיין אין דעם ענין פון קאוהירענס טערעפי, און עס פראבירן צו פראקטיצירן בעזהשי"ת, זאל וויסן וויאזוי אנצוהייבן. און וואס מ'דארף אלץ וויסן וויאזוי עס צו מאכן גוט.
איך וועל פראבירן יעדן טאג צו שרייבן נאר אביסל כיד ה' הטובה עלי, ווייל סייווי קען מען נישט אריינכאפן אלעס אויף איינמאל. כדי ארויסצוהאבן דעם גאנצן בילד פון קאוהירענס טערעפי, דארף מען וויסן אסך חלקים. וואס נאר ווען מ'ווייסט יעדעס חלק טיף און גוט, קען מען ארויסהאבן וויאזוי מ'מאכט א פשוט'ע סעשאן.

קאוהירענס טערעפי, איז געבויעט אויף קאנסטראקטיוויזם.

קאנסטראקטיוויזעם מיינט (א ווארט וואס דו וועסט אפשר דארפן איבעליינען אפאר מאל צו משיג זיין דעם מיין דערפון) קאנסטראקטיוויזעם מיינט אז יעדער מענטש עקספיריענסד די מציאות לויט זיין אייגענער מיינונג וואס ער האט עס אזוי געוואלט פארשטיין.

איך גיי געבן דעם זעלבן משל וואס ברוס עקער שרייבט אין זיין בוך DOBT, דיך צו מאכן פארשטיין וואס קאנסטראקטיוויזם מיינט.
ער געט דיך א פראבלעם צו לייזן. און די פראבלעם איז ווי פאלגענד:
איך האב א באטל מיט א שמאלע הויעכע האלז. אין די באטל ליגט א קאטשקע. און איך וויל זאלסט מיך לייזן דעם פאלגענדן פראבלעם. וויאזוי נעם איך ארויס דעם קאטשקע אן צעברעכן דעם באטל, אדער צעקוועטשן די קאטשקע? לייז מיר עס???

די תירוץ איז זייער פשוט. מ'נעמט עס ארויס און שוין... און גארנישט ווערט נישט צעבראכן.

ווען דו האסט דיך אויסגע'משל'ט די פאקטן פונעם פראבלעם וואס איך האב דיך פארגעשלאגען, האסטו זיך פארגעשטעלט, אז איך רעד פון א עכטע קאטשקע מיט א עכטע באטל, אבער איך האב גערעדט פון א באטל און א קאטשקע וואס איז נאר אין דמיון, אזא קאטשקע קען מען יא ארויסנעמען אן שאדן מאכן צו סיי וואס.

דאס הייסט דו האסט אויפגעבויעט אין דיין קאפ, דו האסט קאנסטראקטעד די מציאות פון מיין פראבלעם וואס איך האב דיך פארגעשלאגען, מיט דיין אייגענעם וועג פון אהערשטעלן א מציאות, און אין דיין מציאות וויאזוי דו האסט עס פארשטאנען איז טאקע דא א פראבלעם וואס מ'קען נישט לייזן בשום אופן. אבער אין מיין מציאות, וויאזוי איך האב עס געטראכט איז עס נישט קיין פראבלעם בכלל.

איך וועל שרייבן דא א קעיס עקזעמפל פון ווייטער די זעלבער בוך. (איך גיי עס מגייר זיין, אפילו ס'איז קשה גרים לישראל כספחת) וואס פון דעם זעהט מען דעם עמקות פון קאנסטראקטיוויזם. און איך אליין האב דאס געזעהן מיט מיינע אייגענע אויגען. און דאס איז מעשים בכל יום. דאס איז דאס ענין פון נגיעות. דאס איז דאס ענין פון אין אדם רואה נגעי עצמו. און די קעיס עקזעמפל איז ווי פאלגענד:

איש וביתו קומען צו טערעפי, ווען דער איד טענה'ט אז זיין רביצן שרייט... און אטאקירט איהם! און כנגדו "איך האב נישט קיין אהנונג וואס ער וויל, איך הייב נישט אן צו שרייען, סתם א בילבול, אפשר רעד איך אביסל הויעך אבער איך אטאקיר?"

ווען איך טראכט מיט די צוגאנג פון קאנסטראקטיוויזם, זאג איך נישט אז די מציאות איז אז אשתו אטאקירט, איך זאג (און לייג צו קאפ) איך זאג (אדער איך פראביר אויס צו זאגען), ער וויל איהר זעהן אטאקירן. קאנסטראקטיוויזם מיינט ווי איך האב עס שוין אויבן געשריבן, יעדער מענטש עקספיריענסד די מציאות לויט זיין אייגענער מיינונג וואס ער האט עס פאר א געוויסער סיבה אזוי געוואלט פארשטיין.
(גיי ווייטער אפילו דו פארשטייסט נישט)

דער מאן ביי דעם קעיס עקזעמפל, איז דא אין איהם א אינטערבאוויסטזיניגער רצון, צו זעהן איהר שרייען אלץ אן אטאקע. צו קאנסטראקטען איהר שרייען אלץ אן אטאקע. ס'איז אין קאנסטראקטיוויזם אונז נישט אינטערעסאנט, וואס די עכטע מציאות איז. אונז איז אינטערעסאנט, פארוואס דארף ער איהר זעהן אלץ אן אטאקירער.

איז וואס איז די סימפטאם, ביים דעם קעיס עקזעמפל? אז דער מאן זעהט אז זי אטאקירט? איז דאס דער סימפטאם? יא! דער סימפטאם דא איז, דער פאקט אז ער עקספיריענסט די מציאות וואס זי רעדט הויעך "זי אטאקירט מיר"

לויט ווי מתבונן האט שוין געשריבן, איינע פון די מהלכים אין קאוהירענס טערעפי כדי ארויסצושלעפן אינפארמעשאן פון די אינטערנבאוויסטזיין רופט זיך "סימפטאם דעפרייוועשאן". מ'הונגערט אויס דעם קלייענט פונעם סימפטאם. מ'שטעלט איהם אריין, זיין גאנצער וויסן. זיין גאנצער איך, בלויז דורכ'ן דמיון אליין, אינעם מציאות וואו ס'קומט געווענליך ארויף דער סימפטאם. און מ'שלאגט אים פאר, דאס מאל נעם אוועק דעם סימפטאם. איך וועל מרחיב זיין מיט משלים. וועט מען מער פיהלן וואס איך זאג.

ביי קאוהירענס טערעפי, רעד מיר אונז מיטן קלייענט, אזוי ווי ר' יודא פתייה זצ"ל האט גערעדט מיטן דיבוק פון זיינע קלייענטן. ס'איז א מענטש וואס באהאלט זיך אין דיר, וואס ער האט קאנטראל אויף דיר, אויף מיר. וואס ער האט קאנטראל אויף שאפן און אנהאלטן דעם סימפטאם אין דעם געוויסן מציאות וואו ס'געשעהט.

אינעם סעשאן ווערט דעם מענטשנ'ס באוויסטזיין געטוישט. דער קלייענט פיהלט ווי זיין באוויסטזיין ווערט געטוישט. דער קלייענט אינעם טערעפי סעשאן, טרעפט זיך אלץ אן אנדערער מענטש. מיט אן אנדערע באוויסטזיין וואס ער ווייסט קלאר אז ער האט אלעמאל געוויסט, אבער קיינמאל נישט געווארן באקאנט דערמיט. ער טרעפט זיך מיט זיין אינטערנבאוויסטזיין.

ווען מ'קומט אריין צום סעשאן, איז מען דער מענטש מיט וועם מ'קען זיך פיין. דער מענטש אויף וועם מ'האט טענות פארוואס ער עסט נאך אלץ קיפעלעך כאטשיג ער האט שוין אפגעמאכט אז נאומאר. און ווי מער מ'איז עוסק אינעם סעשאן, ווערט מען באקאנט מיט א סוב מענטש, וואס ליגט אין מיר. אונז האב מיר אסאך סוב מענטשן אין אונז. (זייער אינטערעסאנט. די אינטערנבאוויסטזיין איז א עכטע זאך, חח. אסאך מאל קען מען ווערן אזוי צעמישט און צע'חוש'ט אז מ'ווייסט נישט די וועלט אין וואס מ'לעבט. איך וועל נאך מרחיב זיין את הדיבור שפעטער מיט הקב"ה הילף) די סוב מענטש, אדער סוב מענטשן וואס ליגען אין דיר, ווייסן גאר עפעס אנדערש און טיפער ווי דו ווייסט. ס'איז טאקע נאך אלץ דו, דו ווייסט עס, אבער דאך באהאלטן. אין בעסערע ווערטער, ס'איז דיין אינטערנבאוויסטזיין.

איז כדי צו רעדן צום אינטערנבאוויסטזיין, דארף מען ווערן אביסל היפנאטייזד, און פארלוירן פון די פארמאל "איך". מתבונן קען דאס גאר גוט ב"ה וה"י און דאן קומט די אינטערנבאוויסטזיין צום אויבערפלאך. ס'איז נישט אז מ'צווינגט דיך צו ווערן היפנאטייזד, פארקערט, דער טערעפיסט פיהרט דיין אטענשאן אריין אין דיך אריין. ער פיהרט דיין אטענשאן טיפער און טיפער, אזוי אז דו ווערסט באקאנט מיט זאכן וואס דו האסט נישט געוויסט אז דו ווייסט עס. דער טערעפיסט רעד מיט כאילו דיין נשמה וואס באהאלט זיך אין דיר. ער רעד מיט די חלק וואס קאנטראלירט און מאכט דיין פראבלעם.

די ארבעט פונעם טערעפיסט איז אריינצופיהרן דעם קלייענטס אטענשאן פונעם באוויסטזיניגער בליק אויף די מציאות וואו דער סימפטאם פאסירט, אריין אריין, טיף, ביז די אינטערנבאוויסטזינער בליק אויף דעם זעלבן מציאות (וואס ווען וויאזוי, וועל איך שפעטער מרחיב זיין דער דיבור) און די אינטערנבאוויסטזיין נעמט זיך רעדן. איז איינע פון די זאכן וויאזוי צוצוקומען צום קלייענטס אינטערנבאוויסטזיין רופט זיך "סימפטאם דעפרייוועשאן". מ'שטעלט אוועק, בלויז מיטן דמיון, אזוי ווי דער הייליגער צדיק רבינו רבי ר' אלימלך זאגט אין צעטיל קטן, וידמה בנפשו ויצייר במחשבתו, כאילו אש גדול ונורא בוער לפניו עד לב השמים והוא בשביל קדושת הש"י שובר את טבעו ומפיל את עצמו להאש, אלעס מיטן דמיון. און דאס איז גענוג אין קאוהירענס טערעפי.

די געפיהלן פון א מענטש ווייסן נישט קיין חילוק צווישן עכט און דמיון. זיי רעספאנדן די זעלבע אופן צום עכטן פאקטישן מציאות און די זעלבע אויב מ'שטעלט זיך עס גוט פאר בלויז מיטן דמיון! און געדענקט, אויב איהר ווילט עוסק זיין אין קאוהירענס טערעפי, ס'דארף זיין גוט פארגעשטעלט. מ'דארף עס אזוי גוט מאכן, אז דער קלייענט פיהלט און ער עקספיריענסט, (דערפאר הייסט עס עקספעריענטשול טערעפי, איך וויל שפעטער מרחיב זיין נאך אי"ה), ווי ער איז ממש אינדערהיים ערב שב"ק נאכמיטאג און זי שרייט און אטאקירט. די רגע ער געפינט זיך אינדערהיים "והעם רואים את הקולות" ס'איז ממש לעבעדיג. ער איז ממש יעצט דארט. דאן שלאגט דער טערעפיסט פאר פארן קלייענט ער זאל עפעס אויסטרייען.

מ'דארף געדענקען, אין קאוהירענס טערעפי איז דא צוויי (דא קומט א שליסל ווארט) צוויי פאזישענס.
וואס איז דאס פאזישענס positions

לאמיר אנקוקען דעם מענטש אינעם קעיס עקזעמפל, ווי אין איהם עקזיסטירן צוויי בענקלעך וואס ביידע בענקלעך זענען אויסגעשטעלט אין א אנדערע פאזישאן אקעגען דעם איינעם מציאות, וואו דער סימפטאם געשעהט. סאו ביידע האבן אן אנדערער קוק ווינקעל. אן אנדערע פאזישאן לגבי דעם זעלבן מציאות. אנדערע מיינונגען. אנדערע געפיהלן. אנדערע וויסן.

ווען דער מענטש זיצט אויף איין בענקעל, ווען ער איז אויף איין געוויסער פאזישאן, איז ער אנטי דעם סימפטאם וואס געשעהט. און ער וויל נישט האבן דעם סימפטאם. דאס הייסט אין אונזער עקזעמפל ווען ער איז אין דעם בענקעל, אין דעם פאזישאן. איז ער אנטי אז זיין ווייב שרייט, ער וויל נישט אז זיין ווייב זאל אטאקירן.

און ווען גייט אוועק פון דעם בענקעל און ער זיצט אויף די אנדערע בענקעל, ווען ער איז אין די אנדערע פאזישאן לגבי דעם זעלבן מציאות, איז ער פרא דעם סימפטאם, ער וויל יא אז זיין ווייב זאל שרייען אויף איהם און אטאקירן!

איינס רופט זיך אנטי סימפטאם פאזישאן א פאזישאן וואס איז אנטי דעם סימפטאם, און איינס רופט זיך פרא סימפטאם פאזישאן א פאזישאן וואס איז פרא דעם סימפטאם.

איין פאזישאן וואס געפינט זיך אינעם מענטש, איז דער מענטש קעגען דעס אז ס'געשעהט דער סימפטאם. באוויסטזיניג איז ער קעגען דעם סימפאטם. ער איז אנטי דעם סימפטאם, און האט פיינט דעם סימפטאם, ער קוקט עס אראפ, ער וויל דערפון פטור ווערן. ער רעדט אקעגען דעם. ער פארשטייט אז ס'איז נישט גוט אזוי.

און די אנדערע פאזישאן וואס געפיהנט זיך אינעם מענטש, דארף ער דעם סימפטאם, ס'איז איהם לעבנסוויכטיג, ער וויל נישט פטור ווערן דערפון בשום פנים ואופן. ער וויל עס נישט לאזן גיין. מיט דעם פאזישאן (א פאזישאן נאכאמאל מיינט, די בליק, די געפיהלן, די וויסן) אין דעם געוויסן מציאות וויל ער אז דער סימפטאם זאל יא פאסירן. און מ'דארף געדענקען אז דער אינטערנבאוויסטזיין קען פראדעצירן וועכע סימפאטם ס'פעהלט זיך אויס פארן מציאות.

דער פאקט ווייזט, שרייט ברוס עקער, (ער שרייט? איך קוק עס אזוי אן, דאס איז מיין קאנסטראקט אויף וויאזוי איך זעה עס) ברוס עקער שרייט אז די פאקט ווייזט, אז ביי יעדע מציאות וואו א סימפטאם געשעהט מיטן מענטש, איז דא אינעם מענטש צוויי פאזישאנס לגבי דעם זעלבן מציאות, איינער וויל טאקע נישט אז דער סימפטאם זאל פאסירן, און קומט צו טערעפי, און וויל געהאלפן ווערן און פטור ווערן דערפון, ער האט עס נישט ליב. ער קוקט זיך אראפ פארן האבן דעם סימפטאם אין דעס איז אינעם באוויסטזיין.

און אין איין פאזישאן וויל ער יא דעם סימפטאם. צו אפילו ער וויל עס נישט, אבער ער מוז עס האבן. צו ער ווייסט נישט עפעס אן אנדערע אויסוועג.

דאס הייסט צוויי פאזישאנס לגבי דעם זעלבן מציאות, לגבי דעם זעלבן סימפטאם. איין פאזישאן איז אנטי דעם סימפטאם, ער וויל נישט אז דער סימפטאם זאל געשעהן אין דעם מציאות, דער פאזישאן איז באוויסטזיניג, דער מענטש ווייסט נאר פון דעם פאזישאן וואס איז אנטי.

און איין פאזישאן איז פרא דעם סימפטאם, ער וויל אז דער סימפטאם זאל יא געשעהן אין דעם מציאות, און דאס איז אינטערנבאוויסטזיין.

און דער פאזישאן, דער פרא-סימפטאם פאזישאן איז וואס דער טערעפיסט וויל אזוי שטארק דערגרייכן און אנקומען דערצו, דער קאוהירענס טערעפיסט וויל וויסן וואס דער קלייענט ווייסט און פיהלט אין זיין אינטערנבאוויסטזיין לגבי דעם מציאות וואו דער סימפטאם געשעהט. און ער נוצט דערפאר די קאוהירענס טערעפיס מעטאדן צו פיהרן דעם קלייענטס אטענשאן צו דעם פרא-סימפטאם פאזישאן. דער פאזישאן, ליגט אינעם אינטערנבאוויסטזיין און נישט אינעם באוויסטזיין. און דערפאר זאג איך אייביג, אז קאוהירענס טערעפי ארבעט מיטן אינטערנבאוויסטזיין. וויאזוי דעם קלייענטס אינטערנבאוויסטזיין קוקט אן די מציאות אין וואס די סימפטאם פאסירט. וואס איז דעם קלייענטס פרא-סימפטאם פאזישאן.

אינטערנבאוויסטזיין האט דער מענטש גאר אן אנדערער מיינונג אויף דעם גאנצן מציאות וואו דער סימפטאם פון וואס ער ליידט אזוי פאסירט. דארט פעהלט זיך זייער שטארק אויס דער סימפטאם.

איז צוריק צו אונזער חברה מאן וואס טענה'ט אז זיין אידענע שרייט אויף איהם, אטאקירט אים. אין זיין אינטערנבאוויסטזיין איז לויט קאוהירענס טערעפי דא א פאזישאן וואס וויל זי זאל שרייען. וויל. אין זיין אינטערנבאוויסטזיין איז דא א פאזישאן וואס איז וויכטיג אז זי שרייט יא אויף איהם.

ווען דער טערעפיסט שלאגט פאר פארן קלייענט אין אונזער עקזעמפל, אז ער זאל זיך פארשטעלן אז ס'איז פרייטאג פארן זמן, און ער איז אינדערהיים. און ער זאל זיך פארשטעלן ווי ס'גייט נישט קיין שום קולות. גארנישט. אלעס איז זייער רואיג מצד השני. ווערט דאן ענגעדזשט, די פרא-סימפטאם פאזישאן. ס'ווערט אנגעצינדען, ס'ווערט אויך אויפגעוועקט דער פאזישאן פונעם קלייענט, וואס איז פרא דעם סימפטאם.

יעצט, דער טערעפיסט שלאגט פאר פארן קלייענט א סימפטאם דעפרייוועשאן. דאס מיינט דער זעלבער מציאות, דער קלייענט זאל עקספיריענסן אין זיין דמיון און אין זיין געפיהל דער זעלבער מציאות אבער דער סימפטאם זאל נישט זיין. אין אונזער פאל, די ווייב שרייט נישט. נאר פארקערט זייער שטיל און רואיג. קיין הויעך ווארט.

(אגב אסאך זאכן וואס איך שרייב דא האט שוין מתבונן געשריבן, נאר איך שרייב אלעס וואס ס'ליגט מיר אין קאפ לגבי קאוהירענס טערעפי. איך בין נישט דער עקספערט ווי מתבונן, איך שרייב וויפיהל איך ווייס)

אקעי! דער קלייענט שטעלט זיך עס פאר און פיהלט זיך אומבאקוועם!

די בעסטע סימן אז מ'האט דערגרייכט שטיין ווען מ'גרובט איז, ווען די שטעקען שטעלט זיך אפ. די בעסטע סימן אז מ'האט דערגרייכט א פרא סימפטאם פאזישאן איז, ווען דער קלייענט הייבט אן פיהלן אומבאקוועם מיט די מציאות אנעם סימפטאם אין זיין דמיון.

(אבער מ'דארף געדענקען אז דאס איז נאר ווען די פרא-סימפטאם פאזישאן איז שטארק אויפגעלעבט. ווייל אסאך מאל איז דא אז די פרא-סימפטאם פאזישאן שלאפט! און דער טערעפיסט שלאגט פאר א סימפטאם דעפרייוועשאן, (טייטשט, אז ער שלאגט פאר אז דער קלייענט זאל זיך פארשטעלן א מציאות וואו דער סימפטאם געשעהט געווענליך זייער שטארק. אבער דאס מאל געשעהט נישט דער סימפטאם. סאו דער קלייענט דארף צו עקספיריענסן דעם מציאות אין זיין דמיון, און זיך אויך פארשטעלן אז דער סימפטאם געשעהט נישט) אבער ס'קומט נישט ארויף קיין פרא-סימפטאם פאזישאן, און דאס איז אדער ווייל מ'האט נישט גוט פארגעשטעלט די מציאות אינעם דמיון. אדער ווייל דער קלייענט איז נישט מחובר עכט צו זיינע טיפע איידעלע געפיהלן. און דאס איז די ארבעט פונעם טערעפיסט, אויפצואוועקען די טיפע געפיהלן לגבי דעם מציאות.)

די רגע דער קלייענט שטעלט זיך פאר אז זיין ווייב אטאקירט נישט און ער ווערט אומבאקוועם דערמיט, קומט אויס אז ס'דא אין זיין דמיון יעצט א מציאות וואס זיין אינטערנבאוויסטזיין האט משום מה נישט ליב. און איז אומבאקוועם דערמיט און וויל דערפון אנטלויפן און עס אויף עפעס א וועג אויפלעזן. אבער דאס מאל פראדעצירט ער נישט דעם סימפטאם.

אמת טאקע אז איך ווייס נאכנישט פארוואס דער קלייענט האט נישט ליב אזא מציאות. איך ווייס נישט וואס זיין אינטערנבאוויסטזיין ווייסט אלץ וואס איז נישט גוט, און ווידערווילן מיט אזא מציאות, אז די ווייב אטאקירט נישט. אבער זיין קערפער ווייסט יא! א מענטשנס קערפער איז די נענסטע צום אינטערנבאוויסטזיין איז אפילו דער מענטש ווייסט נישט פארוואס ער האט נישט ליב אזא מציאות. אבער זיין קערפער ווייסט יא. און ער איז יעצט געווארן באוויסט אז עפעס איז אומבאקוועם דא. עפעס איז נישט גוט ווען זיין ווייב איז רואיג. ס'איז אנוועלקאם!

פרעגט דער טערעפיסט דעם קלייענט מיט א שטילערע טאן, כדי אים צו האלטן אינעם עקספיריענס. וואס איז נישט גוט יעצט?

איך פיהל אז יעצט האב איך נישט קיין רעכט צו זאגען מיין מיינונג וואס איך האלט.

און דאס איז די פרא-סימפטאם פאזישאן.
דאס הייסט אז אינעם אינטערנבאוויסטזיין האט דער קלייענט געוויסט אז ער האט נישט קיין רעכט צו זאגען איינעם וואס ער האלט. נאר אויב ער ווערט אטאקירט. אויב ער ווערט נישט אטאקירט האט ער נישט קיין רעכט צו זאגען קיין מיינונג. דאס הייסט א פאזישאן לגבי די מציאות פון נישט ווערן אטאקירט, לגבי די מציאות פון רואיגקייט מצד השני. צו ער האט זיך דאס אויסגעלערנט ערגעץ. צו ער האט אזוי אלעמאל געמיינט פון זיך אליין. דאס הייסט א פאזישאן לגבי דעם מציאות פון נישט ווערן אטאקירט. וואס מיינט אז איך קען נישט זאגען מיין מיינונג יעצט. דאס אליין אז ער האלט אז ער קען נישט זאגען זיין מיינונג חוץ אויב ער ווערט אטאקירט, דאס אליין איז אן עמאושענעל לערנונג! אבער דא איז עס גורם צו פראדעצירן א מיינונג אויף א מציאות, פון הויעך רעדן

דאס הייסט וויבאלד איך קען נישט זאגען מיין מיינונג נאר אויב איך ווער אטאקירט. און וויבאלד איך האלט נישט ביים פארלירן מיינע רעכטן פון קענען זאגען מיין מיינונג. מוז איך געבן א מיינונג אויף די מציאות פון הויעך רעדן אז דאס מיינט אטאקירט. אזוי ארום קען איך שוין אויסדרוקען מיין מיינונג. און נאכדעם האט ער טענות פארוואס זי אטאקירט. און דערצייט וואס ער אליין וויל עס אזוי אנקוקען.

און דער עקזעמפל איז א טעמפלעט פאר אסך מאל ווען מ'וויל פארשטיין וואס ס'מיינט א פערזענליכע קאנסטראקט

די רגע דער קלייענט ווערט באקאנט אז ער האלט אז ער קען נישט זאגען זיין מיינונג חוץ ווען ער ווערט אטאקירט, קען ער זיך טוישן. און אריינטראכטן צו ס'איז טאקע אזוי דער אמת.

קומט אויס פון דעם קען זיין א חילוק צווישן סי בי טי און קאוהירענס טערעפי. סי בי טי וואלט געזאגט, ר' יוד ווען דיין ווייב שרייט מאך דיך נישט וויסענדיג! א פרוי שרייט ס'מיינט נישט דיך. און דער יוד וואלט אהיים געגאנגען און פראבירט דעם עצה, און אבער דאך, זי שרייט, ער מאכט זיך נישט וויסענדיג, אבער ס'ווערט נאך מער אומבאקוועם. ער ווייסט נישט פארוואס. ער פיהלט עפעס ווי א שמאטע. ער מוז זאגען זיין מיינונג און דעמאלסט פיהלט ער עפעס יא גוט. ער האט חרטה נאכדעם. ער גייט צוריק צום טערעפיסט. ער וויל אויפהערן, זי זאגט זי גייט טרייען. ער זאגט זי שרייט אלעמאל. ס'ווערט איהם שוין באקוועמער אזוי ווי ס'איז. אבער דאך ער טענה'ט אז ער גייט נישט זעהן די טיר פון גיהנם. ער האט צער. וואס קומט פאר דא? ווער איז דא גערעכט?

מה שאין כן, אויב מ'קען עס טרעפן מיט קאוהירענס טערעפי איז דאך אלעס גוט. דער קלייענט כאפט אז ער מעג זאגען זיין מיינונג. און פלוצלונג זעהט ער שוין נישט איהר הויעך רעדן אלץ אטאקע.

יעצט איז דא א שאלה. אויב איך זאג שלום בית לעססאנס און איך מאך א מודעה

ווילט איהר קענען זאגען אייער מיינונג אינדערהייים? דאן קומט צו שלום באהלך שיעורים פינף וואטעווער
צו דאס אליין וועט העלפן דעם געוויסן קלייענט איינצוזעהן אז זיין אידענע האט אויפגעהערט שרייען ברוך השם. ווייל ער וועט אנהייבן זאגען זיין מיינונג. און אויב אזוי וועט איהם נישט אויספעהלן צו אויפבויען אין זיין קאפ אפצוטיישטן די מציאות פון הויעך רעדן אז ס'מיינט אטאקירן. ווייל ס'וועט אים שוין נישט אויספעהלן איהר צו זעהן פון צייט צו צייט אלץ אטאקירער.

אבער ס'מוז נישט זיין, און דאס איז די פרינציפ פון קאוהירענס טערעפי. א מענטש קען זיך נישט טוישן פון א פאזישאן וואס ער אליין ווייסט נישט אז ער האט, און נאר ווען ער ווערט קלאר באקאנט אז ער האלט אז ער קען נישט זאגען קיין מיינונג נאר ווען ער ווערט אטאקירט, דאן קען ער עס אויסמעקען פון זיך בשרשו, דורכ'ן איינזעהן וואס דער אמת איז. דאס הייסט אז ווען דער יונגערמאן וועט אהיים קומען פון די שיעורים און פראבירן זאגען זיין מיינונג אינדערהיים. וועט ער פיהלן ווי ס'סטאק, אזוי ווי א היירייזער בעט וואס ס'דרייט זיך נישט די רעדלעך. ווייל זיין אינטערבאוויסטזיין מאכט איהם פיהלן זייער דאון, זיין אינטערנבאוויסטזיין ווייסט איין זאך "נאר ווען איך בין אונטער אן אטאקע מעג איך אויסדרוקען מיין מיינונג, אבער יעצט נישט", אזוי ווי איינער זאל פראבירן שרייען אין גאס! מ'קען עס טוהן. אבער די אינטערבאוויסטזיין זאגט "טו עס נישט, טו עס נישט". און דער יונגערמאן וועט פיהלן זייער אומזיכער אלעמאל ווייל אין זיין אינטערנבאוויסטזיין לעבט א פאזישאן וואס איז קיינמאל נישט געווארן אויסגעמעקט. איך האב שוין געזעהן ווי מענטשן זענען אויפגעבויעט געווארן מיט CBT. אבער לויט ברוס עקער, מוז זיין אז ס'איז געווארן אויסגעמעקט פון די טיפע עמאושענעל לערנונגס, אויב ס'פאלט נישט צוריק.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום זונטאג יוני 26, 2016 8:38 pm, פארראכטן געווארן 5 מאל.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

איי נשמה נשמה..

שרייבסט דאך אזוי זיס!

קלאר!

מיט'ן גאנצן הארץ!

פול מיט געפיל!

ס'איין שטיק ארט!

א גאנצן טאג ווארט איך שוין אויף דיר!

ייש"כ!
לעצט פארראכטן דורך מה פתאום??? אום זונטאג יוני 26, 2016 7:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טשאקלעט
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 10:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאקלעט »

Wow wow נשמה האסט היפנעטייסד מיין נשמה, א מחי׳ צי ליינען, די שרייבסט זייער פיין און מסודר... א ריזיגען שכוח
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3762
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

נשמה, כמים קרים על נשמה עייפה.

עס איז ידוע וואס עס ווערט געברענגט אז דערפאר האט דער מסבב כל הסיבות צוגעפירט אז מרע״ה זאל זיין אן ערל שפתים, ווייל ווען נישט העט מען ח״ו געזאגט אז ער האט מיט א ראפינירט צינגל באאיינפלוסט די אידן צו נעמען די תורה, אנע דעם וואס זיי זאלן באמת וועלן, ר״ל מהאי דעתא.

באופן זה קען איך בלויז זאגן, אז מיט דעם וואס דו שרייבסט דוקא נישט אין א מסודר׳דיגן בוך פארמאט, נאר פון הארץ ארויס, און באטאנענדיג אז דו רעדסט פון דיין עקספיריענס און רגשי הלב - נישט אז דו ביסט מכריח ׳קבלו דעתי׳, פילט זיך אז עס איז א ריכטיגער נשמה שפראך, פארגרינגערנדיג אז מען זאל דאס קונה און קולט זיין, און מיר שלינגען מיט דורשט, קוים קענענדיג ווארטן אויף נאך.

אין איין ווארט, א דאנק!
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

צולייגער האט געשריבן:נשמה, כמים קרים על נשמה עייפה.

עס איז ידוע וואס עס ווערט געברענגט אז דערפאר האט דער מסבב כל הסיבות צוגעפירט אז מרע״ה זאל זיין אן ערל שפתים, ווייל ווען נישט העט מען ח״ו געזאגט אז ער האט מיט א ראפינירט צינגל באאיינפלוסט די אידן צו נעמען די תורה, אנע דעם וואס זיי זאלן באמת וועלן, ר״ל מהאי דעתא.

באופן זה קען איך בלויז זאגן, אז מיט דעם וואס דו שרייבסט דוקא נישט אין א מסודר׳דיגן בוך פארמאט, נאר פון הארץ ארויס, און באטאנענדיג אז דו רעדסט פון דיין עקספיריענס און רגשי הלב - נישט אז דו ביסט מכריח ׳קבלו דעתי׳, פילט זיך אז עס איז א ריכטיגער נשמה שפראך, פארגרינגערנדיג אז מען זאל דאס קונה און קולט זיין, און מיר שלינגען מיט דורשט, קוים קענענדיג ווארטן אויף נאך.

אין איין ווארט, א דאנק!

איך האף אז מ'פארשטייט וואס איך שרייב. איך שטעל מיך פאר אז ס'ווערט אביסל אזוי ווי מ'עסט זאמד. אבער מיט די צייט ווען מ'וועט ליינען נאך און נאך. וועט עס ווערן האפענטליך מער און מער בא'טעמ'ט און שכח פאר יעדעם פארן זאגען שכח. איך האף אראפצושרייבן אלעס וואס איך ווייס בעזהשי"ת אינעם ענין פון קאוהירענס טערעפי. און מעמארי ריקאנסאלידעשאן. און בעיקר וואזוי ס'קען העלפן אין דעם ענין פון זעלבס-ווערד. וואס איך האלט אז אסך פראבלעמען קומען פון נידריג זעלבסט-ווערד. מ'כאפט זיך אליין נישט אז מ'האלט זיך ווייניגער ווערד ווי די ארומיגע. און מיט פארשטיין קאוהירענס טערעפיס צוגאנג עס צו לעזן. זייער אינטערעסאנט זייער פארשטאנד אין דעם ענין
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5469
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

נשמה האט געשריבן: איך האב שוין געזעהן ווי מענטשן זענען אויפגעבויעט געווארן מיט CBT. אבער לויט ברוס עקער, מוז זיין אז ס'איז געווארן אויסגעמעקט פון די טיפע עמאושענעל לערנונגס, אויב ס'פאלט נישט צוריק.

איז בכלל שייך אז ס'זאל געמעקט ווערן מיט cbt?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

fiena nieas האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן: איך האב שוין געזעהן ווי מענטשן זענען אויפגעבויעט געווארן מיט CBT. אבער לויט ברוס עקער, מוז זיין אז ס'איז געווארן אויסגעמעקט פון די טיפע עמאושענעל לערנונגס, אויב ס'פאלט נישט צוריק.

איז בכלל שייך אז ס'זאל געמעקט ווערן מיט cbt?

לויט ברוס עקער, אויב מ'זעהט אז זאכן האבן זיך געטוישט. און נישט נאר זאכן האבן זיך געשטארקט. איז א סימן אז ס'איז געשעהן עפעס א טויש. זייער אסאך מאל ווערט א מענטש געטוישט פון איין מינוט אויפן צווייטן ממש. למשל ס'דא יודן וואס אלעמאל געהאט א סמארטפאון און פלוצלינג פון איין מינוט אויפן צווייטן, לייגען זיי עס אוועק אויף אייביג. איך רעד דייקא ווען זיי לייגען עס אוועק אויף אייביג. דאס מיינט אז פונדעמענטעלי האט זיך עפעס געטוישט אין זייער זאך. אסאך זאכן אזוי. עניוועי.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום זונטאג יוני 26, 2016 8:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5469
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

אבער וויזוי געשעהט עס אויב מען גייט נישט טיף
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

fiena nieas האט געשריבן:אבער וויזוי געשעהט עס אויב מען גייט נישט טיף

אה, כ'האב דיך נישט געהעריג געענטפערט. דו פרעגסט וויאזוי CBT קען טוישן אויב ס'גייט נישט טיף. למשל אויב איינער גייט צו CBT. און מ'זעהט קלאר, אז דער קלייענט איז פונדעמענטעלי געטוישט. מוז זיין אז ס'איז געשעהן וואס ברוס עקער רופט, (איך געדענק נישט פונקטליך) eraser marker. דאס מיינט אז ס'מוז זיין אז ס'האט זיך אויסגעמעקט פון זיין עמאושענעל ברעין א געוויסער וויסן. אבער אנשטאט צו ארבעטן מיט CBT און האפן אז זאכן וועלן זיך אפשר טוישן, קען מען ארבעטן דירעקט מיט קאוהירענס טערעפי. אבער איך וויל נישט דא אויפברענגען שטעכיגע האר. אזוי ווי כ'האב שוין אלעס אויבן געשריבן. תקחינו משם
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

נשמה, דו שרייבסט זייער פיין,
פון דאס קליין ביסל וואס האסט געשריבן ביז אהער, זעהט עס מיר אויס אז דאס קען מיר העלפן אריינקריכן אינעם טיפעניש פון מיין נשמה
קיפ איט אפ, איך ווארט מיטשפאנונוג
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
אוועטאר
ספיידער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:52 pm
לאקאציע: אויף דיין הוט, פליק עס אראפ. אט אזוי...שוין מער נישט דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספיידער »

נשמה האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:אבער וויזוי געשעהט עס אויב מען גייט נישט טיף

אבער איך וויל נישט דא אויפברענגען שטעכיגע האר.


וואס איז דאס? ספיידערס?
וויאזוי קען מען בעסער פארשטיין א יוד וואס האט ל״ע פאביעס? די מענטש וואס האט נאכנישט טועם געווען טעם פאביע ווייסטעך בכלל נישט וויאזוי ס׳פילט..
די אמת איז עס איז דא איין פאביע וואס יעדער האט און דאס איז ספיידער פאביע
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ספיידער האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:אבער וויזוי געשעהט עס אויב מען גייט נישט טיף

אבער איך וויל נישט דא אויפברענגען שטעכיגע האר.


וואס איז דאס? ספיידערס?

ניין! שטעכיגע האר מיין איך צוזאגען, אז די מענטשן, וואס האלטן מער פון סי בי טי וועלן ברויזן. און ברויזן האט לויט מיר א שייכות אז די האר ווערט אזוי אויפגעשטעלט און שטעכיג.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

פלאחותיך האט געשריבן:נשמה, דו שרייבסט זייער פיין,
פון דאס קליין ביסל וואס האסט געשריבן ביז אהער, זעהט עס מיר אויס אז דאס קען מיר העלפן אריינקריכן אינעם טיפעניש פון מיין נשמה
קיפ איט אפ, איך ווארט מיטשפאנונוג

אויב פון דאס ביסל וואס איך האב געשריבן זעהט דיך אויס אז דאס וועט דיך קענען העלפן אריינקריכן ביז די טיפענישן פון דיין נשמה. ווער רעדט ווען דו זיצט ביי מתבונן אין אפיס. ווי ווייט ער קריכט אריין בעזהשי"ת. אבער לאמיר דיך זאגען טייערער פלאחותיך. (איך האב הנאה פון דיין ניק, אגב פלאחותיך מיין איך שטייט נישט אין ערגעץ.) לאמיר דיך זאגען. זאלסט וויסן אז קאוהירענס טערעפי איז נישט אז דו ווילסט אריינקריכן טיף אינעם קלייענט אריין. אדער דו ווילסט וויסן וואס איך בין דורך אלץ קינד. אפילו אויב בשעת די סעשאן, וועל איך וויינען און פארציילן אלעס וואס איך בין נעבעך דורך, וועט דאס נישט אויסמאכן פארן קאוהירענס טערעפי נאר אויב ס'ברענגט דיך נענטער צום פרא-סימפטאם פאזישאן. אוודאי וועט מיך מתבונן אויסהערן מיט שטארקע אמפאטיע. אבער דער עיקר אמפאטיע וועט א קאוהירענס טערעפיסט האבן צום פרא-סימפטאם פאזישאן. א קאוהירענס טערעפיסט וויל איין זאך, די סימפטאם וואס דער קלייענט האט, פארוואס טוט עס זיין אינטערנבאוויסטזיין פראדעצירן.

און דער טערעפיסט נאר נאכדעם וואס ער האט א קלארער בילד וואס דער סימפטאם איז. הייבט ער אן פון דארט צו קריכן אויף אריין צום פרא-סימפטאם פאזישאן. (צומאל גייט מען יא אין די קינדער יארן דורכגענג. ועוד ארחיב בעזהשי"ת) נאכאמאל אויב ווילסטו טוהן קאוהירענס טערעפי, ווייס איין זאך, ריר דיך נישט ווייטער ווילאנג דו האסט א קלאר בילד וואס דער סימפטאם איז. דהיינו אין קאוהירענס טערעפי ווערטער, וואס דער קלייענט עקספיריענסט אלץ דעם סימפטאם וואס זיין אנטי סימפטאם פאזישאן האט נישט ליב.

און איך וויל דא זאגען א מורא'דיגע זאך. אין קאוהירענס טערעפי איז נישטא אזאך זאך ווי OCD ODD ADHD און די אלע XYZיז. דארט איז דא נאר אין וואס פארא מצב ביסטו וואס שטערט דיך! אויב ס'שטערט נישט פאר א קלייענט אז ער האט ווייניג זעלבסט ווערד, דאן לאט מען עס אויס!. דאס הייסט אזוי ווי דער קלייענט קומט צו דיך צו טערעפי, פארגעסטו אלעס וואס דו ווייסט וועגען סימפטאמ'ס, פארגעסט אלעס וואס דו ווייסט וועגען די וועלט וויאזוי ס'ווערט פאר דיך עקספיריענסט (אזוי ווי איך האב אמאל געטראכט, אז ס'איז נישטא קיין מציאות! ס'איז דא די עקספיריענס וויאזוי יעדער מענטש פאר זיך עקספיריענסט די מציאות.) דו ווילסט אז דער קלייענט וואס קומט צו דיך, זאל דיך אלעס פארציילן, וויאזוי די מציאות ערשיינט פאר איהם וויאזוי ער עקספיריענסד די וועלט וואו דער סימפטאם געשעהט. (און דא טראכט איך, אז דערפאר איז דא אמאל וואס מ'דארף אפשר יא נוצן CBT, איך דארף פרעגען מתבונןאבער איך וועל שפעטער מרחיב זיין. למשל איך טראכט אז אפשר אסאך מאל דארף מען יא ארויפצווינגען דעם ריכטיגען מהלך, נאך דערצו ביי א בחור'ל וואס קען גיין מיטן קאפ אין וואנט אריין אויך. אבער נישט אויף יעצט, איך וועל שפעטער מרחיב זיין אי"ה' וויאזוי מ'קען דאס אויך באווייזן בעסער מיט קאוהירענס טערעפי פרעמווארק, און דער הייליגער באשעפער זאל אזוי גוט זיין און זיין מיט מיר, למדינו לעשות רצוניך)

און נאך א מורא'דיגע זאך, אין קאוהירענס טערעפי, אנדערש ווי CBT. אין CBT איז דער טערעפיסט, דער וואס טיילט דיך איין וואס צו טוהן. סאו, זיין גאנצער כח איז, ווי שטערקער ער קען דיך ווייזן אז ער איז העכער פון דיר. און קלוגער. און ווייסט מער. ער איז דער נארמאלער מענטש, ער ווייסט וויאזוי א נארמאלער מענטש קומט צו זיין! און דו ביסט ראנג! ער גייט נאר טוהן א חסד מיט דיך און ער גייט מיט רחמנות און זיין דער גוטער און אויפווייזן מיט גוטנ'ס ווי שטארק ס'לוינט זיך צו טוישן דעם פאריקטער וואס זיצט פאר איהם. (נישט יעדע CBT טערעפיסט טוט דעס, איך ברענג נאר ארויס די איידיע דערפון, אדרבה ס'דא CBT, טערעפיסטן וואס זענען ווייט דערפון) אבער אין קאוהירענס טערעפי איז דער קלייענט דער טערעפיסט. נאכאמאל אין קאוהירענס טערעפי איז דער קלייענט דער טערעפיסט. נישט דיין וועג איז ריכטיג בכלל!!! ס'איז נישטא אזא זאך ווי נארמאל!!! (ווען ס'רירט נישט אן די תורה הק' און דערפאר דארף מען זיין אין פארבינדונג מיט א דעת תורה)

ווען איך זיץ אסאך מאל ביי מתבונן, קוק איך אן מתבונן אז ער הייבט נישט אן צו וויסן וואס צו טוהן נעקסט! ער גייט נאר פראבירן! און ס'קוקט מיך נישט אויס ווי ס'גייט איהם אן אז איך קוק איהם אזוי אן. ווייל ער איז מודה אז ער ווייסט טאקע נישט וואס צו טוהן!!! דאס איז א קאוהירענס טערעפיסט! א קאוהירענס טערעפיסט גייט מיטן אמת! אויב דער קלייענט ווייסט בעסער ווי מיך, זאל זיין ווי ער זאגט! א קאוהירענס טערעפיסט ווייסט אז ער איז נישט א בעל רוח הקודש. און ער ווייסט אז נישט אלעמאל וועט עס איהם געלונגען צו דערגיין וואס דער פרא-סימפטאם פאזישאן איז מיט די ערשטע מאל טרייען. אבער דאס איז א קאוהירענס טערעפיסט. ער ארבעט צוזאמען מיט דיר צו זוכן דעם אמת. אפילו ס'וועט געדויערן אפאר טרייעס וואס וועט נישט ברענגען פירות, ווייסט ער אבער אז סוף וועט עס איהם געלונגען בעזהשי"ת. ווייל ס'דא אסאך וועגען צו דערגיין דעם אמת, דעם אמת פארוואס דער סימפטאם ווערט פראדעצירט ביי דעם קלייענט, דורך דעם קלייענטס אינטערנבאוויסטזיין. ביי קאוהירענס טערעפי איז נישטא אזא זאך ווי נארמאל! יעדער מענטש האט רעכט צו זיין וויאזוי ס'שמעקט איהם, (נאכמאל ווען מ'האט מורא אז ס'רירט אן די הלכה פרעגט מען א שאלה, איך רעד וועכע קאליר טיש צו קויפן ודי)

נאך א מורא'דיגע זאך, און דאס איז דאס ענין פון אהבת ישראל, נישט קיין חילוק ווער דער מענטש איז, וויאזוי ער האט באשלאסן צו בינדען זיין גארטל נעם אן דעם מענטש וויאזוי ער איז, און האב איהם ליב וויאזוי ער איז, פארוואס? דזשאסט ווייל ער איז! א מורא'דיגע זאך "נעם מיך אן וויאזוי איך בין". ווען איך זעה אן ארגענטינער וואס רעד נישט ווי מיר, מיינט נישט אז ער איז ראנג און איך בין גערעכט!!!!! ס'איז באקסעדיג צו זאגען אז מיין אקצענט איז די ריכטיגע אקצענט! און יענעמס ווייל ס'פרעמד פאר מיר איז עס נישט דינארמאלע וועג. איך מיט יענעם האבן די זעלבע מעכאניזם וואס האבן עקספיריענסד די וועלט. איך האב עס אזוי עקספיריענסד און ער אזוי! קיינער איז נישט נארמאלער. יעדער האט רעכט און ס'איז נארמאל צו זיין וויאזוי ער איז. וויאזוי ער וויל זיין. יעדער איז וויאזוי ער איז. ווייל דאס האט איהם זיין עקספיריענס אויסגעלערנט. און יענער איז פונקט אזוי נארמאל ווי איך. ווייל ווען איך וואלט געווען יענעם, וואלט איך די זעלבע זיך אויפגעפיהרט און געטראכט. סאו, ווען מ'וויל זיין א קאוהירענס טערעפיסט, דארף מען וויסן אז דאס פון די פרינציפען אויף וואס קאוהירענס טערעפי איז געבויעט. נישטא אזא זאך ווי א דיסארדער! נישטא! נישט אין קאוהירענס טערעפי. איין זאך וואס איז דא איז, אן עקספיריענס, וואס דער קלייענט עקספיריענסד, וואס דער קלייענט פארשטייט אז דאס איז א שטער!

און וואס איז דיין פראבלעם דערמיט?
דאס איז די ערשטע שאלה וואס א קאוהירענס טערפיסט פרעגט. פארוואס און ווען פאלט דיך ביי אז דאס איז בכלל א פראבלעם? מיט דעם אליין קען אויך א פראבלעם ווערן געלעזט. דאס הייסט איך וויל דערגיין המשך אינעם נעקסטן תגובה.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

נשמה האט געשריבן:ווען איך זיץ אסאך מאל ביי מתבונן, קוק איך אן מתבונן אז ער הייבט נישט אן צו וויסן וואס צו טוהן נעקסט! ער גייט נאר פראבירן! און ס'קוקט מיך נישט אויס ווי ס'גייט איהם אן אז איך קוק איהם אזוי אן. ווייל ער איז מודה אז ער ווייסט טאקע נישט וואס צו טוהן!!! דאס איז א קאוהירענס טערעפיסט! א קאוהירענס טערעפיסט גייט מיטן אמת! אויב דער קלייענט ווייסט בעסער ווי מיך, זאל זיין ווי ער זאגט! א קאוהירענס טערעפיסט ווייסט אז ער איז נישט א בעל רוח הקודש. און ער ווייסט אז נישט אלעמאל וועט עס איהם געלונגען צו דערגיין וואס דער פרא-סימפטאם פאזישאן איז מיט די ערשטע מאל טרייען. אבער דאס איז א קאוהירענס טערעפיסט. ער ארבעט צוזאמען מיט דיר צו זוכן דעם אמת. אפילו ס'וועט געדויערן אפאר טרייעס וואס וועט נישט ברענגען פירות, ווייסט ער אבער אז סוף וועט עס איהם געלונגען בעזהשי"ת. ווייל ס'דא אסאך וועגען צו דערגיין דעם אמת, דעם אמת פארוואס דער סימפטאם ווערט פראדעצירט ביי דעם קלייענט, דורך דעם קלייענטס אינטערנבאוויסטזיין. ביי קאוהירענס טערעפי איז נישטא אזא זאך ווי נארמאל! יעדער מענטש האט רעכט צו זיין וויאזוי ס'שמעקט איהם, (נאכמאל ווען מ'האט מורא אז ס'רירט אן די הלכה פרעגט מען א שאלה, איך רעד וועכע קאליר טיש צו קויפן ודי)


די שטיקל פארשטיי איך נישט. וואס הייסט ער ווייסט נישט וואס צו טוהן נעקסט, פארוואס איז אמת א סתירה מיט וויסן וואס צו טוהן נעקסט? א געלערנטע טעראפיסט דארף לכאו' יא וויסן וואס צו טוהן כדי מצליח צו זיין, ניין?

אלענפאלס, איך גלייב אז איך האב פשוט נישט ארויסגעהאט דיין פוינט מיט דעם, און נאכאמאל א גרויסע ייש"כ פאר יעדע אות דיינע, ס'מחזק ומקרב!

נשמה האט געשריבן:נאך א מורא'דיגע זאך, און דאס איז דאס ענין פון אהבת ישראל, נישט קיין חילוק ווער דער מענטש איז, וויאזוי ער האט באשלאסן צו בינדען זיין גארטל נעם אן דעם מענטש וויאזוי ער איז, און האב איהם ליב וויאזוי ער איז, פארוואס? דזשאסט ווייל ער איז! א מורא'דיגע זאך "נעם מיך אן וויאזוי איך בין". ווען איך זעה אן ארגענטינער וואס רעד נישט ווי מיר, מיינט נישט אז ער איז ראנג און איך בין גערעכט!!!!! ס'איז באקסעדיג צו זאגען אז מיין אקצענט איז די ריכטיגע אקצענט! און יענעמס ווייל ס'פרעמד פאר מיר איז עס נישט דינארמאלע וועג. איך מיט יענעם האבן די זעלבע מעכאניזם וואס האבן עקספיריענסד די וועלט. איך האב עס אזוי עקספיריענסד און ער אזוי! קיינער איז נישט נארמאלער. יעדער האט רעכט און ס'איז נארמאל צו זיין וויאזוי ער איז. וויאזוי ער וויל זיין. יעדער איז וויאזוי ער איז. ווייל דאס האט איהם זיין עקספיריענס אויסגעלערנט. און יענער איז פונקט אזוי נארמאל ווי איך. ווייל ווען איך וואלט געווען יענעם, וואלט איך די זעלבע זיך אויפגעפיהרט און געטראכט. סאו, ווען מ'וויל זיין א קאוהירענס טערעפיסט, דארף מען וויסן אז דאס פון די פרינציפען אויף וואס קאוהירענס טערעפי איז געבויעט. נישטא אזא זאך ווי א דיסארדער! נישטא! נישט אין קאוהירענס טערעפי. איין זאך וואס איז דא איז, אן עקספיריענס, וואס דער קלייענט עקספיריענסד, וואס דער קלייענט פארשטייט אז דאס איז א שטער!

[b]און וואס איז דיין פראבלעם דערמיט?

דאס איז די ערשטע שאלה וואס א קאוהירענס טערפיסט פרעגט. פארוואס און ווען פאלט דיך ביי אז דאס איז בכלל א פראבלעם? מיט דעם אליין קען אויך א פראבלעם ווערן געלעזט. דאס הייסט איך וויל דערגיין המשך אינעם נעקסטן תגובה.

אוי איז דאס א שטארקע שטיקל!

מענטשן זענען אזוי פארבאקסלט אז ס'נישט נארמאל!
אוועטאר
ספיידער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:52 pm
לאקאציע: אויף דיין הוט, פליק עס אראפ. אט אזוי...שוין מער נישט דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספיידער »

נשמה האט געשריבן:
און נאך א מורא'דיגע זאך, אין קאוהירענס טערעפי, אנדערש ווי CBT. אין CBT איז דער טערעפיסט, דער וואס טיילט דיך איין וואס צו טוהן. סאו, זיין גאנצער כח איז, ווי שטערקער ער קען דיך ווייזן אז ער איז העכער פון דיר. און קלוגער. און ווייסט מער. ער איז דער נארמאלער מענטש, ער ווייסט וויאזוי א נארמאלער מענטש קומט צו זיין! און דו ביסט ראנג! ער גייט נאר טוהן א חסד מיט דיך און ער גייט מיט רחמנות און זיין דער גוטער און אויפווייזן מיט גוטנ'ס ווי שטארק ס'לוינט זיך צו טוישן דעם פאריקטער וואס זיצט פאר איהם. (נישט יעדע CBT טערעפיסט טוט דעס, איך ברענג נאר ארויס די איידיע דערפון, אדרבה ס'דא CBT, טערעפיסטן וואס זענען ווייט דערפון) אבער אין קאוהירענס טערעפי איז דער קלייענט דער טערעפיסט. נאכאמאל אין קאוהירענס טערעפי איז דער קלייענט דער טערעפיסט. נישט דיין וועג איז ריכטיג בכלל!!! ס'איז נישטא אזא זאך ווי נארמאל!!! (ווען ס'רירט נישט אן די תורה הק' און דערפאר דארף מען זיין אין פארבינדונג מיט א דעת תורה)

ווען איך זיץ אסאך מאל ביי מתבונן, קוק איך אן מתבונן אז ער הייבט נישט אן צו וויסן וואס צו טוהן נעקסט! ער גייט נאר פראבירן! און ס'קוקט מיך נישט אויס ווי ס'גייט איהם אן אז איך קוק איהם אזוי אן. ווייל ער איז מודה אז ער ווייסט טאקע נישט וואס צו טוהן!!! דאס איז א קאוהירענס טערעפיסט! א קאוהירענס טערעפיסט גייט מיטן אמת! אויב דער קלייענט ווייסט בעסער ווי מיך, זאל זיין ווי ער זאגט! א קאוהירענס טערעפיסט ווייסט אז ער איז נישט א בעל רוח הקודש. און ער ווייסט אז נישט אלעמאל וועט עס איהם געלונגען צו דערגיין וואס דער פרא-סימפטאם פאזישאן איז מיט די ערשטע מאל טרייען. אבער דאס איז א קאוהירענס טערעפיסט. ער ארבעט צוזאמען מיט דיר צו זוכן דעם אמת. אפילו ס'וועט געדויערן אפאר טרייעס וואס וועט נישט ברענגען פירות, ווייסט ער אבער אז סוף וועט עס איהם געלונגען בעזהשי"ת. ווייל ס'דא אסאך וועגען צו דערגיין דעם אמת, דעם אמת פארוואס דער סימפטאם ווערט פראדעצירט ביי דעם קלייענט, דורך דעם קלייענטס אינטערנבאוויסטזיין. ביי קאוהירענס טערעפי איז נישטא אזא זאך ווי נארמאל! יעדער מענטש האט רעכט צו זיין וויאזוי ס'שמעקט איהם, (נאכמאל ווען מ'האט מורא אז ס'רירט אן די הלכה פרעגט מען א שאלה, איך רעד וועכע קאליר טיש צו קויפן ודי)


דאס איז די ערשטע שאלה וואס א קאוהירענס טערפיסט פרעגט. פארוואס און ווען פאלט דיך ביי אז דאס איז בכלל א פראבלעם? מיט דעם אליין קען אויך א פראבלעם ווערן געלעזט. דאס הייסט איך וויל דערגיין המשך אינעם נעקסטן תגובה.



לויט די שיטה,וואס טוט מען אויב די קליענט איז אין דינייעל ד.מ. ער וויל נישט זעהן זיין מציאות?

און וואס טוט מען אויב די קליענט איז א מעניפיולעיטער, עביוזער, אויסנוצער, נערוון קריכער און ער לעבט מיטן בשבילי נברא איבער די מאס, און מ'דארף אים גוט באשייגעצן ער זאל כאפן ווי ראנג ער איז כדי ער זאל זיך וועלן באמת טוישן?

הוכח תוכיח איז איינס פון די תרי"ג מצוות, הייסט איך מוז ליינען טעראפי ביכער צו וויסן וויאזוי צו זאגן מוסר בלויז פאר די "סאב קאנטשיק מיינד" און אויב נישט איז ווי איך וואלט איינגעטיילט פארן מענטש, און איך האב אים געזאגט כאילו אז איך בין קלוגער??? און אויב בין איך גראדע טאקע קלוגער וואס זאל איך דעמאלטס טון? איז דען נישטא אזא מציאות פון זיך דורך רעדן מיט א קלוגערע מענטש?
וויאזוי קען מען בעסער פארשטיין א יוד וואס האט ל״ע פאביעס? די מענטש וואס האט נאכנישט טועם געווען טעם פאביע ווייסטעך בכלל נישט וויאזוי ס׳פילט..
די אמת איז עס איז דא איין פאביע וואס יעדער האט און דאס איז ספיידער פאביע
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”