בלאט 1 פון 2

שלאפן טיף

געשריבן: דינסטאג יוני 21, 2016 10:11 am
דורך פלאטפארמע
לעצטענס קען איך נישט שלאפן ביינאכט טיף, איך שלאף "אויבערפלעכליך", איך שטיי טאקע אויף גרינג פארטאגס, אבער בלייב מיד איבערן טאג

האט מיר איינער אן עצה צו שלאפן טיפער? ווער עס ווייסט עפעס ווערט געבעטן עס מיטצוטיילן.

ייש"כ!

געשריבן: דינסטאג יוני 21, 2016 10:25 am
דורך teglas
גם אני מצטרף, זיך איך אויך פאר אן עצה

געשריבן: דינסטאג יוני 21, 2016 10:56 am
דורך חלה
עס קען זיין אז די האסט sleep apnea

געשריבן: דינסטאג יוני 21, 2016 10:58 am
דורך צוקערדיג
א גלעזעלע משקה פארן שלאפן

געשריבן: דינסטאג יוני 21, 2016 2:06 pm
דורך קלוגער
אפשר קען מען אויסארבעטען א דיעל, איך שלאף אזוי טיף, ס'איז מיר גארנישט גרינג צו אויפשטיין צופרי, ס'שייך אונז זאלען עפעס זיך טיילען? 8.)

געשריבן: דינסטאג יוני 21, 2016 3:15 pm
דורך אור
לעצטענס געליינט אז טרינקן פארן שלאפן העלפט טאקע איינצושלאפן אבער נישט צו שלאפן רואיג!
מ'שטייט נישט אויף אויסגערוהעט

געשריבן: דינסטאג יוני 21, 2016 3:17 pm
דורך farshlufen
פון עקספיריענס, ס'איז מעגליך דיין עסן געוואוינהייטן וואס זענען דאס גורם.

געשריבן: דינסטאג יוני 21, 2016 3:49 pm
דורך פלאטפארמע
קלוגער האט געשריבן:אפשר קען מען אויסארבעטען א דיעל, איך שלאף אזוי טיף, ס'איז מיר גארנישט גרינג צו אויפשטיין צופרי, ס'שייך אונז זאלען עפעס זיך טיילען? 8.)



מסכים, אבער איך דארף אויך אביסל פון "קלוגערס" שכל...
:lol: :lol:

געשריבן: דינסטאג יוני 21, 2016 3:51 pm
דורך פלאטפארמע
farshlufen האט געשריבן:פון עקספיריענס, ס'איז מעגליך דיין עסן געוואוינהייטן וואס זענען דאס גורם.



יא, "פארשלאפן" האט עקספיריענס...

געשריבן: דינסטאג יוני 21, 2016 4:21 pm
דורך ענדע צדיק!
חלה האט געשריבן:עס קען זיין אז די האסט sleep apnea

געשריבן: דינסטאג יוני 21, 2016 11:12 pm
דורך פלאטפארמע
איך גלייב שווער, אין אמתן ווייס איך ניטאמאל גענוי וואס דאס מיינט... איך פיל גארנישט שלעכט ביים שלאפן.

געשריבן: דינסטאג יוני 21, 2016 11:41 pm
דורך ענדע צדיק!
סליפ עפניע מיינט, אז אינמיטן שלאף הערט די מענטש אויף צי אטעמען פאר עטליכע סעקונדעס, און דערנאך גיבט מען א לענגערע שטערקערע אטעם - כאילו מען כאפט זיך דאס אטעם - דאס מאכט אז מען קען נשיט איינשלאפן טיף ווייל די קערפער וועקט זיך אויף יעדע פאר סעקונדעס זיך צי כאפן דאס אטעם.

סליפ עפניע קען מען נישט אליינס פיהלן ווייל די מענטש שלאפט, נאר נישט טיף ווייל עס ווערט כסדר איבערגעהאקט. אסאך מענטשן ליידן דערפון (אסאך ווייסן נישט אז זיי ליידן דערפון) ספעציעל ביי איבערוואגיגע.

די גרינגסטע וועג צי געוואויר ווערן - עכ"פ צי די חשד קען עפעס האבן אין זיך - איז צי הייסן די בני בית אמאל זיך צוצוהערן און צולייגן קאפ אינמיטן די נאכט וכדו' ווען מען שלאפט צי די אטעם איז רעגולער, נישט געהאקט, אדער צוריקגעכאפט.

דער דאקטאר וועט - אין רוב פעלער - אויב איז ער חושד אז ס'איז דאס - שיקן צי א שלאף צענטער (געזעהן לעצטענס אדווערטייזד 'ראקלענד סליפ סענטער' א אידישע פלאץ) וואו מען שלאפט איבער א נאכט מיט א ספעציעלע מאשין וואס מאניטערט די שלאף/אטעם.

געשריבן: דינסטאג יוני 21, 2016 11:46 pm
דורך מי חכם
יאפ, דער עולם עלטערט זיך..

געשריבן: מיטוואך יוני 22, 2016 1:51 am
דורך זאל ער קומען
גראדע האט מיר איינער געפרעגט א פערקערטע שאלה מיט א 7 יעריג קינד האט פלוצלונג אנגעהויבן נעצן ביינאכט, דאס קינד שלאפט אזוי טיף אז ווען מ'וועקט אים אויף צו גיין פריער איז ער ממש נישט ביי זיך, פון וואס קומט דאס? גארנישט אויסטערליש אינמיטן טאג.

געשריבן: מיטוואך יוני 22, 2016 2:02 am
דורך אלד וויליאמסבורג
זאל ער קומען האט געשריבן:גראדע האט מיר איינער געפרעגט א פערקערטע שאלה מיט א 7 יעריג קינד האט פלוצלונג אנגעהויבן נעצן ביינאכט, דאס קינד שלאפט אזוי טיף אז ווען מ'וועקט אים אויף צו גיין פריער איז ער ממש נישט ביי זיך, פון וואס קומט דאס? גארנישט אויסטערליש אינמיטן טאג.

ער זאל טשעקן אויב די קינד סטרעפ

געשריבן: מיטוואך יוני 22, 2016 2:34 am
דורך זאל ער קומען
א דאנק, ער האט געמיינט אפשר געזונט, אבער ציעט זיך שוין חדשים.

געשריבן: מיטוואך יוני 22, 2016 7:09 pm
דורך פלאטפארמע
וואס זאגט די עולם אויף בענעדריל?

געשריבן: מיטוואך יוני 22, 2016 11:55 pm
דורך כווייס נישט אלעס
פלאטפארמע האט געשריבן:וואס זאגט די עולם אויף בענעדריל?

איינצושלאפן ?
חס ושלום

געשריבן: דאנארשטאג יוני 23, 2016 12:09 am
דורך אלד וויליאמסבורג
כווייס נישט אלעס האט געשריבן:
פלאטפארמע האט געשריבן:וואס זאגט די עולם אויף בענעדריל?

איינצושלאפן ?
חס ושלום

פארוואס חס ושלום? דר. מייזלין האט מיר געזאגט אז די קינדער האבן שוועריקייטן איינצושלאפן קען איך געבן בענעדריל

געשריבן: דאנארשטאג יוני 23, 2016 12:21 am
דורך טשאקלעט
איך שלאפ אלס איין שווער ס׳נעמט געווענטליך בערך א שעה ביז איך שלאפ איין, איך האב שוין געטרייט ווייטעמינס אין אנדערע עצות ס׳האט מיר גארנישט געהאלפן, איך האב מיך שוין צי דעים ציגעוואינט, איך שלאפ איין מיט קולמע כמעט יעדע נאכט.... די איינציגסטע צייט וואס איך קום אן צי הערן אביסל קולמע

געשריבן: דאנארשטאג יוני 23, 2016 12:30 am
דורך משנה מקום
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
כווייס נישט אלעס האט געשריבן:
פלאטפארמע האט געשריבן:וואס זאגט די עולם אויף בענעדריל?

איינצושלאפן ?
חס ושלום

פארוואס חס ושלום? דר. מייזלין האט מיר געזאגט אז די קינדער האבן שוועריקייטן איינצושלאפן קען איך געבן בענעדריל

מען קען שטארבען דערפון

געשריבן: דאנארשטאג יוני 23, 2016 12:40 am
דורך אלד וויליאמסבורג
משנה מקום האט געשריבן:
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
כווייס נישט אלעס האט געשריבן:
פלאטפארמע האט געשריבן:וואס זאגט די עולם אויף בענעדריל?

איינצושלאפן ?
חס ושלום

פארוואס חס ושלום? דר. מייזלין האט מיר געזאגט אז די קינדער האבן שוועריקייטן איינצושלאפן קען איך געבן בענעדריל

מען קען שטארבען דערפון

שטארבן? די רעדסט פון עקספיריענס?...

Tylenol PM איז בענעדריל געמישט מיט טיילענאל, סא מען שטארבט נישט, מען קען רואיג ניצן.

געשריבן: דאנארשטאג יוני 23, 2016 12:44 am
דורך לכאורה
טשאקלעט האט געשריבן:איך שלאפ אלס איין שווער ס׳נעמט געווענטליך בערך א שעה ביז איך שלאפ איין, איך האב שוין געטרייט ווייטעמינס אין אנדערע עצות ס׳האט מיר גארנישט געהאלפן, איך האב מיך שוין צי דעים ציגעוואינט, איך שלאפ איין מיט קולמע כמעט יעדע נאכט.... די איינציגסטע צייט וואס איך קום אן צי הערן אביסל קולמע

דיין ניק נאמען זאגט אויס דעם סוד. שאקאלאדע פארמאגט אין זיך באשטאנדטיילן וואס האלטן דעם מענטש וואכזאם (אזוי ווי קאפיען).

געשריבן: דאנארשטאג יוני 23, 2016 12:46 am
דורך משנה מקום
שוין געווען קינדער וואס זענען געשטארבען פון א קליינע אווערדאוס סאו עס איז נישט קיין מוציא מיט האניג

און סינק וואסער איז דא בליטש סאו מען קען רואיג טרינקען בליטש קיינער שטארבט נישט דערפון...

געשריבן: דאנארשטאג יוני 23, 2016 1:36 am
דורך אלד וויליאמסבורג
מען דארף אויסטרינקען א האלבע באטל בענעדריל פאר אן אווערדאוס, אינטער 150 מג איז בכלל נישט קיין אווערדאוס, די רעגולער דאוס פון טשילדרענס בענעדריל איז 12.5 מג.

און סאיז נישט טויטליך אפילו אן אווערדאוס,