הערות אויפן אשכול ADD-ADHD

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

AdultAdhd
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2016 4:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AdultAdhd »

האנטעך האט געשריבן:אויב איינער ווערט נערוועז מוז ער נישט עפענען דיין אשכול!


כוועל דיר זאגען דער אמת מיין גרעסטע פראבלעם איז געווען אז איך וויל נישט פארדרייען דיין אשכול במילא אז סהאט דיין הסכמה איז געניג
איך ווייס אז איך קען נישט ספעלן, אויב סאיז דיר שווער צו ליינען, שרייב עס איבער אין נאכדעם ליין עס
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

AdultAdhd האט געשריבן:אזויווי מיין סעלף עסטים איז נידריג בין איך נישט זעכער צי דער עדד עולם דא האט הנאה פין מיין שרייבן צי איך מאך דערעולם נערוועז אין איך האב אסאך צייט די לאנגע וויקענד בבקשה לאטס מיר וויסן

איך בין נאר אינטערסירט צי הערן פין עדד, אין אויב א בית דין של שלשה וועלן זאגען אז יא וועל איך שרייבן אפילי טאמער אנדערע זאגן ניין

אין אויב איינער וועט אפשרעקן דעם עולם מיט שקרים וועל איך שרייבן אפילי טאמער איך נערוויר יעדען איינעם ווייל איך האלט זיי זענען די גרעסטע סכנה פאר עדד קינדער

איינס האב איך שוין נאך צוויי דארף איך

שאר שרייב שרייב. נאך דערצו ווען די נעמסט דיך אן פאר ADD קינדער.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

נשמה האט געשריבן:
AdultAdhd האט געשריבן:אזויווי מיין סעלף עסטים איז נידריג בין איך נישט זעכער צי דער עדד עולם דא האט הנאה פין מיין שרייבן צי איך מאך דערעולם נערוועז אין איך האב אסאך צייט די לאנגע וויקענד בבקשה לאטס מיר וויסן

איך בין נאר אינטערסירט צי הערן פין עדד, אין אויב א בית דין של שלשה וועלן זאגען אז יא וועל איך שרייבן אפילי טאמער אנדערע זאגן ניין

אין אויב איינער וועט אפשרעקן דעם עולם מיט שקרים וועל איך שרייבן אפילי טאמער איך נערוויר יעדען איינעם ווייל איך האלט זיי זענען די גרעסטע סכנה פאר עדד קינדער

איינס האב איך שוין נאך צוויי דארף איך

שאר שרייב שרייב. נאך דערצו ווען די נעמסט דיך אן פאר ADD קינדער.
אוועטאר
ספיידער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:52 pm
לאקאציע: אויף דיין הוט, פליק עס אראפ. אט אזוי...שוין מער נישט דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספיידער »

AdultAdhd האט געשריבן:אזויווי מיין סעלף עסטים איז נידריג בין איך נישט זעכער צי דער עדד עולם דא האט הנאה פין מיין שרייבן צי איך מאך דערעולם נערוועז אין איך האב אסאך צייט די לאנגע וויקענד בבקשה לאטס מיר וויסן

איך בין נאר אינטערסירט צי הערן פין עדד, אין אויב א בית דין של שלשה וועלן זאגען אז יא וועל איך שרייבן אפילי טאמער אנדערע זאגן ניין

אין אויב איינער וועט אפשרעקן דעם עולם מיט שקרים וועל איך שרייבן אפילי טאמער איך נערוויר יעדען איינעם ווייל איך האלט זיי זענען די גרעסטע סכנה פאר עדד קינדער

איינס האב איך שוין נאך צוויי דארף איך


קיינער ווייסט סייווי נישט ווער די ביסט, סאו וואט דא יא קעיר?

מ'שרייבט דא אן סטרעסס אלעס וואס מ'האט אין בויך און מ'געט נישט קיין ש פאר קיינעם
וויאזוי קען מען בעסער פארשטיין א יוד וואס האט ל״ע פאביעס? די מענטש וואס האט נאכנישט טועם געווען טעם פאביע ווייסטעך בכלל נישט וויאזוי ס׳פילט..
די אמת איז עס איז דא איין פאביע וואס יעדער האט און דאס איז ספיידער פאביע
AdultAdhd
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2016 4:16 pm

ווי איז מיין ADD געווען ביז איך בין געווארן אן Adult ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AdultAdhd »

צוויי זאכן פאר איך פאנג אן ערשטנס מיינע יארן אלטץ קינד זענען געווען גוט פונקט ווי א צווייטער גרינגע טעג מיט שווערער אבער אזוי ווי קיינעם אנטערעסירט נישט מיינע געשמאקע טעג וועל איך רעדן מער פין די שוועריקייטן


צווייטנס מיין באשרייבונג איז Based On A True Story איך שרייב זאכן וואס איז ליגענט כדי נישט צי ווערן דערקענט למשל ווען איך שרייב מיין טאטעס רויטע קאר איז עס פראסט ליגענט ער האט געהאט א ברוינע אבער נאכען ליינען וועט מען מיך אביסל פארשטיין

מיין טאטע א איד מיט א שמייכעל שטענדיג גרייט א טובה טין א צווייטן זיצט אין בית מדרש נישט אויבן נישט אינטען מער אינדערמיט א יודע ספר הייסט באלבאטיש שיינע מחותנים צויי שטאגיע דירה אין אלט וויליאמסבורג

אלס וואס ער טיט איז מיט א פינקטלעכע סדר למשל לעקטער צאלט מען ווען מען שפארט עס צי, טעלעפאן זייער אסאך מאל קען מען נאר אריינקאלן, שכר לימוד ווי נאר מען האט אינז אהיים געשיקט איז ער געלאפן גראד צאלן, מצות טאג פין בדיקת חמץ אין נאכן בודק חמץ איז מען געגאנגען פסחדיג מאכן די קאר אין נאכדעם איז שוין געווען צי שפעט צי פארקויפן די חמץ אבער מען קען ציפרי אויך, חול המועד איז מען געגאנגען די לעצטע טאג נאכמיטאג צי א מעזאר פלאטץ אפיקוימן האט מען געקויפט...וואס האב איך נאר געבעטן ? די סוכה האט מען אנגעפאנגען א סליחות כמעט גענדיגט די שלאק ביים צווייטן פייף

מיין מאמע א אשה כשרה עושה רצון בעלה פלעגט איינקנעטן די חלה צויי שעה צום זמן אז מען לאזט די אויבען ציגעמאכט ענדיקט עס זיך באקען אויסגעלאשנערהייט, פאר א טריפ פלעגט זי אויפשטיין פארטגס אנציגרייטן, א נאכט פאר יום טוב פלעגט זי נישט שלאפן אז אלע העמס זאלן זאן געמאכט אין די העמעדער וואס די קלינערס האט געזאגט אז סאיז צי שפעט אריינציגעבען אויף יום טוב האט זי געביגעלט , ווען מאיז געפארן אין קעמפ פלעגט מען איינקויפען וואס מען האט געקענט פרייטיג ווען מאיז שוין געווען אין קאנטרי אין מוצא שבת גענייט לעבלס א גאנצע נאכט אין געזאגט נעקסטע יאר מערצע שעם פאנגט מען אן פאקען גראד נאך פסח

מיינע צוויי ברודערס ווי פאנג איך אן? מאיז יעצט אין קאנטרי וועל איך אנפאנגען מיט קאנטרי שוין פארענדינג מיט מיין טאטענס ברוינע סטעשן וועגן שמיציג פיל מיט גארביטש סשפעט געווארן נישט דא צייט צי קלינען זיצין מיר אלע דריי מיטן פנים צי די בעק איך זיץ אינדערמיט אין זיי צויי ווינאר מען איז ארויגעפארן אויפן ברידש שלאגען זיי זיך וי די קעטץ אין איך ווער ציגרזשעט טאמער וויין איך ווי געווענדליך סטאפן זיי פייטען אין נעמען זיך איבער מיר מיין טאטע סטראשעט אז ער שטעלט אפ די קאר מיין מאמע פאנגט אן עפעס א געם אין סווערט שטיל פאר צויי מניט

סאיז איינס אין דער נאכט ווען מען קריכט ארויס פין קאר די קעטץ אין די קאנטרי כאפן א ציטער די צויי זענן שוין ווידער דא פרייטיג צופרי וויינען שוין די גרויסע מיידליך נאכמיטאג שרייט שוין די מענעדשער ביים דאווענען באקימט שוין מיין אויסגמיטשעטע מאמע עצות וואס צי טון מיט זיי זי הערט אויס מיט א שמייכעל שאקעלט מיטען קאפ, וויינען וועט זי שוין ביינאכט ווען זי מיינט קיינער הערט נישט

אין שטאט איז נישט גרינגער די שכנטע פין אינטען איז גאר ברוגעז ווען א באלי פאלט אריין אי איר פארטש און אנשטאט אריין קלאפען קריכען זיי ארויף דארעך די אנדערע שכנס געט אין איר פארטש אדער ווען זיי טינקען איין א אינגל אין מאראסט אדער ווען בטעות ווערו א פענסטער ציבראכן

די טאטע שרייט נישט ער שלאגט נישט ער געט א קרעכטץ סנעמט מיר דארעך אלע ביינער ווען כבין עלטער געווארן האב איך נישט געקענט פארשטיין פארוואס מען האט מיין משפחה אריינגעלאזט אין קאנטרי סקען זיין די טאטעס דארט האבען זיי ליב געהאט ווייל אייביג האבען זיי גהאט א שמייכעל אדער קען זיין נישט קיין חילוק וויפיל באקסעס זיי זענען אנגעקומען מיט האבן מיינע ברידערס געשלעפט ביזן טיר אן ערווארטן עפעס דערפאר אין ווען א מאמע האט נישט געטראפן א קינד האט מען זיך צי זיי געמאלדן אין ווען די מיידליך האבן פארלוירען די לעצטע פין די בעטמיטען אויפן באנגעלא דאך וועם האט מען געריפן?

אה מען האלט שוין בא מיך סהאט זיך גארנישט געטוישט אייביג בין איך דע לעצטע כאטשיק די צוייטע ברידער איז אינגער פין מיך אבער אסאך מאל פארגעסט מעו אז איך לעב שטיל פארחולמט זיץ איך אויף די סטעפס כהאף אז די אינגלעך אויף די בלאק שפילען א געים וואס מען דארף נאך א אינגעל אי מען וועט מיך ריפען אין מיינע ברודערס וועלען נישט פונקט קימען טשעפענען

אין חדר ביי לאנטש אדער שפיל איך אליין קאגעלאך אדער פראביר איך אז די פעסטע אינגלעך זאלן מיך באגעגנען אין אריינעמען אין זייער געים נישט אז איך האב ליעב צי שפילן פליס גאנבים אבער אפשר וועל איך אויך זיין פרענדס מיט זיי איינער וועט קימען אמאל שלאפען אין מיין הויז איך וועל גיין צי א אנדערע אינגל ווען מיין מאמע וועט האבן א בעבי אין נישט דארפן גיין צי די מומע

די רבי פאנגט אן פארלערנען אין איך וועק מיך אויף מען גייט שוין חזרן מיין חברותה איז די אינגיל מיט די פארשטאפטע קאפ סבאדערט מיך נישט איך האב ליעב פארצילערנען פאר עים די גמרא טאמער ווייס איך נישט עפעס קיק איך אין רשי מען לערענט נאך נישט רשי אויף גמרא אבער סנישט שווער אמאל אמאל פרעג איך דער רבי פשט כמיין אז די רעבי פייניגט מיך נישט ווען איך קים שפעט אין ווען איח חלום וויל איך שפאר עם ארבעט אין אסאך מאל טוישט ער מיך חבר אינמיטן וואך כזאל לערנען מיט א צווייט אינגל וואס האט געפעלט ביים פארלערנען

ספלעגט נישט אלעמאל גיין אזוי גיט כגעדענק כתה ב יעדער נעמט ארויס די ציצית אין איך כאפ מיך איך האב פארגעסן אנציטון די רבי שיקט מיך צים מנהל דריי טעג שפעטער מען פאנגט אן דאווענען סווערט מיר ביטער כהאב ווייטער פארגעסן כגיי צום רעבן מיין בויך טיט מיך וויי די אנדערע וואך דארף איך שוין א צווייט תירץ

איין מלמד וויל מיך העלפען מיטן חלומען ער האט א פשוטע עצה אז איך חלום דארף איך אויפשטיין ער איז זעכער שטייענדיג חלומט מען נישט ווען איך פארחלומעך שטייעדיג דארף איך שטיין ביי זיין טיש אויך נישט געהאלפען שטיי איך שוין אויף א בענקל אין פין דארט ביז אויף זיין טיש איז שוין א קליינע מהלך די טיר עפענט זיך אויף, אמאל איז עס א רבי אמאל אפילי א פרעמדע מענטש איך וועל נישט דערציילען וואס כהאב געבעטן פין גאט דעמאלטס

אדער די רבי וואס האט מיך גשיקט צויי קלאסן אינגער פאר א טאג אז איך זאל געדענקן צי ברענגען א גמרא, מיין טאטע האט פארגעסן צויי טעג צי קויפן אין איך האב פארגעסן איין טאג צי ברענגען כהאב עם קיינמאל נישט דערציילט ער מאכט שוין געניג מיט מיט די אנדערע צויי

אדער ווען טאמער כבין געקימען שפעט האב איך געדארפט שטיין אינדרויסן ביז ריסעס אינזער הויז געווען נאנט צים באס סטאפ אייביג האב איך אפגעמאכט מארגען גיי איך פרי צום סטאפ וועלעך קענען אויך ארים לאכען מיט די אינגלעך כפלעג זיי הערן פין פענסטער אבער ווען איך בין ארפגעקימען איז שוין די באס אוועקגעפארן כהאב מיך גנימען לויפן אין חדר אבער בעטן קראסען נעמט לאנג בין איך אנגעקימען שפעט

אמאל אז כבין ארפגעקימען פרי איז דער שמיעס פונקט געווען טויט אדער האט מיך איינער אויפמערקזיים געמאכט אז איך האב אן מיין שלאף קאפעל סהאט זיך געמאכט אמאל אז כהאפ געכאפט די באס מיט די לעצטע אטעם אין דער דרייוער זאל מיך זאגען שלאף קאפעל די ערגעסטע שלאף קאפעל מעשה איז געווען ווען כהאב געוואלט אויסטון מיין רענקויט אין יא סהאט זיך ערפלעקט א ווייסע כהאב געבעטען די זעלבע תפלה ווי אויבן ב'ה סנישט אנגענימען געווארן

דא דארט וויל איך מאכן עפעס וויץ מיט מיין רבי אין ער פראסקעט מיך אן איך בין א מחוצף כווייס נישט וואס כהאב שלעכט געזאגט, אין נישט פארגעסן פין די ברוך הבא וואס א רבי אדער צויי האבן מיך געגעבן די ערשטע טאג נאכן זאגן מיין נאמען ווייל מיין ברידער האט ביי עם געלערנט

ווי קען איך פארגעסן ווען איך בין געווען די רביס גבי פאר די וואך איין טאג שיקט ער מיך צום מנהל עפעס בעטן איך קלאפ אריין די מנהל פרעגט וואס איך דארף אין איך האב פארגעסן

תם ולא נשלם אך כי רבים הם ואי אפשר לפורטם הזמן יכלה והם לא יכלה ווען דער מלמד האט גערעדט אז פארשעמן א חבר איז פינקט ווי מען האט עם געהארגעט האב איך אייביג געטראכט אז סאיז סאך ערגער ווייל שטארבן שטארבט מען נאר איינמאל

מיינע עלטערן האבן קיינמאל נישט געוויסט פין מיינע שוועריקייטן זיי האבן נאר געוויסט פין די גאר גיטע גריסן וואס די מלמדים אין מנהלים אדער מיין חברס טאטע האט איבער געגעבן זיי האבן געהאט איין קינד וואס וואקסט א תלמיד חכם מען האט אפילי גערעדט וועגן ארויפשטעלן א כתה מיין טאטע האט מיך ציגעזאגט א גרויסע מתנה אויב קען איך משנית מיטן לשון כהאב אנגעפאנגען אבער אפילי איין פרק האב איך נישט געקענט געדענקן מיטן לשון

די יארן ריקן זיך מען ווערט שוין עלטער די נייע רבי איז שוין שטרענגער ער איז מסביר שוין נישט קיין בעביס מען גייט שוין לערנען תוספות מען גייט שוין פארטאגס כפארשלאף כאטשיק צוויי דריי טעג א וואך מיין טאטע קויפט מיר א טייערע וועקער זייגער מן הסתם האט די רבי געקאלט איך פארגעס עס אנצישטעלען מיין טאטע מעלדט מען גייט מאכן נאכט פרי ביז יעצט איז יעדע נאכט 12-1 שוין די גאנצע משפחה שלאפן געגאנגען פון היינט 1030 גייט זיין נאכט סעהאלט אן פאר דריי טעג

מען לערנט שוין מער, שווער צי קענענן אן אויסהערן מען פארהערט שוין מיט שאלות מען מיז ענטפערן שנעל איך דערמאן מיך אייביג דער תירץ ווען דער פארהערער פרעגט די נעקסטע אינגעל די רבי לייגט דריק וועגן פארטאגס וועגן נישט אויסהערן די ביסל חשק וואס כפלעג האבן ציגייט כמיין מיין טאטע ווייסט נישט אז איך פאל ווייל ער פארהערט כמעט קיינמאל נישט אין אפילי ווען יא אינעווייניג קען איך אויפן פלאטץ מער ווייניגער אפלערנן א גמרא

אה ברוך השם ישיבה קטנה די מגידי שיער אין מנהל טאמער באדער איך קיינעם אין איך צאל קנס ווען איך קים שפעט לאזט מען מיך לעבן מען לערנט מיט ראשונים אבער נישט מען לעבט דערמיט נאר ביים פארלערנען רעדט מען אויס אפאר פשטים איך קען ווי א עווריטש בחור דא דארט רעדט צי מיר איינער וואס וועט זיין מיט דיר די האסטאך כשרונות אין איך מאך אפ זיך צי נעמען אין די האנט אריין סהאלט אן פאר דריי טעג

אריין אין ישיבה גדולה איך גיי זיין א פלייסיגע בחור איין פראבלעים מען נעמט אליין חברותה איך טרעפ שוואך סנישט חדר מער דא לערענט מען נישט פאר פאר שוואכע זיי לערנען אינגאנצען נישט דא דארט האט א גיט בחור נישט קיין חבר אין פרעגט צי איך וויל לערנען און פאר א שעה צויי פארגעס איך פין דער וועלט איך ליג אין די גמרא אבער נאך אפאר חדשים אז כבין קיינמאל אין בית מדרש פרעגט מען מיך נישט צי איך וויל לערנען

אזוי ווי איך בין א שטיל בחור פיינע משפחה נישט ווילד ווי מיינע צוויי ברידער גראדע זיי האבן זיך פיין אויסגעריבן מיין שוועגערן אין איר משפחה האלטן שטארק פון מיין ברידער ער ארבעט שווער אבער א מענטש לערענט יעדן טאג צי גאט אין צי לייט
וויינגער ווי א יאר אין ישיבה מזל טוב

מיט דעם ענדיגט זיך די גרינגע חלק פון לעבן די זארגלאזע יארן

אוי ויי סאיז שוין באלד ציפרי מען מיז נאך גיין אין וואלמארט זינטיג וועל איך וויטער שפינען די מעשה

אנטשולדינגען פאר די זייער שלעכטע ספעלינג איך ווער נישט געניג באצאלט
איך ווייס אז איך קען נישט ספעלן, אויב סאיז דיר שווער צו ליינען, שרייב עס איבער אין נאכדעם ליין עס
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

הערליך אראפגעלייגט!
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

הערליך שיין! און דו האסט נאך געהאט א ספק אויב דו זאלסט שרייבן...
(אוי טאטע אין הימל..!!)
אוועטאר
ספיידער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:52 pm
לאקאציע: אויף דיין הוט, פליק עס אראפ. אט אזוי...שוין מער נישט דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספיידער »

האנטעך האט געשריבן:און דו האסט נאך געהאט א ספק אויב דו זאלסט שרייבן...


טו נישט דעס אזא גערעדעכטס מאכט נאר ערגער די קאמפלעקס פון הרב ADULT
וויאזוי קען מען בעסער פארשטיין א יוד וואס האט ל״ע פאביעס? די מענטש וואס האט נאכנישט טועם געווען טעם פאביע ווייסטעך בכלל נישט וויאזוי ס׳פילט..
די אמת איז עס איז דא איין פאביע וואס יעדער האט און דאס איז ספיידער פאביע
אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שווארטץ »

מורא'דיג!!!

כ'פיל אז דו רעדסט אין מיין נאמען אויך.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.
AdultAdhd
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2016 4:16 pm

ווי איז מיין ADD געווען ביז איך בין געווארן אן Adult ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AdultAdhd »

כווייס נישט וואס צי טון ספאסט די מחותן א תורה צי זאגען איך האב מיך פארגעקיקט א שיינע זאך אבער איך ציטער אז איך וועל פארגעסען א חלק אדער זאגען צימישט איך פראביר צי קאלען ווען ער איז נישט אינדערהיים אין ווען יא קעקץ איך עפעס א ווארט וואס פאסט פאר א קליין קינד

אה שבע ברכות פאריבער סאיז שווער געווען צי זיצן צווישען אלטע אידן אן וויסן וואס צי רעדען, איך שפאן אין כולל סדא די ערענסטע לערנערס אין די וואס דארפן שטיפען א יאר כהאב מיך אינטעריסירט מיינע שוואגערס האבן געלערנט פינעף יאר געטראפן נאכמיטאג א כמעשהדיג חבר פארמיטאג גאר א גיטע חבר, די ערשטע פאר וואכן גיי איך ארויס מיטן ווייב פין דערהיים אונז ביידע נאך פרישטיג, פארמיטאג האקט מען שטיקער א געשמאקע מסכתא מען זיכט תריצים אין ספרים אויף שווערע קשית נאכמיטאג איז שווער מען שטיפט די צייט, נאך אפאר וואכען גיי איך ארויס מיטן ווייב זי נאך פרישטיג איך גיי דאווענען, מיין פארמיטאג חבר האט שוין א צווייטע חבר וואס קימט בייציטענס כהאב צי עם קיין טענות נישט, נאך אפאר וואכען קאלט זי מיך פין ארבעט אויפציוועקען 9:30 איך קאל איר 9:45 אז איך גיי שוין ארויס אין איך שלאף ביז 12

צען חדשים נאכן חתונה מזל טוב סאיז א אינגל א וואכט נאכט ברית פדין הבן מען גייט קימפעטען ביי די שוויגער א פאר וואכן, די ווייב בעט מיר איך זאל אויפשטיין פארטאגס אור טאטע זאל נישט זען אז איך שטיי אויף שפעט סאיז שווער אבער

מען קימט אהיים פין קימפעט די ווייב ארבעט
נאר א האלבע טאג געלט איז טאקע נישט קיין פראבלעם די שווער שטיצט בדרך כבוד ברייטערהייט אבער די ווייב גייט שוין נישט ארבעטען 8:30 איך קען שוין נישט שלאפען ביז שפעט אן זי זאל וויסען

כעזיץ אין כולל נאך אפאר חדשים ביז איך רעדט זיך אויס צים ווייב, כקען נישט מער איך ווייס אז די משפחה וועט עס אראפקיקען אבער איך ווער ציפלאצט איך האב נישט דער חשק פון אלטץ בחור זי זאגט מיר כזאל מיך נישט זארגען איך קען גיין ארבעטן זי וועט שוין רעדן מיט אירע עלטערן אין געשוויסטער, כהאב קיינמאל קיין שלעכט ווארט געהערט פון איר משפחה

ערשטע זשאב Warehouse Manager כמעט צען גוים מען פאקט ארדערס מען שיקט ארויס טראקס נאך א קורצע צייט פיר איך איין א נייע מהלך די קאמפעני שפארט צייט אין געלט די בעלבאס איז ציפרידען, כדריי מיך ארים מיט א גראדען רוקען אין ברייטען שמייכעל כהאב מיך אפילי צי א קופקע ציגעזעצט אין בית מדרש, איין קלייניקייט איך דארף האלטן קאנטראל אין באשטעלען אינוונטארי אין כהאב געמאכט א טעות אנשטוט פינעף גרינע אין פופציג שווארצע האב איך באשטעלט פארקערט סדא סחורה וואס האט נישט קיין פלאטץ, אין ארדערס אן סחורה מיין בעלבוס זאגט סאיז גארנישט יעדע מענטש מאכט א טעות

סגייט דורך א שטיק צייט שוין דא אסאך אימנויטיגע סחורה אין נאכמער גערעגטע קאסטעמערס, איך בין נערוועז מיין ווייב פרעגט צי כבין אקעי, איך פראביר איבערציגיין יעדע ארדער אבער סאיז די לעצטע מינוט מיז איך עס טון שנעל, ווען די בעלבוס פארענטפערט זיך אז ער האט נישט קיין ברירה ער מיז מיך אויפזאגען ער געט מיר צוויי וואכן האב איך צי עם נישט קיין טענות, וואס זאג איך מיין ווייב? נישט לערענען נישט ארבעטען כבין געפערליך דעפרעסט די ווייב שמעקט עפעס טויג זייער נישט, איך זאג איר אז די ארבעט איז נישט פאר מיר אויף איר עצה געב איך אויף די זשאב

אנשטוט דערציילען מיינע פארלוירענע זשאבס וועל איך נאר דערציילען וויאזוי
די גוים ווארטען 7:30 איך קים אן נישט 7:30
פארשפארט די טראק אהיימגענימען די שליסעל איין מאל ווארט מען א שעה די צוויטע מאל רופט מען א לאקסמיט ווייל איך בין אין יאראפ פאר א שמחה
געבאקט ערליין טיקעטס פאר מיין בעלבוס פאר א דריי טאג שוי זיין פלייט אויף צריק איז שבת אנשטוט פרייטיג
א גאנצע שיפמענט געמאכט ראנג מע דארף אלס איבערמאכן
אפאר מאל פארגעסען אנצינדען אלארעם, כשעם זיך דערציילען ווען כהאב געלאזט די טיר אויפגעשפארט אויפן וויקענד אין א שוואכע געגנד א נס מען האט נישט אויסגעליידיגט די פלאטץ

יעדעס מאל מיין בעלבוס ריפט מיך אין אפיס און ער פייערט מיך נישט נעמט פינף מינוט ביז מיין בלוט פרעשור איז ציריק נארמאל יעדע ארדער וואס קומט אן פאנג איך אן צי שוויצען וואס האב איך באשטעלט ראנג יעדע פאן קאל וואס מען זיכט מיך ציטער איך וואס האב שוין ווייטער געטון, איך וועק מיך אויף אין מיטן די נאכט א קאלטע שוייס באדעקט מיך איך בין זיכער כהאב ווייטער א טעות געמאכט וואס וועט קאסטען מיין בעלבוס שווערע געלטער כקען שוין נישט שלאפן ביז ציפרי, די ווייב פרעגט וואס איז כזאג כהאב קאפוויי כשעם מיך צי דערציילען די אמת, אין סאיז נישט קיין מתנת חינם ווייל סאיז דא פלענטי פראבלעמען

די משפחה איז שוין געוואקסן א יאר נאכן בכור נאך א אינגעל עמער עם ריפען מושי (נאר עם איז וויכטיג דא א נאמען צי געבן) אין נאך צויי מיידליך הכלל מען דארף פרנסה



איין עצה פארבליבען עפענען אן אייגענע ביזנעס עפעס וואס כוועל האבן א געשמאק
איך ווייס אז איך קען נישט ספעלן, אויב סאיז דיר שווער צו ליינען, שרייב עס איבער אין נאכדעם ליין עס
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

איך שפיר זיך אין יעדע איינציגסטע שורה. כ'וועל מוזן איבערליינען נאכאמאל! שטארק אראפגעלייגט!
AdultAdhd
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2016 4:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AdultAdhd »

איך האף אז אין די נעקסע וועסטו זיך פארלירן ווייל פין דא אין ווייטער קימען שוין די שווערע טעג
איך ווייס אז איך קען נישט ספעלן, אויב סאיז דיר שווער צו ליינען, שרייב עס איבער אין נאכדעם ליין עס
אוועטאר
ספיידער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:52 pm
לאקאציע: אויף דיין הוט, פליק עס אראפ. אט אזוי...שוין מער נישט דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספיידער »

ביסטעך א היימישע מעמבער אין די שלעפשיצע קהילה,

סיז דאך א גן עדן צו שמועסן מיט אזעלכע מענטשן, עס זעהט אלעמאל אויס אז וואס עס זאל נאר געשען צו זיי וועלן זיי קיינמאל נישט מאכן קיין עסק, און באמת עסן זיי גאנצע שיסלען פעין מיט א שעפ לעפל... עס זעהט צומאל אויס אז די מענטשן האלטן אז זיי זענען באשאפן געווארן צו סערווירן אנדערע מענטשן'ס געברויכן, און זייער אייגענע לעבן איז ווייניגער וויכטיג אין זייערע אויגן ווי אז אלע זייערע ארומיגע זאלן קיינמאל נישט זיין אפילו אביסל אומבאקוועם צוליב זיי...

איך פיל מיט מיט דיר, א לייף קאוטש מיט א גוטע הארץ/אוהב את הבריות, אבער שטארק און שטרענג קען מאכן די שוועריגקייטן אסאך גרינגער בע"ה,

און מיין עדווייס פאר דיר איז האלט דיך קיינמאל נישט פאר אויב די ביסט נישט און די גיסטע וואס דיינע ארומיגע וואלטן געוואלט די זאלסט זיין, די האסט רעכט צו פילן וואס די פילסט ווילאנג די קאנטראלסט נישט אנדערע,

חזק ואמץ!
וויאזוי קען מען בעסער פארשטיין א יוד וואס האט ל״ע פאביעס? די מענטש וואס האט נאכנישט טועם געווען טעם פאביע ווייסטעך בכלל נישט וויאזוי ס׳פילט..
די אמת איז עס איז דא איין פאביע וואס יעדער האט און דאס איז ספיידער פאביע
AdultAdhd
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2016 4:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AdultAdhd »

Based on a true story
כמיין צי זאגען געטוישט די פאקטען לויט ווי איך פארשטיי דער תוכן האב איך פראבירט צו לאזן, אויך לאז איך איבער גרויסע לעכער אין די מעשה אבער משום גילו האב איך נישט קיין ברירה

אה מיין אייגענע ביזנעס

שוין א לענגערע צייט וואס די געדאנק איך האב געהאט, אבער איך בין א פחדן נעמען דאס געלט וואס איך אין מיין ווייב האבן א וועג געלייגט כהאב מורא געהאט, אבער מיין ביזנעס געדאנק האב איך געהאלטן אז סאיז געוואלדיק, מיין ווייב האט עס ליעב געהאט אין פארשטיינען, מיין זארג אז איך וועל מאכן טעותים מיט מיינע ארדערס האט זי געזאגט אז זי וועט עס גערן דארעך קיקען פאר מיר זי וועט מיך אפילו העלפען מיט די אקאנטונג אין כדי מיר זאלן האבען פין וואס צי לעבען איז זי צריק געגאנגען ארבעטן

די ביזנעס איז געווען בערך אזוי סאיז געווען א גרויסע מענעפעקאשארער וואס האבן פארקויפט נאר פאר אפאר גרוסע דיסטריביטערס אין זיי האבן עס פארקויפט פאר קלענערע דיסטריביטערס, אויך האבען זיי פארקויפט פאר אפאר גרויסע געשעפטן, קאסטעם ארדערס האט מען געמיזט צאלן א פרייז אין נעמען גרויסע ארדער, אני הקטן באשלאסן איינציקויפן די פארטס אין אויסלאנד אין אליין צאמשטעלען דא סהאט מיך געקאסט בערך ווי דער גרויסער דיסטריביטער האט געצאלט דערפאר, אין קאסטעם האט מיך געקאסט בערך די זעלבע ווי א געהעריגע, די פעקעטשינג איז נישט געווען אזוי פענסי די קואלעטי גאנץ כמעשה געניג גיט אז איינער וואס וויל שפארן א דאללער זאל עס בא מיר קויפען

כהאב גערעדט מיט די ביזנעס מענטשען וואס כהאב געקענט כהאב געמאכט צענדליגע עקסעל פיילס אויסגערעכענט אלע מינע חשבונות כהאב נישט געזען א מעגליגכקייט אז סעזאל נישט ארבעטען נאך הינדערטער שעות אפשר גאר מער אין כהאב ארויסגענימען א פלאטץ אין דער בראנקס סעהאט גענימען אפאר וואכן אויף צי שטעלען כהאב אריינגעלייגט קאפ אין מח מיט עצות אין פאטענטן, אין ב'ה סהאט מיך שוין אפגעווארט א שיינע ארדער דארעך א קרוב וואס האט געוויסט פין מיין ביזנעס אין ווינאר די סחורה איז אנגעקימען האט מען עס צאמגעשטעלט אין ארויס געשיקט, נאכן איבעררעכענען חשבונות וויפיל די ארבעטער קאסט פלאטץ סחורה דעליווערי האט זיך ארויסגעשטעלט איך בין געווען א פעסעמיסט כבלייב מיט מער געלט ווי כהאב געמיינט

כהאב איינגעמאלדן וועם כהאב געקענט (זייער ווייניג מענטשען) אויב האבען זיי באקאנטע אין דעי ביזנעס אז איך בין דא, אין סהאט זיך געמאכט אפאר גיטע קאסטאמערס, איינע פין מיינע שוועריקייטן איז קאלן א פרעמדע מענטש במילא ווען איינער האט מיך געגיבן א נאמען וועם צי קאלען האב איך געבעטן אפשר קאלסטי אין כוועל דיר געבען קאמישען געווענליך האט מען געקאלט אן קאמישען אדער נישט געקאלט

נאכדעם האב איך צאמגעשטעלט א ליסט פין היימישע אין דעי ליין וואס איך קען קאלן, דא האט זיך אנגעפאנגען די בראך כהאב מיך אראפ געזעצט ציפרי מען גייט קאלן נע קודם וועל איך זען וועגען שענער מאכען די פעקעטשינג נאכדעם איז צייט פאר לאנטש א שמועס מיט אידשן שכן אפאר מינוט סאלעטער די נייעס נאך נישט געקיקט אקעי כמיין סאיז ענדריש צי קאלן ציפרי, נאכמיטאג האט קיינער נישט קיין געדולד צי נייע סופלייערס כעל גיין אין שאפ זען וואס די גויעם מאכען אהיים געפארן נישט ממש אין די בעסע גיסטע

נעקסטע טאג האט מען קודם געקוקט די נייעס נאכדעם געשפילט א שעה צויי געמס אזוי איז דארעך א וואך צויי דריי יעדען טאג סויף טאג מיט א פעסטע החלטה מארגען גייט מען, אין דער וועג אהיים איז געווען זייער נישט געשמאק, אינצווישען איז אריינגעקומען א ריזיגע ארדער כהאב געגעבן א ביליגע פרייז ווייל כהאב עס געמיזט האבען, יעדע פאר שעה וואס יענער האט נישט קאנפירמט די ארדער האב איך געוואלט אראפלאזן די פרייז אבער כהאב נאך אלטץ געמאכט זייער שיין געלט אויף די ארדער

אבער פאר די נעקסטע פיר חדשים האב איך אפילו נישט געטראכט פין קאלען קיינעם, נישט אז כהאב נישט געהאט קיין צייט סהאט גענימען זעקס וואכען איך זאל באקימען די סחורה אין ווען מהאט עס צאמגעשטעלט איז עס געפארן געשמירט מיין סיסטעם האט געארבעט, כבין גזיצען אין אפיס פארברענט די צייט אין אריינגעבליקט אין שאפ יעדע שעה צויי, די ארדער איז דעליווערט געווארן, אין כזעה מיך צריק צים אלטן, כהאב געקענט האבען קליינע ארדערס סאך גרינגער אין זיי וואלטען באצאלט טייערע פרייז אבער איך וואלט עס געדארפט אליין צאמשטעלען, צייט האביך געהאט אבער נישט געדילד

כבין געפארן יעדען טאג אין אפיס פארברענט די טאג אין אהיימגעקימען דיפרעסט יעדען טאג אביסל מער, דא דארט איז געווען ארדערס איז מיין מוט ארויף נאכדעם איז עס אראפ אביסעל טיפער, איך האב געוויסט פינקלעך וואס איך דארף טון נעמען א סעלסמען מארגען בלי נדר ערשטע זאך ציפרי, אין פין יענעם טאג אין וויטער איז געווען צויי וויכטיגע זאכען וואס איך טו נישט

נאך א זאך מיינע קרעדיט קארדס אין בכלל אלע בילס האב איך באצאלט שפעט יעדע חודש געצאלט שווערע פענעלטיס די אקאנטונג פאר די ביסעל ביזנעס איז געווען ציפארן כהאב נישט געקענט אהיים ברענגען פאר די ווייב ווייל כהאב מיך געשעמט מיט די אלע אויסגעווארפענע געלט פין אלע פענעלטיס נאך א יאר צויי האב איך שוין געהאט א קלארע בילד צען טאג א חודש ארבעט, צוואנציג טאג אקאנטונג, שפעט צאלן בילס די געלט איז געווען אין אקאנט ווייל כהאב נישט ארויסגענימען אין די ביסל ארדערס האבן געמאכט געניג געלט צי קאווערן די עקספענסעס מיט די פענעלטיס אין אפאר טוזענט דאללער אפאר מאל א יאר הכלל לאמיר זאגען צויי הונדרעט א וואך ווען איך ציטייל עס אויפן וואך

כבין אריינגעפאלען אין אן ערענסטע דיפרעשען ווען כהאב געהערט אז איינער האט זיך גענימען דאס לעבען בין איך נישט געווארן שאקט איך וואלט עס נישט געטון אבער פארשטאנען האב איך יענעם כבין אהיימגעקימען נאך די ארבעט פארברענגט א מנוט מיט די קינדער אין זיך פארשלאסען אליין ארויס געגאנגען ווען ווייניג מענטשען דרייען זיך ווען כהאב באגעגנט היימישע למשל שבת האב איך געשמייכעלט ווען מען האט געפרעגט ווי אזוי די ביזנעס גייט האב איך ווייטער געשמייכעלט אבער

איין זאך וואס איך האב געהאט איז געווען אן אשת חיל, כהאב נישט געוואלט רעדען אין זי האט נישט פארלאנגט גארנישט, כזאג נישט סאיז געווען צייטן וואס פלוצלינג האב איך מיך באמערקט אין א קאלטע מלחמה אין נאך גריבלען האב איך געהערט אז סאיז עפעס וואס כהאב געטון אפאר טעג צירוק אדער עפעס וואס כטו א לענגערע זמן אבער וויסינדיג ווי געטריי זי איז מיר האב איך פראבירט איר ציפרידן שטעלן אין טון וואס סהאט אוסגעפעלט זי זאל זיין ציפרידען

אזוי איז געגאנגען לאנגע טונקעלע טעג, א שמחה וואס כהאב געקענט פארפאסן איז געווען א אמתדיגע שמחה, די ביסל מענטשען איך פלעג פארברענגן מוט דא דארט האב איך אפגעהאקט

ביז דער בורא עולם האט אויף מיך געהאט רחמנות א קאזין מיינער וואס כהאב געהאלפען אריין אין ביזנעס אפאר יאר פריער האט מיך געקאלט היות זיינע קאסטעמערס דארפען עפעס וואס ער מאכט נישט, קויפען זיי עס ערגעץ אנדערש אין סאיז גרינג צי פארלירען די קאסטעמערס אפשר קען איך עס מאכען עם פארקויפען אין איך קען עס פארקויפען פאר אנדערע אויך, סאיז געווען א גרינגערע מארקעט צי פארקויפען כהאב אנגעפאנגען צי מאכן א שטיקל פרנסה

א צייט שפעטער איז מיר בייגעפאלן אין זיין ליין א שטארקע געדאנק כהאב עם געזאגט דערוועגן אין איך האב עס אויך געטון, אין כהאב אנגעפאנגען מאכען זייער שיין פרנסה ער האט געשפילט בעל בתיש כדי מען זאל נישט וויסן אז ער איז רייך סהאט מיך געקרענקט, נישט מקנה געווען נאר פארוואס ער קען ארבעטען ווי א מאשין אין איך ארבעט צען פראצענט פין טאג

פינקט ווי טעקנאלדזשי האט ציגענימען אסאך ביזנעס איז יענס אויך איינגעצוימנט געווארן אין די קאמפעטישן גרויס געווארן די קאזין מיינער האט געקויפט א נייע ביזנעס איך האב ארויס געשלעפט פרנסה פין דעם אמאל מער אמאל ווייניגער כהאב שוין געטראפן נאך א ביזנעס וואס כבין גיווארן עקסייטעד אבער כבין גיווארן סטאק אויף פארשידענע קלייניקייטן

הכלל די בעסערע מצב הפרנסה האט אביסל געהאלפען מיין מוט אבער סאיז ארויף אין אראפ בערך ציזאמען מיטן פרנסה אבער כבין געבליבען היבש ציקלאפט אין כהאב געווארט פארן נעקסטען דיזעסטער אין סהאט נישט געשפעטיגט
איך ווייס אז איך קען נישט ספעלן, אויב סאיז דיר שווער צו ליינען, שרייב עס איבער אין נאכדעם ליין עס
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

סשפעטיגט אביסל.... :lol:
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

האנטוך! אדאלט! מיר ווארטן!
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

מה פתאום??? האט געשריבן:האנטוך! אדאלט! מיר ווארטן!

גא"מ
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

Adult ADHD,
איך מיין אז דו פארקויפסט נאר דעי מעשה ווי כאילו ס'איז מיט דיר געשען, ווייל דו ווילסט איך זאל מיך נישט פארשעמען, אבער דעיס איז דאך מיט מיר געשען, (פארשטייט זיך מיט פארדרייטע פאקטן אלץ גילו,)

ניטאמאל פרעגסטו מיך צו איך לאז עס שרייבן (^^)

דו שרייבסט געוואלדיג, און איך זעה זיך דערין ווי און שפיגעל (אזויווי מסתמא נאך אסאך אינגעלייט)

קיפ-איט-אף לאמער טאקע זעהן "אז ס'האט נישט געשפעיטיגט צו קומען"
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
חלה
שר חמש מאות
תגובות: 550
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה »

אפשר קען איינער א טובה טון אין לייגען אויף א פי די עף אלע תגבות פון Adult ADHD
ו
AdultAdhd
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2016 4:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AdultAdhd »

איך וויל מיך אנטשולדינגען פאר לאזן דעים עולם ווארטען אבער היות דא האב איך געפלאנט צי שרייבען פין די משפחה כהאב נישט געוויסט וואס צו טין פין איין זייט האלט איך סקען העלפען אסאך מענטשען צי הערן יענעמס אבער פין די אנדערע זייט די חשש גילו אפילי סאיז רחוק ווייס איך נישט צי איך האב רעכט נאך א גרויסע מיטינג וואס האט גענימען א וואך אין מיין מח, האב איך באשלאסן איך שרייב גארנישט פין מיינע קינדער אין א מינענעם פין מיין שלום בית ואתכם הסליחה

הכלל סהאט זיך געמאכט א שלום בית קריזיס אין איך האב מיך געטראפן אין א סופרייז ווייל איך האב נישט געוויסט עס קימט ווייל מצב הפרנסה איז געווען זייער פיין כהאב אפילי געקויפט א מתנה אדער צוויי, כוועל מיטיילן א חלק פון די טענות וואס מען האט מיך פארגעהאלטן

איך האלט אז סאינטערעסירט דיך נישט מיך מיט די קינדער קימסט אהיים אנשטוט פארברענגען מיט די משפחה ווערסטו אייביג ביזי מיט עפעס אדער גייסטו אין ספרים שטוב אדער דיין פאון אדער זיצטי אפילו מיט די קינדער אבער ביזט נישט דא,ווען האסטו געשפילט מיט די קינדער א געים, אסאך מאל איך רעד מיט דיך אין כבאמערק אז כרעד צי מיך אליין

ביסט זייער סעלפיש, כפרעג איך? ווען? דאס פרעגען איז געווען אזא טעות ווייל דאס איז געווען די הסבר מיין פנים פלאמט נאך אלס פאר בושה

ווען מיין אינגסטע שוועסטער האט חתנוה געהאט האט מען געמאכט א שבע ברכות יעדער האט געברענגט 250 האסט מיך געזאגט ציסאך קענסט נאר הונדרעט כהאב מיך זייער געשעמט אבער כהאב געזאגט מיינע געשוויסטער אז כקען נישט מער נעקסט חודש זע איך די קרעדיט קארד ביל צויי פארקינג טיקעטס האסט מיך געזאגט האסט פארגעסען צי ריקן די קאר, מיינע בושות איז דיך געווען גרינגער ווי רוקען דיין קאר??

ווען האסט געפענט די ביזנעס וואס האט דערלייגט די געלט וואס אינז האמיר אנגעסעווט פין מיין ארבעטען, ווייל הסטיך נישט איבערגעארבעט כהאב גארנישט געזאגט, אבער איך בין ציריק געגאנגען ארבעטען כדי אינז זאלן האבען פין ווי צי לעבען וויפיל האסטו ארויסגעהאלפען אינדערהיים ווען כהאב דיך גיבעטין זאלסט אריינליגען סאפער וואס איך האב אנגעגרייט אדער האסטו פארגעסען אדער געלייגט אזוי שפעט אז כהאב גארנישט געהאט דערפון מיין שווערע ארבעט אנציגרייטן איז דיך נישט אנגעגאנגען

כהאב דעמאלטס געהאט א פערסט קאזין חתונה אין מאנסי האסט מיך ציגעזאגט אז די קימסט אהיים פרי אין וועסט אויפקלינען די קאר מיין צויי שוועסטערס קימען מיט ביסט אנגעקומען שפעט מיט א שמיציגע קאר איך האמיך איינגעזינקען פאר בושות

ווען איך פרעג דיך צי קענסט מיך ערגעץ טראגען זאגסטו יא מע שמיסט אפ א זייגער אין רוב מאל קימסט שפעט מיט עפעס א נערישע תירוץ, אין איך קים אן שפעט, אדער פארליר איך מיין אפונטמענט, נאכדעם גלייב איך נישט אבער די זאגסט מיך צי אין שפילסט מיך אויס נאכאמאל, מיין צייט איז בא דיר גארנישט כאטש איך טי אלעס אין דע הויז

אין וויפיל שמחות כהאב דיך געפרעגט צי קענסט בעביסיטען האסטע געזאגט כהאב נישט קיין געדולט איך האב געארבעט אין קערגענימען פין די הויז איז מיך נישט געקימען א ברעיק

ווען מייין מאמע האטיך געפרעגט צי קענסט איר עפעס באשטעלן פין דיין סופלייער האב איך געזאגט אז ניין, אבער די האסט געזאגט זייער גערען שוויגער נאכדעם האסט איר געלאסט ווארטען וואכען זי פלעגט מיך קאלן יעדע פאר טעג אין די פלעגסט מיך זאגן יעדען טאג מארגען

ווען מען דארף עפעס א קלייניקייט פיקסען אינדערהיים זאגסטו אייביג כעגיי עס פיקסו מארגען אין איך דארף דיך נאכלויפען פאר וואכן

אלע מיינע ברידערס אין שוואגערס זאגען תורה ווען איך בעט דיך זאלסט עפעס אנגרייטן צי זאגען זאגסטע איך גיי נישט דארט עסען אין בכלל קימסט אריין צי מיין מאמע אסאך מאל גרוסטי איר נישט אדער זיצסט ביים טיש אין איגנארסט מיינע עלטערן יעדער דארף מיטהאלטען אז די האסט נישט קיין געדולד אפילו די שמועס איז נישט אינטערסאנט מעגסטוך מאכען אינטערסירט פאר מיינענט וועגען

סאיז געווען אסאך מער אבער פאר מיין כבוד וועל איך סטאפען דא, כהאב נישט געהאט וואס צי ענטפערען ווייל זי איז געווען הייליג גערעכט, איין זאך האב איך צריק געפרעגט זאג מיך ווען די זאגסט מיך אז די האסט חשק פאר עפעס א אייזקרים אין סנאר דא א שעה אוועק פאר איך עס קויפען אין מיטן די נאכט? זאגט זי יא

האט זי געפרעגט צי וויל איך גיין מעריטש קאנסלינג האב איך געזאגט ניין ווייל די וועסט ארויס לייגען דיינע טענות וואס וועל איך זאגען? זי האט אויסגלאזט ווי געטריי אין איבער געגעבן זי איז געווען אלע יארן, כהאב איר געזאגט כדארף מיך איבערטראכטען אפאר טאג

כהאב איר געפרעגט פארוואס האסטו גארנישט געזאגט קיינמאל, האט זי מיך געזאגט דעיס איז זאכען וואס א יעדע נארמאלע מענטש ווייסט אליין אין די ביסט זייער קליג

כהאב מיך ארימגעדרייט זייער ציבראכען יארן איך מיטשע מיך צי זיין האלב נארמאל אבער איין זאך איך האב איז שלום בית מיט א אשת חיל, אין דא זע איך כהאב איר אזוי וויי גיטון יארען און איך בין געווען אויף א אנדערע פלאנעט אנדערע וועלט אין ניטאמאל באמערקט אז זי לייט זיך ציים פין מיר ווי אזוי בין איך געווען אזוי שלעכט
איך ווייס אז איך קען נישט ספעלן, אויב סאיז דיר שווער צו ליינען, שרייב עס איבער אין נאכדעם ליין עס
AdultAdhd
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2016 4:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AdultAdhd »

חלה האט געשריבן:אפשר קען איינער א טובה טון אין לייגען אויף א פי די עף אלע תגבות פון Adult ADHD
ו


איינער איז עס מגיה ווען סאיז פערטיג וועל איך עס ארויף לייגען
איך ווייס אז איך קען נישט ספעלן, אויב סאיז דיר שווער צו ליינען, שרייב עס איבער אין נאכדעם ליין עס
AdultAdhd
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2016 4:16 pm

מעג מען דאווענען דריי מאל שמונה עשרה?.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AdultAdhd »

מאכט זיך זייער אסאך מאל איך פארגעס יעלה ויבא, כהאב אינזין ווען איך שטעל מיך אפילו אינמיטן אבער פלוצלינג טרעט איך אויס כהאב גענדיגט דאווענען אין כהאב פארגעסען וואס טיט א איד ויפן ימין ושמאל קיינער זעט נישט מען דאווענט איבער, כענדיג די צווייטע מאל יא איר האט ציגעטראפן כהאב נאכאמאל פארגעסען וואס טוט מען וויפיל מאל פראבירט מען? כמאך נישט קיין וויץ כשעם מיך צי פרעגן א דיין
איך ווייס אז איך קען נישט ספעלן, אויב סאיז דיר שווער צו ליינען, שרייב עס איבער אין נאכדעם ליין עס
AdultAdhd
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2016 4:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AdultAdhd »

הכלל כבין געגאנגען זיך דארעך רעדען מיט מיין מורה דרך ער האט מיך געשיקט צי איינעם כהאב עם דערציילט מיין גאנצע געשיכטע אויך די אלע חלקים וואס כהאב דא אויסגילאזט חלק ווייל כהאב מורא מענטשען וועלען זאגען סקען נישט זיין אמת, א מענטש איז נישט אזוי צידרייט

כהאב געפרעגט זאג מיר די אמת בין איך משוגע אדער א רשע אדער ביידע? זאגט ער מיר ניין די ביסט Adult Add כהאב עם אנגעקיקט ווי פין די לבנה, כהאב געפרעגט וואס מיינט עס? וואס טו איך דא? קען איך נאך מיין לעבן פיקסן? האט ער מיך געזאגט אז די ערשטע זאך דארף איך מיך לערנען אין פארשטיין וואס דאס איז קיינער קען דיך נישט העלפן נאר די אליינס אין מען קען נישט פיקסן אזאך וואס מען פארשטייט נישט אין נאכדעם קען מען פראבירן צי פארעכטן די פראבלעמען

ער מיך געגעבן א נאמען פין א בוק Driven To Distraction כהאב עס באשטעלט אין דארעך געליינט אין איין אטעם כהאב גיהאלטען אין איין לאכען מיין ווייב פרעגט וואס לאכסטו וויאזוי זאל איך נישט לאכען איינער האט געשריבן א בוק יארן ציריק אין לייגט מיך אראפ אייזן

ווען איך שעם זיך ווען נישט וואלט איך דעמאלטס געמאכט א סעודה אין א חתונה זאל כהאב טאקע א פראבלעים אבער סהאט א סיסטעם מעקען עס פארשטיין מקען זיך העלפן איך בין נישט משוגע אין אויך נישט א רשע

אזויוי די פרעמעד נישט add ווינדערען זיך וואס האט דיין שלעכיטקייט מיט add וועל איך געבען א שיער בקיצור

מענטשען מיט add
זענען נישט Mindful אויף אידיש זענען נישט דא, באמערקט מען נישט אין מען כאפט נישט אלעמאל וואס מען טוט נישט ריכטיג, פאר די זעלבע סיבה האט מען פראבלעמען מיטמ Social Skills

דעס מיינט נישט חולמן ווען מען פארחולמעט זיך איז ווי די צענע עפענט זיך אויף אין מען זעט א נייע ריאלעטי קלאר אזוי ווי מען חלומעט זיך ביינאכט נאר מיט אפענע אויגען סקען קימען ברוצן אין זען וואס איך וויל זען אדער באונס כהאב געליינט אז אפילו מען סטראשעט מיט א גאן קען מען זיך נישט צריקהאלטן

Time Management נישט געדילד מסביר זיין פאר ווער סקען נעשט צויי ווערטער ענגליש

איך האלט שוין אפאר יאר שפעטער כהאב שוין פראבירט פארשידענס די מערסטע האט מיך געהאלפען די דייעגנאסט איך ווער שוין נישט דעפרעסט מיט יעדע דורכפאל נאכדעם איז ליינען אין פארשטיין אין איך שטעל מיך אריין וויינגער במקום סכנה איינשטין האט געזאגט Insanity: doing the same thing over and over again and expecting different results כבין שוין נישט קיין כסיל בחושך הולך

מיין ווייב האט מיך אנגעפאנגען צי פארשטיין סהאט גענימען לאנג וויל סאיז כמעט נישט מעגליך פאר א פרעמדן צי פארשטיין,

סהאט מיר פארענטפערט די סתירה פין מצא אשה מצא טוב אין ומוצא אני את האשה מר ממות

איך האב געמיינט אז אז סאיז איר טוב אין ביזדערוויל ומוצא אני את האשה איך טרעף מיין פרוי אין אין איר לעבען איז מר ממות, נאכדעם וואס סאיז געווען מצא כהאב מיך אליין גיטראפן איז געווען אשה מצא טוב מיין ווייב איז מצא טוב סאיז איר גוט

איך וויל דא נעמען די לעצטע שורת אין שרייבען מיין מיינוג וועגען קינדער מיט add פינקט ווי א מענטש וואס נעמט א קינד וואס ליידט אויף א מחלה אין רעדט זיך דארעך מיט א רב וואס האט נישט קיין השגה דערצו אין ער עצהט עם נישט צי גיין צי א דאקטער נאר געבען נאטירלעכע טראפן אין דאס קינד שטארבט וועט יעדער שרייען רוצח

יפיל אצמו לתוך כבשן אש ואל ילבין פני חברו ברבים איז דא ראשונים וואס פאסקענען אזוי להלכה אז סגייט אריין אין די שלוש עבירות, אזא מין פארשעמען א מענטש אז ער זאל ווייס ווערן געשעט כמעט נישט סדא ווייניג רוצחים, איין פלאטץ ווי יא איז אין חדר ווען די רבי מיינט חנוך האט ער א היתר אויב סאיז בטעות אבער נישט אייביג איז עס דער רבי סגעשענט אסאך אליין, פאר משלים ליינט מיינע חדר יארן, וואספארא היתר האט דער טאטע ספאסט עם נישט אדער ער זארגט זיך פאר א שיינע שידך די אויפטרעף נאר צי גיין צי פראפעשענעלס ווען מען ווארפט טעלערס, פארשטיי איך אזוי, ווען דיין קינדס בלוט גיסט זיך איז גארנישט ווייל ער איז קליין ער פילט עס קוים אבער טאמער מאכט ער נערוועז די גרויסע ווער רעדט נאך ער האט עפעס שאדען געמאכט איז א נייע מעשה

איך האב נישט קיין טענות צו מיין טאטע ער האט נישט געהאט קיין השגה אין בכלל אפילו ביי די גוים איז עס נישט גיווען באקאנט
איך ווייס אז איך קען נישט ספעלן, אויב סאיז דיר שווער צו ליינען, שרייב עס איבער אין נאכדעם ליין עס
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

שוידערליך! געליינט אין איין אטעם!
חלה
שר חמש מאות
תגובות: 550
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה »

AdultAdhd האט געשריבן:
חלה האט געשריבן:אפשר קען איינער א טובה טון אין לייגען אויף א פי די עף אלע תגבות פון Adult ADHD
ו


איינער איז עס מגיה ווען סאיז פערטיג וועל איך עס ארויף לייגען

שכח
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”